Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
770 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4117 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #66
דינסטאג אוגוסט 28, 2018 1:58 pm#411973
ס'יז דא א באקאנטע מעשה פון הגאון ר'מאיר שפירא זצ"ל וועלכער פלעגט זאמלען געלט פאר ישיבת חכמי לובלין וואס ער האט אויפגעשטעלט, איינמאל קומט ער צו איינעם און יענער האט ממש פארקלאפט די טיר אויף אים, ר' מאיר רופט זיך אזוי אן: 'וואס איז? איך בין נישט א טראגעדיגע פרוי ? !' דער איד הערט אזעלכע ווערטער פון א געלט-זאמלער האט זיך אפגעשטעלט ער עפענט ברייט דעם טיר און פארבעט ר' מאיר זאל מסביר זיין פשט אין די ווערטער. זאגט ר' מאיר: געווענליך ווען איך זאמל באגעגען איך צוויי סארט מענטשן, איינער גיט נישט קיין געלט אבער דאגעגן גיבט ער כאטש כבוד, דאן טראכט איך ביי מיר "שוין א כפרה די געלט, האב איך כאטש כבוד". ווידעראום איז דא פארקערט איינער וואס גיט געלט אבער כאפ-לאפ אן א כבוד, דאן טראכט איך ביי מיר "שוין א כפרה די כבוד, מאך איך כאטש געלט". אבער די וואס דו געסט נישט כבוד און נישט געלט האב איך צוויי כפרות, דעריבער האב איך דיר מעורר געווען אז איך בין נישט א פרוי וואס טראגט וואס דארף האבן צוויי כפרות, איינס איז מיר גענוג.......
דינסטאג אוגוסט 28, 2018 1:59 pm#411974
This is a true story from the WordPerfect Help line which was transcribed from a recording monitoring the Customer Care Department. Needless to say, the Help Desk employee was fired; however he is currently suing the WordPerfect organization for "Termination without Cause." This is the actual dialogue of a former WordPerfect Customer Support employee (now I know why they record these conversations).]
Starts here:
Employee--"Rich Hall, Computer Assistance; may I help you?"

Customer--"Yes, well, I'm having trouble with WordPerfect."

Employee--"What sort of trouble?"

Customer--"Well, I was just typing along, and all of a sudden, the words went away."

Employee--"Went away?"

Customer--"They disappeared."

Employee--"Hmmm......... So what does your screen look like now?"

Customer--"Nothing."

Employee--"Nothing?"

Customer--"It's a blank; it won' t accept anything when I type."

Employee--"Are you still in WordPerfect, or did you get out?"

Customer--"How do I tell?"

Employee--"Can you see the 'C:' prompt on the screen?"

Customer--"What is a sea prompt?"

Employee--"Never mind, can you move your cursor arou! nd the screen?"

Customer--"There isn't any cursor; I told you, it won't accept anything I type."

Employee--"Does your monitor have a power indicator?"

Customer--"What's a monitor?"

Employee--"It's the thing with the screen on it that looks like a TV. Does it have a little light that tells you when it's on?"

Customer--"I don't know....."

Employee--"Well, then look on the back of the monitor and find where the power cord goes into it. Can you see that?"

Customer--"Yes, I think so."

Employee--"Great. Follow the cord to the plug, and tell me if it's plugged into the wall."

Customer--"Yes, it is."

Employee--"When you were behind the monitor, did you notice that there were two cables plugged into the back of it, not just one?"

Customer--"No."

Employee--"Well, there are. I need you to look back there again and find the other cable."

Customer--"Okay, here it is."

Employee--"Follow it for me, and tell me if it's plugged securely into the back of your computer."

Customer--"I can't reach."

Employee--"Uh huh. Well, can you see if it is?"

Customer--"No."

Employee--"Even if you maybe put your knee on something and lean way over?"

Customer--"Oh, it's not because I don't have the right angle, it's because it's dark."

Employee--"Dark?"

Customer--"Yes - the office light is off, and the only light I have is coming in from the window."

Employee--"Well, turn on the office light then."

Customer--"I can't."

Employee--"No? Why not?"

Customer--"Because there's a power failure."

Employee--"A power.......a power failure?.... Aha! Okay, we've got it licked now. Do you still have the boxes and manuals and the packing stuff your computer came in?"

Customer--"Well, yes, I keep them in the closet."

Employee--"Good.. Go get them, and unplug your system and pack it up just like it was when you got it. Then take it back to the store you bought it."

Customer--"Really? Is it that bad?"

Employee--"Yes, I'm afraid it is."

Customer--"Well, all right then, I suppose. What do I tell them?"

