Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • פארוואס גלייבסטו?

קאווע שטיבל • פארוואס גלייבסטו?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
129 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 207 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4049
מיטוואך יוני 12, 2013 12:03 am#124195
פארוואס גלייבסטו?
אין אן אנדערע אשכול האב איך געשריבן דאס פאלגענדע:
ברסלב'ער האט געשריבן:איך ווייס נישט אויס עס איז בכלל מעגליך צו מאכן איינעם גלויביג, ווייל "גלייבן" מיינט ווען מען פארשטייט עס נישט, און אויב דו ווייזט עס אויף מיט ראיות ברורות איז עס שוין נישט קיין "אמונה".
אלע אותות ומופתים קען מען אפפרעגן מיט חכמות, עס בלייבט נאר איבער די פשוטע אמונה.
רבי נחמן ברסלבער זאגט אז אפילו מתן תורה האבן די אידן אויך געקענט אפפרעגן מיט חכמות, און דאס איז געווען זייער גרויסקייט אז זיי האבן אוועקגעלייגט זייערע חכמות און געגלייבט בפשיטות ותמימות.


און פארוואס זאל מען טאקע גלייבן די אמונה פשוטה? ווייל עס לוינט זיך דיר? ווייל עס האט נישט קיין ראיות? ווייל מ'איז אזוי אויפגעוואקסן?
אגב, אויב מען נוצט די אמונה פשוטה ווען עס קומט צו אידישקייט, פארוואס זאל מען אויפהערן צו נוצן אמונה פשוטה ווען עס קומט צו אפיקורסות און זאגן אז מען דארף גלייבן באמונה פשוטה אז עס איז נישטא קיין גאט?
איך זוך אודאי נישט צו אוועקנעמען דיין פריוואטע אמונה פשוטה, אויב דיר איז דאס לעבן באקוועמער אזוי וועל איך דאס נישט צושטערן. אבער צו זאגן פאר א צווייטן אז אידישקייט אז באזירט אויף אמונה פשוטה איז אביסל סכנה'דיג אין א דור פון אינפארמאציע.

שפעטער האב איך געשריבן:
אויב דו וועסט מחנך זיין דיין קינד אז מ'דארף פאסטן יום כיפור און עסן בלויז הארטע מצה גאנץ פסח נישט ווייל דו האסט עס דרוכגעטון און דו ביסט געקומען צו די מסקנא אז דאס איז די ריכטיגע מהלך, נאר ווייל... אמונה פשוטה.
דערנאך ווערט דיין זון עלטער און ער זעט אז עס זענען דא שיטות אין פילאזאפיע און אין סייענס וואס זענען געבויט אויף פעסטע ראיות און הנחות, און עס הייבט זיך אן א קאנפליקט וועמען ער זאל ענדערש גלייבן, זיין איגנאראנט-איך-גלייב-ווייל-איך-בין-א-נאר טאטע אדער דעם קלוגן סייענטיסט אדער פילאזאף וואס האט שטודירט צענדליגער יארן, וועמען ערווארטסטו ער זאל גלייבן?

אויף דעם האב איך באקומען אן ענליכע שאלה פון עטליכע ניקים דא, איך וועל פארלייגן די שאלה כלשונה פון איינער פון אונזערע/מיינע טייערע ידידים:
א גוטן הרב יאיר.

איך וויל פארשטיין פארוואס דו און נאך אסאך אין שטיבל האלטן אז סייענס איז א סתירה מיט די אמונה.

איך האב באמת קיינמאל נישט געלערנט סייענס, אבער לויט וויפיל איך פארשטיי, איז די דעפענישאן פון סייענס ארויסצוהאבן פונקטליך ווי אזוי די וועלט ארבעט, און די סייענטיסטן זענען אויפגעקומען מיט געוואלדיגע זאכן, אבער ווי אזוי אין די וועלט קענען זיי אויספיגורן ווער עס מאכט די וועלט ארבעטן, אויב דאס געשעהט פון זיך אליינ'ס, אדער גאט שטייט אונטער דעם.

לא ראינו אינו ראי'. אז מען זעהט נישט אז עס איז דא א גאט איז דאס נישט קיין ראי' אז עס איז נישטא, קענסט נאר אזויפיל אויפווייזן אז מען קען עס נישט אויפווייזן.
אבער קאמען סענס זאגט אז עס זיכער דא איינער וואס שטייט עפעס אונטער די הערליכע בריאה, עס געשעהט נישט פערצופאל אזא שיינע זאך.
ממילא האב איך נישט פארשטאנען פארוואס דו זאגסט אז אויב א טאטע גלייבט נאר באמונה פשוטה, וועלן זיינע קינדער - וואס וועלן לערנען סייענס - האבן פראבלעמען מיט די אמונה.
און פון די אנדערע זייט, ווי אזוי זאגסטו אז דו פארשטייסט נישט וואס עס מיינט "אמונה פשוטה", אדרבה, אויב דו ביזט א מאמין, וויל איך וויסן ווי אזוי קענסטו טאקע אויפקומען מיט סייענטיפישע באווייזן צו גלייבן אין גאט און אין תורה ומצות.
איך וואלט זייער שטארק געוואלט הערן וואס דו האסט צו זאגן אין דעם נושא, איך זעה אז דו האסט א גוטער מח, און דו האסט אסאך געליינט/געלערנט, און כנראה ביזטו אן ערליכער איד.


קודם מוז איך מגלה זיין אז איך האב הנאה געהאט פון די שאלה און פון די קאמפלימענטן, בעיקר פון די לעצטע זעקס ווערטער. יעצט וועל איך פארלייגן די תשובה וואס איך האב אים געענטפערט:

צום ערשט וויל איך דיר באדאנקען פאר'ן בארייכערן דעם פארום מיט דיינע הערליכע געדאנקען. איך האב גרויס פארגעניגן צו ליינען דיין שרייב ווערק, דו האסט א באזונדערע ישרות, קלוגשאפט אין דרך החיים, און מידת הטוב וואס מען טרעפט נישט אפט.

דו פרעגסט גאר גוטע קשיות, איך האב הנאה אז דו טשעלענדזשט מיך, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן כאטש א חלק פון זיי.

סייענס איז בעצם אן עקסטענדעד חלק פון לאגיק. דער שורש פון סייענס איז "טראסט אין די בריאה". דער סייענטיסט גלייבט אז אונטער די בריאה איז דא א סדר און א לאגישע סיסטעם, און אז דער מענטש האט די וואונדערבארע מתנה פון קענען דערגיין וואס די לאגיק איז. די צוויי גרעסטע סייענטיסטן אין די היסטאריע, אייזיק ניוטאן און אלבערט איינשטיין, זענען געווען טיף גלויביגע מענטשן, זיי האבן ביידע געגלייבט אז ס'איז דא א העכערע כוח וואס שטייט אונטער די בריאה, און איז גורם אז די וועלט זאל זיך פירן מיט חכמה און מיט א סיסטעם, און דאס האט זיי געשטופט זיך צו פלאגן און מאטערן העכער זייערע כוחות צו דערגיין די חכמה נפלאה וואס ליגט אונטער די בריאה. יעדער סייענטיסט גלייבט אין דעם, נישט קיין חילוק צו ער איז יא מודה אדער נישט.

די סיבה פארוואס א גרויסע חלק סייענטיסטן זענען אטעאיסטן איז וויבאלד סייענס איז געווארן אזוי פארגעשריטן און האט געברענגט אזויפיל וואונדערליכע זאכן, אז זיי האבן פארגעסן אז דער יסוד פון סייענס איז אמונה. אמונה מיין איך נישט אין דעם סענס וואס מיר רופן היינט, נאר אמונה מיין איך אזוי ווי אין תנ"ך, טראסט. (אזוי ווי למשל אין די משנה אל תאמין בעצמך עד יום מותך, וואס מיינט טראסט דיך נישט צו שטארק). דער סייענטיסט האט טראסט אז די בריאה האט געזעצן וואס פירט עס, און אז אונטער אלעם ליגט א טיפע פארשטאנד, דער טראסט שטופט אים צו דערגיין בעסער און טיפער די חכמה פון די בריאה.

אבער אפילו נאכדעם וואס מען גלייבט שוין אין סייענס, איז מצד א סייענטיסט קען די חכמה אונטער די בריאה זיין טרוקענע, בלינדע געזעצן. מיר אידן גלייבן אבער מער ווי דעם. מיר גלייבן אז אונטער דעם איז דא א לעבעדיגע כוח וואס פירט די וועלט וואס צוליב די העכערקייט דערפון קענען מיר עס נישט משיג זיין און מיר רופן עס 'גאט'. מיר גלייבן אויך אז כאטש גאט האט אריינגעלייגט פון זיין אייגענע חיות אין די גאנצע בריאה כדי עס זאל זיך האלטן און לעבן, האט דער מענטש באקומען א גרעסערע חלק פון דעם חיות, און צוליב דעם האט ער מאראל און געפילן. מיר גלייבן אויך אז מיר אלס אידן האבן באקומען נאך א באזונדערע פארציע פון די געטליכקייט.

די אלע זאכן זענען נישט זאכן וואס מען קען אויפווייזן מיט טרוקענע לאגיק און סייענס, עס איז געבויט אויף די זעלבע יסוד אויף וואס סייענס איז געבויט. טראסט אין אונזער אינטואישען. אינטואישען מיינט עפעס וואס כאטש מען קען נישט אראפשרייבן אויף פאפיר ווי אזוי מ'ווייסט דאס, דאך איז מען זיכער אז עס איז אמת. למשל, קיינער קען נישט אויפווייזן מיט לאגיק אז מען טאר נישט הרג'ענען קיין מענטשן, פונדעסטוועגן ווייסט דאס יעדער ביי זיך מכוח די אינטואישען. עס איז עפעס א מין געטליכע מתנה אז מיר קענען וויסן און שפירן זאכן אן דעם וואס מיר זאלן דאס קענען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס.

דערפאר, ווי אזוי איך קוק אן אמונה, איז דאס נישט א מאדנע משוגעת אז איך גלייב אלעס וואס איך הער אן קיין שום סיבה, נאר איך קוק אן אמונה אלס א טראסט אין מיין אינטואישען, איך גלייב אז מיינע חושים פארפירן מיר נישט, און וויבאלד איך שפיר אז עס איז דא לעבעדיגקייט און געטליכקייט אין די בריאה, איבערצייגט מיר דאס אז ס'איז דא א געטליכע כוח אונטער דעם. דאס זענען זאכן וואס איך דארף נישט קיין סייענטיפישע באווייזן דערויף, ווייל עס איז אסאך שטערקער פון דעם. עס איז דער זעלבער יסוד אויף וואס די גאנצע סייענס איז געבויט. טראסט אין מיין אינטואישען. מהאי טעמא קוק איך אן די סייענטיפישע קשיות אדער ראיות אז גאט עקזיסטירט אדער אז די תורה איז אמת פשוט נישט אין פלאץ. לאגיק און סייענס קומט בכלל נישט אריין דא.

אן אנדערער צוגאנג, וואס איז פיל מער פאפולער אבער דאך פאלש לענ"ד, איז אמונה פשוטה. דאס מיינט בעיסיקלי, איך גלייב אן קיין שום סיבה. דערפאר האב איך געשריבן אז דאס איז קען זיין סכנה'דיג פאר טייל מענטשן, ווייל ווען מען זעט אז עס איז דא סייענטיפישע פאקטן וואס מען קען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס, פארוואס זאל מען נאך גלייבן אין באשעפער סתם אזוי, אן קיין שום סיבה?

