Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן

ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
52 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 69 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6794
מאנטאג יולי 14, 2014 5:52 pm#211700
ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן
ברשות כל הקהל הקודש, וויל איך דא באשרייבן די דריי געזעצן פון ניוטאן, וועלכע זענען די באזיס פון די גאנצע קלאסישע פיזיקס. איך וועל אנפאנגען קודם מיטן ערשטן געזעץ, און איך וועל האפנטליך נאכפאלגן מיט דאס איבעריגע.

ווער איז עס ניוטאן?

פי4.jpg
פי4.jpg (198.25 KiB) געזען געווארן 3213 מאל
סיר אייזיק ניוטאן (Sir Isaac Newton) איז געווען אן ענגלישער פיזיקער און מאטעמאטיקער, וועלכער האט געלעבט אין מזרח ענגלאנד אין די יאהרן 1642-1727 למספרם, (וואס קומט אויס ה'ת"ג-תפ"ז אויפן אידישן לוח).

ניוטאן ווערט פאררעכנט היסטאריש אלס דער גרעסטער סייענטיסט אין די היסטאריע וועלכער האט געהאט אן אייגנארטיגע איינפלוס איבער טיעראטישע פיזיקס, ביזן אנקום פון אלבערט איינשטיין וועלכער האט איבערגענומען זיין פלאץ. עס איז נישט דא דער פלאץ צו אויסרעכענען זיינע אלע ערפינדונגען וואס ער האט אונז איבערגעלאזט במשך זיינע 85 יאהרן וואס ער האט געלעבט אויף אונזער ערד-קוגל, ווייל די ליסט איז זייער לאנג. מיר וועלן זיך בעיקר קאנצעטרירן איבער זיינע געזעצון איבער מאושן. ניוטאנ'ס בליק איז געווען אז די געזעצן פונעם נאטור זענען געבינדן צו מאטעמאטישע געדאנקען, און זיי גייען צוזאמען און מסודר'דיג, און דורך זיי עקזיסטירט אונזער יוניווערס.

די דריי געזעצן


פי7.jpg
פי7.jpg (11.82 KiB) געזען געווארן 3218 מאל


אינעם יאהר 1687 למספרם (ה'תמ"ז) האט ער ארויסגעגעבן א בוך מיטן נאמען (אין לאטייניש) “PHILOSOPHIE NATRUALIS PRINCIPIA MATHEMATICA” באקאנט אלס "פרינקיפיע". דער באדייט אין אידיש איז "די מאטעמאטישע פרינציפן פאר די פילאזאפיע פונעם נאטור". אינעם בוך האט ער אראפגעלייגט דריי פונדעמאנטאלע געזעצן, און דורך זיי – באנוצנדיג זיך מיט די "קאלקולוס" וואס ער האט אנטוויקלט – האט ער סוקסעספול ערקלערט אסאך פראבלעמאטישע פאקטן און געשעהנישן אינעם נאטור, און ער האט אויפגעוויזן ווי עס ליגן אונטער זיי ריינע מאטעמטישע פורמאלעס. (צווישן זיי די באקאנטע קאפלער געזעצן).

די ערשטע געזעץ

די ערשטע געזעץ איז באקאנט אין ענגליש אלס "Law of Inertia" (אין עברית – "עיקרון ההתמדה"). דער געזעץ שטייט אין באזיס פון די נייע פיזיקס פונעם 17'טן יאהר הונדערט, און איז נאך אלס גילטיג אין די היינטיגע מאדערנע פיזיקס.
היסטאריש גערעדט קומט נישט די קרעדיט פארן אויסטרעף פונעם געזעץ נאר פאר ניוטאן, ווייל דאס האט שוין פון פריער אהערגעשטעלט געווארן דורך גאלילעא גאלילעי (1564-1642, שכ"ד-ת"ב) (עס איז צו אנמערקן אז אינעם זעלבן יאהר וואס גאלילעי איז געשטארבן איז ניוטאן געבוירן געווארן. עס דערמאנט די באקאנטע גמרא (קידושין ע"ב:) כשמת ר"ע נולד רבי וכו' ). אבער וויבאלד ניוטאן האט עס פארברייטערט און קלארער געמאכט, איז עס פאררופן געווארן על שמו, ווערנדיג אריינגערעכנט אלס די ערשטע פון זיינע דריי געזעצן.

אלזא, די געזעץ זאגט אזוי:
Law I: Every body persist in its state of being at rest or moving uniformly straight forward, except insofar as it is compelled to change its state by force impressed.

אין א פרייע איבערזעצונג אויף אידיש:
ערשטע געזעץ: יעדער גוף וועט פארזעצן אין זיין מצב פון ליגן רואיג אדער זיך רוקן גלייך פאראויס אין א קביעות'דיגע שנעלקייט, חוץ און כל עוד עס ווערט געצווינגען זיך צו טוישן זיין מצב דורך כח וואס טוהט איהם בעאיינפלוסן.


אויב דאס איז גענוג קלאר און פארשטענדליך פאר אייך, דאן האט איהר נישט פארוואס צו לייענען ווייטער און פארשווענדן אייערע טייערע צייט, (איהר קענט גיין לייענען איבער די רעלעטיוו טעאריע אדער קוואנטום פיזיקס), אבער פאר די וועלכע וואס ווילן פראבירן פארשטיין וואס ליגט אונטער אט די דאזיגע ווערטער, וואס איז דער חידוש דערין און וואס נישט, דארפן מיר אריבערגיין און איבערפרישן עטליכע פונדעמאנטאלע באגריפן אין פיזיקס.

שנעלקייט ] (velocity/ מהירות). עס קען געמאסטן ווערן די שנעלקייט וואס אן אביעקט רוקט זיך דורכן אבזערווירן די ווייטקייט וואס דער אביעקט האט זיך גערוקט אין א געוויסע צייט. אין די היינטיגע קארס איז דאס זייער באקאנט אלס מפ"ש (מייל פער שעה) אין די טראדיציאנאלע מדינות, אדער קמ"ש (קילאמעטער פער שעה) אין די מער ליבעראלע מדינות.

אקסעלערעישן – (Acceleration/תאוצה). דאס הייסט פארגרעסערן שנעלקייט. מען קען מעסטן די אקסעלערעישן פון אן אביעקט דורכן טויש פון די שנעלקייט אין וועלכע ער פארט. למשל ווען א קאר וואס האט אנגעפאנגען צו פארן מיט 0 מפ"ש און נאך איין מינוט איז ער שוין געפארן אויף א ספיד פון 1 מפ"ש, און נאך 10 מינוט איז ער געפארן 10 מפ"ש, און נאך 20 מינוט 20 מפ"ש, און אזוי ווייטער. דעמאלס הייסט עס אז דער קאר'ס אקסעלערעישן איז 1. (עס איז אביסל א טריקי נושא, אבער איך וועל עס לאזן אזוי ווי עס שטייט דא).

קביעות'דיגע שנעלקייט - (מהירות קבועה / Constant Velocity. דאס איז ווען אן אביעקט רוקט זיך אין א געוויסע צייט, מיט די זעלבע מאס במשך די גאנצע צייט וואס ער ווערט אבזערווירט. למשל ווען א קאר פארט אויף קרוז, פארט די קאר אויף א קביעות'דיגע שנעלקייט.

כח – (force). כפשוטו, עס פאדערט נישט קיין איבעריגע הסברים, א כוח אין פיזיקס, איז עפעס וואס קען גורם זיין פאר אן אביעקט צו טוישן זיין מצב אנדערש ווי ער איז פון פארדעם. עס איז דא פארשידענע וועגן ווי אזוי צו אפמעסטן די פארשידענע גרויסקייטן פון שוואכערע און שטארקערע כחות.

וועקטאר - (vector/וקטור). דאס איז א מאס פון א געוויסע גרויסקייט וואס גייט צוזאמען מיט א ריכטונג. עס קען ווערן געשריבן אלס: בילד . אנדערש ווי למשל ווען מ'רעדט פון א גרויסקייט פון א געוויסע אביעקט (לענג / ברייט / וואג) וואס קומט נישט צוזאמען מיט א ריכטונג.

אלזא, צוריק צום געזעץ, מיר זעהן אז די געזעץ רעדט לכאורה איבער צוויי באזונדערע פעלער, איינס איבער אן אביעקט וואס ליגט רואיג און רוקט זיך נישט, און די צווייטע איבער אן אביעקט וואס פארט אין א גלייכע ליניע מיט אן אייניגע שנעלקייט, לאמיר קודם פארשטיין די ערשטע פאל.