Employee--"Tell them you're too stupid to own a computer..."
דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:00 pm#411975
איינער איז געשטאנען ביים משפט פאר א שופט,
דער שופט: איז אמת אז דעיס און דאס
פאציענט: די שופט זאל פארשטיין...
דער שופט: נע נע נע נע יא אדער ניין?
פאציענט: דער שופט ווייסט אז...
שופט: נע נע נע נע יא אדער ניין? עס איז יא אדער ניין קשיא,
פאציענט: קען מען דען אויף יעדע זאך ענפערען אדער יא אדער ניין?
שופט: זיכער אז יא,
פאציענט: קען איך פרעגען א קשיא פונעם שופט?
שופט: זיכער,
פאציענט: איז אמת וואס איך הער, אז דו האסט מיט צוויי חדשים צוריק אויפגעהערט צו נעמען שוחד?
דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:01 pm#411977
צוויי בעטשלערס שנארערס זענען געזעצען אויף די גאס אין מעקסיקא סיטי נאך געלט, איינער האט אין פארענט פון זיך געטראגען א מגן דוד, און איינער האט געטראגען א שתי וערב,
עס זענען דורך געגאנגען מענטשען און כסדר אריינגעווארפען פיאסטער נאך פיאסטער אינעם היטעל פונעם שנארער וואס האט געטראגען פארענט פון זיך די שתי וערב, אין די זעלבע צייט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פונעם צווייטען וואס איז געזעצן דארט מיט'ן מגן דוד,
ביז עס איז דורך געגאנגען א גלח, ווי ער זעהט דאס אז מענטשען טועהן אזא זאך גייט ער צו צום בעטשלער מיט'ן מגן דוד, און רוימט אים אריין אין אויער "מיין ארימער חכם, זעהסטו דין נישט אז דיין פלאץ איז נישט דא? דאס איז א קאטויליש לאנד, קיינער וועט דיר נישט געבן א פרוטה אז דו זיצט דא מיט א סטאר אף דעיוויד, נאך דערצו אז נעבן דיר ממש זיצט איינער מיט א ציילעם?"
דער שנארער הערט זיך אזוי צו צום גלח, און בייגט זיך צו צום צווייטען מיט'ן שתי'ן און רוימט אים אריין אין אויער
" משה, געב א קוק ווער עס לערנט די גאלדשטיין ברודערס, די מארקעטינג ליין"...
דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:01 pm#411978
A woman walked into the kitchen to find her husband stalking around with a fly swatter.

"What are you doing?" She asked.

"Hunting Flies" He responded.

"Oh. Killing any?" She asked.

"Yep, 3 males, 2 Females," he replied.


Intrigued, she asked. "How can you tell them apart?"

He responded, "3 were on a beer can, 2 were on the phone."
מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:58 pm#412020
Re: מילתא דבדיחותא
פארוואס גייט מען קיין אומאן אויף ראש השנה?
ווייל ס'איז דא 2 וועגן צו ארויס קומען אומשולדיג פון א פראצעס
1. זיך מסביר זיין פארן ריכטער אז די ביסט אומשולדיג
2. אויפווייזן אז די ביסט נישט ביכולת דורך צו גיין א משפט....
מיטוואך אוגוסט 29, 2018 11:39 pm#412061
סקרן האט געשריבן:איינער איז געשטאנען ביים משפט פאר א שופט,
דער שופט: איז אמת אז דעיס און דאס
פאציענט: די שופט זאל פארשטיין...
דער שופט: נע נע נע נע יא אדער ניין?
פאציענט: דער שופט ווייסט אז...
שופט: נע נע נע נע יא אדער ניין? עס איז יא אדער ניין קשיא,
פאציענט: קען מען דען אויף יעדע זאך ענפערען אדער יא אדער ניין?
שופט: זיכער אז יא,
פאציענט: קען איך פרעגען א קשיא פונעם שופט?
שופט: זיכער,
פאציענט: איז אמת וואס איך הער, אז דו האסט מיט צוויי חדשים צוריק אויפגעהערט צו נעמען שוחד?

איך געב די מענטש וואס האט געמכט די וויץ א 150 iq
זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:05 pm#412284
Re: מילתא דבדיחותא
איינער פרעגט מיר:
"פארוואס אין גור לאזט מען די פרויען טוהן וואס זיי ווילן אבער די מענער רודפ'ט מען אויס די יארן, משא"כ אין סאטמאר רודפ'ט מען די פרויען אבער די מענער מעגן טוהן וואס זיי ווילן!?..."

גארנישט קיין בדיחותא.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:08 pm#412285
ביידע גרופס זענען -----ט...!
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:39 am#412306
Re: מילתא דבדיחותא
ק/פ פון וואטסעפ

Kevin had just gotten a new car and was out for a drive

when he accidentally cut off a truck driver. Truck driver motioned for Kevin to pull over.

When Kevin did, the driver got out of his truck and pulled a piece of chalk from his pocket. He drew a circle on the side of the road and gruffly commanded to Kevin, "Stand in that circle and DON'T MOVE!"

