Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
770 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4117 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #66
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16
זונטאג מערץ 04, 2012 3:24 pm#448
מילתא דבדיחותא
יעצט איז אדר איז דא א אשכול פאר פורים

אבער לכאורה איז ראטזאם אז ס'זאל זיין א באזונדער אשכול פון "מילתא דבדיחותא" סתם גוטע ווערטלעך, א איד פאר די ארבעט זיך אביסל אויפפרישן די געמיט, זאל מען האבן ווי "נאך" אריינצוקוקן (ס'איז דאך שוין דא איינס...)

אלזא, געהערט היינט א גוט ווערטל, און ס'איז פאסיג יעצט ווען די גאס רודערט איבער א קאנטרעווערשעל קול קורא

ס'איז דא אזעלכע רבנים וואס לא שינו שמם לשונם מלבושם

איין זאך האבן זיי משנה געווען

די תורה!!!!!!!!!!!!

ס'איז טיף אבער ליידער אמת
דאנערשטאג מערץ 08, 2012 2:42 am#901
Re: מילתא דבדיחותא
א פייגל האט זיך באמאכט אויף א אינגערמאן. זאגט אים די פרוי, אוי א שאד כ'האב נישט קיין טישוס. וואס טויג דיר האבן טישוס, פרעגט דער מאן, דער פייגל קען שוין יעצט זיין אין קאנארסי.
זונטאג מערץ 18, 2012 1:01 am#1810
Re: מילתא דבדיחותא
באקומען א ביטע אויפן בב:

Everyday, thousands of innocent plants are killed by vegetarians.

Help end the violence... Eat a steak today!
מאנטאג מערץ 26, 2012 9:41 am#2831
Re: מילתא דבדיחותא
ווי איז מרומז אין פסוק אז ווען מען לאכט דארף זיך דער גאנצער קערפער שאקלען און ציטערן?

ווייל ס'שטייט "וגילוי ברעדה".
מאנטאג מערץ 26, 2012 9:58 am#2837
Re: מילתא דבדיחותא
והשתיה כדת אין אונס כי כן יסד המלך לעשות כרצון איש ואיש.

פארוואס שטייט לעשות כרצון איש ואיש? וואס וואלט שלעכט געווען אז ס'שטייט לעשות כרצון כל איש?

נאר באמת איז שווער א אנדערע קשיא, פארוואס טרינקט מען בראנפן אין איין אונציגע גלעזלעך? פארוואס נישט א גרויסע גלאז? נאר ווען מען טרינקט א אונס ווערט מען שוין א נייע מענטש, און דער נייע מענטש מוז דאך אויך טרינקען אביסל גיט מען נאך א אונס, און נאך א אונס, און אזוי ווייטער ביז מען ווערט אויס מענטש.

דאס איז פשט, והשתיה כדת "אין אונס", לכאורה פארוואס נאר איין אונס? אויף דעם איז די תירוץ לעשות כרצון "איש ואיש", ווייל ווי נאר מען טרינקט א אונס ווערט מען א נייע מענטש, און אזוי ווייטער.
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:43 am#2848
Re: מילתא דבדיחותא
ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!

---
א אנדערע גירסא, גז"ש חמשה עשר חמשה עשר, סיי פסח און סיי סוכות ווערט די שלאק פערטיג צום זמן.
מאנטאג מערץ 26, 2012 11:15 am#2867
Re: מילתא דבדיחותא
א איד האט צאמגעראלט א גרויסע וואנט-לוח (קאלענדער) ווי א מגילה, און דערלאנגענדיג עס פאר זיין קאסטומער האט ער אריינגעשריגן דערין טו טו... האט זיך א דריטער איד - א צוקוקער - אנגערופן "היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה".
מאנטאג מערץ 26, 2012 12:26 pm#2882
Re: מילתא דבדיחותא
איינער האט זיך אמאל אפגערעדט אויף זיין אלטע קאר אז אלעס פייפט, אויסער די פייפער.
מאנטאג מערץ 26, 2012 12:29 pm#2883
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק צווישען א לענדלארד און א גרוש?

