Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
770 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4117 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #66
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:08 pm#295147
דא פלעגט מען זאגן פאר אזא איינעם, טוישט די בעטעריס.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:00 am#298400
צוויי ליובאוויטשער חסידים וועלכע זענען געווען שותפים אין לייגן רינגלעך פאר באן שינעס האבן געהאט א סיכסוך, זענען זיי געקומען צום רבי'ן רש"ב, נאכ'ן אויסהערן זאגט דער רבי: די עיגולים זעה איך, אבער וואו איז יושר...

--------

איינער קומט אריין צום פסיכיאטער מיט א בהלה שרייענדיג קולי קולות אז ס'איז צרות ווי א בארג.

פסיכיאטער: שא, שא, בארואיג זיך.

שרייעט ווייטער.

"בארואיג זיך, זעצט זיך אוועק און הויב אהן פון אנפאנג".

"אין אפאנג האב איך באשאפן די הימל און די ערד"...
זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:00 pm#298610
מען האט געברענגט אן עלטערע איד אין געריכט אריין, אויפן באשולדיגונג אז ער האט גע'לקח'נט א טשיקן. ער האט נישט פארשטאנען קיין ענגליש, האט מען אים צוגעשטעלט א דאלמעטשער.

דאלמעטשער: מען באשולדיגט אייך מיטן גנב'ענען א טשיקן.

איד: איך האב גע'גנב'עט א טשיקן?

דאלמעטשער: ער זאגט אז ער האט גע'גנב'עט א טשיקן.

ריכטער: פארן האט ער גע'גנב'עט די טשיקן?

דאלמעטשער: פארוואס האט איר גע'גנב'עט די טשיקן?

איד: איך דארף א טשיקן?

דאלמעטשער: ער דארף א טשיקן.

ריכטער: אויף וואס דארף ער א טשיקן?

דאלמעטשער: אויף וואס דארפט איר האבן א טשיקן?

איד: איך דארף א טשיקן אויף כפרות.

דאלמעטשער: ער דארף א טשיקן אויף יום טוב.

ריכטער: וואס וויל ער, פופציג פונט פיין, אדער צוויי וואכן ארעסט?

איד: פיין, איך וועל נעמען די פופציג פונט.

ריכטער: אה, הייסט ער איז אן אויבער חכם, ער וועט קריגן צווי וואכן "הארד לעיבאר"!

דאלמעטשער: איר קריגט צוויי וואכן הארטע לעיבאר.

איד: איך קען שוין נישט עסן הארטע לעבער, איך בין שוין אן עלטערע איד, אפשר איז שייך איינצוטוישן אויף א שטיקל פלאנקען...
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 8:21 am#298673
ברוך הבא לבית דין של מעלה - שם בבקשה?
-ברקוביץ.
מה עשית בחיים?
- הייתי איש חסד, מנהל סמינר ידוע. חבר וועד הצדקה.
טוב אתה בגיהינום.
-מה??? לא מגיע לי גן עדן???
מגיע, אבל אין מקום.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 11:07 am#299120
שאלה: באיזו מדינה מהירות הקול גבוה ממהירות האור?
תשובה: ארץ ישראל.
מדוע: כי רק בישראל נשמעות צפירות המכוניות עוד לפני שהרמזור מתחלף. :D
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 11:12 am#299122
אן אלטער ליטווישער מגיד האט מעורר געווען צו תשובה: "רבושי, ש'קומט שוין שעפטעמבער, ש'איז צייט תשובה צו טון, דער שטן דרייט זיך ארום און איז משתין אויף יידישע קינדער."
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:47 pm#300225
כפרות צענטער אין בארא פארק זוכט א טיכטיגיכער אינגערמאן
וואס "טויג אויף כפרות״
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 1:16 am#300239
איך זאג פאר מיין ווייב אז איך וויל פארן צו אומאן, זאגט זי מיר: פאר געזונטערהייט, אבער זיי דארט מתפלל פאר א גוטע זיווג...
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 1:20 am#300240
Re: מילתא דבדיחותא
כהאב עס געהרערט שבת אין ביהמ״ד כהאב נישט געוויסט אס די מעשה איז געווען מיט דיר
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 2:44 pm#300321
איך האב זיך דערמאנט פון שש משזר'ס חתימה א אלט ווארט
פארוואס איז דא א גדר ארום א בית החיים? ווייל מען הרג'ט זיך אריין צוגיין
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:31 am#300432
c/p
איך גיי ר"ה אין מירון, סוכות אין מעזיבוש, שבועות אין אומאן, און ל"ג בעומר אין ראדאשיץ. שטן, דו ווייסט נאך וויאזוי דו הייסט?
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:11 am#300444
>
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 8:34 am#300458
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 12:23 am#300816
ס'הייבט זיך אן די סיזען, קיינער האט נישט קיין אהנונג וואס מ'וויל. מיין חבר זאגט מיר ער איז געווען פריער ביי סערטיפייד לאמבער, האט איינער געבעטן ״דינע 2x4s״...... נאכדעם איז אריין געקומען א צווייטער חכם און געבעטן hookers פאר די סוכה.....
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 2:51 pm#301101
גוט, איך בין שוין מסכים, אז רב נחמן האט געהייסען אז איעדער זאהל גיין ראש השנה צו אומן...

