פארומס › מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3,900 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:14 am#223373
עמיצער האט געפרעגט ר' חיים פלאהר שליט"א, איר זענט דאך היינט שוין א גרויסע רבי, פארוואס הענגט מען אייך נישט אויף קיין הונדערטער לעמפלעך אויף די גאס ווען איר מאכט חתונה כמנהג האדמורי"ם?
האט ער געענטפערט, פארוואס מיינט איר לייגט מען די לעמפלעך און טאוולעך? ווייל מ'שיקט אראפ די זיידעס פון גן עדן, און די זיידעס וואס שטאמען פון אייראפע און קענען זיך בכלל נישט אויס אין אמעריקא, ווייסען זיי נישט וואו צו גיין, לייגט מען די לעמפלעך און סיינס זיי זאלען קענען טרעפען וואו איז די חתונה, מיינע זיידעס האבען שוין געוואוינט אין אמעריקא, זיי ווייסען אליינץ וואו צו גיין
ודפח"ח
🙂
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 2:33 pm#223836
זאגט מיר איינער, אז ווען א מענטש האט א קאורט קעיס האט ער דריי עצות.
אדער צו נעמען א גוטע לויער.
אדער מאכן א פלי בארגען.
אדער פליען משוגע...

די זעלבע זאך איז ראש השנה, סאיז דא וואס פארען צום רעבי׳ן=א גוטע לויער.
ס׳זענען דא וואס גייען אריין אין ביהמ״ד - זיי פליען גילטי פארן רבש״ע. און האפן פארן בעסטן.
און דערנאך זענען דא וואס פארן קיין אומאן...

(ח״ו נישט געמיינט לגנאי פאר די ברסלב׳ע חסידים וואס גייען אויסבעטן א גוט יאר ביי זייער רבי׳ן, נאר די איבריגע 24,000 מענטשען...)
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 8:24 pm#224147
איינער זאגט מיר אז ער האט אמאהל געהערט א בעל דרשן געגעבען א דרשה אין א שיל, אין געזאגט...

שטייט אין פסוק ״כי לד׳ המלוכה ומושל בגוים״

האט געטייטשט דער פריערדיגער באבאב׳ער רב ר׳ מרדכי דוד שליט״א....
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:46 am#224215
די איינציגסטע וואס נוצן עכט אויס די הלכה פון לבוד זענען די וואס בויען די ווענט אין פאבליק טוילעטס...
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:30 pm#224363
אוי פלצתי!!! 😂 😂 😂
איך האב מיר געווארפן פין אלע זייטן..
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:35 pm#225458
C/p

נאך א מזל, אז ס'זענען פארהאן עטליכע מענטשן מיט כשר׳ע סעלפאון'ס, אזוי איז כאטש פארהאן איינער וואס פייפט ווען די לייט ווערט גרין
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:47 pm#225461
הער איך היינט א גוט ווערטל
אומאן איז ווי האום דיפאט, וועם ס'פעלט א שרייפל פארט אהין...
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:36 pm#225516
איך האלט נישט פון חוזק מאכן פון אזויפיל אידן, אבער אז מען רעדט שוין, לאמיר צוענדיגן דעם וויץ אויף א גוטן אופן:

פון האום דיפאו קומט יעדער אהיים מיט כל משאלות לבו וואס ער האט געוואלט, מיט אלע שרייפלעך ברענד ניו,
אזוי אויך פון אומאן קומט דער עולם אהיים באלאדענט מיט כל מיני השפעות טובות.
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:32 pm#225577
נעכטן ביי סליחות איז געשטאנען נעבן מיר א אינגערמאן און אזוי שטארק געוויינט אז כ'בין שוין געווארן דזשעלוס וואס ער האט אלס אפגעטון די יאר...
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:39 pm#225579
מ'זאגט נאך פון צדיקים אז יעדע יאר האט די סליחות א נייע באדייט, ווייל די אשמנו פון היי-יאר איז גאר אן אנדער אשמנו פון פאריאר.