איך האלט נישט אז סייענס איז א סתירה צו אמונה, איך האלט נאר אז סייענס איז א סתירה צו אמונה פשוטה, אין דעם סענס ווי אזוי ס'איז היינט אנגענומען. סייענס זאגט אז מען גלייבט נישט זאכן סתם אזוי, נאר אויב מ'האט עפעס א סיבה. לויט דעם האט נישט קיין שום פשט צו זאגן 'איך בין א נאר און איך גלייב'. דו דארפסט קודם וויסן פארוואס דו גלייבסט, נאכדעם קענסטו זאגן אז כאטש דו האסט געוויסע קשיות אויף די אמונה, פונדעסטוועגן איז די אמונה אזוי זיכער ביי דיר אז די קשיות זענען נישט גענוג צו צושטערן דיין טראסט דערין. אבער עפעס א סיבה צו גלייבן מוז זיין.

דער איינציגער וועג ווי אזוי מען קען מודה זיין אז עס זענען נישטא קיין סייענטיפישע ראיות אז דער באשעפער עקזיסטירט, און דאך האבן א סיבה צו גלייבן אין אים, איז דורך אמת'ע אמונה. אמונה וואס איז געבויט אויף שכל און אינטואישען. שכל זאגט, ווי דו האסט גוט ערקלערט, אז אונטער די בריאה ליגט חכמה, און אונטער די חכמה ליגט א כוח, שכל זאגט אז וויבאלד די בריאה איז לעבעדיג איז דער כוח אויך לעבעדיג, און שכל זאגט אז וויבאלד דער כוח איז דער מקור החיות און מקור החכמה, ממילא איז עס אויך די מקור הטוב. דאס איז אלעס באווייזן 'געבויט' אויף לאגיק, אבער דאס איז נישט לאגיק אליין. עס איז אן אינטואישען. דאס איז ווי אזוי איך קוק אן אן אמת'ער מאמין. איך קען אידן וואס לעבן אזוי, און זיי זענען פולשטענדיגע מאמינים בה' ובתורתו, און הלואי ווען מען וואלט דאס געקענט איינפלאנצן אויך ביי אונז.

א גרויסן דאנק פאר'ן געבן די געלעגנהייט זיך צו מסביר זיין און צו מסדר זיין אין מוח די געדאנקען וואס דרייען זיך ביי מיר אין מוח שוין א לאנגע צייט. איך האף אז איך האב זיך גענוג גוט ערקלערט, און איך וועל זיך פרייען צו הערן אויב דו האסט הערות אדער קשיות.

יאיר

איך וועל הערן וואס דער עולם זאגט דערצו, וויבאלד איך אליין זוך עס נאך צו אויסארבעטן קלארער דעם מהלך, און איך האף אז מיני ומינייכו תסתיים שמעתתא. איך וויל אויך מודיע זיין אז איך בין נישט גרייט צו נעמען דא די שווערע צד פון די דעבאטע און נעמען די אחריות אז איך וועל פארענטפערן יעדע קשיא וואס וועט נאר געפרעגט ווערן, איך פרוביר נאר צו פארשטעלן דער וועג ווי אזוי איך באטראכט מיין אמונה, און איך וויל שטארק הערן די מיינונגען פון די חשוב'ע און קלוגע חברים מיינע, אויף אן אופן פון א לייכטער שמועס.
מיטוואך יוני 12, 2013 12:22 am#124209
א נייע טרענד, מ'אישי'ט זיך בדברים העומדים ברומו ש"ע, שרייבט'ס אינדרויסן, יבואו הנערים וישחקו לפנינו...

---------

זייער שיין יאיר, א עקסטערע געשמאק האב איך געהאט אין די שורות:

יאיר האט געשריבן:די אלע זאכן זענען נישט זאכן וואס מען קען אויפווייזן מיט טרוקענע לאגיק און סייענס, עס איז געבויט אויף די זעלבע יסוד אויף וואס סייענס איז געבויט. טראסט אין אונזער אינטואישען. אינטואישען מיינט עפעס וואס כאטש מען קען נישט אראפשרייבן אויף פאפיר ווי אזוי מ'ווייסט דאס, דאך איז מען זיכער אז עס איז אמת. למשל, קיינער קען נישט אויפווייזן מיט לאגיק אז מען טאר נישט הרג'ענען קיין מענטשן, פונדעסטוועגן ווייסט דאס יעדער ביי זיך מכוח די אינטואישען. עס איז עפעס א מין געטליכע מתנה אז מיר קענען וויסן און שפירן זאכן אן דעם וואס מיר זאלן דאס קענען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס.


איך האף אז דו וועסט נישט ברוגז זיין אויב איך וועל מוסיף זיין אז א חלק פון די אינטואישען קומט פון דעם וואס מיר זענען איינס מיט'ן קריעיטאר, און די נשמה [אר האו עווער יו וואנא קאל איט...] שפירט איהר בעסערע האלב, אפי' אויב מען קען עס נישט קלאר מסביר זיין.
מיטוואך יוני 12, 2013 12:25 am#124210
גאר גוט געזאגט, ונבנתה. מוח שליט וועט שוין מסתמא האבן בעסערע וועגן צו מסביר זיין די נקודה ווי מיר...
און וועגן די אישי'ס, די סיבה פארוואס ס'איז פריוואט איז דאך טאקע וויבאלד ס'איז דברים העומדים ברומו של עולם. ודו"ק.
מיטוואך יוני 12, 2013 12:34 am#124216
יאיר, רילעיטעד צו די נקודות וואס דו זאגסט איז לעצטנס ארויסגעקומען א בוך "די סייענס דילוזשען". כ'האף עס אי"ה צו באשרייבן. נאך הערות וועל איך שרייבן ווען כ'ענדיג תיקון רחל.
מיטוואך יוני 12, 2013 12:54 am#124225
יישר כח יאיר פאר'ן אזוי שיין ארויסברענגן די נקודה!

נאר אלס הערה בעלמא, די י"ג עיקרים להרמב"ם, הגם איך גלייב אז דו ביסט עס נישט מייחד צו אים, אבער אויפ'ן צד אז עס איז יא פונעם רמב"ם. וויאזוי שטימט דאס מיט'ן אמונה וואס קומט פונעם אייגענעם פארשטאנד? לדוגמא; "אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח", וואספארא סארט לאגיק קען דאס צוברענגען? ועוד, א אמונה וואס איז געבויט אויף לאגיק, מסברא איז עס טאקע זייער מסתבר, איז דאס אבער עפעס וואס מען קען מחייב זיין א מענטש אז ער האט א חיוב זיך מתעמק צו זיין אין די לאגיק און צוקומען מיט א מסקנא אז עס איז פארהאן א גא-ט? ווען מען רעדט פון אמונה פשוטה איז לכאורה פיל מער פארשטענדליך די דערהער אז א איד איז מחויב צו גלייבן.
מיטוואך יוני 12, 2013 1:00 am#124229
יאיר, יעצט וועל איך זיין דער חכם.
דו ווייסט פון וועמען ס'שמעקט מיר?
(דער פרעגער)
מיטוואך יוני 12, 2013 1:32 am#124238
דער שואל צו יאיר האט געמאכט צוויי טעותים. פון איין זייט האלט ער אז אמונה פשוטה קען זיין א מהלך, אבער אין דער זעלבער צייט נוצט ער אליין א ראציאנאלע ראיה: "קאמען סענס זאגט אז עס זיכער דא איינער וואס שטייט עפעס אונטער דער הערליכער בריאה, עס געשעט נישט פערצופאל אזא שיינע זאך." אויב ווילסטו גיין מיט קאמען סענס, האסטו געעפנט א פאנדארא'ס קעסטל וואס ערלויבט קאמען סענס עד הסוף. אויב האב איך א קאמען סענס קושיא אויף דיין קאמען סענס סטעיטמענט, דארפסטו מיך אויסהערן. אויב וועסטו דא פארשטאפן דיין אויער, קענסטו נישט טענה'ן אז דו גייסט מיט קאמען סענס. אלזא, דו דארפסט אפמאכן מיט וועלכן מהלך דו גייסט. אויב גייסטו מיט אמונה פשוטה, דאן ביסטו א פולקאמער איך-בין-א-נאר-און-איך-גלייב, און ביטע אפעליר נישט צו קיין קאמען סענס. אויב ווילסטו רעדן פון קאמען סענס, זאגט קאמען סענס אז מ'קען זיך נישט אפשטעלן ביי איין פונקט און זאגן "פון דא און ווייטער וויל איך מער נישט וויסן פון קאמען סענס."

דער צווייטער טעות: דער שואל וויל וויסן פארוואס אמונה פשוטה קען נישט ארבעטן אין אנבליק פון סייענס אויב קאמען סענס זאגט אז א גאט האט באשאפן די וועלט. דער אמת איז אבער אז דער עיקר פראבלעם פון אמונה פשוטה איז נישט מיט דעם מציאות פון א כח עליון נאר מיט אמיתת התורה ויהדות. אפילו אז מיר וועלן אלע מודה זיין אז קאמען סענס איז מחייב א כח עליון, שטויסט זיך אבער אמונה פשוטה אן אין א פראבלעם וויאזוי מ'איז מסביר עוואלוציע אין ליכט פון דער תורה'ס ששת ימי המעשה, און וויאזוי מ'איז מסביר ארכעאלאגיע און אנדערע חכמות אין ליכט פון דעם רמב"מ'ס אכטן עיקר. דאס איז נישט קיין שום סתירה צו דעם מושג פון כח עליון, אבער יא א פראבלעם מיט אמיתת התורה.
מיטוואך יוני 12, 2013 2:00 am#124251
@יאנקל
לאגיק/קאמען סענטס/אמונה פשוטה/איך בין א נער און איך גלייב, האבן אלע איין זאך אין קאמען, אן אינטערפעטאציע פונעם מוח וואס זאגט מיר טו אזוי ווייל דאס איז דאס בעסטע פאר מיר.
דו קענסט דען זאגן פאר א מענטש, גלייב אז טאמער דו גייסט טאנצן אויפן גאס פינעף שעה אין א רעגן וועסטו כאפן א suntan ?
אבער זיי א נער און גלייב.... עס ארבייט נישט, אפילו א פוסטער שקר דארף מען ארומנעמען מיט פענסי רעפינג פאפיר ס׳זאל כאטש אויסקוקען אביסל ווי ס׳מאכט סענס.

איך וואלט געזאגט א אמונה פשוטה מיינט אז נאכדעם וואס א מענטש האט א מינימאלע בעסיק הכרה אז דער אידישער גלויבן איז א בענעפיט פארן מענטש, זאל ער נישט זיין אגאנצן טאג אבסעסט מיט איעדע דיטעיל צו ס׳שטימט טאקע אלעס אלעס ביזן לעצטן פינטל נאר ווי א נער גלייבן אז ס׳דא תירוצים אויף יעדע קושיא. אבער פארשטייט זיך נאכדעם וואס ער האט טאקע א מינימאלע הכרה אז אידישקייט מאכט סענס אויבן אויף. אז נישט וועט אים זיין מוח נישט לאזן זיין א נער און גלייבן פונקט ווי א suntan אין א רעגן.
פארשטייט זיך איך זאג נישט קיין דעה מיט מיין תגובה צו ס׳איז אויסגעהאלטן דער מהלך אדער נישט איך האב נאר דעפינירט דער טערם אמונה פשוטה וויאזוי איך פארשטיי עס אז ס׳ארבייט אויך מיט לאגיק.
מיטוואך יוני 12, 2013 2:12 am#124255
מען קען מאכן א ליסטע פון צענדליגער זאכן וואס מען קען נאר זאגן אמונה פשוטה.
למשל ווען די די גמ' פארדרייט משניות מיט אלע מיני אינטרעסאנטע וועגן. נאר צו פארענפערן אן אמורא,אבער ווען מען לערנט גראד, איז גאר אנדערש פשט.