דער לענלארד ווארט אויפן ערשטן, און א גרוש ווארט אויפן צווייטן.
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:34 pm#2914
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק צווישן א ליטווישע חתונה און א חסידישע?

ביי א ליטווישע חתונה ווען עמעצער הייבט זיך אויף פון ארט אינמיטן עסן, אויב קומט ער צוריק פינף מינוט שפעטער, טרעפט ער מער נישט דעם פארציע. ווידער ביי א חסידישע חתונה אויב שטעלט מען זיך אויף אינמיטן עסן טרעפט מען פינף מינוט שפעטער א צווייטן איד איבער זיין פארציע...
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:38 pm#2916
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק צווישען א 18 יעריגע שחור און א 19 יעריגע שחור?

א שווארץ יאר!
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:43 pm#2918
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק צווישן פסח'דיגע עסן און מן?

מן האט אלס אויסגעזעהן די זעלבע אבער די טעם אלס אנדערש, פסח'דיגע עסן זעהט אויס אנדערש, אבער האט אייביג די זעלבע טעם...
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:44 pm#2919
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק פון א הייסע מקוה און א הייסע טשאלענט?

אין די מקוה קומט קודם די אוטש און נאכדעם די אההה
און ביי טשאלענט איז פארקערט, קודם קומט די אההה און נאכדעם די אוטש...
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:45 pm#2920
Re: מילתא דבדיחותא
וואס איז די חילוק צווישן א כולל יונגערמאן און א קעמל?

דער קעמל קען ארבעטן דריי טעג אן טרינקען, און דער יונגערמאן קען טרינקען דריי טעג אן ארבעטן...
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:51 pm#2923
Re: מילתא דבדיחותא
גרונם דער שנארער איז ארום געגאנגען בעטלען נאך געלט, שרייט אים אן דער גביר פון שטאט "גיי ארבעטן דו שנארער", רופט זיך אן גרונם "נו יעצט בין איך טאקע ביי די ארבעט".
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:59 pm#2931
Re: מילתא דבדיחותא
א פאליסמאן האט אפגעשטעלט א עלטערער מענטש צוליב וואס ער איז געפארן שנעלער ווי ערלויבט, און בעט אים גלייך ער זאל אים צייגן זיין לייסענס קארטל, ענטפערט דער אלטער מאן: "וויאזוי ווילט איר איך זאל דאס אייך ווייזן, הערשט נעכטן האט א אנדערער פאליציי מאן דאס צוגענומען פון מיר"...
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:13 pm#2945
Re: מילתא דבדיחותא
א מזרחי'סט וואס איז געגאנגען מיט א געשטריקטע געלעכערטע קאפל, האט זיך אין א שיינעם טאג גענצליך ארונטערגענומען דאס קאפל פון קאפ, אויף די פראגע מה היום מיומים, האט ער געענטפערט: "די לעכער אינעם קאפל האבן זיך ארומגעקריגט עלי יניח צדיק את ראשו, ביז ס'איז געווארן איין גרויסע לאך"...
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:36 pm#2960
Re: מילתא דבדיחותא
א פעשער מענטש האט זיך בארימט אז ער גייט אויף צוויי באזונדערע דייעטעס, אויף די פראגע איינס איז דיר נישט גענוג? האט ער געענטפערט "יא ווייל פון איינס בלייב איך נאך הונגעריג".
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:49 pm#2965
Re: מילתא דבדיחותא
ווייב: איך גלייך זייער צו גיין צום דענטיסט
מאן: פארוואס?
ווייב: ווייל דו הייסט מיר אלעמאל פארמאכען דאס מויל, און ער זאגט: "מאך עס אויף גרויס"...
מאנטאג מערץ 26, 2012 4:03 pm#2973
Re: מילתא דבדיחותא
רבנים גרייטן זיך ארויסצוקומען מיט א איסור אויף די וומ"ס/ב"פ באס קאמפאני, צוליב דעם וואס מענער און פרויען טאנצן דארט אינאיינעם...
מאנטאג מערץ 26, 2012 4:12 pm#2979
Re: מילתא דבדיחותא
ארבעטער: "איך מעג ליינען די צייטונג אין די ארבעט שעות?"
בעה"ב: "זיכער! נאר מאך זיכער נישט אויסצולאזן די jobs אפטיילונג"...
מאנטאג מערץ 26, 2012 7:09 pm#3014
Re: מילתא דבדיחותא
עמעצער איז אינטערסירט אז איך זאל שרייבן נאך בדיחות?
מאנטאג מערץ 26, 2012 8:29 pm#3032
Re: מילתא דבדיחותא
שמואל הלוי האט געשריבן:עמעצער איז אינטערסירט אז איך זאל שרייבן נאך בדיחות?

