Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
99 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 191 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4174
פרייטאג יוני 28, 2013 5:12 pm#128950
ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
עס איז פאר אלעמען באקאנט די ידיעה - בחירה פאראדאקס. עס איז שוין מערערע מאל געשמועסט געווארן איבער דער נושא דא אין שטיבל. איך וויל דא ווידמען דער אשכל צו שמועסן מער איבער די פראקטישע חלק פון ידיעה ובחירה פון אפאר שטאנדפונקטן. מיר וועלן דא נישט פרובירן צו פארענטפערן די פאראדאקס און די קשיא (אויסער אויב עס וועט זיין נוגע בדרך אגב).

לאמיר בקיצור איבער חזר'ן די קושיא. מיר אלע ווייסן אז א יעדע מענטש האט א בחירה צו בוחר זיין בטוב אדער ברע, אויב א מענטש האט א נסיון צו טון אן עבירה אדער א מצוה ליגט בידו די מעגליכקייט צו מאכן די באשלוס אויב ער וויל עס טון אדער נישט. אויך ווייסן מיר אז די באשעפער ווייסט אלעס וואס גייט זיין, און ער ווייסט וואס א מענטש גייט בוחר זיין בעת נסיון. אויב אזוי, ווי אזוי קען מען זאגן אז א מענטש האט א בחירה? קען ער דען טון אנדערש ווי עס איז אים באשערט צו טון? אויב די באשעפער ווייסט אז א מענטש גייט עובר זיין אן עבירה איז דען דא א מעגליכקייט פארן מענטש בוחר צו זיין נישט עובר צו זיין די עבירה? דערנאך זענען דא נאך סניפים; אויב די באשעפער ווייסט אז ער גייט טון די עבירה פארוואס קומט זיך דער מענטש אן עונש?

זייער אסאך ספרי מחקר ומחשבה באהאנדלן דער נושא צו פארענטפערן די קשיא בכמה אופנים. הצד השוה שבהם אז אפילו נאכן תירוץ והסבר דארף מען אלץ אנקומען צו אמונה (BLIND FAITH), און גלייבן אז ביידע זענען שייך אויף איין מאל. די יסוד איז אז די באשעפער איז נישט מוגבל ווי אונז און ביים באשעפער איז שייך אז ביידע זאלן זיין אמת. עד כאן תוכן הדברים בקיצור נמרץ. יעצט צום פראקטישע צד:


חלק א'

איך האב נאכגעהערט בשם ר' אפרים וואקסמאן אז ער האט געזאגט ביי א שמועס (איך האב עס נישט אליינס געהערט, כ'זאג נאר נאך וואס יענער האט מיר געזאגט), וזה תוכן דבריו. ווען מען פרעגט די קשיא ווי אזוי ידיעה ובחירה ארבייטן איז בעצם די קשיא נאר אויף ידיעה און נישט אויף בחירה. בחירה איז א דבר פשוט אז א יעדע איינער האט און מען דארף נישט קיין הסברים און ראיות עס אויף צו ווייזן. קוק נאר ארום און זעה ווי מענטשן זענען בוחר צו טון זאכן א יעדע סעקונדע. טראכט וואס דו ווילסט טון און טו עס וועסטו זעהן אז בחירה איז א פאקט. ידיעה איז אבער נישט א זאך וואס מיר קענען זעהן במו עינינו. וממילא, ווען מען האט אזא קושיא דארף מען בעצם נאר באהאנדלן די ידיעה חלק.

איך ווייס נישט פונקטלעך אין וועלכע קאנטעקסט ער האט דאס געזאגט, און וואס ער וויל אויפטון דערמיט, אבער היות מען איז דא דן די פראקטישע צד פון ידיעה ובחירה וויל איך אין קורצן אויך אדורך טון דער צד.

מיר זעהט אויס אז ר' וואקסמאנ'ס רייד זענען אמת, אבער נאר אויב ער רעדט פון נער'ישע נימוכי השכל. אויב רעדט מען אבער פון קלוגע מענטשן איז די סברא פונקט פארקערט. די דבר הפשוט איז אז די באשעפער פון די וועלט, וואס די חכמה איז אזוי טיף און פארהוילן אז מיר קענען משיג זיין קוים קוים א קיצו של יו"ד פון די חלק מחכמתו וואס ער האט אנטפלעקט פאר אונז, ס'קען נישט זיין אז ער זאל נישט וויסן פונקטלעך וואס גייט געשעהן א יעדע סעקונדע מן העולם ועד העולם ביי אלע זיינע נבראים! אויב האט איינער אזא ספק ווייזט עס אז דער הייבט נישט אן משיג צו זיין בכלל די גרויסקייט פון דער וועלט. ווי אזוי קען א באשעפער וואס פארמאגט די פעלער - פון נישט וויסן אלעס - באשאפן אזא גרויסע וועלט? משא"כ די חלק הבחירה, עס איז דא א מעגליכקייט אז די באשעפער קאנטראלירט אונז אינגאנצן, עד כדי כך אז ער מאכט אונז טראכטן אז מיר זענען בוחר, אבער בעצם זענען מיר בכלל נישט בוחר נאר ער איז.

למעשה איז עס נישט קיין נפקא מינה, ווייל מיר ווייסן שהוא יודע הכל, און אויך ווייסן מיר אז די באשעפער האט אונז געזאגט 'ובחרת', ומכח דעם האט זיך געשאפן די גרויסע פאראדאקס.



.
פרייטאג יוני 28, 2013 5:17 pm#128951
חלק ב'

אין די לעצטע פאר טעג האב איך געהאט א זייער בא'טעמ'טע שמועס אין אישי מיט ידידינו @הקטן נ"י איבער די נושא פון ידיעה ובחירה וואס לפי ראות עיני באלאנגט עס אויך אין די חלק הפראקטישקייט פון דער נושא. ברשותו וועל איך דא ציטירן און paraphrase'ן די שמועס און מיר וועלן לאזן אנדערע זיך משתתף זיין אין די המשך השמועס.

אונזער שמועס האט זיך בעצם אנגעהויבן פאר אפאר וואכן צוריק אין דער אשכל, איך האב דעמאלטס געמאכט אן innocent קאמענט, אן טראכטן וואס איך שרייב. הקטן האט געבעטן פאר מקורות וועלכער איך האב בעצם נאך אלץ נישט געקענט ריכטיג פארשאפן, אבער דאך איז די שמועס גאר אינטערעסאנט. איך וועל ציטירן די שמועס כסדרן, פון יענע אשכל און אלעס וואס מיר האבן גערעדט אין אישי. וזה החלי:

איחוד פעלד האט געשריבן:אגב, איז דער ענין פין בחירה עפ"י חסידות גאר אנדערש, דהיינו, אז לאחר החטא שטעלט זיך אויס אז דער מענטש האט נישט געהאט קיין בחירה, נאר דער אויבערשטער האט אזוי גוואלט, און דער עונש איז פארוואס ער האט נישט מתפלל געוועהן גענוג אז פין הימל זאל מען אים נישט מכשיל זיין. אזעלכע יסודות האט מען געסטריפט פין היינטיגע חסידות ווייל עס איז דברים שאין הדעת סובלתן, און מען קען דאס נישט אינקאפארעיטען מיט "נארמאלע" מחשבות און הילוך החיים.


הקטן האט געשריבן:וואו און אלט חסידות שטייט דאס, (ר' צדוק זאגט דאס נישט.) אין ניי חסידות האב איך דאס שוין געזען


הוגה האט געשריבן:כ'ווייס נישט פון וואו איחוד האט עס גענומען, אבער ספרי מוהר''ן ומוהרנ''ת מברסלב שטייט עס אסאך מאל ממש כמעט ווארט ביי ווארט כלשונו. אבער לאמיר פארגעסן פאר איין מינוט די מקורות. דו האלטסט אז די באשעפער ווייסט בעצם נישט?


הקטן האט געשריבן:אויב מעגליך, ברענג פליז איין שטיקעל וואס זאגט דאס אזוי ווי איחוד האט דאס געשריבן. (אותיות מחכימות) פליז נישט פין קיין new age חסידות ווי בגן האמונה.


הקטן האט מיר נאכאמאל אנגעפרעגט אין אישי דערוועגן, דא האט איר די תוכן השמועסן ביז יעצט.

הקטן האט געשריבן:דאס איז וואס איך האב אמאל געשריבן בקיצור אין אן אנדערע אשכול:
דאס איז אויך די עבודת התשובה במשנת ר'' צדוק, צו ארבעטן אויף זיך צי צי קימען צי לעבן מיט ידיעה! (אזא המתקת הדינים בשורשם) א איד וואס לעבט מיט ידיעה דער ווערט נישט באליידיקט ווען א צווייטער זאגט עם א קרים ווארט ווייל ער ווייסט אז ה' אמר לו קלל וכד'. ציציקימען צי די מדרגה איז אסך הארוואניע. ודלא כהטועים (תלמידי קלוגער, בגן אמונה ועוד) אין לערנען אריין און ר' צדוק אזא voodoo תשובה ווי זיך פארגלייזען די אויגן אין זאגן אהה נאכן חט האלט איך פין ידיעה. חט קען נאר קימען ווען איינער לעבט דעם שקר פין א יש און אני ואפסי, אין א וועלט פין בחירה. בקיצור אוודא איז דא א מקום וואס דארט איז נישט שייך קיין חט, אין סאיז געווען א ידיעה קדימה (ווי ר' צדוק זאגט איז דאס אין יענע דרגא גאר רצון ה'). ס'איז פשוט אזוי מכח השתלשלות העולמות און דאס איז קודם הצמצום און די עבודה פין א איד איז זיך אויפהייבן ביז דארט אין טאקע לעבען דעם אין עוד מלבדו. ווען ער לעבט דאס איז קלאר אז זדונות נעשים לו כזכויות.

נאך שטייט אין ספרים אז ווען א מענטש פאלט אריין אין חט פילט ער מריחק פין ה' און דאס נעמט זיך אויך פינעם זעלבן טעות אז ס'איז דא ח"ו שתי רשיות, ביז דערווייל אין א געוויסע בחינה איז ער קיינמאל נישט געווען מרוחוק - און די ארבעט יעצט איז זיך צו קאנעקטען אין לעבן אין יענע בחינה
וואלט ער ווען געלעבט "אין עוד מלבדו" וואלט ער צו קיין חט קיינמאל נישט געקימען. דאס שטייט אין ספרי חסידות לרוב.


הוגה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטלעך וואס באדערט אייך מיט דער קודם החטא אחר החטא תירוץ? בכלל דארפט איר וויסן אז עני תירוץ אויף די ידיעה בחירה קשיא will only go so far, עס איז נישט דא קיין ענדגילטיגע ענטפער דערויף. ווייל פארשטיין ידיעה ובחירה מיינט קענען די באשעפער, און אויף דעם שטייט דאך ולא ישיגוהו.


הקטן האט געשריבן:אויב מעגליך א מ"מ.

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט ידיעה ובחירה, פער סעי, איך פארשטיי דאס זענען צויי סארט הנהגות, און ביידע זענען אייביג דא. (וויאזוי? אויף דעם שטייט ולא ישיגוהו). איך זיך פשוט א מקור אז קודם החט דארף איךלעבן מיט בחירהאון אחר החט מיט ידיעה. (איי וועסטו פרעגן וואס דען? וועלן מיר נאכדעם רעדען.)

