Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
770 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4117 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #66
דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:14 pm#89521
כ'האלט ס'איז פיין געשפילט, דער שיכור וואס הערט נישט אויף צו פלאפלען זיין דברי חכמה און געדענקט פון צייט צו צייט אז ער איז דא צו זאמלען געלט, מיטן ניכטערן בעה"ב וואס איז האלב נהנה און האלט זיך אונטער מיטן שיכור און האלב נערווירט.
דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 6:12 pm#89656
*A woman goes to the doctor, worried about her husband's temper.*
*The doctor asks: "What's the problem?*
*The woman says, "Doctor, I don't know what to do. Every day my
husband seems to lose his temper for no reason. It scares me."*
*The doctor replies: "I have a cure for that. When it seems that
your husband is getting angry, just take a glass of water and start
swishing it in your mouth. Just swish and swish but don't swallow it
until he either leaves the room or goes to bed and is asleep."*
*Two weeks later the woman comes back to the doctor looking fresh
and reborn.*
*The woman says: "Doctor, that was a brilliant idea! Every time my
husband started losing it, I swished with water. I swished and
swished, and he calmed right down! How does a glass of water do that?"*
*The doctor says: "The water itself does nothing. It's keeping your
mouth shut that does the trick...."*
זונטאג פעברואר 24, 2013 11:00 pm#90044
Ver geharget.
Got it from the 3 Stooges. Larry used to say it when making a toast. I thought it meant "Good Luck" or some typical toast saying. Had it engraved on a pewter mug for my buddy's wedding gift. Later found out it meant "Drop Dead". Ooooops!



מקור
דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:22 am#90334
A German doctor says, "Medicine in my country is so advanced that we can take a kidney out of one man, put it in another, and have him looking for work in 6 weeks." A British doctor says, "That is nothing; we can take a lung out of one person, put it in another, and have him looking for work in 4 weeks." A Canadian doctor says, "In my country, medicine is so advanced that we can take half a heart out of one person, put it in another, and have them both looking for work in 2 weeks." An American doctor, not to be outdone, says, "You guys are way behind...We just took a man with NO brain, made him President, and now the whole country is looking for work."
דינסטאג פעברואר 26, 2013 7:46 pm#90736
איינער איז ארום געגאנגען פורים נאך געלט מתנות לאביונים בו ברגע...
דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:10 pm#90745
די וועלט זאגט חזנים זענען נארנים, די וועלט זאגט פרויען זענען דעתן קלות, די וועלט זאגט אז פאפא׳נע זענען נארנים, נו איז טראכט אריין ווי קליג קען שוין זיין די פאפא׳נער חזן׳ס ווייב?
דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:24 pm#90751
אז מען רעדט שוין פון פאפא....
א סאטמערער וואלט געזאגט 'די סטעפס זענען גליטשיג', א באבובער וואלט געזאגט 'די שטיגן זענען סליפערי', און א פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטשט דערויף....
דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:29 pm#90819
אלס א פאפאנער אייניקל בינעך מוחה אויף די דזשאוקס.
מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:51 am#90832
שמעקעדיג האט געשריבן:אלס א פאפאנער אייניקל בינעך מוחה אויף די דזשאוקס.

האסט אפילו געכאפט די דשאוקס?
מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:21 am#90865
געווינער פון פאעזיע פארמעסט?
[youtube]http://youtu.be/h1-f9p4kmbg[/youtube]

m http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... 1-f9p4kmbg m
מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:04 am#90870
ווען מען וואלט גשאקעלט לולב אין דער היים, און געגעסען מרור אין בית המדרש וואלט דער מרור געקומען אין א זילבערנע פושקע, און דער אתרוג וואלט געווען אויף צרות
מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:05 am#90871
אז מען רעדט שוין פון פאפא....
מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:22 pm#91040
נוי יארק האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון פאפא....
א סאטמערער וואלט געזאגט 'די סטעפס זענען גליטשיג', א באבובער וואלט געזאגט 'די שטיגן זענען סליפערי', און א פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטשט דערויף....