אוודאי, מצווה גדולה להיות בשמחה.
מאנטאג מערץ 26, 2012 8:48 pm#3035
Re: מילתא דבדיחותא
ס'איז אמאל א רב מיט זיינע תלמידים געגאנגן שפאצירן ביים טייך, און דאן האט דער רב באמערקט ווי נשים וואשן זיך, האט ער זיך אנגערופן פאר זיינע תלמידים געבטס אכטונג נישט צו מסתכל זיין ווייל דער וואס איז מסתכל איז מסכן זיינע אויגן. האט איין תלמיד פארדעקט איין אויג און האט געזאגט: רבי, איין אויג קען איך באשטיין מסכן צו זיין...
מאנטאג מערץ 26, 2012 8:53 pm#3037
Re: מילתא דבדיחותא
שמואל הלוי האט געשריבן:עמעצער איז אינטערסירט אז איך זאל שרייבן נאך בדיחות?

יא, אוודאי! לאמיך דיר טאקע געבן א פאר לייקלעך.
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 6:05 pm#49775
מאן: מארגען זאג איך אפ מיין טראק דרייווער
ווייב: פארוואס???
מאן: ער האט מיר שוין 3 מאל כמעט איבערגעפארען
ווייב: אפשר גיבסטו אים נאך איין טשענס?
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 6:07 pm#49776
:lol: :lol:

אריין אין שלום בית אשכול......
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:59 pm#49897
.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:19 pm#50288
ערב יו"כ פארטאגס טרעפט מיר מיין חבר, געט ער מיר א פרעג יענקל וואס איז היינט אזוי פרי ?
האב איך מסביר געווען אז אויב עס איז ח"ו באשערט אויפצישטיין פרי זאל איך האבן אפגעקומען מיט
(און ב"ה ס'האט געהאלפן)
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:48 pm#50315
געווען איז עס ביי א שבע ברכות און מ'האט מכבד געווען איינעם צו רעדן, און יענער האט אנגעהויבן צו רעדן און ער רעדט און רעדט, ס'גייט אדורך איין שעה!! איינס א האלב, צוויי שעה!!!
דער עולם זעהט אז ס'נעמט נישט קיין עק, איז מען צוגעגאנגען צום הייליגן יארמער רב און געבעטן אן עצה, האט ער געזאגט אז פאר א הונדערטער מאכט ער די דזשאב!!!!
קיין ברירה האבן זיי נישט געהאט, האבן זיי געגעבן הונדערט טאלער!!! האט ער גענומען א פען מיט א פעפער, און ער האט ארויף געשריבן עפעס, און ער האט עס אונטערגעשטופט אונטער דעם בעל דרשנ'ס ספר.... ווי נאר ער האט עס אינטערגעשטופט האט דער בעל דרשן פארענדיגט "במהרה. בימינו. אמן.........."!!!!!!
יעדער האט באוואונדערט די מורא'דיגע גרויסע מופת פונעם הייליגן צדיק! איינער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, איז ער צוגעגאנגען צום צדיק און געפרעגט, וואס איז דא פארגעגאנגען?! א קמיע ?!
האט ער געזאגט, זייער פשוט, איך האב געשריבן 5 ווערטער "דיין הויזן האט א לאך"!!!!!
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 7:21 am#52493
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:31 am#52936
שמואל הלוי האט געשריבן:א פאליסמאן האט אפגעשטעלט א עלטערער מענטש צוליב וואס ער איז געפארן שנעלער ווי ערלויבט, און בעט אים גלייך ער זאל אים צייגן זיין לייסענס קארטל, ענטפערט דער אלטער מאן: "וויאזוי ווילט איר איך זאל דאס אייך ווייזן, הערשט נעכטן האט א אנדערער פאליציי מאן דאס צוגענומען פון מיר"...

