Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » למעשה, האב איך בחירה?

למעשה, האב איך בחירה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
88 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 238 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2677
מאנטאג מערץ 04, 2019 10:05 am#425620
קום מיר נישט פארקויפן דואליזם ווען דו ווייסט ניטאמאל ווער דעקארט איז, דעקארט האט קיינמאל נישט געזאגט וואס דו לייגסט אן אויף אים.
מאנטאג מערץ 04, 2019 12:01 pm#425631
מאנטאג מערץ 04, 2019 6:10 pm#425676
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קיינער דא האט נישט געפרעגט פון וואו די ערשטע ווילן קומט, כ'האב נאר געזאגט אז די ערשטע רצון האט דער מענטש/נשמה/וואטעווער נישט געקענט אליינס מאכן, דו דינגסט זיך מיט דעם?


דיין גאנצע טענה איז נאר שייך ווען מ׳נעמט אן אז די מוח איז לויטער פיזיקעל, און דאס איז בכלל נישט מוכרח. למעשה זעהט אויס אז די האסט זיך אריינגעפעינט אין א קארנער און די ווילסט נישט ארויסגיין. איך קען דיך סך הכל אויפווייזען אז דיין לאגיק איז נישט מאסגעבענד, דע רעסט איז אפ טו יו!

וואטש די קליפ ס׳וועט דיך אביסל אויפקלערן.

מאנטאג מערץ 04, 2019 6:36 pm#425678
די פראבלעם דא איז אז געוויסע זענען סטאק מיט אלטע פיליזאפיעס וואס זענען פיליזאפירט געווארן בעפאר די עדווענדסמענט פון מעדזשעיר סייענטיפישע דורכברוכן, די אלע שווערע פראגן וואס האבן געפלאגט די פיליזאפער ווי למשל איבער די באדייט פון לעבן איז באדייטלאז נאך טשארלס דארווין.
היינט האלטן טאקע אלע מעידזשאר סייענטיסטן אז פרייע בחירה איז אן אילוזיע, ולבי אומר לי אז די קליינע צאל סייענטיסטן וואס האלטן יא פון פרייע בחירה גלויבן נישט אין עוועלוציע און מסתמא גלויבן זיי אין יוזל וזה לך האות.

דרך אגב חתן בחור דו זאגסט אז ווער ס'האלט אז עקזעסטירט נישט קיין פרייע בחירה אנע דעם וואס ער זאל האבן ספיקות אז אפשר איז די פיליזאפיע פעלערהאפטיג אז דאס איז נאריש, וואס וועסטו האלטן איבער דעם וואס האלט בברירות אז עס איז יא דא בחירה חפשית אן זיך מתחשב זיין אז אפשר פארט איז דאס נישט ריכטיג איז דאס אויך נאריש ?
מאנטאג מערץ 04, 2019 6:42 pm#425679
נאך א נקודה

אז דער נישט בחירה איז נישט קיין סתירה צו שכר ועונש, ווייל טאקע מהאי טעמא, ווייל גאט האט נישט געוואלט אז מען זאל הרג'נען איינער דער אנדערע, האט ער געשטעלט דער עונש מיתה, אזוי זאל דער מענטש נישט וועלען הרג'נען, מחמת פחד העונש.

