Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
99 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 191 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4174
זונטאג יולי 21, 2013 11:47 am#134985
די פאקט אז דו האסט דיך געטויפט צו דעטערמיניזם מיינט נאך נישט אז דו האסט פארלוירן די בחירה. דו האסט אלץ ווייטער געהאט א געהעריגע בחירה, אפגעזעהן וואס דו האסט געגלייבט, און פארדעם האסטו נישט געשפירט קיין חילוק אין דיין לעבן.

דו קומסט מיר פאר ווי דער חכם וואס האט געטענה'ט אז ס'נישט קיין נ''מ צו עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט, ווייל אפילו אין דער צייט וואס איך בין געווען אן אטעאיסט האב איך נאך אלץ געשפירט השגחה פרטית...
זונטאג יולי 21, 2013 12:22 pm#134991
איך האב געמיינט אז נולד פרעגט אויב די שאלה איז נוגע פראקטיש. די שאלה פון גאט, למשל, איז נוגע פראקטיש (כאטש אויך על פי רוב זייער ווייניג). די שאלה פון בחירה איז נישט.
זונטאג יולי 21, 2013 12:27 pm#134995
אפשר באלאנגט די פאלגענדע שאלה אין אשכול ״שואל כענין״ אבער אין ליכט פון יאיר׳ס נישט קענען אפטיילן די סיבה המסובב מיט בחירה שטעלט זיך אזא פראגע.
מיר ווייסן אז ר׳ שמעון האלט דבר שאין מתכוין איז מותר. אבער.. נישט ביי א פסיק רישיה . אלזא ווי גענוי איז נישט קיין פ״ר?
גורר אדם כסא מטה וספסל ובלבד שלא יתכוין לעשות חריץ.. אויב איז געשען א חריץ איז דאך געווען א סיבה וואס האט געמאכט א חריץ, און די סיבה, איז לכאורה מחייב די מעשה החריץ און מאכט דאס על כרחך פאר א פסיק רישיה

נו ווען איז דער היתר פון דבר שאינו מתכוין?
זונטאג יולי 21, 2013 12:37 pm#134998
יאיר, בחירה איז זייער שייך פראקטיש. ווען א מענטש גלייבט אז ער האט א בחירה וועט ער זיך שלאגן מיט די ייצר הרע, משא''כ אויב האט ער נישט וועט ער פשוט טון מה שלבו חפץ.

מאטי, פסיק רישיה מיינט נישט 'האבן א סיבה ומסובב'. פסיק רישיה מיינט נישט האבן קיין אויסוועג. ווען דו האקסט אפ יענעמס קאפ איז נאר דא איין זאך וואס קען געשעהן;פגירה. ווען דו שלעפסט א בעט איז מעגליך אז ס'זאל ווערן א לאך און ס'מעגליך אז נישט.
זונטאג יולי 21, 2013 12:44 pm#135000
הוגה האט געשריבן:יאיר, בחירה איז זייער שייך פראקטיש. ווען א מענטש גלייבט אז ער האט א בחירה וועט ער זיך שלאגן מיט די ייצר הרע, משא''כ אויב האט ער נישט וועט ער פשוט טון מה שלבו חפץ.

דאס איז אן אילוזיע. וואס א חילוק צו די סיבה פארוואס ער שלאגט זיך איז צוליב בחירה אדער דעטערמיניזם? למעשה, אויב ער שפירט אז ער איז ביכולת צו בייקומען דעם יצר הרע, דארף ער דאס טון סיי אויב ער איז א דעטערמיניסט און סיי אויב ער איז א בחירה'יסט, און אויב ער איז נישט ביכולת איז ער דאך סייווי נישט ביכולת. פארדעם האב איך געשריבן אז ווען איינער טוישט זיך פון בחירה צו דעטערמיניזם דארף ער נישט טוישן דאס לעבן (גראדע זענען פארהאן פסיכאלאגישע שטודיעס וואס באשטעטיגן יא א קאראלאציע צווישן וויסן אז ס'איז נישטא קיין בחירה און א שוואכערע התגברות היצר, אבער כאמור, דאס איז נאר צוליב די פסיכאלאגישע אילוזיע שהזכרתי, און צוליב די אי הבנה ביים המון עם אז בחירה כפי הבנתם איז בעצם א נישט עקזיסטירנדע זאך כמו שהארכתי).
זונטאג יולי 21, 2013 12:48 pm#135001
moti107 האט געשריבן:אפשר באלאנגט די פאלגענדע שאלה אין אשכול ״שואל כענין״ אבער אין ליכט פון יאיר׳ס נישט קענען אפטיילן די סיבה המסובב מיט בחירה שטעלט זיך אזא פראגע.
מיר ווייסן אז ר׳ שמעון האלט דבר שאין מתכוין איז מותר. אבער.. נישט ביי א פסיק רישיה . אלזא ווי גענוי איז נישט קיין פ״ר?
גורר אדם כסא מטה וספסל ובלבד שלא יתכוין לעשות חריץ.. אויב איז געשען א חריץ איז דאך געווען א סיבה וואס האט געמאכט א חריץ, און די סיבה, איז לכאורה מחייב די מעשה החריץ און מאכט דאס על כרחך פאר א פסיק רישיה

נו ווען איז דער היתר פון דבר שאינו מתכוין?

זיסע זכרונות ברענגסטו מיר אויף, כ'געדענק נאך ווען די שאלה פלעגט מיר נודזשען אין קאפ... למעשה איז לכאורה דער מכוון אז א דבר שאין מתכוין איז נישט ברור פון פאראויס "פאר'ן מענטשליכן אויג" אז דאס גייט ברענגען א חריץ. אין הכי נמי אויב וועט קומען א גאון הגאונים וואס וועט קענען אויסרעכנען מיט פסיכאלאגיע ווי אזוי דער מענטש וועט רוקן דעם בענקל און מיט פיזיקס צו עס וועט שאפן א חריץ, וועט ער דאס קענען וויסן. אבער למעשה "פאר'ן מענטש וואס טוט עס" איז עס א דבר שאין מתכוין און נישט קיין פסיק רישא.
זונטאג יולי 21, 2013 12:54 pm#135002
דער 'פסיכילאגישע אילוזיע' איז די פראקטישקייט פון בחירה.
זונטאג יולי 21, 2013 1:03 pm#135004
הוגה האט געשריבן:דער 'פסיכילאגישע אילוזיע' איז די פראקטישקייט פון בחירה.

איינמאל מ'ווייסט אז ס'איז אן אילוזיע איז עס מער נישט פראקטיש.
זונטאג יולי 21, 2013 1:20 pm#135007
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:אפשר באלאנגט די פאלגענדע שאלה אין אשכול ״שואל כענין״ אבער אין ליכט פון יאיר׳ס נישט קענען אפטיילן די סיבה המסובב מיט בחירה שטעלט זיך אזא פראגע.
מיר ווייסן אז ר׳ שמעון האלט דבר שאין מתכוין איז מותר. אבער.. נישט ביי א פסיק רישיה . אלזא ווי גענוי איז נישט קיין פ״ר?
גורר אדם כסא מטה וספסל ובלבד שלא יתכוין לעשות חריץ.. אויב איז געשען א חריץ איז דאך געווען א סיבה וואס האט געמאכט א חריץ, און די סיבה, איז לכאורה מחייב די מעשה החריץ און מאכט דאס על כרחך פאר א פסיק רישיה

נו ווען איז דער היתר פון דבר שאינו מתכוין?

