עלעיס און עלסבּערג פּאראדאקסן
דער עקאנאמיקער מאָריִס עלעיס האט אויסגעשטעלט צוויי סארט סענאַריִאויס וואס פון דעם קומט ארויס דעם
עלעיס פּאראדאקס:
מעשה א׳:
א מענטש האט פאר זיך א פארמאכטע בּאַקס פון 100 מאַרבּלס פון וועלכע ער גייט ארויסציהען איינס: 89 זענען רויט, 10 זענען גרין, און 1 איז בלוי. מען געבט אים צוויי ברירות:
1). אויב ציהט ער ארויס עני קאליר מאַרבּל דאן באקומט ער $1,000,000; א 100% זיכערע געווינס פון $1,000,000.
אדער,
2). אויב ציהט ער ארויס א רויטע מאַרבּל דאן באקומט ער $1,000,000 [אן 89% שאנס], א גרינע דאן באקומט ער $5,000,000 [א 10% שאנס[, אבער אויב א בלויע דאן גארנישט [אן 1% שאנס].
צווישן די צוויי ברירות האבן שטודיעס געוויזן אז א מענטש וועט אין אלגעמיין וועלן דעם ערשטן ברירה.
מעשה ב׳:
ווי בעפאר האט די פארמאכטע בּאַקס די זעלבע צאל און אויסשטעל פון מאַרבּלס. דעם מענטש׳ס צוויי ברירות זענען:
1). אויב ציהט ער ארויס א רויטע מאַרבּל באקומט ער גארנישט [אן 89% שאנס], און אויב ציהט ער ארויס א גרינע אדער בלויע באקומט ער $1,000,000 [אן 11% שאנס].
2). אויב ציהט ער ארויס א רויטע אדער בלויע מאַרבּל באקומט ער גארנישט [א 90% שאנס], און אויב ציהט ער ארויס א גרינע באקומט ער $5,000,000 [א 10% שאנס].
צווישן די צוויי ברירות האבן שטודיעס געוויזן אז א מענטש וועט אין אלגעמיין וועלן דעם צווייטן ברירה.
יעדעס שטודיע פאר זיך שטימט: אינעם ערשטן מעשה וועלן מענטשן ענדערשער גיין מיט א זיכערע $1,000,000 ווי איידער איינשטעלן אן 1% שאנס פון גארנישט באקומען פאר א 10% שאנס פון באקומען 5 מאל מער און אן 89% שאנס פון בלייבן מיט אט די זעלבע $1,000,000. די צווייטע שטודיע פאר זיך שטימט אויך ווייל מענטשן וועלן ענדערש וועלן צו איינשטעלן א פארלוסט פון 90% קעגן א 10% געווינס פון $5,000,000 ווי איידער א פארלוסט פון נאר 89% קעגן אן 11% שאנס געווינס פון נאר א 1/5 דאס געלט, ווען די גאנצע חילוק צווישן די צוויי ברירות איז נאר 1%.
אבער עפ״י די מאטעמאטישע
עקספּעקטעד יוּטיליטי טעאריע דארף דער וואס וועלט די ערשטע ברירה אינעם ערשטן מעשה וועלן די ערשטע ברירה אינעם צווייטן מעשה, און דער וואס וועלט די צווייטע ברירה אינעם ערשטן מעשה וועלן די צווייטע ברירה אינעם צווייטן מעשה. דאס איז וויבאלד אויב אינעם ערשטן מעשה נעמט מען נישט אָן א ריזיקע פון די נאר 1% צו געווינען 5 מאל מער, דאן פארוואס ביי די צווייטע מעשה יא? לגבי דעם דארפן זיי צו זיין די זעלבע [די
אינדעפּענדענס אקסיאם].
מען איז דעריבער אויפגעקומען מיט אנדערע טעאריעס וואס נעמען מער אריין די פסיכאלאגיע פון מענטשן דערין, ווי, צב״ש,
פארלוסט אווערשאן וואו דאס פארלוסט פון עפעס איז נישט שוה צו די פארדינסט פון די זעלבע סכום אא״וו (אדער, ענליך, אז ער חשבונ׳ט מעיקרא וואס זיין חרטה דערנאך ווען ער ווערט געוואור וועט זיין). און אין די ערשטע מעשה פיהלט זיך די צווייטע ברירה ווי א מעגליכע ״פארלוסט״ פון די זיכערע $1,000,000, משא״כ אין די צווייטע מעשה.