די זעלבע איז מיט תורה שבכתב.

אויך דאס אז א מענטש האט אליינס א בחירה,און עס איז נישט די שיינע לאגישע דרשה וואס ער האט געהערט אדער געליינט וואס האט אים איבערצייגט אז עס איז בעסער.

די אלע זאכן קען מען נאר זאגן אמונה פשוטה
מיטוואך יוני 12, 2013 5:52 am#124266
אין איין שורה, וואלט איך מצטט געווען דער פילם life of pi
Science can teach us more about what is out there, but not what is in here. (touches heart)

אויב גייט מען מיט די וועג מיינט עס אבער אז רעליגיע קען אונז נישט לערנען גארנישט וועגן דאס וואס איז out there, ודלא כטועים בזה.
מיטוואך יוני 12, 2013 6:20 am#124267
אין אנדערע ווערטער, אמונה פשוטה איז גאר א וויכטיגע זאך, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות,מען דארף אבער וויסען קלאר וואס דאס איז און וואס איר גבול איז. איך וועל פראבירען מסכם זיין גאר קורץ וואס איך האלט דא אין דער נושא.

1. עס איז נישט מעגליך צו מוכיח זיין קיין שום זאך וואס א מענטש דארף וויסען אויף זיין לעבן דורך לאגיק. דאס איז בעצם א לאנגער שמועס אבער בקיצור די איינציגסטע זאך וואס איז זיכער לאגיש איז לאגיק און מאטעמאטיק, און דאס קען אונז גארנישט זאגען אויף דער וועלט און אוודאי נישט אויף די וויכטיגסטע שאלה "וויאזוי צו לעבן". ממילא צו זאגען איך גלייב א רעליגעזע גלייבונג וועגן לאגיק איז זיך סתם אליינס גענארט, אדער זיך מתעלם געווען פון וואס פילאספאיע און סייענס האבען אונז געלערנט אין די לעצטע טויזנט יאר. מדארף נישט אריינקריכען אין די פילע שאלות וחקירות וואס זענען דא בפירוט דאס צו ויסען, עס איז ענוג דער כללותדיגער הנחה אז קיין שום הוכחה אדער לאגיק קען קיינמאלנישט זאגען פאר א מענטש וויאזוי זיך צו פירען, באופן כללי, "בקורת התבונה הטהורה", און "בקורת התבונה המעשית" [איך מיין נישט די טעאריע פון קאנט נאר די טיטל זיינע].

2. דאס לעבן איז א שפיל פון ספקות, אבער אויך אין ספקות איז נישטא קיין "ראציאנאלישע" וועג מכריע זיין, פראווען אין דער ריכטונג ווי צב"ש די טענה פון פאסקאל, האלטן נישט אויס נישט לאגיש און נישט מאראליש מסיבות רבות ושונות. בלייבט דער מענטש בעצם אין דער א נעבאכדיגער צושטאנד. נישט נאר אין רעליגיעזע שאלות נאר אויך אין יעדער אנדערע שאלה וואס עס איז דא, מיט וועמען חתונה צו האבען, אין וואסארא ביזנעס אריינצוגיין, וואס צו טוהן מיט זיינע קינדער, אוואו צו וואוינען, וכו' וכו'. עס איז נישטא קיין לאגישער ענטפער אויף קיין איינע פון די שאלות. און ווייטער, ווער עס טענה'ט אז יא נארט זיך פשוט.

3. דא קומט אריין "אמונה פשוטה", אדער אין מער פשוטע ווערטער, טראסט, האפענונג, און אמונה. א מענטש מוז מאכען א געוויסע leap of faith ווען ער האט חתונה מיט איינער, אדער חבר'ט זיך מיט איינער, אדער טובט א שום זאך אין לעבן, קען דאס נאר זיין געבויט אויף אמונה. ומי שאין לו אמונה אין חייו חיים כפשוטו. אמת, ער גייט אמאל אריינפאלען מיט נישט די ריכטיגע מענטש, מאכען טעותים, און אוודאי איז די עצה נישט צוצומאכען די אויגען און סתם פתי יאמין לכל דבר, נאר נאך די בירורים כפי מה שידו מגעת אז דאס קען ארבעטן, איז מער פון דעם חקר'ט מען נישט און עס איז נישט מעגליך צו זיין זיכער, נאר מגייט מיט אמונה.

4. דא איז חשוב צו באצייכענען, אויך אין דער משל, אז דאס וואס איך זאג אז מדארף טאנצען מיט אמונה, מיינט נישט אז מזאל אוועקווארפען דער שכל במקום אשר לא יזכר ולא יפקד ולא יעלה על לב. דער שכל בלייבט נאכאלץ דאר א חשובער כלי אויך אין די שאלות ווי ער האט נישט קיין זיכערקייט. און אויב שטעלט זיך אויס למשל אז די שידוך איז נישט אזוי געלונגען ווי ער האט געמיינט, איז אוודאי א טפשות צו זאגען "אבער איך בין א נאר און גלייב" אז עס איז יא א גוטע שידוך. ופשוט.

5. די זעלבע איז כלפי מער טיפע און כללותדיגע שאלות, א מענטש מוז האבען עפעס א מטרה תכלית און משמעות אין זיין לעבן, און קיין שום שכל קען עם דאס נישט געבן. דא האט ער נאר צוויי ברירות, אדער צו גיין מיט'ן שכל ביז'ן סוף און זיין א פולקאמער ניהליסט, וואס דאס איז פשוט נישט געשמאק בד"כ, אדער זיך צו בויען זיין משמעות אויף זאכען וואס ער וייסט טאקע אז זיי זענען נישט טויזנט פראצענט זיכער, אבער נאכאלץ גלייבט ער אין זיי, צו מחמת ער פילט דאס צו זיין ריכטיג, צו מחמת מער טיפע אינטואיטיבישער סיבות. למשל איך בין זיכער אז צו זיין א גוטער מענטש איז גאר א וויכטיגער חשובער זאך. האב איך א ראיה אויף דעם? ניין, אבער דאס איז א יסודותדיגער אמונה וואס איך האב, און איך האב אביסעלע סימוכין אויף דעם, און אז איך זעה אז נאך מענטשען טראכטען ענליך, און אז דאס ברענגט א מהלך און משמעות אין לעבן, גלייב איך אין דעם.

6. די זעלבע איז ביי נאך טיפערע שאלות ווי דער מציאות פון גאט וכדומה. די שכל הפשוט קען נישט דערגרייכען גאט (הגם עס זענען דא פארשידענע ראיות מראיות שונים, איז בתכלית קומען זיי נישט אן צו גאט, נישט לאגיש און נישט געטליך, ודו"ק). דאך איז דער מושג פון גאט, פון געטליכקייט, לענ"ד א יסודותדיגער חלק פון דער מענטש און פון זיין גאנצער הלוך ילך בעולם הזה. דער וואס האט נישט די מושג, די געפילען, דער וואס דער נקודה רעדט נישט צו עם, איז בעיני פשוט א שטיקל בעל מום. [איך ווייס אז עס זענען דא אזעלכע, און באמת אין קלער נישט אז איך בין בעסער פון זיי אדער אז איך קען האבען טענות אויף זיי, אבער פשוט זיי פארפאסען די עיקר fun, אפשר דארף דאס אויך זיין, אבער עס איז מיר גענוג אז פאר מיר איז דא דאר א מרכז'דיגער חלק פון לעבן און אן דעם פעלט אלעס] צו גלייב איך אין דעם ווייל איך האב א הוכחה? ניין, איך גלייב באמונה פשוטה, נישט נאר אין דער עצם מושג פון גאט נאר אויך אין דער רעלעווענס פון גאט צו אונזער לעבן, רוף דאס השגחה צו מצוות צו וואס דו ווילסט, אבער נישט מצד הוכחות שכלית נאר מצד אמונה פשוטה, אדער א טיפע פארשטאנד און געפיל וואס איז שווער מסביר זיין מיט ווערטער.

7. ווייטער דארף מען קלאר מאכען אז דאס גיט מיר נישט קיין רעכט צו זיין א נאר. אויב למשל וואלטן געווען שטארקע לאגישע הוכחות קעגן די אמונה, קען איך נישט ווייטער גיין מיט קאפ אין וואנט און זאגען אז "איך גלייב" אין דעם. דאס איז סתם גערעדט נארישקייטן. נאר למעשה איז קעגן די אמונה וואס איך האב פארגעלייגט אין דער פריערדיגער נומער נישטא, און קען לכאורה נישט זיין , קיין קלארע הוכחות אויף נישט. אבער אויף שאלות וואס עס זענען יא דא לגבי זיי גאנץ מסתבר'דיגע הוכחות, ווי שאלות פון סייענס, פון היסטאריע, וכדו'. איז נישטא קיין מקום צו זאגען איך בין א נאר און גלייב וואל דאס איז טאקע נאריש, און די מידה פון "אמונה פשוטה", גייט בכלל נישט אן ביי זיי. עס איז דא אפשר א הרגשה אז די וועלט האט א משמעות, אז אינער פירט דאס וכו', [און, דלא כיאנקל, איך רעד נישט דא פון דער קאמאן סענס ראיה צו א גאט וכדו', נאר פון א געוויסע אמונ פשוטה אז דאס איז אזוי, נישט א סברה וואס ברענגט מיר צו אזא מסקנה, נאר א סברה וואס איז אליינס דער מסקנה. ודו"ק], אבער קען נישט זיין קיין שום אזא פילינג וואס זאל מיר זאגען פונקט אין וויפיל טעג די וועלט איז באשאפען געווארען, אדער ווער עס האט געשריבען א גוויסע ספר, ממילא אין די שאלות בין איך מוכרח אנצונעמן דאס וואס פשוטע לאגיק דיקטירט און איך האב נישט קיין אויסוועג פון אמונה פשוטה.

8. יתר ממה שכתבתי בפניכם כתוב כאן, דו"ק ותשכח והחכם יבין מדעתו.
מיטוואך יוני 12, 2013 11:02 am#124306
פארמעקט
מיטוואך יוני 12, 2013 11:20 am#124315
פליען אויף א פליגער, קען מען דען זיין זיכער אז ס׳וועט ח״ו נישט פאלן? מעשים בכל יום אז אעטיאיסטן פליען, זיי האבן דען אמונה ? ס׳איז יא אזא סארט ראציאנאל ריזאנינג געמישט מיט אמונה און האפענונג אז מיט מיר וועט גארנישט געשען. אדער אפשר לאגיק! סטאטיסטיש גערעדט פאלן נישט קיין סאך פליגערס.
מיטוואך יוני 12, 2013 1:58 pm#124366
פארוואס גלייבסטו?
די שאלה איז געפרעגט געווארן מיט א איבעגעטריבענע אמונה פשוטה אז יאיר גלייבט.

לגופו של ענין, יאיר מזעט ווי די מאטערסט זיך זייער צו פארמיולירן "וואס" דו גלייבסט, דו ענפערסט אבער נישט דעם אזוי וויכטיגן "פארוואס". נעמליך, איך בין דא געבוירן, ענד איי טריי טו סאמהאו מעיק איט ווארק.
מיטוואך יוני 12, 2013 9:44 pm#124498
לעקוואד, די שפירסט השגחה אויף מין האנישי?
כוואלט געוואלט ברענגען א ראיה צי די ראשונים אז נאר אויף א צדיק איז דא השגחה .
מיטוואך יוני 12, 2013 11:45 pm#124522
א גרויסן דאנק פאר די גוטע נקודות וואס מען האט אויפגעברענגט, אזוי ווי מיין צייט איז באגרעניצט וועל איך זיך דערווייל בלויז באציען צו איינע פון די ערשטע:
משה געציל האט געשריבן:יישר כח יאיר פאר'ן אזוי שיין ארויסברענגן די נקודה!