ווי למשל דאס יאר האט די ווערטער " ומי יעצור כח רב צעיר" א נייע באדייט...
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:31 am#225615
און באבוב-45 זאגט מען אז אלול איז ר"ת דודי לי ואני לדודי...
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 6:33 pm#225701
שרייבער האט געשריבן:הער איך היינט א גוט ווערטל
אומאן איז ווי האום דיפאט, וועם ס'פעלט א שרייפל פארט אהין...

m http://bshch.blogspot.com/2014/09/blog- ... 2.html?m=0 m
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 3:59 pm#225848
סדר הסימנים לראש השנה והכוונות הטמונות בהם שצריך לכוין: (יש דיעות בפוסקים שאם לא כיוון לא יצא ידי חובה או צריך להקיא מה שאכל ולאכול שוב עם העוונה הרצוייה)
חסה - שה' יחוס וירחם עלינו
פיצה - שיתפוצצו אויבנו ומבקשי רעתנו
אבטיח- שתהיה שנה מבטיחה ושנגלוש בבטחה באינטרנט
בשר -שנתבשר בשורות טובות
בקר- שנזכה לבקר בבית מקדשנו ותפארתנו
סחוג - שישרפו אויבנו ומבקשי רעתנו
פלפל - שנהיה מפולפלים בתורה ובחכמה
מלח - שנהיה ממולחים ופקחים
צנון - שיצטננו שונאינו
פיתה - שנתפתה רק לדברים טובים
מצה/מיץ -שנמצה את כל יכולותינו
סוכריה - שיסכרו דמעותינו ונהיה רק שמחים
שניצל - שנינצל מגזרות קשות
נקניקיה - שנתנקה מחטאנו ומעוונותינו
תפוח אדמה - שנהיה ענווים ושפלים כאדמה
קציצה - שיקצצו לנו בתשלומי מיסים ובעול מלכות
גפילטע פיש - שנקיא את כל חורשי הרעה ממנו
אפונה - שנתפנה ללימוד תורה וחסד
כיפלי - שתהיה שנה כיפית ומאושרת
גומי - שתהיה שנה גמישה ונינוחה
קולה - שתמיד יאמרו לנו "קולה כבוד!"
חלב עז - שלא נעבוד ע"ז
טחינה - שישמעו ויתקבלו תחינותינו
חומוס - שנתרחק משוד ומחמס
אורז - שנזכה לארוז חבילות צדקה וחסד
חרוב - שיחרבו בתי תפלות ועבודה זרה
דג - שתהיה לנו שנה מצחיקה ומדוגדגת
ואני שמעתי שחסידי חב"ד אוכלים גם קולורבי
כדי לזכות ולשמוע את קולו של הרבי
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:13 pm#226345
הוי וואס טוויטער קען אלס אנמאכן...
שני נביאים נתנבאו מטוויט אחד!
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:10 pm#226606
כפרות צענטער אין ברוקלין זוכט דרינגענד א אינגערמאן וואס טויג אויף כפרות,
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:03 am#226714
איך האב געהערט נאכזאגן פון יענקל מיללער,
אז אזוי ווי לעצטנס האבן אנגעהויבן צו קראכן טשעקס ביים אים, און ער וויל נישט אז דער וואס באקומט זיינע טשעקס זאל שאדן האבן געלט.............
איז ער אויפגעקומען מיט א המצאה אז ווען ער וויל אויסשטעלן פאר איינעם א טשעק פון פינף הונדערט דאלער, שטעלט ער אויס פאר פינף הונדערט צוואנציג, כדי עס זאל דעקן די שאדן וואס עס קאסט ווען די טשעק קראכט.................
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:06 am#226715
געווען אמאל א ראשעקאל, א מן הארץ פון דער ערשטער קלאס, און פארשטייט זיך אז געהאלטן האט ער זיך פאר'ן גערעסטן תלמוד לומר פון שטאט, אזש אז יעדער רב וואס האט נאר קאנדאטירט פאר'ן רבנות פאסטן אין שטאט האט זיך קודם געמוזט שטעלן צו א קרייץ פארהער ביים ראשעקאל, און ער האט געמוזט געבן זיין הסכמה צו דער רב איז טאקע א ת"ח.