פארקערט:
די פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטש, די סאטמארער וואלט הנאה געהאט, און די באבובער וואלט גענומען א פיקטשער.
מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:28 pm#91041
א עלטערע איד א גערע חסיד איז געקומען אמאל צופארן צום רעבין זי"ע אויף א שבת שובבי"ם איז ער געשטאנען ביי שלש סעודות שובבי"ם תורה און געהערט ווי די רבי פייערט און וויינט אויפ'ן "חטא הידיעה" האט ער שטילערהייט אריינגעמורמלט צו זיין חבר וועלכער איז געשטאנען פארנט פון אים, מיט א פראגע: זאג מיר, צו מיינט ער טאקע די מדינה?
מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:55 pm#91172
קאווע טרינקער האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון פאפא....
א סאטמערער וואלט געזאגט 'די סטעפס זענען גליטשיג', א באבובער וואלט געזאגט 'די שטיגן זענען סליפערי', און א פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטשט דערויף....

פארקערט:
די פאפא'נער וואלט זיך אויסגעגליטש, די סאטמארער וואלט הנאה געהאט, און די באבובער וואלט גענומען א פיקטשער.

דאס הייסט נישט פארקערט.
מוצ"ש מערץ 02, 2013 9:04 pm#91826
צוויי חבד'סקע חסידים האבן זיך געטענה'ט איבער א שטיקל אין תניא. קולות אויף די העכסטע טענער. איינער שרייט די ווארט איז חכמה בינה דעת, דער אנדערע שרייט קודם דעת נאכדעם חכמה בינה, ביז ס'געווען אזעלכע קולות כמעט ביז שלעגערייען. האט איינער געפלאצט און אנגעהויבן שרייען אויפ'ן צווייטן "דו אחור! דו רעדסט דאך אזעלכע שטותים, נישט דאס האט די רבי געמיינט דא, ווי קען מען זיין אזא אחור?"
זאגט דער צווייטער "א מינוט צוריק האסטו געהאלטן ביים קאפ - חכמה בינה דעת. וואו ביסטו אזוי שנעל אראפגעקראכן צום אחור?"
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:22 pm#92737
אז מ' רעדט שוין
kiryas joel.jpg
kiryas joel.jpg (119.47 KiB) געזען געווארן 1772 מאל

קרית יואל אזא באליבטע שטאט
מאנטאג מערץ 04, 2013 8:52 pm#92785
פארוואס זענען זיך מאנכע מורה היתר און וואטשן מאוויס אויפן פליגער ווען עס ווערט לאנגווייליג?
ווייל "תורה לא בשמים היא"
מאנטאג מערץ 04, 2013 8:56 pm#92787
אדער וועגן מ'איז מקיים "תשליך" בשעת מעשה.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:19 pm#92840
"Never believe what you read on the internet"
Abraham Lincoln--
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:21 pm#92842
יתכן ס'איז נישט קיין ווערטעל..
די וואך איז געווען געקלעפט צעטלעך אז ר' אביגדור מיללער האט פארלוירען א נגיד ווייל ער האט נישט געלאזט ארויפלייגן זיינע שיעורים אויף די אינטערנעט.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:23 pm#92844
עברעהעם לינקולן איז געשטארבן תרכ"ה, פסח צייט, דאן איז נאך קיין טעלעפאן נישט געווען
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:25 pm#92890
דאס וויכטיג'סטע עקספיריענס וואס כ'האב מיך געלערנט נאך אזויפיל יארן לערנען גמרא
אז איינער וואס הייסט ראובן, זאל קיינמאל נישט בארגען קיין געלט פון איינעם וואס הייסט שמעון.
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:27 pm#92892
גאלד האט געשריבן:עברעהעם לינקולן איז געשטארבן תרכ"ה, פסח צייט...

