פארומס › מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3,900 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג מערץ 2, 2014 11:15 am#187787
דער (פינטעל) איד
וועלכע חודש רעדן פרויען דאס ווייניגסטע?
זונטאג מערץ 2, 2014 11:16 am#187788
דער (פינטעל) איד
דער (פינטעל) איד
וועלכע חודש רעדן פרויען דאס ווייניגסטע?
זונטאג מערץ 2, 2014 11:26 am#187795
נו, איז דאך ידוע, פעברואר.
עס האט די ווייניגסטע טעג פער חודש.
זונטאג מערץ 2, 2014 11:28 am#187796
זעסט קיינער האט נישט געוויסט חוץ דו
זונטאג מערץ 2, 2014 11:49 am#187804
דארפסט נישט יעדע דזשאוק צוהאקן אין צוויי, א שאלה דערנאך א תשובה. שרייב די דזשאוק און ווער אנטרינען.
זונטאג מערץ 2, 2014 11:52 am#187805
נאך איינס:

וועלכע BONE וועט א הונט קיינמאל נישט עסן?
זונטאג מערץ 2, 2014 11:59 am#187808
דער (פינטעל) איד
נאך איינס:

וועלכע BONE וועט א הונט קיינמאל נישט עסן?

Trombone

📎 Trombone.jpg
זונטאג מערץ 2, 2014 10:51 pm#187986
דאס דזשאוק קומט אפשר פון לעפי טעפי?
דינסטאג מערץ 4, 2014 8:42 pm#188648
יעצט זאגט מיר א איד אז פאריגע וואך איז געווען א אסיפה פאר מענער איבער צניעות, קומענדיגע וואך קומט אן אסיפה פאר פרויען איבער סוף זמן קריאת שמע...
דינסטאג מערץ 4, 2014 8:44 pm#188649
לאליפאפ
יעצט זאגט מיר א איד אז פאריגע וואך איז געווען א אסיפה פאר מענער איבער צניעות, קומענדיגע וואך קומט אן אסיפה פאר פרויען איבער סוף זמן קריאת שמע...

קיינער האט דיר נישט געזאגט

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/188272">viewtopic.php?p=188272#p188272</a><!-- l -->
דינסטאג מערץ 4, 2014 10:50 pm#188683
נו מחלוקת.... הערטס אויף אדער איך נעם ארויס דעם שטעקן.....
מיטוואך מערץ 5, 2014 10:14 am#188778
שמעקעדיג
נו מחלוקת.... הערטס אויף אדער איך נעם ארויס דעם שטעקן.....
מאנטאג מערץ 10, 2014 6:45 pm#189932
צוויי פרויען טרעפן זיך אויבן אין הימל

ערשטע פרוי: איך בין סערע, וויאזוי הייסטו?
צווייטע פרוי: איך בין סילוויע, וויאזוי זענט איר געשטארבן?

ערשטע פרוי: איך בין פארפרוירן געווארן צום טויט
צווייטע פרוי: אוי.. אוי.. וואספארא מיתה משונה

ערשטע פרוי: ניין גראדע איז נישט געווען אזוי געפערליך, כ'האב מיר אין אנהייב געשפירט זייער קאלט, אבער נאכדעם האב איך פשוט געשפירט ווי איך שלאף איין און כ'בין געשטארבן. וואס איז מיט אייך? וויאזוי זענט איר געשטארבן?

צווייטע פרוי: כ'האב געליטן א מאסיווע הארץ אטאקע ווייל כ'האב חושד געווען אז מיין מאן האט געטשיט, בין איך אהיימגעקומען פרי עם צו כאפן ביי די מעשה און למעשה האב איך עם געטראפן זיצן און קוקן TV, בין איך ארומגעלאפן אין די גאנצע הויז זוכן צו איך טרעף א פרעמדע פרוי, און כ'בין ארויף אין בוידעם און אראפ אין בעיסמענט, דורכגענישטערט דעם גאנצן הויז און גארנישט.. צום סוף בין איך געווען זייער פארמאטערט, געכאפט דעם הארץ אטאקע און געשטארבן.