לאמיר זיך פארשטעלן א שטיין וואס ליגט אויפן ערד, איז זעלבסט פארשטענדליך (ווייל צו דעם זענען מיר צוגעוואוינט אינעם טאג-טעגליכן לעבן) אז די שטיין וועט בלייבן שטיין ווי א קלאץ אויף אייביג, ביז עס וועט קומען פון ערגעצוואו א געוויסע כח, זאל עס זיין א מענטש, א מאשין, אדער א שטארקע ווינט (אויב דער כח איז גענוג שטארק צו רוקן דעם שטיין, געוואנדן אין די וואג פון די שטיין און אין די שטארקייט פונעם כח, ווי מיר וועלן זען מער דעטאלירט אינעם צווייטן געזעץ), דעמאלס און נאר דעמאלס וועט זיך טוישן דער מצב פון דעם שטיין. אויב אזוי, איז זייער ריכטיג צו זאגן אזוי ווי דער געזעץ זאגט, אז ער וועט אזוי בלייבן פאר אייביג כל עוד ער ווערט נישט בעאיינפלוסט פון אן אנדער כח.

אבער ווען מיר גייען צום צווייטן פאל פונעם געזעץ איז עס ממש אומפארשטענדליך, אונז זענען מיר צוגעוואוינט פונקט פארקערט, אונז זעהן אז יעדע זאך וואס רוקט זיך (דהיינו – ער איז מאושן, ער טוישט פאזיציע) פאדערט נאכאנאנדע ענערגיע (דהיינו – כח) צו קענען פארזעצן אין זיין וועג, אפילו נאר אויף צו בלייבן אויפן זעלבן שנעלקייט. זאל עס זיין א קאר, אן עיראפלעין אדער וואס נישט. און דער אמת איז, אז טאקע ביז ניוטאנ'ס צייטן (אדער גאלילעי'ס צייטן) האט מען טאקע געגלויבט אין די פיזיקס וואס אריסטו האט אהערגעשטעלט, און געהאלטן אז מען מוז אפערירן א געוויסע כח כדי צו אנהאלטן מאושן, און ווען מ'לאזט נאך און מ'געבט שוין מער נישט קיין כח, וועט אויטאמאטיש דער אביעקט צוריקגיין צו דיפאלט, און בלייבן שטיין רואיג אין א מצב מנוחה.

און טאקע דא ליגט באהאלטן דער עיקר חידוש פונעם געזעץ, ווייל גאלילעי און ניוטאן האבן מצליח געווען צו ארויסגיין פון אונזער נאטורליכע מצומצמ'דיגע באקס אין וועלכע מיר זענען געבוירן געווארן, וואס דאס איז "די ערד קוגל". זיי האבן באטראכט די אוניווערסאלע געזעצן פונעם נאטור, נעמענדיג אין באטראכט אז יעדע אביעקט וואס איז נאנט צום ערד-קוגל ווערט בעאיינפלוסט פון די גראוויטי (כח המשיכה) פונעם ערד-קוגל, און אזוי אויך פון די לופט אין וואס ער רייבט זיך נאכאנאנד אריין, דעריבער קענען מיר נישט באשטימען די אוניווערסאלע געזעצן דורך די התנהגות פון די אביעקטן אויף אונזער וועלט.

אט דא קומען ניוטאן און גאלילעי און זיי זאגן אונז, אז בעצם אין דיפאלט וואלט יעדער אביעקט געדארפט ווייטער ממשיך זיין מיט זיין נסיעה אהן ער זאל דארפן באנוצן ענערגיע, ער דארף נישט קיין שום כח וואס זאל עם שטופן אדער שלעפן כדי צו פארן אויף א קביעות'דיגע שנעלקייט. און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס די אלע שטערנס אין ספעיס נוצן נישט קיין גאז סטאנציעס צו אנפיהלן זייערע טענק, און זיי פארן אויף אומגלויבליכע שנעלקייטן אהן קיין שום באנוץ פון ענערגיע, (בעצם, איז עס נישט ממש אזוי ווייל זיי האבן די כח המשיכה פון די זוהן, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך...).

יעצט לאמיר צוריק לאנדן אויף אונזער ערד קוגל, עס איז נישט פארהאן קיין שום סתירה פון אונזער טאג-טעגליכע איבערלעבענישן צו ניוטאנ'ס געזעץ, ווייל דאס וואס אונזערע קארס באנוצן אזויפיהל פון די טייערע פליסיגקייט, איז נאר וועגן די גראוויטי און די לופט. דהיינו, בעצם וואלט יעדע קאר געדארפט ממשיך זיין צו פארן אהן קיין שום ענערגיע באנוץ, די מינוט וואס מ'האט איהם געלייגט אויף 60 מפ"ש, וואלט ער געדארפט ממשיך זיין אויף אייביג און פארן אויף א גלייכע לינע פון 60 מפ"ש. נאר וואס דען? די געזעץ זאגט: "חוץ אויב ער ווערט געצווינגען צו טוישן זיין מצב דורך אן איינפלוס פון א כח", וואס דאס איז בעצם וואס געשעהט מיט אונזערע קארס עס זענען דא צוויי כחות וואס האלטן צוריק אונזער קאר פון פארן, דאס איז די גראוויטי (וואס איז בעיקר שטארק ווען מ'פארט בארג ארויף) און די לופט וואס רייבט זיך אריין אין די קאר און שטעלט א ווידערשטאנד, (אן עקסטערע שמועס פאר זיך, אינעם דריטן געזעץ).

אלזא, ווען מיר גייען צוריק צום ערשטן פאל, וואס איז געווען פריער אזוי פארשטענדליך און פשוט, איז שוין יעצט נישט ממש אזוי. ווייל די שטיין וואס ליגט אויפן ערד איז נישט ממש באפרייט פון אלע כחות, ער האט דאך א כח המשיכה וואס ארבעט אויף איהם און שלעפט איהם צו די ערד. דעריבער איז וויכטיג צו אויסשמועסן אז די ערשטע פאל פון די געזעץ הערט זיך שענער, אויב זאלן מיר נעמען אן אביעקט און איהם לייגן אין ספעיס, אינמיטן דעם טונקעלעם גארנישט (ווייט אוועק פון יעדע שטערן וואס קען איהם בעאיינפלוסן דורך זיין גראוויטי), און מיר זאלן איהם אוועקלייגן ער זאל בלייבן שטיין און קלאצן, (איך ווייס אז נאך ווען איהר וועט לייענען איבער די רעלעטיוו טעארי, וועט איהר נישט מסכים זיין מיט אזא געדאנק, אבער איהר דארפט געדענקען אז ניוטאן האט נאכנישט געוואוסט פון קיין איינשטיין צו זאגן, און ער האט געהאלטן/געמיינט אז עס איז יא דא אן אבסולוטע סיסטעם, וואס יעדע אביעקט ווערט געמאסטן לויט דעם), וועט ער בלייבן אזוי שטיין אויף אייביג, אהן ער זאל דארפן עפעס זאל איהם אונטערהאלטן.

איי, וועט איהר פרעגן, פארוואס דא אויף אונזער ערד-קוגל איז נישט אזוי, אויב זאל איך לייגן א גלאזערנעם טעלער אינמיטן די לופט, וועט נישט נעמען קיין צוויי סעקונדעס (געוואנדן ווי הויך איך וועל עס לייגן) ביז איך וועל טרעפן א צופיצלטע טעלער אויפן ערד? דער תירוץ איז ווידער כח המשיכה, דאס איז די גראוויטי וואס די ערד קוגל אפערירט איבער יעדע אביעקט וואס איז גענוג נאנט צו איהר און שלעפט איהם צו זיין צענטער. דעריבער נאר אויב די אביעקט האט אן אנדערע כח וואס האלט איהם אפ, (זאל עס זיין א טיש, א בענקל, אדער די ערד), און ער שטעלט א ווידערשטאנד (לאמיר עס לאזן פארן דריטן געזעץ), דעמאלס בלייבט דער אביעקט שטיין.

נאך וואס דאס איז קלאר, קענען מיר צוקומען צום אויספיהר פון די געזעץ, אז דאס וואס אונז זאגן מיר אז דער אביעקט וועט בלייבן שטיין אדער פארן, דאס איז אלעס נאר מיטן תנאי אז עס איז נישטא קיין כחות וואס פארסן איהם צו זיך טוישן. אבער ווען עס קומען אריין אינעם בילד אנדערע כחות, דעמאלס איז די בילד אינגאנצן אנדערש, (אזוי ווי מיר וועלן זעהן מער דעטאלירט אינעם צווייטן געזעץ). דעמאלס קענען מיר שוין נישט פארזיכערן אז דער אביעקט וועט בלייבן אויפן זעלבן מצב.
אבער עס איז דא א פאל, וואס כאטש עס זענען פארהאן כחות אויפן אביעקט, מיט דעם וועלן די כחות נישט בעאיינפלוסן די מאושן פון דעם אביעקט, אזוי ווי עס זאל נישט זיין קיין שום כחות אויף איהם. למשל, אויב עס קומט א מענטש פון די רעכטע זייט און ער פאנגט אן שטיפן דעם אביעקט מיט א כח וואס איז שטארק 100 ק"ג פער מעטער, און אין די זעלבע צייט קומט אן אנדערער פון די לינקע זייט, מיטן זעלבן מאס כח, און ער שטיפט אויף רעכטס, וועט דער שטיין בלייבן ליגן אויף זיין פלאץ, כאילו קיין שום כח זאל איהם נישט בעאיינפלוסן.