מיין פוינט איז
1) זאגן ידיעה איז נישט די זעלבע ווי לעבען ידיעה
2) לעבען ידיעה איז ריכטיגע תשיבה לויט ספרי חסידות..אין דאס איז בכלל נישט אזוי גרינג ווען א מעטשעס געדאנקענ-גאנג איז כוחי ועוצם ידי
3) לעבן ידיעה העלפט נישט קימען לידי חט - עיין תומר דבורה.


הוגה האט געשריבן:בעצם האב איך א מקור פון ספרי ר' צדוק:

הקטן האט געשריבן:א איד וואס לעבט מיט ידיעה דער ווערט נישט באליידיקט ווען א צווייטער זאגט עם א קרים ווארט ווייל ער ווייסט אז ה' אמר לו קלל וכד'. [/b]


דא שרייבט איר דאך קלאר אז די מקלל האט בעצם נישט געהאט קיין בחירה, כי ה' אמר לו קלל. דאס איז דאך וואס הרב ארוש זאגט צענדליגע מאל אין בגן האמונה.

(אגב, די חסידישע וועלט האט זיך משום איזה סיבה גענומען צו די ביינער פון הרב קלוגער והרב ארוש. בעצם אלעס וואס זיי זאגען קען מען הערן פון אלע גדולי משפיעי ברסלב, ובתוכם רי''מ שעכטער, הרב בערלאנד, מוהרא''ש, הרב קעניג, הרב ליבערמאנש, ועוד. מען האט זיך סתם גענומען צו זייערע ביינער על לא דבר.)

בנוגע ספרי רבי צדוק, איך בין נישט באהאווענט אין די פוילישע ספרי חסידות בכלל (כאטש איך וואלט שטארק געוואלט יא קענען די ספרים) אבער איך בין זיכער אז אין די ספרי רבי צדוק שטייט דאס אויך, ווייל דאס איז די אמת.

איבערקוקנדיג יעצט דיינע ווערטער זעה איך אז ס'קען זיין אז דו האסט אן אנדערע פארשטאנד אין די קודם ואחר החטא פרינציפעל ווי איך. וועלן מיר טון אזוי: איך וועל נאכקוקען פאר א מקור, און איך וועל ערקלערן וואס עס מיינט, און דו וועסט ענטפערן מיין קושיא:
הוגה האט געשריבן:אבער לאמיר פארגעסן פאר איין מינוט די מקורות. דו האלטסט אז די באשעפער ווייסט בעצם נישט?


הוגה האט געשריבן:א גוטן,

איך האב דעם שבת ארויסגענועמן ספרים (וואס איך האב ליידער שוין נישט גענוצט פאר א לאנגע צייט) און געזוכט א קלארע מקור. למעשה האב איך דערווייל נישט געראפן א מקור ווי עס שטייט קלאר אזוי מיט די ווערטער פון 'קודם החטא ולאחר החטא'. איך האב געמיינט אז איך האב עס געזעהן אין שיחות הר"ן און ליקוטי מוהר"ן. איך האב נאכגעקוקט די שטיקלעך וואס איך האב געלערנט אין די לעצטערע צייטן. כאטש אפילו עס איז משמע אז ער האלט אזוי ווי איך פארשטיי, דאך האב איך נישט געטראפן אזוי שטיין קלאר.

נאך איין פלאץ וואו עס קען זיין איז אין ליקוטי הלכות פון רבי נתן. איך האב פאר א יאר צייט געלערנט א יעדע וואך (כמעט) די חומש ליקוטי הלכות, דאס איז א חומש וואו זיי ברענגן אראפ אלע שטיקלעך ליקוטי הלכות וואס זענען נוגע פאר יענע וואכעדיגע פרשה. יעצט גיי הייב אן אדורך זוכן גאנץ חמשה חומשי תורה.

איך האב לעמשה געקוקט אין די מפתח פון צדקת הצדיק און דארט ווערט צוגעצייכנט א שטיקל פון מאמר ד' אויף שבת. אבער היות דו שרייבסט עטליכע מאל אז רבי צדוק זאגט דאס נישט, דאן שטעל איך מיך פאר אז ווען מען לערנט יענע "גאנצע" שטיקל פארשטייט מען גאר אנדערש. אדרבא, ביטע ערקלער מיך וואס רבי צדוק זאגט אין יענע שטיקל, בפשטות איז משמע אז דאס זאגט ער.

לענינינו, דאס איז כולי עלמא מודה אז די באשעפער ווייסט פונקטלעך א יעדע זאך וואס א יעדע נברא גייט טון. און אויב גיי איך נישט ביישטיין א נסיון ווייסט דאס די באשעפער, און מיט דעם אלעם האט ער מיך באשאפן, און ער האט אויך באשאפן דער זמן ומצב הנסיון, מוז זיין אז ס'דא אין דעם א תכלית. איינער וואס האלט נישט אזוי איז ער א שוטה און מעגליך אן אפיקורס.

אויך ווייסט א יעדער איינער אז די אייבישטער האט געזאגט ובחרת בחיים, און אויב ער האט אזוי געזאגט איז מוכרח אז מיר האבן א בחירה. יעצט איז נאר די שאלה ווי אזוי עס שטומט. ווי אזוי דו וועסט נאר פרובירן צו ענטפערן וועסטו קיינמאל נישט קומען צו אן ענדגילטיגע צופרידן-שטעלענדע ענטפער, און דא קומט אריין אמונה פשוטה כמובן. (ולכאורה זו הסיבה שאמרו צדיקים הקדמונים שלא לעסוק בענינים אלו.)

אויב אבער האלט איך יעצט פאר א נסיון, זאל איך טראכטן אז עס ליגט בידי צו בוחר זיין די נסיון, אדער זאל איך ענדערש טראכטן אז די באשעפער ווייסט און האט שוין באשטימט אויב איך גיי עומד בנסיון זיין אדער נישט? אודאי מוז איך טראכטן און געדענקן אז איך קען בוחר זיין, עס איז בידי צו ביישטיין אדער נישט ביישטיין. (איי, עס איז לכאורה כפירה צו זאגן אז איך קען בוחר זיין? די תי' איז אז ווען די אייבישטער הייסט ובחרת בחיים איז עס נישט קיין כפירה.) און ער מוז געדענקן אז אלע סתירות און קושיות וועט מען פארענטפערן מארגן אדער שפעטער. דאס איז עפעס וואס ווערט מערערע מאל דערמאנט אין ליקוטי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן און אויב דארפסטו מקורות אויף דעם קען איך דיר שוקן.

איך זעה אז עפעס באדערט דיר מיט דער מהלך, און איך קען נישט פארשטיין וואס, אולי יואיל בטיבו להאיר עיני?

יישר כח למפרע,
הוגה


הקטן האט געשריבן:איך בין מודה צו א יעדעס ווארט וואס די שרייבסט, זיכער איז דא בחירה און אוודאי איז דא ידיעה אין ביידע זענען יסודת אין אמונה. איך וויל קודם שרייבן וואס (איך מיין) אטענטיש ספרי חסידות זאגן נישט און נאכדעם שרייבן וואס זיי זאגן יא.

הקדמה:
לויט תורת משה איז א מענטש responsible פאר זיינע מעשים, סיי פארן חט און סיי נאכן חט, נאר וועגן דעם איז שייך כפרה, תשובה, שכר ועונש וכו'. (הגם גאט ווייסט קודם החט אויך.) די בעל שם האט נישט געטוישט תורת משה. מיין פראבלעם איז נישט מיט דיין צוגאנג פין קודם החט, מיין פראבלען איז מיט די טויש פין צוגאנג לאחר החט, on a practical basis (איידער איך גיי צו מקורת) מאכט דאס נישט צופיל סענס צו זאגן פאר איינעם זינדיג נישט, אין אויב די זינדיגסט יא ביסטו fully responsible און בו בעת ווייסט ער אז אפאר מינוט וועט שוין זיין אחר החט אין דאן וועט ער קענען בלעמען ג-ט אליין.

(זאגן אז בחירה איז נאר אויף תפילה סאלוועט נישט גארנישט, און מאכט פשוט גרינגער פארן בעל דבר, אויב האב איך בחירה מתפלל צי זיין פארוואס זאל איך נישט אויך האבען בחירה אויף אנדערע חלקים אין מיין לעבען אין מחשבה, דיבור און מעשה?)

טייל new age ספרים און רעדנערס וועלן נעמען bumper sticker sound bites און לויפן דערמיט. אבער דאס איז ארויסגענומען פין קאנטעקס און שטימט איגאנצען נישט מיט אנדערע שטיקלעך וואס דער זעלבע מחבר (רבי נחמן אדער ר' צדוק) זאגן.

איך וועל זיך בעיקר באציען צו ר' צדוק ווייל דאס האב איך מער געלערנט,
דא איז א שטיקל פין ר' צדוק:

תשובה היינו שמשיב אותו דבר אל הש”י רוצה לומר שמכיר שהכל פועל הש”י וכוחו אפילו המחשבה טרם נוצרה בלבו של אדם… נמצא הש”י נתן לו כח גם בהעבירה ועל ידי זה אחר התשובה הגמורה הוא זוכהשזדונות נעשין זכיות כי גם זה היה רצון הש"י.

וואס מיינט ער מיט אחר התשובה הגמורה? וואס מיינט הוא זוכה?

דא איז נאך א שטיקעל וואס ער איז דאס אביסעל מסביר:
עיקר התשובה הוא עד שיאיר ה' עיניו שיהיו זדונות כזכיות, רוצה לומר שיכיר ויבין שכל מה שחטא היה גם כן ברצון השם יתברך וכטעם ידיעה ובחירה, כמו שפירש האריז"ל בסוף ספר ארבע מאות שקל כסף, ששניהם אמת כל אחד במקום בפני עצמו, במקום הבחירה שם אין מקום לידיעה, ובמקום הידיעה שם אין מקום באמת לבחירה. וכשמשיג לאור זה העצום, אז שבו כל זדונותיו בלתי יוצאים מעומק ידיעת הש"י והוא ודעתו ורצונו הכל אחד, ומאחר שהש"י רצה כן הרי הכל זכויות, וזוכה לכפרה גמורה שביום הכיפורים.

זעה די ווערטער, וכשמשיג לאור זה העצום, ער רעדט בכלל נישט פון קיין זמן נאר פוןין מקום - א איד דארף גלייבן ביידע אייביג.

גם כן ברצון השם יתברך - אויךרצון השם! און אויך דיין בחירה.

(עס איז דא נאך עפעס וואס ר' צדוק זאגט און דאס איז אז ס'דא אמאל וואס א מענטש האט באמת נישט קיין בחירה, וועמער לאזען פאר א צווייט מאל.)



איך בין נישט זיכער מיט וואס איך שרייב יעצט אבער איך מיין אז ר' נחמן קומט פון אביסל אן אנדערע ענגל ווי ר' צדוק ר' צדוק איז מער קאנסערנט מיט די מציאות הדברים און ר' נחמן מער מיט נישט אריינפאלן אין יאוש .