נאר אלס הערה בעלמא, די י"ג עיקרים להרמב"ם, הגם איך גלייב אז דו ביסט עס נישט מייחד צו אים, אבער אויפ'ן צד אז עס איז יא פונעם רמב"ם. וויאזוי שטימט דאס מיט'ן אמונה וואס קומט פונעם אייגענעם פארשטאנד? לדוגמא; "אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח", וואספארא סארט לאגיק קען דאס צוברענגען? ועוד, א אמונה וואס איז געבויט אויף לאגיק, מסברא איז עס טאקע זייער מסתבר, איז דאס אבער עפעס וואס מען קען מחייב זיין א מענטש אז ער האט א חיוב זיך מתעמק צו זיין אין די לאגיק און צוקומען מיט א מסקנא אז עס איז פארהאן א גא-ט? ווען מען רעדט פון אמונה פשוטה איז לכאורה פיל מער פארשטענדליך די דערהער אז א איד איז מחויב צו גלייבן.

די י"ג עקרים זענען זיכער נישט פונעם רמב"ם, ס'איז נישט מוטל בספק. אבער איך בין מסופק אין דיין ערשטע שאלה, דו מיינסט צו פרעגן ווי אזוי ס'איז מעגליך צו זיין זיכער אין אזא סארט אמונה ווי ביאת המשיח וואס אויבנאויף איז נישטא קיין שום לאגיק דאס צו באשטעטיגן? אויב דאס איז דיין שאלה, וואלט מיין אויבנאויף תשובה געווען אז אין הכי נמי, מען קען נישט פעסטשטעלן אויף יעדן פרט ופרט פון תורה שבכתב ובע"פ אז דאס איז הונדערט פראצענט אמת. אבער וויבאלד נאכ'ן אדורכגיין דעם גאנצן בילד זעט מען אז עס שטימט און אז קיום התורה והמצוות ברענגט איז נענטער צו דער געטליכקייט וואס איז באהאלטן אין אונז, לאזן מיר שוין אלע עקרי יהדות אויף חזקה אז זיי זענען אמת.

בנוגע דיין צווייטע שאלה, דער רמב"ם, וועלכער האט געפארעמט די י"ג עקרים, האט טאקע געגלייבט אין ריינע לאגיק, און לכאורה לויט זיין מהלך המחשבה דארף אויסקומען אז מען דארף קענען ברענגען לאגישע ראיות אויף יעדע איינע פון די אני מאמין'ס. און וואס איז מיט די שוואכע קעפ? זיי זענען מחוייב זיך צו פארלאזן אויף די חכמים אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן. היינט איז זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז א פארקרומטע לאגיק, און עס איז קלאר אז דער רמב"ם האט דאס אדער אליין נישט געגלייבט נאר געשריבן די י"ג עקרים אלס שקרים קדושים (ויש ראיות חותכות לזה) און אפילו אויב ער האט עס יא געמיינט ערנסט, האט ער גענומען דעם יסוד אז מען מוז בויען די אמונה אויף ריינע לאגיק פון די גוי'אישע פילאזאפן, און עס האט גארנישט מיט אידישקייט צו טון.

אגב, עס איז פשוט איראניש ווי די אלע וואס פארפירן אז יעדער וואס איז מסופק אין אפילו אין איין אני מאמין איז א כופר באלקי ישראל און פארלאזן זיך אויפ'ן רמב"ם דערמיט, זענען געווענליך די זעלבע וואס שרייען אז מען מוז גיין מיט אמונה פשוטה און מ'טאר נישט פרעגן קיין קשיות, און זיי פארגעסן אז לויט'ן רמב"ם וועלן זיי אליין נישט האבן קיין עולם הבא. עכ"פ זייערע ווייבער וואס קענען נישט מער ווי סידור און תהלים וועלן זיכער נישט האבן קיין חלק לעוה"ב לויט'ן רמב"ם.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:19 am#124533
moti107 האט געשריבן:@יאנקל
לאגיק/קאמען סענטס/אמונה פשוטה/איך בין א נער און איך גלייב, האבן אלע איין זאך אין קאמען, אן אינטערפעטאציע פונעם מוח וואס זאגט מיר טו אזוי ווייל דאס איז דאס בעסטע פאר מיר.
דו קענסט דען זאגן פאר א מענטש, גלייב אז טאמער דו גייסט טאנצן אויפן גאס פינעף שעה אין א רעגן וועסטו כאפן א suntan ?
אבער זיי א נער און גלייב.... עס ארבייט נישט, אפילו א פוסטער שקר דארף מען ארומנעמען מיט פענסי רעפינג פאפיר ס׳זאל כאטש אויסקוקען אביסל ווי ס׳מאכט סענס.

איך וואלט געזאגט א אמונה פשוטה מיינט אז נאכדעם וואס א מענטש האט א מינימאלע בעסיק הכרה אז דער אידישער גלויבן איז א בענעפיט פארן מענטש, זאל ער נישט זיין אגאנצן טאג אבסעסט מיט איעדע דיטעיל צו ס׳שטימט טאקע אלעס אלעס ביזן לעצטן פינטל נאר ווי א נער גלייבן אז ס׳דא תירוצים אויף יעדע קושיא. אבער פארשטייט זיך נאכדעם וואס ער האט טאקע א מינימאלע הכרה אז אידישקייט מאכט סענס אויבן אויף. אז נישט וועט אים זיין מוח נישט לאזן זיין א נער און גלייבן פונקט ווי א suntan אין א רעגן.
פארשטייט זיך איך זאג נישט קיין דעה מיט מיין תגובה צו ס׳איז אויסגעהאלטן דער מהלך אדער נישט איך האב נאר דעפינירט דער טערם אמונה פשוטה וויאזוי איך פארשטיי עס אז ס׳ארבייט אויך מיט לאגיק.

מאטי האט א שטארקע פוינט. די אלע וואס שרייען אמונה פשוטה זענען געווענליך אויך נישט עכט ביי די מיינונג אז מען דארף סתם גלייבן זאכן וואס מען הערט. והא ראיה, אויב דו וועסט אים פרעגן צו א פרייער איד מעג ווערן פרום אקעגן די אמונה פשוטה פון זיין טאטן אז ס'איז נישטא קיין גאט, וועט ער דיר אודאי ענטפערן אז יא. אלזא, ווען מען וועט אים צודריקן צו די ואנט וועט ער געווענליך ארויסקוועטשן עפעס א תירוץ ווי דעם כוזרי'ס ראיה, די עקזיסטענץ פון די אידן, די מלחמת ששת הימים (אויב איז ער אן אגודיסט). די אמונה פשוטה תירוץ איז געווענליך אזא קאווער אפ וואס מען נוצט כדי זיך צו פראטעקטן צו זיין זיכער אז מען קען נישט ווערן געטשעלענדשט. ס'איז אזא סארט פחד פון פעיסן רעאליטעט.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:24 am#124536
MickyMouse האט געשריבן:
כפירה איז נישט ערלויבט

אין שכר ועונש איז נישט אזוי שווער צו גלייבן. סוף כל סוף איז מסתבר אז אויב ס'איז דא א קלוגער, גוטער, און מאכטפולער גאט וועט ער געווענליך נישט צולאזן אז מאראלישע מענטשן זאל נישט באקומען זייער ערליך פארדינטן שכר. אפגערעדט אז אויב גלייבסטו אז דער מענטש האט א העכערער כח איז מסתבר אז דער כוח בלייבט אויך נאכדעם וואס דער גוף שטארבט, און פון דארט איז שוין נישט אזא ווייטער שפרונג ביז'ן גלייבן אז וואס מער מ'ארבעט אויס די העכערע כוח אלס בעסער איז עס. בלייבט נאר איבער ביאת המשיח און תחיית המתים. נו, רב הילל האט דאך שוין געזאגט אז אין משיח לישראל, און דער רמב"ם האט אויך געהאט שוועריקייטן מיט'ן גלייבן אין תחיית המתים כפשוטו. אלזא, איך מיין אז ווען גאנץ כלל ישראל זאל האבן אזא אמונה ווי דיר וואלט שוין משיח געקומען :lol:.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:28 am#124537
ממרום שלח אש האט געשריבן:פארוואס גלייבסטו?
די שאלה איז געפרעגט געווארן מיט א איבעגעטריבענע אמונה פשוטה אז יאיר גלייבט.

דער שואל האט דאך געשריבן אז ער זעט פון מיינע תגובות אז איך בין אן ערליכער איד. מסתמא האט ער אזא אינטואיציע. און גלייבט מיר, דאס איז איינע פון די גרעסטע קאמפלימענטן וואס איך האב נאר אמאל באקומען.
ממרום שלח אש האט געשריבן:לגופו של ענין, יאיר מזעט ווי די מאטערסט זיך זייער צו פארמיולירן "וואס" דו גלייבסט, דו ענפערסט אבער נישט דעם אזוי וויכטיגן "פארוואס". נעמליך, איך בין דא געבוירן, ענד איי טריי טו סאמהאו מעיק איט ווארק.

איך נעם פאר גרענטעד אז דער עולם פארשטייט אזא פשוט'ע נקודה. איך מיין אז איינער וואס פרובירט נישט צו מאכן אז זיין לעבן זאל ארבעטן איז אדער ביטער דעפרעסד, אדער האט ער זיך נאכנישט געענדיגט עוואלוון צו א געווענליכער מענטש.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:30 am#124538
יאיר האט געשריבן:
MickyMouse האט געשריבן:גלייב איך? דאס איז מיין פראגע. ווייל באמת, איך ווייס נישט אויב איך גלייב.
אז די וועסט מיך פרעגן צי איך גלייב אז עס איז דא א באשעפער וואס האט אלעס באשאפן וועל איך זייער שנעל ענטפערן א זיכערע יא! אבער אויב וועסטי מיך פרעגן צי איך גלייב אין שכר ועונש, ביאת משיח, און אלעס ארום עולם הבא, אחרות הימים, תחיות המתים, בין איך נישט אזוי זיכער.
ביסיידס זאגן אני מאמין האב איך נישט קיין שום אינטואישאן צי גלייבן. איט דאזנ׳ט מעיק עני סענס. און ווייטער זיין א נער און גלייבן, עס האט אויך א לימיט.

אין שכר ועונש איז נישט אזוי שווער צו גלייבן. סוף כל סוף איז מסתבר אז אויב ס'איז דא א קלוגער גאט איז ער גוט, און א קלוגער און גוטער גאט וועט געווענליך נישט צולאזן אז גוטע מאראלישע מענטשן זאל נישט באקומען זייער ערליך פארדינטן שכר. אפגערעדט אז אויב גלייבסטו אז דער מענטש האט א העכערער כח איז מסתבר אז דער כוח בלייבט אויך נאכדעם וואס דער גוף שטארבט, און פון דארט איז שוין נישט אזא ווייטער שפרונג ביז'ן גלייבן אז וואס מער מ'ארבעט אויס די העכערע כוח אלס בעסער איז עס. בלייבט נאר איבער ביאת המשיח און תחיית המתים. נו, רב הילל האט דאך שוין געזאגט אז אין משיח לישראל, און דער רמב"ם האט אויך געהאט שוועריקייטן מיט'ן גלייבן אין תחיית המתים כפשוטו. אלזא, איך מיין אז ווען גאנץ כלל ישראל זאל האבן אזא אמונה ווי דיר וואלט שוין משיח געקומען :lol:.
אזוי אויך איז מסתבר אז איינער צינד אן א לייט און שבת שטארבט ער.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:34 am#124541
רבי נולד, זיי זיך בעסער מסביר.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:37 am#124543
דאס ווייזט מיר אז מסתבר אויף גאט ארבעט נישט.
גאט איז סאך העכער פון אונזער שכל און סאיז נישט מסתבר צי זאגן אז סאיז מסתבר אז גאט האט א שכר ועונש סיסטעם לאחר מאה.
וויפיל צרות אימשילדיגע מענטשען מאכן מיט אויף די וועלט, ווען די זעסט עס ווען נישט וואלסטו זיכער געזאגט סאיז נישט מסתבר אז גאט טוט דאס צי מענטשען אויף פלעניט ערט.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:42 am#124545
נולד מאוחר האט געשריבן:דאס ווייזט מיר אז מסתבר אויף גאט ארבעט נישט.
גאט איז סאך העכער פון אונזער שכל און סאיז נישט מסתבר צי זאגן אז סאיז מסתבר אז גאט האט א שכר ועונש סיסטעם לאחר מאה.

