berlbalaguleh האט געשריבן:נקודת אמת: די בני פלג הירושלמי וועללן נאך אמאל מפקיע זיין דאס צינדן חנוכה לעכט להוציא מליבן...אז זיי צינדן ח"ו לעילוי נשמת ר' אהרן לייב שטיינמאן. אזוי ווי געוויסע קהילות קדושות גייען אקעיגן שולחן ערוך. און זיי זאגן יא תחנון ביי א ברית אום ה' אייר. להוציא מליבן של...אז זיי זאגן ח"ו נישט קיין תחנון וועגן ה' אייר...! רחמנא ליצלן מהאי דעתא...!
בד"וו
איינס פון די קהילות שרחמנא דידך יצילך מדעתייהו בקרוב
איז די זרייט באקאנטע 'לעדערמאן-שוהל' וואס געפונט זיך אויף 25 רשב"ם אין בני ברק
די ביהמ"ד שטייט אין שפיץ פון הגה"צ המפו' מלאך האלקים שר התורה וקופת העיר
רבי שמריהו יוסף חיים (פרץ) קאניעווסקי שליט"א
בנו יחידו פון כ"ק הגה"ק מ(האראנא-)סטייפלא זצוק"ל
וואס דער איינציגסטער טאג אין יאהר וואס מ'זאגט דארט תחנון איז אום ה' אייר
(יום שבדו להם הקנאים מלבם לומר בו תחנון ונפילת אפיים - אפי' בשנת השמיטה, רחמנא לשיזבן מדעות כוזבות כזה)
ווייל א יעדן טאג ווערט ער מכובד מיט סנדקאות'ן סיי ביי ותיקין נאכ'ן דאווענען (וואס וועגן דעם זאגט מען ניט תחנון ביי שחרית)
און אזוי אויך מיטאג צייט איז דא טעגליך ברית'ן ווי הגה"צ הנ"ל איז זיך משתתף אין מכובד מיט סנדקאות
(און וועגן דעם ביי מנחה זאגט מען אויך ניט קיין תחנון)
אויסער ביום הנ"ל שבו אפי' שיש להרב סנדקאות אומרים בו תחנון (אולי בכדי שלא תשתכח תורת תחנון מישראל)