Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה

לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9507
דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:25 pm#383630
moshav zekeinim האט געשריבן:איינשטיין, שפינאזא, און די בודהיסטן ודומיהם גלייבן אויך אין א אלוהי השלימות, נאר זיי "פארגעטערן" נישט גאט. אזוי ווי מען קען פארגעטערן (הערצה והתפעלות יתירה) יעדער זאך, אזוי ווי א רבי, זינגער, מראה, וכו' קען מען פארגעטערן גאט.


שפינאזא'ס גלויבונג איז גאט איז חלק פון די בריאה, ווייל גארנישט קען נישט זיין אויסער די בריאה. די בריאה אנטהאלט א גאט, און גאט אליין איז אויך געבונדן צום נאטור. דאס אז גאט איז העכער נאטור האט ער נישט אקצעפטירט. ממילא האט ער נישט געקענט האלטן פון קיין אלוהי השלימות, נאר פון סובסטאנציטעט אין נאטור וואס דאס איז גאט. גאט איז נאטור'ס פלאטפארמע. נישט פארקערט.
דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:03 pm#383665
די פראבלעם מיט ברוך שפינאזא'ס טעזע איז אז ער האט גענומען א רעזולטאט, א פרוף, אן הוכחה און דאס געמאכט פאר אן עיקר. און דעם מסבב געמאכט פאר אן אונטערטאן צו דעם מציאות...!

נאר חוץ זיין פארגעטערונג פון'ם יוזל (די עיקר סיבה פארוואס מ'האט איהם געלייגט אין חרם.) איז ער געווען א גרויס רחמנות. ער האט עס נעבעך געמיינט ערנסט. ווייל רוב משומדים אין די אידישע היסטאריע האבן זיך געשמד'ט צוליעב עקאנאמישע סיבות. אז זיי זאללן קענען דערגרייכן א הויעכע פאזיציע אין אקאדעמיע.אדער אין די וועלט פון ביזנעס. און ער איז נעבעך געשטארבן (געפגר'ט) אן ארימער , איינזאמער, עלענדער שלעפער אינ'ם אידישן געטא אין אמסטערדאם...!
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:32 am#383709
ר' בערל,

איר זענט דאך אזא בעל רחמנות, מען קען אזש פגר'ן פין אייער רחמנות.
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 4:41 pm#383753
אישתישבי:... :D :) :lol: :like ...דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז איך בין שיער נישט אראפגעפאללן פון מיין בענקל...!
זונטאג פעברואר 24, 2019 4:46 pm#425058
לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
איך בין נישט ממש זיכער אויב דאס איז דאס ריכטיגע אשכול דערפאר, אבער א שייכות האט עס זיכער.

דער וועג וויאזוי איך האב אלס פארשטאנען די היינטיגע חסידישע ערציאונג און פילאזאפיע/טעאלאגיע בנוגע אמונה, בפרט אמונה פשוטה, איז אז עניני רוחניים זענען אלע למעלה מהשגה. אין אנדערע ווערטער, אז ווען ס׳קומט צו עניני יהדות וואס ביי די חסידים איז דאגמע, למשל דאס אמת פון דברי חז״ל אפילו אין עניני מדע ווען ס׳איז בניגוד צום אנגענומענעם פאקט (איך ווייס איך ווייס, דלא ככמה ראשונים, וכבר האריך הרב דר. נתן סליפקין בזה הרבה), דעמאלטס פאר א ריכטיגע (דורכגעווייקטע) חסיד א בר דעת ׳עט זיין צוויי אמת׳ע מציאות׳ן.

להסביר, לאמיר מאכן א(ן עקסטרעמע) thought experiment. לאמיר זאגן אז ס׳דא א גמרא וואס זאגט בפירוש אז 12:00 pm אין ב״פ דעם און דעם טאג איז שטאק נאכט. און לאמיר זאגן אז אלע ראשונים (וואס זענען אנגענומען ביי חסידים) זאגן אז די גמרא איז כפשוטו ממש. יעצט גייט ארויס אן אמת׳ע חסידישע איד (נישט א קאפ אין וואנט טיפ; א בר דעת) און זעהט אז ניין, ס׳איז העל טאג. וואס גייט דער חסידישע איד טראכטן? וויאזוי גייט ער רעקאנסיילען זיין גלויבונג מיט׳ן פאקט וואס ער זעט?

לדעתי, וועט ער טראכטן (אננעמענדיג אז ער׳ז אן עכטע ווארימע גלויביגער חסידישע איד וכנ״ל) אז ביידע זענען אמת. דהיינו, אז הגם ער לייקנט נישט דעם פאקט אז יעצט איז טאג, גלייבט ער אויך אז אויף עפעס א וועלט [די פילאזאפישע אפטייטש פון דעם טערמין ״וועלט״], אדער אפשר גאר אינ׳ם זעלבן וועלט, איז נאכט. אז ביידע זענען כולם אמת לגמרי, קאי וקיים. אין אנדערע ווערטער, ער ניצט די פרינציפ פון דייעלעטיאיזם אין לאגיק (אפשר גאר טריוויאליזם), עכ״פ להשוות הסתירות בעניני אמונה/יהדות ומציאות (ועיין ערך פארא-קאנסיסטענט לאגיק).

וויאזוי איך בין אויפגעצויגן געווארן (עכ״פ וויאזוי איך האב פארשטאנען מיין חינוך. קען זיין איך האב נישט גוט פארשטאנען...) איז דאס די אונטערליגנדע פרינציפ אין אמונה ויהדות וויאזוי אונז ווע׳מיר אויפגעצויגן. וויפיל מאל הא׳מיר אונז געהערט די אויסדרוק ביי דרשות וכו׳ (מיט פארגלייצטע אויגן...) ״אונז הא׳מיר נישט קיין איינונג/השגההההההה...״? איז דאס נישט וויאזוי אונז פארשטייען די אפט דערהערטע אויסדרוק אין די ענינים, ״העכערע ענינים״? דאס איז דאך וויאזוי זיי טייטשן אפ (עירובין יג: וגיטין ו:) אלו ואלו דברי אלקים חיים (איך ווייס וואס רש״י זאגט דערויף אין כתובות נז.). דהיינו, אז אין עניני תורה אמונה ויהדות קענען ביידע, דבר והיפוכו, זיין אמת simultaneously. דאס איז וויאזוי איך האב פארשטאנען און מקבל געווען די מאמר וואס איך האב נאכגעהערט בשם דעם דברי חיים זצ״ל, אז אביי ורבא זענען געווען אראפגעקומענע פייערס פון הימל.