און די זעלבער כלל איז ווען אן אביעקט פארט אויף א געוויסע שנעלקייט, און עס קומט א כח פון איין זייט, לאמיר זאגן א ווינט, און שטיפט איהם פאראויס, (וואס וואלט געדארפט גורם זיין אז דער אביעקט זאל אנפאנגען צו אקסעלערעיטן), און דערצו קומט א ווינט מיט די זעלבע מאס כח, און שלעפט איהם אויף די פארקערטע ריכטונג, וועט דער אביעקט פארזעצן צו זיך רוקן אויף די זעלבע שנעלקייט וואס איז געפארן בעפאר די צוויי כחות האבן איהם אפערירט.

אין אנדערע ווערטער, ווען עס זענען דא צוויי באזונדערע כחות, וואס יעדע איינס שלעפט אויף די פונקט פארקערטע דירעקציע, און ביידע פארמאגן די זעלבע מאס כח, דעמאלס ווערט פאררעכנט די וועקטארישע סומע פון ביידע כחות צו זיין 0. למשל ווען איין כח שטיפט מיט א כח פון 75 ק"ג פער מעטער אויף רעכטס, און אן אנדער כח שלעפט אויף לינקס מיט א כח פון 75 ק"ג פער מעטער, קומט אויס אז די וועקטארישע סומע פון די כחות איז 0. (ווייל 0=75-75).

אלזא, קענען מיר צוזאמנעמען ביידע פעלער אונטער איין פאל, און שרייבן אין קורצן: א גוף איז ממשיך אין זיין ארגינעלע מאושן, כל עוד די סומע פון די כחות וואס אפערירן אויף איהם איז 0.

און אזוי אויך קענען מיר באטראכטן די צוויי פעלער, (ווען דער אביעקט שטייט און ווען ער רוקט זיך), אלס איין פאל, אז דער אקסעלערעישן איז 0. ווייל ווען אן אביעקט פארט אויף א קביעות'דיגע שנעלקייט, נישט קיין חילוק ווי שנעל עס זאל נאר זיין, איז זיין אקסעלערעישן 0. וויבאלד ער פארגרעסערט נישט זיין שנעלקייט. און דאס זעלבע איז ווען דער אביעקט שטייט ווי א קלאץ אויף איין פלאץ איז אויך זיין אקסעלערעישן 0.

אט דאס ווערט נאך מער פשוט'ער נאך ווען מען נעמט אין באטראכט די רעלעטיוו פרינסיפל פון גאלילעי (אויף וועלכע די רעלעטיוו טעאריע פון איינשטיין איז געבויעט), ווייל לויט דעם איז באמת נישטא קיין צווישנשייד ווען אן אביעקט רוקט זיך אויף א קביעות'דיגע שנעלקייט צו אן אביעקט וואס שטייט רואיג אויף איין פלאץ, ווייל דאס איז אלעס נאר רעלעטיוו צו די שטאנדפונקט פונעם אבזערווירער, (אזוי ווי ATUB @ונבנתה העיר ATUB האט שוין פיין ערקלערט במקומו).
מאנטאג יולי 14, 2014 6:25 pm#211704
אויסערגעווענליכער הערליכער ארטיקל!
לאמיר האפן אז דער עולם וועט דאס אפרישיעיטן, און וועסט האבן חשק צו גיין ווייטער.
פארוואס? האט געשריבן:און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס די אלע שטערנס אין ספעיס נוצן נישט קיין גאז סטאנציעס צו אנפיהלן זייערע טענק, און זיי פארן אויף אומגלויבליכע שנעלקייטן אהן קיין שום באנוץ פון ענערגיע, (בעצם, איז עס נישט ממש אזוי ווייל זיי האבן די כח המשיכה פון די זוהן, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך...).

לכאורה מיינסטו פלאנעטן, נישט שטערנס וועלכע זענען זונען אליין און ווערן נישט אפעקטירט פון אונזער זון.
מאנטאג יולי 14, 2014 6:53 pm#211711
ATUB @פארוואס? ATUB , קוש אין נאז! ברוך חכם הרזים, ווי וואנט מאור.
מאנטאג יולי 14, 2014 7:22 pm#211718
שפתים קישאקTM!
מאנטאג יולי 14, 2014 10:35 pm#211765
נאכנישט געלייענט, אבער קודם מוז איך אויסדרוקן מיין געוואלדיגע הכרת הטוב אויף אזא טייערע ארבעט, כל הברכות יחולו על ראשך, והמשכילים יזהירו.
דינסטאג יולי 15, 2014 12:18 pm#211834
ראובן האט געשריבן:לכאורה מיינסטו פלאנעטן, נישט שטערנס וועלכע זענען זונען אליין און ווערן נישט אפעקטירט פון אונזער זון.

איך גיי יעצט נישט אריין אין די פונקטליכע דיפרענץ צווישן שטערנס און פלאנעטן, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז שטערנס דרייען זיך אויך ארום אין ספעיס ארום די צענטער פון די גאלעקסיע.
(און בדרך אגב, פלאנעטן זענען לאו דוקא אזעלכע וואס ווערן אפעקטירט פון "אונזער זון").
דינסטאג יולי 15, 2014 1:18 pm#211843
פארוואס, לויט ווי איך דענק איז ביידע פון דיינע פאקטן נישט ריכטיג, קען זיין די טעות איז מיינע, אדרבה קענט איר אנצייכענען א מקור ?
דינסטאג יולי 15, 2014 2:53 pm#211870
ריכטיג מיט דעם פרט. m http://www.galaxymaine.com/SA/SA6m.htm m
שטערנס זענען אבער פיקסד אין רילעשאנס צו איינער דעם אנדערען אין די גאלאקסי זעלבסט.
אבער קען דען זיין א פלאנעט וואס דרייט זיך ארום סיי וואספארא שטערן ווי למשל אינעם סאלאר סיסטעם ארום די זון וואס זאל נישט זיין באיינפלוסט פון יענעם פרטיותדיגן שטערן ארום זי דרייט זיך ?
דינסטאג יולי 15, 2014 3:06 pm#211873
נהורא נפישא האט געשריבן:פארוואס, לויט ווי איך דענק איז ביידע פון דיינע פאקטן נישט ריכטיג, קען זיין די טעות איז מיינע, אדרבה קענט איר אנצייכענען א מקור ?

1. די ערשטע פאקט:
לייען דא

2. די צווייטע פאקט:
An exoplanet or extrasolar planet is a planet that does not orbit Earth's Sun and instead orbits a different star, stellar remnant, or brown dwarf
.
פון וויקיפידיע.
דינסטאג יולי 15, 2014 3:10 pm#211874
נהורא נפישא האט געשריבן:ריכטיג מיט דעם פרט.http://www.galaxymaine.com/SA/SA6m.htm
שטערנס זענען אבער פיקסד אין רילעשאנס צו איינער דעם אנדערען אין די גאלאקסי זעלבסט.
אבער קען דען זיין א פלאנעט וואס דרייט זיך ארום סיי וואספארא שטערן ווי למשל אינעם סאלאר סיסטעם ארום די זון וואס זאל נישט זיין באיינפלוסט פון יענעם פרטיותדיגן שטערן ארום זי דרייט זיך ?

זעהט אויס דו האסט מיר נישט פארשטאנען ריכטיג. איך האב זעלבסטפארשטענדליך נישט גערעדט פון פלאנעטן פון אונזער סאלער סיסטעם, ווייל זיי ווערן זיכער בעאיינפלוסט פון אונזער זון, איך רעד איבער פלאנעטן וואס דרייען זיך ארום אנדערע שטערנס.
דינסטאג יולי 15, 2014 3:18 pm#211878
פארוואס? האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:לכאורה מיינסטו פלאנעטן, נישט שטערנס וועלכע זענען זונען אליין און ווערן נישט אפעקטירט פון אונזער זון.

איך גיי יעצט נישט אריין אין די פונקטליכע דיפרענץ צווישן שטערנס און פלאנעטן, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז שטערנס דרייען זיך אויך ארום אין ספעיס ארום די צענטער פון די גאלעקסיע.
(און בדרך אגב, פלאנעטן זענען לאו דוקא אזעלכע וואס ווערן אפעקטירט פון "אונזער זון").

