איך
לינק טאקע צו אין יענעם אשכול (בתוך דעם ציטאט פונעם ראי״ה איבער הרגש ושכל) צום
מימרא פון קירקעגארד אז ״טאמער א מענטש וואלט זיך אויפגעפירט גענצליך ראציאנאל, וואלט ער אזוי נישט מיטגעשטימט מיט׳ן געזעלשאפט, אז מ׳וואלט אים באטראכט ווי משוגע.״ וממילא, אז גיין מיט ראציאנאל עד הסוף, איז אליינס
איראציאנאל!
וכן היא בנידון דידן. וואס רעליגיע ו״אמונה״ באדייטן פאר׳ן מענטש, וואס דאס קומט אראפ לבסוף צו ווי אזוי ער איז זיך ווילענדיג מתנהג עפ״י דתיה, איז נישט אזוי ווייט וואס איז ביי אים אויפגעוואוזן בשכלו אלס ״ראציאנאל״. ס׳איז וואס קומט אים אראפ אלס ״געפיהל״, וואס איז ל"ד אלס ראציאנאל (וידוע המימרא של בּלעיס פּאַסקאַל אז "דאס הארץ האט אירע סיבות פון וואס שכל/ריִזען ווייסט גארנישט"). און
דאס איז, לאחרי הכל, צו ענטפערן כותרת האשכול, ״פארוואס ער גלייבט״. און ווי
געשריבן אין מיין אשכול, איז דאס וואס איז גורם, ווי וויליאם דזשעימס
רופט דאס, זיין ״ליעפּ אָוו פעיט״.