He then went to Kevin's car and cut up its leather seats.

When he turned around, Kevin had a slight grin on his face, so the driver said, "Oh you think that's funny? Watch this!"

He gets a bat out of his truck and breaks every window in Kevin's car. When he turns and looks at Kevin, he has a smile on his face.

Driver is getting really mad. He gets his knife back out and slices all its tires.

Now Kevin is laughing.

The truck driver is really starting to lose it. He goes back to his truck and gets a can of petrol, pours it on Kevin's car and sets it on fire.

He turns around and Kevin is laughing so hard he is about to fall down.

"What's so funny?" the truck driver asked.

Kevin replied, "Every time you weren't looking, I stepped outside the circle!!"
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:21 am#412894
דער קעניג פון מאראקא איז איינמאל נמאס געווארן פון די אלע געמאכטע כבוד און לעקעריי, האט ער אפגעמאכט אז ער גייט זיך פארשטעלן ווי א פשוטער מענטש און ארומגיין אין לאנד ווי א נארמאלער בירגער.

אומר ועושה, ער לאזט זיך ארויס אין לאנד מיט פשוטע קליידער, קיינער האט אים טאקע נישט דערקענט און ער האט זיך מחי' געווען האבענדיג מנוחה פון יעדעם.

אזוי סוף טאג איז ער מיד געווארן איז ער געגאנגן זיך אפרוען אביסל ביים ארטיגן טייך.

זעצט ער זיך אראפ נעבן א פישערמאן , דער פישערמאן נעמט ארויס אביסל מאריכואנע מיט פאפיר און ער הייבט אהן צו ראולן די סחורה אין די פאפיר צו רויכערן א גוטס..

ער פרעגט דעם מלך, זאג נאר דו ווילסט איינס??

זאגט אים דער מלך, פארוואס נישט?!

שוין דער קעניג רייכערט אזוי געמיטלעך און דער פישערמאן הייבט אהן א שמועס מיט אים, זאג נאר מיט וואס באשעפטיגט איר זיך??

זאגט ער אים, וואס הייסט וואס, כ'בין דער קעניג!!

זאגט אים דער פישערמאן, פיינע סחורה דאס, וואס?!?!
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:50 am#412896
דאס מיינט מעלה עשן כל שהוא, מיט אביסל רויעך קען מען זיין וואס מ'וויל נאר זיין...

וויפיל קאסט א טיקעט קיין מארוקו?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:59 am#412897
וואלווי: דו קענסט עס שוין האבן א סאך נענטער. קאלאראדא און ניו דזשערסי. און באלד אין ניו יארק...!
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:07 pm#412898
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: דו קענסט עס שוין האבן א סאך נענטער. קאלאראדא און ניו דזשערסי. און באלד אין ניו יארק...!


איך זיך דאך יענער פישערמאן...
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:20 pm#413130
Re: מילתא דבדיחותא
.בילד
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:43 pm#413134
Re: מילתא דבדיחותא
.בילד
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:38 am#413306
נישט לאנג צוריק הער איך וואו איינער זאגט פארן צווייטן אין בור ,
״נישט און מקוה גערעדט ״ , כ׳האב געזען א שיין ווארט און חתם סופר די וואך .....
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:40 am#413307
A young man was davening Minchah from his smart phone. A senior approached and asked him what he was doing.

“I downloaded the sidur onto my phone" the young man responded.

“Then why don’t you just highlight the text and press, ‘Send’ . . .?” the oldster asked.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:43 am#413308
לכבוד סוכות

ק/פ
סאמערי וואס סהאט זיך ארויס געהערט פין די שכנים'ס סוכות

7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:43 am#413309
איך האב געזען א יונגערמאן מיט זיינע קינדער אין פארק, דער יונגערמאן האלט זיין cell אין פלוצלינג שרייט ער אויס "קינדער נאך 21% גייט מען אהיים"
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:27 pm#413321
סקרן האט געשריבן:7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..

און זיי שרייען נאך די העכסטע... :lol: :lol: :lol:
זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 8:40 am#413529
הערט מען אונטער הו"ר ווי א יונגערמאן ווינטשט זיין חבר וואס מוטשעט זיך מיט שלום בית, א גט קוויטל, פון 12 שורות...