דעריבער, איז עס מיר אלס געווען א חידוש/אינטרעסאנט ווי די חסידישע געמיינדע איז אזוי אנטי-מדע ווען עס (זעהט אויס ווי עס) איז קעגן פשטות התורה. לפי הנ״ל איז דאך נישט דא קיין שום סתירה פון קיין שום נושא אין מדע צו תורה (מ׳קען עס באטראכטן ווי גאולד׳ס נאמ״א פרינציפ במלוא מובן המלה. הגם, כמובן, אז נישט דאס האט ער געמיינט בכלל).

הגם די מהלך מאכט אוועק איינע פון די עקרי כללי הגיון/לאגיק, דאס געזעץ פון נאן-קאנטרידיקשאן, איז דאס לענ״ד נישט די עיקר שוואכקייט פון די מהלך. להסביר, די טענה, וואס איז שוין אסאך מאל ערווענט געווארן דא אין שטיבל, איז אז אויב הבנת ושמירת התורה והמצוות איז נישט געבינדן אין לאגיק, איז אויב אזוי מאן יימר אז (למשל) לא תגנוב מיינט נישט גנב׳נען אפשר פונקט דאס פארקערטע אאו״ו. אויף דעם קען מען ענטפערן, אז אונז גלייבן מיר אז הגם בעצם איז נישט פיזיש/מענטשליך מעגליך צו פארשטיין די תורה וכו׳ לאמיתה, ווייל עס איז בעצם נישט געבינדן צו כללי הגיון/לאגיק וכנ״ל, איז אבער די אינפיניטעסימילע קליינע חלק וואס [זעהט אונז אויס אז] אונז פארשטייען מיר יא, און עס [זעהט אונז אויס ווי עס] פארלאנגט פון אונז עפעס, זענען מיר מחוייב צו טוהן (א קנייטש אין דעם רעיון פון לא ניתנו תורה למלאכי השרת). דאס איז ענדליך צו דאס וואס מ׳פארשטייט אז פון א חסיד׳ס אויסקוק אפילו מען/ער פסק׳נט ווי איין תנא וכו׳ מאכט דאס נישט אוועק דעם אנדערן מ״ד׳ס שיטה קיין כי הוא זה; עכ״כ אז ער׳ט נאך אלס זאגן אז דעם אנדערן מ״ד׳ס דעה/שיטה איז אמת לאמיתו (דעם פרינציפ, לשון מושאל, פון אלו ואלו דברי אלקים חיים וכנ״ל).

איך פארשטיי אז אויף אט די הנחה אליין קען מען פרעגן, מאן יימר? דעריבער האב איך מקדים געווען אז די חסידים ״גלייבן״ דאס; פונ׳ם זעלבן מקור ווי דעם אז מ׳גלייבט אז וואס די תורה, גמרא וכו׳ זאגט איז אמת הגם מ׳איז מודה, און טאקע מודה, אז די פאקט, די אמת וואס מיר זעהן, איז פונקט פארקערט. ווי אויך איז פארשטענדליך אז פאר יעדער גלויביגער וואס גייט שוין יא מיט די מהלך, גייען זיין גדרים ווי ווייט מ׳נעמט די השקפה. איינער גייט דאס נעמען ביז די ראשונים, א צווייטער ביז די אחרונים, און א דריטער אזש ביז צו די היינטיגע וכו׳ (ס׳איז איראניש אז מ׳קען דאס ניצן אויף די עצם חקירה ספרים אליין...).

נאר די עיקר שוואכקייט פון די מהלך איז הוא הוא. וויבאלד די סארט אמונה איז (כמעט, ואפשר לגמרי) נישט תלוי אין לאגיק און איז שטארק רפוי פון א ראציאנאלן שטאנדפונקט, קומט אויס אז עס איז נאר תלוי אין געפיל. (און אנדערע ווערטער, די איינציגסטע סיבה אז איינער גלייבט אין די השקפה אויף יהדות איז אך ורק ווייל ער איז אזוי קאנדישינד געווארן מנעוריו/ה; קלעסיקל קאנדישינינג. מיט, ווי נישט, כסדר׳דיגע אופעראנט ריאינפארסמענטס ואכמ״ל.) אויב אזוי איז אויב איינער, מאיזה סיבה שהוא, האט נישט (צו ווייל ער האט מעולם נישט געהאט, צו ווייל ער האט דאס פארלוירן) דעם געפיל איז זיין אמונה בתורה/חז״ל, עפ״י די השקפה (לדעתי) פון היינטיגע חסידים, שטארק רופף (באמערקטס אז איך זאג אמונה בתורה/חז״ל, נישט אמונה בה׳, ופשוט הוא ואכמ״ל).

איך זאג אויסדריקליך נישט אז דאס איז דאס ריכטיגע טעאלאגישע אפטייטש פון/אין יהדות. נאר אז לענ״ד, און אין מיין (אפטייטש פון מיין) חינוך און עקספיריענס, איז דאס וויאזוי איך/אונז בין/זענען אויפגעצויגן געווארן. דאס איז וויאזוי איך פארשטיי/האב פארשטאנען דאס מושג פון אמונה פשוטה עפ״י די אפטייטש פון די חסידישע השקפה (היינט צוטאגס). (קען אויך זיין אז די חינוך וואס ציט אויף מיט וואס איז מיר משמע אלס די אויבן ערווענטע השקפה/פילאזאפיע/טעאלאגיע, איז שלא במכוון.) ווי אויך איז פארשטענדליך אז דאס איז נאר בקיצור נמרץ אן אפטייטש אין די השקפה, ויש להאריך בזה טובא (איך ווייס אז איך האב מאריך געווען עז איז). איך האף אז איך האב מיך גענוג קלאר ארויסגעברענגט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג פעברואר 24, 2019 8:29 pm#425073
די מהלך האט נאר איין פראבלעם, ס'איז פשוט נישט אמת, ס'האט נישט קיין שום מקור אין חז"ל.
זונטאג פעברואר 24, 2019 10:07 pm#425084
לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
גערעכט. די מהלך האט אסאך מער פון ״נאר איין פראבלעם״.