ווען האט ער אבער געהייסען אז זיי זאלען צוריק קומען?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 2:54 pm#301102
***בשורה טובה***

די הייליגע גראז וואס וואקסט לעבן דעם ציון פון רב נחמן, וואס מאכט פארגעסען די עבירות וועט מען קענען קויפ'ן דא אין ברוקלין...

דא הייסט עס... מאריוואנא
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 2:56 pm#301103
למדן האט געשריבן:ס'הייבט זיך אן די סיזען, קיינער האט נישט קיין אהנונג וואס מ'וויל. מיין חבר זאגט מיר ער איז געווען פריער ביי סערטיפייד לאמבער, האט איינער געבעטן ״דינע 2x4s״...... נאכדעם איז אריין געקומען א צווייטער חכם און געבעטן hookers פאר די סוכה.....

'האמ-דיפאו' האט טאקע יעצט געמאלדן אז זיי זענען שוין אויסגעלאפען פון the thing for the thing for the thing...
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 3:31 pm#301111
א איד קומט צום רב און בעט איהם אז ער זאהל איהם געבקן א תיקון און ווייזען ווי אזוי תשובה צו טוהן.
און וואס איז שוין דיין חטא? פרעגט דער רב
זאגט ער, איך האב נישט געבענטשט
און פארוואס נישט? פרעגט דער רב
זאגט ער, ווייל איך האב זיך נישט געוואשען
פרעגט דער רב און פארוואס נישט?
ענטפערט ער, ווייל איך האב געגעסען אין א טריפה רעסטאראנט
פרעגט איהם דער רב, האסט נישט געקענט טרעפען א כשר רעסטאראנט?
ענטפערט ער, ווי קאן איך טרעפען א כשר רעסטאראנט וואס איז אפען יום כיפור?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 3:35 pm#301112
זיצט זיך א רב און גרייט צו זיין כל נדרי דרשה. ער שרייבט און מעקט, און שרייבט און מעקט.

פרעגט איהם זיין זוהן, טאטי, ווי אזוי ווייסטו וואס צו שרייבן און דיין דרשה?

זאגט ער, וואס הייסט? דער באשעפער זאגט מיר פונקט וואס צו זאגען.

פרעגט איהן זיין זוהן, און פארוואס מעקסט דו אויס אפאר זאכען?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 5:37 pm#301138
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:גוט, איך בין שוין מסכים, אז רב נחמן האט געהייסען אז איעדער זאהל גיין ראש השנה צו אומן...

ווען האט ער אבער געהייסען אז זיי זאלען צוריק קומען?

בדיחה טובה, אבל בבקשה קצת רגישות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 7:27 pm#301150
א ברעסלעווער אידל האט זיך געטראפן אין א וויכוח מיט א צווייטן. הלמאי די דארפסט דיינע לאנגע פיאות פאר די שלעפ אקציע פון גיהנומ'ישער פייער, עס שטייט דאך שוין אז אברהם אבינו וועט ארויס שלעפן פון גיהנום יעדער וואס איז א שומר ה....
יא יא, זאגט ער אים צוריק; פון ווי איז אבער לייכטער מען זאל דיר ארויס ציען.
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 1:03 am#301196
איך האב א סימפל מעטאד וויאזוי צו זעהן א יעדעמס age.