הוגה האט געשריבן:איך האב לעמשה געקוקט אין די מפתח פון צדקת הצדיק און דארט ווערט צוגעצייכנט א שטיקל פון מאמר ד' אויף שבת.

איך האב נישט געטראפן אזא מאמר, ר' צדוק זאגט די זעלבע געדאנק זייער אסאך מאל

הוגה האט געשריבן:לענינינו, דאס איז כולי עלמא מודה אז די באשעפער ווייסט פונקטלעך א יעדע זאך וואס א יעדע נברא גייט טון. און אויב גיי איך נישט ביישטיין א נסיון ווייסט דאס די באשעפער, און מיט דעם אלעם האט ער מיך באשאפן, און ער האט אויך באשאפן דער זמן ומצב הנסיון, מוז זיין אז ס'דא אין דעם א תכלית. איינער וואס האלט נישט אזוי איז ער א שוטה און מעגליך אן אפיקורס.

קלאר אזוי - און די תכלית איז אז א איד זאל בוחר זיין אויף די פינסטערע וועלט, ווי סדא בחירה, צו טון דעם רצון השם, די אייבישטער האט געזאגט ובחרת בחיים, און אויב ער האט אזוי געזאגט איז מוכרח אז מיר האבן א בחירה, אין דארך דעם איז דער איד מגביר די צד הטוב וכו' עיין ספרי רמח"ל. איי וואו אזוי איז שייך בחירה אויב די באשעפער ווייסט? אויף דעם האסטו שוין געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ווי אזוי דו וועסט נאר פרובירן צו ענטפערן וועסטו קיינמאל נישט קומען צו אן ענדגילטיגע צופרידן-שטעלענדע ענטפער, און דא קומט אריין אמונה פשוטה כמובן. (ולכאורה זו הסיבה שאמרו צדיקים הקדמונים שלא לעסוק בענינים אלו.)


הוגה האט געשריבן:אויב אבער האלט איך יעצט פאר א נסיון, זאל איך טראכטן אז עס ליגט בידי צו בוחר זיין די נסיון, אדער זאל איך ענדערש טראכטן אז די באשעפער ווייסט און האט שוין באשטימט אויב איך גיי עומד בנסיון זיין אדער נישט? אודאי מוז איך טראכטן און געדענקן אז ער קען בוחר זיין, עס איז בידי צו ביישטיין אדער נישט ביישטיין.

ס'איז דא איין אמת! וואס איז כפירה פארן נסיון איז אויך כפירה נאכן נסיון.

הוגה האט געשריבן:עס איז לכאורה כפירה צו זאגן אז איך קען בוחר זיין?

פארוואס איז דאס כפירה? ווייל אונזער קליינע קאפ פארשטייט נישט וויאזוי דאס גייט ציזאמען מיט ידיעה? אז די אייבישטער הייסט ובחרת בחיים און ס'דא שכר ועונש ווייס איך אז איך האב בחירה כאטש איך פארשטיי נישט.

הוגה האט געשריבן:דאס איז עפעס וואס ווערט מערערע מאל דערמאנט אין ליקוטי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן און אויב דארפסטו מקורות אויף דעם קען איך דיר שוקן.

פליז!!!

הוגה האט געשריבן:איך זעה אז עפעס באדערט דיר מיט דער מהלך, און איך קען נישט פארשטיין וואס, אולי יואיל בטיבו להאיר עיני?

ווי געשריבען איך האב דאס נישט געזען אין קיין איין אטענטיש ספר אין איך האלט אז דאס גרעניציט זיך מיט כפירה נאכן חט און ווארפט אראפ די responsibility פונעם מענטש און העלפט נישט עומד זיין קיין נסיון, אפשר פארקערט.

איך ברענג דא נאך א שטיקל פין ר' צדוק אויף תשובה איך בין זיכער אז ענליך שטייט פין ר' נחמן:
העגמת נפש שיש לאדם על עבירות שעשה, הם ממש יסורי גיהנם על אותה עבירה. ולכן אמרו בסוף פרק קמא דברכות (יב ע"ב) דהמתבייש בה (בעבירה) מוחלין לו, כי כבר סבל עונש גיהנם. ומי שזוכה מן השמים מזכירין לו בכל עת עבירות שעשה, ומתמרמר עליהם עד שסובל שיעור גיהנם המגיע לו על זה בעולם הזה, וזהו הפרעון מן העבירות שנפרעים מן הצדיקים בעולם הזה.

היינט האב איך בהשגה פרטית אריינגעבאמפעט אין א שטיקל שיחות הר"ן קב':

אבל איש כשר מאחר שמאמין בהאמת, ועקר תקותו הוא לעולם הבא, על כן חייו טובים מאד. כי כל מה שעובר עליו הוא מאמין שהכל לטובה כדי להזכירו שישוב מעוונותיו או בשביל כפרה על עוונותיו כדי שיזכה לחיי עולם הבא לטוב הנצחי וכיוצא בזה. ואפלו היסורין שיש לאיש כשר מחמת הצער של החרטה כשנזדמן לו איזה פגם או איזה עברה חס ושלום אפלו אם חס ושלום עבר עברה ממש רחמנא לצלן, אחר כך כשזוכה להתחרט עליו אף על פי שיש לו צער גדול מאד ויסורים גדולים על שבא לידי מכשול או לידי עברה רחמנא לצלן.

אויב נאכן חט איז דער מענטש מער נישט ריספאנסעבל - און ער קען easy בלעמען גאט ווי איז בכלל שייך חרטה. איז נישט חרטה כפירה?

שמעתי שפעם אחת אמר רבנו זכרונו לברכה להרב יודיל חתן הרב ליבל מטראסטינץ שהיה מקורב [לפני התקרבותו לרבי נחמן] להרב הצדיק הרב פינחס מקוריץ: הגידו לי דבר מהרב הצדיק הרב פינחס מקוריץ זכרונו לברכה. אמר לו: כך אמר הרב פינחס הנ"ל, מדוע אנו אומרים אשמנו בגדנו גזלנו. לשון רבים, הלא צריכים לומר אשמתי וכו'? אלא, אנו אומרים כביכול בלשון טענה להשם יתברך אשמנו. שאם לא שנתת לנו כח ורשות לא היינו יכולין לחטא! אמר רבנו זכרונו לברכה, אני גם כן מפרש כך. ויגש אליו יהודה, כאשר איש ישראל נגש להשם יתברך לבקש מחילה על עוונותיו, ויאמר בי אדני. רצונו לומר כחך בי אם היית נוטל את הכח שלך ממני, לא הייתי יכול לחטא. וידמה האדם בנפשו שהוא פוטר את עצמו בטענה זו, על-זה הוא אומר, ידבר נא עבדך דבר באזני אדני, הנני מדבר דברי [=טוען טענתי זו] על מנת שתבוא תפלתי באזנך, אבל אל יחר אפך בעבדך, כי ידעתי אשר אני החייב.

(חיי מוהר"ן, תר"י)



איך זעה אז דו האסט נישט גוט פארשטאנען וואס איך זאג וועל איך אביסל מער מאריך זיין. איך האב א פילינג אז נאך אלעם האלטן מיר ביידע די זעלבע, ס''ה זענען מיר (אפשר) מחולק אין די ווערטער.

צוויי הקדמות:
1)איך וויל חוזר ושונה זיין אז בעצם קען א ילוד אשה נישט פארשטיין ווי אזוי ידיעה ובחירה קענען ארבייטן צוזאמען. און פארדעם שרייבן אלע ספרים (ובתוכם, ר' צדוק און ר' נחמן) אז מען זאל נישט עוסק זיין בענין זה. מיט דעם אלעם וועסטו טרעפן אלע ספרים רעדן יא דערוועגן (ובתוכם ר' צדוק ור' נחמן) לכאורה פאר צוויי סיבות. איינס, ווייל אז מענטשן טראכטן און פרעגן די קושיות דאן וואס פאר א זין האט עס נישט צו רעדן דערפון. צווייטנס, די ספרים רעדן בעיקר פון די 'פראקטישע' חלק, און נישט פון די אינטעלעקטואלע חלק, אזוי ווי איך וועל שפעטער ערקלערן.

2) איך האב כמה פעמים געשריבן אז ווען מען וויל דערגיין א נושא באמת, דארף מען אדורך טון די צדדים אן קיין נעמען און מקורות, ווייל איין מאל ס'דא א נאמען איז דא א סיבה ונטייה נישט אנצונעמען די שיטה/סברא. נאך אלעם, אויב איז עפעס אמת, איז עס אמת סיי אויב איך זאג עס, סיי אויב ר' נחמן זאגט עס און סיי אויב ר' שלום ארוש זאגט עס. ממילא וועל איך קודם קלארשטעלן די ענין מצד עצמי, אזוי ווי איך זעה עס. און די מקורות וועל איך לאזן צום סוף. ובקשתי אחת אז איר זאלט טון די זעלבע, קודם זאלט איר מגיב זיין אויף די עצם ענין לכשעצמו, שטימט עס יא אדער נישט, און דערנאך די מקורות.

מיר האבן שוין דן געווען אז איינער וואס האלט אז די באשעפער איז נישט זיכער אויב ער וועט עומד בנסיון זיין אדער נישט, איז מעגליך א כופר און זיכער א שוטה. איינער וואס האלט אז בעצם איז שוין אפגעמאכט אויב ער וועט עומד בנסיון זיין אדער נישט, און ממילא ליגט עס באמת בכלל נישט בידו, דער איז א כופר בה' ובתורתו וואס זאגט 'ובחרת'.

די אמת איז ביידע, סיי די מענטש האט די בחירה, און סיי די באשעפער ווייסט וואס ער גייט טון צום סוף. און ביידע שטימען ווייל ביים באשעפער פארנעמט נישט קיין מקום וזמן כידוע. מיט אונזער שכל קענען מיר נישט פארשטיין ווי אזוי דאס ארבייט, אבער מיר גלייבן אז עס איז שייך צו ארבייטן אן קיין טריקס, די בחירה איז עכט און די ידיעה איז עכט. דאס איז שייך אלעמאל, קודם החטא און אחר החטא און באמצע החטא.

יעצט, פראקטיש גערעדט אויב די מענטש האלט יעצט פאר א מעשה, ער איז במצב נסיון, זאל ער דעמאלטס נאר טראכטן אז ער האט א בחירה, נישט ווייל עס איז נישט דא קיין ידיעה דעמאלטס, אוודאי ווייסט די באשעפער וואס ער גייט למעשה טון, נאר ווייל דאס טראכטן פון ידיעה דעמאלטס קען אים צוברענגן צו קלות. ער וועט טראכטן אז וואס האב איך בוחר צו זיין אז ס'סייווי שוין פארשריבן אויב איך וועל עומד בנסיון זיין צו נישט. אשר על כן זענען מיר אים מייעץ מיט אן עצה טובה, אז דעמאלטס זאל ער נאר טראכטן פון בחירה.