ביי איינע פון די פעלער, ווען א געוויסער גדול וועלכער האט קאנדאטירט פאר'ן רבנות פאסטן האט זיך געשטעלט צום פארהער ביים ראשעקאל, האט אים דער ראשעקאל געפרעגט אזא שאלה:

עס שטייט אין פסוק אז יתרו איז געווען חותן משה, דער שווער פון משה. פרעגט ער אים, וויאזוי איז דאס מעגליך אז יתרו האט בכלל געהאט קינדער, יתרו איז דאך, כידוע, געווען א "גלח" און גלחים האבן דאך נישט חתונה?

זאגט אים דער רב: יא, גערעכט, אבער דאס איז דאך נאך געווען קודם שנתגייר...

דער גרויסער תלמוד לומר'דיגער ראשעקאל, איז אזוי נתפעל געווארן פון דעם ענטפער, אז ער האט באלד געגעבן זיין הסכמה צו זיין רבנות שטעלע...
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:17 am#226716
איינער האט אמאל געוואונען א גרויסע לאטארי פון צען מיליאן דאלער, און מען האט נישט געוואוסט וויאזוי מען זאל אים איבערגעבן די פרייליכע בשורה, ווייל צוליב זיין שוואכע הארץ וועט ער קענען כאפן א הארץ אטאקע. האט מען געלאזט רופן א ספעציעלע גרויסע דאקטער וואס זאל אים איבערגעבן די בשורה, אז ער האט געוואונען די לאטארי.

דער דאקטאר קומט אן צו אים, און פרעגט אים, זאג נאר, וואס וואלטסטו געטוען ווען דו וואלטסט ווען געוואונען די לאטערי? האט ער אים געענטפערט אז ער וואלט געגעבן האלב דערפון פאר אים'ן (פאר'ן דאקטאר), ווי נאר דער דאקטער האט דאס געהערט האט ער געכאפט א הארץ אטאקע.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:46 pm#226851
ר' אתא קלילא: ייש"כ. דיינע זיסע דזשאוקס האבן מיך אריינגעברענגט אין א רוח פון שמחה. און איך האב מיך דערמאנט א דזשאוק. (וואס איז געוועין א אמת'ע מעשה.(
א געוויסער חשוב'ער רב, וועלכער האט זיך גערופן אויף עפעס א שטעיטל אין אונגארן אדער ראמעניע, האט אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד ערגעץ אין א שטעיטל אין גלילות פון ניו יארק. ביי חזרת הש"ץ און מודים האט ער אויסגעלאזט "ברוך א-ל ההודאות..." ווען מ'האט עים געפרעיגט פארוואס ער האט געזאגט דעים "מודים" האט ער געענטפערט. "דאס איז דאך מודים דרבנן. און איך בין א רב..." ... :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ;) :o
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:18 pm#226868
ר׳ בערל טייערער, כמדומני אז דאס איז געוועהן א מעשה שהיה ולא נברא ואילו לא נברא היה ראוי להיבראות מששת ימי בראשית בשביל כבוד הטוירע האבוד אצל בני ליטא שעל גדוליהם מפטירין ״סברי מרנן״
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:47 pm#226892
אתא קלילא האט געשריבן:ר׳ בערל טייערער, כמדומני אז דאס איז געוועהן א מעשה שהיה ולא נברא ואילו לא נברא היה ראוי להיבראות מששת ימי בראשית בשביל כבוד הטוירע האבוד אצל בני ליטא שעל גדוליהם מפטירין ״סברי מרנן״

ניין. די מעשה איז עכט געשעען. איך האב עס געהערט פון אן איינוואוינער אין יענעם שטעיטל אין אראנדזש קאונטי. און איך האב געקענט יענעם "רב" פון די סיפור המעשה. לויט וואספארא "גאון" ער איז געוועין, נ"ע, איז עס זייער לאגיש. איך וויל נישט ארויסשרייבן מער סימנים, ווייל ער איז געוועין א באקאנטע פיגור דא אין אמעריקע. און זיינע קינדער זענען אויכעט געוועין זייער פראמינענט (אין א נעגאטיוון וועיג) אין די פאליטיק פון יענעם שטעיטל. נאר אויף דעים "רב" און זיין "גאונות" פארציילט מען זייער א סאך מעשיות. נאך איין אינטרעסאנטע מעשה'לע וואס איז זיך פארלאפן מיט אינזער "רב" איז געוועין אין א צווייטע גרויסע אידישע שטאט אויפ'ן אמעריקאנער קאנטינענט. דער "רב" זיכרוינע לעבראכע פלעיגט האבן א מנהג אז פאר ער האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית איז ער ארומגעגאנגען אין גאנצן ביהמ"ד מיט'ן טלית אויף די פלייצעס און געכאפט א שמועס'ל מיט א יעדן. איין טאג, ווען ער האט געענדיגט שמועסן האט ער צוריק אריינגעלייגט דעם טלית און געגאנגען א היים. מיינענדיג אז ער האט שוין געדאוונט... :roll: :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :P :P :oops: ;) :o

