פרייטאג פעברואר 12, 2016 5:07 pm#321235
גימל סיפורים
צום בעל-שם הק' איז אמאל געקומען א שוסטער וואס ס'איז אים ל"ע באפאלן א צרה. די טאכטער זיינע האט חתונה געהאט מיט א בחור, און זעקס חדשים נאך דער חתונה, ווען זי האט געווארט א דרילינג, איז ער פלוצים אנטרינען און מ'ווייסט נישט וואו ער איז אהינגעקומען. עס איז שוין דורך פינף יאר, זי ציט אליין אויף די דריי קינדערלעך, און זי האלט שוין מער נישט אויס צו זיין אן עגונה ר"ל. דער בעל-שם הק' האט פארמאכט זיינע הייליגע אויגן, און האט געזאגט, "גיי צום מארק דא אין שטאט, און ביים דריטן טישל וועסטו זען א מענטש מיט א רויטן היטל. גיי רעד צו אים, און ער וועט דיר צופירן צו דיין איידעם." דער שוסטער איז געווען אויסער זיך פון התפעלות, הערנדיג אזעלכע קלארע, אפענע רייד פונעם בעל-שם הק', און האט געפרעגט דעם רבי'ן, "פון וואו קומט דאס צום רבי'ן?" האט דער בעל-שם הק' אנגעהויבן צו דערציילן:
געווען אמאל נאכדעם וואס אידן האבן שוין געקענט צוקומען צום כותל המערבי, נאכדעם וואס עס איז געווען אונטער גויאישע שליטה פאר א סך יארן, איז דער צדיק ר' דוד'ל לעלובער געגאנגען צום הייליגן כותל מתפלל צו זיין פאר'ן מלך א-ל חי וקיים. זייענדיג אזוי ביים כותל איז געווען אן ערבי וועלכער איז געשטאנען אויבן ביים מקום המקדש, און ער האט אנגעהויבן מטיל זיין מי רגלים אראפ אויף ר' דוד'ל לעלובער. דער הייליגער רבי איז דערציטערט געווארן, ער האט אויפגעהויבן זיינע הייליגע אויגן אויף ארויף און געכאפט א בליק אויף דעם ערבי. פלוצלינג האבן די חסידים באמערקט ווי דער ערבי פרובירט אויפצוהערן מיט זיינע צרכים, אבער ער קען נישט! ער איז געבליבן אזוי שטיין פאר דריי שעה, און עס האט נישט אויפגעהערט קומען מי רגלים, ביז ער איז אנידערגעפאלן א טויטער! פארשטייט זיך אז די חסידים זענען געווען נבהל ונשתומם פון אזא מורא'דיגן מופת. ווען דער רבי האט געזען זייער פליאה, האט ער אנגעהויבן דערציילן:
עס זענען אמאל געווען דריי ברידער וועלכע האבן געוואוינט אין מאראקא, און זענען געווען גאר נאנט איינער מיט'ן צווייטן. זיי האבן געוואוינט אינעם זעלבן הויז, און געפירט צוזאמען געשעפטן. איין טאג האט דערגרייכט צו זייערע אויערן די ווארענונגען פון ירמיהו הנביא אז מ'זאל תשובה טון: "קום לך אל נינווה, העיר הגדולה, וקרא עליה, כי עלתה רעתם לפני!" כאטש די ברידער זענען געווען ערליכע אידן, איז זיי באפאלן א פחד. א ירא שמים האט דאך אייביג מורא אז אפשר איז זיין עבודה נישט הונדערט פראצענט רצויה לפני המקום. זענען זיי געגאנגען צו רבי סעדיה גאון און זיך אויסגערעדט דאס הארץ. זיי האבן מורא געהאט אז זיי האבן געזאלט שיקן געלט קיין ירושלים נאכדעם וואס כורש האט מתיר געווען אויפצובויען דעם משכן שילה, און דאס קען חלילה ברענגען א חרון אף אויף זיי. רבי סעדיה האט זיי געזאגט אז ער האט א ניצוץ פון דער נשמה פון דעם אר"י