Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » למעשה, האב איך בחירה?

למעשה, האב איך בחירה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
88 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 238 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2677
פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:15 pm#77696
למעשה, האב איך בחירה?
היינט פרייטאג פארטאג'ס..
יתרו זאגט אין א טייטש-תהילים, און איז פארפלאנטערט ווי אזוי צו זעצען די ווערטער "כי לא א-ל חפץ, רשע אתה" (ווען נישט איך הער דאס פון דעם בחור (פון אליק-סאנדער ישיבה) וואלט איך דאס נישט געהאט ביכולת דאס צו פאבריצירען) משה געציל, דער וויזניצער, האלט נאך ביי יום ראשון, ער איז געשטראנדערט, ער קוקט און קוקט און וואונדערט זיך: "זעה איך גוט? די רעבע זינגט דאך "אברכה ה' בכל עת, תמיד תהילתו בפי", פון וואנענט נעמט דער תהילים-דרוקער רשות צוצולייגען "אברכה את ה' בכל עת?". הצד השוה שבהן, אלע זיכען צו מתקן זיין די חטאת נעורים.
שמעקעדיג און געפילטע האבן שוין אויסגעזאגט גאנץ תהילים, און שפאצירען אריין אין חדר הקאווע דבית מדרשינו וואו כ"ק אדמו"ר שותה קפה שליט"א ווארט זיי אפ מיט שמייכל: עס קומט מיר א.... איך בין א בעל שמחה... אה! מזל טוב! א יונגעל? א מיידעל? ניין ניין... פשוט א בעל שמחה. – אין שמחה כהתרת הספיקות... א ספק איז מיר נפשט געווארן, בזכות אבותי ורבותי. אזוי?! נו, טאקע א שמחה! ברוכשעם ברוכשעם... נאר שמחות ביי אידן.

--- די נייגער וואקסט. וואס איז געווען די ספק? וואס האט מכריע געווען דעם ספק?
נאך לאנג שטילע מינוטין, אד"ש טבל חצי קאצקע בקפתו, פתח פיו ושתה לגימה של קפה, ופתח ואמר:

מיין ספק איז געווען צו איך וועל מצליח זיין ארויסברענגען מיינע הארץ-מוח-קווענקעלנישן גענוג קלאר, אויף אן אופן וואס די ליינער זאלן ליינען; פארשטיין; טראכטען, און בעיקר: ענטפערען. – און די הכרעה, א גורל אין אגרות קודש, איז געפאלן אויף יא.

די שמועס באציעט זיך נישט בעניני ידיעה-ובחירה. איך דעבאטיר די תוקף פון בחירה זעלבסט.

דאס מערסטע פשוט'סטע אופן וויאזוי מ'האט אונז אויסגעלערט יסודות הדת, גייט בערך אזוי:
1) ה' איז כולו טוב, ודרך הטוב להטיב, ע"כ האט ער באשאפען בריאים כדי זיי גוטס צו טוהן.
2) כדי די שכר זאל נישט זיין ווייס-ברויט (נהמא דכיסופא) האט ה' באשאפן א יצר-הרע.
3) דער מענטש האט די בחירה, לטוב ולרע. ע"כ פארדינט ער זיין פּרי-ערווארטעטע שכר.

זענען די 3 זאכן מיסודי הדת? און "האמונה הישראלית" שרייבט א. קורמאן ז"ל אז די רעיון שטאמט פון חכמי אומות העולם. ער טענה'ט, און מיט רעכט: אויב האסטו באקומען תורה ומצות פון דער בורא עולם, דיין בעל-הבית, דאן מוזטו דאס טוהן בכל אופן. דו ביסט זיינט, ער האט דיך געבויט, דו שטייסט איין ביי אים אינדערהיים. יא שכר נישט שכר, יא בחירה נישט בחירה, וואס איז דיר א חילוק פארוואס און פארווען? זייט ווען דארפסטו וויסען די חשבונות פון גאט? דו מיינסט נאך טאקע אז דו קענסט פארשטיין גאט? קיינמאל.

אגב, אנדערע שמועסן אויס ברייטער צו דער הכרח צו באשאפען א וועלט כדי מטיב צו זיין, נעמט אוועק פון די "בעל היכולת", דהיינו, ער דארף צו קומען צו "אנדערע" כדי צו קענען מטיב זיין. וואס די פשוט'סע תירוץ איז: יא, ער איז בעל היכולות, ער קען מטיב זיין אויך, און טאקע דערפאר האט ער באשאפען "זיין" וועלט.
איך וויל זיך בעיקר באציען אויף דעם א.ג. "בחירה". איך האב קשיות. – מיט פליישיגע אויגן וואלט איך געזאגט אז בחירה צווישען טוב ורע, איז נאר שייך באופן ווען איך בין גארנישט מפסיד צוליב מיין רע אויסווייל. און דאס קען זיין איינגעטיילט אויף דריי חלקים, איינס אויף-א-מאל. 1) אן הפסד וואס קומט פון ה' זעלבסט. 2) אן הפסד וואס קומט פון דעם מענטש אליינס. 3) אן הפסד וואס קומט דורך אנדערע מענטשען.

1) לאמיר טראכטן הויעך. האב איך א בחירה אריינצוטאנצען אין א פייער? קויפען און נישט באצאלען?
די תשובה אויף דעם ווענדט זיך וויאזוי מ'טיישט אפ דעם ווארט "בחירה", מיינט דאס די מעגליכקייט וואס דער מענטש קען טוהן, אדער מיינט דאס די אויסוואלען וואס איז פארגעלייגט פאר אים. – און קליין געלט. האט אן אמעריקאנער בירגער א בחירה צו פארקען ביי א פייער סטאנציע אריינגאנג? ער האב דאס מעגליכקייט, ער קען דאס דאס טוהן. אבער אויף דעם קומט א טייערע פרייז, און טאקע דערפאר איז דאס נישט קיין אויסווייל, ס'קומט נישט אין בייטראכט. אן אמת'ע בחירה איז נאר ווען ביידע סיי A און סיי B האבן די זעלבע תוצאה, לאמיר זאגן למשל, ס'שפעט ביינאכט, מ'קומט אהיים נאך א חתונה. דו שטעלסט דיך אפ פאר די רויטע לייט, דו ווייסט זיכער אז קיין קעמרע איז נישט דארט איינגעשטעלט, דיינע קינדער שלאפן (דארפ'סט נישט מורא האבן פון א שלעכטע חינוך וכו'). אין אזא פאל האסטו א בחירה, דו קענסט פעססען דעם לייט כאילו לא היה, ס'וועט אייך נישט אפעקטען כי-הוא-זה, זילטשט.
אבער אז פונקט שטייט דארט א פאליציי פארל (בדרך כלל איז דאס א פארל), און ס'איז שטארק מעגליך, אז דורכפארן דעם לייט וועט אייך קאסטען א מטבע, אויף אזא פאל, וואלט איך געזאגט: די מעגליכקייטן האסטו, אבער אין כלל "בחירה" גייט דאס נישט אריין.
איך מיין נישט דא צו זאגן, אז דער עונש "לעולם הבא" זאל אוועקנעמען די ריינע-בחירה, מיט די טענה, אז אויב באקומסטו אן עונש, דאן ביסטו געצווינגען צו זיין וואויל, און וואו איז די בחירה? - די סיבה דערפון איז, ווייל דאס אליינס, גלייבן אין שכר ועונש, איז אויך אין דיין בחירה, דו האסט דער ברירה צו האלטן אז דיינע נערישע מעשים מאכט נישט אויס פאר אזא גרויסע מלך מלכי המלכים, און ס'שווער צו גלייבען אז איך, קליינע ווערימעל, רעגט אויף כביכול. און אויף אזא פאל האסטו טאקע די ריכטיגע בחירה, ווייל ס'וועט נישט זיין אומאיינגענעמע תוצאות, ווארום דו גלייבסט דאך נישט אז ס'ווארט אייך אפ א מחנה פון שווארצע מלאכים. מצד שני האסטו די בחירה פון גלייבן אז מיט יעדע ראיה אסורה שאפסטו עולמות וואס זענען משפיע רע, און דיין קליינע פעולה דערגרייכט און ווירקט אויף די גאנצע באשעפעניש. - און טאקע וועגן דעם, ווערט נישט דיין בחירה ווייניגער, ווייל דאס אליינס איז אויך אפשינעל.