ס'איז א פשוטע שאלה: ווער ווייסט? וויפיל קינדער זאגן ברכות?

(הינט: קוק נאך אין די כגעדענק שוין ניטאמאל די נאמען פון יענע סידור, דאכט זיך מיר ס'הייסט עפעס אזוי ווי "שמחה ואורה"... תשנ"ד)
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 11:28 am#301219
Re: מילתא דבדיחותא
בערל קליין איז מחדש, ווען איינער וויל נישט ארבעטען גייט ער אויף סטרייק. וויאזוי זאגט מען ווען אסאך מענטשען ווילן נישט ארבעטען '' סטראקעס ''.

.
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 11:28 am#301220
Re: מילתא דבדיחותא
הוא היה אומר
פארוואס איז תקיעת שופר א חכמה ואינה מלאכה.
חכמה ווייל סהאלט די פרויען שטיל א האלבע שטונדע.
א מלאכה איז עס נישט, אויב יא וואלטן די רעבעס נישט געבלאזן.

.
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 1:53 pm#301245
פארוואס פארט מען קיין אומאן ראש השנה?
ווען איינער האט א קארט קעיס איז דא צוויי וועגן זיך צו פטר'ן, אדער מיט טייערע לויערס אויפצוקלערן די אומשילד, אדער זיך צו דערקלערן משוגע,
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 3:02 pm#301264
אדער צו אנטלויפן.
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 3:02 pm#301265
Jewish diet
The Yo-Yo Diet Guide to the Jewish Holidays
Rosh Hashanah - Feast
Tzom Gedalia - Fast
Yom Kippur - More fasting
Sukkot - Feast
Hashanah Rabbah - More feasting
Simchat Torah - Keep feasting
Month of Heshvan - No feasts or fasts for a whole month. Get a grip on ourselves.
Hanukkah - Eat potato pancakes
Tenth of Tevet - Do not eat potato pancakes
Tu B'Shevat - Feast
Fast of Esther - Fast
Purim - Eat pastry
Passover - Do not eat pastry
Shavuot - Dairy feast (cheesecake, blintzes etc.)
17th of Tammuz - Fast (definitely no cheesecake or blintzes)
Tish B'Av - Very strict fast (don't even think about cheesecake or blintzes.)
Month of Elul - End of cycle. Enroll in Center for Eating Disorders before the High Holidays arrive again.


source: http://www.jokebuddha.com/Cheesecake#ixzz3m7OOG6Kn
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 3:30 pm#301268
הייסע חסיד האט געשריבן:איך האב א סימפל מעטאד וויאזוי צו זעהן א יעדעמס age.

ס'איז א פשוטע שאלה: ווער ווייסט? וויפיל קינדער זאגן ברכות?

(הינט: קוק נאך אין די כגעדענק שוין ניטאמאל די נאמען פון יענע סידור, דאכט זיך מיר ס'הייסט עפעס אזוי ווי "שמחה ואורה"... תשנ"ד)


נישט שמחה ואורה, ס'איז געווען סידור "תפלת יעקב" און "קול יעקב"
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 3:47 pm#301273
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
Jewish diet
The Yo-Yo Diet Guide to the Jewish Holidays
Rosh Hashanah - Feast
Tzom Gedalia - Fast
Yom Kippur - More fasting
Sukkot - Feast
Hashanah Rabbah - More feasting
Simchat Torah - Keep feasting
Month of Heshvan - No feasts or fasts for a whole month. Get a grip on ourselves.
Hanukkah - Eat potato pancakes
Tenth of Tevet - Do not eat potato pancakes
Tu B'Shevat - Feast
Fast of Esther - Fast
Purim - Eat pastry
Passover - Do not eat pastry
Shavuot - Dairy feast (cheesecake, blintzes etc.)
17th of Tammuz - Fast (definitely no cheesecake or blintzes)
די ניין טעג יום טוב (קרעדיט: מגיד מישרים הרב לייביש ליש)
Tishah B'Av - Very strict fast (don't even think about cheesecake or blintzes.)
Month of Elul - End of cycle. Enroll in Center for Eating Disorders before the High Holidays arrive again.


