כתר מלכות האט געשריבן:@טאמבעלע, ווען ער שרייבט דאס ווען אויף יודיש יונגל ווער וואלט ווען געשריגען ראסיזים?
האט ער עס געשריבען אויף א שחור, און ב״ה א מחאה האט נישט געשפעטיגט צו קומען. ושחור על ישראל.
הייסט דאס שפירסט ס'איז באקוועמער דעם תולה את קללתו על אחרים? אונז אידן זעמער באקאקט פינאנציעל, מ'האמער זירא עדוקעישן, מ'וואוינען אין די טייערסטע געגענטער, מ'צאל מער (נישט) שכר לימוד פאר א דאזען קינדער, און פוד סטעמפס לא יושיענו. (שנעל רעכן אויס עטליכע גבירים, כלומר: פרעג מיך אפ) און ווען מיר זיפעצן אויף אונזער אייגענע פראבלעמען, איז גענוי ווי מ'שמועסט דורך שטוב פראבלעמען, צווישן משפחה. מ'דערקלערן נישט מלחמה, מ'באשמוצן נישט כלל ישראל לעיני העמים, מ'שמועסט אויס הויעך אונזער (מיינע-דיינע) פראבלעמען. "בתוך עמי אנכי ישבת" איז א ביטערן מציאות מער ווי א שיינע פראז. לאז דעם שווארצן (טאקע דא גענוג פון זיי) זיך בייזערן אויפן שווארצן געמיינדע, (המבלי אין קאווע שטיבלעך בתוך כל מחנה ומחנה לבית אבותם, עם ועם כלשונם) און אונז וועלן אויסשמועסן אונזער פראבלעמען. איך פארשטיי אז ס'איז דא א שוואכקייט צווישן היימישע צו יענעמס געפילן. ראסיזם מרקד במחנינו אויף זייער א מיאוס'ן לעוועל, אבער דאס איז שוין ווייטער א חלק פון "אונזערע" פראבלעמען (סארא סעלף העיטינג דזשו, ניין?) וואס מ'קומער דא אינעם ווירטואלן קהילה זיך אויסרעדן.