מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:42 am#297924
לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה
מ'האט שוין א סך ארומגערעדט דא וועגן אמונה פשוטה, וויל איך היינט דא פארשטעלן מיינע הגיגים.
דער מושג פון אמונה פשוטה זאגט אז מ'זאל גלייבן בלינדערהייט אן קיין שכל – כ'גלייב ווייל אזוי האט מיין טאטע געגלייבט, כ'גלייב ווייל אזוי האבן מיינע רבי'ס מיך געלערנט. פארשטייט זיך אז דער מושג איז אפגעפרעגט אין די אויגן פון בעלי מחשבה פאר אומצאליגע סיבות. צווישן זיי: 1) אויב א מענטשנ'ס פליכט איז צו האבן אמונה פשוטה, דאן מוז דאך דאס זיין דער פליכט פון דעם עובד עבודה זרה פונקט ווי דעם חרדישן איד. טא, וואס מאכט חרדיזם מער אמת ווי זאראאסטריאניזם? 2) צוצוקומען צו דער ריכטיגער רעליגיע איז דאך דער מאנומעלטאלסטער באשלוס וואס א מענטש קען מאכן אין לעבן. ווי קען א מענטש מאכן אזא וויכטיגן באשלוס באזירט אויף וואס זיין טאטע האט געטון? 3) קען דען זיין אז דער רצון ה' איז אז מענטשן זאלן אננעמען מלכות שמים באזירט אויף אזא לייכטזיניגן באשלוס וואס שטימט נישט מיט'ן שכל קיין כי הוא זה?
אבער ווי מאדנע עס זאל נאר קלונגען, טוען די אלע טענות אויף אמונה פשוטה מיר נאר נענטער ברענגען דערצו. וויאזוי קען דאס זיין? אט הערט. די אלטערנאטיווע פאר אמונה פשוטה איז אמונה מיט חקירה. אבער איך האב א גרויסן פראבלעם מיט חקירה מחמת עטליכע סיבות: 1) יעדער מענטש איז מלא נגיעות און עס איז באשיינפערליך אוממעגליך צוצוקומען צו א ריינער מסקנא איבער דעם אמת. 2) אין יעדער רעליגיע זענען פאראן אומצאליגע וואוילע און אויפריכטיגע מענטשן וועלכע האבן חוקר געווען רעליגיע און זענען צוגעקומען צו דער מסקנא אז דווקא זייער רעליגיע איז די אמת'ע. די פלא איז אז 99% פון די חוקרים קומען צו דער מסקנא אז די רעליגיע וואו זיי זענען געבוירן געווארן איז די אמת'ע, און ביי דעם קליינעם פראצענט וואס טוישט רעליגיעס איז בכלל נישט דא קיין קאנצענזוס צו וועלכער צו טוישן. 3) אמונה דורך חקירה ברענגט אן אילוזיע פון זיכערקייט וואס קען גורם זיין ראדיקאליזם. אז איך "ווייס", בידיעה שלימה, אז מיין רעליגיע איז 100% אמת, איז דאך נישט דא קיין מקום פאר רחמנות, טאלעראנץ און ליבעראליזם. דאס פאר זיך איז נישט קיין טענה קעגן חקירה, ווייל אויב חקירה ברענגט צום אמת קענען מיר נישט האבן קיין טענה אויף דער תוצאה; אז די רעליגיע איז אמת קען ראדיקאליזם אויך זיין אמת. אבער וויבאלד מיר האבן שוין קלאר געמאכט די פריערדיגע פונקטן וועלכע דייטן שטארק אן אז חקירה קען נישט זיין ריין פון נגיעות, איז ראדיקאליזם א טענה דערקעגן.
דערפאר מיין איך אז אמונה פשוטה איז למעשה דער בעסטער וועג וויאזוי ארויסצוקריכן פון די אלע אויבנדערמאנטע פראבלעמען. די פראבלעמען וועלכע מיר האבן געהאט מיט אמונה פשוטה זענען נישט באמת פעלערן פון אמונה פשוטה גופא, נאר פון דעם אראגאנץ פון מאנכע מאמינים פשוטים. ריכטיגע אמונה פשוטה דארף קומען מיט איידלקייט און ענווה; זי דארף זיין באגלייט מיט פארשטאנד און ליבשאפט. "אמונה פשוטה" ווערט נישט געזאגט מיט א דונערדיגן זעץ אויפ'ן טיש מיט א פרואוו צו דערשטיקן דעם מענטש ברוחניות ובגשמיות. זי ווערט געזאגט מיט א שמייכל, און מיט א פארשטענדליכן בליק אויף דער וועלט.