דער השגה אז כדי צו פארשטיין שכר ועונש מוז זיין בחירה איז פעלערהאפטיג.
מאנטאג מערץ 04, 2019 6:50 pm#425682
איש תשבי , אבער מ'קען נאך אלס טענה'ן אז שכר ועונש איז נישט קיין יושר אלא מאי עס איז נאר לאיים על הציבור ?
אויף דעם איז דא פון ר' חסדאי קרשקש וואס ער טענה'ט אז שכר ועונש איז געווארן אימפלעמענטירט אין די בריאה לאיים על הציבור און ווערט אויסגעפירט פונקט אזויווי איינער בריט זיך אפ אין פייער אדער דעטרענקט זיך איז נישט קיין נפק"מ בשוגג צו באונס קיינער פרעגט נישט אויף די ישרות שבו, די ישרות קוועטשט אונז ממילא נישט איבער א רשע אפילו מיר ווייסן אז סוכ"ס איז ער אן אונס, גאט האט געמאכט דעם רשע און גאט וועט אים נוצן זיך אפרעכענען.
בכל אופן פון א רעליגיעזן פערספעקטיוו מאכט דאס בכלל נישט אויס, ווייל פון איין זייט ווייסט גאט פונקטליך וויאזוי די בריאה גייט לויפן און פון די אנדערע זייט שטופן מיר מענטשן צו מאכן טשויסעס ווייל דאס העלפט.
איך וואלט געזאגט אז אפילו די רמב"ם איז זיך נאר מתמודד צעווישן בחירה ווס. השפעת המזלות, ווייל ער האט געוואלט אז מענטשן זאל מאכן בחירה און נישט טראכטן אז מזלות האבן אן השפעה אים צו שטערן בוחר זיין.
מאנטאג מערץ 04, 2019 6:57 pm#425683
נהורא נפישא האט געשריבן:היינט האלטן טאקע אלע מעידזשאר סייענטיסטן אז פרייע בחירה איז אן אילוזיע


פון ווי קומט דאס?

נהורא נפישא האט געשריבן:דרך אגב חתן בחור דו זאגסט אז ווער ס'האלט אז עקזעסטירט נישט קיין פרייע בחירה אנע דעם וואס ער זאל האבן ספיקות אז אפשר איז די פיליזאפיע פעלערהאפטיג אז דאס איז נאריש, וואס וועסטו האלטן איבער דעם וואס האלט בברירות אז עס איז יא דא בחירה חפשית אן זיך מתחשב זיין אז אפשר פארט איז דאס נישט ריכטיג איז דאס אויך נאריש ?


זייער פשוט. דער וואס האלט אז ס׳איז דא בחירה חפשית מוז נישט צוקומען דערצו דורך פיליזאפיע! ס׳איז subjective experience.
מאנטאג מערץ 04, 2019 7:05 pm#425686
אהא ס'איז א סובדזשעקטיוו סטעיטמענט, איך הער.
איבער דעם וואס איך זאג אז אלע מעידזשאר סייענטיסטן האלטן אזוי דאס איז די רושם וואס איך האב, מ'דארף דאס טאקע נאכקוקן אויב ס'אפילו שייך
מאנטאג מערץ 04, 2019 7:08 pm#425688
אישתישבי האט געשריבן:נאך א נקודה

אז דער נישט בחירה איז נישט קיין סתירה צו שכר ועונש, ווייל טאקע מהאי טעמא, ווייל גאט האט נישט געוואלט אז מען זאל הרג'נען איינער דער אנדערע, האט ער געשטעלט דער עונש מיתה, אזוי זאל דער מענטש נישט וועלען הרג'נען, מחמת פחד העונש.

דער השגה אז כדי צו פארשטיין שכר ועונש מוז זיין בחירה איז פעלערהאפטיג.


אז ס׳איז נישטא קיין בחירה וויאזוי קען זיין אז ס׳דא מענטשן וואס טוען נאך אלץ עבירות אפילו מיט׳ן פחד העונש?
מאנטאג מערץ 04, 2019 7:11 pm#425689
די פראבלעם איז חתן בחור אז דו הויבסט בכלל נישט אן צו כאפן און צו פארשטיין וואס מיר זאגן דא איבער בחירה, ס'איז א שאד מיין צייט ביי מיר איז דאס פשוט אזוי אינטועטיוו.
און איך פארשטיי גוט פארוואס מענטשן קענען דאס נישט כאפן און מ'דארף נישט זיין נאריש
מאנטאג מערץ 04, 2019 7:20 pm#425691
נהורא נפישא האט געשריבן:די פראבלעם איז חתן בחור אז דו הויבסט בכלל נישט אן צו כאפן און צו פארשטיין וואס מיר זאגן דא איבער בחירה, ס'איז א שאד מיין צייט ביי מיר איז דאס אזוי אינטועטיוו.