וואס מ'קען יא דן זיין, נניח אז ס'איז א פאקט, א מציאות, אז פון עסען נבילה ווערט דער מוח מטומטם. מ'פארלירט די שארפקייט פון טראכטן קלאר, למשל. אדער אז ווען מ'עסט חמץ אין פסח באקומט מען שרעקליכע בויך וויי - בלייבט איבער א בחירה צו עסען נבילה? חמץ? שווער צו זאגן אז יא, ווארום, איך צאל דערפאר א שווערע פרייז אויפן פלאץ?

יתכן אז אפילו די שלעכטע און שולדיג געפילען פון דעם חוטא זעלבסט, די ערשטע מאל פארשטייט זיך, איז אויך א נקודה וואס נעמט אוועק די בחירה. למשל: אז איך ווייס איז שיקען א טעקסט מסג אין שבת וועט מיר מאכן פילען ווי א פרעכע יונג. אדער עסען א ניסעלע אין חודש תשרי וועט מיר מאכן א יאוש געפיל, נישט צו ערווארטען א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים גמורים. - האב איך א גלייכע בחירה?

צום לעצט, - 3) אן הפסד וואס קומט דורך אנדערע מענטשען. - איין סטעפ ווייניגער ווי דעם, אבער דאס מערסטע נוגע אל לבי. איך וויל פארשטיין הנהגת הבורא. לייג אוועק אלע חשבונות אין א זייט. איך פרעג אייך איין קשיא. האב איך דען די בחירה צו טוהן וואס איך וויל? א מכה! א מכה? א זעץ! א זעץ? א שטויס! א שטויס? א רעטאך! א שווארצע רעטאך.
די טייערע פרייז וואס מ'צאלט פאר טון - אדער אפילו פאר זאגן - וואס מ'וויל, איז אזוי גרויס און שווער. צווישען מיר און דיר, וואס האלט אונז - עכ"פ מיר - ביי אידישקייט (מיט אידישקייט מיין איך "אונזער אידישקייט" נישט די ארגינעלע) אויב נישט אביסל כיבוד אב ואם, און די קינדערלעך אינדערהיים.
איינע פון מיינע ידידים אמאל געווען On The Derech (אויכמיר א "דרך") און היינט Off האט מיר מגלה געווען אז ער האט ממש געווארט אויף זיין זיידענס פטירה. זיין זיידע, א מלחמה איבערלעבער, פלעגט זיך משעשע זיין מיט אים, ער האט ממש געפילט שלעכט צו לאזן זיין האר וואקסען בעוד זיין זיידע איז געווען בחיים.
אז א באמבע פלאצט אין בארא פארק, און איך בלייב אחד מעיר, מיינסטו טאקע אז איך וועל בלייבן א G&G קלייענט? איך וואלט געמאכט א יארד-סעיל און פארקויפט מיין גאנצע ספרים שראנק און איבערגעלאזט מיינע ספרים וואס ליגן אין טראנק פון קאר.

פון די אנדערע זייט, קומט דער מלאך מן השמים מיט א תשובה שלימה אונטערען קושען:

קאווע, שאלתך נתקבל. תבין ידידי, כי לחץ הזה מעשה ידי אדם הוא. אלקים ברא את האדם ישר, ובהמות בקשו חשבונות רבים.


איך האב צוריק געפרעגט: כן, כן, אבל באשר אני כאן, הלא אין לי הבחירה?
פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:06 pm#77749
קאווע, דו ביסט אייזן! בפרט אויף דעם אופן ווי אזוי דו לייגסט עס אראפ!

דיין קשיא פלאגט שוין מיר און אנדערע זינט... כ'ווייס נישט ווען.
דער ענין איז א לאנגער און א טיפער, נישט אויף איין פוס.

בעיסיקלי איז דער תשובה ניצחת אויף דיינע פראגעס, די בארימטע "טשויס טעאריע", ווי א מענטש דארף איינזעהן אז די טשויסעס וואס ער טוט איז פון א אייגענע בחירה.

ס'איז אן אריכות הדברים, וקצרתי מפני כבוד השבת הממשמש ובא, און איך האף אז די חכמים ונבונים דא וועלן פארברייטערן די שמועס.
פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:09 pm#77752
אה, איך זעה אנדערע פארשטייען מיך.
ייש"כ. איך ווארט צו הערן.

בד"וו, איך טראכט פון מאכן דעם יארד-סעיל דעם זונטאג.
פרייטאג יאנואר 04, 2013 5:08 pm#77787
קאווע כ'האב דיר געלייקט בעל כרחכי אן בחירה.
ווי אזוי שפירט אזא לייק?
זונטאג יאנואר 06, 2013 2:34 am#77861
אז דו האסט מיר שוין יא געכאפט ביים מעשה ווי איך קווענקעל מיך אינעם פסוק וועל איך דיר זאגן דעם אמת, מיר האט מער געקוועטשט דעם בה׳ תתהלוווול נפשי... מיט וואס פאר א רעכט האט דער דריקער אויסגעלאזט אלע ויו׳ן פון תתהלל?...

בנוגע דיין פלאנטערניש אין בחירה, איך פארשטיי פונקטליך וואס דריקט דיר, אבער ווער זאגט אז בחירה טייטשט א 50/50 אויסוואל, אפשר איז בחירה טייטשט דער כח וואס א מענטש האט בוחר צו זיין אפגעזען אלע פאקטן ארום וואס שטערן אים?
זונטאג יאנואר 06, 2013 3:11 am#77870
קאווע, דאס וואס די ברענגסט פון רב קארמאן, שטייט דאך קלאר און די תורה שכר ועונש אויף וואס פונקטלעך זאגט ער אז ס'שטאמט פון גוי? (לאז און די זייט די רמב''ם'ס טוויסט)
ועוד קענסט מיר מסביר זיין פארוואס איך דארף מקיים זיין תורה און מצות אן די מאטיוו פון שכר ועונש לויט קארמאן?

אויב דארפטו און איין שורה שרייבן דיין בחירה שאלה ,וואס וואלסטו געשריבען? איך בין נישט קלאר.
מיר באדערט מיט בחירה , ווען איך בין מכריעה צי טאן א געוויסע זאך איז דאס ציליב פריערדיגע אינפארמאציע , ווי אזוי קען איך טאן אנדערש ?
זונטאג יאנואר 06, 2013 6:19 am#77894
קאווע, מיין קאפ דרייט זיך מיר איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט (איך זעה נאר אז ס'איז אייזען אראפגעלייגט) אפשר וועל איך צוריק קומען שפעטער ווען די טשאלענט וועט זיך בארואיגען..
זונטאג יאנואר 06, 2013 11:52 am#77908
הרב קאווע טרינקער האט אראפ געלייגט א לאנג'ס און א ברייט'ס, מען זעהט אז ער האט א טיפן מח, קיין עין הרע.
אויב איך האב עס גוט פארשטאנען איז די שאלה בקיצור, אז אויב ווען איך בין בוחר צו טוהן שלעכט באקום איך דערויף אן עונש, דעמאלט'ס איז די בחירה נישט 50/50, ווייל איך קען מיר נישט אויסוועלן די שלעכטע זייט ווייל איך האב מורא פון דעם עונש, ממילא הייסט עס נישט קיין בחירה.