נאכן מעשה זאל ער אבער טראכטן נאר פון ידיעה. נישט ווייל דעמאלטס ווערט נתברר אז ס'נאר געווען ידיעה און נישט בחירה, עס איז ווייטער דא ביידע. אבער אויב וועט ער יעצט טראכטן פון בחירה וועט ער ווערן בעצבות אז ער איז אדורך געפאלן און ער האט נישט בוחר געווען בטוב. פארדעם זאגן מיר אים יעצט טראכט נאר פון ידיעה, אלעס איז געווען באשערט און פארשריבן פון פאראויס, און פונקט ווי ביי גשמיות ווייסן מיר אז מאתו לא תצא רעות אזוי איז אויך ביי רוחניות, דיין דורכפאל האט געהאט א סיבה ותכלית. טראכט נישט יעצט פון בחירה.

דאס מיינט כאן קודם החטא וכאן לאחר החטא. נישט אז די מציאות טוישט זיך, בכלל נישט! נאר די מהלך המחשבה דארף זיין אנדערש לאחר החטא.

פארשטייט זיך אז דער מוז האלטן די בחירה קארטל אין די האנט פאר די נעקסטע נסיון הממשמש ובא.

איי וועסטו פרעגן, ווען וועט ער תשובה טון? אויב טראכט ער לאחר החטא נאר פון ידיעה און נישט בחירה וועט ער דאך נישט תשובה טון, ווייל ער וועט דאך נישט האבן קיין חרטה. די ענטפער איז אז ער מוז מאכן זמנים מיוחדים לתשובה, תשובה איז דאך א מצוה פונקט ווי אלע אנדערע מצוות. אבער יעצט זאל ער נישט תשובה טון ווייל עס וועט זיין יצא שכרה בהפסידה. עס איז קלאר אז די באשעפער וויל נישט אז ער זאל תשובה טון יעצט, ווייל דאס וועט אים נאר צו ברענגן צו עצבות און נאך חטאים, כידוע. ענדערש זאל ער זיך יעצט מחזק זיין מיט די ידיעה קארטל און ער וועט שוין שפעטער תשובה טון. (ואם אתה רוצה אני יכול להרחיב בנקודה זו יותר.)

בקיצור לסיכום דברים, אלעמאל איז דא ידיעה ובחירה, זיי ארבייטן האנט ביי האנט און עס שטימען ביידע. בנוגע עס נוצען אלץ א tool פאר עבודת השם, זאל ער קודם החטא נוצן די די הבנת הבחירה און לאחר החטא זאל ער נוצן די הבנת הידיעה, (דאס איז באותו סגנון פון די באקאנטע חסיד'ישע ווארט אויף והסר שטן מלפנינו ומאחרינו) אבער 'פאקטיש' טוישט זיך גארנישט נאר 'פראקטיש', און ער מוז נאך תשובה טון.

אלעס איז קלאר ביז דא? עפעס שטימט נישט? מיר זעהט דאס אויס ווי דברים פשוטים והגיונים מאוד. איך דארף נישט קיין שום נעמען ומקורות מיר צו ווייזן אז דאס איז די דרך האמת. דאס מיינט ביי מיר "ידיעה ובחירה" פראקטיש גערעדט.

למעשה דאס ממש זאגט ר' שלום ארוש. איך געדענק זעהן כדברים האלה אדער אין ליקוטי מוהר''ן אדער אין ליקוטי הלכות, אבער יעצט קען איך עס נישט טרעפן. די אינספערעישאן פאר די יסודות ונקודות קומען זיכער מתורת ברסלב. איך וועל דא אבער באהעפטן א שטיקל פרי צדיק וואו ער זאגט ענליכע ווערטער כאטש נישט ממש דאס, איך מיין אבער אז כוונתו איז די געדאנק וואס איך האב אויבן געשריבן.

(דאס וואס איחוד פעלד שרייבט אז די שכר ועונש באקומט מען אויף די תפלה, איני יודע פון וואו ער נעמט עס, ולא הסכמתי לראיון זה בכלל.)



נ. ב. דאס וואס איך האב געשריבן אז איך קען ברענגן מערערע מ''מ ווי ר' נחמן שרייבט איבער די הבנת הבחירה, איר קענט בעצם אליינס קוקן אין די מפתחות פון ליקוטי מוהר''ן און (די נייע) שיחות הר''ן.







.
פרייטאג יוני 28, 2013 6:28 pm#128965
היות איך קען נישט באהעפטן די בילד פון דברי ר' צדוק וואס כ'האב דערמאנט אין די פריערדיגע תגובה, וועל איך דא ציטירן זיינע ווערטער פון פרי צדיק, קדושת שבת מאמר ד'.

וזהו שאמרו שאליהו לא נענה אלא בתפילת המנחה, כי הוא בא בטענה ואתה הסבות את ליבם דהגם דבתחילה הבחירה ביד האדם מכל מקום אחר שנעשה כבר מה שנעשה החטא. האמת דהכל מה' יתברך ועל ידי זה נעשים החטאים כשנים הללו שסדורות ובאות מששת ימי בראשית כמו שאמרו בפרק ר' עקיבא, ועל כן יצחק אבינו ע''ה הוא הממליץ בעד החטאים ואמר פלגא עלי ופלגא עלך כדאיתא שם. ופלגא עלך היינו כטענת אליהו ואתה הסבות שהוא בתפלת המנחה שאחר הפעולה דכל היום. והיינו כידוע בסוד הידיעה והבחירה דשניהם אמת. ובעולם הזה משמש הבחירה וזה קודם המעשה. אבל אחר כך דמה שעבר כבר איננו ואינו עוד בעולם הזה יוכל לתקן הקודם ע''י התגלות אור הידיעה וכו' עיין שם באריכות.
זונטאג יוני 30, 2013 11:52 am#129271
לגבי די פראקטישע חלק ברויך מען נישט קיין לאנגע הסבירים. כהאב נאך נישט געפונען א בריאה וואס פירט זיך אויף כאולי סאיז נישט דא קיין בחירה. נישט קיין חיליק ווי שטארק מזאל נאר נישט גלייבן אין בחירה.

דרך אגב געדענק אז איינע פון די ראשונים שרייבן דער אייבישטער ווייסט נישט וואס די מענטש גייט בוחר זיין. קען זיין די רלב''ג.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=59804#p59804
זונטאג יוני 30, 2013 12:01 pm#129272
הוגה, איך האב נאך נישט געליינט. מיין מוח איז נישט פילאזאפיש, אלענפאלס, גיי אויף YUTORAH, זוך ביי שיעורים לויט נעמען, וועט איר זעהן 10 שיעורים פון ראביי סאקס, איינע פון די שיעורים רופט זיך "ידיעה און בחירה", ער איז דארט מסביר פארוואס ס'איז נישט קיין סתירה.
זונטאג יוני 30, 2013 12:58 pm#129287
פון אלע קשיות איבער ידיעה און בחירה, איז מיר די מערסטע אומפארשטענדליך די ענין פון שידוכים. מצד אחד איז קלאר דא א ידיעה, מ' יום קודם יצירת הולד איז מען שוין מכריז ומודיע, הגם אין ספרים שטייט שוין אז עס קען זיך טוישן לויט די התנהגות פונעם מענטש, אבער מיר דא טוען אייגענע ריסערטש, מען דעיט אדער עירענדזש מערידזש, און אזויפיל מאל שפירט מען אז מען איז אריינגעפאלן...

ס'ידוע די מעשה פון די מטרוניתא וואס האט געפרעגט ר' יוסי בן חלפתא וואס השי"ת טוט אין די ליידיגע צייט (א מאדנע שאלה לענ"ד, אבער שוין), האט ער געענטפערט יושב ומזווג זיווגים, האט זי געזאגט, אה, דאס איז נישט קיין קונץ איך קען דאס אויכעט, האט זי יענע נאכט צאמגעשטעלט אלף עבדים ושפחות, און ביז א טאג זענען זיי געווען צעשטאכן און צוביילט.. האט זי געזעהן אז אכן נודע הדבר, דער באשעפער טויג יא! איז מיין שאלה, לויט דעם וואלטן די שידוכים ביי אונז געדארפט קלאפן ווי א שווייצער זייגערל, קאפעלס זאלן קליקן פערפעקטלי, ס'טייטש, פון הימל האט מען ענק צאמגעשטעלט און באשלאסן אז ענק זענען די פאסיגסטע פון אלע אנדערע מענטשן אויפן כדור העולם! און דערווייל? אקעי, נישט ממש צוביילט און צעהאקט, אבער כמעט דארטן?... און נאכדעם בלעימט מען דעם סיטעם און יענעם סיסטעם...
זונטאג יוני 30, 2013 1:17 pm#129295
שמעקעדיג, דיינע קושיות זענען גאר פאסיג דא און זענען ריכטיג פון א פראקטישע שטאנדפונקט.

לגבי דיין ערשטע קשיא איז די ענטפער פונקט ווי אויף אן עבירה אדער מצוה. די באשעפער ווייסט און דאך האט ער אונז (מעגליך) באפוילן בוחר צו זיין און זיך נישט פארלאזן אויף די באשערטע. פארוואס? עס זענען דא סיבות והסברים, אבער פראקטיש מוזן מיר אזוי טון.

דיין צווייטע קשיא איז נישט קיין קשיא אויף די ידיעה, נאר ענדערש אויפן באשעפער ווי אזוי און פארוואס איז ער מזווג זיווגים וואס זעהן אויס גאר שלעכט. עס מיינט אבער נישט אז ער ווייסט נישט. לכאורה איז כוונתו תחילה געווען די זיווג מיט אירע פראבלעמען.
זונטאג יוני 30, 2013 1:39 pm#129304
איך האב נישט באמערקט אז אין אנדערע אשכול טוט זיך אפ א משא מתן אין מיינע ווערטער.

איים סארי פאר נישט שרייבען פין ווי איך נעם עס.

אבער די ספרי ר' צדוק זענען באמת פיל דערמיט. און דער עוולה פין ר' צדוק (פאר די גאליציאנער) איז אז ער נעמט זייער ליטעראל, אבער אין טעאריע האלטען זיי די זעלבע. און היות מען פארלאנגט וועל איך עס אפיר זוכען און דא פאסטען.

הגם דער ענין אז די עונש קומט נאר פין נישט מתפלל זיין געדענק איך נישט אזוי זיכער אז עס שטייט דארט, אבער איך וועל עס אי"ה אויך אפיר זוכען.

לאחר ככלות הכל ווען מען לעבט מיט אזעלכע יסודות קען מען אנטוהן גאר אסאך עבירות ווייל דער קודם החטא און לאחר החטא איז א חוט השערה, און עס ווערט שווערער זיך מתגבר זיין אויף די יצה"ר, און פאר דעם איז עס נישט היינט פין דער מעינסטרים חסידות. אוודאי די משפיעים פרעדיגען נאך על דרכים האלה, אבער רוב פין זייער עולם כאפט נישט זייערע ווערטער, און דער מיעוט וואס יא, זענען אדער אפיקורסים אדער גאר גרויסע צדיקים וואס פאר זיי מאכט נישט קיין גרויסע נפק"מ.
זונטאג יוני 30, 2013 2:04 pm#129311
שמעקעדיג האט געשריבן:פון אלע קשיות איבער ידיעה און בחירה, איז מיר די מערסטע אומפארשטענדליך די ענין פון שידוכים. מצד אחד איז קלאר דא א ידיעה, מ' יום קודם יצירת הולד איז מען שוין מכריז ומודיע, הגם אין ספרים שטייט שוין אז עס קען זיך טוישן לויט די התנהגות פונעם מענטש, אבער מיר דא טוען אייגענע ריסערטש, מען דעיט אדער עירענדזש מערידזש, און אזויפיל מאל שפירט מען אז מען איז אריינגעפאלן...