מיין טאטע, זיין טאטע, מיינע זיידעס ארויף פילע דורות, האבן זיך מוסר נפש געווען אויף אידישקייט. וויל איך ווייטער גיין אויף דעם וועג? יא. שפיר איך א צוגעבונדנקייט, א ליבשאפט צו אידישקייט? יא. בין איך אינטערעסירט מסתפק צו זיין אויב זיי זענען געווען גערעכט? ניין, איך בין צופרידן אזוי. דאס איז אלעס וואס איז נוגע מיר און מיין לעבן – כ'האב גענומען אויף מיר אמונה פשוטה.
אבער מיין נעמען אויף זיך אמונה פשוטה מאכט מיר נאך נישט פאר א שוטה, און איך פארשטיי זייער גוט וואס דאס באדייט. איז מיין אמונה פשוטה א 'ראיה' אז אידישקייט איז אמת? ניין. מיינט דאס אז נאר איך בין גערעכט? ניין. מיינט דאס אז איך מעג יענעם דן זיין לויט דעם וועלט-אויסקוק וואס איך האב גענומען אויף מיר באמונה פשוטה? ניין. איך ווייס און פארשטיי וואס אמונה פשוטה מיינט און אירע באגרעניצונגען – זי איז נישט אבסאלוט און קען נישט זיין ראדיקאל. עס איז נישט קיין שאלה וועגן אמת און שקר, נאר וועגן וואס זעט מיר אויס ווי דער אמת מיט וואס 'איך' קען לעבן.
איז לאמיר פארשטיין, איז אמונה פשוטה א פליכט? כ'ווייס נישט, איך בין באקוועם דערמיט. איז דער זאראאסטריאנער נישט גערעכט ווען ער נעמט אן זיין רעליגיע באמונה פשוטה? כ'האב נישט קיין מושג, און כ'בין אים נישט דן.
און לאמיר א בליק טון אויף די אנדערע פראבלעמען וועלכע איך האב געהאט מיט אמונה פשוטה: פראגע: קען דען זיין אז דער רצון ה' איז אז מענטשן זאלן אננעמען מלכות שמים באזירט אויף אזא לייכטזיניגן באשלוס וואס שטימט נישט מיט'ן שכל קיין כי הוא זה? ענטפער: כ'זע נישט פארוואס נישט. גאט איז נישט קיין מאנסטער, ער פארשטייט אז מיר זענען פשוט'ע מענטשן, מיר טוען גוטס, מיר פרובירן צו זיין וואויל, מיר פרובירן אפילו זיך צו געפונען באקוועם אין א סיסטעם וואס איז געווידמעט אים צו דינען. מיר ווייסן אז ס'איז נישט מעגליך צו נוצן דעם שכל אויסצוגעפונען דעם אמת, פרובירן מיר צו זיין וואויל לויט דעם סיסטעם אין וועלכן מיר שפירן באקוועם. מיין טיפ גאט פארשטייט דאס, און דאס איז אפשר אפילו זיין פלאן פון דער בריאה.
פראגע: צוצוקומען צו דער ריכטיגער רעליגיע איז דאך דער מאנומעלטאלסטער באשלוס וואס א מענטש קען מאכן אין לעבן. ווי קען א מענטש מאכן אזא וויכטיגן באשלוס באזירט אויף וואס זיין טאטע האט געטון? ענטפער: עס איז גארנישט אזוי מאנומענטאל ווי מ'מיינט. עס שטימט, עס איז שיין, עס מאכט דאס לעבן באדייטפול, און מ'מעג מאכן א טעות – קען זיין אז ס'איז אפילו נישט מעגליך צו מאכן א טעות.
אבער ווי געזאגט, אזא סארט אמונה, אן אמונה פשוטה וואס קען שטימען מיט אלוקית, פארלאנגט בויגזאמקייט און ענווה. עס פארלאנגט צו זיין גוט צו יעדן, און צו זען דברים שבין אדם לחבירו ווי מער אבסאלוט ווי בין אדם למקום. א מענטש מיט ענווה'דיגע אמונה פשוטה קען נישט זיין ראדיקאל און פונדאמענטאליסטיש ווי דעם אראגאנטן מאמין פשוט. ער דארף פארשטיין יעדנ'ס געפילן און רעכטן, און זיין אייגענע אמונה פשוטה דארף זיין א ריזיגער שפיגל צו רעפלעקטירן און איינזאפן יעדע סארט אמונה פשוטה איבער דער וועלט.