אל תפתח שה לפוטין...
זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 10:19 am#413530
א אינגערמאן טרעפט זיין חבר מוציו"ט א דריי שעה נאכן זמן און וויל כאפן א שמועס מיט יענעם, זאגט יענער אנטשולדיגט איך אייל זיך זייער, וואו איילט ער זיך, הכלל ער דארף אהיימלויפן מאכן הבדלה. פרעגט אים זיין חבר אזוי שפעט און האסט טאקע נאכנישט געמאכט קיין הבדלה, זאגט ער יא ער קומט ערשט יעצט אהיים פון די נעילת החג און סאטמאר. פרעגט ער אים פארוואס טאקע ענדיגט מען אזוי שפעט, זאגט ער וואס הייסט קוים האט די רבי געענדיגט דעם בייטאג טיש. אזוי ? פארוואס טאקע אזוי שפעט, וואס הייסט שפעט, דו ווייסט נישט אז די רבי האט קוים געהאט צייט צו עסן ער האט דאך געענדיגט די הקפות שוין נאך די שקיעה און מ'דארף נאך דאווענען מוסף. פרעגט ער אים צוריק זאג נאר די טאג איז טאקע נישט גענוג לאנג אז מ'זאל ווען ענדיגן אין צייט, ענטפערט ער דו ווייסט ווען מ'האט זיך געשטעלט דאווענען היינט צופרי, צוועלעף אזייגער. אזוי ? פארוואס טאקע אזוי שפעט, וואס הייסט -זאגט ער- די רבי האט געענדיגט טאנצן די הקפות אין די פארטאגס שעה'ן קוים זיך נאך אפילו געקענט געבן א וואש לכבוד יו"ט. הכלל ער הייבט אן צוריקבעקן און זען בשל מי הרעה הזאת פארוואס דער אינגערמאן האט זיך דא פארפלאנטערט און געדארפט גיין אין סאטמאר און ווערן פארשלעפט אינעם כישוף ראד. והנה ער האט געכאפט דעם חטא הקדמון. די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן אז ער איז אויפגעשטאנען הושענא רבא שפעט און ער האט געדארפט לויפן אין סאטמאר דאווענען. זאגט ער אים לאמיר דיר געבן איין טיפ הושענא רבה שטייט מען אויף אין צייט און מ'גייט דאווענען אין צייט.
דינסטאג אקטאבער 02, 2018 9:22 pm#413537
מתושלח האט געשריבן:הערט מען אונטער הו"ר ווי א יונגערמאן ווינטשט זיין חבר וואס מוטשעט זיך מיט שלום בית, א גט קוויטל, פון 12 שורות...

אל תפתח שה לפוטין...

?Why Get Married If You Hate Your Spouse
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 6:35 pm#413598
גיי פארשטיי די רבי'ס, זיי קויפען א גאנצע יאר..

די גרעסטע הייזער
די גרעסטע קאַר
די גרעסטע שול
די גרעסטע שטענדער
די גרעסטע פארענטשעס
די גרעסטע בענקל
די גרעסטע חלות
די גרעסטע כוס של אליהו
די גרעסטע קערה
די גרעסטע טלית
די גרעסטע עטרות
די גרעסטע ש״ס
די גרעסטע מנורה
די גרעסטע סוכה
די גרעסטע לולב
ועוד ועוד..

און שמחת תורה קומען זיי אריין מיט די קלענסטע ספר תורה!!
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 8:45 pm#413611
Re: מילתא דבדיחותא
.בילד

Sent from my SM-G935V using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:07 pm#413920
איינער קומט צו צי א זינגער ביי א חתונה אין זאגט עהם די זינגסט וי א סקאנק
זאגט עהם דער זינגער עס איז מיר א חידוש וואס דו זאגסט מיר
וייל איך האב קיינמאל נישט געויסט סקאנקס קענען שיין זינגען ...
זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:09 pm#413921
.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:11 pm#413922
א קליין קינד זאגט מיר היינט אז ער האט פסח גע'גנב'עט די אפיקומן פון זיין פאטער און ער האט גארניש געקענט ארויסבאקומען

איז ער געגאנגען און גע'גנב'עט זיין פאון טשארדזשער

האסט ניש קיין אנונג וואס כ'האב אלס געקענט ארויסבאקומען פון אים !!!
זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:11 pm#413923
א מענטש קומט אריין אין קיך פון א רעסטוראנט און זעהט ניש מער און ניש ווייניגער אווי דער קעכער מישט דעם זופ מיט זיין האנט

פרעגט ער אים , פ"וו מישסטו ס'זופ מיט די האנט ?

ענטפערט ער אים , "ווייל כאב א געשווילאכץ אויף מיין פיס"!!!!
זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:11 pm#413924
איינער גייט צום דענטיסט און ער זאגט עהם ער דארף א גרויסע טירעטמענט
פרעגט ער וויפיל וועט דאס קאסטן
זאגט די דענטיסט 5 טויזענט דולער
זעגט דער איד איך פיל אזוי ווי איך באצאל דא פאר א קאר
זאגט עהם די דענטיסט דו צאלסט טאקע פאר א קאר נאר נישט דיין קאר נאר פאר מיין קאר
זונטאג אקטאבער 07, 2018 6:52 pm#413955
סקרן האט געשריבן:א מענטש קומט אריין אין קיך פון א רעסטוראנט און זעהט ניש מער און ניש ווייניגער אווי דער קעכער מישט דעם זופ מיט זיין האנט

פרעגט ער אים , פ"וו מישסטו ס'זופ מיט די האנט ?