source: http://www.jokebuddha.com/Cheesecake#ixzz3m7OOG6Kn

ATUB @רויטע וואנצעס ATUB , איין זאך האבן זיי פארגעסן, די 9 (8) טעג יום טוב וואס מען עסט נאר מילכיגס....
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:25 am#301346
Re: מילתא דבדיחותא
ק/פ
דאס כח פון א אידישע פינגער!

טויזענטער פינגער הייבן זיך טעגליך אין גארנישט, קיינער רעדט נישט דערפון. קומט זיך א אידל, גיט א הייב דעם פינגער אין בפ און ס'ווערט אן איבערקערעניש אין אלע עולמות.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:44 am#301656
אזוי ווי מען פירט זיך צו נעמען ערב יוהכ"פ פונעם שמש מזונות, אז אויב איז באשערט צו נעמען איבערן יאר זאל מען מיט דעם אפקומען,
אזוי שלאגט מען כפרות בין כסא לעשור, אז אויב איז באשערט צו שטארבן מיט א מיתה משונה ח"ו זאל דאס אויסגיין אויף די טשיקן וואס שטארבן נעבעך אויף קידוש לבנה.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:59 am#301658
טאקע די מנהג פון טיילן מזונות ערב יום כיפור איז ביי טייל קהלות די סיבה: ווייל אויב ס'באשערט צו "טיילן" דורכן יאר זאל מען אפגעקימען מיט דעם...
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:00 am#301659
מליבא לפומא לא גליא
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:43 pm#302575
א מעשה שהיה.

שומשי ג' א אידל א מוצלח געריבן ווי אייזן, א פרייליכער ביז גאר, אבער א פארשלעפטער קרענק.

עטליכע יאר צוריק סוכות אויפדערנאכט, ווי זיין פארשלעפטקייט, האט ער נאכנישט געהאט ארויף געברענגט א בעט פונעם בעיסמענט צו שלאפן, ער איז אראפ געגאנגען אין בעיסמענט ברענגן א בעט, ער האט אויספרובירט עטליכע מאטראצן ביז ער האט געפונען מה שגופו רוצה.

סוכות אינדערפרי זיין ווייב גייט אריין אין סוכה, אבער שמשי איננו, זי שטייט אינגאנצן פארלוירן און ווייסט נישט וואס דאס מיינט, נאך א לענגערע זוך אקציע, איז זי אנגעקומען אין בעיסמענט, און 'נישט מער און נישט וויינבערגער' ער ליגט אויסגעצויגן מיט די שמונה בגדים פארזינקען אין א שינה עמוקה ורעננה.

עס איז דא נאך צענדליגער אזאנע מעשיות פון אים, ועוד חזון.
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 5:51 pm#302605
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:א מעשה שהיה.
עס איז דא נאך צענדליגער אזאנע מעשיות פון אים, ועוד חזון.

אויב איז טאקע דא אסאך אזעלכע מעשות פון אים לוינט זיך אפשר צו עפענען א ספעציעלע אשכול איבער אים...
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 8:38 pm#302615
אויש איך האב נישט געוויסט אז איינער ווייסט דערפון, זאג נאר איך האב נישט געוויסט אז מיין שכן ....................... איז גאר דו ניק דער געוואקטער יונגעל............. אויש גילו
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 11:39 pm#303676
דער פאטאשאפ ספעציעליסט האט שוין ווייטער אויפגעמעסט! הרב כ״ץ האט צוויי לינקע הענט, איינס כאפט אן רז״ל און איינס הענגט אויף אראפ.
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 12:12 am#303680
מילתא דבדיחותא
עזריאל האט געשריבן:דער פאטאשאפ ספעציעליסט האט שוין ווייטער אויפגעמעסט! הרב כ״ץ האט צוויי לינקע הענט, איינס כאפט אן רז״ל און איינס הענגט אויף אראפ.
פין ווי איז די בילד?
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 12:31 am#303683
מיר קוקט אויס אז דער וואס שטייט פון אונטען זיין האנט איז דער וואס הענגט