זיסע זכרונות ברענגסטו מיר אויף, כ'געדענק נאך ווען די שאלה פלעגט מיר נודזשען אין קאפ... למעשה איז לכאורה דער מכוון אז א דבר שאין מתכוין איז נישט ברור פון פאראויס "פאר'ן מענטשליכן אויג" אז דאס גייט ברענגען א חריץ. אין הכי נמי אויב וועט קומען א גאון הגאונים וואס וועט קענען אויסרעכנען מיט פסיכאלאגיע ווי אזוי דער מענטש וועט רוקן דעם בענקל און מיט פיזיקס צו עס וועט שאפן א חריץ, וועט ער דאס קענען וויסן. אבער למעשה "פאר'ן מענטש וואס טוט עס" איז עס א דבר שאין מתכוין און נישט קיין פסיק רישא.

לויט דיר, איז ער א געהעריגער מתעסק. כמו ״מתכוין לחתוך את התלוש וחתך את המחובר״ וואס דאס איז ר׳ יהודה אויך מודי אז מאיז נישט חייב ווייל מלאכת מחשבת אסרה תורה.
ATUB @הוגה ATUB לשיטת יאיר וגם לשיטת הוגה לדעת יאיר, איז ״סיבה המסובב״, און ״פסיק רישיה״ פונקט ווי קוב״ה אורייתא וישראל..
זונטאג יולי 21, 2013 2:32 pm#135018
מיין שאלה איז פראקטיש און אפי לגבי שכר ועונש דאכט זיך איז אויך נישט קיין נפק''מ צי מיר האבן בחירה.
זונטאג יולי 21, 2013 2:59 pm#135027
אויב דו פרעגסט צו ס׳איז דא א נפק״מ דאן האלטסטו בע״כ אז מיר זענען נישט פרי דיטערמענט.. דער וואס פרעגט צו ס׳איז א נפק״מ למעשה, קומט מיר פאר ווי א דריי יעריגע וואס וויינט אינמיטן די נאכט אז סדא דאאגי, און די מאמע זאגט ס׳איז נאר א חלום . רופט זיך אן דאס קינד, יא אבער אין חלום איז עס געווען עכט.

יא בחירה נישט בחירה,למעשה דארפסטו ווייטער בוחר זיין טוב......
זונטאג יולי 21, 2013 10:12 pm#135108
יאיר, כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. אויב האלט איך פון דעטערמיניזם דאן האלט איך (לפי הבנתי) אז עס איז נישט דא קיין בחירה, די מערדער האט נישט געהאט קיין טשאנס זיך איינצוהאלטן. משא"כ אויב גלייב איך אין בחירה דאן האב איך יא א טשאנס זיך איינצוהאלטן.

יעצט איך (הוגה) גלייב אז בחירה איז א פאקט און איך בין דיר מודיע אז אויב דו וועסט נישט גלייבן דערין וועסטו ניטאמאל וויסן און פרובירן זיך איינצוהאלטן, פארדעם וויל איך דיר קאנווינסן אז דו האסט יא בחירה כדי דו זאלסט וויסן אז עס איז בידך און דו זאלסט דיך איינהאלטן.
מאנטאג יולי 22, 2013 12:50 am#135140
נולד מאוחר האט געשריבן:מיין שאלה איז פראקטיש און אפי לגבי שכר ועונש דאכט זיך איז אויך נישט קיין נפק''מ צי מיר האבן בחירה.


וואס?????

דו פארשטייסט שכר ועונש?
צדיק ורשע?

און די אלע מיתות משינות מיט יסורים נוראים,

עונשים פון ראשית חכמה און פון זוהר פאר אן אומשולדיגער איד?
מאנטאג יולי 22, 2013 1:53 am#135154
איך זאג נישט אז כ'פארשטיי שכר וענש. כ'זאג סאיז די זעלבע נישט פארשטענדליך אדער יא פארשטענדליך נישט קיין נפק''מ וואס מיר האלטען וועגן בחירה.
זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 11:41 am#148221
אינטרעסאנטער זאך געזעהן היינט, אין וויקיפידיע

בעת החדשה נוצרו מספר מחלוקות בין מדענים דתיים לגבי התפיסה האם קיימת במציאות בחירה חופשית. חיים סוֹמפּוֹלינסקי פיזיקאי וחוקר מדעי המוח הידוע כשומר מצוות, טוען שכיום לפי המחקרים העדכניים שמראים מכשירי ה MRI הפעולה שהאדם מבצע נוצרה ונקבע זמן קדום עוד לפני המחשבה על ביצוע הפעולה. לדבריו מחשבה זו אינה סותרת את האמונה היהודית כפי שרבי צדוק הכהן מלובלין טען שאין באמת בחירה חופשית מוחלטת. כנגד תפיסה זו טוען חוקר המוח ניב הדר הידוע כשומר מצוות, שהיכולת לראות ולדעת מה יתרחש וכיצד האדם יבצע את הפעולה נובעת בעומק תת-ההכרה של האדם. מכיוון שכך, לכאורה נראה שהאדם לא שולט על מעשיו ומעשיו מוכתבים מראש, אולם האמת היא שההכרה הפנימית שבו היא אשר יוצרת את הפעולה עוד לפני שעלתה במחשבת האדם. כפי שסוברים רוב הוגי הדעות בעולם היהודי ובראשם הרמב"ם שראה בבחירה החופשית כאחד מעיקרי האמונה היהודית.



קען מיר איינער ביטע מסביר זיין אויף אידיש וואס "ניב הדר" זאגט?
זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:07 pm#148385
חז"ל טיילן איין די אינער ווארקינגס פון פאסען א באשלאס און 3 בעסיק סטעפס. 1.העין רואה 2.והלב חומד 3.וכלי המעשה גומרים
למעשה גייט די פארסעס דארך טויזענטע מיני סטעפס פון רצון בהכרה צו תת-ההכרה אין ציריק צו חלקים פין הכרה. און בחירה קען זיין אויף ענאי פין די שטאפלען.

אייביג ווען איינער בייגט א פינגער נישט קיין נפקא מינה אויב דאס איז געווען א קאנשעס החלטה אדער א סוב קאנשעס החלטה גייט דאס אויך דארך א געוויסע חלק פין מח וואס איז אין די סוב-קאנשעס און דאס קענען די סייענענטיסטען זעהן מיט זייער מכשירים. נאכן ווערן עפראווד ביי די סוב-קאנשעס קאמיטי קימיט דאס אויך אן צי די קאנשעס חלק, און די קאנשעס חלק קען דאס באשטעטיגען אדער אפווארפן.