יעצט לאמיר זעהן ביי גשמיות, איך האב זייער ליב א גוט געפעפערטן ירושלים-קוגל, אבער איך גלייב באמונה שלימה און עס איז ביי מיר בדוק ומנוסה 100% אז נאכן עסן וועל איך האבן דערפון שטארקע בויך-וויי מיט מאגן-ברענען, יעצט האב איך איך א בחירה צו איך זאל עסן? יא!

איך מיין אז רוב, אדער עכ"פ האלב, מענטשן אין דעם מצב וועלן עס יא עסן, כאטש זיי ווייסן קלאר אז זיי וועלן ליידן פאר דעם, זייער בחירה איז, צו זאל איך קוקן אויף די יעצטיגע הנאה וואס איך וועל האבן, אדער זאל איך קוקן אויף די קאסקווענטצן וואס וועלן קומען שפעטער דערפון.

און די זעלבע איז ביי רוחניות, אפילו ווען מען גלייבט באמונה שלימה אז מען וועט באקומען אן הארבן עונש פאר די עבירה, האט מען א בחירה צו מען זאל קוקן אויף די יעצטיגע הנאה, אדער אויף די שפעטערדיגע תוצאות.

בד"וו איז מיר נישט געפאָלן די סמיכות פון שיקן א טעקסט אום שבת וואס איז אן איסור דאורייתא, מיט עסן ניסלעך אלול וואס איז א שיינער מנהג.
עס דערמאנט מיר א ארטיקל וואס איך האב געליינט פון אן אאף-דרך'ניק, אין א לענגערע ארטיקל אין א גוי'אישע צייטונג אז עס איז אים געווען צו שווער די אידישקייט ווייל מען דארף היטן שבת און מען טאר נישט גיין מיט א טישערט...
זונטאג יאנואר 06, 2013 12:18 pm#77913
ברסלבר , לייג אריין און דיין לאקשן קוגעל משל אז די גייסט שטארבן נאכן עסן די קוגול, נישט סתם בויך וויי.
גיהינים לויט ראשית חכמה איז ערגער ווי בויך וויי.

איך זאג נישט די מציאות איז אז מענטשען זינדיגען אפי' זיי ווייסען פון גיהינים. במילא אלץ די טענה זעט מען קלאר אז סאיז דא בחירה.

קאווע וואלט ווען געמעגט מסביר זיין וואס א נפק''מ צי ס'איז דא בחירה?
רעדט ער לגבי שכר וענש?
זונטאג יאנואר 06, 2013 12:25 pm#77915
טייערע ברס-ברסל-בסלבער.
דו ביסט 100 פראצענט גערעכט על צד אז "בחירה" מיינט די פיזישע יכולת'ן וואס א מענטש האט. יא, איך האב די יכולת פון מאלעסטן קינדער. ווי קלוג דארף מען שוין זיין צו דעם? אבער אני מאמין באמונה שלימה, אז קיין שכר אויף יענע וועלט, פארן נישט מאלעסטן קינדער, וועל איך נישט קריגען. פארוואס יא? - איז דען די סיבה אויף מיין נישט-מטמא זיין תשב"ר ווייל איך האב אזוי בוחר געווען? בכלל נישט. ברוך השם אלוקי ישראל, אז איך בין געזונט און שטארק, און מיינע חושים ציען דווקא אויף די פארקערטע מין. און אז מ'רעדט שוין, וואלט איך מוסיף געווען, אז אפילו שכר פאר'ן נישט בועל זיין אן אשת-איש קומט זיך מיר אויך נישט. איז מיר דען שוין אמאל אונטערגעקומען אזא געלעגנהייט? ס'איז ביי מיר מקוים געווארן "ואל תביאנו לידי נסיון". וואו טרעף איך אן א"א וואס האט ליב מיין חסידישע בארד? פון זאל איך וויסן אז דאס איז נישט אן אונטערגעלייגטע שפיצעל? - עכ"פ לעת עתה איז מיר דאס נישט אויסגעקומען. און זאל עס שוין בלייבן אזוי.
איך ערווארט שכר פארן נישט נקמה נעמען אין יענער וואס האט מיר מבזה געווען על-לא-דבר; איך פארלאנג שכר פאר די צייט און די אויער וואס איך גיב אוועק פאר א צובראכענע איד. אמת טאקע אז די זאכען מאכען מיר פילען גוט, אבער ווען נישט די מצוה דערפון, ווייס איך נישט צו איך וואלט אזוי געטוהן.

אלץ וואס כ'האב געשריבן, איז נאר אין פאל אויב "בחירה" שטעלט פאר א 50/50 אייניגע אויסוואל.

----
אגב, איך וועל דיר געבען היים-ארבעט, ביטע זייט מברר וואספארא איסור דאורייתא איז דא מיט טעקסטן אויף שבת. - לויט מיין אינפא. איז די איסור געבויט אז "חז"ל וואלטן דאס זיכער גע'אסר'ט". - נו, אויף פאטעיטאס אין פסח, זאגט מען נאך פון צדיקים, אז "א מזל פאטעיטאס זענען נישט געווען בנמצא בימי חז"ל, ווייל אויב יא, וואלטן זיי דאס גע'אסר'ט." וויאזוי שטימען די צוויי? don't get me wrong ס'גוט אז די קאמפיוטער און סעלפאון איז אויסגעלאשן איינמאל א וואך.
---

און אז דו רעדטס שוין פון לאקשען קוגעל, און איך רעדט פון פאטעיטע. איז כדאי אנצומערקן וואס איך שרייב אין מיין פאום "דער טונקעלער מארגן" - "מסיני איז נאר מקובל, הייסע לאקשען קוגל", די ווארט שטאמט פון צדיקי בית קרעטשניף, וואס זייער עבודה אין די ענינים איז געווען גאר שטארק. עכ"פ, די מפרשים זענען מסביר, פארוואס דוקא לאקשען קוגל שטאמט מסיני, און נישט פאטעיטא. נאר פשט איז, ווי געזאגט, אז פאטעיטאס זענען ערשט נתגלה געווארן יארן שפעטער. ממילא אז ס'מקובל קוגל מסיני, איז בהכרח אז די כוונה איז אויף לאקשען.
זונטאג יאנואר 06, 2013 12:38 pm#77922
קאווע ווען ס'50/50 איז דאך פשוט נישט שייך קיין בחירה. וויאזוי איז שייך צי בוחר זיין רעכטס ווען לינקס איז פונקט אזוי גוט און גלייך?
ס'מיז זיין עפעס וואס זאל אראפוועגן איין צד מער ווי די צווייטע.
זונטאג יאנואר 06, 2013 12:41 pm#77924
50/50 מיין איך כלפי די תוצאה מעשי.
אבער מיין בחירה זאל זיין, איין זייט: רצון הבורא, די צווייטע זייט: יצר הרע
זונטאג יאנואר 06, 2013 12:50 pm#77929
גוט געענטפערט!
און דערפאר האב איך אנגעהויבן "אויב האב איך גוט פארשטאנען"
יעצט אדרבה זיי בעסער מסביר דיין נקודה פאר מיר און - איך שטעל זיך פאר - פאר נאך חברים וואס האבן עס נישט גוט פארשטאנען. אויב מעגליך מער אין קורצן און צו די פוינט.