איך מיין אז דו confused השתדלות מוט בחירה
זונטאג יוני 30, 2013 2:08 pm#129312
ATUB @איחוד פעלד ATUB הייסט אין אנדערע ווערטער דו האלטסט אז איך בין אן אפיקורס? :oops: ווייל קיין גרויסע צדיק בין איך זיכער נישט.

איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו זאגסט. דו טענה'סט אז היות די ענינים זענען גאר דקות'דיג און מען דארף זיך שטארק מעמיק זיין דערין צו קענען עטוואס פארשטיין און אפילו נאכן פארשטיין דארף מען האבן א שטארקע אמונה, ואשר על כן זאל מען ענדערש איינרעדן די עולם ליגנט? די קושיות וועלן ממילא געפרעגט ווערן אדער היינט אדער מארגן, נו לאמיר כאטש באהאנדלן די נושא on our turf, ווי איידער זאגן ליגנט און ווען יענער וועט כאפן אז ס'שטימט נישט וועט שוין נישט זיין מיט וועם צו רעדן.

איי, פרעגסטו אז ס'קען צוברענגן צו זינדיגן. אויף דעם האב איך אראפ געברענגט א זייער פראקטישע מהלך ביים סוף פון דער תגובה. וואס איז שלעכט מיט דעם?
זונטאג יוני 30, 2013 2:25 pm#129322
קאווע טרינקער האט געשריבן:הוגה, איך האב נאך נישט געליינט. מיין מוח איז נישט פילאזאפיש, אלענפאלס, גיי אויף YUTORAH, זוך ביי שיעורים לויט נעמען, וועט איר זעהן 10 שיעורים פון ראביי סאקס, איינע פון די שיעורים רופט זיך "ידיעה און בחירה", ער איז דארט מסביר פארוואס ס'איז נישט קיין סתירה.

נאדיר
m http://www.yutorah.org/lectures/lecture ... eknowledge m

ער איז אויך מסביר אז ס'דא א 14'טע אני מאמין!
זייער אינטערסאנט.
הלוואי עפענט ער א שול אין בארא פארק

l viewtopic.php?f=42&t=2274 l
זונטאג יוני 30, 2013 2:45 pm#129337
א מאמין גלייבט ביידע. צו זאגן פאכע מיט די ידיעה קארטעל בשעת די ווייסט אז די בחירה קארטעל באהלסטע אינטער דיין ריקען איז בכלל נישט פראקטיש, און די mind game איז נישט אמת און קען נישט זיין עפעקטיוו unless דו האסט anyway ספיקות אין די גאנצע בחירה business. ווי אזוי באראיגסטע דיך מיט ידיעה וועל דו גלייבסט אז על כל מעשיך יבא במשפט, אדער די ווייסט אז דו האסט פוגם געווען אין אלע עולמות, אמת ספרים שרייבן אז מ'זאל אפלייגען תשובה אויף זמנים מיוחדים בכך, אבער בעהאלטן די אמת (פון בחירה) קען פראקטישער הייט נישט ארבעטן. דאס איז חוץ די חשש וואס איחוד שרייבט

ר' צדוק רעדט פין א מהלך אין תשובה ווי ער שרייבט דאס אסך מאל. זעה די ווערטער
יוכל לתקן הקודם ע''י התגלות אור הידיעה

א גרויסע שכח הרב הוגה פאר צו ווייזען די שטיקעל ס'איז א beautiful piece אין די puzzle פון עבודת התשיבה במשנת ר' צדוק
(איך האב נישט יעצט צופיל צייט אבער ר' צדוק פארענפערט יא זייער שיין ידיעה און בחירה, ער טיילט דאס נישט אין זמן נאר אין מקום. in other words אויף די וועלט איז אייביג דא בחירה אין העכערע וועלטען נישט.)
זונטאג יוני 30, 2013 2:54 pm#129341
דער מקום תירוץ איז אין כתבי אר"י. און רמ"ק.

@הוגה

איך זאג נישט וואס איז ריכטיג און וועלכע מהלך איז מער ריכטיג, איך זאג נאר וואס איך מיין אז די פאקט.
זונטאג יוני 30, 2013 3:00 pm#129347
יא, און ר' צדוק בויט אויף דעם
עיקר התשובה הוא עד שיאיר ה' עיניו שיהיו זדונות כזכיות, רוצה לומר שיכיר ויבין שכל מה שחטא היה גם כן ברצון השם יתברך וכטעם ידיעה ובחירה, כמו שפירש האריז"ל בסוף ספר ארבע מאות שקל כסף, ששניהם אמת כל אחד במקום בפני עצמו, במקום הבחירה שם אין מקום לידיעה, ובמקום הידיעה שם אין מקום באמת לבחירה. וכשמשיג לאור זה העצום, אז שבו כל זדונותיו בלתי יוצאים מעומק ידיעת הש"י והוא ודעתו ורצונו הכל אחד, ומאחר שהש"י רצה כן הרי הכל זכויות, וזוכה לכפרה גמורה שביום הכיפורים.

וואס ר' צדוק לייגט צו אין די שטיקעל וואס הוגה האט ציגעברענגט איז פאר וואס קודם החט איז נישט דא קיין מקום פאר די עבודה - וויבאלד דו גייסט יעצט טון א חט אין עולם המעשה וואס ווערט געפירט strictly מיט בחירה.
זונטאג יוני 30, 2013 3:01 pm#129349
הקטן האט געשריבן:צו זאגן פאכע מיט די ידיעה קארטעל בשעת די ווייסט אז די בחירה קארטעל באהלסטע אינטער דיין ריקען איז בכלל נישט פראקטיש, און די mind game איז נישט אמת און קען נישט זיין עפעקטיוו unless דו האסט anyway ספיקות אין די גאנצע בחירה business. ווי אזוי באראיגסטע דיך מיט ידיעה וועל דו גלייבסט אז על כל מעשיך יבא במשפט, אדער די ווייסט אז דו האסט פוגם געווען אין אלע עולמות, אמת ספרים שרייבן אז מ'זאל אפלייגען תשובה אויף זמנים מיוחדים בכך, אבער בעהאלטן די אמת (פון בחירה) קען פראקטישער הייט נישט ארבעטן.


קיינער זאגט נישט אז מען זאל באהאלטן די אמת, אדרבא מען דארף וויסן די אמת מיט א קלארקייט. וואס איך זאג איז אז מען קען בוחר זיין צו focus'ן יעצט אויף די ידיעה, ספעציעל אז עס איז נאך די אמת אויך. קיין ברירות האסטו עניוועי נישט, ווייל אויב וועסטו יעצט focus'ן אויף די בחירה וועט עס דיר נאר צוברענגן צו עצבות און נאך עבירות, קומט אויס אז דו האסט שוין ווידער געמאכט די wrong בחירה. אשר על כן האסטו נאר איין ברירה, צו focus'ן אויף די ידיעה.

ספיקות אין בחירה? וואס עפעס? די באשעפער זאגט דאך קלאר 'ובחרת'!
זונטאג יוני 30, 2013 3:07 pm#129350
איחוד פעלד האט געשריבן:איך זאג נישט וואס איז ריכטיג און וועלכע מהלך איז מער ריכטיג, איך זאג נאר וואס איך מיין אז די פאקט.

איין זאך איז זיכער, אז דו 'מיינסט' אזוי. :D

הקטן, פיליזאפיש איז עס א גוטע הסבר (החילוק בעולמות) אבער פראקטיש העלפט עס נישט קיין סאך בעבוה''ש, און אויב וויל איינער זיין אן ערליכע איד מוז ער טראכטן אנדערש נאכן חטא, כמו שכתבתי לעיל. מען טוישט נישט מהלך אין די הסבר נאר אז די געדאנקן - גאנג די focus דארף זיין אנדערש.
זונטאג יוני 30, 2013 3:26 pm#129359
אז די ווייסט יא די אמת לאמיתו, וואס העלפט דיר וואס די פאקעסט, ווען ידיעה איז ווען א סתירה מיט בחירה הער'ך וואס דו פארדינסט
בדרך אגב סדאדיס ווייזען אז דווקא די מחשבות וואס די ווילסט אוועק שטיפען זענען די מחשבות וואס קימען ארויף ('white bears and other unwanted thoughts - daniel wegner)

הוגה האט געשריבן:הקטן, פיליזאפיש איז עס א גוטע הסבר (החילוק בעולמות) אבער פראקטיש העלפט עס נישט קיין סאך בעבוה''ש, און אויב וויל איינער זיין אן ערליכע איד מוז ער טראכטן אנדערש נאכן חטא

it was never intended for that
ר' צדוק רעדט אינגאנצען נישט ווי אזוי זיך ציגעבען נערווען פילען, און ווערן high, ר' צדוק רעדט פין א שווערע עבודה פון תשיבה נישט פין א simple mind game
איי דו האסט א פראבלעם ווי אזי צו טראכטען נאכן חטא כדי נישט אריינצופאלען אין עצבות האט די תניא א פראקטישע מהלך אין צוויי פרקים, און ר' נחמן זאגט שוין אז קיין יאוש איז בכלל נישט פארהאן, א איד קען אייביג תשובה טון ועוד
זונטאג יוני 30, 2013 3:41 pm#129363
יש״כ ATUB @הוגה ATUB ATUB @הקטן ATUB ATUB @איחוד פעלד ATUB פארן אהער שטעלן טיפע נושאים אין אזא פראקטישן שריפט. הגם איך האב אסאך קושיות וואס זענען מיר נאכנישט פארענפערט אויפן פיליזאפישער חלק הידיעה ובחירה, וויל איך יעצט בארירן דער סייענטיפישער פאראדאקס וואס ידיעה ובחירה ברענגט מיט זיך און איז דא נאכנישט ארום גערעדט געווארן.
והנה: אויב גלייבן מיר אין השגחה פרטית, דאן איז טייטש אז יעדער כח וואס איז פארהאן קומט פון גאט. און אויב גאט איז זיך מסלק דערפון איז אויס דערמיט ניטאמאהל אש און פארעך נאר דאס אויך נישט.
יעצט איז אזוי, ווען א מענטש רירט זיין פינגער האט א מחשבה פון רוקען דעם פינגער געמוזט מקדים זיין און דער מחשבה וואלט נישט געקענט באשאפן ווערן נאר פון גאט אויב גלייב איך אין השגחה פרטית. נו וויאזוי קען זיין אז דער מענטש איז בוחר ? איז דען דא א כוח חוץ פון גאט? בוחר זיין מיינט אן דעם בורא דאס הייסט גאט איז זיך מסלק פון מיין כח המחשבה און האט דערמיט קיין שייכות און איך בלייב מיטן כח המחשבה! פון ווי קומט דער כח ? פון גאט ? דאן ווי איז מיין בחירה? גאט האט דאך מיר מכריח געווען צו מחשיב זיין די מחשבה.
און זאגן אז גאט האט מיר געגעבן אן עקספענדעבל כח וואס קען ארבייטן אפילו נאכדעם וואס ער איז זיך מסלק דערפון. קודם קאנטראדיקט דאס דער גאנצער באגריף פון השגחה פרטית. ווייל אויב איז דא אזא כח קען דאך דאס שוין ארויפגיין אויף א יעדן בוים בלעטל וכו׳ והשנית ווי איז שייך אזא זאך? אינדעפענדענט ענערדשי ארבייט נאר אויב דער מקור פון דער ענערדשי איז נאך דא און אויב דער מקור פון דער כח המחשבה איז גאט וועט דאס ווייטער נאר ארבייטן ווילאנג גאט וויל ס׳זאל ארבייטן און אנדערע ווערטער גאט קען יעדע רגע אוועקנעמען דער כח הבחירה אפילו יעצט למעשה לויפט דאס אליינס . קומט אויס אז דער שלילות פון גאט אוועק צו נעמען דער כח איז ווי א רצון אז ס׳זאל בלייבן אזוי. איז הדרה קושיא לדוכתא ווי איז דער בחירה?
כ׳האף כ׳האב מיר גוט אויסגעדרוקט.
זונטאג יוני 30, 2013 4:00 pm#129374
תורת הצמצום דארף דאס עדרעסירן
פאר מער גרינטלעכער, און געשריבן צום שכל נישט אזוי ווייט מיסטיק\קבלה, וועסטו דארפן דארך לערנען דעת תבונות לרמח"ל
די תומר דבורה אין אנפאנג ספר רעדט אויך דערפין, מער אויף א פראקטישע מהלך. די ווארט פין ר' פנחס קאריצער וואס איך ברענג אויף אשמנו בגדנו באמערקט דאס אויך -
בכלל דארף מען וויסען ווער איז דאס דער בוחר?
זונטאג יוני 30, 2013 4:30 pm#129387
עלעבאריר ביטע
זונטאג יוני 30, 2013 6:55 pm#129421
הקטן האט געשריבן:תורת הצמצום דארף דאס עדרעסירן
פאר מער גרינטלעכער, און געשריבן צום שכל נישט אזוי ווייט מיסטיק\קבלה, וועסטו דארפן דארך לערנען דעת תבונות לרמח"ל
די תומר דבורה אין אנפאנג ספר רעדט אויך דערפין, מער אויף א פראקטישע מהלך. די ווארט פין ר' פנחס קאריצער וואס איך ברענג אויף אשמנו בגדנו באמערקט דאס אויך -
בכלל דארף מען וויסען ווער איז דאס דער בוחר?