איז אפשר איז מעגליך אז גאט וויל אז מיר זאלן אנהייבן הרג'ענען מענטשן וויבאלד מ'קען אים סיי ווי נישט פארשטיין?
דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:45 am#124547
אפשר? אפשר וויל ער מיר זאלן שיילען טאמעטאס 17 שעה א טאג.
האבן מיר א תורה פארדעם. מסתבר איז גארנישט ווען סקומט צי גאט.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:50 am#124583
נולד מאוחר האט געשריבן:לעקוואד, די שפירסט השגחה אויף מין האנישי?
כוואלט געוואלט ברענגען א ראיה צי די ראשונים אז נאר אויף א צדיק איז דא השגחה .

איך האב נישט געזאגט השגחה. איך האב געזאגט אז גאט איז רעלעווענט צו חיי בני אדם. אנדערע רופען דאס השגחה, אדער אנדערע נעמען. איך מיין נישט השגחה אין דער קינדערישער זין.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 6:40 am#124585
נולד מאוחר האט געשריבן:וויפיל צרות אימשילדיגע מענטשען מאכן מיט אויף די וועלט, ווען די זעסט עס ווען נישט וואלסטו זיכער געזאגט סאיז נישט מסתבר אז גאט טוט דאס צי מענטשען אויף פלעניט ערט.

דאס גראדע איז זייער א קאנווינצינג פאוינט צי זאגן אז עס איז זיכער דא א העכערע כח, א גאט. אבער אן אאיוול גאט.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:57 am#124595
ס'איז קלאר אז אפילו די אלע וועלכע פרעדיגן 'אמונה פשוטה' (אזוי ווי איך בין אויפגעוואקסן, און מסתמא רוב לייענער דא) האבן מעשה'לעך און אגענדעס אין די זייט. יעדער מענטש האט פון צייט צו צייט געוויסע קשיות וועלכע נאגן, און אפילו מיטן מויל זאגט ער פארן חבר "מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות אויף די השגחה", איז אבער טיעף אין הארצן עגבערט אים אויך, און דער ווארעם גריבלט אין מח.

אשר ע"כ קומט מען אן מיט פארשידענע סיפורי צדיקים, אדער אנדערע סיפורי השגחה פרטית, כדי אויפצואווייזן אז אפילו די שרעקליכע זאך וואס האט יעצט פאסירט, און קוקט אויס א שוידערליכע אקט, איז אויך נאר לטובה, נאר מיר פארשטייען פשוט נישט. פאר א דוגמא: ווען א אומשולדיג קינד ווער נפטר ל"ע, באנוצט מען זיך מיט די באקאנטע מעשה פונעם בעש"ט זצ"ל ווי ער האט מגלה געווען פאר אזעלכע עלטערן אז אין לעצטן גלגול איז דער קינד געווען א מושלם נאר ער האט געדארפט מתקן זיין 2 יאר פון זיין לעבן, און איר האט געהאט די זכי', און דאס בארואיגט די געפילן למחצה לשליש ולרביע, אז דער אין הימל ווייסט וואס ער טוט נאר מיר קענען נישט משיג זיין, אבער א חשבון איז דא.

וויפיל מעשיות האבן מיר שוין געלייענט אז אויף יענע וועלט האט מען מער נישט געהאט קיין קשיות, וויפיל מעשיות פון שכר ועונש, די אלע מעשיות זענען זייער וויכטיג ווייל עס העלפט אסאך צו צו די אמונה, אבער ווי געזאגט, דאס קען ווייטער נישט ווערן אנגערופן גענצליך אמונה פשוטה, אפשר אמונה ע"י מעשיות, א מענטש מוז האבן אין הארצן עפעס "פרוף" אז די אלע זאכן וואס מען פארקויפט אים איז נישט בלויז טעאריע, נאר האט א שטיקל באזיס, און וואס קען דען מער אינפלוענסן ווי א מעשה. עס איז ידוע וואס די וועלט זאגט אז מען זעהט מענטשן האבן מער מורא צו רעדן ביי ויכולו פרייטאג צו נאכטס ווי ביי הויכע שמו"ע וועלכע איז זיכער הארבער און ס'שטייט גדול עוונו מנשוא, ווייל ביי ויכולו ברענגט דער מחבר צו א מעשה מיט "פניו מוריקות", און איין שרעקעדיגע מעשה האט פיל מער השפעה ווי טרוקענע הלכות. אויב וואלט געווען בלויז אמונה פשוטה ביי אונז, וואלט הויכע שמו"ע זיכער געווען הארבער, אבער אז ס'איז אמונה מיט א מעשה, דאן איז ויכולו הארבער.

דאס איז לכאורה דער ענין פון אמונת צדיקים, אז דאס איז מחזק אמונת ה'. אז מען האט געזעהן אדער געהערט פון ערליכע אידן אזעלכע מעשיות וואס צייגט קלאר ארויס אז ס'איז דא א העכערע כח, א יד ה', קען מען זיך דערמיט מחזק זיין היינט ווען עס הערשט א גענצליכע הסתרת פנים, ואין מי יורה דעה ויבין שמועה, און טאקע מאנכע ווילן זיך אפשאקלען און אוועקמאכן די אלע טויזענטער סיפורי צדיקים אז דאס איז נישט מער ווי דמיונות, אבער לדעתי איז דאס נישט מער ווי א מיטל צו זוכן א אויסרייד נישט צו דארפן באקומען חיזוק אין אמונה, ער וויל נישט די מעשיות זאלן אים מחייב זיין צו גלייבן אין עפעס העכערס.

עס איז שווער צו פארשטיין מיט אונזער שכל (אפילו מיט אמונה פשוטה) פארוואס ג-ט טוט אזעלכע זאכן וועלכע קוקן אויס שרעקליך און אן קיין חשבון, ערדציטערנישן און טארנעידאס וועלכע מאכן אן שוידערליכע חורבנות אין סעקונדעס און טוט רואינירן שווערע יארן הארעוואניע און פארניכטן צענדליגער אומשולדיגע מענטשן, און דעריבער דארף מען טאקע האבן אמונה דורך די אלע מעשיות צו זעהן אז עס איז פאראן א העכערע כח און יעדע זאך פירט זיך מיט א חשבון, והוא עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, און לויט חסידות מיט א אויסטערלישע השגחה פרטית, גענוי ווער האט געדארפט זיין אויף וועלכע פלאץ בשעת דער חורבן איז געווארן אנגעזייעט על פני הארץ, און אז אלעס איז לטובה.

מיין נקודה איז בעיסיקלי ענליך צו מאטי'ס תגובה למעלה, אז אפילו מיט אמונה פשוטה מוז מען צוקומען צו הילף און חיזוק פון אנדערע מקומות, פשוט ווייל א מענטשליכע נאטור קען דאס נישט דערהייבן נאר אויב מען איז גאר שטארק אויסגעארבעט, און רוב פון אונז זענען נישט.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:19 am#124606
שמעקעדיג, דו זאגסט זייער גוט, און איך מיין אז דו גייסט אויף די זעלבע מהלך ווי יאיר.

יאיר איז מסביר אין זיין תשובה אז אמונה קען נישט זיין אויף אן עקסטרעם פון קיין איין זייט, מען קען נישט גלייבן בלינדערהייט ווייל דאס וועט קראכן, און מען קען נישט גלייבן נאר זאכן וואס זענען קלאר אויפגעוויזן געווארן מיט ראיות ברורות ווייל נישט אלעס קען מען אויפווייזן. נאר עס דארף זיין א מיטל-וועג, עס דארף זיין שכל מיט געפיהל אינאיינעם, און א מענטש קען טראסטן זיין געפיהל וואס זאגט אים אז עס איז דא א בורא ומנהיג און מען דארף אים פאלגן, אפילו ווען עס איז נישט אויפגעוויזן מיט סייענטיפישע באווייזן.
און אויב דאס איז א געפיהל-זאך, קען מען דאס שטארקן נאר מיט געפיהל, און דאס איז וואס דו זאגסט אז דורך דערציילן מעשיות פון צדיקים און מעשיות פון השגחה פרטית, דאס שטארקט די אמונה ווייל דאס שטארקט די געפיהל אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט.

איינער האט מיר נאכגעזאגט אז ווינער רב האט געזאגט ביים כינוס לשמור ולעשות אז די בעסטע עצה צו ראטעווען די קינדער פון די היינטיגע נסיונות הדור איז דורך דערציילן שבת ביים טיש סיפורי צדיקים, און א גאנצע וואך דארף דער טאטע זוכן עפעס גוטע מעשיות און עס דערציילן שבת ביים טיש.
אויב האט ער דאס געזאגט קומט זיך אים א מעדאל, אז ער האט די חוצפה און ער זאגט ארויס דעם אמת אז עס איז נישטא קיין שום וועג צוריק צו האלטן די טעכנעלאגיע פון ווערן מער פארגעשטרין און ברענגן נאך נסיונות, נאר די איינציגסטע וועג איז זיך אליין צו שטארקן און שטארקן די קינדער מיט אמונה, און נאר דאס קען ראטעווען דעם דור.
איך טוה דאס שוין פאר אסאך יארן, איך האב שוין געמאכט אן אשכול אויף דעם מיט א צייט צוריק, אבער איך דערצייל נאר אזעלכע מעשיות וואס ברענגן א נוצן, וואס מען קען זיך עפעס ארויסלערנען זאכליך דערפון, נישט סתם מיסטישע מעשיות וואס ברענגן נישט קיין שום נוצן, ווי למשל צדיקים וואס זענען געפלויגן אין הימל, זיי האבן זיך מסגף געווען א.ד.ג. נאר נארמאלע מעשיות, און דאס שטארקט זייער שטארק די אמונה.