בנוגע אייער טענה, לויט דעם מהלך קען מען זיך לכאורה אלס ארויסדרייען אז עני מהלך וואס ווערט שוין יא דערמאנט אין חז״ל (געדענק, אויב איז עס נישט מחייב אויף א למעשה׳דיגן פעולה׳דיגן פארנעם), און אפילו אויב די מהלך אליין וואלט דערמאנט געווארן, קען מען דאך אויף דעם אליין זאגן אז ס׳איז למעלה מהשגה און אלעס איז אמת אויף אמאל צונאזאם וכנ״ל. געדענק, ערגעץ מיז מען מאכן א גדר צווישן הגשמה און למעלה מהשגה.

אויך, ענדליך צו דעם וואס מען פארשטייט אז אין די תורה גופא טרעפט מען נישט קיין פרעצידענט צו וויאזוי דרשות חז״ל ארבעטן, נאר חז״ל האבן דאס אראפגעשטעלט און דאדורך אראפגעשטעלט אונזער בליק אויף די תושב״כ בכלל; עס פארהייליגט פי כמה. קען מען מיט דעם דאס אפשר נעמען א טריט ווייטער און זאגן אז די חסיד׳ישע ספרים און זייער mindset/underlying philosophy האט אראפגעשטעלט וויאזוי אונז באטראכטן און הייבן ארויס תושב״כ ותושבע״פ (עס איז משמע אז איר זענט יא מודה אז בעצם איז דאס די מהלך פון חסידים בימינו, נאר אז ס׳האט נישט קיין מקור בחז״ל וראשונים. ווי אויך ׳עט איר לכאורה מסכים זיין אז מ׳נוצט דעם מהלך להשוות סתירות להתורה למחצה לשליש ולרביע. די מהלך נעמט עס נאר די גאנצע וועג.)

געדענקט אויך אז דער וועג וויאזוי די אורטודוקסים אויף דערתורה.קאם ספראווען זיך להשוות אקאדעמישע קריטיסיזם פון די תורה צו אידישקייט וכו׳ איז אויך נישט ממש מקורם מחז״ל. אבער פונדענסטוועגן גלייב איך (pun intended) אז איר גיבט זייערע מהלכים לעגיטימעט. די פריער דערמאנטע מהלך איז פשוט נאך א מהלך וויאזוי משוה צו זיין סתירות פון מדע וכו׳ מיט די תורה. און איר וועט מודה זיין אז, עכ״פ אין גייסט, האט עס א מקור בחסידות.

דאס וואלט אפשר אויך געהאט א פלאץ אין אייער אשכול בנוגע אפאלאגעטיקס און אידישקייט; אן אייזערנע אשכול, איך האב שטארק הנאה געהאט.

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג פעברואר 24, 2019 10:24 pm#425086
חז"ל האבן קיינמאל נישט געטענהט אז זיי זענען למעלה פון סיי וועמענס השגה, גאנץ ש"ס איז געווידמעט צו פארשטיין (און אפפרעגן ווען ס'פעלט זיך אויס) די ווערטער פון חז"ל.
זונטאג פעברואר 24, 2019 10:49 pm#425089
Re: לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
אז דו דערמאנסט חז״ל זעהמיר אונז יא אן ענדליכע בחינה ווי דעם, אז אן אמורא קען זיך נישט קריגן אויף א פריערדיגן, א תנא (איך ווייס אז אפשר לחלק).

כ׳האב שוין פריער מרמז געווען אז למשל אין די תורה אליין, חוץ פון אויף הקב״ה, טרעפן מיר אויך נישט ממש אז ס׳זאל בפירוש ארויסשטיין אז עפעס וואס זי זאגט איז למעלה מהשגה (מ׳קען אפשר טענה׳ן פון מדריגת נבואת משרע״ה ומקום קבורתו, אבל אפשר לחלק ג״כ). אבער דאך, ווי עס זעהט אויס מדבריך (וויבאלד איר באציט זיך צו דברי חז״ל, ולא תושב״כ), זענט איר מודה אז אויף תושב״כ איז יא מהראוי צו זאגן אזא בחינה. און די סיבה דערצו ׳עט זיין ווייל מ׳טרעפט די השקפה (עכ״פ די קערנדל דערפון) בדברי חז״ל (ע׳ פנים לתורה, נ׳ שערי בינה וכו׳ וכו׳). איז אויב אזוי, אזויווי איך האב פריער געשריבן, קען מען דאס זאגן אויף דברי חז״ל מיוסד אויף וואס די (קערנדל וואס מ׳טרעפט אין די) שפעטערע (ספרי קבלה וחסידות) זאגן אויף זיי.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:17 am#425104
ווען איך טוה זיך אן די אפיקורסישע ברילן זעה איך דא א טרענד, אז שפעטערדיגע דורות וועלן אייביג אנקוקן די ווערטער פון פריערדיגע אלץ אמת מוחלטת, און ווי מער צייט ס'גייט דורך וועלן זייערע ווערטער ווערן אלץ מער פונדאמענטאליסטיש אפגעלערנט. דאס זעט מען סיי ביי די תורה, סיי ביי דברי חז"ל, ראשונים, אחרונים א.א.וו., ווי פונדאמענטאליסטיש חז"ל האב נאר אפגעלערנט די תורה, קומט עס אבער נישט צו צו וויאזוי מ'לערנט עס היינט אפ ביי חרדים. די זעלבע ביי דברי חז"ל, קוק אן למשל אזא זאך ווי חלב עכו"ם, וואס אין גמרא זעט מען קלאר אז זיי האבן נישט אפגעלערנט דעם איסור אזויווי חרדים לערנען עס אפ היינט צוטאגס. מ'קען אויך טענה'ן אז עזרא הסופר איז שטארק שולדיג אין דעם, ווייל וויבאלד ער האט געהאט אזא פונדאמענטאליסטישע בליק אויף די תורה האט ער עס אראפגעשריבן אויף אזא אופן, און אונז זענען סטאק דערמיט. אלנספאלס איך פערזענליך האב א פרינציפ אז אויך נויג נישט אפ פון א זאך וואס איז מקובל, ווילאנג איך בין נישט הונדערט פראצענט איבערצייגט אז ס'איז דורכאויס פאלש. איז אויף חז"ל איז דא קלארע הוכחות אז זיי האב נישט געזאגט זייערע ווערטער אלץ אמת מוחלטת, קען איך זאגן מיט א פולן מויל אז די אויבנדערמאנטע מהלך איז פאלש. לגבי די תורה (עכ"פ די מצוות התורה) האב איך נישט קיין הונדערט פראצענטיגע הוכחות, בלייב איך ביים חזקה דמעיקרא.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 10:01 pm#425183
מי אני האט געשריבן:אז דו דערמאנסט חז״ל זעהמיר אונז יא אן ענדליכע בחינה ווי דעם, אז אן אמורא קען זיך נישט קריגן אויף א פריערדיגן, א תנא (איך ווייס אז אפשר לחלק).