"פלאנעטן" מיינט בדרך כלל די וועלטן וועלכע דרייען זיך ארום אונזער זון. אנדערע פלאנעטן ווערן גערופן "עקסאפלאנעטן".
מיטוואך יולי 16, 2014 10:40 am#212099
אין עברית ווען מ'זאגט סתם כוכב, גייט עס ארויף געווענליך אויף א כוכב שבת, אבער א כוכב-לכת קען אויך ווערן אנגערופן א כוכב.
ולכן ווען איך זאג שטערנס, (אלס אפטייטש פון כוכבים אין לשה"ק) בין איך כולל אלע מיני שטערנס און פלאנעטן.
און לאמיר זיך נישט נארן, ווען די ווארט כוכב, שטערן אדער star איז באשאפן געווארן, האט מען נישט פונקטליך געוואוסט צו זאגן א חילוק צווישן די אלע מיני שטערנס, עס איז געווען א זון, א לבנה, און שטערנס. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק.
מיטוואך יולי 23, 2014 6:53 pm#213322
א הערליכע ארבעט, ATUB @פארוואס? ATUB , איך קוק ארויס בכליון עיניים אויפן המשך.

וואס מיינט א כח פון '75 ק"ג פער מעטער'? אז איך לייג אזויפיהל דרוק אויף יעדן מעטער אזוי ווי עס וואלט אויף יענעם מעטער געווען מעסס וואס האט א וואג פון 75 ק"ג?

פארוואס? האט געשריבן:אויב זאל איך לייגן א גלאזערנעם טעלער אינמיטן די לופט, וועט נישט נעמען קיין צוויי סעקונדעס (געוואנדן ווי הויך איך וועל עס לייגן) ביז איך וועל טרעפן א צופיצלטע טעלער אויפן ערד [/url].

:D


אז מען רעדט שוין פון ניוטאן, עס איז דא פון איהם א קץ אויף 2060.
מיטוואך יולי 23, 2014 7:26 pm#213326
זייער א גוטע ארטיקל, יישר כוח פאר דיין ארבעט,

איין זאך איז נישט קלאר בכלל, די ערשטע מאל וואס דו דערמאנסט וועקטאר איז די הסבר בכלל נישט פארשטענדליך, און די דיאגראם העלפט נישט צו,
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:08 am#213405
ATUB @ישראל קאפקע ATUB
איך מיין אז אפילו אויב מ׳פארשטייט נישט פונקטליך וואס דאס איז, דארף עס נישט אפ האלטן צו פארשטיין דער עיקר ענין. אבער אין קורצן וואס איז א וועקטאר, איז אזוי:

עס איז זענען דא צוויי סארטן מאסן, (גרייסהייטן). איינס איז א סקאלארישע גרויסהייט, וואס עס איז גענוג צו וויסן נאר די נומער. למשל, ווערד אין געלט, אז איך וויל צוזאמרעכענען מיין אינקאם פון דער חודש, דארף איך מאכן אן עקסעל שיט, אראפשרייבן אלע נומערן פון די טשעקס/קעש וואס איז אריינגעקומען במשך דעם מאנאט, און מאכן דער סך-הכל, באקום איך די סומע, פון די אינקאם במשך׳ן חודש. 
אנדערש איז ווען אונז מעסטן די כחות וואס בעאיינפלוסן אן אביעקט, אז עס וועט נישט זיין גענוג צו צוזאמרעכענען, נאר די טרוקענע נומערן.
לאמיר זאגן: איין כח שטיפט איהם 3 ק״ג פער מעטער, דער צווייטער שטיפט 10, און דער דריטער שטיפט איהם 4. דער סך הכל איז 17. 
אויף צו וויסן וויפיל די כחות בעאיינפלוסן דעם אביעקט, וועט נישט זיין גענוג צו צוזאמרעכענען די סקאלארישע סומע און באקומען 17. נאר מיר וועלן דארפן רעכענען די וועקטארישע סומע. 

דאס הייסט, דער כח פון 3 ק״ג פער מעטער שטיפט אויף מערב, און דער כח פון 10 ק״ג שטיפט אויף מזרח, און דער כח פון 4 ק״ג שטיפט ווידער אויף מערב. 

דאן די וועקטארישע סומע איז 3 ק״ג פער מעטער אויף מערב. (רעכן עס אויס). 
איך האב אנגעכאפט זייער א גרינגע און פשוטע דוגמא, כדי צו פארשטיין די געדאנק דערפון. אבער עס קען צומאל זיין אסאך מער קאמפליצירט. 
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:13 am#213408
ונבנתה העיר האט געשריבן:א הערליכע ארבעט, @פארוואס?, איך קוק ארויס בכליון עיניים אויפן המשך.

וואס מיינט א כח פון '75 ק"ג פער מעטער'? אז איך לייג אזויפיהל דרוק אויף יעדן מעטער אזוי ווי עס וואלט אויף יענעם מעטער געווען מעסס וואס האט א וואג פון 75 ק"ג?


אינעם צווייטן געזעץ דארף קלארער ווערן אט דער נושא. 
אבער פאר יעצט אז דו פרעגסט, איז אזוי:

א כח פון 1 ק״ג פער מעטער, מיינט צו זאגן אז דער דאזיגער כח ווען ער האט אן איינפלוס אויף אן אביעקט וואס באטרעפט די מאסע פון 1 ק״ג, קען איהר איהם אקסעלערעיטן ער זאל פארן אין א שנעלקייט פון איין מעטער פער 
סעקנד (סקווערד).
דעריבער א כח פון 75 ק״ג פער מעטער. מיינט אויך אז די שטארקייט פון אט דעם כח, קען שטיפן אן אביעקט וואס באטרעפט 75 ק״ג איהם צו אקסעלערעיטן אויף א שנעלקייט פון 1 מעטער פער 1 סעקונדע פער 1 סעקונדע.
געדענק און נעם און אכט, אז נאך וואס מיר האבן געלערנט דעם ערשטן געזעץ, איז שוין מער נישט ריכטיג צו זאגן סתם אז דער כח ״שטיפט״ דעם אביעקט אין א געוויסע שנעלקייט, נאר מיר מוזן דייקא זאגן ער ״אקסעלעריט״. 
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:21 am#213414
ונבנתה העיר האט געשריבן:א הערליכע ארבעט, @פארוואס?, איך קוק ארויס בכליון עיניים אויפן המשך.


פארוואס? האט געשריבן:אויב זאל איך לייגן א גלאזערנעם טעלער אינמיטן די לופט, וועט נישט נעמען קיין צוויי סעקונדעס (געוואנדן ווי הויך איך וועל עס לייגן) ביז איך וועל טרעפן א צופיצלטע טעלער אויפן ערד

:D

וואס מאכט דיר עס לאכן? ?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:36 am#213419
ונבנתה העיר האט געשריבן:
אז מען רעדט שוין פון ניוטאן, עס איז דא פון איהם א קץ אויף 2060.


אמת. אבער ער האט געווארט אויף אינגאנצן אן אנדער משיח, וואס דו ווארטסט. (איך גלייב שווער אז דער וואס ערשיינט אויף דיין פראפיל, וואלט זיך גערעכנט מיט ניוטאנ׳ס טייטשן אין ספר דניאל…). 

אבער ווי דו ווייסט מסתמא, איז ער נישט די איינציגסטע, כמעט יעדן יאהר איז דא עפעס אן אנדערע נבואה אז עס איז די ענדע פון די וועלט. 
דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:29 pm#213470
עפעס געדענק איך א מאמר אין קולמוס איבער זיינע פקפוקים אין נצרות און זיין אינטערעסע אין יהדות, רובי כתביו האט מען באהאלטן לאחר מותו (אויך משום אלכימיה).

זיי האבן געהאט א פאטאסטאט פון זיינע כתבים אויף רמב"ם הל' ס"ת און בית הבחירה.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:33 pm#213475
פארוואס? האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:א הערליכע ארבעט, @פארוואס?, איך קוק ארויס בכליון עיניים אויפן המשך.


פארוואס? האט געשריבן:אויב זאל איך לייגן א גלאזערנעם טעלער אינמיטן די לופט, וועט נישט נעמען קיין צוויי סעקונדעס (געוואנדן ווי הויך איך וועל עס לייגן) ביז איך וועל טרעפן א צופיצלטע טעלער אויפן ערד

:D

וואס מאכט דיר עס לאכן? ?

איך האב הנאה ווי דו קענסט נישט פטור ווערן פון דיין סייענטיפישע פונקטליכקייט...

כאילו תאמר: מען קען אראפגיסן שמוץ אין בית הכסא (שנעלקייט געוואנדן אין די מעסס פונעם פלאנעט וואו זי געפונט זיך)...
דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:50 pm#213480
פארוואס? האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:א הערליכע ארבעט, @פארוואס?, איך קוק ארויס בכליון עיניים אויפן המשך.