דו סוב-קאנשעס דינט אויך די אינטערעסן פינעם רצון.
איך האב מסביר געווען וואס ער שרייבט אביסל באריכות אבער זייער בקיצור
זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:00 pm#148421
ביסט מסביר חז"ל אדער ניב הדר?
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:27 am#148547
Libet אליינס (וואס האט דורכגעפירט דעם עקספערימענט) שרייבט אז בחירה חופשית קען נאכאלץ מיינען די כוח צו וועטאָאירן וואס די unconscious processes האבן באשלאסן, אין אנדערע ווערטער, נישט free will נאר free won't. ובאמת, רוב מאל ווען מ'טוט עפעס וואס מ'ווייסט אז ס'איז שלעכט, איז נישט פשט אז מ'האט בוחר געווען ברע, נאר מ'איז נישט געווען גענוג שטארק בוחר צו זיין בכלל, ווי יעדער קען מרגיש זיין ביי זיך, וכמבואר בכמה מקומות בחז"ל, ועי' ערך akrasia.
ס'זענען דא נאך מהלכים, אבער כנראה איז דאס וואס הדר שרייבט, ובתוספת הרחבה אז הכרה פנימית ורצון איז נאך טיפער, ורובדים הרבה יש כגלדי בצל, וממילא איז בחירה א קום ועשה אויך. (ומבואר בקבלה אז רצון ובחירה איז בכתר, נאך בעפאר חכמה ובינה).
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:16 pm#148573
איך פארשטיי נאך נישט דיין חלק הביאור פין דער חקירה חלק, אבער לויט די מקובלים איז דער בחירה אין תפארת אדער מלכות, ווייל דער שבירת הכלים האט גורם געוועהן בחירה, און דאס איז פיל נידריגער, אפילו אין פרדס שטייט ווען ער רעדט וועגען בחירה און ידיעה זאגט ער אז בחירה איז נידריגער פין דעת.
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:16 pm#148635
איר רעדט פון די עולמות, וואו ס'איז נישטא קיין עירוב טו"ר איז נישט שייך קיין בחירה. מיר רעדן בנשמת הבוחר, בחירה בויט זיך דאך אויף רצון וואס איז כתר, ואה"נ די ענדגילטיגע מסקנא למעשה איז אין מלכות, דאס שטימט להפליא עם המבואר אז ס'גייט אויף מער ווי איין שטאפל.
(כתבתי כפי מיעוט ידיעתי, ואין לי עסק בנסתרות).
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:45 pm#148641
איחוד פעלד האט געשריבן:ביסט מסביר חז"ל אדער ניב הדר?

איך בין מסביר ניב (זיינע ווערטער זענען זייער בקיצור)
שליח ברענגט דאס אויך גיט ארויס
וואס פארשטייסטו נישט
מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:44 pm#177737
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:30 am#351295
איך קען קוים גלייבן אז איך בין דער וואס האט די זכיה ארויסצוגראבן דעם אוצר המנוצר פון די גנזי המלך אשר בחדרי ק"ש, אבער אם זכיתי לכך דארף איך צולייגן צוויי ווערטער.

קודם דברי הערכה: די שמועס האט זיך געצויגן א גאנצע חודש צייט, ווען די סאמע גרעסטע לייבן האבן אנטיילגענומען, ה"ה ATUB @הוגה ATUB , ATUB @הקטן ATUB , ATUB @ונבנתה העיר ATUB , ATUB @מאטי ATUB , און ATUB @יאיר ATUB . די שמועס איז געווען טעאלאגיש, פסיכאלאגיש, פילאזאפיש, און סייענטיפיש. איך האב דאס אדורכגעאקערט אין צוויי-דריי טעג, און מיין קאפ שווינדלט פון די טיפע שמועס הלוך ושוב. איין רגע שרייט הקטן אזוי גוט, א צווייטע רגע איבערצייגט מיך מאטי אז ס'נישט אזוי פשוט, וכן להלאה. "וואו נעמט מען היינט אזא שמועס?!".

האמת אגיד, אז כ'האב א ים וואס צוצולייגן אין די נושא, מראי מקומות און ראיות און טענות וכו', נאר דאס וואלט געפאדערט א גאנצע אשכול און מעגליך א גאנצע קונטרס'ל, ואין לי כח ועצבים לעת עתה. היות פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך צוצייכענען אפאר שאקינג מראי מקומות, וואס וואלטן ארויסגעהאלפן די דיסקוסיע זיך גליטשן גרינגער. ואם יעיינו כמה חברים, וכ"ש אם יתחדש השיחה, והיה זה שכרי.

-----------
אומר אני, נאכן אפשרייבן מיין קורצע תגובה האב איך מיך פלוצים דערזען מיט אזא לאנגע מאמר אז דאס איז ווערד צו זיין א לענגערע אשכול, און כ'האב נאר אספיעט אריינצוקריכן אין איין מראה מקום, אלזא ליינט דא דעם לענגערן מאמר.
זונטאג דעצעמבער 15, 2019 12:03 am#439950
Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
אז מ׳רעדט פון בחירה חופשית בפראקטישקייט (און אז מ׳האט דערמאנט דעם חובת הלבבות בכלל) איז כדאי צוצוצייכענען צו דאס וואס ער זאגט אין שער יחוד המעשה (פ״ה) אז אויב דער יצה״ר איז מסית א מענטש אז ס׳דאך ממילא אלעס מוכרח איז צו וואס זאל ער זיך אנשטרענגן אויף מקיים צו זיין מצות ה׳, זאל מען טראכטן אז אויב אזוי פארוואס זאל איך מיר יא מוטשענען אויף השגת קניני העולם; מ׳זאל נישט זיין א פותח על שתי הסעיפים ע״ש. (הגם, ער פאר זיך האלט אז נאר אין עבודת ה׳ איז נישט דא קיין הכרח, אזוי ווי הקטן האט צוגעברענגט פון שער עבודת האלקים פ״ח, און אין אנדערע זאכן איז יא דא א הכרח. און דאס וואס מ׳טוהט השתדלות לצורך פרנסה איז אויך נאר מחמת דאס איז אויך עבודת ה׳, ווייל אן דעם איז ער ממית את נפשו, וואס איז אן עבירה והענס עבודת ה׳, ועיין בשער הבטחון פ״ד.)
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 5:20 pm#442644
Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
לגבי דעם וואס מ׳האט ערווענט אז די נקודת המחשבה ווען עס ווערט ״יש מאין״ איז דארט איז די בחירה, טענה׳ט דער בריטישער פילאזאף דר. גאלען דזשאן סטראסאן אז דאס קען נישט געמאלט זיין ביי מענטשליכע מענטאלע פראצעסן. דעריבער, פירט דאס געדאנק פון בחירה חופשית אריין אין צו אן אינפיניט רעגרעס. דהיינו, וויבאלד צו זיין אחראי/פאראנטווארטליך אויף עפעס וואס דו האסט געטוהן מדעת עצמך [S] מוזטו זיין פאראנטווארטליך [מדעת עצמך] אויף די סיטואציע/מצב פון פאר דעם [¹¯S] וואס האט צוגעברענגט דערצו, און כדי צו זיין אחראי אויף דעם מוזטו שוין ווייטער אויך זיין אחראי [מדעת עצמך] אויף די מצב פון פאר דעם [²¯S], וכן הלאה.

(אבער ווי מ׳רירט אן דא, אויב קומט מען צו דערצו פון א רוחניות׳דיגן בליק, דהיינו אז הקב״ה גיבט יא די יכולת פאר׳ן מענטש צו מאכן א סארט ״יש מאין״ אין זיין געדאנק/מחשבה, איז די קשיא פונ׳ם אינפיניט רעגרעס נישט שווער.)