דאס אז א אמורא קען זיך נישט קריגן אויף א תנא'ס פסק הלכה קומט נישט דא אריין, די שאלה איז צו א שפעטערער קען 'אפפרעגן' א פריערדיגער פון א ראיה א קעגן דעם פריערדיגן, און דאס קען אודאי א אמורא יא טוהן. די תירוצים אז דער פריערדיגער האט געמיינט העכערע זאכן צו אז ער איז נאך געעווען אזוי קליג ווי דיר, און מסתם האט ער א תירוץ אויף דיין קשיא זענען שפעטער אפאלאגעטישע אויסטרעפענגונגען וואס ווערט נישט דערמאנט אין די גמרא דאכט זיך.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 10:58 pm#425185
Re: לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
שמערל האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:אז דו דערמאנסט חז״ל זעהמיר אונז יא אן ענדליכע בחינה ווי דעם, אז אן אמורא קען זיך נישט קריגן אויף א פריערדיגן, א תנא (איך ווייס אז אפשר לחלק).


דאס אז א אמורא קען זיך נישט קריגן אויף א תנא'ס פסק הלכה קומט נישט דא אריין, די שאלה איז צו א שפעטערער קען 'אפפרעגן' א פריערדיגער פון א ראיה א קעגן דעם פריערדיגן, און דאס קען אודאי א אמורא יא טוהן. די תירוצים אז דער פריערדיגער האט געמיינט העכערע זאכן צו אז ער איז נאך געעווען אזוי קליג ווי דיר, און מסתם האט ער א תירוץ אויף דיין קשיא זענען שפעטער אפאלאגעטישע אויסטרעפענגונגען וואס ווערט נישט דערמאנט אין די גמרא דאכט זיך.
די גמרא דארט ביי די מחלקת פון אומה"ע מיט חז"ל אויב די וועלט דרייט זיך ארום די זון אדער פארקערט והודו להם חכמים, איז לכאורה משמע אז ס'מיינט נישט העכערע זאכן ווייל מיט א גוי פון אמאל קען דאך יעדער זיך קריגן ועכ"ז הודו להם חכמים און זיי האבן נישט געענטפערט אז זיי מיינען העכערע זאכן.
אבער די אמת איז אז מיר פארשטייען נישט וואס טייטשט' והודו להם חכמים' ווייל ס'מיינט העכערע זאכן...
דינסטאג פעברואר 26, 2019 9:42 am#425197
לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
אז מ׳דערמאנט די גמרא אין פסחים צד:, איז מהראוי לציין דאס וואס די גליון הש״ס צייכנט דארט צו בשם די שיטמ״ק אין כתובות יג:, אז אפילו זיי האבן מודה געווען מכח ראיותיהם איז אבער די אמת נאך אלס אזוי ווי זיי ע״ש. דער שיטה קען מען אנקוקען ווי א שטיקל ראיה צו די מהלך (ועדיין אפשר לחלק).

איך מיין אז it’s safe to assume אז חסידים נעמען אן אזויווי די שיטמ״ק. און דאס איז הגם זיי נעמען יא אן (אזויווי איך פארשטיי) heliocentricity (הגם, כידוע, איז די דיון אין די גמרא דארט איבער תלמי׳ס Geocentric מאדעל קעגן דעם בבלי׳שן ואכמ״ל). נאר וואס דען, אויף ״דעם אליין״ זאגן זיי ״העכערע ענינים״ וכחסיד מליטא.

אפילו מיר זאלן יא אננעמען אז אן אמורא קען זיך נישט קריגן אויף א תנא, איז דאס נאך אלס נישט א ראיה צו דעם רעיון פון ״למעלה מהשגה/העכערע ענינים״ בדברי חז״ל. ס׳איז מער מסתבר אננצונעמען סליפקין׳ס מהלך פון Canonization of Authority המוזכר בסוף ספרו Sacred Monsters ע״ש. איך האב נאר געזאגט אז ס׳איז ״ענדליך״ צו דעם געדאנק, און, ווי עס זעט אויס (כשמערל), נוצן דאס טאקע חסידים אלס א סמך צו דעם דערהער.

נאכאמאל, אזויווי איך האב געזאגט אויבן, איך זאג ״נישט״ אז דאס איז די אויסגעהאלטנסטע טעאלאגישע מהלך אין אידישקייט. נאר אז אויב מ׳האלט, אזויווי חסידים, אז תושבע״פ איז אויך מסיני, וואס דאס איז (לויט זיי/וויאזוי מ׳האט אונז אויפגעצויגן) כולל ״אלעס״ וואס שטייט אין די גמרא (און אפילו אין די שפעטערע ספרי קודש אויך, אלס כל מה שתלמיד וכו׳), קען מען אויף דעם ניצן די מהלך. דהיינו, אז וויבאלד דאס איז אויך די ״ווארט פון ג-ט״, איז דאס למעלה מהשגה, און (אינדרויסן פון די אייגענע parameters וואס ס׳שטעלט אראפ לדרוש דרשות ולהקשות וכו׳ ״מיניה וביה״) איז לאו דוקא געבינדן צו חוקי ההגיון/הלאגיק. קומט אויס אז אפילו די סתירות בתוכו (וכאמור אז זיי גלייבן אז ״אלעס״ בתוכו איז די ״ווארט פון ג-ט״), וכ״ש מחוצה לו [ממדע], בלייבט אלעס נאך אלס אמת. (פונקט אזויווי מ׳קען גרינגער פארשטיין די מהלך אויף תושב״כ גופא. הגם זיי אליין שטעלן נישט די גמרא אויפ׳ן זעלבן שטאפל ווי תושב״כ, כמובן.) דאס פרינציפ פון דייעלעטיאיזם גיבט דאס לכאורה לעגיטימיטעט.

די [אנטראפאלאגישע] עוואלוציע פון די מהלך אין גלויבונג האט רביה״ק (די ניק) אייזן אראפגעלייגט. ספאט אן.