דער מחדש פין צמצום זאגט אז בחירה נעמט זיך פין שבירת הכלים.
זונטאג יוני 30, 2013 7:13 pm#129425
ווי די רמח"ל איז דאס מסביר איז דאס אלעס part of the orignal plan. קבלה רעדט נאר פין די process
זונטאג יוני 30, 2013 7:23 pm#129428
איך זע איר אלע פארשטייען זיך אויפן ווינק אבער א קלארער תירוץ אויף מיינע ספיקות באקום איך נישט.. שוין ...כ׳על נישט מוטשען
זונטאג יוני 30, 2013 7:52 pm#129435
הוגה האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:איך זאג נישט וואס איז ריכטיג און וועלכע מהלך איז מער ריכטיג, איך זאג נאר וואס איך מיין אז די פאקט.

איין זאך איז זיכער, אז דו 'מיינסט' אזוי. :D




איך זעה האסט מיך נישט פארשטאנען, לגבי דעם וואס די רעדסט אז די ביסט מחולק מיט דער הנחה אז נישט אויסלערנען די אמת פאר דער "עולם" היינט, הגם דער "אמת" איז אז עס איז באמת קיין בחירה נישטא, טוט מען נישט קיין טובה, אויף דעם האב איך געשריבען אז לדידי ווייס איך נישט וואס איז מער אמת, צו עס איז יא דא א בחירה (ליין: רעספאנסאביליטי) צו נישט, אדער צו מען דארף מאכען א שקר קדוש צו נישט. איך שרייב נאר וואס דער פאקט איז, אז הגם על פי חסידות בעיקרון איז נישטא קיין אמת'ע בחירה, עם כל זה טוט מען עס היינט פארשטעקען אין א ווינקל און מען לערנט עס נישט אויס ווייל עס איז נישט עטיש.

סארי פאר נישט מאריך זיין דאס ערשטע מאל.
זונטאג יוני 30, 2013 10:43 pm#129504
מיטוואך יולי 17, 2013 6:34 pm#134321
יאיר האט געשריבן:איך טו עס ווייל די רצון הטוב שבי צווינגט מיר אזוי

דו שטעלסט אראפ א כלל אז איך קען נאר עפעס טוען אויב בין איך געצווינגען, און דערנאך מיט דעם כלל פרעגסטו.
ניין, יאיר האט כוחת הנפש וואס הייסט "בחירה" יאיר קען בוחר זיין עקסערסייזען זיין בחירה און נישט פאלגען זיין evil inclination אדער יא פאלגן. דו האלסט אבער אז כדי דאס צו טוען אין באקימען שכר דארף דאס קימען מיט אן הקדמה און הסכמה פין יאיר'ס cognition. און אויב נישט הייסט דאס על לא דבר.

דו סיבה פארוואס דו האלסט אזוי קען זיין איז, ווייל דו איידענטופייסט יאיר מיט יאיר'ס cognition, און נישט מיט יאיר'ס נפש. למעשה האט דיין נפש די כח, און בוחר זיין קאסט כח, אין אויב ניצט יאיר די כח קימט פאר יאיר שכר. איך מיין די שוועריקייט דאס צופארשטיין נעמט זיך פין נישט קלאר ארויסהאבען ווער איז דאס יאיר
מיטוואך יולי 17, 2013 6:41 pm#134323
למעשה ביסטו מיר שולדיג אן ענטפער, וואס מאכט אז דער נפש - אדער ווי אזוי דו ווילסט עס רופן - זאל בוחר זיין צו הרג'ענען. אויב עס איז נישט פארהאן עפעס וואס מאכט עס זאל בוחר זיין, איז לדעתי השפלה די תוצאה פון די בחירה א יש מאין. א זאך אן א סיבה. אויב איז עס די "כוחות הנפש" וואס דו רופסט בחירה, דעמאלט איז דאס ווייטער עפעס א סיבה. איך זע נישט ווי אזוי דו פארענטפערסט דאס מיט'ן איינטיילן דעם מענטש אויף נפש און קאגנישאן. למעשה איז די געזעץ פון קאוז און עפעקט ווייטער גילטיג, רוף עס בחירה, רוף עס כוחות הנפש, רוף עס קאגנישאן, און קאוז און עפעקט ביסטו דאך מודה אז עס איז מבטל בחירה.
מיטוואך יולי 17, 2013 7:34 pm#134329
אמת, ס'איז א יש מאין! און ווער זאגט אז דיין נפש קען נישט? ווייל א וואלקען האט גאט געמאכט אז דאס דארף האבן א קאוז?
קען גאט מחליט זיין אן א קאוז? סתם, איך וויל מיך מאכען א וועלטעלע? אן קיין שום סיבה מקדמת
דיין "כוחת הנפש" איז נישט די סיבה פארוואס די ביסט בוחר דאס איז סך הכול די כוח וואס די ניצט בוחר צו זיין - נעם א בעטערי לדגמא, די בעטערי איז נישט די סיבה פארוואס די fan דרייד זיך, די בעטערי איז די כח מיט וואס די fan דרייד זיך, די בעטערי קען פינקט אזוי באלייכטען א flash light. כן הדבר הזה דיין נפש האט די כח בוחר צי זיין בטוב און אויך די כח בוחר צו זיין ברע.
אמת, אז די בעטערי דארף צוקימען צי א מענטש - א סיבה - פארוואס ער זאל שיינען און נישט דרייען, דאס איז אלס ווייל א בעטערי איז נישט קיין חלק אלוה ממעל, אבער דיין נפש יא!

יעצט אז דו ווילסט קענסטו פרעגן, נא, וואס האט גאט פון נעמען א שטיקעל גאט אין אים געבען אטינאמיע, מיט א כח פין באשאפען א יש מאין, וואס זאל אנקימען מיט הארוואניע, אין ווערט זיין צו באקימען דעראף שכר, אין אים דערנאך טאקע געבען שכר? (אפשר איז דאס א חלק פון דיין ידיעה שאלה)
דאס איז חלק ב'

פארשטייט איינער וואס איך שרייב? אויב יא, שאקעל דיין קאפ
מיטוואך יולי 17, 2013 7:42 pm#134332
אה, דאס האב איך געוואלט הערן. א דאנק פאר'ן ארויסברענגען מיט א קלארקייט. בחירה, לויט דיר, מיינט אז מענטשן באשאפן זאכן יש מאין, אזוי ווי גאט. דו ביסט מדמה מיין לייגן תפילין צו גאט'ס באשאפן די וועלט.
יעצט איז מיין שאלה, צו איז שייך צו געבן שכר פאר גאט פאר'ן באשאפן אזא שיינע וועלט יש מאין? איך פרעג נישט וואס גאט פארדינט פון דעם שפיל פון באשאפן נאך א גאט און אים געבן שכר (כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס ארבעט), איך פרעג פארוואס ס'קומט זיך פאר גאט שכר פאר'ן טון עפעס יש מאין, אן קיין שום אייגענע אנשטרעגונג.
מיטוואך יולי 17, 2013 8:11 pm#134335
איך האב נישט געזאגט אז א חלק אלוה ממעל - א קליינע גאט - מיט לימעטעט אטינאמיע קען באשאפען וועלטן. סדא אסך חולקים פין צווישען "גאט" און "חלק אלוה ממעל". איינע פין די חליקים זענען אז פאר גאט האט דאס נישט געקאסט קיין עפערט און כח און פאר דעם חלק אלוה ממעל קאסט דאס כח און אנשטרעגונג. ווען די נייגסט דיין רצון צי לייגען תפילין ווען די ביסט אין א דילעמע, אדער ווען די האסט א שטארקע urge צו פארשעמען דיין חבר ביסטו ווערט שכר -

מיין שאלה צו דיר איז. אויב איז דא א גאט, קען ער אהער שטעלען אזא מצואות? אדער Sam Harris לאזט נישט.


וואס גאט האט דערפין איז א באזינדער שאלה
מיטוואך יולי 17, 2013 8:27 pm#134337
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:אויב 30 4 גיי איך טראכטן אז איך וויל גיין אין גראסערי, איז 29 4 שייך צו בוחר זיין פארקערט?

אויב מחשבות ווערן באשאפן יש מאין, אן קיין שום פריערדיגע סיבה, יא.

מיז זיין אז אלע מחשבות ווערן באשאפען די זעלבע וועג? אדער איז מעגליך ס'דא יש מאין'דיגע אין אויך אזאלעכע מחשבות וואס זענען א פועל יוצא פין א פריערדיגע מחשבה אדער אן אנדערע גורם?

אין קבלה (וואס איז אן אנדערע דיסיפלין) איז דא אזא מישג פין חכמה וואס איז חכמה מאין תמצא ס'אויך דא כתר וואס דאס איז העכער\טיפער ווי חכמה.
מיטוואך יולי 17, 2013 9:32 pm#134343
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:אויב 30 4 גיי איך טראכטן אז איך וויל גיין אין גראסערי, איז 29 4 שייך צו בוחר זיין פארקערט?