די זאגסט אזוי ווייל די מיינסט מ׳קען דאס גרינג ענטפערן אז ס׳קומט פון פריערדיגע אינפוט אדער גענעטיקס. אבער טאמער די האלטסט אזוי דעמאלטס ווערט צוריק שווער די קשיא פון שכר ועונש! פארוואס בין איך שולדיג איבער מיינע סביבה און גענעטיקס?
מאנטאג מערץ 04, 2019 7:22 pm#425692
ווען האב איך דיך באשולדיגט
מאנטאג מערץ 04, 2019 7:57 pm#425695
נהורא נפישא האט געשריבן:ווען האב איך דיך באשולדיגט


לאמיך עס איבערשרייבן אן אנדערן וועג.

די זאגסט אז איך הויב נישט אן צו פארשטיין וואס מ׳רעדט דא פון בחירה. למעשה האסטו נישט פארשטאנען וואס כ׳האב פרובירט ארויסצוברענגן.

איך פארשטיי דעם קאנצעפט אז מ׳קען זאגן א מענטש איז אינפלוענסט דורך זיין סביבה און גענעטיקס און דאס מאכט זיינע טשויסעס. אבער פריער האסטו געענטפערט אויפ׳ן קשיא פון שכר ועונש אז דאס איז אזויווי איינער בריט זיך אפ אין פייער אדער דעטרענקט זיך און ס׳איז נישט קיין נפק"מ בשוגג צו באונס קיינער פרעגט נישט אויף די ישרות שבו. אבער למעשה טאמער איינער האט נישט קיין אמת׳ע בחירה און איז נאר אינפלוענסט דורך זיין סביבה אדער גענעטיקס, און דאס האט אים גורם געוועהן אז ער זאל טון עבירות אפילו נאכ׳ן פחד העונש, וויאזוי איז עס יושר אז ער זאל ווערן מער געשטראפט פון א צווייטן וואס האט א גרעסערע פחד העונש און טוט נישט קיין עבירות?
מאנטאג מערץ 04, 2019 8:13 pm#425698
עס איז דא בעיסיק קושיות וואס גייט ממילא בלייבן די זעלבע נישט קיין נפק"מ צו איר האלט פון בחירה צו נישט
אויב גאט ווייסט פונקטליך וויאזוי די בריאה גייט אויסזעהן, צו וואס האט ער עס באשאפן, ווען ער ווייסט נישט קענסטו זאגן עס איז אן עקספירימענט, און אויך אויב גאט ווייסט וויאזוי ס'גייט אויסזעהן איז דאך פשט ער איז מסכים, גארנישט קען נישט ווערן געטאן אן זיין רצון
ממילא איז יעצט אז איך זאג אז עס איז נישט פארהאן אן אמתע בחירה איז גארנישט מער שווער גאט האט באשאפן א וועלט, ער האט פונקטליך געוויסט וואס ער מאכט, ער האט קענטליך געוואלט אז ס'זאל זיין רשעים און צדיקים, ער האט אימפלעמענטירט שכר ועונש און א חוש פאר מאראל און ישרות צו רעגולירן פונקטליך וויפיל צדיקים און רשעים עס זאל זיין, ישרות איז נישט קיין פראגע ווייל גאט האט באשאפן דעם רשע לתכלית העונש.
אויב די קושיות זענען דיר שווער דא דארף עס זיין שווער פונקט אזוי ווי אויף די טראדיציאנעלע טעאלאגיע, עס זענען דא טאקע וואס האלטן נישט מכל וכל פון רעליגיע ווייל ס'מאכט זיי נישט קיין סענס מכח אט די אלע קושיות
מאנטאג מערץ 04, 2019 10:50 pm#425708
נהורא נפישא האט געשריבן:איבער דעם וואס איך זאג אז אלע מעידזשאר סייענטיסטן האלטן אזוי דאס איז די רושם וואס איך האב, מ'דארף דאס טאקע נאכקוקן אויב ס'אפילו שייך

בדרך כלל pop סייענס היינט, און די מערב וועלט, אנערקענט נאר אין א פיזישע וועלט.
מיין רושם איז אבער ס'איז דא היינט מער קאנווערטס צי די שטעלונג פין mind and body וואו פארקערט.