איך האב דאס בעיקר דערמאנט מעורר צו זיין אז וויבאלד (ווי עס זעהט מיר אויס) נעמען חסידים דאס אן אין כלל פון אמונה פשוטה (וויבאלד, כאמור, האט די מהלך נישט קיין געהעריגע לאגישער באזיס), איז דארפן זיי הערשט צו האבן דאס קלענסטע פראבלעם ווען מדע איז זיך סותר מיט דברי חז״ל. ווייל ווי קען מען פון איין זייט מויל זאגן ״אונז הא׳מיר נישט קיין השגה בדבריהם/ס׳איז אלעס העכערע ענינים״, און פון די אנדערע זייט מויל שרייען ״גלייבן אין עוואלוציע, גיל העולם עפ״י חוקרי מדע וכו׳ וכו׳ איז כפירה״? (אפשר איז דאס אליינס אויך העכערע ענינים...)


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 26, 2019 9:51 am#425199
די ווערטער פונעם שיטה מקובצת זענען למעלה מהשגתינו...
דינסטאג פעברואר 26, 2019 11:58 am#425210
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ווערטער פונעם שיטה מקובצת זענען למעלה מהשגתינו...


עיין בגמ' מתיבתא עוז והדר סי' ל"ח, ובילקוט ביאורים, ובמדור כפתור ופרח בשם ספה"ק....
דינסטאג פעברואר 26, 2019 12:02 pm#425211
גם זה למעלה מהשגתינו...
דינסטאג פעברואר 26, 2019 12:04 pm#425212
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גם זה למעלה מהשגתינו...


דאס איז שוין "למטה" מהשגתינו...
דינסטאג אפריל 02, 2019 8:03 am#427594
Re: לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
סתם פאר אינטרעסאנטקייט (בנוגע להאשכול). אין שו״ת משנה הלכות (ח״ז סימן ריח).
IMG_4247.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג אפריל 02, 2019 10:58 am#427620
אין קוראן שטייט אויך עפעס ענליכס.
דינסטאג אפריל 02, 2019 11:58 am#427631
מי אני האט געשריבן:סתם פאר אינטרעסאנטקייט (בנוגע להאשכול). אין שו״ת משנה הלכות (ח״ז סימן ריח).
IMG_4247.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk


פארשטייט זיך, אז ווען דער בעל משנה הלכות האט געטוהן אין זיין פארצווייגטע ביזנעסער און נורסינג האומס, איז ער אויך געווען א תמים תהיה און ממעט געווען אין חקירות משובח'דיגערהייט.

א נעכטיגע טאג. נאר אונז טאר'ן נישט חוקר ודורש זיין וואס איז מונח לפנינו.

א גוט'ן פורים...
דינסטאג אפריל 02, 2019 12:16 pm#427634
אז מ'רעדט שוין יא, האב איך לעצטנס געהערט א טייער ווארט. פארוואס איז יוחנן כהן גדול אפגעפארן ביי די אכציג יאר, איז ער געווען משוגע צו וואס? אכציג יאר האט ער זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר אידישקייט, און פונקט ביי די אכציג האט ער געדארפט אפפארן? וואס קען מען נאך טון ביי די אכציג יאר אלס OTD? וואלט אים נישט בעסער געלוינט צו דורכשטופן נאך אפאר יאר מיט די סתירות און נישט בלייבן לשמצה לדורות?

נאר די אמת איז, אז שוין פון אלץ קליין קינד האט ער שוין געהאט קשיות אין אמונה, נאר מ'האט אים אלץ געזאגט "ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין", און ער האט אלץ געטראכט אז ער איז נאכנישט גענוג אלט צו באמת פארשטיין. יעצט אבער ווען ער איז געווארן אכציג יאר, און ער איז שוין אפילו געווען עלטער ווי זיין טאטע און ער האט נאך אלץ געהאט די זעלבע קשיות, האט ער שוין זייער גוט פארשטאנען פארוואס מ'האט אים געזאגט "ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין"... ווייל ס'איז טאקע נישט דא וואס צו פארשטיין...

#הרוצה_לשקר_ירחיק_עדותו
מיטוואך אפריל 03, 2019 11:10 am#427768
איך האב געזעהן מחנכים וראשי ישיבות ווסא האבן פשוט געציטערט ווען מען האט געלערנט מיט א בחור מהר''ל, תורת חב''ד וכדו' נאר פשוט ווייל זיי האבן נישט געקענט גלייכען אז דאס קינד ווייסט צופיל און ווערט קלוג (אזוי ווי מיט דער טמנא כלי) זיי ציטערן אז מען עפענט אויף די קעפ פון אינזער קינדער
דינסטאג אקטאבער 22, 2019 8:43 pm#437391
לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
דער מו״נ (ח״ג פט״ו-ט״ז) איז להדיא שולל דייעלעטיאיזם (בעניני דת וכו׳, אין די קאנטעקסט ווי אזוי איך האב עס פארמולירט), און אז דאס איז נישט א חסרון [ליאות] מצד הבורא ב״ה ע״ש. ועיין בהתנצלותו של הרב ידעיה הפניני להרשב״א, בענין סוג הנמנע השני, בשו״ת הרשב״א (ח״א סימן תיח) ע״ש. ועיין ג״כ באור ה׳ (מאמר ב כלל ג פ״א) ע״ש.

***

ובסתם בנושא האשכול.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 11:45 am#438940
“Logic tries to resolve paradoxes, whereas much of religious thought thrives on them.”
Dr. Lisa Randall (physicist)

(אננעמענדיג די דרך פון דייעלעטיאיזם קען אפשר אויך שאפן פראבלעמען פאר געוויסע ראיות צו יחוד הבורא.)
פרייטאג פעברואר 21, 2020 1:58 pm#443242
לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
בנוגע גיין קעגן דאס געזעץ פון נאן-קאנטרעדיקשאן האט העראקליטוס (פון די חכמי יון) געהאלטן אז די גאנצע יצור איז איינס בעצם (בשעת׳ן זיין אסאך), דבר והיפוכו זענען די זעלבע, און אלעס ארבעט דורך (א) קאנסטענט טויש (וואס ער האט מדמה געווען צו פייער און איר פעולה, וואס ער האט געהאלטן איז די מערסטע פאנדאמענטאלע עלעמענט; די ארכי).

ס׳דא וואס טייטשן אויס זיין מהלך אלס א רעלעטאוויזם, א מאניזם, צו גאר פארקערט א פלורעליזם.