אויב מחשבות ווערן באשאפן יש מאין, אן קיין שום פריערדיגע סיבה, יא.

מיז זיין אז אלע מחשבות ווערן באשאפען די זעלבע וועג? אדער איז מעגליך ס'דא יש מאין'דיגע אין אויך אזאלעכע מחשבות וואס זענען א פועל יוצא פין א פריערדיגע מחשבה אדער אן אנדערע גורם?

אין קבלה (וואס איז אן אנדערע דיסיפלין) איז דא אזא מישג פין חכמה וואס איז חכמה מאין תמצא ס'אויך דא כתר וואס דאס איז העכער\טיפער ווי חכמה.

הקטן ממנ״פ ביסטו אין פעקל אויב איז די מחשבה א פועל יוצא פון פריער, דאן קומט יאיר צו לויפן שרייען אז די סיבה פון פריער - צו א ממשות׳דיגער צו א פסיכישער רצון - נעמט אוועק בחירה חופשית.
זאגסטו ווידער אז דער מחשבה איז א נייער יש מאין, דאן קומט מאטי צולויפן פרעגן ווי איז שייך בוחר צו זיין?. ביפאר דער מחשבה איז דאך נישטא וואס בוחר צו זיין! בשעת די מחשבה, עקספיריענסעס איך א יש מאין ווי קען איך אפילו בוחר זיין . אלזא קרח מכאן וקרח מכאן.

איך וויל אויפטון א חידוש, אבער ווארפט מיר נישט ארויס פון דא!

באמת! איז נישטא קיין בחירה, נאר סך הכל איז דא אן אילוזיע אז איך האב א בחירה.

דאכט זיך מיר ר׳ שלום שוואדראן דערציילט א מעשה, ווי איינער איז יעדן טאג געגאנגען צום הויפט גאס קאנטראלירן דעם פארקער. ווען ס׳איז געווארן ״גרין״ דאן האט ער געוויזן ״גייטס״, ווען ס׳איז געווארן ״רויט״ האט ער געוויזן סטאפ״ מיינענדיג אז אלע פאלגן אים...

לעניננו; מיר אלע האבן אן אריינגעבויטן איינרעדעניש אז מיר זענען בוחר,אויף אזוי ווייט אז אפילו נאכן אייך אויסזאגן דעם סוד, פילט איר נאך אלס ווי איר קענט בוחר זיין .והא ראיה, איך מאך אויף די לייט ווען איך וויל, ווייל איך וויל ס׳זאל זיין ליכטיג. איך מאך אים צו ווען ס׳געפעלט מיר. איך קאנטראליר די זאך פונקט ווי דער נעבאכ׳דיגער פארקער טרייבער. און ס׳לאזט זיך הערן אז פארן ״וועלן״ בוחר זיין ברע ׳אינעם אילוזיע׳ קומט עונשים, הגם באמת איז דא א רעד לייט גרין לייט סיסטעם.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:21 am#134444
הקטן האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז א חלק אלוה ממעל - א קליינע גאט - מיט לימעטעט אטינאמיע קען באשאפען וועלטן. סדא אסך חולקים פין צווישען "גאט" און "חלק אלוה ממעל". איינע פין די חליקים זענען אז פאר גאט האט דאס נישט געקאסט קיין עפערט און כח און פאר דעם חלק אלוה ממעל קאסט דאס כח און אנשטרעגונג. ווען די נייגסט דיין רצון צי לייגען תפילין ווען די ביסט אין א דילעמע, אדער ווען די האסט א שטארקע urge צו פארשעמען דיין חבר ביסטו ווערט שכר -

מיין שאלה צו דיר איז. אויב איז דא א גאט, קען ער אהער שטעלען אזא מצואות? אדער Sam Harris לאזט נישט.


וואס גאט האט דערפין איז א באזינדער שאלה

אלזא, דו גלייבסט אין איין אייזן-שטארקע גאט און אין זעקס ביליאן קופער-שטארקע געטער? איך מיין עס גאר ערנסט. דער שפראך איז ביי מיר גענצליך פרעמד. יואיל נא להודיעני.
אבער אויסער דעם, ברגע דו ביסט מגביל דעם חלק אלוק ממעל, פאלט דאך אוועק דיין גאנצער מהלך אז ער באשאפט יש מאין, ווייל ס'איז נישט מאין, ס'איז לויט זיינע כוחות. וא"כ נפל פיתא בבירא והדרא קושיא לדוכתיה, ונכתב ונחתם בטבעת הכופר אין להשיב.
אנטשולדיגט מיין שפראך, איך האב א נטיה צו אריינגיין אין די כלים נאך חצות הלילה. נישט סתם כלים, נאר כלים מכלים שונים.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:27 am#134445
יאיר, האט דען נישט גאט א יכולת צו באשאפן נאך געטליכע כוחות אז א מענטש זאל קענען יש מאין׳נען איה״נ ער קען דאס יעדע רגע אוועקנעמען אבער ווילאנג ער לאזט, פארוואס דען נישט. דו מאכסט סך הכל אן עמוציאנאלע קעיס ווען דו זאגסט 6 ביליון געטער.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:28 am#134446
moti107 האט געשריבן:יאיר, האט דען נישט גאט א יכולת צו באשאפן נאך געטליכע כוחות אז א מענטש זאל קענען יש מאין׳נען איה״נ ער קען דאס יעדע רגע אוועקנעמען אבער ווילאנג ער לאזט, פארוואס דען נישט. דו מאכסט סך הכל אן עמוציאנאלע קעיס ווען דו זאגסט 6 ביליון געטער.

גאט קען שטארבן?
דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:36 am#134450
שטארבן איז א לימיטעשן, און אויב גאט קען נישט שטארבן כדי צו בלייבן אנלימיטעד מאכט אים דער נישט קענען שטארבן פאר א כל יכול און נישט פאר א מוגבל. גאט קען נישט שטארבן = מוגבל, איז בלויז א ווערטער שפיל, ווייל מיר זענען צוגעוואוינט אז נישט קענען, הייסט מוגבל.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:38 am#134452
moti107 האט געשריבן:שטארבן איז א לימיטעשן, און אויב גאט קען נישט שטארבן כדי צו בלייבן אנלימיטעד מאכט אים דער נישט קענען שטארבן פאר א כל יכול און נישט פאר א מוגבל. גאט קען נישט שטארבן = מוגבל,איז בלויז א ווערטער שפיל ווייל מיר זענען צוגעוואוינט אז נישט קענען הייסט מוגבל.

אז גאט קען נישט באשאפן זעקס ביליאן שוואכע געטער מאכט אים אויך פאר א כל יכול. הקטן איז נישט דער ערשטער אויפצוקומען מיט דעם געדאנק, אין דעם אור אלטן מיטל מזרח זענען די בני אלים געווען א גאנגבאר ארטיקל.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:43 am#134453
למעשה קען גאט יעדע רגע אוועקנעמען דעם כוח פון די 6 ביליון יש מאין׳נ׳קערס. דוגמת ער קען שטארבן אבער ער קען זיך צוריק לעבעדיג מאכן עני טיים. דאס מאכט אים נישט אויס אנלימיטעד.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:47 am#134455
אלזא, דיין גאט קען שטארבן און אויפשטיין תחיית המתים. זאג נאר, מאטי, ווער איז דיין גאט? איך וואלט געוואלט כאפן א שמועס מיט אים.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:53 am#134457
ליצנות אחד דוחה מאה תוכחת.....
דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:01 am#134463
moti107 האט געשריבן:ליצנות אחד דוחה מאה תוכחת.....

פלוצלינג ווערסטו מיר א מוכיח, זאג נאר מאטי, וועמען זאגסטו תוכחה אויב ס'איז נישטא קיין בחירה?
דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:09 am#134465
איך גיי בדרך אתמ"ל.. ועי״ל איך האב שוין אויבן געשריבן איך רעדט צו דיין איינרעדעניש אז דו האסט יא... איין מינוט!! איך האב אויך נישט געהאט קיין בחירה דיר נישט מוכיח צו זיין, טא וואס ווילסטו פון מיר? אוי דו האסט אויך נישט.... שוין ס׳איז אין לדבר סוף...
דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:32 am#134497
פארשאלטן זאל זיין די שלאנג וואס האט איבער גערעדט די זיידע רבי אדם און די באבע רעביצן חוה (שוין דעמאלטס איז נישט געווען קיין בחירה?) און האט גורם געווען די בזיעת אפיך אויף אונז (ווידער אן עונש, פארוואס?). איך האב פארפאסט א הערליכע קיבוץ'עראציע צווישן יאיר, מאטי, הקטן און סעם העריס. רבותי, נעקסט טיים גיבטס מיר אפאר טעג נאטיס כדי איך זאל עס קענען אריין לייגן אין מיין סקעדזשועל.

כמעט יעדע תגובה איז געשריבן מיט אזא ישרות, although מיר ווייסן נישט עכט וועלכע ליניע איז די ריכטיגע ישרות, די גראדע אדער די קרומע. עס פליען פונקן פייער פון אלע זייטן אבער קיין קאמפלימענטן קומט אייך נישט, היות אייערע מחשבות ודיבורים זענען פרי-פראגראמד, ולא מחכמתכם בכלל, כמבואר לעיל.

איין זאך איז אבער יא דא א קאנצענזוס, כ'מיין אז אלע דא שטומען מיט מיר אין מיין דעבאטע מיט הרב וואקסמאן. איז דא איינער דא וואס האלט אז בחירה איז מער פשוט ווי ידיעה?

בנוגע די עצם שמועס דא בין איך מחולק מיט אלע פון אייך! איר וואונדערט זיך ווי אזוי עס קען זיין אז איך קריג מיך סיי מיט הקטן און סיי מיט יאיר און מאטי, ווען ס'איז שיטות חלוקות ביניהם? הסכת ושמע.

פאר סאם ריזען טייטשט איר אפ אז בחירה מיינט אז איינער טוט עפעס אן דעם וואס ער זאל האבן א סיבה ומסובב דערויף, ווייל אויב איז דא א סיבה האט די סיבה אים געמאכט עס טון. וממילא האט יאיר קשיות, און הקטן דארף בויען תירוצים גג על גג.

רבותי, איר קענט נישט טייטשען! גייט צוריק אין חדר! בחירה איז טייטש אויסוועלן צו טון עפעס משום סיבה. וואס איז? געפעלט דיר נישט? ס'וואלט געווען געשמאקער צו זאגן אז בחירה מיינט פולשטענדיג אן קיין מניעה וסיבה, אבער ס'נישט אזוי. איך זאג דאס סיי מסברא און סיי מן התורה.

מסברא: ווען מיין יונגעלע ברענגט אהיים א צעטל אז ער האט פיין געלערנט די וואך אין חדר באקומט ער א פרייז, טראץ דעם וואס ער האט געלערנט פאר א סיבה, אויס מורא פונעם רבי אדער מנהל, צו קענען פארן בחינה וכדומה. דאך קומט אים א פרייז פארן לערנען פיין, ווייל יא סיבה נישט סיבה האט ער למעשה געארבייט שווער.

