דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 6:19 am#550940
Re: מילתא דבדיחותא
ר חצקל איז געוועהן א איד אן עני ואביון ממש נישט געהאט קיין פרוטהאיין נאכט קומט דער מלאך המ** צו ר' חצקל און זאגט איהם.. ר חצקל, דערשרעק זיך נישט. איך בין דא ווייל איך וויל מאכען א געשעפט מיט דיר
וואס? פרעגט ר חצקל
ענטפערט דער מלאך המ**, איך וועל דיר געבען געלט און כבוד עד אין לשער אבער דו וועסט נישט קענען הערען גוט.
זאגט ר חצקל, גיב מיר אפאר טעג דאס איבער צו טראכטען.
גייט ער צו זיין רב און פרעגט צו מען מעג מאכען אזא געשעפט.
ענטפערט דער רב, ניין ח"ו הערען איז א מתנה פונם הייליגען באשעפער און וואס איז געלט? פאר אפאר דולר ווארפסטו צוריק א מתנה פונם באשעפער? און נאך דערצו האנדלען מיט'ן מלאך המ**? מען טאהר נישט
אבער ר חצקל עקשנט זיך אבער איך האב נישט קיין פרנסה און איך האב גארנישט און מיט דעם וועל איך קענען אויפטוהן אסאך
דער רב זאגט ווידער ניין, מען טאהר נישט אבער לאמיר ביידע גיין צום רבי'ן שליט"א און מען וועט איהם פרעגען
זיי קומען אריין און פרעגען דעם רבי'ן, מעג מען האנדלען מיט'ן מלאך המ** און אויפגעבען נישט צו קענען הערען פאר געלט און כבוד?
וואס? פרעגט דער רבי איך הער נישט רעד העכער