***

אין דעם שמועס (ולגבי דעטערמעניזם) איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו ניוקומב׳ס פאראדאקס אין געים טעאריע וואס קען האבן א שייכות דערצו. די פאראדאקס ארבעט אזוי:

עס איז דא א פאראויסזאגער און א שפילער. די פאראויסזאגער איז אלעמאל גערעכט. יעצט, ער לייגט אראפ פאר דיר צוויי באקסעס; אן אפענע און א צוגעמאכטע. אין די אפענע איז דא א זיכערע $1,000. אין די צוגעמאכטע איז אדער דא $1,000,000 אדער גארנישט. עס וועט זיך ווענדן אויב דער פאראויסזאגער האט פאראויסגעזאגט אז דער שפילער וועט נעמען נאר די צוגעמאכטע, האט עס $1,000,000. אויב האט ער אבער פאראויסגעזאגט אז דער שפילער וועט נעמען ביידע, האט עס גארנישט. וואס זאל דער שפילער טוהן?

די פאראדאקס איז אז צוויי קעגנזייטיגע מהלכים זעהן אויס צו זיין ביידע אינגאנצן לאגיש אויסגעהאלטן. דהיינו, די ריעליסט מהלך איז אז מ׳זאל נעמען ביידע באקסעס. דאס איז וויבאלד די שפילער איז בוחר מדעת עצמו ובחופש לאחר און אומאפהענגיג פון דאס פאראויסזאגען פונ׳ם פאראויסזאגער. קומט דאך אויס אז מיט׳ן נעמען ביידע האט דער שפילער זיכער פארדינט $1,000; אויב האט ער פאראויסגעזאגט ביידע פארדינט ער $1,000 און אויב נאר די צווייטע פארדינט ער/זי $1,001,000. (דאס גייט צוזאמען מיט׳ן דאמינענס פרינציפ אין געים טעאריע.)

משא״כ אויב נעם איך אן אז די פאראויסזאגן וועט ממש מיטגיין מיט וואס די שפילער איז בוחר קומט דאך אויס אז ער זאל נאר נעמען די צווייטע, ווייל דאס גיבט אים/איר $1,000,000 אנשטאטס $1,000. (דאס גייט צוזאמען מיט׳ן עקספעקטעד-יוטיליטי פרינציפ אין געים טעאריע.)

‏דאס (אויב זאגט מען אז דער פאראויסזאגער איז אייביג גערעכט) רירט אויך אן אין דעם שמועס פון טיים טרעוול, דהיינו אז די עתיד איז פועל אויפ׳ן עבר צוריקצווועגס (אין דעם געביט פון בחירה וכו׳), ועיין כאן.

*

מענין לענין באותו ענין, און אז מ׳רעדט פון די בחירה בתוך המחשבה פונ׳ם מענטש, איז מערקווידיג צוצוצייכענען דער פילאזאף דר. גרעגארי קאווקא׳ס חקירה/פאראדאקס בנוגע וועלן עפעס באמת ווען דו ווייסט מעיקרא אז דו ווילסט שפעטער דוקא צוריקציען דערפון. עס ארבעט אזוי:

א ביליאנער זאגט דיר אז אויב דו וועסט טרינקען א סם מארגען וועט ער דיר געבן א מיליאן דאלאר. די סם וועט דיר נישט הרג׳ענען, נאר מאכן גוט קראנק פאר נאר איין טאג. יעצט, ער זאגט דיר בפירוש אז אויב דו ביסט מחליט היינט ביינאכט צו נעמען דעם סם מארגען גיבט ער דיר שוין דאס געלט ביינאכט, אפילו דו גייסט צוריקציען מארגן פאר׳ן עס נעמען.

די פאראדאקס איז אז עס לוינט זיך דיר ראציאנאליש צו מחליט זיין צו נעמען דעם סם ווייל דו וועסט באקומען עפעס דערפאר (וואס מ׳קען טענה׳ן איז מער ווי די צער פונ׳ם האבן דאס געטרינקען [קראנק פאר א טאג]). אבער איין מאל מען איז דאס מחליט (באמת) איז עס איראציאנאליש אנצוהאלטן דעם באשלוס, וויבאלד מען קען דאך צוריקציען און בלייבן מיט׳ן געוואונס. און דאס אלעס ווייסט מען נאך פאר מ׳הייבט אן (וממילא האט עס אביסל א קשר צום אויבן-דערמאנטן ניוקומב׳ס פאראדאקס ובחירה חופשית).
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 8:37 pm#442653
מי אני האט געשריבן:אז מ׳רעדט פון בחירה חופשית בפראקטישקייט (און אז מ׳האט דערמאנט דעם חובת הלבבות בכלל) איז כדאי צוצוצייכענען צו דאס וואס ער זאגט אין שער יחוד המעשה (פ״ה) אז אויב דער יצה״ר איז מסית א מענטש אז ס׳דאך ממילא אלעס מוכרח איז צו וואס זאל ער זיך אנשטרענגן אויף מקיים צו זיין מצות ה׳, זאל מען טראכטן אז אויב אזוי פארוואס זאל איך מיר יא מוטשענען אויף השגת קניני העולם

די פאקט אז די דיטערמעניסט מוטשעט זיך יא אויף השגת קניני העולם, טרייט צי שרייבן געלאנגענע תגיבות אויף ק"ש וכו', זאגט אז זיין אינערליכע אינטאישען גלייבט ער און בחירה חפשית, ער קען נישט באמת לויז ווערן דערפין!

הגם ער קען מיר 1000 מאל מסביר זיין שכלדיג, פיליזאפיש, פאר וואס ער האט נישט קיין בחירה, ער פארשטייט באמת נישט וואו אזוי ס'איז בכלל מעגליך צי האבן בחירה
אבער ווען עס קימט למעשה ווייסט ער , אז ער האט בחירה און act accordingly!

דאס איז אזא טריק וואס גאט האט געמאכט

(קען זיין איך האב שוין דאס געשריבן)
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 9:32 pm#442659
ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
דער ניוראלאגיסט דר. בנימין ליבעט האט (בערך) אויך אזוי גע׳טענה׳ט. דהיינו, אז יעדע טעאריע/דרך וכדומה וואס ווייזט קעגן בחירה חופשית (און זאגט אז וואס אונז שפירן מיר דערין איז בעצם נאר אן אילוזיע) זאל זיין ״סאספעקט״, ווייל דאס גייט קעגן אונזער פענאמענאלישע עקספיריענס, אינטואישן, און מושכל ראשון וואו אונז ״פיהלן״ מיר למעשה און ס׳זעהט אונז אויס אז אונז זע׳מיר יא בוחר מדעת עצמינו בפועל ממש.

ווי באקאנט האט ער, דורך זיינע עקספערימענטס אין די ניוראלאגישע פראצעסן בנוגע (דעם פענאמענאן פון) בחירה [אין די ניוראלאגישע גרייטקייט פאטענציאל אינ׳ם מח בנוגע מעשים), געוואלט זאגן אז מיט ״בחירה חופשית״ מיינט מען מער ״מיאון חופשית״; אז ער קען (קאנשעסלי) וויטאען א החלטה וואס קומט אים ארויף פונ׳ם סאבקאנשעס.(וידוע הרמז (קהלת ג יט) ומותר האדם מן הבהמה ״אין״ ‏ (ועיין כאן).)

איך האב געהאט א פילינג (עממ... ״פאראויסגעזאגט״...) אז @הקטן ׳עט ענטפערן דערויף...