אביסל ענליך צו דעם איז דא
עלסבּערג׳ס פּאראדאקס פונעם עקאנאמיקער דר. דניאל עלסבּערג וואס ווייזט אז מענטשן וועלן ענדערש אָננעמען א ברירה/ברירות וואו מ׳ווייסט די ריזיקע און פּראבּעבּיליטי ווי איידער וואו מ׳ווייסט דאס נישט, ואפילו וואו עס איז שייך מער צו פארדינען. למשל, ווען עס איז דא צוויי פארמאכטע בּאַקסעס; אין איין בּאַקס איז דא 50 רויטע מאַרבּלס און 50 שווארצע, און אין די צווייטע זענען דא רויטע און שווארצע מאַרבּלס אבער מען ווייסט נישט וויפיל און פון יעדע. דערנאך זענען דא פיר ברירות:
1). אז מ׳נעמט ארויס א רויטע פונעם ערשטן בּאַקס באקומט מען $1; אבער אויב עס איז א שווארצע באקומט מען גארנישט
2). אז מ׳נעמט ארויס א שווארצע פונעם ערשטן בּאַקס באקומט מען $1; אבער אויב עס איז א רויטע באקומט מען גארנישט
3). אז מ׳נעמט ארויס א רויטע פונעם צווייטן בּאַקס באקומט מען $1; אבער אויב עס איז א שווארצע באקומט מען גארנישט
4). אז מ׳נעמט ארויס א שווארצע פונעם צווייטן בּאַקס באקומט מען $1; אבער אויב עס איז א רויטע באקומט מען גארנישט
צווישן די ערשטע צוויי ברירות איז נישט אָנגעגאנגען פאר מענטשן צווישן זיי צוויי; עס איז דאך ביידע די זעלבע 50% שאנס. אבער מענטשן האבן מער געוואלט, צב״ש, די ערשטע ברירה ווי איידער די דריטע ברירה, הגם עס איז יתכן אז ביים צווייטן בּאַקס איז דא א גרעסערע שאנס פון 50% - דאס איז ווייל דאס אליין איז מוטל בספק [
עמבּיגיוּאיטי אווערשאן].
עפי״ז וואקסט ארויס א פּאראדאקס פון אזא סארט מעשה:
מען האט איין פארמאכטע בּאַקס וואס אין דעם זענען דא 90 מאַרבּלס: 30 פון זיי זענען רויט, און די איבעריגע 60 זענען א געמיש פון געהלע און שווארצע. דערנאך געבט מען פאר׳ן מענטש צוויי ברירות:
1). באקומסט $100 אויב דו צוהסט ארויס א רויטע מאַרבּל [א זיכערע 1/3 שאנס].
אדער,
2). באקומסט $100 אויב דו צוהסט ארויס א שווארצע מאַרבּל.
כנ״ל האבן מענטשן ענדערש בוחר געווען אין די ערשטע ברירה. ועפי״ז קומט אויס אז זיי האבן אָנגענומען אז די רויטע האבן א גרעסערע שאנס ווי די שווארצע.
דערנאך האט מען מיט אט די זעלבע בּאַקס אויסגעשטעלט צוויי אנדערע ברירות:
1). באקומסט $100 אויב דו צוהסט ארויס א רויטע אדער געהלע מאַרבּל.
אדער,
2). באקומסט $100 אויב דו צוהסט ארויס א שווארצע אדער געהלע מאַרבּל.
דא האבן שוין רוב מענטשן בוחר געווען אין די צווייטע ברירה. אבער אויב האט מען פריער אָנגענומען אז עס זענען דא ווייניגער שווארצע ווי רויטע, דאן פארווואס ווען עס איז צוזאמען מיט געהלע ביזטו מער זיכער אז עס וועט ארויסקומען צוזאמען מיט די געהלע א שווארצע ווי איידער א רויטע [די ערשטע ברירה ביים צווייטן מעשה]?