ענטפערט ער אים , "ווייל כאב א געשווילאכץ אויף מיין פיס"!!!!

אינעם זעלבען רעסטוראנט האט אויך פאסירט א מאל אז איינער האט באשטעלט א געבראטן הינדל, דער באלעבאס פונעם רעסטוראנט בכבודו ובעצמו האט אים אהינגעברענגט דעם טעלערעל מיטן הינדל, ווען ברענגענדיג האלט ער שטארק אן מיטן בלויזן האנט זיינע דעם עוף אויפן טעלער. דער קאסטומער האט א פארצווייפעלטער אנגעפרעגט דעם באלעבאס צו וואס פעלט דאס אויס אנצוהאלטן דעם עוף מיט די האנט ריפט זיך דער באלעבאס אן מיט א היבש אנגעצויגענעם טאן זאג נאר דו ווילסט אז עס זאל נאכאמאל אראפפאלן.
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 2:46 am#413974
נאך איז געווען א מעשה, אז איינער איז געזעצן ביי א חתונה, און דער קעלנער קומט טיילן זופ. מ'קומט צו זיין איהם און מ'וויל איהם אריינלייגן פון שיסל, זאגט ער פאר'ן קעלנער אז די זופ איז צו קאלט. גייט ער אריין אין קיך נאכאמאל און ברענגט א פרישע שיסל זופ גראד פון טאפ ארויס, ער וויל אריינלייגן ביי דעם איד אין טעלער, זאגט איהם דער איד ווייטער אז ס'איז נישט גענוג הייס. דא האט דער קעלנער זיך שוין גוט אויפגערעגט און ער זאגט פאר דעם איד "דו האסט דאך נאך ניטאמאל פארזוכט פון דעם זופ, פון וואו ווייסטו אז ס'איז נישט גענוג הייס?" זאגט איהם דער איד "ווילאנג דו קענסט האלטן דיין פינגער אינעם שיסל, ווייס איך אז ס'איז נישט גענוג הייס..."
זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:29 pm#414427
Imagine how much aggravation Noach would've saved us if he would've just killed those two mosquitoes
מאנטאג אקטאבער 15, 2018 1:09 pm#414481
צו א קליינשטעטיגע רב איז געקומען א איד'ל מיט א תביעה אויף זיין חבר. ער האט געוואלט א דין תורה, אבער דער רב האט אים אפגעזאגט, זאגענדיג אז ער האט נישט קיין אויסזיכטען אין די דין תורה, "דארפסט דאך האבען עדות און דו האסט נישט".

"און וואס וועט זיין אויב איך ברענג צוויי לעבעדיגע עדות?"

"אה, דעמאלס איז עפעס אנדערש, אבער ווי וועסטו טרעפען צוויי לעבעדיגע עדות?"

"איך וועל מארגען ברענגען צוויי לעבעדיגע אינדיק אויף פסח צום רב".
מיטוואך אקטאבער 17, 2018 2:03 pm#414592
א יונגעל קומט אריין פרייטאג נאכמיטאג אין א ביזי בעקערי און פרעגט איך קען האבן א קעיק מיט ספרינקעלס זאגט ער איך האב נישט אבער דער אינגעל פרעגט נאך פופצען מאהל ביז דער בעה''ב זאגט עהם אינגעלע נאךך איינמאל דו פרעגסט מאך אום צו דיין מויל מיט קרעזי גלא
עס גייט אריבער פינעף מינוט אין די אינגעלע קומט אריין און פרעגט איר האט קרעזי גלא
זאגט ער אנטשולדיק דא איז א בעקערי אונז האבן נישט קרעזי גלא
פרעגט דער אינגעל קען איך האבן קעיק מיט ספרינקעלס אויף דעהם ?
מיטוואך אקטאבער 17, 2018 2:03 pm#414593
2 אידן זיצן ביי א בר מצווה:
איד 1: די הערסט די ניגון וואס די זינגער זינגט יעצט? סאיז א גראל פין א ניגון!
איד 2: די ווייסט ווער איך בין?
איד 1: ניין!
איד 2: איך בין די בעל מחבר פין דעם ניגון.....
איד 1: אין די ווייסט ווער איך בין?
איד 2: ניין!
איד 1: זייער גוט...(אין לויפט ארויס פין זאל....)
מיטוואך אקטאבער 17, 2018 2:04 pm#414594
די וועלט זאגט די חילוק ציוישען א אונגערישע און א געלעציאנע מאמע

