דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:38 am#217414
איך בעט ענק שמשים נעמסט נישט אן די עצה, פיס קראצעריי 15 מינוט איז מער ווי גענוג. שטעל דיר פאר מ'איז געשטראנדעט דארט א גאנצן טאג.
איך אויךזעהט אויס זיין מלמד האט עס סאטמאריזירט. העי קודש''ל דיין רבי איז שוין צוריק פון ריסעס.
petergrifin@ונבנתה העיר איך האב אויך געװיסט אז דער דזאוק גײט אויף א צװײטע כ׳האב נאר נישט גדענקט
אויף װעם. װי אזוי האסטו עס אויף געזוכט? גוגל מסתם אבער װעלכע סירטש טערמס?
בדרך אגב איז עס נאך פון פאר בוש איז געװארן פרעזידענט, אזוי מײן איך.
Milk shakeא קלויזענבורגער חסיד טרעפט זיין סאטמערע שכן און פארציילט אים, העי, מיין רבי לעבט שוין נישט 20 יאר, און ער האט מיר היינט באוויזן א מופת!
אמת'דיג? לאמיך הערן.
אהיימקומענדיג פון קאנטרי,, נישט וועלנדיג באטל'ענען קיין צייט האב איך ווי געווענליך אויסגעהערט א חומש רש"י שיעור פון מיין רבי'ן מקלויזבורג ז"ל, בין איך אזוי געפארן / געריסן אויף 80 מפ"ש, ווען פלוצלינג הער איך א סירענע פייפן, איך האב שנעל אראפגעלאזט די ספיד אויף די געפאדערטע 55, איך קוק אין שפיגל פון וואו עס קומט די סיירען וואס האט געפיפן, כאפ איך אז דאס איז אויפ'ן טעיפ פון מיין רבי'ס שיעור מיט דרייסיג יאר צוריק אין וויליאמסבורג, באלד דערנאך זע איך ווי א סטעיט פאליציי שטייט אויפ'ן זייט פון ראוד ווארטנדיג אויף קרבנות, איך בין ניצול געווארן פון א זיכערע טיקעט דורך די סירענעס אויף מיין רבי'ס טעיפ.
רופט זיך אן דער סאטמארער, אנטשולדיגט, דאס איז גארנישט א קלויזנבורגער מופת, דאס איז קלאר א סאטמארער מופת, ווער מיינסטו האט געשיקט די פייער לעשער אינמיטן דיין רבי'נס שיעור?
אדמו״רס׳איז דאך באקאנט אז דער הייליגער באר מים חיים פלעגט שבת זיין מיט א קאפ העכער ווי א גאנצע וואך. פלעגט קרעטשנאפע רבי צולייגן: דער זיידע ר׳ לייזער וואלף איז געווען א גאנצע וואך מיט א קאפ העכער!
אדמו״רצווי רבי׳ס זיצן אויבן אן און זענען מפאר כבוד דעם שמחה, ביידע מיט בגדי לבנים (נו וואס דען, נאר איינער זאל האבן, קען דאך דער צווייטער צוקומען ח״ו צי קנאה), און דער עולם, פינדערווייטנס, קוקן זיך איין אין די צורות און שעפן יראת שמים.
אינמיטן רופט זיך אן איין רבי צום צווייטן, ריק מיך ביטע אהער יענעם טאץ מיט די 7 לעיאיר קעיק.
ניין, דאס האב איך שוין אוועקגעלייגט פאר מיר, ענטפערט ער.
פונקט גייט דורך א פטאגראפירער, און כאפט א בילד. די קימענדיגע וואך ליינען אלע אין כל העולם כולו: ״בסוד שיח שרפי קודש״....
berlbalagulehאדמו״רס׳איז דאך באקאנט אז דער הייליגער באר מים חיים פלעגט שבת זיין מיט א קאפ העכער ווי א גאנצע וואך. פלעגט קרעטשנאפע רבי צולייגן: דער זיידע ר׳ לייזער וואלף איז געווען א גאנצע וואך מיט א קאפ העכער!
דער הייליגער קרעטשניפ'ער זיידע, רבי לייזער וואלף איז געוועין עפעס א שטיקל קרוב מיט ר' לייזער וואלף דעם בוטשער? (דער, וואס האט געוואלט חתונה האבן מיט טוביה דער מילעכיגער'ס טאכטער, צייטל.(... 😕 😂 😂 😂 🙄 😂 😂 😠 😛 😳 😉 😮
מ גפניberlbalagulehאדמו״רס׳איז דאך באקאנט אז דער הייליגער באר מים חיים פלעגט שבת זיין מיט א קאפ העכער ווי א גאנצע וואך. פלעגט קרעטשנאפע רבי צולייגן: דער זיידע ר׳ לייזער וואלף איז געווען א גאנצע וואך מיט א קאפ העכער!
דער הייליגער קרעטשניפ'ער זיידע, רבי לייזער וואלף איז געוועין עפעס א שטיקל קרוב מיט ר' לייזער וואלף דעם בוטשער? (דער, וואס האט געוואלט חתונה האבן מיט טוביה דער מילעכיגער'ס טאכטער, צייטל.(... 😕 😂 😂 😂 🙄 😂 😂 😠 😛 😳 😉 😮
ר' הערשעלע קרעטשנאפער פלעגט אלעמאל רעדן פון: דער זיידע ר׳ לייזער וואלף, פארציילט מען אז ביים ברית פון ר' זיידל האט ער אים געוואלט א נאמען געבן נאכן זיידען ר׳ לייזער וואלף, אבער פון געוואוינהייט האט ער געגעבן א זאג ארויס "זיידא אליעזר זאב"...
אדמו״רס׳קומט אריין די נייעס אז ״home depot" האט לכבוד דעם בעפארשטייענדען יו״ט סוכות ארויסגעשטעלט א סיין מיט די פאלגאנדע מודעה:
""We do not have the "think" to the "think" wot is made for the "think. "
(אין יודיש: ״מיר האבן נישט די ״זאך״ פאר די ״זאך״ וואס איז געמאכט פאר די ״זאך״...)
דריידלווערייזן איז אופגעקומען מיט א המצאה וויאזוי גרינגער צו מאכן פאר אלע וואס מיטשען זיך ארום מיט סעלפאונס אז נישט אלץ איז דא גיטע סערוויס וכדומה, ובכלל זענען דא אזעלכע וואס וואלטן געקענט באשטיין נישט צו דארפן כסדר מיטשלעפן דעם סעל, האבן זיי געמאלדן א פלאן אז זיי וועלן צושטעלן טעלעפאנען ביי אלע קארנערס און פאר א נישטיגע 25¢ וועט מען קענען ריפן איבער גאנץ אמעריקא.
ונראה מה יהיו חלומותיו
שמעקעדיגאריין אין אשכול פון מאדנע עדס...