אגב, יעדע מעשה וואס האט א מופת פון א צדיק, דערצייל איך עס אלץ א תפלה-מעשה, א מענטש האט געהאט א פראבלעם איז ער געפארן צום צדיק, האט אים דער צדיק געזאגט אז עס איז נאר דא איין עצה צו בעטן דעם אייבערשטן, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן, און זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און דער איבערשטער האט געהאלפן, און דאס לערנט אונז אז מיר קענען אויך בעטן דעם אייבערשטן און געהאלפן ווערן.
עס איז דא אסאך פלעצער ווי מען זעהט דאס אז אלע מופתים זענען געווען דורך תפלה, צוויי מראי מקומות געדענק איך יעצט אויף די מינוט, איינ'ס איז די גמרא מס' תענית (כה.) אז רבי חנינא בן דוסא האט געהאט א שכנ'טע וואס האט געבויעט א הויז אבער די קורות פון די דאך זענען געווען צו קורץ, איז זי געקומען זיך אפרעדן פאר אים, האט ער איר געפרעגט "ווי אזוי הייסטו?" האט זי געזאגט "איכו", האט ער געזאגט "איכו, דיינע קורות זאלן זיך אויסציען!", און די קורות האבן זיך אויסגעצויגן ביז אן אמה לענגער פון יעדע זייט, האט פלימו געזאגט שפעטער אז ער האט געזעהן די הויז וואס ר' חנינא האט באדעקט דעם דאך "בתפלתו", נאך א גמרא איז דא (מגילה כז.) אז די אלע ניסים וואס שטייט אין נ"ך וואס אלישע האט געמאכט, איז אלעס געווען מיט תפלה.
וילמד סתום מן המפורש, אלע ניסים און מופתים זענען בלויז תפלה, און דאס פרוביר איך אריינצוברענגען אין מיינע קינדער אז עס איז נאר דא איין איינציגער באשעפער וואס פירט די וועלט, און וואס מען דארף ווענדט מען זיך נאר צו אים, ער איז דא מיט אונז, און ער איז גרייט אונז צו העלפן, און אויב עפעס גייט נישט גוט, איז עס אויך נאר פון אים פאר אונזער טובה, ער פארשטייט בעסער פון אונז.
איך האב אינדערהיים א ביכל, ווי אונז שרייב מיר אריין אלע מעשיות וואס דער אייבערשטער האט געהאלפן, ווען אימער איינער בעהט דעם אייבערשטן א זאך און ער ווערט געהאלפן שרייבט מען עס אריין אין דעם ספר הזכרונות, און פון צייט צו צייט ליינט מען איבער די מעשיות, און דאס שטארקט זייער די אמונה.

אמונה קען נישט ווערן געשטארקט דורך ראיות און הוכחות, ווייל אלע ראיות קען מען אפפרעגן, עס מוז קומען - אזוי ווי יאיר זאגט - פון אן אינערליכע געפיהל. רבי נחמן ברסלבער טייטשט "אודיע אמונתך בפי", ווי אזוי שטארקט מען די אמונה? מיטן מויל! מען רעדט דערפון איינמאל און נאכאמאל, מען דערציילט מעשיות דערפון א.א.וו. יעדער איד האט א נשמה וואס איז א חלק אלקי ממעל, און דאס ברענגט אין אים אריין די געפיהל צו גלייבן אין באשעפער, און אונזער ארבעט איז צו שטארקן דעם געפיהל מער און מער, און דאס טוט מען דורך רעדן אסאך דערפון.

איך בין מקנא מיינע קינדער וואסערע גוט לעבן זיי האבן מיט די שטארקע אמונה וואס איך האב אין זיי אריינגעלייגט. און איך האף און בעהט דעם אייבערשטן אז דאס זאל זיי אפהיטן פון אלעם שלעכטס.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:37 am#124611
מענין לענין.
פרישע מאמר פון הרב יונתן סקס.
m http://www.spectator.co.uk/features/893 ... arbarians/ m
דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:39 pm#124664
יאיר האט געשריבן:א גרויסן דאנק פאר די גוטע נקודות וואס מען האט אויפגעברענגט, אזוי ווי מיין צייט איז באגרעניצט וועל איך זיך דערווייל בלויז באציען צו איינע פון די ערשטע:
משה געציל האט געשריבן:יישר כח יאיר פאר'ן אזוי שיין ארויסברענגן די נקודה!

נאר אלס הערה בעלמא, די י"ג עיקרים להרמב"ם, הגם איך גלייב אז דו ביסט עס נישט מייחד צו אים, אבער אויפ'ן צד אז עס איז יא פונעם רמב"ם. וויאזוי שטימט דאס מיט'ן אמונה וואס קומט פונעם אייגענעם פארשטאנד? לדוגמא; "אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח", וואספארא סארט לאגיק קען דאס צוברענגען? ועוד, א אמונה וואס איז געבויט אויף לאגיק, מסברא איז עס טאקע זייער מסתבר, איז דאס אבער עפעס וואס מען קען מחייב זיין א מענטש אז ער האט א חיוב זיך מתעמק צו זיין אין די לאגיק און צוקומען מיט א מסקנא אז עס איז פארהאן א גא-ט? ווען מען רעדט פון אמונה פשוטה איז לכאורה פיל מער פארשטענדליך די דערהער אז א איד איז מחויב צו גלייבן.


בנוגע דיין צווייטע שאלה, דער רמב"ם, וועלכער האט געפארעמט די י"ג עקרים, האט טאקע געגלייבט אין ריינע לאגיק, און לכאורה לויט זיין מהלך המחשבה דארף אויסקומען אז מען דארף קענען ברענגען לאגישע ראיות אויף יעדע איינע פון די אני מאמין'ס. און וואס איז מיט די שוואכע קעפ? זיי זענען מחוייב זיך צו פארלאזן אויף די חכמים אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן. היינט איז זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז א פארקרומטע לאגיק, און עס איז קלאר אז דער רמב"ם האט דאס אדער אליין נישט געגלייבט נאר געשריבן די י"ג עקרים אלס שקרים קדושים (ויש ראיות חותכות לזה) און אפילו אויב ער האט עס יא געמיינט ערנסט, האט ער גענומען דעם יסוד אז מען מוז בויען די אמונה אויף ריינע לאגיק פון די גוי'אישע פילאזאפן, און עס האט גארנישט מיט אידישקייט צו טון.

אגב, עס איז פשוט איראניש ווי די אלע וואס פארפירן אז יעדער וואס איז מסופק אין אפילו אין איין אני מאמין איז א כופר באלקי ישראל און פארלאזן זיך אויפ'ן רמב"ם דערמיט, זענען געווענליך די זעלבע וואס שרייען אז מען מוז גיין מיט אמונה פשוטה און מ'טאר נישט פרעגן קיין קשיות, און זיי פארגעסן אז לויט'ן רמב"ם וועלן זיי אליין נישט האבן קיין עולם הבא. עכ"פ זייערע ווייבער וואס קענען נישט מער ווי סידור און תהלים וועלן זיכער נישט האבן קיין חלק לעוה"ב לויט'ן רמב"ם.

מיין עיקר שאלה איז, וויאזוי קען מען מחייב זיין איינעם צו גלייבן באלקותו יתברך אויב דער אמונה דארף זיין געבויט אויף לאגיק, קען מען מחייב זיין איינעם זיך מתעמק צו זיין און צוקומען צום לאגיק אז יש אלקים? אויב יא איז דאס ווייטער אמונה פשוטה, היות זיין לאגיק איז נישט קיין ריינער וויבאלד ער האט נאר געקענט טראכטן איין וועג.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:43 pm#124668
אויב איך וואלט מסכם זיין שמעקעדיג און ברסעלבער נקודות, זאגען זיי אז אמונה אליינס איז גארנישט, דאס וואס רוב מענטשען "גלייבען", און פירען זיך בדרך האמונה, איז פשוט א תוצאה פון זיך אנהערן אן א שיעור שרעקעדיגע מעשיות, וואס רוב פון זי זענען זיי מסכים זענען נישט געשעהן און וועלן נישט געשעהן, [צווישען אונז, איינער האט שוין געטראפן דער וואס פניו הוריקו פון אויסרעדן??], און פון א קינדערישע פחד אז אפשר דאך איז איינע פון הרב בצרי'ס דיבוקים געווען אמת און אפשר דאך איז אמאל געווען איינער וואס האט מתפלל געווען און דער אייבישטער האט געמאכט א נס נגלה און עם געהאלפען, טראץ דעם וואס ער ווייסט גאנץ גוט אז זעקס מיליאן יודען האבען בלי ספק געשריגען צום אייבערשטען מעומקא דליבא און ער האט נישט אפילו געהויבען א פינגער. נו, נסתרים דרכי השם.
בקיצור, אמונה=לב שליט על המח/ ברעינוואשינג מיט אסאך פעירי טעילס און הוקוס פוקוס. אתמהה??

איך מיין נישט חלילה צו מאכען פאר איינער ספקות, איך וויל נאר ארויסצוברענגען אז די עצות און פתרונות וואס עטס שטעלטס פאר זענען בעיני היבש קינדעריש און נאריש. קען זיין פאר ברסעלבער'ס קליינע קינדער איז דאס גוט, אבער פאר עם אליינס איז דען דאס גענוג? איז דען דאס גענוג פאר זיינע קינדער ווען זיי וועלן עלטער ווערן און כאפען אז אפילו די מעשיות מיט א תוכן וואס זייער טאטע האט מייסטערהאפטיג געקליבען פאר זיי זענען לאו דווקא געשעהן?

אפשר רעד איך פשוט פון קנאה, אבער איך בין נישט מצליח זיך צו זעהן באקומען חיזוק אין אמונה פון אפאר מלווה-מלכה מעשיות אדער ברעסלעבער שמועסן, אפילו ווען זיי וואלטען דען געווען אמת, כל שכן אז ע"פ רוב זענען זיי ליידער נישט.
זאל איינער זיך אנגארטלען און מסביר זיין וואסארא תקנה האט איינער וואס איז א משהו קלוגער פון דעם.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:57 pm#124673
פארוואס ווילסטו בכלל גלייבן?
פארוואס ווילסטו בכלל גלייבן?

דער מענטש וואס ביי עם איז ח"ו שכל'דיק אפגעוואנדן די מציאות ה' פארוואס זאל ער בכלל וועלן גלייבן? אתמהה.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:00 pm#124676
לעיקוואד, האסט בכלל נישט געכאפט מיין נקודה.
די סיבה פארוואס מיר גלייבן איז ווייל אונזער "געפיהל" זאגט אזוי, און דער געפיהל האט יעדער איד, דאס קומט פון זיין נשמה, דאס איז די פינטעלע איד וואס מען קען נישט ארויסרייסן.
און די פינטעלע קען מען שטארקן דורך דעם וואס מען רעדט אסאך פונעם אייבערשטן און פון אמונה, און די מעשיות העלפן צו דערצו (יא, עס העלפט מיר אליינ'ס אויך) דאס איז פשוט א געשמאקע וועג ווי אזוי צו רעדן פון אמונה איינמאל און נאכאמאל, מען קען דאך נישט איבערזאגן די זעלבע זאך אן א שיעור מאל, אבער ווען עס גייט מיט א מעשה האט דאס א געשמאק.
ובפרט די בדידי הוה עובדא'ס, וואס איך מיט מיינע קינדער האבן אליין געזעהן זייער אסאך זאכן וואס מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן און מיר האבן עס באקומען, און צווישן זיי איז דא אסאך אויסארנטליכע זאכן, וואס געשעהט נישט יעדן טאג, דאס שטארקט זייער שטארק די אמונה, איך דארף נישט 'גלייבן' די מעשיות, איך זעה עס מיט די אייגענע אויגן.

וועגן קנאה, דאס איז נאר דא ביי א זאך וואס דו קענסט נישט אליין באווייזן, אדרבה פרוביר דו אליין צו רעדן מער פון אמונה, וועסטו זעהן אז עס וועט געשטארקט ווערן ביי דיר די אמונה.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:08 pm#124679
וואס זאל איך טוהן אז איך קען מער ווי איין יוד וואס זעהט נישט אויס ער האט די געפיל? איז ער אפשר בטעות נישט געמל'ט געווארען?

צוייטענס, האב איך שוין גערעדט פריער, די געפיל פון וואס דו רעדסט קען איך אפשר פארשטיין אז יש מנהיג לבירה, וכדו', אבער איך האב נאכנישט געטראפען קיינער מיט די געפיל אז דער אייבערשטער וויל דווקא מ'זאל גיין מיט פיר שטריק אויף די ציצית און נישט זעקס, אדער אז א געוויסער ספר איז געשריבען געווארען אין א געוויסער צייט דורך א געוויסער מענטש. דאס איז נישט געפילען נאר סתם נאכגאזאגט וואס מ'הערט.

