דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:14 pm#552122
Re: מילתא דבדיחותא
א מאן און ווייב זיצען אין א רעסטוראן און פייערן זייער 50'סטער יום החתונה. דער מאן גיסט זיך אן א גלעזל גוטע ברוינפען און פאנגט אן צו טרונקען און טרינקען, און נאך א דריי, פיהר גלעזעלעך הייבט ער אן צו רעדן...
"איך האב דיר אזוי ליב, ממש איך קען נישט לעבן אן דיר".
זיין ווייב, וואס איז נישט רגיל צו אזעלכע אויסדרוקען, פרעגט מיט וואונדער, ווער רעדט? דו אדער די ברוינפען?
איך רעד, זאגט ער... צו די ברוינפן...