מיטוואך יולי 17, 2013 2:31 pm#134240
kliger, נאכן ליינען הקטן רעדט ער נאך sam harris צו דער זאך. אויב יא זיי ביטע מסביר, נישט מאך א היט און ראן
הקטןשכח פארען הערה אויף מיין שרייבן. איך האב דאס מוסיף געוועןיעצט א יעדע זאך וואס איינער איז בוחר האט א סיבה פארוואס ער האט בוחר געווען אבער די סיבה האט נישט געדארפט צו פירען נאר צו איין outcome.
משל למה הדבר דומה דו dow jones industrial average איז געפאלען מיט 200 פוינטס, דו סיבה דערפין איז ווייל דו פעדס האבען געשניטען interest rates - נא א פיינע סיבה. פאריגע וואך איז דו dow ארויף - פארוואס ? ווייל די פעדס האבן געשניטען אינטרעס רעטעס.
אין אנדערע ווערטער די געזעץ פין בחירה גייט B נעמעט זיך פין מכח A אבער A האט פינקט אזוי געקענט פירן צו C - ווער האט גענייגט A צו פירען צו B דאס איז געטין געווארן דארך אינזער שטארקער אייגענארטיגע "בוחר"
moti107יאיר, לויט ר' חסדאי קרשקשׂ'ס בחירה, איז דיר אויך שווער?
moti107היתכן? די פּעולה פון שמחה איז נאך אסאך ווייניגער בחירה מאטעריאל. אפילו הקטן וועט מודה זיין. דער רבי שרייט... לאך נישט!! און דאן לאכט מען נאך שטערקער!
יאיר האט געשריבן:
אבער כמדומה לי אז רבי חסדאי זאגט אז מ'וועט באקומען אן עונש נישט אויף די כפירה, נאר אויף די שמחה דערפון.
moti107אינעם נמשל איז "כפירה" דער רבי וואס שרייט זיי בשמחה, ניין?
יאיר האט געשריבן:
אבער כמדומה לי אז רבי חסדאי זאגט אז מ'וועט באקומען אן עונש נישט אויף די כפירה, נאר אויף די שמחה דערפון.
moti107יא יא! און אויף דעם דאזיגן לאכן גיט מען אים אן עונש, לויט ר' ח'ק ?
moti107:lol: 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
moti107נו ערנסט גערעדט, וואו קען זיין אז אויף די פעולה פון כפירה, קיין עונש. און אויף "שמחה" - דער פועל יוצא דערפון - יא?
איך מיין אז מ'דארף פארשטיין וויאזוי געשעט מחשבה? דהיינו וואס געשעט פאר איך טראכט אז איך זאל טראכטן וואס איך גיי טראכטן? און ווי כ'האב אויבן בארירט, אז דער נקודת הבחירה איז נישט אין די מעשים ווייל די האנט פאלגט דאך נאר דעם מח וואס פאלגט די מחשבה. במושכל ראשון איז מחשבה - וואס דארט ליגט די נקודת הבחירה - א יש מאין, וואס נאר גאט קען מאכן.
קען דען א מענטש מחליט זיין וואס ס'זאל אים בייפאלן?
לאמיר זאגן איך האב יעצט א מחשבה צו טוען אן עבירה, דער ערשער נקודת המחשבה וואס פאר דער נקודה איז גארנישט געווען [יש מאין] איז דא א בחירה דערויף? ווען? פארן טראכטן איז דאך נישטא וואס בוחר צו זיין
, ווידער בשעת די מחשבה בין איך דאך געצווינגען צו טראכטן וואס דער יש מאין'דיגער מחשבה זאגט מיר צו טראכטן און פון דארט איז כלי מעשה גומרים.
וועסטו זאגן, לערן מוסר ספרים וועט דיר בייפאלן צו טון מצוות!
יא! אבער די מחשבה וואס איז מחליט צו לערנען מוסר ספרים אדער אנצנעמן אז דו האסט א פוינט, דארף מקדים זיין מיין בחירה כדי איך זאל מחליט זיין צו לערנן מוסר.
ויש להאריך....
moti107אויב 30 4 גיי איך טראכטן אז איך וויל גיין אין גראסערי, איז 29 4 שייך צו בוחר זיין פארקערט?
moti107אבער דער סיבה איז דאך אויך געקומען דורך א מחשבה וואס האט גורם געווען אז סזאל זיין א סיבה.