די אונגערישע זאגט עס אויף שעפעלע דו ווסט דאך זיין הונגעריג

די גאליציאנע זאגט עס אויף שעפעלע עס איז דאך א שאד די געלט
מיטוואך אקטאבער 17, 2018 2:05 pm#414595
זאגט מיר איינער, ער האט ברוך השם געהאט א קינד פאר א חודש צוריק,
אבער ער מיינט אז זיין פרוי איז נישט אינגאנצן מיט אלעמען...
שוין דע דריטע נאכט וואס זי זאגט עם אז דאס קינד האט געוויינט א גאנצע נאכט, איך האב גארניט געהערט.....
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 7:54 am#414635
.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 11:07 pm#416864
Re: מילתא דבדיחותא
אן אראבישער קרוין פרינץ איז געווען צוגאסט אין אמעריקא. זייענדיג דא צום ערשטן מאל, איז די סטעיט דעפארטמענט געווען באאויפטראגט אים צו באזארגן מיט אש"ל.

די סטעיט דעפט. האט אים כסדר סערווירט אמעריקאנער מאכלים אים צו באאיינדרוקן. נישט זייענדיג געוואוינט צו די מאס זאלץ אין אמעריקאנער מאכלים, האט ער כסדר געשיקט זיין שלאק, מוכאמעד, צו ברענגן פרישע וואסער צו שטילן זיין דארשט.

יעדן מאל, אויפן באפעל פון זיין מייאסטעט, האט מוכאמעד כסדר געברענגט פרישע וואסער נאכאמאל און נאכאמאל. איינמאל קומט מוכאמעד צוריק מיט א ליידיגן גלעזל. זיין הויכגעשעצטער האט גענומען שעלטן און זידלען מיט באנומענע קולות, "די אומפארשעמטער יונג, ווי וואגסטו צוריק צוקומען מיט ליידיגע הענט".

מוכאמעד, קענטליך דערשראקן און באליידיגט, האט איבערגעבעטן דעם קרוין פרינץ און אים מסביר געווען, אז אן אמעריקאנער האט זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן קוואל...
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:32 am#416874
Re: מילתא דבדיחותא
חוקי הגברים :


תמיד אנחנו שומעים את החוקים מהצד הנשי, סוף סוף מישהו לקח את היוזמה להעלות על הכתב חוקים אלו מהצד הגברי.


אלו החוקים שלנו! – הם כולם ממוספרים בספרה 1 ב-כ-ו-ו-נ-ה.


1. גברים לא יודעים לקרוא מחשבות.


1. את ילדה גדולה, תסתדרי עם המושב של האסלה, אם זה למעלה, תורידי, אנחנו צריכים את זה למעלה, את צריכה את זה למטה, לא שמעת אותנו מתלוננים אף פעם שזה למטה.


1. בכי זה סחטנות.


1. תמיד תבקשי בדיוק את מה שאת רוצה. בואי ונבהיר את העניין: רמזים לא עובדים! רמזים עבים לא עובדים! רמזים ברורים לא עובדים! פשוט תגידי.


1. תגשי אלינו עם בעיה רק אם את רוצה שנפתור לך אותם, זה מה שאנחנו עושים, בשביל אמפתיה יש לך חברות.


1. כל מה שאמרנו לפני חצי שנה, הוא לא רלוונטי באמצע וויכוח, בעצם כל מה שאנחנו אומרים, פג תוקפם תוך שבוע.


1. אם את חושבת שאת שמנה, זה כנראה נכון. אל תשאלי אותנו.


1. אם משהו שאמרנו יכול להתפרש בשני דרכים, ואחד מהם גורם לך להיות עצובה או כועסת, התכוונו לפירוש השני.


1. את יכולה או לבקש מאיתנו לעשות משהו, או להגיד לנו איך את רוצה שזה ייעשה, לא שניהם. ואם את כבר יודעת איך הדרך הכי טובה לעשותה, תתכבדי ותעשי את זה לבד.


1. מתי שמתאפשר, תגידי את מה שיש לך להגיד בזמן הפרסומות.


1. קריסטופר קולומבוס לא היה צריך שיכוונו אותו בדרך, גם אנחנו לא.


1. אנחנו רואים רק 16 צבעים, כמו הברירת מחדל ווינדוס. אפרסק למשל - זה פרי, לא צבע, סלמון זה דג, ואין לנו מושג מה זה טורקיז.


1. אם אנחנו שואלים אותך מה הבעיה ואת עונה 'כלום', נתנהג כאילו כלום לא קרה, למרות שאנחנו יודעים שאת משקרת, זה פשוט לא שווה את הכאב ראש.


1. אם את שואלת שאלה שאת לא רוצה תשובה עליה, תצפי לתשובה שלא רצית לשמוע.


1. כשאנחנו צריכים לצאת, כל מה שתלבשי יהיה בסדר. ב-א-מ-ת!