נ.ב.: איך האב מורא אז נאך די צווייטע מעשה וועט מען שוין וויסן ווער דער "בעל דבר" איז. ווייל ס'דא א סאך מענטשן וואס געדענקען די מעשה... :lol: :roll: :) ;) :o
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:16 am#226981
אדרבה לאז זיל הערען עס זאל זיין לעילוי נשמתו פאר יום כיפור
חוץ מזה וואס די דארפסט דאך תשובה טהון אין איך זעהה נישט עפעס א ספיצייעלע עבירה אויף וואס זאלסט תשובה טהון ממילא כאפ אריין יעצט ואם לא עכשיו אימתי
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:32 am#226985
געווען א איד וואס האט ביים דאווענען געזאגט: התודה וקל נזיר אנשטאטס ואיל נזיר, און דער עולם האט זיך צעלאכט. איז געווען דארט איינער א מן הארץ און אז דער עולם לאכט, לאכט ער מיט. פרעגט מען מען אים פארוואס לאכסטי? זאגט ער, יענער האלט דאך אינמיטן דאווענען מעג ער דאך ארויסזאגן דעם שם
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:11 am#226997
געווען אמאל איינער וואס האט געהאט זייער א קליינע נידריגע פרוי, אבער א פיסק האט זי פארמאגט פון דא ביז דארט, איינמאל נאכדעם וואס זי האט עם באוואשען ברבים ריפט ער זיך אן צי זיין חבר, מיין ווייב איז א בחקותי,וואס הייסט פרעגט יענער? ענטפערט ער, בחוקתי איז אויך זייער א קליינע סדרה,אבער פיל מיט קללות
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:31 am#227001
אתא קלילא האט געשריבן:אדרבה לאז זיל הערען עס זאל זיין לעילוי נשמתו פאר יום כיפור
חוץ מזה וואס די דארפסט דאך תשובה טהון אין איך זעהה נישט עפעס א ספיצייעלע עבירה אויף וואס זאלסט תשובה טהון ממילא כאפ אריין יעצט ואם לא עכשיו אימתי

וועיגן די יקרא דחיי גייען מיר דאס נישט זאגן ברבים. וד"ל... :? 8-) :lol: :roll: :x :oops: ;) :o
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:35 am#227003
אין די רגע די וועסט רעדען פאבליק קען עס ווערען יקרא דמותא נישט אזוי?
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 11:44 am#227299
שטייט זיך א איד ביי שלאגען כפרות מיט א סליחות אין איין האנט און א כפרה אין די אנדערע און פילט אין מיטן אז זיינע הויזן פאלען אראפ. ער פראבירט אהער און אהין און דא פאלט איהם אראפ די הויזען און די כפרה פליט און די סליחות פליט אויף די אנגערע זייט און ער פאלט אראפ...

שרייט ער... רב"שע יעצט האב איך נישט קיין מחילה... נישט קיין סליחה... און נישט קיין כפרה...
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 2:43 pm#227318
:like :like :like
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 1:20 am#227632
היות הערשי רובינשטיין האט נישט געקענט אן יאגן צו כאפן ד בילדער פון אלע רבי'ס ביים שלאגן כפרות ערב יו''כ, האבן אסאך רבי'ס פארגעשלאגן איבער צושלאגן היינט כפרות טאמער ס'וועט אריין גיין אונעם קימענדיגע גליון
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:58 am#227640
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:היות הערשי רובינשטיין האט נישט געקענט אן יאגן צו כאפן ד בילדער פון אלע רבי'ס ביים שלאגן כפרות ערב יו''כ, האבן אסאך רבי'ס פארגעשלאגן איבער צושלאגן היינט כפרות טאמער ס'וועט אריין גיין אונעם קימענדיגע גליון