יאירסוף פסוק, צו איז דא א סיבה פארוואס איך זאל בוחר זיין אז A זאל פירן צו B אנשטאט צו C? אדער איז די בחירה געטון געווארן אן קיין שום סיבה, סתם על לא דבר?
יאיראיך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז ס'איז נישטא קיין זייטיגע סיבה פארוואס עי זאל פירן צו בי אנשטאט צו סי.
יאירא געלונגענער פסיכאלאג וואס קען דורכזען דיין מוח וועט דיר אויך קענען פאראויסזאגן גענוי לויט דיינע תכונות הנפש און לויט דיין היינטיגע גיסטע אויב דו גייסט אינזין האבן דעם לשם יחוד אדער נישט.
moti107יאיר, לויט ר' חסדאי קרשקשׂ'ס בחירה, איז דיר אויך שווער?
moti107היתכן? די פּעולה פון שמחה איז נאך אסאך ווייניגער בחירה מאטעריאל. אפילו הקטן וועט מודה זיין. דער רבי שרייט... לאך נישט!! און דאן לאכט מען נאך שטערקער!
הקטןניין, נישט על לא דבר, די סיבה פארוואס די ביסט בוחר בטוב איז ווייל דו ווילסט זיין ווויל, די ווילסט בוחר זיין בטוב, ווייל גאט האט דיר געזאגט ובחרת בחיים. ע"כ נייגסטו דיין רצון לטוב. sam זאגט אז דו קענסט דאס נישט טוען, אבער ער האט נישט קיין פראף דעראויף אויסער די פראף וואס ער ברענגט פין א סיריעל קילער וואס האט טאקע נישט קיין בחירה.
יאיר האט געשריבן:איך טו עס ווייל די רצון הטוב שבי צווינגט מיר אזוי
יאיר האט געשריבן:moti107 האט געשריבן:אויב 30 4 גיי איך טראכטן אז איך וויל גיין אין גראסערי, איז 29 4 שייך צו בוחר זיין פארקערט?
אויב מחשבות ווערן באשאפן יש מאין, אן קיין שום פריערדיגע סיבה, יא.
הקטן האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:moti107 האט געשריבן:אויב 30 4 גיי איך טראכטן אז איך וויל גיין אין גראסערי, איז 29 4 שייך צו בוחר זיין פארקערט?
אויב מחשבות ווערן באשאפן יש מאין, אן קיין שום פריערדיגע סיבה, יא.
מיז זיין אז אלע מחשבות ווערן באשאפען די זעלבע וועג? אדער איז מעגליך ס'דא יש מאין'דיגע אין אויך אזאלעכע מחשבות וואס זענען א פועל יוצא פין א פריערדיגע מחשבה אדער אן אנדערע גורם?
אין קבלה (וואס איז אן אנדערע דיסיפלין) איז דא אזא מישג פין חכמה וואס איז חכמה מאין תמצא ס'אויך דא כתר וואס דאס איז העכער\טיפער ווי חכמה.
הקטן האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז א חלק אלוה ממעל - א קליינע גאט - מיט לימעטעט אטינאמיע קען באשאפען וועלטן. סדא אסך חולקים פין צווישען "גאט" און "חלק אלוה ממעל". איינע פין די חליקים זענען אז פאר גאט האט דאס נישט געקאסט קיין עפערט און כח און פאר דעם חלק אלוה ממעל קאסט דאס כח און אנשטרעגונג. ווען די נייגסט דיין רצון צי לייגען תפילין ווען די ביסט אין א דילעמע, אדער ווען די האסט א שטארקע urge צו פארשעמען דיין חבר ביסטו ווערט שכר -
מיין שאלה צו דיר איז. אויב איז דא א גאט, קען ער אהער שטעלען אזא מצואות? אדער Sam Harris לאזט נישט.