*

‏מענין לענין באותו ענין ברענגט דער תפארת ישראל, אין זיין דרוש אור החיים (אות א) אן ענליכן ראיה ווי דעם אויף השארת הנפש. דהיינו, פון דעם וואס מ׳זעהט אז מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם איבער רעדן וועגן דעם טויט נאנטשעלענטלי, ווייזט דאס אויף אן אינערליכן הכרה און געפיל אז דאס טויט איז נישט ענדגילטיג ע״ש.
פרייטאג פעברואר 07, 2020 12:21 am#442661
מי אני האט געשריבן:ווי באקאנט האט ער, דורך זיינע עקספערימענטס אין די ניוראלאגישע פראצעסן בנוגע (דעם פענאמענאן פון) בחירה [אין די ניוראלאגישע גרייטקייט פאטענציאל אינ׳ם מח בנוגע מעשים), געוואלט זאגן אז מיט ״בחירה חופשית״ מיינט מען מער ״מיאון חופשית״; אז ער קען (קאנשעסלי) וויטאען א החלטה וואס קומט אים ארויף פונ׳ם סאבקאנשעס.


בזה יובן לשון מאמר רז"ל: (ברכות סא, ב): "בינונים זה וזה שופטן [פירוש, יצר טוב ויצר הרע], דכתיב (תהלים קט לא): "כי יעמוד לימין אביון להושיע משופטי נפשו"".
ולא אמרו "זה וזה מושלים" חס ושלום, כי כשיש איזו שליטה וממשלה ליצר הרע בעיר קטנה אפילו לפי שעה קלה, נקרא רשע באותה שעה. אלא, היצר הרע אינו רק, על דרך משל:

כמו שופט ודיין, האומר דעתו במשפט, ואף על פי כן, יכול להיות שלא יהיה פסק הלכה כך למעשה, מפני שיש עוד שופט ודיין החולק עליו, וצריך להכריע ביניהם, והלכה כדברי המכריע.
כך היצר הרע, אומר דעתו בחלל השמאלי שבלב, ומהלב עולה למוח להרהר בו, ומיד חולק עליו השופט השני, שהוא הנפש האלהית שבמוח המתפשט בחלל הימני שבלב, מקום משכן היצר טוב. והלכה כדברי המכריע,

תניא חלק א יג

אמת, א מיאון אויף דעם "משכל ראשון" איז (געווענדליך) א חלק פין די פראסעס
דערנאך קימט א בחירה אן הכרעה, והלכה כדברי המכריע
דאס איז געווענדליך די מהלך וואו אזוי מיר עקפעריענסען בחירה
"איך וויל עסען א פיצא" - משכל ראשון
ניין ס'איז נישט געזינט פאר מיר! - מיאון
ניין, יא, ניין, ניין יא , יא ניין -
ניין!!! - והלכה כדברי המכריע! - בחירה

אויב דארף איך פיקען א קאלער אדער געסען א נאמבער וועט זיך געווענדליך די זאך אפשטעלן ביים משכל ראשון און בכלל נישט גיין ווייטער - pick vs choose וואס איך האב דערמאנט ערגעץ
עסען פיצא - אויב בין איך בכלל נישט "העלט קאנשעס" וועט אויך די פראסעס זיך אפשטעלן. ס'וועט נישט זיין קיין מיאון, און אויך נישט שפעטער קיין בחירה, אויף מיין משכל ראשון


ליבעט, און אנדערע, דיטעקטען נאר דעם משכל ראשון - וועגן דעם קענען זיי ציטרעפען נאר און רוב פעלער
זונטאג פעברואר 23, 2020 3:28 pm#443288
Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
דער רס״ג אין האמונות והדעות (מאמר ד פ״ג) זאגט טאקע אז די יכולת פון אן אקט [פעולה], וממילא בחירה, עקזיסטירט פאר דעם אקט. אויך זאגט ער אז דאס זיך צוריקהאלטן פון אן אקט (״מיאון״ חופשית הנ״ל) הייסט אויך אן אקט [פעולה] ע״ש. ווי אויך ברענגט ער זיך א ראיה אין פ״ד צו בחירה חופשית טאקע פון דעם אז דאס איז ווי אזוי אונזערע חושים פערסיוון דאס (וכנ״ל). ער פארענטפערט דארט די קשיא פון ידיעת הקב״ה אויף דעם אז ידיעת הקב״ה מעיקרא איז נישט מכריח היותם, ווייל אויב יא וואלט דאך די וועלט געדארפט זיין אינפיניט/קדמות, ווייל זיין ידיעה, כביכול, דערפון איז אלס געווען (דער כוזרי, ה כ, זאגט אויך די תירוץ) ע״ש.

‏לויט דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ מאמר ג, אז אין ידיעת הקב״ה מגעת אל הפרטיים איז פארשטייט זיך נישט שווער, ועיין כאן.
מאנטאג מערץ 02, 2020 3:08 pm#443551
Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
זונטאג מערץ 08, 2020 7:11 pm#443708
Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ה פ״א) דערמאנט דאס וואס מ׳שפירט אז מ׳האט בחירה אלס א סמך פאר די שיטה פון בחירה חופשית: אז ס׳איז מן המוחש. הגם ער פרעגט דאס אבער אפ אין פ״ג אז דאס אליין איז אויך דעטערמינד און איז אויף וואס מ׳איז דן. ס׳איז טאקע מוכרח מצד די סיבות המקדימות אבער למעשה איז דא יעצט וואס זעהט אויס טעארעטיש ווי צוויי מעגליכקייטן וממילא פיהלט ער אז ער האט א בחירה ע״ש.

זיין מהלך דארט, אין א וועג, איז טאקע דאס וואס מ׳רעדט דא בנוגע ״פראקטיש גערעדט״. דהיינו, אז פון אונזער פערספעקטיוו [עצמות דברים הנמצאים], אן קוקן אויף און ארייננעמען די/זייערע (פריערדיגע) סיבות, איז דא בחירה. משא״כ אויב קוקט מען דאס אן פון די פערספעקטיוו פון די/זייערע (פריערדיגע) סיבות איז טאקע נישט דא קיין בחירה חופשית. משא״כ טאקע ווען איינער איז מוכרח אפילו מצד עצמו (א צווייטע מענטש ממש צווינגט אים וכדומה) דעמאלטס ווערט ער גערעכענט ווי אן אונס (ער זאגט אויך אביסל ענליך בנוגע להשוות ידיעה ובחירה) ע״ש.

אין פ״ה טוהט ער אויף אז אמונות זענען הכרחים אף מצד עצמם, נאר אויף די עריבות ושמחה וואס איז מקושר צו די אמונות איז דא בחירה מצד עצמן ע״ש.

‏דר. זאב הארווי טענה׳ט אז תלמידים פון רב חסדאי (אדער אפשר ער אליין) האבן שפעטער צוגעשטעלט שטיקלעך אין די כלל צו אפשוואכען די קאנטראווערסיאנאלע דעטערמיניזם וואס קומט ארויס מדבריו.

‏אגב, אין פ״ד נוצט ער די מאמר המשנה (אבות פ״א מי״ד) אם אין ״אני״ לי ״מי״ לי, צו טענה׳ן אז חז״ל האבן געוואלט ארויסברענגען אז אפילו זאכן זענען מחוייב מכח זייערע סיבות, זאל מען אבער דאך בוחר זיין וואס איז חופשית מכח עצמו...
מוצ"ש אפריל 25, 2020 10:19 pm#446693
ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
דער כוזרי (מאמר ה אות כ) זאגט אויך די געדאנק אז דאס אז אונז פיהלן מיר אז אונז הא׳מיר בחירה איז א ראיה דערויף. ער גייט מיט א קאמפּעטיביליסט מהלך, ווי אויך אן ענליכן מהלך ווי דער רמב״ם אז ידיעתו של הקב״ה איז נישט קיין סיבה לדבר וממילא איז עס נישט מכריח. ער איז מאריך אין דעם און זאגט אז טבע האפשר איז בכל הבריאה ובמעשים און צוטיילט די מעשים אין צו 4 קאטעגאריעס:

1). אלקיים.