:lol:
דינסטאג מערץ 05, 2013 12:35 pm#93124
דער רבי ז"ל פלעגט דאך כסדר לערנען אין די בלויע גמרא...
מיטוואך מאי 08, 2013 4:44 pm#113117
זייענדיג אין מקוה היינט, שטייט נעבן מיר א איד אין בור, און נעמט זיך קט'נען מיט א רוהיגקייט.
וואס איז דאס?? פרעג איך אים.
"איך בין נישט זיכער אז ס'איז מ' סאה" ענטפערט ער מיר גלייכגילטיג.
מיטוואך מאי 08, 2013 5:31 pm#113145
אבער ס'דאך זוחלין!
מיטוואך מאי 08, 2013 6:26 pm#113170
דארף מען אריינגיין אין די הלכה צו ס' איז מעלין אדער פוסלין, וואס זאל איך טוהן אז ווען מיין זיידע לאורך ימים ושנים לערנט פאר נאך זיין טאטן בין איך ביזי מיט די קוזינס וואס מ' טרעפט נישט ווי גרויס דאס יאהר איז (די וואס קומען נאך)
מיטוואך מאי 08, 2013 7:46 pm#113189
גוים טראכטן א גאנצע טאג פון מיידלעך און געלט, אידען טראכטען פון פרנסה און שידוכים
מיטוואך מאי 08, 2013 11:06 pm#113267
. געווען אמאל א גרופע פייגלעך וואס זענען געפלויגן צו די ווארעמע לענדער, אינמיטן וועג איז איין פייגל שטעקן געבליבן אין א פעלד, עס איז געווען זייער קאלט, דער פייגל האט זיך פרובירט אנצוווארמען צווישן די גראז, אזוי זיצענדיג איז א קוה אדורך געגאנגען' האבענדיג שרעקליכע בויך ווייטאג, האט זי זיך אויסגעמאכט א בערגל שיט אויפ'ן פייגל ארויף, דער פויגל איז געווארן זייער פיין אנגעווארעמט אין זיך אינטער געזינגן א לידל.
שפאצירט זיך אדורך דער פוקס אין הערט א פייגל זינגען, איז ער נאכגעגאנגען דעם קול אין דערווישט דעם פייגל. ער האט ארויסגעגראבן דעם פייגל פון אונטער דעם הויפן צואה, אין זיך געמאכט א פיינע מאלצייט, עד כאן המעשה:
היוצא לנו מזה? דריי זאכן:
1) נישט יעדער וואס קאקט אויף דיר מיינט דיין שלעכטס.
2) נישט יעדער וואס נעמט דיך ארויס פין דרעק מיינט דיין גוטס.
אין די דריטע זאך איז, ווען די ביסט באקאקט "זינג נישט"
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:39 am#113296
גוט... מסתמא האסט עס געהערט פון ר' עזריאל'ן ביי שלהבת...
דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:10 am#113327
א ליובאוויטשער פזמון: משיח, הבטיח, שאם תאכל אבטיח, תפיח, ותעשה נחת רוח.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:17 am#113354
סאטמאר רבי זי"ע האט געהאט א ווייטע בליק ווען ער האט געזאגט אז די מדינה גייט אונטערגיין. זאגט מיר איינער היינט אז ווי לענגער די מדינה שטייט אלץ ווייטער ווערט די בליק.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:18 pm#113440
איך ווייס נישט ווי עס קומט לייג איך עס דא,

הה הלפיד הזה, נורא ואיום.באמת עולה 34 שח חפיסת פרלמנט! כוסעמקק.
שיתקע במעלית עם מוזס.
שאשתו תקבל מחזור בדיוק כשהוא יגיע לחופשה בצימר.
שיניח תפילין בתשעה באב בשחרית.
שיתדלק בנזין במקום סולר.
שיקבל שילשול ביום חופה של הבת שלו.
שיהיה עננים ויפסיד קידוש לבנה.
שבטשולנט במקום בשר יהיה גרון הודו מפורר.
שבסוף הכוס של ברכה במוצ"ש ייגמר המיץ ענבים.
שיקרעו לו המכנסים ב״היו כורעים ומשתחווים.
שישכח יעלה ויבוא בחול המועד.
שישכח ספירת העומר ביום הראשון.
שכשהוא עושה את זה עם בנט הוא ישים במקום ואזלין ישים בטעות דבק נגרים.
שיעשה הגבהה ויפול לו המכנסיים.
שיקבל טרופית בלי קש.
שבסופמרקט יהיו טיטולים רק מהמידות שהוא לא צריך.
שיאכל זית עם גרעין מקופסת זיתים ללא גרעינים.
שידליק את הצד השני של הסיגריה בקופסה האחרונה לפני כניסת שבת.
שבשניה לפני העלאת הסטטוס ייכבה המחשב.
שכשייסים לאכול אפיקומן יעירו לו שצריך בהסיבה.
בבדיקת חמץ שימצא רק 9 פרורים.
בשבועות שירדם באמצע תיקון ליל שבועות ולא יספיק את המקווה.
שיתחילו תפילת שמונה עשרה מאחוריו בדיוק לפני שמסיים.
שבסעודה מפסקת יהיה לו ביצה בלי אפר.
במנת קינוח כשהוא כבר עם הכפית ביד ,מישהו לידו יגיד 'יש פה שאלה על הברכה'.
שיאכל קילו חמניות והאחרון יהיה רקוב.
שישתה בקבוק פפסי ולא יצליח להוציא גרבס.
שיתקע בג'ונגל עם קופסת סיגריות שקנה ב35₪ בלי אש.
שיכבו לו הנרות שבת דקה אחרי השקיעה.
שייגמר לו הקפצונים בדיוק בהמן.
שיפתח ת׳דלת בשפוך חמתך
ואליהו הנביא יעמוד שם.
שייתקע בלי סידור בקידוש של יו״ט בבוקר.
שחוק מרפי ילווה אותו צמוד לאורך שנותיו.
שבהושענעס׳ יביא 4 מינים.
שייפול לו הפיטום של האתרוג באמצע הברכה.
שיעמוד לו תמיד.
ושלא יעמוד לו לעולם...........
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:25 pm#113448
שאשתו תקבל מחזור