מן התורה: ראה נתתי לפניכם את החיים ואת המוות ובחרת בחיים. דו זאגסט מיר וועלכע איז חיים און וועלכע איז מוות און דערנאך זאגסטו מיר ובחרת? איז נאך שייך בוחר צו זיין? יא. עס איז אפשר אן easy choice אבער עס איז פארט א choice.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:14 pm#134690
moti107 האט געשריבן:יאיר, האט דען נישט גאט א יכולת צו באשאפן נאך געטליכע כוחות אז א מענטש זאל קענען יש מאין׳נען איה״נ ער קען דאס יעדע רגע אוועקנעמען אבער ווילאנג ער לאזט, פארוואס דען נישט. דו מאכסט סך הכל אן עמוציאנאלע קעיס ווען דו זאגסט 6 ביליון געטער.

יאיר, איז דאס טאקע די ערשטע מאל וואס דו הערסט פין א "חלק אלוה ממעל" אדער דו ביסט בוחר, פאר וואט עווער ריזען, זיך צו מאכן אזוי ?
ב.ד.וו. די חלק אלוה ממעל" שטארבט נישט.

הוגה האט געשריבן:פאר סאם ריזען טייטשט איר אפ אז בחירה מיינט אז איינער טוט עפעס אן דעם וואס ער זאל האבן א סיבה ומסובב דערויף, ווייל אויב איז דא א סיבה האט די סיבה אים געמאכט עס טון. וממילא האט יאיר קשיות, און הקטן דארף בויען תירוצים גג על גג.

הוגה, איך זאג די זעלבע ווי דו איך זאג בחירה איז נישט געטריבען פין קיין סיבה - הגם מחשבה קען זיין געטריבען פין א סיבה קודמת.

moti107 האט געשריבן:זאגסטו ווידער אז דער מחשבה איז א נייער יש מאין, דאן קומט מאטי צולויפן פרעגן ווי איז שייך בוחר צו זיין?. ביפאר דער מחשבה איז דאך נישטא וואס בוחר צו זיין! בשעת די מחשבה, עקספיריענסעס איך א יש מאין ווי קען איך אפילו בוחר זיין . אלזא קרח מכאן וקרח מכאן.

דו בויסט אויף מחשבה און איך זאג אז בחירה איז אין רצון , רצון איז קודם מחשבה - ואין טעם ברצון!

אויב קענסטו אננעמען אז די נפש קען פוילן אויף רצון א יש מאין, איז צייט דאס אביסל מקרב זיין אל השכל. ומבשרי אחזה אלוה - פין מחשבה וואס איז מער בשרי, וועלן מיר מסביר זיין די נפש וואס איז א חלק אלוה.

קודם לאמיר פארשטיין וויאזוי א קליין בעבי וואס איז היינט געבוירן פאנגט אן זיין מחשבה-צוג. אויב א יעדער מחשבה ווערט געטירבן פין א פריערדיגער מחשבה, איז ווער טרייבט די ערשטע מחשבה?
אן עקסטערנעל זאך קען נאר געזעהן ווערן דארך די מח, די מח דארף דערנאך מאכן סענס וואס ס'האט געזעהן, ווערט לערענט דאס ערשט אויס פארן מח וויאזוי צו טראכטען - א יש מאין? א ביג בענק, יאיר?

איינע פין די וועגן דאס מסביר צו זיין, קען זיין אז די מח קימט שוין פרי-פראגרעמעט מיט געוויסע סאפט-ווער ווי למשל די כח מדמה זיין מילתא למילתא וכד'
די זעלבע זאך די נפש, די נפש האט בעסיק אינסטראקשענס ווי למשל פארשטיין וואס איז טוב און וואס איז רע - ראה נתתי לפניך היום.. הטוב ואת הרע - די menu ליגט אגאנצע צייט לפניך פאר דיר, וואס דו דארפסט טון איז פשוט בוחר זיין איינע פין די צויי. אויך האט מען דיר געזאגט וואס צו טוען ובחרת בחיים! נייג דיין רצון לטוב - יא, גאט האט דיך געגעבען די כח דערפאר. דו קענסט סעלעקטען פין א מעניא, אין דו ווייסט אויך וואס מען ערווארט פון דיר. אבער דו האסט די כח צו מאכן די ראנג פיק

א איד דינט דעם אייביישטער במחשבה דיבר ומעשה (דאס איז נישט די נפש זעלבסט - דאס זענען נאר לבישי הנפש) ווי שוין געשריבן איז נישט אייביג א מענשט בעה"ב אויף זיין מחשבה דיבור אדער מעשה, למשל א איד וויל לייגן תפילין אבער זיין כלי המעשה ארבעט נעבעך נישט, נא, ער קען נישט קענער נישט - ווילאנג ער וויל טון די מצוה איז חישב לעשות מצוה ולא. עשאה מעלה עליו... די זעלבע איז אויך א איד האט א מצוה צו זיין א מאמין במחשבה, און זיין נפש פארשטייט דאס, אין ווייסט זייער גוט וואס איז חיים - לעבען! און וואס איז נעבעך מות לעבען אן א ציל נאר ווייל טבע האט מיך באשאפען. אבער וואס טוט א איד וואס האט געליינט אסך כפירה און איז שטראק איבערצייגט אזוי ער קען נעבך נישט דינען דעם בורא כל העלמים במחשבה, האט יעצט זיין נפש צוויי ברירות אדער זיין בשמחה אז ער
איז אן אויבער חכם אדער חאטש זיין צובראכן.
פרייטאג יולי 19, 2013 6:51 pm#134881
יאיר האט געשריבן:כמדומה לי אז רבי חסדאי זאגט אז מ'וועט באקומען אן עונש נישט אויף די כפירה, נאר אויף די שמחה דערפון.

עפעס דארף זיין א ווארט פון הפלאה אויפן פסוק תחת אשר לא עבדת את ה"א בשמחה ובטוב לבב, אז די פראבלעם איז אז דער לא עבדת איז געווען בשמחה, און עפעס רעדט ער דארט וועגן ע"ח שחטאנו לפניך באונס וברצון.

עכ"פ זוכענדיג דעם הפלאה האב איך זיך אנגעטראפן אין אן אנדערע שטיקל בנוגע ידיעה ווס. בחירה:

שכבר הקשו כיון שהקב״ה יודע עתידות א״כ למה יהי׳ שכר ועונש כיון שלא הי׳ הבחירה ביד אדם לשנות מידיעת הש״י, אך באמת לא יתכן זה אלא בשכר הצדיקים, אבל בעונש רשעים כיון שאחז"ל כל דיבור שיצא מפי הקב״ה לטובה אינו חוזר אבל לרעה חוזר, כ״ש שהידיעה לרע אינה מתקיימית ויכולה לחזור בבחירת האדם לטוב.

וז״ש שאין טענה לרשעים בעונש המשפט, כי יודע ה׳ דרך צדיקים שהוא ידיעה לטובה, אבל דרך רשעים תאבד, א״כ מעשה הצדיקים באמת הוא מחמת ידיעת הש״י לטובה לכך אמרו מתן שכר של צדיקים שבאמת הוא מתנה, וגם זה הוא בכלל מ״ש לך ה׳ חסד כי אתה תשלם לאיש כמעשהו, פי׳ כאילו הוא הבוחר במעשיו, ובאמת שהי׳ הכרח מחמת ידיעת הש"י.


און יאיר, ווער נישט דעפרעסט, איך בין זיך מחי' מיט יעדעס ווארט פון יעדן.
זונטאג יולי 21, 2013 3:05 am#134945
א דאנק, ונבנתה, פאר דעם הערליך ווארט פונעם הפלאה. מיר ליגט אין קאפ אז דער ערשטער ווארט זאגט ער (אדער א צווייטער) אויפ'ן פסוק והיה אם שכוח תשכח, אז דער עולה איז נישט אז מ'פארגעסט, נאר אז ס'איז והיה, בלשון שמחה. און וועגן ידיעה ובחירה, געדענק איך אז דער הפלאה זאגט אויף א פלאץ דעם תירוץ אז וויבאלד עס איז נישט שייך קיין זמן ביים באשעפער ממילא איז דאך אלעס אויף איינמאל, איז נישטא אזא זאך ווי בחירה פאר ידיעה.
און יאיר, ווער נישט דעפרעסט, איך בין זיך מחי' מיט יעדעס ווארט פון יעדן.

:lol: :D :) איך האף אז וואס איך זאג איז אויסגעהאלטן על פי תורה, ממילא מעג איך זיך פרייען.
הוגה האט געשריבן:רבותי, איר קענט נישט טייטשען! גייט צוריק אין חדר! בחירה איז טייטש אויסוועלן צו טון עפעס משום סיבה. וואס איז? געפעלט דיר נישט? ס'וואלט געווען געשמאקער צו זאגן אז בחירה מיינט פולשטענדיג אן קיין מניעה וסיבה, אבער ס'נישט אזוי. איך זאג דאס סיי מסברא און סיי מן התורה.

גאר גוט געזאגט. להוי ידוע אז וואס דו זאגסט איז ריכטיג דעטערמיניזם. לויט דיין הבנה איז נישטא קיין קשיא פון בחירה און ידיעה, ווייל מען קען אלעס וויסן פון פאראויס דורך אויס'חשבונ'ען די סיבה ומסובב פון יעדע זאך און אזוי אנקומען צו די מסקנא וואס גייט פאסירן, ובכל זאת נעמט עס נישט אוועק פון בחירה, ווייל בפועל איז מען בוחר.
בעצם האסטו שוין עטליכע מאל געזאגט דעם געדאנק, אבער משום איזה סיבה כאפסטו נישט וואספארא ראדיקאלע ווערטער די לייגסט אריין אין בחירה. דיין "בחירה" איז סעם העריס'ס דעטערמיניזם, אדרבה זאג מיר וואס איז דעטערמיניזם אנדערש ווי דיין בחירה.
זונטאג יולי 21, 2013 3:36 am#134953
די אשכול איז לגבי די פראקטישע חלק. איז דא א נפק''מ צי מיר האבן בחירה?
זונטאג יולי 21, 2013 3:48 am#134955
נולד מאוחר האט געשריבן:די אשכול איז לגבי די פראקטישע חלק. איז דא א נפק''מ צי מיר האבן בחירה?

ניין.
נעקסטע שאלה?
זונטאג יולי 21, 2013 10:02 am#134975
יאיר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:די אשכול איז לגבי די פראקטישע חלק. איז דא א נפק''מ צי מיר האבן בחירה?

ניין.


איך קען נישט דיסיידען אויב דו ביזט סארקאסטיש אדער נישט, אבער כ'בין זיכער אז דו פארשטייסט אז ס'איז דא א גרויסע נפקא מינה אויב מיר האבן בחירה אדער נישט.
זונטאג יולי 21, 2013 11:39 am#134983
הוגה, איך בין גאר ערנסט. אויב דו טרעפסט א נפקא מינא זאג מיר. איך האב שוין דורכאויס מיין לעבן עטליכע מאל זיך געטויפט פון בחירה צו דעטערמיניזם און פארקערט, און מיין לעבן האט זיך נישט געטוישן קיין כי הוא זה. און דו מיינסט טאקע אז סעם העריס לעבט ווי א ראבאט? לאמיר הערן פון דיר, וואס באדייט דעטערמיניזם?