פארומס › מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3,900 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:09 pm#230141
!!A man without a woman is like a neck without a pain
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:09 pm#230200
ווי אזוי זעט מען אז נח האט פארשטאנען ביזנעס פינאנץ?

ווייל ער האט פארמערט זיין stock , ווען יעדער איז געווען אין liquidation...
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:18 pm#230206
טאטע: וויפיהל סעלל פאונס איז געווען אין די תיבה?
קינד: זיבן כשר'ע אין צוויי טריפענע
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:23 pm#230208
פון מיין 7 יעריג קינד קע''ה, נח האט געקענט עסען סטראבעריס און ראשינקעס ווייל די תיבה האט אריינגענומען 'נאר' 2 ווערעם... ודפח''ח
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 7:43 am#230316
*
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:19 pm#230403
א אינגערמאן איז אריין צו כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א פאר א ברכה און זאגט אים, כ'האב מיטגעהאלטען דעם רבינ'ס מסיבה פאר נגידים לייוו אין קאווע שטיבל'.

די רבי ווערט אין כעס און שרייט, כ'האב עס געמאכט אין די שיינע 'טערעס אויף די פארק' נישט אין קיין קאווע שטיבל...
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:42 pm#230493
א גוט וואך, מיט גרויס צער מעלדען מיר אז בני כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א זענען לעצטע וואך אנגעשטעקט געווארען מיט טויטליכע אנשיקענישן ר''ל.

כ''ק מרן הגאב''ד דקהילתינו- קאנאדע מיט ISIS

כ''ק מרן הגאב''ד דקהילתינו- וויליאמבורג מיט EBOLA ...
זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:38 pm#230568
זה קרה ביום ראשון בבוקר, באוטובוס שנסע מבני ברק לירושלים והיה מלא בתלמידי ישיבה חרדים. בתחנה האחרונה בבני ברק
עלתה בחורה בלבוש ״מאוד לא צנוע״ והתיישבה במקום היחיד שהיה פנוי - ליד בחור ישיבה.

הבחור לא איבד את עשתונותיו, הוציא מתיקו תפוח והגיש אותו לבחורה. היא היתה מופתעת מאוד ושאלה אותו מדוע הוא נותן לה
תפוח. השיב הבחור: ״מכיוון שעד שחווה אימנו לא אכלה את הפרי, היא לא ידעה שהיא ערומה!״....

c/p
זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:51 pm#230570
שלב ב'
חלף שבוע והגיע שוב יום ראשון בבוקר. באותו אוטובוס ובאותה תחנה עלתה אותה בחורה. הפעם היא היתה לבושה ״כמו שצריך״. היא התיישבה ליד אותו בחור חרדי ולאחר כמה רגעים הגישה לו תפוח.
שאל הבחור הנדהם: ״למה?״ ענתה הצעירה: ״כי עד שהאדם הראשון לא אכל את הפרי, הוא לא ידע מהמושג "בזעת אפך תאכל לחם."
זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:35 pm#230577
שוין באקומען חלק ב'..
מאנטאג אקטאבער 27, 2014 3:26 pm#230757
איינער פרעגט א צווייטן זאג נאר די האסט א זייגער אינדערהיים? ענטפערט יענער אז ניין פרעגט ער איהם אין ווי אזוי ווייסט וויפיל א זייגער עס איז ?ענטפערט ער אז ביי טאג פרעגט ער וועמען אימער פרעגט יענער אין ביינאכטוואס טיסטי?ענטפערט יענער אז ער האט ער א שופר אין מיטן דע נאכו בלאזט ער: אין זיין שכן שרייט מעשיגנער עס איז קוואדער צי דריי !
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:38 pm#231969
די קורצ'טע רבישע מעשה:

א רבישע אייניקל האט געבארגט פון איינעם געלט.
די ענדע
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:07 am#232405
א ברסלב'ער מיט א חבד'ניקער זענען געשטארבען און זענען פארשיקט געווארן אין גיהנם ר''ל, ביידע שרייען 'רבי' ראטעוועט, ר' נחמן קומט און שלעפט ארויס זיין חסיד ביי די פיאות און די ליבאוויטשער באקומט א בריוו פונם רבין ' הצלחה אויף זיין נייע שליחות דארטען...
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 1:00 pm#233057
די 'ווייט הויז'' האט נעכטען גערופען יענקל מיללער אויפצוהייבען די פרעזידענט אויפן פארלוסט פון די וואלען, זאגט אים די פרעזידענט, דו קענסט אפשר זאגען די בעסטע 'דזשאקס'

אבער איך בין די גרעסטע 'דזשאק' אליין...
דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 3:13 pm#233310
זיי האבן אים אויך געזאגט אז פאר יעדען אפגעוועטשטע אלטע דזשאוק וואס ער וועט זאגן וועט מען אראפרעכענען פונעם אפגעשמועסטן פרייז, ער קען נאר זאגן נייע
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:44 pm#234546
איך האב לעצטענס געהערט א גוטס......

א טייטעלבוים... אויב ער לערענט - קען ער...
א האלבערשטאם... אפילו אויב ער לערענט נישט - קען ער...
א הגר... אפילו אויב ער לערענט - קען ער נישט...
א טווערסקי... נישט ער לערענט און נישט ער קען...
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:32 pm#234557
א אינגערמאן האט געהערט ווי מען זאגט אויף איינעם פון די ארחי פרחי וואס איז לעצטענס געשטארבען אין אחרי מות קדושים האט מען אנגעהויבען פארציילען אותות ומופתים כידוע לעצטענס, האט ער באשלאסען אויפציזיכען אלע ל"ו צדיקים , האט ער זיך געזעצט ציילען די חברה אין שומר שבת. איין פראבלעם איז נאר , ער האלט שוין איבער פערציג אין איז נאכנישט פארטיג
פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 11:40 am#234911
ליהודי עני אחד היו שמונה בנות, שארבע מהן הגיעו לפרקן ולא היה לו כסף להשיא אותן. כתב העני מכתב לאחיו העשיר וביקש את עזרתו. בסוף המכתב כתב: "קצתי בחיי מפני בנות חי"ת! ואם מאן אתה לשלח - הנני מביא מחר ארבע בגבולך!"
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:44 am#235058
עס שטייט אין פסוק די וואך ווען אליעזר איז געגאנגען זיכן א שידוך פאר רבקה "ויבא האיש הביתה ויפתח הגמלים"
זאגט רש"י התיר הזמיר שלהם,
אז ווען אליעזר איז אנעקימען קיין חרן האט ער געפענט די מויל שלאס
שהיה סותם את פיהם שלא ירעו בשדות של אחרים
ער האט זיי פארמאכט דאס מויל אז זיי זאלן ח"ו נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער

שטעלט זיך א קשיא וואס האבן די בהמות געדארפט א מויל שלאס
די בהמות פין אברהם אבינו וועלן דען פאשען אין פרעמדע פעלדער ????

דער תירוץ איז "ווען א מענטש גייט טוען א שידוך דארף מען זיכער מאכן אז אלע בהמות האבן א פארמאכט מויל"
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 am#235082
א אלטע איד איז אומגעפאלן אויפן גאס און געשריגן פאר הילף. קיינער איז פונקט נישט דורך געגאנגען חוץ אפאר קליינע קינדער וואס האבן זיך פונקט געשפילט זענען אים דורכגעלאפן אהין און צוריק און זיך נישט צוגעהערט צו זיינע יללות נאר געלאכט פונעם אלטן איד'ס אומבאהאלפענקייט. פרעגט זיי דער אלטער איד: פארוואס לאכן ענק וואס איז די דזשאוק?
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:33 am#235134
ישמעאל הכהן האט געשריבן:א אלטע איד איז אומגעפאלן אויפן גאס און געשריגן פאר הילף. קיינער איז פונקט נישט דורך געגאנגען חוץ אפאר קליינע קינדער וואס האבן זיך פונקט געשפילט זענען אים דורכגעלאפן אהין און צוריק און זיך נישט צוגעהערט צו זיינע יללות נאר געלאכט פונעם אלטן איד'ס אומבאהאלפענקייט. פרעגט זיי דער אלטער איד: פארוואס לאכן ענק וואס איז די דזשאוק?