פארוואס זאל מען וועלן פאטא שאפן א האנט?????
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 12:50 am#303685
מילתא דבדיחותא
יהושע חיים האט געשריבן:מיר קוקט אויס אז דער וואס שטייט פון אונטען זיין האנט איז דער וואס הענגט

פארוואס זאל מען וועלן פאטא שאפן א האנט?????
בילד
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 12:54 am#303686
Re: מילתא דבדיחותא
יישר כח פארן פעסט שטעלן מיין טעאריע

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 1:10 am#303689
יהושע חיים האט געשריבן:מיר קוקט אויס אז דער וואס שטייט פון אונטען זיין האנט איז דער וואס הענגט

פארוואס זאל מען וועלן פאטא שאפן א האנט?????


C/P
דע גאנצע פאטאשאפ פייט האט זיך אנגעהויבן עטליכע יאר צוריק ביי כ"א כסלו ביים הגה"ק ווי די בלאט וועלנדיג אנפילן דעם אויבנאן האט געשטיקלט פנימער אבער מחמת חוסר זמן איז איין פרצוף געבליבן הענגן בין תנור לכיריים אויפן סאמען צענטער פונעם הענגעדיגן טישטוך וואס פארדעקט די ירכיים פון די אויבנאן עדיקטס, די געשטיקלט בילד איז געווען אזוי אבוויעס אז סיגעווען בושות, זינט דאן ביים זייט וואס "ס'גייט זיי נישט אן קיינעם חוץ זייער רבי" יעדע מאל נאך א מסיבה ביים ברודער פארדעקט מען זיך די אויגן, מפארשטאפט זיך די אויערן, און משרייט בקול גדול פאטאשאפ, פאטאשאפ, פאטאשאפ ג"פ חו"ק און מ'האפט אזוי ממתיק צו זיין די דינים
מיטוואך אקטאבער 21, 2015 11:06 pm#305526
Re: מילתא דבדיחותא
c/p
‏השבוע: מדוע אברהם אמר לישמעאל ולאליעזר "שבו לכם עם החמור..." ולא סיפר לאן הוא הולך? כדי שישמעאל לא יעשה מהומות כשישמע שאברהם עולה להר הבית
דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:33 am#306314
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס האבן זיך די מלאכים וואס זענען געקומען צו אברהם זיך פארשטעלט ווי אראבער? ווייל ווער דען וויל חרוב מאכן א שטאט און ארץ ישראל אויב נישט די אראבער ( סדום )
דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:46 am#306315
אין ישראל האט מען ספעציעל אימפאטירט טאמאטן אז עס זאל קאסטן ביליגער צו מאכן א סאלאט, זענען ארויף די פרייזן פון די מעסערס.
דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:53 am#306316
אין די שוק "הקארדו" אין אלט שטאט קענסטו טרעפן מעסערס פאר גענוג ביליג.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 4:00 pm#306713
ווען מען האט געפרעגט צעהלימער רב פארוואס ער האט זיך געיאגט צו האבן די ספר ויואל משה ביי זיך אינדערהיים, האט ער גענטפערט בצחות: "עס איז א סגולה אויף שמירה"...
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 2:02 am#307795
Re: מילתא דבדיחותא
ImageUploadedByTapatalk1446703357.183475.jpg
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 9:18 am#307808
Re: מילתא דבדיחותא
די פיקטשער איז פון א אשכול דא אין שטיבעל!
ווער קען עס לינקען?
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 11:02 pm#307933
Re: מילתא דבדיחותא
יהודי אחד ממאנסי שהה במירון בימי ל"ג בעומר, וספרדי אחד שאל לו מה השם של בנו, הוא ענה 'לוי יצחק בן שרה סאשא', כי שם אשתו היתה 'שרה סאשא'.


ענה לו הספרדי וברכו: בקרוב תזכה לנחמן בן פייגא...