וואס מיינט א כח פון '75 ק"ג פער מעטער'? אז איך לייג אזויפיהל דרוק אויף יעדן מעטער אזוי ווי עס וואלט אויף יענעם מעטער געווען מעסס וואס האט א וואג פון 75 ק"ג?


אינעם צווייטן געזעץ דארף קלארער ווערן אט דער נושא. 
אבער פאר יעצט אז דו פרעגסט, איז אזוי:

א כח פון 1 ק״ג פער מעטער. 

באמת איז דאס נישט ריכטיג. א כח איז למשל "75 ק"ג אויף א מעטער פער סעקונדע פער סעקונדע" וואס מיינט אז אויב וועט דער כח האבן א השפעה אויף 75 ק"ג פאר איין סעקונדע וועט עס גיין מיט איין מעטער פער סעקונדע שנעלער ווי ביפאר. אויך קען א כח זיין למשל "75 פונט (נישט ק"ג!") פער *סקווער* מעטער, וואס מיינט בערך די זעלבע זאך.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:23 pm#213508
קול דודי האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:א הערליכע ארבעט, @פארוואס?, איך קוק ארויס בכליון עיניים אויפן המשך.
וואס מיינט א כח פון '75 ק"ג פער מעטער'? אז איך לייג אזויפיהל דרוק אויף יעדן מעטער אזוי ווי עס וואלט אויף יענעם מעטער געווען מעסס וואס האט א וואג פון 75 ק"ג?

אינעם צווייטן געזעץ דארף קלארער ווערן אט דער נושא. 
אבער פאר יעצט אז דו פרעגסט, איז אזוי:
א כח פון 1 ק״ג פער מעטער.

באמת איז דאס נישט ריכטיג. א כח איז למשל "75 ק"ג אויף א מעטער פער סעקונדע פער סעקונדע" וואס מיינט אז אויב וועט דער כח האבן א השפעה אויף 75 ק"ג פאר איין סעקונדע וועט עס גיין מיט איין מעטער פער סעקונדע שנעלער ווי ביפאר. אויך קען א כח זיין למשל "75 פונט (נישט ק"ג!") פער *סקווער* מעטער, וואס מיינט בערך די זעלבע זאך.

וואס איז דער חילוק צווישן מיינע ווערטער און דיינע?
ווען א כח פון 75 קג״מ האט א השפעה אויף אן אביעקט וואס איז 75 ק״ג פאר איין סעקונדע, קען ער איהם אקסעלערעיטן ער זאל ארויפרוקן זיין מפ״ס מיט איינס, דאס הייסט אז אויב איז ער געפארן ביז יעצט 50 מפ״ס, (מעטער פער סעקונד), גייט ער פון יעצט און ווייטער פארן אויף א שנעלקייט פון 51 מפ״ס. 
יעצט ווען דער זעלבער כח האט אן איינפלוס אויף די זעלבע אביעקט פאר נאך א סעקונדע, גייט ער יעצט פארן אויף 52 מפ״ס, (ווייל ער איז ארויף מיט נאך 1 מפ״ס), אדער 54 מפ״ס?
איך מיין אז ער גייט ארויף גיין צו 52 מפ״ס. 
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:41 pm#213518
ואס כ'האב פרובירט צ זאגן איז אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי א כח פון "ק"ג פער מעטער". די כח ווערט געמאסטן אין "ק"ג אויף (נישט פער) מעטער פער סעונדע פער סעקודע".
דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:01 pm#213524
קול דודי האט געשריבן:ואס כ'האב פרובירט צ זאגן איז אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי א כח פון "ק"ג פער מעטער". די כח ווערט געמאסטן אין "ק"ג אויף (נישט פער) מעטער פער סעונדע פער סעקודע".

אין אנדערע ווערטער די מעטער דארף צו שטיין אלס א numerator, אזוי:
קאוד: וועל אויס אלע
(75 kg * 1 meter) / 1 sec. ^ 2

אבער כ׳האב נאכנישט באקומען קיין ענטפער אויף מיין דוגמא. (בין איך גערעכט אז נאך צוויי סעקונדעס וועט עס זיין ביי 52 מפ״ס?). 
דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:27 pm#213544
יא, אויף ביידע שאלות.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:31 pm#213547
וואס איז די חילוק צווישן וועקטאר און וועלאסיטי?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 4:57 pm#213572
ונבנתה העיר האט געשריבן:עפעס געדענק איך א מאמר אין קולמוס איבער זיינע פקפוקים אין נצרות און זיין אינטערעסע אין יהדות, רובי כתביו האט מען באהאלטן לאחר מותו (אויך משום אלכימיה).

זיי האבן געהאט א פאטאסטאט פון זיינע כתבים אויף רמב"ם הל' ס"ת און בית הבחירה.

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ביי חוקרים איז היינט אנגענומען אז ער איז געווען א קריסט נאר ער האט נישט געגלייבט אינעם טריניטי.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 6:13 pm#213615
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן וועקטאר און וועלאסיטי?

עס איז צוויי אנדערע זאכן אינגאנצן, וועקטאר איז א מין גרויסהייט, ווי ערקלערט אויבן.
וועלאסיטי איז ספיד (כמעט, מיט עטליכע קליינע אונטערשיידן. אז ספיד איז א סקאלארישע גרויסהייט בשעת וועלאסיטי איז א וועקטארישע גרויסהייט).
דאנערשטאג יולי 24, 2014 6:29 pm#213624
ATUB @קול דודי ATUB

א קאר האט אנגעפאנגען צו פארן אויף א רעיט פון 0 מפ״ש, ארויפגייענדיג צוביסלאך מיט א קאנסטענט אקסעלערעישן פון 1 מעטער פער סעקונד פער סעקונד. 
וויפיל מעטער איז ער געפארן נאך די ערשטע סעקונד?
וויפיל נאך די צווייטע?
און וויפיל נאך די דריטע?
וואס איז די פארמולע עס צו אויסרעכענען?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 6:32 pm#213627
פארוואס? האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן וועקטאר און וועלאסיטי?

עס איז צוויי אנדערע זאכן אינגאנצן, וועקטאר איז א מין גרויסהייט, ווי ערקלערט אויבן.
וועלאסיטי איז ספיד (כמעט, מיט עטליכע קליינע אונטערשיידן. אז ספיד איז א סקאלארישע גרויסהייט בשעת וועלאסיטי איז א וועקטארישע גרויסהייט).

ביזט זיך אליין סותר,
'עס איז צוויי אנדערע זאכן אינגאנצן' 'וועלאסיטי איז א וועקטארישע גרויסהייט'

בכלל פארוואס ריפסטו וועקטאר און וועלאסיטי א גרויסהייט?
ביידע זענען שנעלקייט און ריכטונג (speed + direction),
מה שאן כן ספיד וואס נעמט נישט אין אכט ריכטונג,
דאנערשטאג יולי 24, 2014 6:37 pm#213628
פארוואס? האט געשריבן:@קול דודי

א קאר האט אנגעפאנגען צו פארן אויף א רעיט פון 0 מפ״ש, ארויפגייענדיג צוביסלאך מיט א קאנסטענט אקסעלערעישן פון 1 מעטער פער סעקונד פער סעקונד. 
וויפיל מעטער איז ער געפארן נאך די ערשטע סעקונד?
וויפיל נאך די צווייטע?
און וויפיל נאך די דריטע?
וואס איז די פארמולע עס צו אויסרעכענען?

????
Sec 1 1
Sec 2 2
Sec 3 3
Sec 4....
Am I missing something?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:05 pm#213641
פארוואס? האט געשריבן:@קול דודי

א קאר האט אנגעפאנגען צו פארן אויף א רעיט פון 0 מפ״ש, ארויפגייענדיג צוביסלאך מיט א קאנסטענט אקסעלערעישן פון 1 מעטער פער סעקונד פער סעקונד. 
וויפיל מעטער איז ער געפארן נאך די ערשטע סעקונד?
וויפיל נאך די צווייטע?
און וויפיל נאך די דריטע?
וואס איז די פארמולע עס צו אויסרעכענען?

שאלה גדולה שאלת. בעצם דארף מען אויסרעכענען v*s (וואס v איז וועלאסיטי אין s איז סעקונדעס). אבער ווי דיך באדערט טאקע טוישט זיך דאך די וועלאסיטי כסדר, אין די וועלאסיטי איז דאך A*s (ווי A איז עקסעלערעישן). די תירוץ איז אז מ׳ניצט טאקע ניוטאן׳ס קאלקולוס אויסצורעכענען A*s ds אט אזוי:
m http://www.wolframalpha.com/input/?i=in ... 20A*s%20ds m

און די סאלושען צי דעם ווייסט דאך יעדער בר בי רב דחד יומא איז:
A*s^2/2
ממילא איז די ענטפער צו דיין שאלה אז נאך איין סעקונדע איז עס געפארן א האלבן מעטער, נאך צוויי סעקונדעס צוויי מעטער, נאך דריי, 4.5 מעטער אא״וו.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:07 pm#213642
ישראל קאפקע האט געשריבן:Sec 1 1
Sec 2 2
Sec 3 3
Sec 4....
Am I missing something?