ישמעאל הכהן האט געשריבן:וואס איז די דזשאוק?
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:51 am#235155
קאפקעיק


דער תירוץ איז "ווען א מענטש גייט טוען א שידוך דארף מען זיכער מאכן אז אלע בהמות האבן א פארמאכט מויל"


עמוק עמוק!! 🙄
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:37 pm#235219
די מאמע בעט די גרויסע מיידל צו העלפן לייגען די קליינע קינדער שלאפען, שרייט זי צירוק איך קען נישט העלפן ווייל כ'האב מארגען א גרויסע 'טעסט' אויף הלכות כיבוד אב ואם...

(קרעדיט פון א בריוו אין 'די צייטונג')
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:38 pm#235222
ברסלבער
ישמעאל הכהן
א אלטע איד איז אומגעפאלן אויפן גאס און געשריגן פאר הילף. קיינער איז פונקט נישט דורך געגאנגען חוץ אפאר קליינע קינדער וואס האבן זיך פונקט געשפילט זענען אים דורכגעלאפן אהין און צוריק און זיך נישט צוגעהערט צו זיינע יללות נאר געלאכט פונעם אלטן איד'ס אומבאהאלפענקייט. פרעגט זיי דער אלטער איד: פארוואס לאכן ענק וואס איז די דזשאוק?

ישמעאל הכהן
וואס איז די דזשאוק?

יעדער פרעגט דאס, אנגעהויבן פון דעם אלטן איד. וואס איז די דזשאוק??
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:58 am#235495
מרת לעפקאוויטש שפאצירט אריין אין באנק אין וויל עפענען אן אקאונט.
באנקיר: ?what's your name
מרת ל.: Iefkowitz
באנקיר: ?what's your maiden name
מרת ל.: lefkowitz
באנקיר: ?what's your mother's maiden name
מרת ל.: lefkowitz
באנקיר: looks like you don't understand what a maiden name is
מרת ל.: looks like you don't understand what a lepke is
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:59 am#235497
קומט במקורו אויף טווערסקי פון סקווירא.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:44 pm#235512
איך אויך,
וואס פינקטליך ווילסטי דא? ווילסטי פשוט מודיע זיין אז די האסט שוין אמאל געהערט די דזאוק אויף טווערסקי? הא קעירס וואס די העק די האסט געהערט?! אז א צווייטער איז זיך מטריח עס אפצושרייבן וויאזוי ער האט עס געהערט, גיב א קאמפלימענט אדער שווייג שטיל.

חוץ מזה, ווער זאגט אז דיין "מקור" איז דער ערשטער? אפשר האט ער עס געהערט פון אן אנדערע "מקור" און עס פארדרייט? ובכלל, שטימט עס דען אויף א טווערסקי, צו עפענען א באנק אקאונט?
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:59 pm#235518
איך אויך
קומט במקורו אויף טווערסקי פון סקווירא.

אויף די טווערסקי'ס פיט עס זייער גוט. נאר מ'קען עס צו לייגן צו די לעפקעס אויכעט... 😂
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:53 pm#236147
איינער קאלט זיין דאקטער אינמיטן די נאכט און זאגט 'דאקטער מיין ווייב קוקט נישט אויס גוט', זאגט אים דער דאקטער 'מיין ווייב אויך נישט, אבער איך וועק נישט אויף קיינעם אינמיטן די נאכט פאר דעם'.
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:40 pm#237415
outspoken
פ. פארוואס רעדן די רוסישע מיט א חית ווצ''ב חהאלא ?