1. אל תשאלי על מה אנחנו חושבים, אלא אם כן את רוצה לדבר על ספורט או על חלקים של רכב.


1. יש לך מספיק בגדים!


1. יש לך יותר מידי נעליים!


תודה שקראת את כל זה. 

כן אני יודע שאצטרך לישון על הספה הלילה, אבל האם ידעת שלגברים זה לא באמת משנה היכן הם ישנים? זה כמו קמפינג בשבילנו...


תעביר את זה לכמה שיותר גברים שיצחקו.

 או לנשים עם חוש הומור - אם אתה מכיר כאלה!




Sent from my SM-G935V using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:25 am#416879
סקרן: איך בין זיכער אז דער טעם פארוואס די לייקס קומען נישט אריין מיט א שטראם. איז ווייל א גרויסער טייל פון היימישן עולם פארשטייט נישט די שפה הטמאה. אפשר קענסטו עס איבערשרייבן אוויף (ווילאמסבורגער) אידיש. אדער אפשר גאר אויף אונגאריש...!
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 3:28 am#416886
Re: מילתא דבדיחותא
@berlbalaguleh לכבודך.

דאס זענען די מענערישע רולס, אלעס איז נומבער איינס ב-כ-ו-ו-נ-ה.

1. מענער קענען נישט ליינען קיין מחשבות.

1. דו ביסט שוין ערוואקסן. אויב די זיצער איז ארויף, לייג עס אראפ. דו דארפסט עס ארויף, מיר דארפן עס אראפ מען האט שוין געהערט אזאנס. דו הערסט נישט מיר זאלן זיך אפרעדן אז עס איז ארויף.

1. וויינערייען איז בלעקמעיל.

1. אז דו ווילסט עפעס, זאג פונקטליך וואס דו ווילסט. לאמיר קלאר מאכן די זאך: רמזים ארבייט נישט! גראבע רמזים ארבייט נישט! קלארע רמזים ארבייט נישט! רעד צום פינטל.

1. קום נאר צו אונז מיט א פראבלעם אז דו ווילסט מיר זאלן עס סאלווען, דאס איז וואס מיר טוען. פאר מיטגעפיל האסטו חברתות.

1. אלעס וואס מיר האבן געזאגט א האלב יאר צוריק, איז נישט רעלעוואנט אינמיטן א טענה'ריי. אין פאקט, סיי וואס מיר זאגן פארלירט האפט ביז זיבן טאג.

1. אויב קלערסטו אז דו ביסט פעשליך, לכאורה ביסטו. פרעג אונז נישט, מיר האבן זיך שוין אפגעבריעט.

1. אויב וואס מיר האבן געזאגט קען אויסגעטייטש ווערן אויף צוויי וועגן, און איינס מאכט דיר טרויעריג און ברוגז, האבן מיר געמיינט די צווייטע.

1. דו קענסט בעטן אדער אז דו ווילסט עפעס זאל געטון ווערן, אדער זאגן וויאזוי דו ווילסט מיר זאלן עס טון, ביידע אויפאמאל איז נישט קיין אפציע. אויב ווייסטו בעסער וויאזוי מען טוט עס, זיי מוחל טו עס אליינס.

1. קריסטאפער קאלאמבוס האט נישט געדארפט קיין דירעקשאנס, מיר דארפן אויך נישט.

1. מיר קענען נאר זעכצן קאלירן, אזוי ווי די דיפאלט ווינדאוס. פיעטש צום ביישפיל, איז א פרוכט, נישט קיין קאליר, סעלמאן איז א פיש, און מיר האבן קיין אהנונג וואס דאס איז (Turquoise) טורקווייז בלע"ז.

1. אויב מיר פרעגן וואס איז די פראבלעם און דו ענטפערסט "גארנישט", גייען מיר אנגיין כאילו לא היה. הגם מיר ווייסן אז עס איז ליגנט, עס איז פשוט נישט ווערט די קאפ וויי.

1. אויב דו פרעגסט עפעס וואס דו ווילסט נישט עכט וויסן, ערווארטעט אן ענטפער וואס דו ווילסט נישט הערן.

1. ווען מיר דארפן שוין ארויסגיין, סיי וואס דו טוסט אן איז גוט. אמת'דיג!

1. פרעג נישט וואס מיר טראכטן, נאר אויב דו ווילסט רעדן פון ספארטס, פאליטיק אדער קארס.

1. דו האסט גענוג קליידער!

1. דו האסט איבער גענוג שיך!


שקויעך פארן ליינען. 

תעביר את זה לכמה שיותר גברים שיצחקו.

 או לנשים עם חוש הומור - אם אתה מכיר כאלה!
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:20 pm#416947
שיין איבערגעזעצט, נאר איין שטיקל צום סוף האסטו אויסגעלאזט:
סקרן האט געשריבן:כן אני יודע שאצטרך לישון על הספה הלילה, אבל האם ידעת שלגברים זה לא באמת משנה היכן הם ישנים? זה כמו קמפינג בשבילנו...