אפלטון און אריסטו האבן געהאלטן אז זיין שיטה איז קעגן די געזעץ פון נאן-קאנטרעדיקשאן; אז א דבר והיפוכו זענען אמת ביינאנזאם. דהיינו, ווייל אלעס בעצם, אפילו דבר והיפוכו עקזיסטירן צוזאמען נאר ווערן רעאליזירט דורך דאס קאנסטענט טויש, וממילא אלעס איז און איז נישט אין די זעלבע צייט.

מ׳פארענטפערט אים אבער פשוט אז טאמער ווי אזוי זיי שטייען יעצט איז מכח דאס טויש זענען זיי דאך למעשה נישט די זעלבע, הגם ביסודתם זענען זיי אייניג. אין אנדערע ווערטער, זייערע אידענטיטעטן זענען נישט די זעלבע אויף אמאל.

‏ווי אזוי איך פארשטיי ענדעלט זיין שיטה בכלל אין א חלק פון די באקאנטע יִן און יענג פילאזאפיע, ועיין כאן.

וע״ע כאן.

***

דער רס״ג אין האמונות והדעות (מאמר א פ״ג בדעת האחד עשר) זעהט אויס ווי ער מאכט אוועק די געדאנק פון רעלעטאוויזם בנוגע אמת, ואמיתת דבר והיפיכו ביחד (ועיין כאן). ועיין במו״נ (ח״א פע״א), כי הדבר כמו שאמרו תמיסטאיוס ואמר אין המציאות נמשכת אחר הדעות אבל הדעות האמתיות נמשכות אחר המציאות ע״כ ע״ש. (דאס איז מער נוטה צום קארעספאנדענס טעאריע פון אמת.)
זונטאג מערץ 08, 2020 7:06 pm#443706
Re: לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ה פ״ה) דרוקט זיך אויך אויס קעגן דעם אז אמונה קען זיין תלוי אין בחירה/ווילן, ווייל עס קען נישט זיין מ׳זאל בוחר זיין צו גלייבן איין זאך און דערנאך בוחר זיין צו גלייבן פארקערט וחוזר חלילה ע״ש.

אויבן-אויף קען דאס לכאורה אויסזעהן אז עס גייט קעגן דייעלעטיאיזם מיט׳ן זאגן אז ס׳איז אומעגליך בוחר צו זיין צו גלייבן צוויי קעגנזייטיגע זאכן. אבער מ׳קען אפשר זאגן אז דארט וואו מ׳עפּלייט די דאקטרין נעמט מען אן איין גלויבונג, והיינו אז אין די נושא נעמט מען אן (מכח פידעאיזם וכדומה) אז וואס מ׳איז מקבל וכו׳ איז אמת הגם עס גייט קעגן מוכח׳דיגע פאקטן וכו׳ וואס מ׳מוז אננעמען און מ׳קען נישט לייקענען. אין אנדערע ווערטער, זיין טענה איז נאר קעגן דעם אז מ׳קען טוישן אמונות ווי זאקן. אבער אויף אנצונעמען צוויי קעגנזייטיגע זאכן אויף אמאל גייט דאס נישט אן. און וואו מ׳עפּלייט די דאקטרין איז דער מענטש וואס האלט דאס גאר מוכרח דאס אנצונעמען מכח הכרתו וכו׳ וכדבריו הנ״ל ודוק.

ולכאורה פשוט הוא.
פרייטאג מערץ 13, 2020 4:55 pm#443816
לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
ראובן האט געשריבן:די אלטערנאטיווע פאר אמונה פשוטה איז אמונה מיט חקירה. אבער איך האב א גרויסן פראבלעם מיט חקירה מחמת עטליכע סיבות: 1) יעדער מענטש איז מלא נגיעות און עס איז באשיינפערליך אוממעגליך צוצוקומען צו א ריינער מסקנא איבער דעם אמת. 2) אין יעדער רעליגיע זענען פאראן אומצאליגע וואוילע און אויפריכטיגע מענטשן וועלכע האבן חוקר געווען רעליגיע און זענען צוגעקומען צו דער מסקנא אז דווקא זייער רעליגיע איז די אמת'ע. די פלא איז אז 99% פון די חוקרים קומען צו דער מסקנא אז די רעליגיע וואו זיי זענען געבוירן געווארן איז די אמת'ע, און ביי דעם קליינעם פראצענט וואס טוישט רעליגיעס איז בכלל נישט דא קיין קאנצענזוס צו וועלכער צו טוישן.

ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז בערטראנד ראססעל האט גע׳טענה׳ט קעגן די פילאזאפיע (און ״גרויסקייט״) פון טאמאס אקינאס אז אקינאס איז בעצם צוגעגאנגען צו חקירה און פילאזאפיע מיט זיינע פּריקאנסיווד הנחות מוקדמות איבער וואס איז אמת [זיינע רעליגיעזע גלויבונגען] און נישט אויף למען נאכצוגיין די אמת וואו עס זאל נאר נישט פירן; אן קיין שום בייעסיס. דער בריטישער פילאזאף דר. אנטאני קענני וויל דאס אבער פארענטפערן און צוגלייכן צו דעם וואס ראססעל אליין האט זיך אפגעגעבן מיט׳ן פּרוּוון אז איינס מיט איינס איז צוויי ‏(אלס אן עי פריארי) הגם ער האט דאס געוואוסט/געגלייבט מעיקרא (טאקע אלס אן עי פאסטעריארי).

בכלל האט אקינאס מער גערעדט פון א טעאלאגישן שטאנדפונקט, וואס הייבט טאקע אן מיט הנחות מיוסד על אמונה ונבואה וכו׳, ווי איידער פון א פילאזפישן, וואס הייבט אן מיט א הנחה אז מ׳דארף נאכגיין די אמת לשלעצמו אין די דבר הנחקר אליין. ער האט נאר געהאלטן אז טאמער זענען די טעאלאגישע מושגים פון די מושכלות, ווי למשל דאס נויטיגקייט פון זיין מאראליש, אחדות הבורא וכו׳ וכו׳, דעמאלטס קען מען דאס אויך אדורכטוהן פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט און איין דאמעין קען ארויסהעלפן די אנדערע.