ערשטע פרוי: טו בעד, ווען דו וואלטסט געזוכט אין פריזער וואלט מיר נאך ביידע געלעבט...
מיטוואך מערץ 12, 2014 1:21 am#190230
‏איך האב געהערט אז די עצרת איז געמאכט פאר די 100,000 משולחים וואס האבן זיך געפונען דא און זיך נישט געקענט באטייליגן ביים עצרת אין ירושלים...
C/P
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:46 am#190424
C/P
And it was in the days of Obamachashverosh, ruler of 50 states from Alaska until Wyoming. An e-invite was sent to all his contacts to join him at a party. He tweeted his wife to come wearing her crown and google glasses. She rejected the call. In a fury, he commanded Verizon to disconnect her wifi.

And so, Obamachashverosh needed a new first lady. Emails were sent throughout the land, “All suitable maidens must submit a Youtube Video of themselves; the one who his highness finds most worthy will become the new First Lady of the US.

Esther, however, who grew up in the house of Mordechai did not have internet in her home. However, she needed to work on her speech therapy courses so she went to her “frei” cousins house to go online. It was there that the moderators detected her and demanded her to send in her video.

Obamachashverosh liked Esther best. He filtered through all the other maidens of the land and downloaded Esther’s profile onto his Iphone.

And it came to pass that Mordechai hacked into a chat room and gained access to documents between Bigsan and Seresh who were plotting on committing identity theft with their president.

Mordechai posted the information on WikiLeaks and thus became listed on the Royal Website of those who the president would like to honor.


And it was after these events that Obamachashverosh appointed Hamas to be prime minister of his kingdom. Hamas immediately declared that everyone must like him on Facebook. When he tried to friend Mordechai the Jew, Mordechai did not respond. Hamas immediately plotted to remove, destroy and delete all the Jews health insurance in the land. Emails were sent out through the fastest servers, saying that on the thirteenth day of Adar, all Jews , men women and children on the same day would now be subject to obamacare. Mordechai and Esther immediately called for a Million Man March to pray for the annulment of the harsh decree.


That night, Obamachashverosh couldn’t sleep. He texted his servant to log on to his Royal Website. Although he tried avoiding the link which shared how Mordechai had saved the kings life, all other pages could not be displayed. Obamachashverosh decided he must honor Mordechai. After taking a poll, he orders Hamas to chauffeur Mordechai in the Royal Limo. During the parade, Hamas’s daughter, watching the entire event on her webcam, sends all her spam to the driver.


Hamas joins Esther and the kings WhatsApp group and it is there that Esther reveals her family circle on google+. Security arrest Hamas and he is hung on the fifty foot gallows he had ordered on E-bay.
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 8:02 am#190433
יין שרף
‏איך האב געהערט אז די עצרת איז געמאכט פאר די 100,000 משולחים וואס האבן זיך געפונען דא און זיך נישט געקענט באטייליגן ביים עצרת אין ירושלים...
C/P

גיב כאטש קרעדיט פאר'ן מקור
דינסטאג מערץ 18, 2014 9:04 pm#191199
איינער פרעגט מיר פארוואס נעמט אין סאטמאר אזוי לאנג צי ליינען די מגילה האט ער מיר געזאגט ווייל מען שטעלט זיך אפ קלאפן ביי יעדעס מאהל ווען מ'זאגט מדינה....
(fb)
דינסטאג מערץ 18, 2014 10:15 pm#191211
יי"ש: ייש"כ. כ'האב דיך געוואלט פרעיגן אויב דאס איז אייגנס ווען כ'האב באמערקט מיט פיצלעך "קידוש לבנה" אותיות דעם סי./פי.... 😕 😂 😎 😉 😠 😛 😳 🙄 😮
מיטוואך מערץ 19, 2014 1:51 pm#191312
מענין לענין זאגט מיר איינער אז ער האט אזוי אריינשפאצירט אין באבוב 48 זעהט ער ווי מען קלאפט נישט ביי המן נאר ביי מרדכי
קומענדיג אין 45 זעהט ער ווי דארטן קלאפט ביי מרדכי אויך נישט,
ביי איין מאל האט מען יא געקלאפט ביי דוד מרדכיייייייייייייייייי !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
מיטוואך מערץ 19, 2014 1:53 pm#191313
berlbalaguleh
יי"ש: ייש"כ. כ'האב דיך געוואלט פרעיגן אויב דאס איז אייגנס ווען כ'האב באמערקט מיט פיצלעך "קידוש לבנה" אותיות דעם סי./פי.... 😕 😂 😎 😉 😠 😛 😳 🙄 😮

איר זענט שוין אזוי אלט ר' בערל? איר האט נאך לייסענס?
ס'שטייט דארט FB
מיטוואך מערץ 19, 2014 2:06 pm#191314
אין די מגילה שטייט:

אחשוורוש האט געפרעגט המן וואס דארף מען טון מיט א מענטש אשר המלך חפץ ביקרו, האט המן געענפערט יביאו לבוש מלכות פונעם קעניג, א סוס אשר רכב בו המלך, און א כתר מלכות אשר ניתן בראשו,

בסך הכל האט המן גע'עצה'ט א קלייד, א פערד, און א קרוין.