רעד נישט צו הויך ווייל באלד וועלן זיי זיך נאך צו כאפן צום פלאן

זיי וועלן עס נאך רופן ״כפרות שניות״ בבחינת הקפות שניות ...
:D :P :) :lol:
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 9:36 am#227662
ראש ישיבה ליטאי גילה שאשתו כל היום אומרת פרקי שירה במקום לעשות את עבודות הבית הבסיסיות.

הוא ביקש ממנה להפסיק עם זה והיא לא הייתה מוכנה.

לאחר שזה נמשך הבעל לקח אותה לבית דין רבני טען שזה מפריע לו פוגע בכבודו ובניהול הבית וכד' הבי"ד פסק שהיא חייבת להפסיק עם זה מיד או לקבל גט.

האשה לא היתה מוכנה להפסיק לכן בעלה כתב לה גט במקום.

למחרת היא שמה מודעה בעיתון.

" אמרתי פרקי שירה 40 יום ונושעתי"
מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:15 pm#227795
אשתו כל היום טענה שאשתו כל הלילה יעשה את עבודת הבית
דינסטאג אקטאבער 7, 2014 7:52 am#227902
[ציטאט אראפגענומען]


איך ווייס אז דאס איז אן אמת'ע מעשה. ס'איז געוועהן מיט רב דושינסקי. כ'האב עס געהערט פון איינעם וואס רב דושינסקי האט אים עס דערציילט.
דינסטאג אקטאבער 7, 2014 9:36 am#227931
'רב דושינסקי' עקזיסטירט שוין נישט ,ער הייסט היינט 'אדמו''ר מדושינסקי'.
דינסטאג אקטאבער 7, 2014 8:16 pm#228133
יעצט געווען ביים הארדוועיר סטאר הער איך א אינגעלע בעט דעם מיסטער אויב ער פארקויפט לייטערס. ער פרעגט וואסערע סייז לייטער, זאגט ער אזוי הויך ווי אונזער סוכה, פרעגט ער ווי הויעך איז די סוכה, זאגט די אינגעלע אזוי הויעך ווי מיין טאטע, ווי הויעך איז דיין טאטע? אביסל העכער וווי מיין מאמע, ווי הויעך איז דיין מאמע? זי קימט אן ביז מיין טאטעס בארד, ווי לאנג איז דיין טאטעס בארד? ביז מיין מאמעס שטערן, ביז אהער האב איך מיטגעהאלטן
דינסטאג אקטאבער 7, 2014 8:41 pm#228146
מ גפני
יעצט געווען ביים הארדוועיר סטאר הער איך א אינגעלע בעט דעם מיסטער אויב ער פארקויפט לייטערס. ער פרעגט וואסערע סייז לייטער, זאגט ער אזוי הויך ווי אונזער סוכה, פרעגט ער ווי הויעך איז די סוכה, זאגט די אינגעלע אזוי הויעך ווי מיין טאטע, ווי הויעך איז דיין טאטע? אביסל העכער וווי מיין מאמע, ווי הויעך איז דיין מאמע? זי קימט אן ביז מיין טאטעס בארד, ווי לאנג איז דיין טאטעס בארד? ביז מיין מאמעס שטערן, ביז אהער האב איך מיטגעהאלטן