‏וכבר נשנית כמה וכמה פעמים אז הגם צו פילאזאפיע דארף מען בעצם ובאמת זיין ריין אבדזשעקטיוו, איז דאס אבער נישט שייך לאמיתו ביים מין האנושי.
מוצ"ש אפריל 11, 2020 9:47 pm#445651
Re: לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
IMG_6798.jpg

דאס קען אויך נוגע זיין, פון אן עקזיסטענשאנעל מבט. במשנתו של דר. פראנז ראזענצווייג.
פרייטאג אפריל 17, 2020 3:29 am#445966
Re: לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
כוזרי (מאמר ד אות ו):
‏
כִּי הַמַּחֲשָׁבָה אֵינֶנָּה כִּי אִם כְּסִפּוּר דְּבָרִים, לֹא יִתָּכֵן בָּזֶה לְתָאֵר שְׁנֵי דְבָרִים יַחְדָּו

ולהלן שם באות כב:
‏
וְלֹא יִתָּכֵן שֶׁיִּהְיֶה הָאֱמֶת בִּשְׁתֵּי קַצְווֹת הַסּוֹתֵר, אֶלָּא אוֹ בְאַחַת מֵהֶן אוֹ אֵינוֹ בְאַחַת מֵהֶן
זונטאג אפריל 19, 2020 4:08 pm#446119
מי אני: איך וועלל נאר ברענגען א ראי' פון 2 פיזישע קעגנשטאנדן (וואס הגם מ'זעהט זיי נישט, עקזיסטירן זיי דאך.).

ביי עלעקטראניקס (ווער רעדט נאך פון דעם. היינט איז דאך אלעס דידזשיטל.) איז פארהאן איין מין התנגדות (רי-עקטענס) וועלכע איז די רפואה, און טוט אוועקנעמען די 2'טע.

קעפעסיטיוו ריעקטענס...capacitive reactance...cancels out inductive reactance... The formula is...Z=XL - XC...(Impedance)... .בלייב איך מיט זיראו... ממילא אויב האביך אן עקס סי. פון 100 נעמט דאס אוועק 100 פון די עקס על
זונטאג אפריל 19, 2020 4:15 pm#446120
המשך: לעניננו. אויב האביך 2 הפכים. מוז איינס אויסקענסלען די צווייטע. בלייב איך ביי זיראו. אפס. גארנישט. נאר ביי אמונה מוז איינס זיין שטערקער פונ'ם צווייטן כדי איהם/איהר עוקר צו זיין. אזויפיהל איז אז איך קען נישט ארויסלערנען א כלל אויף דעם. ערגעץ אנדערש.

א שטיקל רמז קען זיין דער כלל פון די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן..."שני כתובים הבאין כאחד אין מלמדים"...הגם דער מאטיוו אונטער דעם כלל איז פארקערט. נישט אז איינס איז עוקר די צווייטע. נאר אז איך קען נישט ארויסלערנען פון דא אויף א צווייטע פלאץ...!

שוין. גענוג שטותים גערעדט...!
זונטאג אפריל 19, 2020 4:33 pm#446122
Re: לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
די שמועס דא איז בנוגע מער אבסטראקט [ספירטואלע] רוחניות׳דיגע מושגים, ביי דעם איז (אפשר) מער שייך דבר והיפיכו בנושא אחת. פארשטייט זיך אז ס׳איז אינו כן אין פיזישע מציאות׳ן אדער אין אלגעמיינע לאגישע דעדאקשענס.
זונטאג אפריל 19, 2020 4:48 pm#446124
מי אני: אני הקטן (מי אני?) בדרך כלל גלייב באמונה פשוטה.ווייל איך זעה אז די אייבישטער איז דא. און, אזוי ווי דער רמב"ם האט געזאגט דעם משל אז אויב א מענטש וועט אריינגיין אין א מוזעאום און זעהן א הערליכע פעינטינג, וועט זאגן אז די פעינטינג האטציך אליינס געשאפן ווען עטליכע פלעשלעך טינט האטציך אויסגעגאסן אויף א קענוועס...! מ'וועט זאגן אויף איהם אז ער איז חסר דיעה. ס'איז א סאך מער לאגיש צו זאגן אז א גרויסער מייסטער האט דאס מיט זיין חכמה געשאפן. די זעלבע ביי מעשה בראשית.מ'זעהט ווי די גאנצע בריאה איז געשאפן געווארן מיט גרויס חכמה. און איך זעה אויך השגחה פרטית אין די טאג טעגליכע הנהגה פון די וועלט...!
דינסטאג אפריל 28, 2020 3:31 pm#446970
Re: לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
IMG_6842.jpg

במשנתו של ניטשע (אינ׳ם קאנטעקסט פון זיין קריטיִק אויף מאראליטעט).
דינסטאג אפריל 28, 2020 4:25 pm#446974
מי אני: להוציא מליבן של אלו... שרוצים לספר לנו ש'תורתן היא תורת אמת. או תורה מן השמים...!
זונטאג מאי 03, 2020 1:20 am#447467
לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
IMG_6873.jpg

ובמשנתו וואס קען האבן א שייכות צום דייעלעטיאיזם שמועס.

***

ובנושא האשכול בסתם איז מערקווידיג צוצוברענגען דאס אנעקדאט וואס דר. פרעד סאממערס פארציילט. אלס תלמיד פון הגאון הרב דר. סאלאווייטשיק האט ער אים געזאגט, ״איך האב ספיקות איבער דאס מציאות פון ג-ט״. האט ער ארומגעלייגט זיין האנט ארום אים און געזאגט, ״פרעד, אינטעלעקטועלי איז עס 50/50. מ׳דארף גלייבן״.

ולענינינו, אמונה פשוטה קען באדייטן דאס זיין אן אגנאסטישע טיעסט. מ׳דארף אבער נאך אלס געדענקען דאס אגנאסטישקייט וואס ליגט דערונטער, וכדברי ATUB @ראובן ATUB .
זונטאג מאי 03, 2020 2:05 am#447472
מי אני: נישט קיין וואונדער אז די גרויסע פילאזאפן זענען נישט זיכער צי ס'איז טאג אדער נאכט. אפילו אויב די זון שיינט זיי אריין אין פנים זענען זיי אויך נישט זיכער אויב ס'איז די זון. אדער א מענטש האט אנגעצינדן א שטארקן רעפלעקטאר פון א פאר מיליאן גיגא וואטטס אויף די לבנה...לאל...!