שפעטער זעהט מען אז אחשוורוש האט געזאגט צו המנ'ן קח את הלבוש ואת הסוס כאשר דברת און ער דערמאנט גארנישט דעם כתר מלכות!?

מוז מען זאגן אז אחשוורוש האט אים געקענט איבערגעבן די לבוש און די סוס, אבער די קרוין.. דא האט ער מורא געהאט אז המן וועט הייסן אפשניידן די קרוין...
מיטוואך מערץ 19, 2014 2:44 pm#191326
דאס איז נישט קיין ווערטל. אין ילקוט שמעוני ברענגט ער א מדרש אז ווען אחשורוש האט געהערט אז ער דערמאנט די קרוין איז ער נשתנה צורה געווארן, און דעריבער האט המן מער נישט דערמאנט די קרוין ביים צווייטן פסוק ווען ער האט געזאגט: וְנָתוֹן הַלְּבוּשׁ וְהַסּוּס עַל יַד אִישׁ מִשָּׂרֵי הַמֶּלֶךְ הַפַּרְתְּמִים, דא האט ער שוין נישט גערעדט פונעם קרוין.

📎 444.JPG
פון די אנדערע זייט זעהט אויס אין מדרש רבה אז ער האט למעשה יא אנגעטוהן א קרוין פאר מרדכי.
אסתר רבה פ"י ד, ה.
[list]אמר ליה המן למרדכי לבוש הדין לבושא דמלכא, אמר לו מה את מבזה מלכות, אית בר נש לביש לבושא דמלכותא ולא סח. אזל בעא בלנא ולא אשכח, מה עבד אסר חרציה ועאל ואסחי, כיון דנפק אמר לו סב לביש הדין כלילא. אמר ליה מה את מבזה מלכותא, אית בר נש לביש כלילא דמלכותא ולא מספר. אזל בעי ספר ולא אשכח.

דבר אחר, ויקח המן את הלבוש ואת הסוס וגו'. אתא לגבי מרדכי ואמר, עמוד ולבוש, כמה ביש גדא דההוא גברא, אמש אני הייתי עסיק להתקין ליה צליבא, והקדוש ברוך הוא מתקין ליה כלילא. [/list:u]
מיטוואך מערץ 19, 2014 3:26 pm#191344
נאך שבת זכר וואלט בעצם געדארפט זיין שבת נקיבה, נאר משום צניעות ריפט מען עס אהן שבת פרה.
דינסטאג מערץ 25, 2014 9:06 am#192554
א מענטש אין ארץ ישראל זיצט אויפן הייוועי אין א שווערן טרעפיק.

גארנישט רירט זיך נישט אפילו א סענטימעטער. קיין שום דיירעקשן נישט.

פלוצלינג גייט דורך איינער צווישן די קארס און קלאפט אויף זיין פענסטער, ער עפנט אויף און באפאלט יענעם:
וואס גייט דא פאר? וואס איז דעי טרעפיק?

ענפערט אים דער מאן: טעראריסטן האבן פארכאפט יאיר לפיד, שי פירון און נפתלי בנט, און זיי בעטן אויסלייז געלט הונדערט מיליאן דאללער אדער באגיסן זיי די דריי מיט בענזין און צינדן זיי אונטער לעבעדיגערהייט, און אונז נעם מיר צאם נדבות דא פון אלע קארן.

פרעגט אים דער דרייווער: וויפיל גיבן רוב מענטשן?

המממ ענפערט דער קאלעקטער.. בערך א ליטער.
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 6:27 am#192992
דער פורים רב אין סאטמאר מאנטריאל האט געפרעגט:

ביידע סאטמארע רבי'ס זענען געווען אין בית שמש וויאזוי קען זיין אז איינער האט יא געזען קברים און איינער נישט?