דער דארך שניטליכער עטיעסט "קען נישט" מודה זיין און עפעס אויסער גשם, ער מיז אננעמען אז דער וועלט איז נאר פיזיקעל - וואס טוט ער מיט קאנשענעס? וואס טוט ער מיט מארל?
ער וועט זיך ציקניישען וואו א פרעצעל און אויסטרעפען פענסי נענען מסביר צי זיין נאן-סענס

דער מאמין מיז נישט זאגן אז דער מענטש האט א מיינד אויסער זיין באדי, פינקט וואו ער מיז נישט זאגן אז א טיש האט א נפש
וזה לך האות!
דינסטאג מערץ 05, 2019 12:38 am#425714
דינסטאג מערץ 05, 2019 2:06 am#425731
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:https://youtu.be/FrS1NCvG1b4


דאס ביסל רעספעקט וואס כ׳האב געהאט פאר העריס האב איך יעצט אויך פארלוירען.

ער ענפערט א 5 סעקונדיגע קשיא מיט צוויי מינוט פון לויטער שטותים. רוב וועלט גלייבט אין עטלענטיס? איך ווייס נישט אויף וועלכע וועלט ער לעבט.
דינסטאג מערץ 05, 2019 8:52 am#425742
You missed the point
דאנערשטאג מערץ 07, 2019 11:02 am#425921
נהורא נפישא האט געשריבן:דאס וואס מענטשן שרייען פון די דעכער, אחריות! אחריות! איז נישט די נקודה די אמתיות שבו נאר די אזהרה שבו ווייל דאס איז א דאזע צו שטופן די מעכאניזם זאל גיין לטובת הכלל און דאס זעלבסט איז דיטערמאניסטיק צו זיין אדאפטיוו פאר די סורווייוול פון די מענטשליכע ראסע

וואזוי ווייסטו דאס?
פארוואס קויפסטי די מעשה?
זונטאג מערץ 31, 2019 11:12 am#427341
הקטן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:אקעי אבער דאן זענען זייערע נשמות נישט אידענטיקל.
מיין שאלה איז אויב ס'מעגליך אז צוויי איידענטיקל טיפות ראשונות מיט די זעלבע הויעכע אדער נידריגע נשמה אונטער די זעלבע אומשטענדן, וועלן די תוצאות זיין אנדרעש ?

דא האסטו אנדעקט דיין סטאק'נעס

א. The law of causality און דו האסט דאס קיינמאל נישט אויפגעגעבן.
כדי צי פארשטיין די צד פין בחירה חפשית דארפסטו זיין גרייט אז קאז-אין עפעקט איז נאר א כלל אין "פיזיקס" נישט און די "מענטל" אדער און נשמות
א נשמה דארף נישט האבן א סיבה צי טון עפעס, פאר א נשמה איז געניג א טעם אז ער זאל בוחר זיין עפעס

די נעקסטע move וואס א נשמה נעמט איז נישט ציגעבינדען און געוואנדן אין וואס איז געווען פריער, פארוואס מיינסטו אז יא?
נשמות שטערבן צו ...
נישט, ווערן געטריבען אדער לויפן פין ...

דאס מיינט צוויי אידענטיקעל נשמות קענען מאכן צוויי באזינדערע moves און אנקימען צי צוויי אנדערע פלעצער.
אזאך וואס מען זעט נישט און עולם "הקלעסיקעל" פיזיקס
אויב געסטו אויף די The law of causality, און די נפש ספעיר, דאן פארוואס נישט?
לאגיק לאזט!


נהורא נפישא האט געשריבן:לייגסט דאך עס אראפ בעסער ווי מיר
הקטן האלט נאר אין איין איבערחזרן אז עס איז ניטשא קיין שום סיבה ווייל ווען ס'קומט צו די נשמה איז נישט אויפגעוויזן געווארן אז ס'דארף האבן א סיבה



נאר וואס ?
א טעם, וואטעווער דעט מינס
הקטן, וואס איז די חילוק פון טעם און סיבה, אפשר זאל איך נוצן די טערמין מניע ?
פון וואו קומט אז צוויי איידענטיקל נשמות אונטער די זעלבע קערפערליכע אומשטענדן זאלן האבן אן אנדערען טעם ?
נאר היות מיר האבן געשמועסט אז ווען ס'קומט צו די נשמה דארף עס נישט א סיבה ממילא דארף די חילוק אין טעמים אויך נישט קיין סיבה, והיא כפתור ופרח.


