זונטאג מערץ 01, 2020 8:43 am#443514
ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן
מי אני האט געשריבן:משא״כ פארמענידיס האט געהאלטן די היפך: אלעס [די ריאליטעט] איז איינס און אלעמאל ביי רעסט און עס איז בכלל בעצם נישט דא קיין תנועה און טויש [ווייל תנועה מיינט לויט אים אז עס איז זיך מתנועע אריין אין צו בעצם אן אַין, וואס דאס קען דאך נישט זיין; ״פון גארנישט, גארנישט קומט״]. און הגם עס ״זעהט אונז אויס״ אנדערש, איז אבער אלעס וואס עקזיסטירט טאקע בעצם איין גאנצע אומטוישבארע זאך עט רעסט. עס איז אויך באמת נישט דא קיין הוה והפסד. (די קאנצעפט פון ״זיין״.)
אפלטון האט געוואלט מאכן א השוואה צווישן זיי צוויי אז שיטתו של העראקליטוס איז ״הא לן״ בעלמא הדין, ושיטתו של פארמענידיס איז ״הא להו״ אין די פלעטאניק רעלם (עיין כאן).
מ׳קען דאס אפשר מקשר זיין מיט דאס וואס דער אראבישער פילאזאף אל-קינדי (בתקופת הגאונים) איז מקשר אין זיין אויף ערשטע פיליזאפיע דאס ״זיין״ מיט ״אמת״. און אין דעם פאל, אז דאס ״זיין״ מיינט אז עס איז באמת נישט דא קיין טויש אין זאכן און זיי בלייבן אין רעאליטעט על אמיתתם (האחת, דהיינו איין זאך באמת - איין אמת). ובפרט טאמער נעמט מען אן אז דאס איז אין די פלעטאניק רעלם - דעם עולם ה״אמת״.