פארוואס האט זי נישט באקומען אלץ כלה..........?
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:36 pm#113461
עס מיינט די מאחורי'דיגע מחזור ודו"ק.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:37 pm#113462
מיינסט אז קאווע שטיבל ווייסט נישט?
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:39 pm#113463
דער קען גוט שעלטן און איז נישט קיין קליינע מנוול. קאוועלע, דאס האסטו פארשטאנען? 'שכשהוא עושה את זה עם בנט הוא ישים במקום ואזלין ישים בטעות דבק נגרים'
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:40 pm#113465
שיעמוד לו תמיד.
ושלא יעמוד לו לעולם...........
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:42 pm#113466
ראש כחול יש לו.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:51 pm#113470
טאמבל סאס האט געשריבן:. געווען אמאל א גרופע פייגלעך וואס זענען געפלויגן צו די ווארעמע לענדער, אינמיטן וועג איז איין פייגל שטעקן געבליבן אין א פעלד, עס איז געווען זייער קאלט, דער פייגל האט זיך פרובירט אנצוווארמען צווישן די גראז, אזוי זיצענדיג איז א קוה אדורך געגאנגען' האבענדיג שרעקליכע בויך ווייטאג, האט זי זיך אויסגעמאכט א בערגל שיט אויפ'ן פייגל ארויף, דער פויגל איז געווארן זייער פיין אנגעווארעמט אין זיך אינטער געזינגן א לידל.
שפאצירט זיך אדורך דער פוקס אין הערט א פייגל זינגען, איז ער נאכגעגאנגען דעם קול אין דערווישט דעם פייגל. ער האט ארויסגעגראבן דעם פייגל פון אונטער דעם הויפן צואה, אין זיך געמאכט א פיינע מאלצייט, עד כאן המעשה:
היוצא לנו מזה? דריי זאכן:
1) נישט יעדער וואס קאקט אויף דיר מיינט דיין שלעכטס.
2) נישט יעדער וואס נעמט דיך ארויס פין דרעק מיינט דיין גוטס.
אין די דריטע זאך איז, ווען די ביסט באקאקט "זינג נישט"


די 4'טע זאך וואס מ'קען זיך ארויסלערנען איז, אלעס וואס מ'טוט קומט צוריק. מר. פייגל, אז איר האט א פריוועליגיע פון פליעהן אין די לופטן, מיינט נאך נישט אז דו קענסט קאקן אויף דעם מענטשהייט פון דערהייעך ווען אומער עס דריקט דיר, און שיקן אונזערע קארס וועכענטליך פאר אן איבערוואש. מיר האבן די קאנעקשענס מיט די חיות און בהמות, און אפילו מיר שווייגן מיט סבלנות געווענדליך, וועלן מיר זעהן אייך מסדר צו זיין איינס און א גוטס.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:54 pm#113551
מעודי תמהתי אויף די וואס מאכן מעשיות און דערנאך זעצן זיי זיך ארויסלערנען דערפון...

כ'האב געזעהן א ביכל פון מאיר ברוך שטיין 'דער אייביגער קוואל', עכ"פ האט ער דארט א משל באריכות גדול ונורא, עטליכע בלעטער, א פוקס איז אנטלאפן פון א לייב, אזוי אינמיטן לויפן איז ער אנגעקומען צו א וואנט וואס ער האט נישט געקענט אריבער-שפרינגן, האט ער מחליט געווען אז ער וועט שפילן ווי ער איז טויט, וכך הוי, ווען דער לייב איז אנגעקומען האט ער געטראכט אז די ציין פון א טויטע פוקס איז דאך מסוגל איינצושלאפן האט ער איהם אויסגעריסן די ציין.