טעם vs סיבה
זעה:
Principle of sufficient reason
The principle of sufficient reason states that everything must have a reason or a cause.


דאס איז נישט די The law of causality
פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:29 am#435230
Re: למעשה, האב איך בחירה?
ווער עס וויל לייענען איבער בחירה און קוואנטום מעכאניקס:

m http://www.bbc.com/earth/story/20170215 ... _aDV5kwwTw m
זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:38 am#435275
נהורא נפישא האט געשריבן:עס איז דא בעיסיק קושיות וואס גייט ממילא בלייבן די זעלבע נישט קיין נפק"מ צו איר האלט פון בחירה צו נישט
אויב גאט ווייסט פונקטליך וויאזוי די בריאה גייט אויסזעהן, צו וואס האט ער עס באשאפן, ווען ער ווייסט נישט קענסטו זאגן עס איז אן עקספירימענט, און אויך אויב גאט ווייסט וויאזוי ס'גייט אויסזעהן איז דאך פשט ער איז מסכים, גארנישט קען נישט ווערן געטאן אן זיין רצון
ממילא איז יעצט אז איך זאג אז עס איז נישט פארהאן אן אמתע בחירה איז גארנישט מער שווער גאט האט באשאפן א וועלט, ער האט פונקטליך געוויסט וואס ער מאכט, ער האט קענטליך געוואלט אז ס'זאל זיין רשעים און צדיקים, ער האט אימפלעמענטירט שכר ועונש און א חוש פאר מאראל און ישרות צו רעגולירן פונקטליך וויפיל צדיקים און רשעים עס זאל זיין, ישרות איז נישט קיין פראגע ווייל גאט האט באשאפן דעם רשע לתכלית העונש.
אויב די קושיות זענען דיר שווער דא דארף עס זיין שווער פונקט אזוי ווי אויף די טראדיציאנעלע טעאלאגיע, עס זענען דא טאקע וואס האלטן נישט מכל וכל פון רעליגיע ווייל ס'מאכט זיי נישט קיין סענס מכח אט די אלע קושיות

נהורא נפישא: דיין קאנצעפט איז אפגעפרעגט בכלל וכלל. ווייל אויב גאט האט געוואוסט פון פאראויס ווער ס'גייט זיין א צדיק און ווער א רשע. ס'הייסט ער באשאפט לכתחילה צדיקים און רשעים. קען דער רשע האבן א טענה צו גאט...פארוואס האסטו מיך באשאפן א רשע. און דו געסט מיר נאך א שטראף אויך...?!...נאר דער תירוץ איז אז ס'איז יא דא בחירה. און דאס גייט שוין אריין אין א שמועס פון גילגולים און נשמות. דאס עמיר לאזן פאר אזעלכע אויבער חכמים ווי הרב יוסף מזרחי...!
זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:40 pm#435341
berlbalaguleh האט געשריבן:אויב גאט האט געוואוסט פון פאראויס ווער ס'גייט זיין א צדיק און ווער א רשע. ס'הייסט ער באשאפט לכתחילה צדיקים און רשעים. קען דער רשע האבן א טענה צו גאט...פארוואס האסטו מיך באשאפן א רשע. און דו געסט מיר נאך א שטראף אויך...?!...

וואס איז די פראבלעם? גאט באשאפט לכתחילה לייבן און הערשן, עקסטערמינעיטערס און מייז, געזונטע און קראנקע, צדיקים און רשעים, ברואים וועלכע ס'גייט זיי גוט און אזעלכע וואס ס'גייט זיי נישט אזוי גוט, און ביזדערווייל ארבעט זיך עס אויס גאנץ פיין. גאט צוקראצט זיך נישט פון א נארישע טוטער מיט א מויל מיט טענות, ער האט שוין אסאך גרעסערע און שטערקערע בייגעקומען, מיט איין "שתוק! כך עלה במחשבה לפני!" האבן זיי אלע איינגעכאפט א שטילשווייגעניש.
זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:41 pm#436227
למעשה, האב איך בחירה?
ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז קאנט מאכט זיין באקאנטע חילוק צווישן נומענא, וואס א זאך איז בעצם, און פענאמענא, די כאראקטעריסטיקס וואס די זאך פארמאגט און ווי אזוי אונז פערסיווען דאס (אברהם בענעדיקט איז דאס שיין מסביר אין וועקער 10). קאנט וויל דאס נוצן צו מאכן א חילוק צווישן דעם לעוועל פון נומענא, וואס דארט איז דא בחירה חופשית, און פענאמענא, וואס דארט איז נישט דא.