וואס גאט האט דערפין איז א באזינדער שאלה
moti107 האט געשריבן:יאיר, האט דען נישט גאט א יכולת צו באשאפן נאך געטליכע כוחות אז א מענטש זאל קענען יש מאין׳נען איה״נ ער קען דאס יעדע רגע אוועקנעמען אבער ווילאנג ער לאזט, פארוואס דען נישט. דו מאכסט סך הכל אן עמוציאנאלע קעיס ווען דו זאגסט 6 ביליון געטער.
moti107 האט געשריבן:שטארבן איז א לימיטעשן, און אויב גאט קען נישט שטארבן כדי צו בלייבן אנלימיטעד מאכט אים דער נישט קענען שטארבן פאר א כל יכול און נישט פאר א מוגבל. גאט קען נישט שטארבן = מוגבל,איז בלויז א ווערטער שפיל ווייל מיר זענען צוגעוואוינט אז נישט קענען הייסט מוגבל.
moti107 האט געשריבן:ליצנות אחד דוחה מאה תוכחת.....
moti107 האט געשריבן:יאיר, האט דען נישט גאט א יכולת צו באשאפן נאך געטליכע כוחות אז א מענטש זאל קענען יש מאין׳נען איה״נ ער קען דאס יעדע רגע אוועקנעמען אבער ווילאנג ער לאזט, פארוואס דען נישט. דו מאכסט סך הכל אן עמוציאנאלע קעיס ווען דו זאגסט 6 ביליון געטער.
הוגה האט געשריבן:פאר סאם ריזען טייטשט איר אפ אז בחירה מיינט אז איינער טוט עפעס אן דעם וואס ער זאל האבן א סיבה ומסובב דערויף, ווייל אויב איז דא א סיבה האט די סיבה אים געמאכט עס טון. וממילא האט יאיר קשיות, און הקטן דארף בויען תירוצים גג על גג.
moti107 האט געשריבן:זאגסטו ווידער אז דער מחשבה איז א נייער יש מאין, דאן קומט מאטי צולויפן פרעגן ווי איז שייך בוחר צו זיין?. ביפאר דער מחשבה איז דאך נישטא וואס בוחר צו זיין! בשעת די מחשבה, עקספיריענסעס איך א יש מאין ווי קען איך אפילו בוחר זיין . אלזא קרח מכאן וקרח מכאן.
יאיר האט געשריבן:כמדומה לי אז רבי חסדאי זאגט אז מ'וועט באקומען אן עונש נישט אויף די כפירה, נאר אויף די שמחה דערפון.
שכבר הקשו כיון שהקב״ה יודע עתידות א״כ למה יהי׳ שכר ועונש כיון שלא הי׳ הבחירה ביד אדם לשנות מידיעת הש״י, אך באמת לא יתכן זה אלא בשכר הצדיקים, אבל בעונש רשעים כיון שאחז"ל כל דיבור שיצא מפי הקב״ה לטובה אינו חוזר אבל לרעה חוזר, כ״ש שהידיעה לרע אינה מתקיימית ויכולה לחזור בבחירת האדם לטוב.
וז״ש שאין טענה לרשעים בעונש המשפט, כי יודע ה׳ דרך צדיקים שהוא ידיעה לטובה, אבל דרך רשעים תאבד, א״כ מעשה הצדיקים באמת הוא מחמת ידיעת הש״י לטובה לכך אמרו מתן שכר של צדיקים שבאמת הוא מתנה, וגם זה הוא בכלל מ״ש לך ה׳ חסד כי אתה תשלם לאיש כמעשהו, פי׳ כאילו הוא הבוחר במעשיו, ובאמת שהי׳ הכרח מחמת ידיעת הש"י.
און יאיר, ווער נישט דעפרעסט, איך בין זיך מחי' מיט יעדעס ווארט פון יעדן.
הוגה האט געשריבן:רבותי, איר קענט נישט טייטשען! גייט צוריק אין חדר! בחירה איז טייטש אויסוועלן צו טון עפעס משום סיבה. וואס איז? געפעלט דיר נישט? ס'וואלט געווען געשמאקער צו זאגן אז בחירה מיינט פולשטענדיג אן קיין מניעה וסיבה, אבער ס'נישט אזוי. איך זאג דאס סיי מסברא און סיי מן התורה.
נולד מאוחר האט געשריבן:די אשכול איז לגבי די פראקטישע חלק. איז דא א נפק''מ צי מיר האבן בחירה?
יאיר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:די אשכול איז לגבי די פראקטישע חלק. איז דא א נפק''מ צי מיר האבן בחירה?
ניין.