שפעטער איז אנגעקומען א וואלף, איהם איז געפאלן די וויידל, האט ער עס אפגעביסן און דער פוקס האט ווייטער געשפילט טויט, וכו' וכו', צום סוף האט איינער איהם געוואלט אראפנעמען די הויט, האט דער פוקס געזעהן אז עס איז כלו כל הקיצין, האט ער זיך צוזאמען-גענומען אלע כוחות און געגעבן א שפרינג איבער די וואנט.

שטעלט הרב שטיין א מורא'דיגע קשיא, אויב האט דער פוקס נישט געהאט די כוחות אין אנפאנג אריבער-צושפרינגן די וואנט, ווי אזוי האט ער עס באוויזן ווען ער האט שוין נישט געהאט א וועג ארויס? פון דעם זעהט מען, פיהרט הרב שטיין אויס מיט פאטאס, אז אויב וכו' וגו'.

עס איז אבער זייער אינטערעסאנט, ווייל אין מיין דמיון האט די מעשה זיך גענדיגט גאר אנדערש, דער פוקס האט נעבעך פראבירט מיט אלע כוחות אריבער-צושפרינגן די וואנט, אבער וויפיהל ער האט נאר פראבירט איז עס נישט געגאנגן, און ער האט געהאט א שרעקליכן סוף.

איך האב זיך נאכנישט אוועקגעזעצט ארויסצולערנען עפעס פון דעם.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:00 pm#113583
@ונבנתה
מ׳האט אמאל געפרעגט דעם דובנער מגיד פון ווי טרעפט ער אלץ אזאליכע גוטע משלים צו יעדן נמשל.

האט ער געענפערט מיט א משל... ס׳אמאל געווען א גוטער ציל שיסער וואס אלץ איז אים געלונגען דער פייל פונקט אינמיטן די קלענסטע רינגעלע.

האט מען אים געפרעגט וויאזוי קענסטו אייביג אייביג שיסן פונקט אין ציל ? האט ער געענפערט עטץ זענטס א באנדע בטלנים! קודם שיס איך..דערנאך רינגל איך ארום די רינגעלע ארום דעם פייל... האט דער דובנער מגיד אויסגעפירט קודם האב איך א נמשל דערנאך פאס איך צו א קאסטאם מעיד משל צום נמשל
דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:36 pm#113694
מצוה צעטיל אין דער נאנטער צוקונפט m https://docs.google.com/forms/d/1wwvS6a ... form?pli=1 m
דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:59 pm#113700
תשפ"ט? דאן וועט זיין אן APP
די צעטעל איז גוט פאר תשע"ד..
דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:19 pm#113701
מוועט שוין נישט גדענקען וואס גוגעל אדער עפל זענען אמאל געווען , איינער גדענקט נאך aol?
זונטאג מאי 12, 2013 2:02 am#114083
ס'איז באקאנט אז ווען א מענטש קומט אן צו די 'צן יארן "אנטוויקלט" זיך זיין קערפער און אלס רעזולטאט וואקסט א בארד, און ליידער ווען מ'זעהט אמאל עמיצן אין די יארן אן א בארד טראכט מען אז ער וועט נעבעך דארפן צוקומען צו הילף.

זאגט מיר איינער, אז פארדעם האבן טאקע גוים ווייניג קינדער (אזוי ווי מיין מלמד פלעגט זאגן, דער אייבישטער האט געמאכט די נאטור אז אידן האבן מער קינדער) און ראי' לדבר, אז די מוסלומענער זענען אויך קינדער געבענטשטע פאמיליעס.
זונטאג מאי 12, 2013 2:58 am#114098
ובדרך זו אפשר לפרש, וויבאלד אידן רירן נישט דאס בארד קיין כי הוא זה, באווייזן זיי אזעליכע פאמילעס פון איין ווייב.
משא''כ די מוסלאמענער, וואס שניידן די בארד למחצה לשליש ולרביע, דארפן צוקומען צו א טרעילאר ווייבער, בכדי צו שטיין אין שפיץ פון אזעלעכע פארצווייגטע פאמיליעס.
זונטאג מאי 12, 2013 4:03 am#114121
פארוואס קען מען מצרף זיין א חומש צו מנין ?
חזקה שיש בה שתי שערות.
מאנטאג מאי 13, 2013 1:53 pm#114652
--