(דאס איז לכאורה ענליך צו דאס וואס רבינו חסדאי קרשקש (אור ה׳ מאמר ב כלל ה פרק ג) מאכט אויך א חילוק אין ״טבע האפשרי״ צווישן דברים בבחינת עצמם, וואו ס׳איז יא דא, און בבחינת סיבותם (אדער מציאותם), וואו ס׳איז נישט דא.)

בכלל, דארף ארויסגעברענגט ווערן אז דעטערמעניזם לכשלעצמו איז ל״ד א סתירה צו בחירה חופשית; ס׳קען זיין קאמפעטעבעליזם. ס׳איז הארטע דעטערמעניזם וואס קען נישט גיין ביחד עם בחירה חופשית. (און אינטרעסאנט איז אז לאידך גיסא איז דא הארטע אינקאמפעטעבעליזם פון דר. דערעק פערעבום, וואס טענה׳ט אז אפילו אויב דעטערמעניזם איז פאלש איז דאך נישט דא קיין בחירה חופשית.)

*

בנוגע דאס וואס מ׳האט ערווענט (עגלה ערופה און אנדערע) אז די [מייקרא] לעוועל פון קוואנטום פיזיקס איז נישט קיין ראיה צו בחירה חופשית אויפ׳ן/צום גאנצע/מעקרא לעוועל, רירט דאס לכאורה אן אין האליזם; א (גאנצע) זאך איז מער ווי די סומע פון אירע באשטיינדלען. אבער לאידך גיסא קען מען נוצן די געדאנק פון האליזם זיך ארויסצודרייען פון א ממש צוגעבונדענקייט צו cause [ווייל די cause איז נאר א חלק פונ׳ם תוצאה וואס האט צוגעברענגט די גאנצע], וממילא ווייטער טענה׳ן בעד בחירה חופשית.
מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 10:26 am#439424
די מעקאניזם פון שכר ועונש.

בילד
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 9:31 am#440061
למעשה, האב איך בחירה?
אין דעם שמועס איז אינטרעסאנט צו דערמאנען אז אין פסיכאלאגיע איז דא דר. עזקיאל מארסעללא׳ס פאסיוו פרעים טעאריע וואס לויטעט אז די קאנשיסנעס איז (עכ״פ רוב מאל) פשוט און נישט מער ווי דעם דאלמעטשער און מיטל-מאן פונ׳ם סוב-קאנשיסנעס צו די כלי מעשה וכו׳.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 8:31 pm#440091
דאס מיינט אז דער "איך" איז די סוב-קאנשיסנעס
און ווער זאגט א בחירה איז נישט אין די סוב-קאנשיסנעס?
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 9:03 pm#440092
Re: למעשה, האב איך בחירה?
קען זיין. אבער אויבנאויף זאגט לכאורה די סברא אז די פירוש המלה פון ״בחירה״ מיינט א קאנשעס טשויס/בחירה.

קען אויך זיין אז לפי די טעאריע איז דאס (עכ״פ א וועריעישן פון) וואס מען האט דא אויסגעשמועסט איבער די נקודת הבחירה; די מיעוט וואס ליגט אפשר יא ביים קאנשיסנעס.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 9:04 pm#440093
הקטן האט געשריבן:און ווער זאגט א בחירה איז נישט אין די סוב-קאנשיסנעס?

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נו ווער טאקע?
פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:26 am#440139
ATUB @מי אני ATUB דו ברענגסט אסאך גוטע סחורה, איך זע דיר אבער נישט שרייבן קיין אייגענע מיינונגען. וואס האלטסטו לגבי די שמועס דא?