איז ממילא יכול אני לפטור אותם מדין...זיי זענען נישט זיכער מיט גארנישט...אפילו אויב זיי עקזיסטירן. אדער ס'איז נאר א חלום...!
מיטוואך יולי 08, 2020 12:36 pm#454047
דא [בערך ביי 10:00] זאגט דר. סקאט בערי קויפמאן אז Wisdom קען מיינען אז מ'קען האבן און דערהייבן אין שכל צוויי קעגענזייטיגע סתירות אויף א נושא ביינאזאם און דאדורך טרענסענדן צו א שלימות אינעם זאך.
מיטוואך יולי 08, 2020 1:17 pm#454051
זאגט ער...

אויב טרענסענד מען צי "שלימות" איז דאס מער נישט "צוויי" קעגענזייטיגע סתירות..
מאנטאג יולי 13, 2020 7:21 pm#454483
לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
מי אני האט געשריבן:בנוגע גיין קעגן דאס געזעץ פון נאן-קאנטרעדיקשאן האט העראקליטוס (פון די חכמי יון) געהאלטן אז די גאנצע יצור איז איינס בעצם (בשעת׳ן זיין אסאך), דבר והיפוכו זענען די זעלבע, און אלעס ארבעט דורך (א) קאנסטענט טויש (וואס ער האט מדמה געווען צו פייער און איר פעולה, וואס ער האט געהאלטן איז די מערסטע פאנדאמענטאלע עלעמענט; די ארכי).

ס׳דא וואס טייטשן אויס זיין מהלך אלס א רעלעטאוויזם, א מאניזם, צו גאר פארקערט א פלורעליזם.

אפלטון און אריסטו האבן געהאלטן אז זיין שיטה איז קעגן די געזעץ פון נאן-קאנטרעדיקשאן; אז א דבר והיפוכו זענען אמת ביינאנזאם. דהיינו, ווייל אלעס בעצם, אפילו דבר והיפוכו עקזיסטירן צוזאמען נאר ווערן רעאליזירט דורך דאס קאנסטענט טויש, וממילא אלעס איז און איז נישט אין די זעלבע צייט.

מ׳פארענטפערט אים אבער פשוט אז טאמער ווי אזוי זיי שטייען יעצט איז מכח דאס טויש זענען זיי דאך למעשה נישט די זעלבע, הגם ביסודתם זענען זיי אייניג. אין אנדערע ווערטער, זייערע אידענטיטעטן זענען נישט די זעלבע אויף אמאל.

‏ווי אזוי איך פארשטיי ענדעלט זיין שיטה בכלל אין א חלק פון די באקאנטע יִן און יענג פילאזאפיע, ועיין כאן.

וע״ע כאן.

ומאידך גיסא אנאקסעגאראס האט געהאלטן אז אלעס איז שוין בתוך אלעס. דאס הייסט אז אין יעדע סארט זאך/באשטיינדעל איז שוין דא (קלענערע) באשטיינדלען פון אלעס אנדערש אינעם יקום. אריסטו איז דאס מסביר ווייל ער האט געהאלטן אזוי ווי פּארמענידיס (קעגן העראקליטוס), וממילא איז דאס געווען זיין טעזע ווי אזוי טויש קומט למעשה צושטאנד, עכ״פ צו אונזער באוואוסטזיין.
מי אני האט געשריבן:
IMG_6842.jpg

במשנתו של ניטשע (אינ׳ם קאנטעקסט פון זיין קריטיִק אויף מאראליטעט).

דער דייטשער פילאזאף דר. אסוואלד ספענגלער האט געהאט געזאגט אז ״ס׳איז נישטא קיין אייביגע אמת. יעדע פילאזאפיע איז אן אויסדרוק פון איר היסטארישע תקופה.״

***

ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דר. קייפּינג פּענג און דר. ריטשערד ניסבּעט האבן געטראפן אז כינעזער קענען גרינגער דערהייבן (און משוה זיין) סתירות ווי איידער אייראפעישע/אמעריקאנע וואס זענען מער געבינדן צו אריסטו׳ס לאגישע געזעצן. דאס איז טאקע ווייל כינעזער גייען מער מיט א ״העראקליטוס״ מהלך. זיי ברענגען אויך צו אז ווי עלטער מ׳איז, מידל-עידזש וכו׳, אלס מער קען מען דערהייבן סתירות (אן מוזן נעמען איין צד וכו׳).

איינע פון זייערע היפאטעזיעס דערין איז אז עס איז מכח דאס וואס די כינעזער זענען מער געוואוינט צו (עכ״פ אויבנאויפ׳דיגע) סתירה׳דיגע פתגמי חכמה [e.g. ״צופיל אן עניו איז האלב א בעל גאוה״ - א סתירה צום דעפיניציע פון ״עניו״]. אין זייער צווייטע שטודיע דארט האבן זיי זיך באנוצט מיט פתגמים אין אידיש, סיי סתירה׳דיגע און סיי נישט. אפשר קען מען זאגן אז אידן זענען אויך מער געוואוינט צו די סארט פתגמים (כידוע זענען דא אנדערע פאראלעלן צווישן דאס כינעזע קולטור און דאס אידישע).

זייער היפאטעזיע בנוגע די סיבה דערצו מכח די כינעזער זייענדיג מער אפען צו פשרות ביי סאציאלע געפעכטן איז אפשר נישט אזוי שטארק ביי אידן. זיי זענען דאך באקאנט אלס׳ן זיין לאָיערס צו לגמרי געוואונען סאציאלע געפעכטן וכדומה. דאס גיבט א טיפערן באדייט לויט אונזער מהלך צום ״פתגם חכמה״/פסוק (קהלת ח א) מי כהחכם ומי יודע פשר דבר.

ווי אויך זענען אונז גאר אנדערש ווי זיי אין וואו אונז פארלאזן מיר זיך גאר שטארק אויף די סאקרעטיק מעטאד פון דעבאטע, וואס איז, כמובן, באזירט אין אריסטו׳ס לאגישע געזעצן.

זיי ענדיגן צו אז דאס אליין דארף מען משוה זיין: צו נוצן ביידע סארטן געדאנקענגענג...
דינסטאג אוגוסט 04, 2020 4:58 pm#455921
די נוצרי׳שע טעאלאגן קלעמענט פון אלכסנדריא, ארידזשען, און אגוסטין האבן געהאלטן אז א מענטש׳נס ״אמונה״ איבער א זאך וכו׳, אפילו ווען עס זעהט אים אויס בשורשו מכח ראציאנאל, איז אלעמאל תלוי ברצון (מעיקרא).