2). טבעיים.

3). מקריים.

4). בחיריים.

‏אלקיים זענען די נסים און דאס אז הקב״ה איז דאך סיבת הסיבות און ליגט אונטער אלס, און זאכן גייען צו מסיבות אמצעיות אינדערמיט(עכ״פ חוץ ביי נסים, און אפילו דארט קען עס גיין מיט סיבות אמצעיות נאר אונז זע׳מיר נישט אלעמאל באוואוסטזיניג דערצו); דארט קומען אריין די אנדערע דריי. די אנדערע דריי קומען אריין למשל ווען א מענטש גראבט א בור ברה״ר און א שור פאלט אריין און שטארבט. דאס אז די שור איז אריינגעפאלן איז פון די מקריים, דאס אז דער שור איז געשטארבן דערפון איז פון די טבעיים, און דאס אז דער מענטש האט עס געגראבן מעיקרא איז פון די בחיריים. אויף די לעצטע איז ער שולדיג ווייל דאס איז מדעת, הגם אלע די מעשים זענען אונטער טבע האפשר.
מאנטאג יוני 01, 2020 7:08 pm#450169
איינע פון די ראית אז א מענטש האט א בחירה איז אז מען שטראפט מענטשן וועלכע טוען אומרעכטן צו די מענטשהייט. איז אויב האלסטו אז א מענטש האט נישט קיין בחירה, דאן מיט וועלכע רעכט שטראפסטו אים אויף א זאך וואס ער איז בכלל נישט שולדיג. און אינעם לשון פונעם ספר העיקרים (מאמר ד פרק א):
ועוד שאם לא היה טבע האפשר, נצמא היה העונש והשכר עוול גמור...אחר שהיה כל אדם פועל בחיוב.

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די טענה. ווייל אויב א מענטש האט נישט קיין בחירה קענסטו נישט טענה'ן אז שטראפן א מענשט איז נישט קיין יושר ווייל ער האט נישט קיין בחירה. ווייל דער שטראפער אליין שטראפט נישט ווייל ער וויל שטראפן, ווייל ער האט פונקט אזוי נישט קיין בחירה, נאר עפעס העכער שטיפט אים דערצו. בשלמא די טענה אז דער אייבישטער וואלט נישט געדארפט שטראפן לחיי (און דאס שרייבט אויך דער עיקרים אין די פריעדיגע שטיקל, איך האב עס אבער אויסגעלסט להקל על המעיין). אבער צו טענה'ן אז די מענטשהייט טאר נישט שטראפן אויב יענער האט נישט קיין בחירה, די טענה איז צ''ע.
מאנטאג יוני 01, 2020 7:14 pm#450170
איך מיין ער וויל פרעגן אויף דעם עצם "געדאנק/לאגיק" און אנגעבליכע סיבה פון "שכר ועונש" - למשל דאס שטראפן "על רוע בחירתו" (כעין "בארעכטיגטע נקמה"). נישט דאס אז עס פאקטיש פאסירט און מ'טוהט דאס טאקע.
מאנטאג יוני 01, 2020 7:23 pm#450172
מי אני האט געשריבן:איך מיין ער וויל פרעגן אויף דעם עצם "געדאנק/לאגיק" און אנגעבליכע סיבה פון "שכר ועונש" - למשל דאס שטראפן "על רוע בחירתו" (כעין "בארעכטיגטע נקמה"). נישט דאס אז עס פאקטיש פאסירט און מ'טוהט דאס טאקע.

אבער אויב האלסטו נישט פון קיין בחירה דאן איז די לאגיק אויך נישט דיינס. איז ווי ברענגסטו א ראיה פון די לאגיק אז עס איז דא בחירה.
מאנטאג יוני 01, 2020 7:31 pm#450175
כרם זית האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:איך מיין ער וויל פרעגן אויף דעם עצם "געדאנק/לאגיק" און אנגעבליכע סיבה פון "שכר ועונש" - למשל דאס שטראפן "על רוע בחירתו" (כעין "בארעכטיגטע נקמה"). נישט דאס אז עס פאקטיש פאסירט און מ'טוהט דאס טאקע.

אבער אויב האלסטו נישט פון קיין בחירה דאן איז די לאגיק אויך נישט דיינס. איז ווי ברענגסטו א ראיה פון די לאגיק אז עס איז דא בחירה.

לדעתי ביסטע גערעכט. מיר קיקט אויס וואו ניצען לאגיק אויף טעלאגישע הסברים איז זיך פשוט נעריש געמאכט
איך ווייס ס'דא בחירה ווייל גאט האט אזוי געזאגט
מאנטאג יוני 01, 2020 7:40 pm#450178
הקטן האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:איך מיין ער וויל פרעגן אויף דעם עצם "געדאנק/לאגיק" און אנגעבליכע סיבה פון "שכר ועונש" - למשל דאס שטראפן "על רוע בחירתו" (כעין "בארעכטיגטע נקמה"). נישט דאס אז עס פאקטיש פאסירט און מ'טוהט דאס טאקע.

אבער אויב האלסטו נישט פון קיין בחירה דאן איז די לאגיק אויך נישט דיינס. איז ווי ברענגסטו א ראיה פון די לאגיק אז עס איז דא בחירה.

לדעתי ביסטע גערעכט. מיר קיקט אויס וואו ניצען לאגיק אויף טעלאגישע הסברים איז זיך פשוט נעריש געמאכט
איך ווייס ס'דא בחירה ווייל גאט האט אזוי געזאגט

למעשה זאגן עס איינע פון די ראשונים איז תורה היא וללמדו אני צריך.
מאנטאג יוני 01, 2020 10:11 pm#450209
כרם זית האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:איך מיין ער וויל פרעגן אויף דעם עצם "געדאנק/לאגיק" און אנגעבליכע סיבה פון "שכר ועונש" - למשל דאס שטראפן "על רוע בחירתו" (כעין "בארעכטיגטע נקמה"). נישט דאס אז עס פאקטיש פאסירט און מ'טוהט דאס טאקע.

אבער אויב האלסטו נישט פון קיין בחירה דאן איז די לאגיק אויך נישט דיינס. איז ווי ברענגסטו א ראיה פון די לאגיק אז עס איז דא בחירה.

לדעתי ביסטע גערעכט. מיר קיקט אויס וואו ניצען לאגיק אויף טעלאגישע הסברים איז זיך פשוט נעריש געמאכט
איך ווייס ס'דא בחירה ווייל גאט האט אזוי געזאגט

למעשה זאגן עס איינע פון די ראשונים איז תורה היא וללמדו אני צריך.