איך קען א איד וואס האט באקומען א ווייאלעישן פון בילדינגס דעפארטמענט. ווען מען האט איהם געפרעגט צו ער האט נישט מורא אז ער וועט באקומען נאך איינס האט ער געענטפערט אויב כאפט מען מיר נאכאמאל וועל איך ווייזן אז איך האב שוין פונקט אזא צעטל. :lol:
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:39 am#52937
יאפטשיק האט געשריבן:כneייביp לכתlב בeיlJי בlnל המyiד, Tה Nה eיiצK. kגlט מyiד

דאס וואלט געווען א וואונדערבארער "פעסווארד".
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:09 pm#53046
די חברה אויף הופער קארנער מארסי האבן אויפגענומען א נייעם יונגן רבין קארנער יוס ווייל דער אלטער האט זיך געבויט א סוכה (קליינע אוצרות)
פרייטאג אקטאבער 19, 2012 10:24 am#53370
פארוואס שטעלט מען זיך אויף צו א קינד ווען מען ברענגט אים אריין צום ברית און מען שרייט ברוך הבא
און ווען מען נעמט אים ארויס מאכט מען זיך נישט צו טון?
ווייל ביים אריינקומען איז ער נאך אן ערל...
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:47 pm#54673
איינער ארויף אויף א באס
איז נישט געווען ווי צו זיצען
רופט זיך איינער אהן: רבי איד, איך וואלט אייך גערם געגעבען מיין פלאץ, אבער ס'איז שוין פארנומען....
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:03 pm#54679
President Obama walks into the Bank of America to cash a check. As he approaches the cashier he says "Good morning Ma'am, could you please cash this check for me"?

Cashier: "It would be my pleasure sir. Could you please show me your ID"?

Obama: "Truthfully, I did not bring my ID with me as I didn't think there was any need to. I am President Barrack Obama, the president of the United States of Am ... Erica!!!!"

Cashier: "Yes sir, I know who you are, but with all the regulations and monitoring of the banks because of impostors and forgers, I must insist on seeing ID"

Obama: "Just ask anyone here at the bank who I am and they will tell you. Everybody knows who I am"
Cashier: "I am sorry Mr. President but these are the bank rules and I must follow them."
Obama: "I am urging you, please, to cash this check"
Cashier: "Look Mr.. President this is what we can do: One day Tiger Woods came into the bank without ID. To prove he was Tiger Woods he pulled out his putting iron and made a beautiful shot across the bank into a cup. With that shot we knew him to be Tiger Woods and cashed his check. Another time, Andre Agassi came in without ID. He pulled out his tennis racquet and made a fabulous shot whereas the tennis ball landed in my cup. With that shot we cashed his check. So, Mr. President, what can you do to prove that it is you, and only you, as the President of the United States?"
Obama stood there thinking, and thinking and finally says: "Honestly, my mind is a total blank~~~there is nothing that comes to my mind. I can't think of a single thing"


Cashier: "Will that be large or small bills, Mr. President?"
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:15 pm#54685
גוט ראשקאל
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:48 pm#54760
א עלטערע איד איז ארויף אויף א באס, נישט געטראפן ווי צו זיצען, איז ער געשטאנען, זעהט ער א בחור"ל זיטס איינגעבויגן מיט די הענט אויף די אויגן, קוקט נישט אין ערגעץ נישט!

פארן אראפגיין זאגט ער פארן בחור'ל איך מוז דיר געבן א קאמפלימענט, אזוי דארף מען זיך אויפירן אז מען גייט אויף א באס היט מען זיך די אויגן!

זאגט אים די בחור'ל, ס'האט גארנישט מיט היטן די אויגן, כ'האב פשוט נישט געקענט צוקוקען ווי א ערלטערער איד דארף נעבעך שטיין!
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:43 pm#54828
א ווייב איז פינקט פין די "Terms & conditions" פין א וועבזייטעל
די פארשטייסט נישט וואס עס פארלאנגט אין די קליקסט אייביג accept
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:43 am#54933
קליגער איד האט געשריבן:א עלטערע איד איז ארויף אויף א באס, נישט געטראפן ווי צו זיצען, איז ער געשטאנען, זעהט ער א בחור"ל זיטס איינגעבויגן מיט די הענט אויף די אויגן, קוקט נישט אין ערגעץ נישט!