דריטענס, אפילו ווען ס'זאל ארבעטן די סארט ברענוואשינג, און עס איז גאנץ קלאר אז עס ארבעט טאקע, עכ"פ אויף רוב מענטשען, והא ראיה מיט גענוג רעדן און מעשיות דערציילען קען מען מאכען א מענטש "גלייבען" אין מער ווייניגער יעדער שטות פון סייענטאלאדזשי ביז יחי אדוננו מלך המשיח, און פון סאנטא קלאוס ביז די לאק נעס מאנסטער, פון יו עף או'ס ביז פלארייד אין די וואסער, וכו' וכו', איז וואסארא ערך האט אזא "אמונה"? דאס איז נישט אמונה דאס איז סך הכל טבע בני אדם שאינם חכמים אז זיי ווערן באנומען פון פראפאגאנדע וחזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם. צו פאסט דיר אז דיין אמונה זאל זיין געבויט אויף די זעלבע סארט מיטלען וואס קוקה קולה נוצט צו פארקויפען זייער סחורה?? איך וואלט זיך געשעמט מיט אזא אמונה.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:22 pm#124683
דו קענסט אפשר אידן וואס "זעהט אויס" אז זיי האבן נישט דעם געפיהל, אבער דאס איז נישט אמת, ווייל יעדער איד האט דעם געפיהל טיף אין זיין הארץ, און דערפאר הרשעים מלאים חרטות, ווייל טיף אין הארץ געבט אים אזא ציפ פון צייט צו צייט, "אפשר דאך?"
אורייתא וקוב"ה חד הוא, דער געפיהל פון גלייבן אין באשעפער איז אויך דא צו גלייבן אין זיין תורה, וכל מה שתלמוד ותיק עתיד לחדש כבר ניתנה למשה מסיני, און אין דעם גלייב איך אויך.
יעצט איינמאל איך גלייב, וועל איך ניצן אלע מיטלען עס צו פארשטערקערן, עס זאל טאקע זיין אריינגעקריצט אין די ביינער, און קיינמאל נישט פארגעסן דערפון, און צו דעם קען מען נוצן אלע מיטלען, אריינגערעכנט וואס קאקא-קאלע נוצט צו פארשטערקערן זייערע סעילס.

אבער דו ביזט דאך קלוגער פון די אלע זאכן, נו אדרבה, פארוואס גלייבסטו? האסט מברר געווען די אמונה בראיות חותכות וואס מען קען נישט אפפרעגן?
דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:28 pm#124687
יעדער איינער איז באמת אן אפיקורס טיף אין הארץ, אפילו עס זעהט אויס ער איז א מאמין באמונה שלימה, טיף אין דער פינטעלע אפיקורס ווייסט ער אז לית דין ולית דיין ס'אלץ גארנישט, נאר די חיצוניות'דיגע השפעות פארדעקן אויף דעם און עס זעהט אמאל אויס ער איז א מאמין, דערפאר צדיקים מלאים חרטות, ווייל פון צייט צו צייט דערוועקט זיך דער פינטעלע אמת און זאגט עם "אבער אפשר נישט". און מיר זעהן טאקע פארשידענע מעשיות פון די גרעסטע צדיקים וחכמים וואס האבען מודה געווען אז פון צייט צו צייט האבען זיי הרהורי כפירה, און אנדערע וואס דער ניצוץ האט אזוי געפלאקערט ביי זיי אז זיי זענען אין א געוויסער שלב טאקע געווארען אפיקורסים, כידוע בספרי סיפורי חזרה בשאלה.

נו, יעצט פארשטייסטו פארוואס מיט אזעלכע טענות קען מען נישט גיין צו'ם טיש?
דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:31 pm#124690
אויף די שאלה פארוואס גלייבסטו? האב איך גענטפערט אין דער פריערדיגער עמוד. עיין שם דוק ותשכח.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:38 pm#124692
אין יענע תגובה זעה איך אז דו זאגסט די זעלבע ווי מיר, אז אמונה איז טאקע א געפיהל וואס מען קען נישט אויפווייזן מיט ראיות חותכות.
קומט אויס אז דו ביזט סך הכל מחולק נאר אויף דעם חלק אז סיפורי צדיקים קענען העלפן פארשטארקערן די אמונה, דו האלסט אז דאס איז א קינדערשקייט.
איך האלט אז אויב די גרויסע געלונגענע קאקא-קאלע פירמע פארשטייט אז כדי דער עולם זאל וועלן קויפן זייערע סחורה, מוזן זיי זעהן דערצו אז ווי מען דרייט זיך זאל מען זעהן זייער לאגא, זעהט אויס אז עס איז נישט אזוי נאריש צו טראכטן אז ווען מען עדוועטייזט א זאך און מען רעדט דערפון אסאך, ווערט עס מער אויפגעכאפט. ממילא פארוואס זאל נישט ארבעטן די זעלבע איידיע אויך ביי די אמונה?
נישט אז די אמונה איז 'געבויעט' אויף דעם, אבער אויף עס צו שטארקן, איז עס זייער גוט.

יעצט לשיטתך וואס דו האסט געשריבן אינעם פריערדיגן עמוד אז אמונה איז א געפיהל, ווי אזוי האלסטו איז די בעסטע וועג עס מחזק צו זיין?
דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:42 pm#124694
וואס דארף מען דא "מחזק זיין"? איך גלייב אזוי, [איך האב אבער מדגיש געווען דארט די הגבלות פון דעם וואס מווייסט אז סנישטא קיין ראיות חותכות] און שוין, און די ספקות וואס איך האב אין דעם זענען אויך לעגיטים, וואס פעלט דא אויס צו "שטארקען"? אמונה דארף דען פארקויפען עפעס א פראדוקט?
דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:53 pm#124700
פון דיינע פריערדיגע ווערטער האט אויסגעזעהן ווי דו זוכסט א וועג פון חיזוק אויף אמונה.

לעיקוואד האט געשריבן:אבער איך בין נישט מצליח זיך צו זעהן באקומען חיזוק אין אמונה פון אפאר מלווה-מלכה מעשיות אדער ברעסלעבער שמועסן, אפילו ווען זיי וואלטען דען געווען אמת, כל שכן אז ע"פ רוב זענען זיי ליידער נישט.

און אויף דעם איז נאר דא איין וועג, דאס וואס איך האב געשריבן, צו רעדן אסאך פון אמונה, און סיפורי צדיקים קענען אסאך ארויסהעלפן צו דעם, און אויך צו איבער דערציילן מעשיות ווי אזוי מען איז אליין געהאלפן געווארן דורך אמונה.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:00 pm#124704
מיר איז גענוג אז אזויפיל קדושים וטהורים און חכמים (אריינגערעכענט דער "חכם מכל האדם") אין אלע דורות האבן געגלייבט אין באשעפער מיט א אמונה שלימה, איך בין זיכער נישט קלוגער ווי זיי, אז זיי האבן געזעהן וואס טוט זיך אין הימל (הגם כ'ווייס נישט וויפיל דו גלייבסט דערין) און געווען בבחינת צדיקים גדולים ממלאכי השרת, צדיק גוזר והקב"ה מקיים, זיך מדבק געווען און א אויסטערלישע דביקות מיטן אין סוף ב"ה און געטראפון דארט זייער סיפוק הנפש, און געזעהן אז דאס איז ריכטיג, און דאס האבן זיי פארלאננגט פון זייערע חסידים ותלמידים, אלע אויסגעהארעוועטע און ערליכע כולם אהובים וברורים וקדושים, וואס דארף איך מער פון דעם? איז דער מאמר "בא חבקוק והעמידן על אחת: צדיק באמונתו יחיה" נישט גענוג מאסגעבנד פאר מיר?

לאמיר זאגן אזוי. איך קום אראפ אויף דער וועלט, און איך ווער געבוירן אין וואלד, קיינער לערנט מיר גארנישט אויס. איך קום ארויס מיט מיין אייגענעם שכל און איך גיי זוכן א אמונה. איך האב 2 ברירות, איינס טוהן אייגענע ריסערטש, אזוי ווי אברהם אבינו, פרובירן די זון, לבנה, ביז איך וועל צוקומען צו מיין אייגענע החלטה וואס איז אמת, אבער דאס קען נעמען יארן לאנג - אויב נישט פארעווער. אדער האב איך א פשוטע עצה, קוקן מי ומי ההולכים, וועלכע סארט מענטשן גלייבן אין באשעפער, און וועלכע נישט. און איך זעה אז די אמת'ע, ערליכע, הייליגע, פרושים, בעלי מופתים, בעלי מדות, גלייבן אין דעם אידישן אמונה, און זיי האבן גדרים וסייגים אינעם לעבן און פאלגן ערליך אויס וואס מען הייסט זיי, און מצד השני רוצחים פון אלע דורות עד זמנינו אלה גלייבן נישט דערין (אדער בשותפות מיט א אנדערן אפגאט), די צווייטע חלק זינקט אין תהום פון שמוץ און זוהמה, נידריגער פון נידריג, אלע מדות רעות פארקערפערט אין זיי (איך זאג נישט אלע גויים זענען אזוי, אבער איך רעד אין אלגעמיין זייער שיטה), זיי לעבן מיט א הפקירות אן קיין מטרה, קען זיין די צווייטע וואלט מיר געצויגן אלס מיין נפש הבהמית, אבער איך וואלט בלי שום ספק אנערקענט וועלכע איז דאס ריכטיגע דרך.

יעצט עאכו"כ אז איך בין געבוירן א איד אין א אידישע שטוב, און איך האב געלערנט ג-ט'ס תורה און ספרים אויף זיין תורה, און איינגעזעהן די געטליכקייט, אביסל מתוך הכרה עצמית און דאס איבריגע דורך מעשיות און קבלה ומסורה, האב איך נישט קיין ספק דערין, איך בין קלאר, און ווי ברסלבער האט געשריבן, אלעס אנדערש זענען שוין נאר הוספות, און אפילו אמונה איז נישט קיין פראדוקט, איז עס א זאך וואס מען דארף כסדר חזר'ן ווייל עס וועפט אויס, און ווי ספרים טייטשן "האמנתי כי אדבר", דורכן רעדן דערפון גלייבט מען און די אמונה ווערט נתחזק.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:01 pm#124706
לאמיר מאכען קלאר, יש שני סוגי חיזוק באמונה.

עס איז דא חיזוק אויף למעשה, דהיינו אז דער מופשט'דיגע אמונה פון א מענטש באופן כללי איז עם נישט אלעמאל גענוג, און ער פילט אז עס העלפט עם נישט. אויף דעם בין איך ממליץ אויף די עצה פון תפלה, התבודדות, וכדו'. אז ער בעט דער אייבישטער און רעדט צו עם איז בדוק ומנוסה אז דאס העלפט עם האבען אמונה למעשה און נישט נאר בטעאריע. סיפורי צדיקים זעה איך נישט ווי עס קען העלפען אויף דעם.