מ. גפני: ס'איז א שיינע מעשה'לע אבער ס'איז לאו דוקא געשעהן אין מציאות.
אפשר מיינסטו צו זאגן אז ס'וואלט געקענט געשעען. ס'איז אן אינטרעסאנטער דיאלאג. לויט ווי איך הער פון א חבר. דער "שטערן/שפאקטיוו" זשורנאל (נישט חלילה מעגעזין?) זוכט א גוטן שרייבער מיט א רייכע פאנטאזיע, א שטארקער בעל דמיון, צו שרייבן א הערליכע מעשה אין פארזעצונגען וואס וועט צוציען ליינערס...!
דינסטאג אקטאבער 7, 2014 9:37 pm#228159
berlbalaguleh
מ גפני
יעצט געווען ביים הארדוועיר סטאר הער איך א אינגעלע בעט דעם מיסטער אויב ער פארקויפט לייטערס. ער פרעגט וואסערע סייז לייטער, זאגט ער אזוי הויך ווי אונזער סוכה, פרעגט ער ווי הויעך איז די סוכה, זאגט די אינגעלע אזוי הויעך ווי מיין טאטע, ווי הויעך איז דיין טאטע? אביסל העכער וווי מיין מאמע, ווי הויעך איז דיין מאמע? זי קימט אן ביז מיין טאטעס בארד, ווי לאנג איז דיין טאטעס בארד? ביז מיין מאמעס שטערן, ביז אהער האב איך מיטגעהאלטן

מ. גפני: ס'איז א שיינע מעשה'לע אבער ס'איז לאו דוקא געשעהן אין מציאות.
אפשר מיינסטו צו זאגן אז ס'וואלט געקענט געשעען. ס'איז אן אינטרעסאנטער דיאלאג. לויט ווי איך הער פון א חבר. דער "שטערן/שפאקטיוו" זשורנאל (נישט חלילה מעגעזין?) זוכט א גוטן שרייבער מיט א רייכע פאנטאזיע, א שטארקער בעל דמיון, צו שרייבן א הערליכע מעשה אין פארזעצונגען וואס וועט צוציען ליינערס...!


בערל, וואו האסטו אויפגעפיקט אזא קרירות'דיגן סקעפטיסיזם, צו זאכן וועלכע מאכן דווקא יא סענס, אז ס'זאל האבן פאסירט אין דער ווירקלעכקייט ?
מיטוואך אקטאבער 8, 2014 3:32 am#228228
ר' אנאנים: ייש"כ. פאר די אלע הערליכע בילדער און מאמרים וואס דו לייגסט ארויף, ב"ה בלי ליאות, עמו"ש. נאר, לפענ"ד , דיין לעצטע דעמא, פון דעם טוויט פון "תימני שנכנס לבית הדפוס" שטייגט איבער אלע אנדערע... 😂 😂 😂 🙄 😉 😮
זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:25 am#228393
סאמערי וואס סהאט זיך ארויס געהערט פין די שכנים'ס סוכות

7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..
זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:41 am#228398
BAL TSHIVA
סאמערי וואס סהאט זיך ארויס געהערט פין די שכנים'ס סוכות

7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..

נאר איך האב א שכן. (ס'הייסט . ער וואוינט אין אן אנדערע גאס. נאר די בעק יארד איז בשכינות). ער האט א מנהג אז ווען ס'קומט סוכות פירט ער ארויס זיין שאו אויף די גאס. ער רעדט און לאכט הויעך. אלע שכינים האלטן מיט ווען ער עסט די פאטעיטא קוגל און ווען די חלה קוגל. ווען ער גייט זינגען זמירות (נישט ווען ער זינגט ממש.) שפילט זיך מיט די אייניקלעך. און ווען ער רעיגט זיך. געוויינליך טוט ער דאס אין שטוב. ביי די שבת'דיגע סעודה. וואס ער מאכט אן אוירלי שבת. אז ווען איך גיי ארויס אויף מיין פארטש פוצן די שיך לכבוד שבת, קענמען עים הערן שרייען און זיך קריגן מיט די בני בית אינמיטן זיין סעודה...

הבהרה: אויב איינער טראכט אז ער איז אין אן ענליכן מצב, איז עס נישט מער ווי א צופאל...!
זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:29 am#228447
[ציטאט אראפגענומען]