Yes. He's asking about the distance traveled in that time, not the speed. Your answer is impossible. Think about it. C
דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:14 pm#213656
קול דודי האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:Sec 1 1
Sec 2 2
Sec 3 3
Sec 4....
Am I missing something?

Yes. He's asking about the distance traveled in that time, not the speed. Your answer is impossible. Think about it. C

איר זענט גערעכט,
לעולם איז עס נישט קיין גרויסע חידוש, סאיז גאנץ פשוט,
כהאב אויסגערעכנט די פארמולע אליינס, אויף א שטיקל פאפיר מיט א גריד,
ברוך שכוונתי, :)
דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:26 pm#213659
זייער גיט ישראל, גערעכט, און דעם פאל קען מען עס אויסרעכענען אליינס, גענוי ווי די האסט געטאן. ס׳ווערט שווערער אויב די עקסעלערעישן אליינס אוישט זיך. א פשוט׳ן משל איז אויב דער עקסעלערעישן אליינס ווערט שטערקער איעדע סעקונדע מיט איינס, אזוי אז נאכ א סעקונדע איז די כח דאפעלט אא״וו. דעמאלטס איז וויכטיגער אנצוקומען צו כללים פון קאלקולוס, אז נישט ווערט עס אוממעגליך אויסצורעכענען אויף א גריד.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:40 pm#213663
קול דודי האט געשריבן:און די סאלושען צי דעם ווייסט דאך יעדער בר בי רב דחד יומא איז:
A*s^2/2
ממילא איז די ענטפער צו דיין שאלה אז נאך איין סעקונדע איז עס געפארן א האלבן מעטער, נאך צוויי סעקונדעס צוויי מעטער, נאך דריי, 4.5 מעטער אא״וו.


הלוואי זאל איך זוכה זיין צו ווערן ATUB @קול דודי ATUB ׳ס בר בי רב דחד יומא…
דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:57 pm#213674
הרב פארוואס (און ר׳ ישראל) באמת דארף איך זאגן אז איך האב שטארק הנאה און הערצה צו אייך (און טייל אנדערע דא) וואס גריבלען און די זאכן. מ׳ברויך באמת נאר לערנען אביסל און דאן זענען די סודות הבריאה אפען פאר אייך. לא בשמים הוא וגם לא מעבר לים. אבער, ליידער, ס׳איז אויך נישט קרוב אליך הדבר מאוד פאר די מיט א ״היימישע״ חינוך בעוונותינו הרבים. ועל זה דווה ליבי עד למאוד.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:35 pm#213680
ישראל קאפקע האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן וועקטאר און וועלאסיטי?

עס איז צוויי אנדערע זאכן אינגאנצן, וועקטאר איז א מין גרויסהייט, ווי ערקלערט אויבן.
וועלאסיטי איז ספיד (כמעט, מיט עטליכע קליינע אונטערשיידן. אז ספיד איז א סקאלארישע גרויסהייט בשעת וועלאסיטי איז א וועקטארישע גרויסהייט).

ביזט זיך אליין סותר,
'עס איז צוויי אנדערע זאכן אינגאנצן' 'וועלאסיטי איז א וועקטארישע גרויסהייט'

בכלל פארוואס ריפסטו וועקטאר און וועלאסיטי א גרויסהייט?
ביידע זענען שנעלקייט און ריכטונג (speed + direction),
מה שאן כן ספיד וואס נעמט נישט אין אכט ריכטונג,


ניין, עס איז נישט קיין סתירה. לייען נאכאמאל איבער מיינע ווערטער. 
וועלאסיטי איז וועקטארישע גרויסהייט. 
דאס מאכט נאכנישט וועלאסיטי און וועקטאר זיין די זעלבע זאך. 
ווען א קאר איז רויט, מיינט נאכנישט אז א קאר און רויט זענען די זעלבע זאך. 

ביזט גערעכט אז וועלאסיטי איז ספיד + דיירעקשן. (און דערפאר איז ער טאקע א וועקטארישע גרויסהייט.
מה שאין כן ספיד, וואס נעמט נישט אין באטראכט די ריכטונג, איז נישט קיין וועקטארישע גרויסהייט, נאר א סקאלארישע גרויסהייט.
פרייטאג יולי 25, 2014 10:17 am#213726
ATUB @קול דודי ATUB
אהן אריינמישן קאלקולוס אין די פיקטשער, מיין איך אז מ׳קען עס גאנץ פשוט פארשטיין. 
ווייל למשל ווען א קאר האט אקסעלערעיטעד למשך א גאנצע סעקונדע, אין א רעיט פון 1 מפ״ס פ״ס. קומט אויס אז ביי א האלבע סעקונדע, איז ער געווען אויף א ספיד פון 1/2 מפ״ס. 
א משהו פאר א האלבע סעקונדע איז ער געווען א משהו ווייניגער ווי א 1/2 מפ״ס, און א משהו נאכדעם איז ער געווען א משהו מער. דאן לאמיר צוזאמנעמען די ביידע, וועל איך באקומען אז צוזאמען (די צוויי משהו׳ס) איז ער געפארן אויף א רעיט פון 1 מפ״ס. און אזוי וועל איך צוזאמנעמען יעדע x פון:
|1/2-x| מיט 1/2+x
ווען איך נעם צוזאמען די גאנצע זאך, באקום איך 1/2 סעקונדע וואס ער איז געפארן אויף א רעיט פון 1 מפ״ס. דאן איז ער געפארן א האלבע מעטער. 
אזוי אויך ווען ער איז געפארן 2 סעקונדעס, רעכן איך אויס פונקט אינמיטן דערפון, (וואס איז 1), און איך בין מחבר ביידע זייטן פון איינס צוזאמען, ביז איך באקום א סך-הכל וואס ער איז געפארן למשך 1 סעקונדע אין א רעיט פון 2 מפ״ס. דאן ווייס איך אז ער איז געפארן 2 מעטער. 
און ביים דריטן סעקונדע, רעכן איך 3/2 טיימס 3. וואס איז 9/2. 
און אזוי ווייטער...
די פארמולע קומט אויס, אז ווען די צייט וואס ער איז געפארן איז t, און די רעיט וואס ער האט געענדיגט פארן איז a. 
דאן רעכן איך t/2*a. 
בין איך גערעכט??
פרייטאג יולי 25, 2014 6:15 pm#213801
געוואלדיג, פארוואס. דאס איז א וועג פון זיך איבערצייגן אז וואס ישראל האט געמאכט אויף פאפיר איז ריכטיג. בעצם איז דאס טאקע קאלקולוס!

נאר ווי איך האב דערמאנט, איז עס שווערער ווען למשל די עקסעלערעישן אליין טוישט זיך, וואס דעמאלטס קומט ויס אז מ'דארף מאכן די זעלבע זאך מיט x^2.
מיטוואך יולי 30, 2014 1:41 pm#214545
ATUB @קול דודי ATUB
איך בין אביסל צומישט ווי אזוי איך באקום די אקסעלערעישן דורך וויסן די דיפלעיסמענט. 
איך וויל מאכן זיכער אז כ׳מאך נישט קיין טעות. 
לאמיר זאגן, אז א קאר פארט אין א דיספלעיסמענט, וואס קען ווערן עקספרעססד אלס 2^x, דהיינו נאך איין סעקונדע האלט ער ביי איין מעטער, נאך צוויי סעקונדעס האלט ער ביי 4 מעטער, און נאך דריי סעקונדעס האלט ער ביי 9 מעטער, וכן הלאה. 
יעצט לאמיר נעמען די differentiate פון 2^x, וואס איז 2*x. הייסט עס אז ביי 1 סעקונדע איז ער געפארן 2 מפ״ס, און ביי צוויי איז ער געפארן 4 מפ״ס, ביי 3 איז ער געפארן 6 מפ״ס, און ביי 4 איז ער געפארן 8 מפ״ס. 
יעצט נעם איך די צווייטע differentiate, באקום איך 2. הייסט עס אז ער פארט אויף א קאנסטענט אקסעלערעישן פון 2 מעטער פער סעקונד פער סעקונד. 
בין איך גערעכט?
אזוי אויך באמערק איך אז אין דזשענעראל ווען איך האב א קאר וואס פארט אין א קאנסטענט אקסעלערעישן a. דאן איז די דיפלעיסמענט פון די קאר:
a*x^2/2
מיטוואך יולי 30, 2014 8:55 pm#214666
יא @פארוואס? , גענוי ווי די זאגסט. Integration איז דאס פארקערטע פון differentiation. זעי The fundamental theory of calculus.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:19 am#216043
היינט ביי א שיעור אין פרקי אבות האט א חשוב'ער רב מסביר געווען די משנה 'מצוה גוררת מצוה' מיט ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ [בשם אומרו], ובלשונו: everything that is moving tends to keep moving.
מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:37 am#216598
ונבנתה העיר האט געשריבן:היינט ביי א שיעור אין פרקי אבות האט א חשוב'ער רב מסביר געווען די משנה 'מצוה גוררת מצוה' מיט ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ [בשם אומרו], ובלשונו: everything that is moving tends to keep moving.