(איך פרעג נישט ווייל איך וויל וויסן דיין מיינוג, איך וויל פשוט זען וואס דיין מח וועט בעל כרחו אויסשפייען נאכן ליינען וואס איך האב געפרעגט. אויך נאר ווייל אזוי איז יעצט ארויסגעקומען פון מיין אלגיריטעם...)
זונטאג יאנואר 26, 2020 5:14 pm#442110
Re: למעשה, האב איך בחירה?
דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג, אין זיין The Star of Redemption (ח״א פ״ג), זאגט (בנוגע זיין עקזיסטענסשילע פילאזאפיע) אז די קאנצעפט/עלעמענט פונ׳ם ״זעלבסט״ (ווי אויך די קאנצעפטן/עלעמענטן פון ״ג-ט״ און (די) ״וועלט״) קומט(/קומען) ארויס און הייבן זיך אן פון ״גארנישט״ (אין איר פילאזאפישן באדייט; יעדעס איינס פון די קאנצעפטן/עלעמענטן פון איר אייגענע ״גארנישט״).

יעצט, עס זענען דא צוויי וועגן ארויס פון די ״גארנישט״ וואס פון דעם ווערט(/ווערן) די קאנצעפט(ן) געשאפן:
1) א פאזיטיווע סארט וועג וואס זאגט אויף דעם ״נישט-גארנישט״; דאס איז די וועג פון ״יא״
2) די וועג וואס פרעגט/ווארפט אפ די ״גארנישט״; דאס איז א וועג פון ״ניין״.

די וועג פון ״יא״ איז א חלק פון דאס הויה און וועזן פונ׳ם קאנצעפט/עלעמענט [עס איז מער א סארט אינפיניט], בשעת די וועג פון ״ניין״ איז א חלק פונ׳ם אקטיווע קוואליטעט פונ׳ם קאנצעפט/עלעמענט [עס איז מער א סארט פיניט].

בנוגע די ״זעלבסט״ קאנצעפט/עלעמענט איז די חלק ה״יא״ די כאראקטער [וואס בלייבט/האלט אויס; enduring character] און די חלק ה״ניין״ איז די כח הבחירה.

לפי״ז קען מען אפשר זאגן און (אביסל טיפער) טייטשן (קהלת ג יט) ורוח אחד לכל ומותר האדם מן הבהמה, דהיינו איינע פון די זאכן וואס א מענטש האט מער פון די בהמה איז אז ער האט דאך בחירה (לפי הרמב״ם ועוד), וואס ״רוח״ קען מיינען (די) רצון [וממילא בחירה] (עיין במו״נ ח״א פ״מ), משא״כ הבהמה (ועיין באוהחה״ק בבראשית לז כא, ובתניא סופל״ח וריש פל״ט ועוד), און די פסוק איז דערנאך ממשיך, ״אין״, דאס איז די חלק ה״ניין״ [אין] וואס קומט ארויס פונ׳ם ״גארנישט״ [אין] וואס דאס איז א חלק וואס מאכט דעם ״זעלבסט״ קאנצעפט פונ׳ם אדם (וממשיך, כי הכל הבל, ועיין לעיל במצודת ציון (א ב) דתיבת ״הבל״ היינו דבר שאין בו ממש ע״ש; ״גארנישט״).