ע. די באשעפער האט באשאפען די וועלט מיט אות 'ה' און יענע וועלט מיט אות 'י', רוסלאנד איז אויבן פונם כדור הארץ, קומט אויס אז די מענטשען דארט דרייען זיך ציוושיען דער וועלט און יענער וועלט, האט זיי די באשעפער באשאפען מיטן אות 'ח' וואס איז ציווישען אות 'ה' און אות 'י'...

יעצט באמערקט אז מ'האלט שוין דא ביים 1000טער תגובה, מזל טוב ק''ש.


און וואס איז מיט די אונגארישע?
זיי זאגען א ח' א ה' און א ה' א ח'
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:45 pm#237417
געהערט ווי 3 אלטע איד'ן זיצען און שמועס'ן.
פרעגט איינער. ווער האט געבויעט דעם וואנט וואס האט אזוי מצער געוועהן ררבייני האקאאדעש.
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:39 pm#238265
גיהערט פון א"ה פון מאנסי
איך בין גיזעצן ביי א שבע ברכות און א בעל דרשן האט גירעדט שוין איבער א האלבע שעה און ממש נישט גירעדט צוס זאך
רוף איך זין אהן צו מיין שכן ביסט א מבין? א איד רעדט שטותים מיט הבלים ער מאלט ממש וואסער און ער הערט נישט אויף אפילו נאך א האלבע שעה
די שכן גיבט א שאקל מיטן קאפ און ענטפערט גארנישט
עס גייט דוירך נאך א פופצן מינוט און איך פלאץ שוין אוועק דריי איך זיך נאכאמאל אויס צום שכן און זאג אים דאס איז ממש נישט נארמאל דער צודרייטע רעדט און רעדט און האלט נישט ביים אויפהערן און נאך אזעלכע שטותים
זאגט מיר די שכן די ווייסט ווער איך בין?
זאג איך אים ניין
זאגט ער מיר איך בין א זוהן פון דער בעל דרשן!
פרעג איך אים צריק די ווייסט ווער איך בין?
זאגט ער מיר ניין
האב איך מיר אויפגעהויבן און געמאכט פליטה!!!
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:43 pm#238266
גיהערט פון א"ה פון מאנסי
איך בין אמאל געפארן אויף די באס פון מאנסי קיין בארא פארק עס איז דוירט גיזעצן א בחור די גאנצע וועג מיט די אויגן אראפ נישט אויפגעהויבן אף פעם אחד
ווען מען איז אנגעקומען קיין ב"פ פרעג איך דעם בחור, בחורל ווי קומט היינט צו א בחור אזאנע ריינע אויגן אז קיין איינמאל האסטו נישט אפילו אויפגעהויבן די אויגן
ענטפערט די בחור עס איז נישט ריינע אויגן עס איז א ריינע הארץ איך קען נישט צוקוקן ווי א אלטע איד שטייט די גאנצע וועג פון מאנסי ביז ב"פ!
מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 1:22 pm#238658
צו אלע סאטמערע אידן: די רעגירונג אין ארץ ישראל איז טאקע ציזאמגעפאלן.
אבער די מדינות הציונית שטייט ווייטער חי וקיים
מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 2:49 pm#238673
סאשי פיש
צו אלע סאטמערע אידן: די רעגירונג אין ארץ ישראל איז טאקע ציזאמגעפאלן.
אבער די מדינות הציונית שטייט ווייטער חי וקיים

אבער מסתמא מתוך רחמים וחסדים... 😂
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 3:02 pm#238877
סענדער דייטש ע"ה האט אמאהל געזאגט...
סאטמר איז ווי א פאטעטא... עס ליגט אין דער ערד, און עס וואקסט.
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 3:35 pm#238887
די אידן פון וויליאמסבורג האבען ענדליך געווינען דעם געריכט אז די תורה איז צו שווער. האט דער באשעפער געזאגט, מסכים, מארגען צופרי 10 אזייגער וועלען שטיין גרויסע טרעילערס ביי ליע עוועניו ביי די הייוועי און אויך ביי בעדפארד און די הייוועי און דער עולם ווערט געבעטען מיר צוריק געבען די תורה.