וועגן טעקסט מסג"ס, ניצט מען דערפאר עלעקטעריסיטי, וואס אויף דעם זענען דא צענדליגע אדער הונדערטע תשובה-ספרים וואס זענען מברר אז עס איז אן איסור דאורייתא.
זונטאג יאנואר 06, 2013 12:58 pm#77932
ברסלבער האט געשריבן:גוט געענטפערט!
און דערפאר האב איך אנגעהויבן "אויב האב איך גוט פארשטאנען"
יעצט אדרבה זיי בעסער מסביר דיין נקודה פאר מיר און - איך שטעל זיך פאר - פאר נאך חברים וואס האבן עס נישט גוט פארשטאנען. אויב מעגליך מער אין קורצן און צו די פוינט.


איך דענק אז פרייטאג האב איך זיך געמוטשעט אייך מסביר צו זיין מיינע ספיקות אין תפילה, אנדערע האבן גוט פארשטאנען. - זאל דאס בלייבן ביי דעם, ווער ס'פארשטייט זאל מיר מסביר זיין איידער ס'איז צו שפעט.

ברסלבער האט געשריבן:וועגן טעקסט מסג"ס, ניצט מען דערפאר עלעקטעריסיטי, וואס אויף דעם זענען דא צענדליגע אדער הונדערטע תשובה-ספרים וואס זענען מברר אז עס איז אן איסור דאורייתא.


איך האב אייך געגעבן היים-ארבעט. ענטפער נישט אזוי כלליות'דיג.
פארשטיי אויך, אז איין גוטע תשובה קען אפפרעגן הונדערטע אנדערע תשובות. גייט מען דען נאך רוב? כי אתם המעט!
מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:19 am#425098
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב האסטו באקומען תורה ומצות פון דער בורא עולם, דיין בעל-הבית, דאן מוזטו דאס טוהן בכל אופן. דו ביסט זיינט, ער האט דיך געבויט, דו שטייסט איין ביי אים אינדערהיים. יא שכר נישט שכר, יא בחירה נישט בחירה, וואס איז דיר א חילוק פארוואס און פארווען? זייט ווען דארפסטו וויסען די חשבונות פון גאט? דו מיינסט נאך טאקע אז דו קענסט פארשטיין גאט? קיינמאל.

שוין אלץ יונג בחור'ל אין ישיבה האב איך גע'טענה'ט (פאר ווער ס'האט געוואלט הערן, פארשטייט זיך) אז די גאנצע מושג פון "בחירה" איז שטותים והבלים, כמבואר בטוטו"ד ע"י החכם סעם העריס בספרו מעט הכמות ורב האיכות. איי פארוואס עס איך נישט חזיר? פאר דעם זעלבן סיבה וואס דו טרונקסט נישט קיין בליטש.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:32 am#425099
דו האסט א בחירה איינצוזעהן אז ס'איז בליטש אנדערע האבן ניטאמאל דעי בחירה אויך נישט
מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:55 am#425117
העריס און רביה"ק זאגן נאר אזוי, ווייל זיי האבן נישט קיין בחירה, זיי מיזען אזוי טראכטן און זאגן.
זיי קענען נישט טראכטן אנדערש, דארפסט זיי נישט נעמען ערענסט.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:22 pm#425119
הקטן האט געשריבן:העריס און רביה"ק זאגן נאר אזוי, ווייל זיי האבן נישט קיין בחירה, זיי מיזען אזוי טראכטן און זאגן.
זיי קענען נישט טראכטן אנדערש, דארפסט זיי נישט נעמען ערענסט.

ווען מען זאגט אז עס איז נישטא קיין בחירה מיינט דאס נישט אז באשלוסן ווערן געמאכט ארויס פון די בלוי אדרבה פארקערט די טענה אז ס'איז נישטא קיין בחירה פאדערט עפעס א מעכאניזם פארוואס באשלוסן ווערן געמאכט, ביי א מענטש איז דא א ראציאנאלע פראצעס וואס ברענגט צו מאכן באשלוסן אדער צו האלטן א געוויסע מיינונג, דערפאר ווען איינער קלערט אז עס איז נישטא קיין בחירה באזירט אויף א ראציאנאלע פראצעס וואס האט אים צוגעברענגט צו האלטן אזוי דאן איז נישט קיין טענה צו זאגן אז ער האלט בהכרח אזוי אבער פון וואנעט איז די ראיה ווייל ער האט א ראציאנאל דערביי און אדרבה ער נעמט אנטייל און א דיאלאג דאס אויסצוקלארן.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:38 pm#425122
צי ער גייט יא אדער נישט נעמען א טייל אין די דיילאג דאס אויסצוקלארן - איז דיטערמענט, און ער האט נישט וואס אריינצירעדען!
וואו אזוי ער זאל פירן זיין ראציאנאלע פראצעס - איז דיטערמענט, און ער האט נישט וואס אריינצירעדען!
וואס זיין ראציאנאל וועט פירן צי - איז דיטערמענט, און ער האט נישט וואס אריינצירעדען!

איז וואס מאכט דיך, אדער אים, גלייבן אז קען אננעמען זיין "ראציאנאלע פראצעס" ווען דאס איז שוין געווען דיטערמענט נאך איידער ער האט אנגעפאנגען די פראצעס[???]
מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:39 pm#425123
הקטן האט געשריבן:העריס און רביה"ק זאגן נאר אזוי, ווייל זיי האבן נישט קיין בחירה, זיי מיזען אזוי טראכטן און זאגן.
זיי קענען נישט טראכטן אנדערש, דארפסט זיי נישט נעמען ערענסט.

לעומתם משבחים ואומרים. בכל אופן ווילאנג דו פרובירסט נישט פארשטיין סעם הערריס' צד האסטו נישט וואס אריינצורעדן אין דעם נושא.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:44 pm#425124
נאך איינמאל דער מענטש'ס דעטארמאניסטישע מעכאניזם איז זיין פסיכישער פעאיגקייטן בהנחה אז א מענטש האט אן אייזערנער לאגיק איז ער דיטערמאנט צו האלטן לאגישע מיינונגען. די מיינונגען קען ווערן ארויסגעשטעלט אויך פאר אנדערע מבקר צו זיין און דאס קען דער מענטש טון מיט דיאלאג.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:47 pm#425126
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:העריס און רביה"ק זאגן נאר אזוי, ווייל זיי האבן נישט קיין בחירה, זיי מיזען אזוי טראכטן און זאגן.
זיי קענען נישט טראכטן אנדערש, דארפסט זיי נישט נעמען ערענסט.

לעומתם משבחים ואומרים. בכל אופן ווילאנג דו פרובירסט נישט פארשטיין סעם הערריס' צד האסטו נישט וואס אריינצורעדן אין דעם נושא.