די רמב"ם למשל האלט אז לאגיק איז א פאקט וואס איז נישט ציגעבינדען צי וועלט, אדער מיין בחירה, און האט א זכות קיום בזכות עצמו (מחיוב)

אויב ATUB @מי אני ATUB וועט זיין אין די מאד וועט ער אריינקימען מיט מער פענסי טערמענאלעגי
מאנטאג יוני 01, 2020 10:18 pm#450213
די רמב"ם למשל האלט אז לאגיק איז א פאקט וואס איז נישט ציגעבינדען צי וועלט, אדער מיין בחירה, און האט א זכות קיום בזכות עצמו (מחיוב)

אויב @מי אני וועט זיין אין די מאד וועט ער אריינקימען מיט מער פענסי טערמענאלעגי

יישר כח פארן ענטפערן. וואו איז די רמב''ם?
דינסטאג יוני 02, 2020 10:04 am#450257
לנמנע טבע קים קיום עומד אינו מפעולת פועל אי אפשר השתנותו כלל - ומפני זה לא יתואר האלוה ביכולת עליו. ואין חולק על זה אחד מאנשי העיון כלל ולא יסכול זה אלא מי שלא יבין המושכלות.
ואמנם מקום המחלוקת בין בעלי העיון כולם הוא הרמז אל מין אחד מן המדומים - כי קצת אנשי העיון אומרים שזה מכת הנמנע אשר לא יתואר האלוה ביכולת לשנותו ויאמרו אחרים שהוא מכת האפשר אשר נתלית יכולת האלוה בהמצאתו כאשר ירצה.
והמשל בו התקבץ שני ההפכים ברגע אחד בנושא אחד; והתהפך הראשים - רצוני לומר שוב העצם מקרה והמקרה עצם; או מציאות עצם גשמי מבלתי מקרה בו - כל זה מכת הנמנע אצל כל אחד מאנשי העיון. כן היות האלוה ממציא כמותו או משיב עצמו להעדר או שיתגשם או שישתנה - כל זה מכת הנמנע ולא יתואר האלוה ביכולת על דבר מכל אלה.

אמנם אם ימציא מקרה לבדו לא בעצם יש כת מבעלי העיון והם המעתזילה שחושבים שהוא אפשר ואחרים אמרו שהוא משער הנמנע. ואף על פי שהאומר במציאות מקרה לא בנושא לא הביאהו לזה העיון לבד אבל שמירת ענינים תוריים לחצם העיון לחץ גדול ונמלטו בזה המאמר. כן המציא דבר מגושם לא מחומר כלל הוא מכת האפשר אצלנו ומכת הנמנע אצל הפילוסופים. וכן יאמרו הפילוסופים שהמציא מרובע שאלכסונו כצלעו או זוית מגושמת שיקיפו בה ארבע זוית פשוטות נצבות וכיוצא בהם - כל אלה מכת הנמנע;

והנה התבאר כי לפי כל אחת מן הדעות יש שם דברים נמנעים ושמציאותם מן השקר ושלא יתואר האלוה ביכולת עליהם ואין לאות בחוקו ולא מיעוט יכולת בהיותו בלתי משנה אותם; אם כן הם שוקדים על טבעם ואינם מפעולת פועל. הנה כבר התבאר שמקום המחלוקת הוא בדברים שיונחו מאי זו משתי הכתות הם אם מכת הנמנע או מכת האפשר. והבן זה:

מורה נבוכים חלק ג פרק טו איך האב נישט געטראפן אויף די מעניט וועגן ריין לאגיק, אבער דאס בעצם איין

די רמב"ם איז ווייט נישט די איינציגסטע, דאס איז א חלק פין פילזאפיע 101 - ודלא כהרשב"א
א לאנגע סיגיא קאנט (vs) דעוויד יאם ועוד
דינסטאג יוני 02, 2020 2:51 pm#450292
Re: ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
‏דא הא׳מיר אביסל דערמאנט פּריסאָפּאַזישעניליזם, וואס קען נוגע זיין צו די שמועס איבער לאגיק און ג-ט.

איך האף מיט דעם בין איך יוצא די ״פענסי טערמאנאלאדזשי״... ;)
זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:20 pm#456158
אגוסטין האט גענוצט זיין ענליכע קאדזשיטו טענה בנוגע דאס ווילן/בחירה. דהיינו, פונקט אזוי ווי מ׳קען אננעמען מיט א זיכערקייט אז מ׳איז א טראכטענדע ענטיטי (אויף דעם אליין) און דאס טוהט שוין אויפווייזן אויף ס׳איבעריגע, כן הוא לגבי דאס אננעמען ווילן/בחירה וכו׳.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:47 am#459010
מ׳נוצט דערצו די חילוק וואס דאָנס סקאטוס האט געמאכט אין דאס הגדרה פון ״מעגליך״. דהיינו, אפילו בשעת מען איז שוין בוחר אין איינע פון צוויי דרכים בלייבט נאך אלס די אנדערע אלס א ״מעגליכקייט״, ווי לאנג דאס איז נישט קיין סתירה בתוכו מיניה וביה. וממילא אויב הקב״ה ווייסט וואס דו וועסט בוחר זיין פון איין מעגליכקייט צווישן צוויי (אדער מער) מעגליכקייטן, מיינט דאס אבער נישט אז די אנדערע איז נישט ״מעגליך״ אדער געווען ״מעגליך״.

מ׳גייט דערין נאך טיפער, למשל וויליאם פון אקאם, לגבי די הגדרה פון ״אמת״ בתוכו אויך. מיינענדיג אז עס איז דא א סארט ״אמת״ וואס טוהט נישט אויסשליסן איר היפוך; אן אינדעטערמינעט אמת. ולענין זה, אז די מעגליכקייט אז וואס דו ביסט נישט בוחר אין האט הקב״ה געוואוסט אינעם עבר אויב וואלסטו דאס יא בוחר געווען, וממילא איז עס ״אמת״. און דאס וואס דו האסט למעשה טאקע יא בוחר געווען האט הקב״ה אויך געוואוסט אינעם עבר אלס אן ״אמת״ געוואנדן אין דיין בחירה אז דו וועסט דאס בוחר זיין. אין אנדערע ווערטער, הגם עס איז, און איז אלס געווען, ״אמת״ אז דו וועסט בוחר זיין אין וואס דו האסט טאקע למעשה בוחר געווען און דאס איז וואס הב״ה האט טאקע געוואוסט, דאך איז עס ״אמת״ אז די אנדערע מעגליכקייט איז אז אלס געווען א ״מעגליכקייט״ און אפען. (מ׳קען דאס באטראכטן אלס א מהלך אין דעם באקאנטן געדאנק דערין אז דאס אז הקב״ה ווייסט איז מוכרח, ווי איידער אז דאס וואס ער ווייסט איז מכריח.) למשל, דאס אז ״הקב״ה האט געוואוסט אז יענער וועט געראטעוועט ווערן״ איז אמת, אבער דאך איז עס מעגליך (און ״אמת״) אז ער וואלט קיינמאל נישט געוואוסט אז יענער וועט געראטעוועט ווערן [ווען די ״ראטעווען״ איז נאך געווען אינעם עתיד]. דאס קען זיין מכח דעם ווייל יעדע ״אמת״ פאר זיך איז זיך נישט אליין סותר מיניה וביה בתוכו (חוץ ווען עס ווערט צאמגעשטעלט מיט׳ן אנדערן ״אמת״. אבער די סארט קאנטינדזשענט סארט ״אמת״׳ס ווערן געשאצט אלס ״אמת״ כל חד באפי נפשיה).