יא, כ'ווייס אז כ'וועל דארפן שלאפן היינט נאכט אויפ'ן קאוטש (דהיינו, דו וועסט מיר נישט אריינלאזן אין בעדרום), אבער צי ווייסטו אז פאר מענער איז נישט קיין גרויסע נפק"מ וואו מ'שלאפט? עס איז אזא ספארט אזוי ווי קעמפינג פאר אונז.... (ווען מ'גייט קעמפינג שלאפט מען אויף א פשוט'ע מאטראץ אויף די גראז אומבאקוועם וכדו')
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:30 pm#416955
עס איז נישט געווען א פארזעהעניש, איך האב עס במכוון אויסגעלאזט.

איך האב חושש געווען אז נישט יעדער וועט עס כאפן, און אז מען דארף עס מסביר זיין... האט עס יענע טעם.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 2:38 am#417031
סקרן האט געשריבן:Imagine how much aggravation Noach would've saved us if he would've just killed those two mosquitoes


לול. פאר דער רעקארד אבער, די מאסקיטן פון מענליכן מין צאפן אינגאנצן נישט קיין בלוט, זיי שפייזן זיך פון נעקטאר. בלויז די נקיבות צווישן זיי ברויכן אויך בלוט אויף פראטעין, צו העלפן באשאפן אייער. כ'ווייס אבער נישט וואס וואלט פארבליבן פון בלויז איין צי א האנטפול זכרים אינעם עצי-גופר'דיג שיפל. פעלערדיגע אסימילאציע, צי אפשר א שטיקל געי קלוב — קיין נחת פון דורות וואלט טאקע זיכער נישט געווען.

נח האט דאס אבער לכאורה געוואוסט נישט אין די ניין הונדערט פופציג יאר פון זיין לעבן, נישט ווען ער איז מגולגל געווארן אין משה רבינו, און לכאורה אויך נישט אין זיין גלגול פון מנוח דער טאטע פון שמשון. אפילו אויב וואלט ער יא געוואוסט — דאס אריינשלעפן זוגות איז למעשה געווען גאט'ס געדאנק, נישט זיין אייגענעם. מילא ווארפט דאס אריין ס'גאנצע וויץ אין א ספק כפירה.
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 12:30 pm#417158
35 ליצונתדיגע ריוויאוס פאר א 60 טויזענט דאלערדיגע rolex זייגער אויף עמעזאן,
די 25 answered questions איז נאך מער פאנני..
דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 12:41 am#417516
א גוטס בשם ישראל שטערן פון לונדון

אדמו''ר מהר"א מסאטמאר האט געזאגט בתוך דבריו ביים דרשה,
דער פעטער ז''ל האט געזאגט "כי במקלי עברתי את הירדן הזה", דער טאטע ז''ל האט געזאגט "ועתה הייתי לשני מחנות", און איך זאג "הצילנו נא מיד אחי".......

זי''ע ועכי''א
זונטאג דעצעמבער 02, 2018 11:30 am#417702
א חסידישער יונגערמאן האט זיך געדרייט היינט (כ"ד כיסלו) אין די ירושלימ'ע געסליך
ארום 5 א זייגער נאכמיטאג (17:00)
און ער זעהט ווי אלע בני יהדות ליטא וואס וואוינען אין זיין געגענד,
צייכענען אפ דאס ערשטע יאהר-צייט פון מרנא הגראי"ל שטיינער-מאן זכר צדיק לברכה,
דארכ'ן צינדן א נשמה ליכט בראש כל חוצות
אזוי אויך האט ער באמערקט ווי זיי שטייען נעבן די לעכט א לענגערע צייט זיך צו מייחד זיין מיט'ן זכרו הטהור פון מרן זצ"ל
דער יונגערמאן האט שטארק בארימט דאס עניין פון מפיץ זיין בשורת ההילולא.

אזוי אויך האט יענער געצייכנט אז נישט קיין חילוק וועלכע קרייזן אפי' רבים מבני הפלג הירושלמי
האבן אויך אנגעצינדן איש על מחנהו ואיש על דגלו,

אפשר וועט דער מנהג ווערן נפוץ אין חוץ-לארץ אויך...

זיין נאמען מזכיר צו זיין בשעת מ'צינדט-אן די נשמה ליכט:
רבינו אהרן יהודא לייב בן ר' נח צבי ז"ל.

(פארשטייטזיך ווער ס'צינדט אן ווען ס'איז שוין בין השמשות קען אויך יוצא זיין דאס עניין
פון מצוה מדברי סופרים שאפשר לקיימה משתשקע החמה אור לכ"ה בכיסלו...)