וואס קען איך טון? האב איך דען בחירה אויף דעם, אויב וואלט ווען געווען דעטערמענט איך זאל וועלן פארשטיין סעם הערריס, און ס'וואלט געווען דיטערמעאנט אז איך זאל דאס אננענען וואלט זיכער אזוי געווען?
אבער דאס זעלבסט איז אויך דיטערמענט.
און דו נעבעך, מיסט האלטן אזוי, וואו א ראבאט!
מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:02 pm#425129
נהורא נפישא האט געשריבן:נאך איינמאל דער מענטש'ס דעטארמאניסטישע מעכאניזם איז זיין פסיכישער פעאיגקייטן בהנחה אז א מענטש האט אן אייזערנער לאגיק איז ער דיטערמאנט צו האלטן לאגישע מיינונגען. די מיינונגען קען ווערן ארויסגעשטעלט אויך פאר אנדערע מבקר צו זיין און דאס קען דער מענטש טון מיט דיאלאג.

דו כאפסט נישט אז דו רעדסט דא מיט א פסעוודא-אינטעלעקט וואס איז פויל צו טראכטן?
מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:12 pm#425138
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:נאך איינמאל דער מענטש'ס דעטארמאניסטישע מעכאניזם איז זיין פסיכישער פעאיגקייטן בהנחה אז א מענטש האט אן אייזערנער לאגיק איז ער דיטערמאנט צו האלטן לאגישע מיינונגען. די מיינונגען קען ווערן ארויסגעשטעלט אויך פאר אנדערע מבקר צו זיין און דאס קען דער מענטש טון מיט דיאלאג.

דו כאפסט נישט אז דו רעדסט דא מיט א פסעוודא-אינטעלעקט וואס איז פויל צו טראכטן?

פסעוודא צי נישט
יא פויל צי נישט
דיטערמענט!


סיי דער מבקר און סיי דער נבקר וואס זיי גייען האלטן, וואס זיי גייען זאגן און וואס זייער מסקנה גייט זיין, האבן זיי נישט גארנישט אריינצירעדען
פסיכישער פעאיגקייטן??? דאס איז סך הכול א מעכאניזם וואס דרייט זיך אזוי וואו די ראלס פין פיזיקס, לויט וואו אזוי ס'איז דיטערמענט - און פארוואס זאל דאס עפעס מיינען?


פסיכישער פעאיגקייטן איז דאס א פענסי טערם פאר סעלף דיטערמענט? וואס דער וואס איז פעאיג קען מיט דעם דרייען אזוי וואו מיט א joy-stick אויף אלע ריכטאנגען, פרייערהייט, אדער וואס?
מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:13 pm#425139
הקטן האט געשריבן:פסעוודא צי נישט
יא פויל צי נישט
דיטערמענט!

ס'האט קיינער נישט געזאגט אז נישט, דו ביזט נעבעך אומשולדיג. קענסט אריינרעדן פון היינט ביז מארגן, וועסט אבער בלייבן א קול קורא במדבר.
זונטאג מערץ 03, 2019 1:29 pm#425538
הקטן, ס'מאכט סענס וואס איך גיי יעצט זאגן.
אסאך מאל זעט מען א רשע טון א גוטע זאך, די סיבה איז פארשטייט זיך די נשמה, ווייל ס'קען זיין אז זיין נשמה האט זיך פארטוישט מיט א צדיק און טאקע ס'לייגט זיך אויפן שכל אז פונקט דעמאלטס ווען די רשע טוט א גוטע זאך טוט די צדיק א שלעכטע זאך. די נשמה קען אבער נישט צו לאנג אנציען אין אזא חומריותדיגן קערפער נאך דעם ווען די פריערדיגע נשמה האט אים אפגעהרגט דערפאר נאך זעקס און פופציג שעה טאמער טוישט זיך נישט די נשמה צוריק גייען זיי ביידע שטארבן, מ'קען ברענגן אסאך ראיות צו דעם פון פיזיקס אבער אכהמ"ל.
דו קומסט מיט אלע מיני סקעפטישע ארגומענטס אבער וואונדער איבער וואונדער ציען ציסטו מסקנות בוודאות.
זונטאג מערץ 03, 2019 3:04 pm#425547
Re: למעשה, האב איך בחירה?
הקטן האט געשריבן:@נהורא נפישא
דיין הנחה איז געבויט אויף
א. The law of causality און דו האסט דאס קיינמאל נישט אויפגעגעבן.
כדי צי פארשטיין די צד פין בחירה חפשית דארפסטו זיין גרייט אז קאז-אין עפעקט איז נאר א כלל אין "פיזיקס" נישט און די "מענטל"

ב. דו נעמסט אן אז די מענטעל כח וואס דער מענטש האט איז ריין "פיזיקס" (וואס איך ריף סטאק-אין-מעטערעליזעם)
כדי צי פארשטיין די צד פין בחירה חפשית דארפסטו זיין אפען צי די צד אז סאיז דא צוויי באזינדערע כחות מענטעל\מיינד\נפש און א אנדערע כח וואס דאס איז ברען\גוף\פיזיקעל און סאיז דא אן interface צווישען די צוויי.
און דו The law of causality גייט אן נאר און די פיזישע חלק און נישט אין די נפשיתדיגער חלק וואס האט א כח אויף די פיזישע.
ביז וואו לאנג די קענסט נישט אננעמען דאולאיזעם וועסטו נישט קענען פארשטיין די צד פין בחירה חפשית. דו ביסט גערעט אין עולם הפיזיק וואו אזוי וועסטעס דרייען וועסטו דיך טרעפען מיט דיטערמענט.


ווען דו שרייבסט: אלא מאי ס'דא עפעס א באהאלטענע כח ווי א קוואנטאם כח וואס באווירקט יענעם צו וועלן אנדרעש איז ווייל די ביסט געבינדען צי די The law of causality און ס'איז דיר שווער זיך ארויסציזען דערפין
דיין אלא מאי איז א false choice




בדרך אגב: איך האלט נישט אז קוואנטעם מעקעניקס איז די וועג צי בחירה חפשית, אויב עפעס, דינט דאס נאר צי צוווארפען די The law of causality
רענדעם מיט בחירה חפשית זענען זייער וואט אפארט.


ממש פערל ווערטער זייער גוט געזאגט.

ס׳איז דא צוויי מהלכים, דואליזם און פיזיקאליזם. ווען מ׳ברענגט די טענה פון cause and effect נעמט מען אן די מהלך פון פיזיקאליזם. אבער ס׳איז נישט מוכרח אז ס׳איז אזוי, און ס׳קען נישט זיין מוכרח.