דאס נוצט מען סתם אזוי לגבי קאמפעטיביליזם צווישן דעטערמיניזם און בחירה חופשית - אז סיבות (אינעם עבר) פירן טאקע ענדגילטיג צו צום תוצאה, אבער דאך בלייבט די אנדערע דרויסענדיגע-אויסזעהנדע צד אפען, חופש, ״מעגליך״, און ״אמת״.
מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:59 pm#466030
בנוגע דאס פראקטישקייט פון ידיעה ובחירה איז דא די באקאנטע פּאראדאקס פון בחירה פונעם פסיכאלאג דר. בּערי שווארץ. ער טענה׳ט אז ווי מער א מענטש האט אויסוואלן אלס מער ענקזייעטי האט ער בנוגע וואסערע באשליסן צו מאכן וכדומה. דאס גייט צוזאמען מיט קירקעגארד׳ס עקזיסטענשעליסט מהלך אז דאס עקזיסטענשאל ענקזייעטי פון א מענטש קומט אפיר טאקע מכח זיין פרייהייט - זיין פרייהייט בוחר צו זיין וממילא דאס פחד אז ער׳ט חרטה האבן אויף זיין בחירה שהוא בידו. דאס האט אויך פאראלעלן מיט קאנט׳ס באקאנטע ״אז מ׳דארף מיינט דאס אז מ׳קען״. א חלק דערין איז אז דאס אז מ׳נעמט אן אז מ׳דארף עפעס צו טוהן אלס׳ן זיין ביכולת בוחר צו זיין, ווייזט אויף דעם אז מ׳איז באמת פריי און ער ״קען״ טוהן ווי אזוי ער וויל.
מאנטאג אפריל 05, 2021 2:55 pm#469246
ביי א דרשה לעצטענס האב איך געהערט אז דער רד"ק האלט אז ידיעה און בחירה איז נישט א סתירה, ווייל דער אויבערשטער ווייסט אויך נישט דער עתיד, ווייל דער עתיד איז נאך נישט געוועהן.

פונקט אזוי ווי עס איז נאריש צו גלייבן אז דער אויבערשטער קען מאכן זיי וועלכע זאך וואס איז אוממעגליך צו טוהן. (דאס שטייט אין מקובלים אויך, אז עשר ספירות איז מוכרח, ווייל אהנדעם איז נישט מעגליך פאר א רוחני צו מאכען א גשמי).

איז טאקע אינטרעסאנט, דער רמבם איז דער ערשטער וואס זאגט אז מען מוז גלייבן אז דער אויבערשטער ווייסט אלעס וואס וועט זיין? פין ווי נעמט ער דאס פאר א פשטות?
מאנטאג אפריל 05, 2021 3:02 pm#469247
א. פון די זעלבע פלאץ וואו ער האט גענומען די אמונה אז גאט האט נישט קיין גוף (״התבאר במופת ויתחיב בהכרח [לפי שכלו]״) - מורה נבוכים חלק ב פרק כה.

ב. ס׳מוז נישט זיין אז ער האט טאקע געהאלטן אז ס׳איז אזוי, ס׳קען פונקט אזוי זיין אז ער האט נאר געהאלטן אז מ׳דארף זיך איינרעדן אז ס׳איז אזוי טראץ וואס ס׳איז נישט אמת (noble lies).
מיטוואך אפריל 28, 2021 11:00 am#471716
דער ראב״ד הראשון אין האמונה הרמה (סוף מאמר ב עיקר ו פ״ב) זאגט אויך ענליך צום רלב״ג (במלחמות ה׳ מאמר ג פ״ד). והיינו, א דבר הספק אפשרי וואו ביידע מעגליכע אויסקומען זענען די זעלבע מעגליך און אזוי האט דאס הקב״ה מטביע געווען, ווייסט הקב״ה כביכול נישט וועלכעס אויסוואל וועט אויסקומען אינעם עתיד. ער טענה׳ט אז דאס הייסט נישט קיין סכלות וחסרון בחיקו כביכול כלל ע״ש.
מיטוואך אפריל 28, 2021 11:19 am#471718
פין ווי קומט דער יסוד אז זאגען אז זאכען וואס קענען נישט זיין קען דער אויבערשטער נישט טוהן הייסט נישט קיין מיעוט בכחו ית'?

אין וועלכע זמן איז דאס צוגעקומען?

אין רמב"ם למשל שטייט אזעלכע זאכען?
מיטוואך אפריל 28, 2021 11:30 am#471719
אין די אשכול האב איך צוגעצייכענט וואו אסאך ראשונים זאגן אזוי. דער רמב״ם זאגט דאס איז מו״נ ח״א פע״ה און אין ח״ג פט״ו ע״ש.

לגבי ידיעת הקב״ה (על העתידות) איז טאקע דאס טענה׳ט דער רלב״ג ביי דעם, אז דאס אז עס איז נישט דא א ידיעה דערביי ביי הקב״ה כביכול אין זה נחשב כליאות וחסרון, ווי איך האב צוגעברענגט דארט [דעם צווייטן ציטאט]; וכן משמע ג״כ מהראב״ד הראשון שציינתי לעיל. וביתר ביאור בשיטת הרלב״ג (עפ״י דר. סיִמאָר פעלדמאן):
5A7B6704-28F0-4335-8775-5E89307464E0.jpeg


דער בעל עקידה אין סוף פ׳ וירא (שער כא (טאקע ביי די פרשת העקידה)) זאגט (בקיצור) א חילוק אז לגבי [סינטעטישע] מציאות׳ן בהעולם איז נישט עכט שייך לשון ״ידיעה״ אלס א שבח [לעומת אנאליטישע] ווי איידער דאס אז עס איז נישט ״נעלם״ פון דעם אינדיווידואל. און ביי די סארט מדע איז ער נאר נישט קיין סכל מיט דאס וואס ער איז ארויס פונעם כלל אז ער ווייסט זיי נישט. וממילא די סארט קאנטינדזשענט/אפשרי עתידות [וואס זענען סינטעטישע כנ״ל] איז נאר דאס אז עס איז נישט ״נעלם״ ממנו ית׳. דאס פארענטפערט די שוועריקייט צו זאגן אז זיין ידיעה ית׳ ווערט נשלם דורך הפחותים בזה העולם. דאס אז ווייל עס איז נישט א ״ידיעה״ ווי איידער דאס אז דאס איז ״אויך״ נישט ״נעלם״ ממנו ית׳, ע״ש. ועיין ג״כ בריש פ׳ וירא (שער יט) וואו ער דינגט זיך דארט אויך אויפ׳ן רלב״ג אין דעם אז עס איז נישט דא קיין ידיעת ה׳ כביכול אין די דברים אפשריים העתידים. ווי אויך דינגט ער זיך דארט אויפ׳ן אור ה׳ אז די דברים אפשריים זענען אפשריים מצד עצמן אבער טאקע מוכרחים מטעם סבותם שהוא ידיעת הקב״ה (וג״כ בכלל מטעם פועל ומפעיל, כלהלן שם באור ה׳ מאמר ב כלל ה), ע״ש.

*

ווי איך פארשטיי איז דער רמב״ם׳ס עיקר פראבלעם ביי ידיעת העתידות לו ית׳ אין דעם אז אויב איז נישט דא קיין ידיעה לו ית׳ מקודם פון דברים העתידים, קומט אויס דערפון אז עס איז דא א שינוי וחידוש אין זיין ידיעה כביכול איינמאל איינע פון די צוויי (צי מער) מעגליכקייטן קומען צושטאנד למעשה, ועיין במו״נ ח״ג פ״כ.