מפרעגט נישט קיין קשיות אויף קיין דרוש
זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:31 am#228448
די גערודער איז אויך מער ווי הונדערט
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:30 pm#228719
א גור׳ע חסיד האט ענדליך אויסגעקליבן זיין אתרוג נאכן זוכן אפאר שעה.
פרעגט אים זיין חבר, אפאר שעה האט דיר גענומען צו אויסוועלן א אתרוג, און דיין ווייב האסטו געקענט אויסוועלן און א האלבע שעה??
אמת, אבער מיט מיין אתרוג גיי איך ארויס אין גאס...
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:30 pm#228950
איך האב געזען א יונגערמאן מיט זיינע קינדער אין פארק, דער יונגערמאן האלט זיין cell אין פלוצלינג שרייט ער אויס "קינדער נאך 21% גייט מען אהיים"
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:18 am#229312
די חוה''מ ביי א לאנג ווייליגען דרשה, א איד איז טיף איינגעשלאפען, די בעל דרשן זאגט צום שכן, וועק אים אויף, 'שינה חוץ לסוכה'!!! ענטפערט יענער, רבינו, איר האט אים איינגעשלעפט, מאכט תשובת המשקל און וועקט אים אליין אויף...
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:28 am#229546
פארטוישט אשכול 3 מאל באלאנגט דאס שוין דא ביי מילתא דבדיחותא...
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:29 am#229548
פ. פארוואס רעדן די רוסישע מיט א חית ווצ''ב חהאלא ?

ע. די באשעפער האט באשאפען די וועלט מיט אות 'ה' און יענע וועלט מיט אות 'י', רוסלאנד איז אויבן פונם כדור הארץ, קומט אויס אז די מענטשען דארט דרייען זיך ציוושיען דער וועלט און יענער וועלט, האט זיי די באשעפער באשאפען מיטן אות 'ח' וואס איז ציווישען אות 'ה' און אות 'י'...

יעצט באמערקט אז מ'האלט שוין דא ביים 1000טער תגובה, מזל טוב ק''ש.
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:28 am#229781
א אינגערמאן איז געשטאנען איין נאכט ביים 'ברידזש' צו כאפן א 'היטש' קיין קר''י, מיטאמאל שטעלט זיך כ"ק אדמו"ר מ'דאבשינא שליט"א אפ, זאגט אים, די פראנט איז אנגעלייגט מיט פאפירען, זעץ זיך אין בעק אויף מיין זייט, ס'דא א סיט.

זיי פארען זיך אזוי געמיטלען אויפן 17 ווי די רבי שליט"א זינגט זיך אונטער די נייע דאבשינא ניגונים, מיט אמאל דערמאנט זיך די אינגערמאן אז אפשר קען ער האבן אויך א 'היטש' אויף צוריק , גיט ער דעם רבין א קלאפ אין פלייצע, מיטאמאל גיט די רבי ארויס אזעליכע משונה'דיגע פחדים'דיגע קולות ,פארלירט דעם רעדל און פליעט אראפ פונם הייוועי אריין אין וואלד, די קאר גיט זיך ב''ה א האסטיגען שטעל אפ פארנט פון א בוים.

נאכן זיך אביסל באריאיגען זאגט אים די רבי, אויפן מינוט האב איך מיר פארגעסען אז איך האב דיר אין קאר און ווען די האסט מיר געגעבען די קלאפ אין פלייצע, האב איך געמיינט אז די 'בר מינן' וואס איז אין קאר קלאפט מיר פאר א תיקון...

מ'דארף שוין נישט דערציילען אז די אינגערמאן איז פון דארט אנטלאפען 'כל בו נשמתו' ווי די גוי ביי די מרור...
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:30 am#229805
א גוטע מעשה, אבער איך גלייב אז די בר מינן ציטערט מער פונעם רבי׳ן ווי די רבי פון א בר מינן...
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:53 pm#229975
מיט גרויס שוועריקייטען האבן די זקני חסידי צוזאמען געברענגט כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א מיט אינגערן ברודער כ"ק אדמו"ר מ'ספייסי פרענטש פרייס שליט"א צום טאטענס צווייטען יארצייט.

כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א נעמט זיך טרינקען איין גלעזעל לחיים דערנאך א צווייטען, א דריטען, א פערטע אא''וו, דערנאך גיט ער די האנט צום ברודער, און שרייט ''איך האב דיר ליב'' ''איך האב דיר ליב אהבת נפש'' פרעגט אים די ברודער, דו רעדסט אדער די ברויפען רעדט?

זאגט אים די רבי שליט''א, 'איך רעדט צום ברויפען'...