די צוייטע סארט חיזוק איז קעגן ספקות פארשידענע, לגבי דעם זעה איך נישט קיין סיבה צו זיכען חיזוק. אויב ווייסען מיר אז אמונה איז בלויז א געפיל, איז ברגע וואס איך פיל עס נישט, איז נישט, וואסארא ענין אדער חיוב איז דא צו נאכלויפען געוויסע געפילען? האסטו עס איז גוט האסטו עס נישט איז נישט. און לגבי שכל'דיגע ספקות וועט זיכער נישט העלפען נישט קיין קאקע קאלע און אפילו נישט קיין התבודדות, אויב ביסטו ממליץ אויף דער עצה לגבי שכל'דיגע ספקות איז דאס דאך נישט אנדערש פון עכטע ברעינוואשינג פראבירען משכנע זיין א מענטש בדרכים אלו אנטקעגן דער ראציאנאל. דאס איז נישט אויסגעהאלטען מאראליש און איז היבש נאריש.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:09 pm#124714
לעיקוואד האט געשריבן:אויב ווייסען מיר אז אמונה איז בלויז א געפיל, איז ברגע וואס איך פיל עס נישט, איז נישט, וואסארא ענין אדער חיוב איז דא צו נאכלויפען געוויסע געפילען? האסטו עס איז גוט האסטו עס נישט איז נישט.

אמונה ה' איז איינע פון די שש מצוות תמידיות.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:15 pm#124716
שמעקעדיג האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אויב ווייסען מיר אז אמונה איז בלויז א געפיל, איז ברגע וואס איך פיל עס נישט, איז נישט, וואסארא ענין אדער חיוב איז דא צו נאכלויפען געוויסע געפילען? האסטו עס איז גוט האסטו עס נישט איז נישט.

אמונה ה' איז איינע פון די שש מצוות תמידיות.

על פי המאמין, לא על פי הספקות.

צווייטענס, איז מיר נישט קלאר וואס דאס מיינט שהוא מצווה תמידית.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:29 pm#124721
אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס ווען איך זעה עפעס אן אינטערעסאנטע איידיע ווי אזוי קאקא-קאלע מאכט עפעס א שיינע גראפיק דיזיין, זאל דאס מיר איבערצייגן צו קויפן דוקא זייער סחורה, דאס מיינט דען אז עס האט א בעסערע טעם? סך הכל האבן זיי גוטע דיזיינערס.
אבער למעשה ארבעט עס יא. זעהט אויס אז עטוועטייזמענט ברענגט יא ביזנעס.

מיר רעדן נישט דא אויפציווייזן אז מען דארף גלייבן, דאס ווייסן מיר שוין אז דאס קומט פון געפיהל, אבער למעשה האט יעדער אמאל אפ'ס און דאונ'ס, און אפילו איינער וואס גלייבט, איז דא אמאל צייטן וואס מען ווערט שוואך, און אויף דעם דארפט מען חיזוק, צו זיין שטענדיג שטארק מיט אמונה.
און אויף דעם העלפט יא קלאר די עטוועטייזמענט, צו רעדן אסאך דערפון און דערציילן סיפורי צדיקים. און עס העלפט אויך אז עס זאל נישט אריינקומען קיין ספיקות אין די אמונה.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:35 pm#124723
אויב איך וועל טרעפן איינער וואס שווערט זיך ביי א ספר תורה אז קאקע קאלע איז גוט, און איז גרייט צו זיך מוסר נפש זיין אויפ'ן סמך פון די געלונגענע עדווערטייזמענט זייערע, און בכלל צו פירען זיין גאנצע לעבן על סמך דעם, שיק איך עם גלייך אויף סייקייעטשריק עוועליועישין.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:38 pm#124725
האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די נקודה!
איך טרינק קאוק ווייל עס איז גוט און איך האב א געשמאקע געפיהל ביים טרינקען.
אבער די עדס העלפן שטארקן דעם געפיהל, ווען זיי וואלטן עס נישט אזוי עדוועטייזט, וואלט עס נישט אזוי גוט געגאנגען, אפילו ווען עס איז גוט אין טעם.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:39 pm#124727
לעיקוואד, מען רעדט דא אז די מעשיות זענען נישט דער סמך, נאר די חיזוק.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 6:53 pm#124797
@ הרב ברסלבר
די אידן וואס ווייסן נישט פון גארנישט, און זענען נישט געפראגראמט פון קינדווייז אויס, האבן נישט די געפיהל. אתתמה
דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:55 pm#124831
א הערליכע אשכל, כמעט א יעדע תגובה דא איז זיך צו באלעקן די פינגער. יישר כח הרב יאיר פארן ארויף ברענגן א וויכטיגע נושא. איך גלייב נישט אז איך האב וואס מוסיף צו זיין און א יעדעס ווארט וואס איך גיי שרייבן האט שיין איינער מן הסתם געשריבן (אדער געוואלט שרייבן ;) ) אבער דאך קען איך מיך נישט איינהאלטן פון ווערן א חלק פון דער געשפרעך. און טאקע דאס עוסק זיין אין דער נושא, אפגעזעהן וואס די outcome צום סוף וועט זיין, דאס אליינס איז די מצוה פון אמונה.

אמונה איז טייטש גלייבן. מען קען נישט הייסן איינעם גלייבן, ווייל אדער גלייבט ער יא אדער גלייבט ער נישט. אויב גייסטו צו צו א מענטש אויפן גאס מיט א גאן און דו פרעגסט אים אויב ער גלייבט אין באשעפער צו נישט,און דו סטראשעסט אים אז ער וועט געהרג'ט ווערן אויב ער גלייבט נישט, וועט ער דיך אודאי זאגן אז ער גלייבט. נו, איז ער א מאמין? הייסט דאס געגלייבט באמונה פשוטה? אודאי נישט! איר ווייסט פארוואס? ווייל ער גלייבט נישט!! ער האט נאר אזוי געזאגט ווייל דו האסט געהאלטן א גאן צו זיין קאפ. די זעלבע איז מיט די וואס זאגן אז מען מוז גלייבן, און אויב מען גלייבט נישט איז מען אן אפיקורס!!! בקיצור דו האלטסט א גאן צו מיין קאפ? מען קען נישט הייסן איינער זאל האבן אמונה, אדער האט ער אמונה אדער נישט. אויב אזוי, וואס איז די חיוב פון אמונה? די חיוב איז עוסק צו זיין אין די ענינים וואס וועלן דיך מאכן גלייבן. ווילאנג דו ביזט עוסק אין דער נושא, אפילו דו גלייבסט נאך נישט האסטו געטון דיין חיוב. (אזוי שרייבט די רמב"ם לגבי די מצוה תמידית פון אהבת השם, און עס איז פשוט אז די זעלבע איז בנוגע אמונה.)

איך האב אמאל געהערט פון ר' חיים שלום דייטש, אז א יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט א מתנה פון די אייבישטער וואס איז אמונה. בשעת מעשה האב איך מיך שטארק געווינדערט דערויף, און איך האב מיך געדרייט אפאר טעג בשעת דער ווארט האט זיך געקאכט אין מיין קאפ. ביז איך האב אנגעהויבן איינצוזעהן אז ער איז גערעכט. עס איז אמת! א יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט אמונה! אמונה איז בעצם א תכונת הנפש, פונקט ווי אלע אנדערע תכונות הנפש. א מאמין איז א גלויביגער. א יעדער איינציגסער מענטש איז א גלויביגער. איינער מער און איינער ווייניגער. איינער גלייבט אז די באשעפער איז א טוב ומטיב, משגיח על מעשינו בכל רגע ורגע, און אז עס איז דא א חשבון אויף אלעם אין די וועלט. איינער גלייבט אז סאנטא קלאץ ברענגט פרעזענטס פאר אלע וואוילע קינדער יעדע קראצמעך. און איינער גלייבט אז אויב וועט ער נישט שלאפן דריי טאג וועט ער צוזאמפאלן. אבער יעדער גלייבט עפעס. דו וועסט נישט טרעפן דאס מענטש וואס גלייבט גארנישט. גלייבן איז שייך ביי א זאך וואס מען האט נישט קיין ראיות, עפעס וואס מען קען באווייזן גלייבט מען נישט, מען ווייסט עס. וממילא, א קינד ווערט געבוירן גלייבט ער אז די מאמע וועט אים געבן צו עסן, ווען ער ווערט אביסל עלטער גלייבט ער אז ער קען רעדן (טראץ דעם וואס ער קען נישט מער ווי בעבלערען אפאר syllables) און ווען ער ווערט נאך עלטער גלייבט ער אז אויב איינער וועט אים טשעפענען וועט זיין גרויסע ברודער יענעם צובאקסענען הונדערט מאל. בקיצור, די תכונה פון אמונה איז א מתנה.

ווען מען ווערט עלטער קען מען אויסנוצען די תכונה פון אמונה צו גלייבן אין באשעפער, אין א געטשקע, אין סייענטאלעדזשי אדער אין די גרויסע ספאגעטי מאנסטער. אבער א יעדער איינער גלייבט. דער וואס האט באקומען א גרויסע דאזע פון אמונה ביים געבורט וועט געווענטליך גלייבן אלס וואס מען זאגט אים. וממילא, אויב וועסטו פרעדיגן צו אים א גאנצע טאג באשעפער באשעפער וועט ער גלייבן אין באשעפער. אויב וועט אזא איינער איין טאג פארכאפט ווערן אין די אינטערנעט וועט ער פון איין מינוט צום צווייטע ווערן א כופר, אדער ענדערש א "מאמין" בכפירה, ער וועט איבערלאזן די ווייב אין קינדער און גיין אויף טי ווי שאוס רעדן. איינער ווי אונז (די חברים דא באשכל הדין), מיר האבן באקומען אמונה מיט א גאפל. וממילא זענען מיר בטבע נישט קיין גרויסע גלייבער, אשר על כן האבן מיר אלץ קשיות און פראגעס, מיר קענען נישט אפקויפן די באשעפער און די גאנצע אמונה נאר ווייל אזוי איז געפרעדיגט געווארן, נאר מיר דארפן עפעס מער קראנט. פון די אנדערע זייט קויפן מיר נישט אפ די לאקשן פון די צד הכפירה גרינגערהייט ווייל מיר זענען סקעפטיש אין יענץ אויך.

דא קומט אריין דאס וואס מאטי און אנדערע האבן געשריבן. די אלע נושאים זענען דאך עומדים ברומו של עולם. ווער האט באשאפן די וועלט? ווער פירט די וועלט? בריאת העולם ווס. סייענס. פארוואס זענען מיר דא? וואס איז די תכלית? וואס וועט זיין נאכדעם? דאס זענען אלץ שווערע שווערע נושאים. רוב פון זיי וועלן מיר נישט אנקומען צו ענטפערן בחיים חיותינו. און מיר זענען קוים 20, 30, 40 יאר. דאס מיינט אז מיר האבן נאך א 60 - 80 יארן צו גיין. נאר וואס דען? איין מאל וואס מען הייבט אן צו זעהן און צו באקומען עפעס ענטפערס? א חלק פון די זאכן הייבן אן צו שטומען, דאן דא קומט אריין די תכונות הנפש פון אמונה - אדער וואס יאיר רופט אן אינטואישען - און זאגט נו, פונקט ווי מיר האבן נישט געגלייבט אז מיר וועלן יענץ אמאל פארשטיין אבער למעשה היינט פארשטייען מיר עס יא, אזוי אויך וועלן מיר דאס אויך נאך איין טאג פארשטיין. און דערווייל? דערווייל עמיר גלייבן דערין אויף ווי ווייט מעגליך, אדער אויב נישט גלייבן עכ"פ נישט כופר זיין דערין. אט דאס מיינט אמונה פשוטה!


אגב, אנדערע האבן דא דערמאנט די י"ג עיקרים, עס איז וויכטיג צו וויסן אז דאס איז נאר מיוסד אויף שיטות הרמב"ם, אנדערע ראשונים קריגן זיך מיט אים. לערנט אדורך די ספר העיקרים און אנדערע ראשונים. עס איז קלאר אז אמונה בשכר, משיח, תחיית המתים, משה רבינו וכו' איז נישט אויף די זעלבע לעוועל ווי אמונה בה'.