הק', און דעריבער קען ער זען אז עס איז נאר דא איין חרון אף אין הימל אויף די דריי ברידער, און נאר אויף דעם דארפן זיי תשובה טון. אויף זייער פראגע וואס דאס איז, האט דער גאון געענטפערט: "ווען איר עסט אורז מאכט איר א האדמה ווי דער שיטה פונעם מחצית השקל, אבער למעשה און הימל ווייסט מען אז די ריכטיגע ברכה איז שהכל, ווי דער רשב"א פסק'נט. ביים בי"ד של מעלה זיצט דער הייליגער רבי הילל קאלאמייער, און ער איז זייער מקפיד אויף ברכות לבטלה, און דערפאר איז דא א גרויסער חרון אף אויף אייך." די ברידער זענען געווען זייער איבערגענומען פון רבי סעדיהו גאונ'ס ווערטער, און האבן אים געבעטן פאר א דרך התשובה. האט דער גאון געענטפערט מיט א מעשה:
אין דער תקופה פון רבי מאיר בעל אקדמות איז געווען א גרויסע מכשפה וועלכע האט געדראעט אומצוברענגען אלע אידן פון ענגלאנד. די אידן האבן זיך מתחנן געווען צום מלך אז ער זאל נישט צולאזן אז זי זאל טון אזא זאך חלילה. דער קעניג איז נישט געווען צופיל בעסער פון דער מכשפה, אבער דאס האט ער יא מסכים געווען אז די אידישע חכמים זאלן האבן א ויכוח מיט דער מכשפה. רבי מאיר בעל אקדמות איז דעמאלט צוריקגעקומען פון אנדערער זייט סמבטיון, און ער האט זיך געשטעלט אויף דער אידישער זייט קעגן די מכשפה. אינמיטן דעם ויכוח האט די מכשפה אויסגעשריגן אז די אידישע תורה הייסט אז מ'דארף הרג'ענען, פאלש עדות זאגן, מזנה זיין, און גנב'ענען. רבי מאיר האט דאס תיכף געלייקנט, און האט געזאגט אז פונקט פארקערט – עס שטייט אין די עשרת הדברות אז מ'טאר נישט טון די אלע זאכן. ער האט געהייסן דעם שמש ברענגען א ספר תורה פון שול, און פארנט פון אלע מענטשן האט מען עס געעפנט צו די עשרת הדברות, און מ'האט געטראפן שטיין "תרצח, תנאף, תגנוב, תענה ברעך עד שקר, תחמוד בית רעך"!
א שטורעם איז אנשטאנען אין זאל, אידן זענען געווען דערשראקן צום טויט, און די גוים, מיט די מכשפה בראש, האבן אנגעהויבן ברומען זיגרייכע שאלונגען קריצנדיג מיט די ציין אויף די אידן. רבי מאיר האט געוואוסט אז דאס האט די מכשפה אנגעדרייט מיט איר גרויס טומאה, און האט געמאכט אז די ווערטער "לא" זאלן פארשוואונדן ווערן פון דעם ספר תורה. רבי מאיר האט זיך אבער נישט פארלוירן, און האט געגעבן א געשריי צו די אידן, "אין אונזער הייליגער תורה שטייט 'תרצח!' מיר האבן א מצוה צו רצח'ענען!" אלע אידן האבן זיך אויפגעשטעלט מיט א דרייסטקייט, און האבן באפאלן די פארזאמלטע גוים און האבן זיי אנגעהויבן צו רצח'ענען. יענע נאכט האט מען אפגעציילט פערצן טויזנט טויטע גוים, צווישן זיי דער קעניג און די מכשפה. די אידן האבן איבערגענומען די הערשאפט אין לאנד, און האבן געקרוינט רבי מאיר בעל אקדמות ווי דעם מלך.
האט דער בעל-שם הק' אויסגעפירט: ס'איז דא אמאל א איד וואס איז זוכה אז ער 'זעט' גדלות הבורא, אבער א גרעסערע מדריגה איז א מענטש וואס איז זוכה אז ער 'איז' גדלות הבורא.