צופרי האט זיך אנגעהויבען א געשלעפאכטס מען האט געברענגט...
שטריימלעאך ספאדיקעס, ווייסע זאקען, שווארצע זאקען, שווארצע (עקעלדיגע) קעצי גלעזער, בעקיטשעס, רעזשאווילקעס, ישיבה חאלאט, ר"ת גאטשעס, שפיצלעך...

אין מיטען קומט ארויס א בת קול...

איין מינוט! איך האב געבעטען מיין תורה, פארוואס ברענגט מיר איעדער זיין גארביטש?
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 3:45 pm#238889
די ווארט שטייט שוין אין דעם אשכול אפשר צען מאל!
חוץ וואס די ווארט איז מקורו פון דא אין ק״ש ווער קען צוצייכענען די מקור?
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 3:45 pm#238890
ציבעלע-קיגל
די אידן פון וויליאמסבורג האבען ענדליך געווינען דעם געריכט אז די תורה איז צו שווער. האט דער באשעפער געזאגט, מסכים, מארגען צופרי 10 אזייגער וועלען שטיין גרויסע טרעילערס ביי ליע עוועניו ביי די הייוועי און אויך ביי בעדפארד און די הייוועי און דער עולם ווערט געבעטען מיר צוריק געבען די תורה.

צופרי האט זיך אנגעהויבען א געשלעפאכטס מען האט געברענגט...
שטריימלעאך ספאדיקעס, ווייסע זאקען, שווארצע זאקען, שווארצע (עקעלדיגע) קעצי גלעזער, בעקיטשעס, רעזשאווילקעס, ישיבה חאלאט, ר"ת גאטשעס, שפיצלעך...

אין מיטען קומט ארויס א בת קול...

איין מינוט! איך האב געבעטען מיין תורה, פארוואס ברענגט מיר איעדער זיין גארביטש?

ווייל די תורה וואלט געווען צו שווער ארויפצולייגן אויף די טרעילערס. גאנץ מדינת ישראל, אגודת ישראל, דף היומי, קלויזנבורג, וויזשניץ ב"ב, נחל חרדי, מתנחלים... 😂
פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 11:45 am#239022
ציבעלע-קיגל
די אידן פון וויליאמסבורג האבען ענדליך געווינען דעם געריכט אז די תורה איז צו שווער


berlbalaguleh

ווייל די תורה וואלט געווען צו שווער ארויפצולייגן אויף די טרעילערס. 😂


😮 😲 😕 ❓ ❓ ❓ ❗
דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 3:34 pm#239943
כ'האב פראבירט מסביר צו זיין פאר מיין קליינע ברידער די נס חנוכה אבער ער האט בשום אופן נישט געקענט פארשטיין, האב איך אים געגעבן א משל , שטעל דיך פאר די טשארזשד דיין אייפאן פאר איין טאג און עס האלט זיך פאר אכט טעג...
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:05 am#240078
מעשה שהיה:

תשעה באב ביי מנחה האב איך געדאווענט אין א ביהמ"ד, און אזוי ווי ס'טוט זיך אין יעדער בימ"ד מ'ווייסט נישט וואס זאגט מען יעצט די יום, איזהו מקומן, תמיד, קטורת, אין כאלקינו וכו'
פלוצלינג רופט זיך אהן א יוד א זקן ושבע ימים ברוך שאמר והי' העולם, די עולם גיבט איהם א פרעג וואס איז דאס?
זאגט ער מ'האט דאך נישט געקושט די ציצית ביי ברוך שאמר.
און אין ביהמ"ד איז געווארען א שטורעם צו ער איז גערעכט צו נישט ,און איך האב נישט געוואסט ווואס צו טוהן מיט זיך איך האב זיך געקאלערט פאר געלעכטער תשעה באב נאכמיטאג.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:37 am#240083
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ווען מזעצט איין איינעם זאגט מען ווייל ער האט נישט געקושט די ציצית ביי ברוך שאמר (נ"א געקושט די בעק ציצית) ווייל היות תשעה באב טאר מען נישט זיצן ביז נאך חצות, קומט אויס אז ווען מען קושט נישט די ציצית ביי ברוך שאמר קען מען עס נאר קושן ווען מזיצט שוין......

ויהי לפלא
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:03 pm#240151
יעצט געהערט אז דער חכם פון מאנראו האט געזאגט ביי א פייערדיגע דרשה אז דער שטעכעריי אין קרוין הייטס איז געקומען ווייל אמעריקא האט צוגענומען דאס לאנד פון די אינדיענס.

(יענע געלעכטער... ער קען עס נאך זאגען)
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:01 pm#240171
ציבעלע-קיגל
יעצט געהערט אז דער חכם פון מאנראו האט געזאגט ביי א פייערדיגע דרשה אז דער שטעכעריי אין קרוין הייטס איז געקומען ווייל אמעריקא האט צוגענומען דאס לאנד פון די אינדיענס.

(יענע געלעכטער... ער קען עס נאך זאגען)

ניין: כ'האב געמיינט, און כ'ווארט נאך צו הערן פון איינעם פון די קרומע מוחות וואס שימלען אוועק אין געוויסע אידישע געגנטן און שטעטלעך, אז די שטעכעריי איז פארגעקומען אין חב"ד צענטער, ווייל ליובאוויטש איז פאר שלימות הארץ און זיי פראקטיצירן א שרעקליכע התגרות באומות.... 🙄
אבער ביי אונז, ב"ה געשעען נישט אזעלכע זאכן. אונז זעמיר פארזיכערט...וכו' וכו'. אדער בעסער געזאגט בלא..בלא...בלא... 😠
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:52 pm#240328
א מאמע האט געברענגט איר קינד אין קינדערגארטען זעט זי אז אלע קינדער זענען אין הויף אין רעדען אויף סמארטפאונס.אין די טיטשער שלאפט אויפן באנק.גייט זי צי צים טיטשער אין וועקט איר אויף היתכן ווי קענט איר שלאפען אן האלטען א אויג אויף די קינדער אז זיי זאלען נישט ארויסגיין פין צוים.ענטפערט איר די טיטשער האט נישט קיין מורא די וויי פיי ביי אינז ארבעט נאר ביז די צוים
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:07 am#240335
גאנץ חסידות באשטייט פון איין איינצעלען טאג!
י"ט כסלו איז ראש השנה לחסידות
כ"א כסלו איז שוין בטלה תורת חסידות!
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:19 am#240344
חסיד האט געשריבן:גאנץ חסידות באשטייט פון איין איינצעלען טאג!
י"ט כסלו איז ראש השנה לחסידות
כ"א כסלו איז שוין בטלה תורת חסידות!

מ'קען עס אויכעט מסביר זיין אין מיילידזש. גאנץ חסידות איז ווייניגער ווי א תחום שבת. פון קרוין הייטס ביז וויליאמסבורג... :roll: :lol:
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:23 pm#240413
א אינטערעסאנטע חקירה
ווער איז געוועהן דער ערשטער מענטש וואס האט געזעהן אן איי ארויסקומען פון א הינדל און געטראכט צו זיך... "איך וויל דאס עסען"
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:29 pm#240435
פונקט נעכטען האב איך געטראכט ענדליכס. וועם איז בייגעפאלן דער ערשטער אז א מענטש זאל טרינקן מילך וואס קומט פון א קי