ממה נפשך איז דא קברים פארוואס האט איינער נישט געזעהן? איז נישט דא וויאזוי האט איינער יא געזען?

נאר מוז זיין, האט ער געענפערט, אז זיי האבן באזוכט בית שמש ביינאכט. די רבי וואס איז געפארן מיט לעמפלעך האט געזען קברים, די רבי וואס איז געפארן אן לעמפלעך האט גארנישט געזען...
זונטאג מערץ 30, 2014 12:29 am#193356
שפאציר איך אריין אין בעקעריי פאריגען דאנערשטיק, און אזוי קלערענדיק וואסערע מזונות צו קויפן, מערק איך א נייע סארט קוכן ליגן אויפן פאליצע.
גיב איך א פרעג שלמה'לה דער בעקער, "זאג נאר שלמה, וואס איז דאס די נייע טארט דא אויפן פאליצע?
"אבאמא קעיק" ענפערט שלמה
"אבאמא קעיק? וואס איז דאס אבאמא קעיק?" פרעג איך מיט וואונדער.
שלמה גוט מיך א קוק אן מיט א שמייכל, און ענטפערט גלייך ווי א איד, מיא א פראגע.
"זאג נאר מאן דאמר, פון נאפאליען קעיק האסטו שוין אמאל געהערט?"
"זיכער!" ענטפער איך גלייך צוריק, באטראכטענדיג דעם נייעם טארט, וואס ענדעלט גראדע אביסעל צום נאפאליען קעיק
"נו" זאגט שלמה מיט א שמייכל, "דאס איז די זעלבע זאך, נאר מיט אנע אייער"
דינסטאג אפריל 1, 2014 10:04 pm#194189
א אלטר איד אריינגעקומען היינט אין 'טשעק קעשינג' און געפרעגט אויב מען כשר'ט שוין...
דאנערשטאג אפריל 3, 2014 1:42 pm#194547
אן אלטער איד לויפט אריין אין emergency room אין מאונט סייני און ער פרעגט צו ס'איז דא דא א טוילעט ער זוכט א טוילעט

רופן זיי זיך אן צו אים סארי אבער איר ווייסט ווי איר זענט ? דא איז אן עמערדנסי רום

זאגט ער זיי יא יא ס'איז אן עמערדנסי....
זונטאג אפריל 13, 2014 11:53 pm#196107
מ' עסט מצות אלס זכר אז פרעה האט נישט געלאזט די אידן ארויסגיין
מיטוואך אפריל 16, 2014 11:01 pm#196217
.
מיטוואך אפריל 16, 2014 11:53 pm#196220
ערב פסח איז פונקט ווי ערב סוכות, די שלאק ווערט פיניש די לעטסטע מינוט...
מיטוואך אפריל 16, 2014 11:57 pm#196221
א פרישע שטודיע פון א לאבאטאריום אין ארץ ישראל ווייזט אז מצה קען לעבן אין די מאגן פון א מענטש א גאנצע וואך אן עסן אין טרינקען, ער דארף סך הכל שעפן פרישע לופט יעדע פאר מינוט
דאנערשטאג אפריל 17, 2014 2:56 am#196237
נמחק
דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:49 pm#196322
📎 IMG-20140408-WA0004.jpg
דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:59 pm#196325
יארמע רב קען נישט פארשטײן פארװאס די יודען האבען געדארפט ארויסגײן פון מצרים פונקט אין אזא
ביזי צײט װי פאר פסח..
זונטאג אפריל 20, 2014 2:55 am#196496
איך האב גגעסן 2 מאל כורך, איינס פאר זֵכֶר למקדש כהילל, איינס פאר זֶכֶר למקדש כהילל...
זונטאג אפריל 20, 2014 12:43 pm#196554
למדן
מ' עסט מצות אלס זכר אז פרעה האט נישט געלאזט די אידן ארויסגיין
very funny but not on the heiliga mitzvah of matza
מיטוואך אפריל 23, 2014 12:41 pm#196686
במקום שבעלי תשובה עומדים וכו'
מיטוואך אפריל 23, 2014 4:41 pm#196798
היימישער ליטוואק
איך האב גגעסן 2 מאל כורך, איינס פאר זֵכֶר למקדש כהילל, איינס פאר זֶכֶר למקדש כהילל...