די פיליזאפישע הנחה אז ס׳איז נישט דא קיין יש מאין קומט פון פיזיקס און פערסאנעל עקספעריענס. ווייל טאמער איז עס ווען פיזיקלי מעגליך וואלסטו קיינמאל נישט געהאט אזא קשיא. די זעלבע מיט cause and effect.
זונטאג מערץ 03, 2019 3:34 pm#425553
Re: למעשה, האב איך בחירה?
נהורא נפישא האט געשריבן:דו נוצט פארשידענע טעאריעס פון פיזיקס וואס עס פעלט אונז הבנה צו ציען סיי וואספארא מסקנות דערפין. פאקטיש דורך די פארבלענדעניש ברענגט דאס בכלל נישט נענטער צו קיין פארשטענדעניש איבער וואס בחירה איז אבער דו האלטסט און איין איבערחזרן א געוויסע מסקנא וואס קענסט נישט מסביר זיין בכלל וואס דו זאגסט און דו ענטפערסט בכלל נישט אויף דעם, ביטע זיי מסביר פון וואו דער כח הבוחר שטאמט און פארוואס איז דא א חילוק צעווישן איין מענטש און די צווייטע, אויב זענען מיר טאקע זעלבסשטענדיגע בוחרים און אונז זעען מיר וואו פאקטיש יעדענס בחירה סיסטעם פירט זיי צו אנדערע בחירות קומט דאך אויס אז יעדנס בחירה סיסטעם ארבעט אנדרעש און ווען ראובן וואלט ווען געהאט שמעון'ס סיסטעם וואלט ער דאך געוועלט ווי ראובן קומט אויס אז סוכ"ס נישט דער מענטש האט אויסגעוועלט דעם בחירה סיסטעם, ביטע פאר דו ענטפערסט אן אומפארשטענדליכע פארדרייעניש זיי אויפריכטיג און זאג צו דו פארשטייסט באמת וואס דו זאגסט אדער דו האסט עפעס א דעה קדומה וואס דו דארפסט נאכקומען און מיישב זיין.
דיין מהלך פון ארגומענט ברענגט דיר ענדרעש צו סקעפטיסיזם און עפענט ענדלאזע מעגליכקייטן אבער אנשטאטס האסטו זיך אויסגעוועלט עפעס א מהלך וואס דו ביסט נישט מצליח מסביר צו זיין, די איינציגסטע סיבה פארוואס דו זאלסט פרובירן אפילו צו גיין יענע וועג איז צוליב די שטארקע עקספיריענס וואס מיר האבן אז מיר זענען בוחרים אבער מיט די סקעפטישע ארגומענטן דארפסטו זיין די ערשטע צו זאגן אז וואס מיר עקספיריענסן זאגט אונז גארנישט.
נאך איין טובה פרובירט דאס מסביר צו זיין אויף פשוט אידיש נישט מיט קיין לינקס און אויסצוגן ווייל דאס גייט נישט העלפן אויסצוקלארן נאר מער פארבלענדן.


ביטע אנטשולדיגן טאמער קען איך נישט אזוי גוט ארטיקולירן וואס איך מיין ארויסצוברענגן. למעשה ברענגט דא יעדער ארויף אן אנדערע פערספעקטיוו און איינער האט אנגעהויבן מיט קוואנטום מעכאניקס האב איך געשריבען מיין מיינונג.

איך האלט די מאכסט א טעות וועגן די פערסאנעל עקספעריענס פון בחירה. אלעס איז באזירט אויף סאבדשעקטיוו עקספעריענס, אפילו אין סייענס. איינער קען מאכן הונדערטער עקספערימענטס אבער ס׳איז גארנישט ווערט ווילאנג יעדער קען דאס נישט נאכמאכן און באקומען די זעלבע רעזולטאטן. און אז יעדער האט די זעלבע עקספעריענס פון בחירה איז דאס זייער מאסגעבענד.

און נישט קיין חילוק צו וואספארא מסקנא די קומסט צו מכוח לאגיק, קענסטו נישט אפווארפען די עקספעריענס וואס יעדער האט און זאגן אז די מוח נער׳ט אונז אויס. און טאמער זאגסטו אז יא דעמאלטס איז דאס אונזער רעאליטעט סיי ווי סיי, ווייל מ׳האב מיר גארנישט אחוץ דעם.

למשל אז די ווייסט הונדערט פראצענט זיכער עפ״י לאגיע אז א קאר קען נישט פליען. ויהי היום די שפאצירסט ארויס פון הויז און די זעהסט דאס אוממעגליכע! א קאר פליעט! רייבסט דיך די אויגן צו זעהן צי ביזט נישט אין א חלום. אבער ניין, יעדער איינער זאגט אז זיי האבן עס אויך געזעהן.

האסטו צוויי אפציעס. איינס קענסטו זאגן אז ס׳איז אבוויעס אז די מאדעל וואס כ׳האב מיך פארגעשטעלט אין קאפ וויאזוי א קאר ארבייט איז פעלערהאפטיג. אדער קענסטו זאגן אז איך זעלבסט (די מין האנושי) בין פעלערהאפטיג, דהיינו סאבדשעקטיוו עקספעריענס איז נישט מאסגעבענד.

טאמער נעמסטו אן די צווייטע מהלך ווערט עס א פאראדאקס. קענסט צומאכן דיין גמרא און אהיימגיין. ווייל דיין לאגיק איז קיין לאגיק נישט, און דיין פיליזאפיע איז אויך גארנישט, ווייל ס׳איז אלץ באזירט אויף דיין פעלערהאפטיגע סאבדשעקטיוו עקספעריענס.

טראכט אריין גוט אין דעם פוינט.
זונטאג מערץ 03, 2019 3:36 pm#425554
חתן בחור האט געשריבן:און אז יעדער האט די זעלבע עקספעריענס פון בחירה איז דאס זייער מאסגעבענד.

פארוואס זאגסטו יעדער, איך בין עפעס א מפיל קינד?
זונטאג מערץ 03, 2019 3:39 pm#425556
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:און אז יעדער האט די זעלבע עקספעריענס פון בחירה איז דאס זייער מאסגעבענד.

פארוואס זאגסטו יעדער, איך בין עפעס א מפיל קינד?

חתן בחור, רביה"ק וויפיל ער האט געארבעט אויף זיך, און יא-טאב קליפס געוואטשט, ווערט ער נאך אלץ אויפגערעגט און האט טענות אויף איינעם וואס ער פילט האט אים בעוולט.
ער קען זיך נישט אפשאקלען פין האבן די אינטאישען.
אויב זאל ער אננעמען אז יענער איז בכלל נישט שילדיג וואלט דאס נישט אזוי געווען.

איך ווייס דאס, איך האב געמאכט אן עקספערימעט, ער ווערט באליידיגט און אויפגערעגט, פינקט וואו דו און איך.
זונטאג מערץ 03, 2019 3:48 pm#425559
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:און אז יעדער האט די זעלבע עקספעריענס פון בחירה איז דאס זייער מאסגעבענד.

פארוואס זאגסטו יעדער, איך בין עפעס א מפיל קינד?


זינט די האסט נישט קיין בחירה און האסט עס געמוזט שרייבן, פיל איך נישט ווי איך דארף דאס ענטפערן.
זונטאג מערץ 03, 2019 4:06 pm#425561
Re: למעשה, האב איך בחירה?
נהורא נפישא האט געשריבן:הקטן איך פארשטיי נאכאלטץ נישט וואס דו זאגסט, ווייל מיין לאגיק זאגט מיר אז ביי דעפינישאן איז אומעגליך א נשמה זאל זיין איידענטיקל צו א צווייטע נשמה און אין די זעלבע צייט ארויסגעבן אנדערע תוצאות ס'איז ביי דעפינישן א סתירה מיניה וביה
דא רעדט מען אפילו נישט פון א פאראדאקסישע מציאות נאר פון א סטעיטמענט וואס איז סותר מיניה וביה אן אקסימאראן.
נניח אז מ'קען מאכן אזא ארגומענט וויאזוי קענסטו באשטעטיגן אז די ארגומענט וואס דו זאגסט איז ריכטיג, זאגסט עס בדרך אפשר אדער בדרך וודאי ?


טראכט גרויס פאר א מינוט. לאז אפ די אלע אוממעגליכקייטן וואס די האסט זיך אויסגעלערנט פונעם וועלט און ס׳האט מצמצם געוועהן דיין מוח.

אלץ בעבי האסטו געהאט א פראבלעם אז צוויי איידענטיקאל נשמות זאלן ארויסגעבן אנדערע תוצאות? ווען איז דיך עס שווער געווארן? ווער האט דיך דאס איינגערעדט?

