דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:45 pm#124870
אסאך האבן דא ארויסגעברענגט אז זייער אמונה איז געבויט אויף געפיל, אדער אינטועשע"ן בלע"ז, עכ"פ למחצה לשליש ולרבוע. האב איך אזא קשיא:
זינט ווען איז אינטועשע"ן א פארלעסליכע עדות אויף וויאזוי די וועלט ארבעט? דער אינטועשען איז דאך א באוויסטע שקרן, א דבר שחותמו שקר וכל כולו הבל ורעות רוח ווען עס קומט צו דעם! וואס זאגט אינטועשען, וואס פאלט שנעלער, א שווערע זאך אדער א לייכטע זאך? וואס זאגט אינטועשען, קען זיין א פארטיקל וואס נעמט נישט אויף קיין פלאץ? וואס זאגט אינטועשען, קען עפעס זיין אויף צוויי פלעצער אוף איינמאל?
נו, אז דער חברה'מאן איז אזא ליגנער אויף דברים שעומדין להתגלות, כל שכן וכש"כ אז ס'איז א ליגנער אויף דברים העומדים ברומו של עולם! פון וואנעט דער טראסט אין אינטועשען??