אבער דער עיקר פוינט איז אז עס דארף נישט עפעס א פארס צו פארן. סא, פארוואס דארף עס די מצוה גורר זיין?!
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:13 am#216794
מ' דארף טוהן א מצוה מען זאל זיין moving, די לשון גוררת וועט טאקע זיין אביסל אינטערעסאנט
דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:58 am#435088
Re: ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן
ראובן האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן: (בעצם, איז עס נישט ממש אזוי ווייל זיי האבן די כח המשיכה פון די זוהן, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך...).

לכאורה מיינסטו פלאנעטן, נישט שטערנס וועלכע זענען זונען אליין און ווערן נישט אפעקטירט פון אונזער זון.

עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן, בנוגע א פרעמדע שטערן (עכ״פ וואס די פלאנעטן ארביטן נישט ארום איר) וואס באיינפלוסט די פלאנעטן פון אן אנדערן שטערן, אז עס איז דא א היפאטעזיע אז די זון האט א ״נעמעסיס״ (רויטע דווארף) שטערן (אדער ברוינע דווארף, וואס איז אינצווישן א געס דזשייענט פלאנעט און א שטערן), וואס הגם עס איז נישט פועל אויף די ארביט פון די זון און אירע פלאנעטן, איז עס פועל אויף די ארביטן פון זאכן אין די אורט וואלקן, וואס איז גורם אז זיי זאלן אריינקרעשן אין פלאנעטן (אריינגערעכענט די וועלט) אין אונזער סאלער סיסטעם יעדע שטיק צייט (פון מיליאנען יארן).
דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:51 pm#435096
ס'איז מיר א חידוש אז פארוואס האט זיך טועה געווען אין פשוטע טייטש.

פארוואס? האט געשריבן:שנעלקייט ] (velocity/ מהירות). עס קען געמאסטן ווערן די שנעלקייט וואס אן אביעקט רוקט זיך דורכן אבזערווירן די ווייטקייט וואס דער אביעקט האט זיך גערוקט אין א געוויסע צייט. אין די היינטיגע קארס איז דאס זייער באקאנט אלס מפ"ש (מייל פער שעה) אין די טראדיציאנאלע מדינות, אדער קמ"ש (קילאמעטער פער שעה) אין די מער ליבעראלע מדינות.

וועקטאר - (vector/וקטור). דאס איז א מאס פון א געוויסע גרויסקייט וואס גייט צוזאמען מיט א ריכטונג.


שנעלקייט איז ספיד. 10 מייל א שעה.

וועלאסעטי איז ספיד מיט א דיירעקשען. 10 מייל א שעה צו מזרח. (אדער דיירעקציע XYZ).

א וועקטאר איז אן אנגעגעבענע מאס וואס ענטהאלט מער ווי איין אנגעגעבענע עלעמענט. אן אנגעגעבענע וועלאסעטי למשל, איז א וועקטאר.
מיטוואך אוגוסט 21, 2019 2:21 pm#435152
Re: ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן
איך וואלט געוואלט אביסל פרובירן ווייטער צו שמועסן פון ניוטאן׳ס נעקסטע צוויי געזעצן, צו וואס פארוואס? האט מרמז געווען דורכאויס דעם אשכול. נישט אז איך זאג אז איך בין בכלל דעם קאליבער אזוי ווי ער דאס מסביר צו זיין, אבער אזוי ווי ניוטאן אליין האט געזאגט ״אויב האב איך געזעהן ווייטער [ווי אנדערע], איז דאס ווייל איך בין געשטאנען אויף די אקסלען פון ריזן״. וועל איך פרובירן אביסל מרחיב צו זיין פארוואס׳ן׳ס רייד. איך אנטשולדיג מיר פון פאראויס אויב [ליין, זיכער...] גיי איך נישט זיין גענוג קלאר וכדומה.

‏
די צווייטע געזעץ


ווי שוין אויסגעשמועסט, ״טויש״ אין וועלאסיטי (הן אין ביידע חלקים פונ׳ם וועקטאר, הן נאר אין חלק פון ספיד, והן נאר אין חלק פון דירעקציע; אבער דא וועלן מיר זיך נאר באציען צו טויש אין ספיד) מיינט עקסעלערעישן. און ווי דאס ערשטע געזעץ לויטעט וועט זיך די וועלאסיטי פון קיין שום זאך נישט טוישן סיידן אויב עס איז דא א דרויסענדיגע כח, [פארס] [א שטופ אדער שלעפ], אין א דירעקציע, וואס איז ס״ה מער פון 0. די געזעץ איז מרחיב אויף די הנחה בכדי צו קוואנטיפיצירן די עקסעלערעישן [וואס עס וועט זיך אויספעלען יא צו טוישן א וועלאסיטי] און פארס.

ניוטאן האט אראפגעלייגט אז עקסעלערעישן איז דירעקט פראפארציאנאל צו די פארס וואס ווערט געגעבן אבער אינווערסלי פראפארציאנאל צו וויפיל מעס די זאך פארמאגט. דהיינו, אז וויפיל מער פארס מ׳גיבט אלס מער הייבט זיך די אקסעלערעישן [טויש אין וועלאסיטי], אבער ווי מער מעס די זאך האט שוואכט דאס אפ די אקסעלערעישן אזוי אז מ׳וועט דארפן האבן מער פארס. די מאטעמאטישע הנחה דערפון זעהט אויס אזוי:
a=F/m
וואו:
a=acceleration
F=force
m=mass

די עקוועישן (וואס מ׳קען אויך שרייבן אלס F=ma, נאכ׳ן מאלטיפלייען ביידע זייטן ביי a, אדער m=F/a, נאכ׳ן דיוויידען ביידע זייטן פונ׳ם פריערדיגן עקוועישן ביי a) קען מען נוצן געוואר צו ווערן איינע פון די וועליוס ווען מ׳האט צוויי פון די אנדערע. באמערקונג: פארס רעכענט מען אין א unit וואס מ׳רופט ניוטאנס (על שמו). דאס איז אז איין ניוטאן איז די כח/פארס וואס עס פעהלט אויס צו עקסעלערעיטן איין ק״ג צו גיין איין מעטער שנעלער [עקסעלערעיטן] פער סעקונדע (סקווערד). דאס איז מיוסד אויף/דערייווד פון ביידע units פון מעס און עקסעלערעישן וואס זענען אין די עקוועישן F=ma: ווייל m האט די units פון גראם/ק״ג און a האט די units פון מעטער (שנעלער פער סעקונדע וכו׳).

גראדע, איז אין די געזעץ שוין אויך נכלל די ערשטע געזעץ. דהיינו, ווען די פארס איז 0 איז אויטאמאטיש (אויף די אנדערע זייט) די עקסעלערעישן [טויש אין וועלאסיטי] אויך 0; אזוי ווי די ערשטע געזעץ לויטעט.

ווען מיר ענדיגן אונזער קורצע איבערזיכט פון די געזעץ, און פאר מיר גייען צו צו די דריטע געזעץ, איז וויכטיג צו דעפינירן מאמענטאם און אזוי אויך אימפולס אין פיזיקס. מאמענטאם איז די וועלאסיטי פון א זאך טיימס [מאל] די מעס דערפון. דהיינו, למשל א קויל ווען מ׳ווארפט עס אויף איינעם מיט א ספיד/וועלאסיטי פון 40 מפ״ש וועט עס (שטארק) וויי טוהן אבער נישט זיין טויטליך. משא״כ ווען א קאר פארט (ל״ע) אריין אין איינעם אויף די זעלבע ספיד/וועלאסיטי וועט עס יא זיין טויטליך. די סיבה דערצו איז ווייל הגם די ספיד/וועלאסיטי פון די צוויי זאכן זענען די זעלבע, איז אבער די מעס זיי פארמאגן אנדערש און דעריבער זייער מאמענטאם אנדערש; די קאר האט אסאך מער מאמענטאם.