בחירה האסטו געהאט דעמאלטס, קיינער האט דיך עס נישט געדארפט אויסלערנען.
זונטאג מערץ 03, 2019 4:20 pm#425563
חתן בחור, אנטשולדיגט איך האלט שוין דא אפאר בלאט ווייטער און די אלע חידושים האט מען שוין גערעדט פריער.
דאס אז אונזער כח הבחירה האבן מיר פונדאמענטעלי נישט בוחר געווען, איבער דעם איז בכלל נישט געזאגט אז ס'איז סותר אונזער עקספיריענס, איך האב געזאגט אז ס'איז קאונטער אינטועטיוו און עס איז א גרויסע חילוק צעווישן די צוויי.
ווען עפעס איז זיך סותר אין לאגישן מציאות ריפט זיך דאס א פאראדאקס סייענס האלט נישט פון דעם אז לאגיק קען זיך סותר זיין דערפאר זוכט מען אלס נייע טעאריעס.
אין דעים פאל איז נישטא קיין שום פאראדאקס עכ"פ נאכען פארשטיין אז אונזער עקספיריענס פון פרייע ווילן איז פשוט א מעכאניזם פון קאוז און אפעקט.
דאס וואס מיר עקספיריענסן בחירה ווייל אונזער באוואוסטיין און אונזער טשויס זענען איינס.
אבער אז מ'פארשטייט די מעכאניזם פון דרויסן דאן זעט מען אז ס'בכלל נישטא קיין סתירה
ס'איז פונקט אזויווי אפטיקס אז מיר עקספיריענסן אז בלוט איז די קאליר רויט אבער מיר פארשטייען דאך פון אפטיקס פארוואס מיר זעען דאס רויט.
א חוץ אז דו וועסט טענה'ן אז אפשר טאקע איז בלוט רויט בעצם ממילא ווייס איך עכ"פ ווי די שטייסט
א געדאנק עקספירימענט, וואלסטו מסכים געווען צו שטארבן מארגן נאכמיטאג בתנאי אז דו זאלסט קיינמאל וויסן דערפין ?
די תירוץ מוז זיין אז קיין התנגדות קען נישט זיין אז דו האסט דערצי אלזא מיינט עס אז דו באמת מסכים ?
און איין ווארט זאגסטו אז אונזער עקספיריענס דאס זאגט אונז רעאליטעט, האלסטו אז נאר דיין פערזענליכן עקספירענס ווייל דו קענסט אייביג זיין סקעפטיק אז דיין עקספירענס איז די איינציגסטע
ולעצם הענין דו קומסט אן מיט סקעפטעסיזם אבער לויט ווי איך פארשטיי ציעסט פעסטע מסקנות, איז מעגליך אז נאר דו האסט פרייע בחירה ? איי אנדערע זאגן אויך אזוי, דאס איז אבער ווייטער אין דיין עקספיריענס.
אלזא וואס וואלסו געזאגט אז מ'קען אננעמען בוודאות לגבי בחירה.
זונטאג מערץ 03, 2019 4:42 pm#425568
Re: למעשה, האב איך בחירה?
[quote="נהורא נפישא"[ך
אין דעים פאל איז נישטא קיין שום פאראדאקס עכ"פ נאכען פארשטיין אז אונזער עקספיריענס פון פרייע ווילן איז פשוט א מעכאניזם פון קאוז און אפעקט.[/quote]

דאס איז איין וועג פון פארענטפערן דעם פאראדאקס. ס׳איז דא אן אנדערן מהלך וואס הייסט דואליזם וואס זאגט אז ביי קאנטשעסנעס איז נישט שייך דעם געדאנק פון cause and effect.

און ס׳איז דא א כלל אז טאמער קען מען נישט אפפרעגן א מהלך קען מען דאס נישט מוכיח זיין אויך נישט. ממילא עפ״י פיליזאפיע איז cause and effect נישט קיין סתירה אויף בחירה.

דאס איז סך הכל פון אלע מיינע תגובות. איך קום נישט זאגן אז מיין וועג איז ריכטיג און דיינס נישט, איך זאג נאר צו די וואס זענען 100% זיכער אז ס׳איז נישטא קיין בחירה (רביה״ק) אז זייער קייט פון לאגיק איז נישט מוכרח עפ״י פיליזאפיע.
זונטאג מערץ 03, 2019 4:48 pm#425570
עקזעקטלי, דו ביסט א סקעפטיק, אבער דו רעדסט נישט פאר הקטן.
בכל אופן מיר איז פארשטענדליך די מאניזם מאדעל און איך קען נאר רעפלעקטירן וואס איך פארשטיי.
זאג מיר צו מקען מוכיח זיין אדער באשטעטיגן די פאלגענדע ;
אסאך מאל זעט מען א רשע טון א גוטע זאך, די סיבה איז פארשטייט זיך די נשמה, ווייל ס'קען זיין אז זיין נשמה האט זיך פארטוישט מיט א צדיק און טאקע ס'לייגט זיך אויפן שכל אז פונקט דעמאלטס ווען די רשע טוט א גוטע זאך טוט די צדיק א שלעכטע זאך. די נשמה קען אבער נישט צו לאנג אנציען אין אזא חומריותדיגן קערפער נאך דעם ווען די פריערדיגע נשמה האט אים אפגעהרגט דערפאר נאך זעקס און פופציג שעה טאמער טוישט זיך נישט די נשמה צוריק גייען זיי ביידע שטארבן, מ'קען ברענגן אסאך ראיות צו דעם פון פיזיקס אבער אכהמ"ל.
זונטאג מערץ 03, 2019 4:56 pm#425571
נהורא נפישא האט געשריבן:בכל אופן מיר איז פארשטענדליך די מאניזם מאדעל און איך קען נאר רעפלעקטירן וואס איך פארשטיי.


ער איז פיל מער וואו א סקעפטיק, ער ציווארפט דיין טענה אז דיטערמעניזעם איז די איינציגסטע לאגישע מסקנה.
און זאגן אז יא, איז פשוט אויבערפלעכליך, איז פשוט נעריש.
זונטאג מערץ 03, 2019 5:01 pm#425572
און וואס זאגסטו אז דו איינציגע מהלך וואס איז דא איז דואליזם ?
זונטאג מערץ 03, 2019 5:13 pm#425574
Re: למעשה, האב איך בחירה?
נהורא נפישא האט געשריבן:עקזעקטלי, דו ביסט א סקעפטיק, אבער דו רעדסט נישט פאר הקטן.
בכל אופן מיר איז פארשטענדליך די מאניזם מאדעל און איך קען נאר רעפלעקטירן וואס איך פארשטיי.
זאג מיר צו מקען מוכיח זיין אדער באשטעטיגן די פאלגענדע ;
אסאך מאל זעט מען א רשע טון א גוטע זאך, די סיבה איז פארשטייט זיך די נשמה, ווייל ס'קען זיין אז זיין נשמה האט זיך פארטוישט מיט א צדיק און טאקע ס'לייגט זיך אויפן שכל אז פונקט דעמאלטס ווען די רשע טוט א גוטע זאך טוט די צדיק א שלעכטע זאך. די נשמה קען אבער נישט צו לאנג אנציען אין אזא חומריותדיגן קערפער נאך דעם ווען די פריערדיגע נשמה האט אים אפגעהרגט דערפאר נאך זעקס און פופציג שעה טאמער טוישט זיך נישט די נשמה צוריק גייען זיי ביידע שטארבן, מ'קען ברענגן אסאך ראיות צו דעם פון פיזיקס אבער אכהמ"ל.


