שבת אחים האט געשריבן:נא!? ער איז ליידער (אזויווי אייביג) נישט מעהר ווי גערעכט... די ישראלים זענען זיך ווערט דאס געלט... זיי האלטן נישט ביים שלום מאכן דארט. נאר ענדערש געוועלטיגן אויף די מיליאנען פאלעסטינער.
ס׳טוט מיר אויך וויי אז דאס טוען אונזערע ברודער.
שבת ,איך מיין אז די גייסט דא צו ווייט, די נושא איז דא נישט איבער די געפעכט צווישן די יודן און א"י און די פאלעסטינער דאס איז א שמועס פאר זיך
ער האט קאמענטירט אויף די "כאילו" אומשילדיגע פאלעסטינער ביי די פרידליכע פראטעסטן כאילו מ'רעדט דא פון מענטשען וואס קומען זיך צוזאם שרייען און זינגען ווען די אמת איז ,
אז זיי ווילן דורךברעכן די גרעניץ פון א אנדערע לאנד און זיי ווארפען ברענעדיגע טייער'ס און ניצן הייסע געווער אויף מדינת ישראל זעלנער אנברעגענדיג טערראר און כאאס, אבער!! די יודן מעגן זיך נישט באשיטצען?? אפשר זאל מען ווארטן אויף די u.n זאל זיי העלפן??