נאך א מזל ביי די מגילה און מצוות היום פון פורים, זוכסטו נישט יוצא צו זיין אלע שיטות. אפשר יא. איך האב געהערט איינעם הויך זינגען אום פורים. כ'האב געמיינט אז ס'איז צוליב "עד דלא ידע". אבער ס'מעיגליך ער וויל יוצא זיין ביידע שיטות, ווי ס'שטייט אין די מגילה... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
מיטוואך אפריל 23, 2014 5:22 pm#196814
petergrifin
📎 IMG-20140408-WA0004.jpg


"!הרב עובדיה יוסף היה אומר בסוף דרשתו בשבת הגדול "חג כשר ושמח לספרדים, ולאשכנזים: צום קל
מיטוואך אפריל 23, 2014 5:36 pm#196819
עוד אמר הרב עובדיה: קטניות מותרים בפסח וכן נהגו העולם, חוץ מהאשכנזים
מוצ"ש אפריל 26, 2014 11:01 pm#197275
איך האב געהערט די טעם פארוואס די אלד וויליאמסבורג ברוינפן באטלעך האבן א בילד פון א ברידזש איז כדי ווען מען זעט קארן פארן אויפן ברידזש ווייסטו אז שוין גענוג געטרונקן.
זונטאג אפריל 27, 2014 3:08 pm#197477
ויש אומרים דהיינא טעמא שהוואדקא גרעי-גאס יש לו עופות אז ווען די פוגלעך הייבן אן פליען איז א סימן טוב..
לחיייםםם
זונטאג אפריל 27, 2014 3:40 pm#197489
גראף
איך האב געהערט די טעם פארוואס די אלד וויליאמסבורג ברוינפן באטלעך האבן א בילד פון א ברידזש איז כדי ווען מען זעט קארן פארן אויפן ברידזש ווייסטו אז שוין גענוג געטרונקן.

נאך א טעם ווייל דאס פליסיגע אינהאלט פון דעם באטל האט בערך דעם זעלבן געשמאקן טעם ווי דאס פליסיגקייט וואס טרייבט די קארן אויפ'ן בריק
דינסטאג מאי 6, 2014 5:39 pm#199269
א חסידישער אינגערמאן א וואך נאך די שבע ברכות קלינגט אן זיינע עלטערן און לאכט....
"וואס איז געשען?", פרעגט די מאמע
"פרעג נישט, מיין ווייב איז א בטלן" ענטפערט דער אינגערמאן
"פארוואס?" פרעגט די מאמע ווייטער
"איך קום אהיים, איך טרעף א צעטל אויפן פרידזשעדער וואו זי שרייבט: "עס טוט מיר זייער וויי, עס ארבייט נישט, איך מוז אוועק גיין..."
"וואס האט פאסירט?" פרעגט די מאמע א דערשראקענע
"גארנישט, שרעק זיך נישט", זאגט איר דער אינגערמאן, "איך האב אויפגעמאכט די פרידזשעדער, עס ארבעט א מחיה..."

ק/פ
דינסטאג מאי 6, 2014 9:25 pm#199314
מ'וואלט ווען געפייערט "יום העצמות" אין בית שמש, נאר מזיכט נאך די ביינער...
דינסטאג מאי 13, 2014 12:29 pm#200283
קומט זיך אן עלטערע יודל צום דאקטאר און הייבט אן צו קרעכצן: איי איי! און צייגט מיט די הענט אויפן בויך.

דער אמעריקאנער דאקטאר פראבירנדיג צו פארשטיין די דאקטוירישע טורם פונעם פראבלעם, בעט דעם יודל זאל אים בעסער מסביר זיין וואס דער פראבלעם איז:

איז איט קרעמפס?

ניין, ענפערט ער. איטס מאגן וועיטאג.

אהה, זאגט דער דאקטער, קאנסטעפיישן??

זאגט ער: דאקטאר, פישן קאן איך, קאקן קאן איך נישט...
דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:53 am#201771
א איד האט זיך צעפייערט ביים דאווענען און מיט התלהבות אויסגעשריגן "והלא מי רגלים יפין לה", רופט זיך אן א צווייטער "הרחב פיך ואמלאהו"!
דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:32 am#201782
האט דער דריטער געשריגן "הריני מזמן את פי"
דינסטאג מאי 27, 2014 8:35 pm#203050
וויאזוי רופט מען א פרוי וואס ווייסט פונקטליך וואו איר מאן איז פיהר און צוואנציג שעה א טאג?

אן אלמנה...