די מאטעמאטישע עקוועישן דערפון זעהט אויס אזוי:
p=mv
וואו:
p=momentum
m=mass
v=velocity

מ׳קען זעהן די שייכות פון די עקוועישן מיט F=ma, ווייל a איז דאך די טויש אין v (אונז נע׳מיר א גאנצע צייט אן אז m בלייבט א גאנצע צייט די זעלבע. אונז פאר מיר נישט אזוי שנעל אז מעס זאל זיך טוישן/ווערן גרעסער, ועיין מזה באריכות אין ונבנתה׳ס ״פארס׳פולע״ אשכול אויף רעלאטיוויטי). איז נוצענדיג קאלקולוס/דעריוועישן, וואס גיבט זיך אפ מיט רעיטס פון טויש, קומט מען צו אז פארס [F] איז די דעריוועישן פון מאמענטאם.

‏אימפולס מיינט די צייט-אפשניט וואס א פארס ווערט צוגעלייגט. מ׳קען זעהן פון די פריערדערמאנטע עקוועישן די שייכות וואס דאס האט צו מאמענטאם. דהיינו, F=ma איז די זעלבע ווי שרייבן F=m(Δv/t), ווייל עקסעלערעישן [a] מיינט דאך די טויש (די סימבאל Δ מיינט ״טויש״) אין וועלאסיטי דורכאויס/איבער א צייט-אפשניט. יעצט, אויב איך מאלטיפליי ביידע זייטן ביי צייט [t] וועט עס אויסקומען צו Ft=m(Δv). וואס דאס מיינט אז אימפולס [Ft, ווי לאנג אין צייט א פארס ווערט געלייגט] מיינט א טויש אין מאמענטאם [וואס מאמענטאם איז mv כנ״ל]. דאס זאגט אונז אז א פארס (ואימפולס) וועט טוישן מאמענטאם.

באמערקונג: מאמענטאם, עקסעלערעישן, פארס, און אימפולס רעכענט מען אלע אין וועקטארס, ווייל די דירעקציע מאכט אויס.

‏די דריטע געזעץ


דאס איז באקאנט אלס ״יעדע אקציע האט א פונקט די זעלבע רעאקציע״. דאס מיינט אז ווען מ׳גיבט א פארס צו א זאך, וועט קומען פון די זאך א פונקט גענויע פארס אויף צוריק אין די פארקערטע ריכטונג.

למשל, אויב שטיפ איך [א פארס] די וואנט מיט א כח פון צוויי ניוטאנס באקום איך פונ׳ם וואנט אויף פארקערט/צוריק א פארס פון צוויי ניוטאנס. די געזעץ זאגט אז אלע פארסעס בעולם זענען א צוזאמארבייט צווישן גופים; א פארס גיבט א כח צו עפעס באקומט ער [די זאך וואס גיבט די פארס] עס אויף צוריק פונקט די זעלבע.

דאס קען מען אראפשרייבן מאטעמאטיש אזוי:
F1=-F2
דהיינו, אז די ערשטע פארס וואס איך גיב איז די זעלבע ווי די צווייטע פארס וואס איך באקום צוריק אין די פארקערטע ריכטונג [די - סיין ווייזט אויפ׳ן פארקערטן ריכטונג ווי דאס פריערדערמאנטע].

דאס ברענגט אונז צו צו די הנחה פון ״קאנסערוועישן פון מאמענטאם״. דאס באדייט אז אין א פארמאכטן סיסטעם [רעכענונג] ווערט נישט פארלוירן די סך הכל פון מאמענטאם וואס איז דא; עס קען ווערן איבערגעגעבן און פארטוישט אבער נישט פארלוירן (דאס איז ענליך צום באקאנטן "קאנסערוועישן פון ענערגיע"). דהיינו, ווייל די פארסעס, די געגעבענע און צוריקבאקומענע פארקערטע, זענען דאך אין די פונקט די זעלבע צייט (די פארס צוריק באקום איך נישט לענגער אדער קורצער ווי די צייט וואס איך גיב די פארס). דאס מיינט אז די אימפולסעס זענען די זעלבע: Ft1=Ft2. אבער אונז האבן דאך אויבן געזאגט אז אן אימפולס מיינט אז מאמענטאם האט זיך געטוישט, ווייל דאס [די השוואה פון אימפולסעס] איז דאך די זעלבע ווי שרייבן א השוואה אין טויש פון מאמענטאם:
‏m(Δv)1=-m(Δv)2

דאס באדייט אז הגם די מאמענטאם וועט זיך טוישן אין די זאכן גופא, וועט עס אבער אוועראל בלייבן בהשוואה [=].

איך אנטשולדיג מיר נאכאמאל טאמער די לשון וכן׳ טויג נישט. דאס איז א קליינע איבערזיכט פון די צוויי געזעצן. והרבה יותר ממה... (איך האב עס פשוט געשריבן אלס א קליינע השלמה צום אשכול.)
דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 12:00 pm#440551
ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן
עס קען אפשר זיין מערקווידיג צוצוצייכענען דעם אכטן הקדמה פונ׳ם רמב״ם (עפ״י אריסטו) אין מו״נ אנהויב ח״ב וואס (זעהט עכ״פ אויבנאויף אויס) ווי א סתירה צו ניוטאן׳ס ערשטע געזעץ. ער זאגט אז יעדע זאך וואס רירט זיך במקרה [א פילאזאפישן עקסידענט ווי איידער מכח דעם עצם עצמיות, סאבסטאנץ דערפון] וועט זיך מוזן אפשטעלן, וויבאלד די תנועה דערפון איז נישט מכח עצמיותו ע״ש. (ואולי אפשר לומר אז ווען עס איז נישט דא/גייט נישט זיין קיין פארס וואס גייט ווירקן עס אפצושטעלן, קוק איך אן די תנועה פונ׳ם אביעקט ווי עס איז מכח עצמו און נישט במקרה. אפשר.)

די זיבעצענטע הקדמה, אז יעדע תנועה מוז האבן עפעס וואס האט עס זיך געמאכט ריקן, שטימט פארשטייט זיך יא מיט די געזעצן.

(אגב, די דרייצענטע הקדמה דארט זאגט אז טויש קען נישט זיין מדובק/קאנטיניואס אחוץ אויב עס איז תנועה מסובבת/צירקולאר מאושאן ע״ש. דאס איז אביסל ענליך צו דעם אז א צירקולאר מאושאן האט קאנסטענט אקסעלערעישן. דהיינו, אז די וועלאסיטי דערפון טוישט זיך כסדר; ווייל הגם די ספיד טוישט זיך נישט, טוישט זיך אבער כסדר די דירעקציע וואס איז א חלק פונ׳ם וועלאסיטי (ווייל וועלאסיטי איז א וועקטאר). (הגם דער רמב״ם זאגט דאס מער אין די קאנטעקסט פון דעם אז עס דארף זיך נישט אפשטעלן קיין רגע זיך צו טוישן די דירעקציע אויב די תנועה איז צירקולאר, ועיין להלן שם בפ״י.))
פרייטאג פעברואר 21, 2020 2:01 pm#443243
ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן
העראקליטוס און פארמענידיס, פון די חכמי יון, האבן געהאט א מחלוקת (ווי אזוי מ׳פארשטייט זיי) אין דעם געדאנק פון תנועה (אויך). העראקליטוס האט געהאלטן אז אלעס טוישט זיך און רוקט זיך אלעמאל [און דאס איז די לאגאס]; עס איז נישט דא קיין רעסט. (די קאנצעפט פון ״ווערן״.) ועיין כאן.

משא״כ פארמענידיס האט געהאלטן די היפך: אלעס [די ריאליטעט] איז איינס און אלעמאל ביי רעסט און עס איז בכלל בעצם נישט דא קיין תנועה און טויש [ווייל תנועה מיינט לויט אים אז עס איז זיך מתנועע אריין אין צו בעצם אן אַין, וואס דאס קען דאך נישט זיין; ״פון גארנישט, גארנישט קומט״]. און הגם עס ״זעהט אונז אויס״ אנדערש, איז אבער אלעס וואס עקזיסטירט טאקע בעצם איין גאנצע אומטוישבארע זאך עט רעסט. עס איז אויך באמת נישט דא קיין הוה והפסד. (די קאנצעפט פון ״זיין״.)

אפלטון האט געוואלט מאכן א השוואה צווישן זיי צוויי אז שיטתו של העראקליטוס איז ״הא לן״ בעלמא הדין, ושיטתו של פארמענידיס איז ״הא להו״ אין די פלעטאניק רעלם (עיין כאן).

דער רס״ג דערמאנט די מחלוקת אביסל אין די הקדמה צו זיין האמונות והדעות [״כמי שקיים שכל הדברים נחים וכפר בתנועה ואחר קיים כי כל הדברים נעים וכפר בנוח וכל אחד משים הראיה שמביא חברו ספק ושבוש״, ע״ש].