פארן אראפגיין זאגט ער פארן בחור'ל איך מוז דיר געבן א קאמפלימענט, אזוי דארף מען זיך אויפירן אז מען גייט אויף א באס היט מען זיך די אויגן!

זאגט אים די בחור'ל, ס'האט גארנישט מיט היטן די אויגן, כ'האב פשוט נישט געקענט צוקוקען ווי א ערלטערער איד דארף נעבעך שטיין!

וואס וועט זיין מיט גאולה לעולם?
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:59 am#54937
אברהם אבינו האט ביים וואסער באמערקט ווי שיין זיין ווייב איז, היינט גייט מען צום וואסער צו באמערקן ווי שיין אנדערע ווייבער זענען.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:10 am#54959
געפילטע פיש האט געשריבן:אברהם אבינו האט ביים וואסער באמערקט ווי שיין זיין ווייב איז, היינט גייט מען צום וואסער צו באמערקן ווי שיין אנדערע ווייבער זענען.

קומט און אכשר דרא אשכול....
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:50 am#54979
א בלינדער פון ניו יארק איז אמאל געפארן קיין טעקסאס. ווען ער איז אריין געקומען אין האטעל צימער האט ער מיט שווערעקייטן געקענט טרעפן די בעט. ווי נאר ער לייגט זיך אראפ זאגט ער "דאס איז א גרויסע בעט".

זאגט אים זיין גבאי: "דא אין טעקסאס איז אלעס גרויס".

שפעטער איז דער בלינדער אראפגעגאנגען אין לאבי באשטעלן א טרינק. ווי נאר ער כאפט אן די גלעזל זאגט ער פארן סארווירער "דאס איז א גרויסע גלעזל משקה".

זאגט דער סארווירער: "דא אין טעקסאס איז אלעס גרויס".

נאך עטליכע מינוט פרעגט ער פון זיין שכן וואו די ביה"כ איז. יענער האט אים מסביר געווען אז מען גיין ארויס פונעם לאבי, די צווייטע טיר אויפן רעכטע זיין זענען די ביה"כ'ס.

דער בלינדער שלעפט זיך אזוי, ער טאפט אויפן וואנט און זיכט די צווייטע טיר. אבער בטעות איז ער אריין אינעם דריטן טיר, דארט איז געווען די שווים-באסיין, נאכן גייט עטליכע טריט פאלט ער אריין אינעם סווימינג פאל. נאך פאר ער האט זיך געקענט געהעריגע אריענטירן שטעקט ער ארויס זיין קאפ פון ווייסער און שרייט "איך בעט דיך, פלאש נישט"...
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:06 pm#55021
לעב און לאך האט געשריבן:נאך עטליכע מינוט פרעגט ער פון זיין שכן וואו די ביה"כ איז. יענער האט אים מסביר געווען אז מען גיין ארויס פונעם לאבי, די דריטע טיר אויפן רעכטע זיין זענען די ביה"כ'ס.

דער בלינדער שלעפט זיך אזוי, ער טאפט אויפן וואנט און זיכט די צווייטע טיר. אבער בטעות איז ער אריין אינעם דריטן טיר, דארט איז געווען די שווים-באסיין, נאכן גייט עטליכע טריט פאלט ער אריין אינעם סווימינג פאל. נאך פאר ער האט זיך געקענט געהעריגע אריענטירן שטעקט ער ארויס זיין קאפ פון ווייסער און שרייט "איך בעט דיך, פלאש נישט"...