איך הייב נישט אן צו פארשטיין דיין עקסזעמפל. די רעדטסט פון רשע און א צדיק מיט די נשמה כאילו דאס איז צוויי באזונדערע זאכן. די רשע איז א נשמה און די צדיק איז א נשמה. איי פארוואס בין איך נישט ווי א נשמה אין הימל? ווייל דא אויף די וועלט איז די נשמה צוגעבינדען צום גוף און ממילא קען ער נאר ארויסקוקען פון א קליין פענסטערל און פארשטיין זאכן פונעם גוף׳ס מצומצם׳דיגענס פערספעקטיוו. דאס איז וואס אונז רוף מיר קאנטשעסנעס און דאס איז א ספעציעלע באשעפעניש וואס קען מאכן א טשויס.

די זאגסט אז מאניזם איז פארשטענדליך. דאס אז די באשעפער איז א יש מאין קענסטו יא פארשטיין? איך שטעל מיך פאר אז די גלייבסט עס אפילו די קענסט עס נישט פארשטיין.
זונטאג מערץ 03, 2019 5:21 pm#425576
למעשה, האב איך בחירה?
נהורא נפישא האט געשריבן:און וואס זאגסטו אז דו איינציגע מהלך וואס איז דא איז דואליזם ?


נאכאמאל, איך זאג אז מ׳קען נישט וויסן.

איי פארוואס בין איך נוטה צו דואליזם? פשוט ווייל דאס איז מיין סובדשעקטיוו עקספעריענס.
זונטאג מערץ 03, 2019 5:44 pm#425578
חתן בחור האט געשריבן:דאס איז איין וועג פון פארענטפערן דעם פאראדאקס. ס׳איז דא אן אנדערן מהלך וואס הייסט דואליזם וואס זאגט אז ביי קאנטשעסנעס איז נישט שייך דעם געדאנק פון cause and effect.

אויב ס'איז נישטא קיין קאוז און עפעקט איז דאך זיכער נישטא קיין בחירה. דאס איז דאך די גאנצע דעפינישען פון בחירה: אז איך האב גורם געווען מיין מעשים.
זונטאג מערץ 03, 2019 5:57 pm#425580
עגלה ערופה האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:דאס איז איין וועג פון פארענטפערן דעם פאראדאקס. ס׳איז דא אן אנדערן מהלך וואס הייסט דואליזם וואס זאגט אז ביי קאנטשעסנעס איז נישט שייך דעם געדאנק פון cause and effect.

אויב ס'איז נישטא קיין קאוז און עפעקט איז דאך זיכער נישטא קיין בחירה. דאס איז דאך די גאנצע דעפינישען פון בחירה: אז איך האב גורם געווען מיין מעשים.

לאמער זען צי דו קענסט דאס אליין ענעפרן...
טריי...
איך בין זיכער דו קענסט...

גייט נישט?
זונטאג מערץ 03, 2019 6:00 pm#425581
איך האב נישט קיין שום קשיות.
ביי מיך איז שוין אלעס פארענטפערט.
זונטאג מערץ 03, 2019 8:10 pm#425589
חתן בחור האט געשריבן:זינט די האסט נישט קיין בחירה און האסט עס געמוזט שרייבן, פיל איך נישט ווי איך דארף דאס ענטפערן.

וואס האט הוידל צו בוידל?
זונטאג מערץ 03, 2019 9:31 pm#425594
עגלה ערופה האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:דאס איז איין וועג פון פארענטפערן דעם פאראדאקס. ס׳איז דא אן אנדערן מהלך וואס הייסט דואליזם וואס זאגט אז ביי קאנטשעסנעס איז נישט שייך דעם געדאנק פון cause and effect.

אויב ס'איז נישטא קיין קאוז און עפעקט איז דאך זיכער נישטא קיין בחירה. דאס איז דאך די גאנצע דעפינישען פון בחירה: אז איך האב גורם געווען מיין מעשים.

ועל זה אמר החכם:
"...Consistency is not a Jewish value"
ודפח"ח.
מאנטאג מערץ 04, 2019 12:19 am#425602
אחרי ככלות הכל איז געבליבן אז ס'איז קלאר ווי די טאג אז מענטשן האבן יא בחירה, ס'איז א בפירושע רמב"ם אין הלכות תשובה.

ועל זה אמר החכם: "CHECKMATE".
מאנטאג מערץ 04, 2019 12:24 am#425603
Re: למעשה, האב איך בחירה?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
עגלה ערופה האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:דאס איז איין וועג פון פארענטפערן דעם פאראדאקס. ס׳איז דא אן אנדערן מהלך וואס הייסט דואליזם וואס זאגט אז ביי קאנטשעסנעס איז נישט שייך דעם געדאנק פון cause and effect.

אויב ס'איז נישטא קיין קאוז און עפעקט איז דאך זיכער נישטא קיין בחירה. דאס איז דאך די גאנצע דעפינישען פון בחירה: אז איך האב גורם געווען מיין מעשים.

ועל זה אמר החכם:
"...Consistency is not a Jewish value"
ודפח"ח.


קיינער זאגט נישט אז קאנטשעסנעס קען נישט גורם זיין קיין מעשים, דואליזם זאגט אז די קשיא וואס די האסט פון ווי קומט דער ערשטער ווילן אדער סיבה, קענסטו נישט פרעגן אויף קאנטשעסנעס.
מאנטאג מערץ 04, 2019 12:33 am#425604
קיינער דא האט נישט געפרעגט פון וואו די ערשטע ווילן קומט, כ'האב נאר געזאגט אז די ערשטע רצון האט דער מענטש/נשמה/וואטעווער נישט געקענט אליינס מאכן, דו דינגסט זיך מיט דעם?
מאנטאג מערץ 04, 2019 12:38 am#425605
Re: למעשה, האב איך בחירה?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קיינער דא האט נישט געפרעגט פון וואו די ערשטע ווילן קומט, כ'האב נאר געזאגט אז די ערשטע רצון האט דער מענטש/נשמה/וואטעווער נישט געקענט אליינס מאכן, דו דינגסט זיך מיט דעם?


אבסעלוטעלי.
מאנטאג מערץ 04, 2019 12:41 am#425606
דעקארט האט נישט אזוי געהאלטן, הענג נישט אן דיינע תורות אויף דועליזם.
מאנטאג מערץ 04, 2019 12:58 am#425607
למעשה, האב איך בחירה?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דעקארט האט נישט אזוי געהאלטן, הענג נישט אן דיינע תורות אויף דועליזם.


מ׳גייט ארום און ארום ווייל די פארשטייסט נישט מיין פונקט דא, און די מיינסט אז איך האלט פארקערט פון דיר.

כ׳וועל דיך ענטפערן וואס הקטן האט פריער געזאגט ״ער ציווארפט דיין טענה אז דיטערמעניזעם איז די איינציגסטע לאגישע מסקנה.״

די האלטסט 100% זיכער אז ס׳איז נישטא קיין בחירה. איך זאג נישט 100% אז ס׳איז יא דא בחירה, פערזענליך האלט איך טאקע אזוי, אבער ס׳איז נישט מוכרח מכוח פיליזאפיע either way. סך הכל וואס איך וויל דיר זאגן איז אז דיין לאגיק איז נישט 100% iron clad. טאקע דעקארט האלט אזוי (איך ווייס נישט ווער דאס איז) און א צווייטער האלט פארקערט, נו וויאזוי קענסטו זיין 100% זיכער?