וע״ע כאן.
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 5:24 pm#442645
Re: למעשה, האב איך בחירה?
דאנערשטאג אפריל 23, 2020 5:18 pm#446612
Re: למעשה, האב איך בחירה?
IMG_6817.jpg
זונטאג מאי 17, 2020 10:47 pm#448821
דעם שבת האב איך מיך גע'טענה'ט מיט איינעם וועגן בחירה, בתוך הדברים זאגט ער מיר "עה, איך דארף נישט נעמען ערנסט דיינע ווערטער, דו זאגסט אזוי ווייל דו ביזט determined אזוי צו זאגן." האב איך איהם געענטפערט אז פונקט פארקערט. אויב קען איך אויסוועלן וואס צו האלטן אן ווערן נשפע פון די פאקטן אדער די וועג וויאזוי איך פארשטייט די פאקטן הערשט דאן דארף מען נישט ערנסט נעמען מיינע שיטות, איך האלט אזוי פשוט ווייל איך האב אויסגעוועלט אזוי צו האלטן, און דו ביזט פונקט אזוי בארעכטיגט אויסצואוועלן א צווייטע מיינונג. אויב אבער האב איך נישט קיין בחירה נאר מיינע שיטות ווערן פארמירט דורך די מציאות וואס איך זעה פאר זיך דארף מען טאקע נאכגיין ווער ס'זעהט די ריכטיגע מציאות, אפשר ווען דו וועסט וואוסן וואס איך ווייס וועט דיין מיינונג זיך אויך טוישן. ס'קען אויך זיין אז ווען איך וועל וואוסן וואס דו ווייסט וועט מיין מיינונג זיך טוישן, אדרבה, לאמיר אריינפלאגן מיינע פאקטן אין דיין מוח און דיינע פאקטן אין מיין מוח און לאמיר זעהן וואסערע מיינונגען אונזערע מוחות וועלן אויסשפייען.
זונטאג מאי 17, 2020 11:08 pm#448826
למעשה, האב איך בחירה?
דאס רירט אביסל צו צו אוימאנ׳ס עגרימענט טעארעם. דאס לויטעט אז ווען צוויי ראציאנאלע מענטשן ווייסן די זעלבע ידיעה איבער איינע די אנדערע׳נס פאזיציעס און פאקטארן וכו׳ דערצו בתכלית הבירור, קען נישט זיין אז זיי זאלן באמת זיין מחולק.
מאנטאג מאי 18, 2020 5:48 pm#448908
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דעם שבת האב איך מיך גע'טענה'ט מיט איינעם וועגן בחירה, בתוך הדברים זאגט ער מיר "עה, איך דארף נישט נעמען ערנסט דיינע ווערטער, דו זאגסט אזוי ווייל דו ביזט determined אזוי צו זאגן." האב איך איהם געענטפערט אז פונקט פארקערט. אויב קען איך אויסוועלן וואס צו האלטן אן ווערן נשפע פון די פאקטן אדער די וועג וויאזוי איך פארשטייט די פאקטן הערשט דאן דארף מען נישט ערנסט נעמען מיינע שיטות, איך האלט אזוי פשוט ווייל איך האב אויסגעוועלט אזוי צו האלטן, און דו ביזט פונקט אזוי בארעכטיגט אויסצואוועלן א צווייטע מיינונג. אויב אבער האב איך נישט קיין בחירה נאר מיינע שיטות ווערן פארמירט דורך די מציאות וואס איך זעה פאר זיך דארף מען טאקע נאכגיין ווער ס'זעהט די ריכטיגע מציאות, אפשר ווען דו וועסט וואוסן וואס איך ווייס וועט דיין מיינונג זיך אויך טוישן. ס'קען אויך זיין אז ווען איך וועל וואוסן וואס דו ווייסט וועט מיין מיינונג זיך טוישן, אדרבה, לאמיר אריינפלאגן מיינע פאקטן אין דיין מוח און דיינע פאקטן אין מיין מוח און לאמיר זעהן וואסערע מיינונגען אונזערע מוחות וועלן אויסשפייען.


אבער אויב נעמט מען אן ריין דעטערמעניזם, איז דיין ויכוח ממילא נישט נוגע און פרוכטלאז, און די זעלבע איז מיין הודעה
מאנטאג מאי 18, 2020 5:53 pm#448910
ס'ווענדט זיך אויפ'ן מענטש, אויב איז ער אזא איינער וואס קען אננעמען נייע אינפארמאציע קען עס טוישן זיין מיינונג פונקט ווי ס'האט געקענט טוישן מיין מיינונג.
מאנטאג מאי 18, 2020 5:54 pm#448911
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'ווענדט זיך אויפ'ן מענטש, אויב איז ער אזא איינער וואס קען אננעמען נייע אינפארמאציע קען עס טוישן זיין מיינונג פונקט ווי ס'האט געקענט טוישן מיין מיינונג.

עס איז שוין ממילא דעטערמענד אז ער וועט טוישן זיין מיינונג, אזוי אויך איז דעטערמענד אז עס וועט געשעהן דורך דיין שמועס.