דיין מעשה מאכט נישט קיין סענס, די דריטע טיר איז דאך געווען די ביה"כ! פרעג איבער ווער ס'האט דיר דאס דערציילט, מ'סתם האט ער פארמישט די צווייטע מיט די דריטע, אדער איז ער סתם א ליגנער.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:16 pm#55031
וואס איז די חילוק פון א טעראריסט און א פרוי? מיט א טעראריסט קען מען פארהאנדלען...
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:54 pm#55494
היינט צופרי אין מקוה טרעף איך ר' אלי' און ער זאגט מיר דאס ער וויל נאכאמאל פארען קיין אוסטראליע.
"ווען ביזטו צום ערשטען מאל געפארען?" פרעג איך איהם.
"כ'בין נישט. כ'האב נאר אמאל געוואלט פארען. יעצט 'וויל' איך 'נאכאמאל' פארען."
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:42 pm#55514
געפילטע פיש האט געשריבן:
לעב און לאך האט געשריבן:נאך עטליכע מינוט פרעגט ער פון זיין שכן וואו די ביה"כ איז. יענער האט אים מסביר געווען אז מען גיין ארויס פונעם לאבי, די דריטע טיר אויפן רעכטע זיין זענען די ביה"כ'ס.

דער בלינדער שלעפט זיך אזוי, ער טאפט אויפן וואנט און זיכט די צווייטע טיר. אבער בטעות איז ער אריין אינעם דריטן טיר, דארט איז געווען די שווים-באסיין, נאכן גייט עטליכע טריט פאלט ער אריין אינעם סווימינג פאל. נאך פאר ער האט זיך געקענט געהעריגע אריענטירן שטעקט ער ארויס זיין קאפ פון ווייסער און שרייט "איך בעט דיך, פלאש נישט"...

דיין מעשה מאכט נישט קיין סענס, די דריטע טיר איז דאך געווען די ביה"כ! פרעג איבער ווער ס'האט דיר דאס דערציילט, מ'סתם האט ער פארמישט די צווייטע מיט די דריטע, אדער איז ער סתם א ליגנער.



My mistake. Sorry. I fixed it already.
מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 8:32 pm#55885
The Blue Pigeon.


The Mayor of London was very worried about a plague of pigeons in the

City Centre.



He could not remove the pigeons from the city.



All of London was full of pigeon poop, the people of London could not

walk on the pavements, or drive on the roads.



It was costing a fortune to keep the streets and pavements clean.



One day a man came to the Town Hall and offered the Mayor a proposition.



'I can rid your beautiful city of its plague of pigeons without any

cost to the city. But, you must promise not to ask me any questions.

Or, you can pay me one million pounds to ask one question.'



The mayor considered the offer briefly and accepted the free proposition.



The next day the man climbed to the top of the Nelson's Column, opened

his coat, and released a blue pigeon.



The blue pigeon circled in the air and flew up into the bright blue London sky.



All the pigeons in London saw the blue pigeon and gathered up in the

air behind the bird.



The London pigeons followed the blue pigeon as she flew eastwards out

of the city.



The next day the blue pigeon returned completely alone to the man on

top of Nelson's Column



The Mayor was very impressed.



He felt the man and the blue pigeon had performed a wonderful

miraculous service to rid London of the plague of pigeons. Even though

the man with the pigeon had charged nothing, the mayor presented him

with a cheque for 1 million pounds and told the man that, indeed, he

did have a question to ask and even though they had agreed to no fee

and the man had rid the city of pigeons, he decided to pay the 1

million just to get to ask ONE question.



The man accepted the money and told the mayor to ask his ONE question.



The mayor asked:



'Do you have a blue Muslim ???
מאנטאג אקטאבער 29, 2012 2:13 am#56380
אין מעלות איז אמאל געווען א טיפער גוטס.

גרונם איז ארויף אויפ'ן באן, ער פארט האנדלען מסחר. טרעפט ער אן פונקט זיין קאנקורענט שמערל , ער פארט אויך האנדלען.

פרעגט גרונם שמערל'ן: קיין וואו פארט איר? "קיין מינסק" ענטפער שמערל.

אהא, זאגט גרונם, "איר זאגט אז איר פארט קיין מינסק ווייל איר ווילט איך זאל מיינען אז איר פארט קיין פינסק!, אבער פערצופאל ווייס איך טאקע אז איר פארט טאקע יא קיין מינסק, איז וואס'זשע זאגט איר ליגענט...?!?!"
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16