Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
770 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4117 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #66
מאנטאג מערץ 27, 2017 10:55 pm#367091
א איינצעלנער מאן וואס הערט אויף ארבעטן "גייט אויף סטרייק"
ווען עס פאסירט מיט א גאנצע משפחה "גייט מען אין סטראקעס"
דינסטאג מערץ 28, 2017 3:23 pm#367298
עס זענען אמאל געווען צוויי ידידים אברהם און משה, אברהם איז געווען איבערוואגיג און האט כסדר פרובירט פארשידענע דייעטעס אבער עס האט גארנישט געהאלפן, בעת וואס משה האט געגעסן וויפיל ס'לאזט זיך נאר, ולא נודע כי בא אל קרבנה.

זאגט אברהם צי משה, דא אויף דעם וועלט בין איך טאקע פעש און דו ביסט דין;
אבער יענע וועלט איז דאך אן עולם האמת, וועל איך זיין דאר ווי א שטעקן, און דו וועסט זיין גראב ווי א פאס...
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:19 am#367537
גר ותושב האט געשריבן:איך האב געפרעיגט איינעם היינט ווי האלט מען ביי עינק מיטן פסח? האט ער גענטפערט "ביי שפוך חמתך".


און טאקע דארט האב איך געגעבן א פראלעווע אויף די טיר (קרעדיט: הרבנית הצדיקת ביים ארון קודש משפטים ת"ש כ"ח - דער איד) און מיט א שפך עליהם זעמך פארלאזט די הויז אזוי ווי די באבע פלעג זאגען the best help is to get outta of the way
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:22 am#367538
אברעימל האט געשריבן:עס זענען אמאל געווען צוויי ידידים אברהם און משה, אברהם איז געווען איבערוואגיג און האט כסדר פרובירט פארשידענע דייעטעס אבער עס האט גארנישט געהאלפן, בעת וואס משה האט געגעסן וויפיל ס'לאזט זיך נאר, ולא נודע כי בא אל קרבנה.

זאגט אברהם צי משה, דא אויף דעם וועלט בין איך טאקע פעש און דו ביסט דין;
אבער יענע וועלט איז דאך אן עולם האמת, וועל איך זיין דאר ווי א שטעקן, און דו וועסט זיין גראב ווי א פאס...


אויף דעם זאגט דער מדרש ראה שהעולם אינה יכול להתקיים במידת ה"דין" שיתף לו מידת הרחמים, כדאמרי אינשי "עס מיט רחמנות"...
פרייטאג אפריל 21, 2017 1:44 am#368747
זאגט יענער, אויף די כשרות זיגל וואלט איך לאנג מותר געווען, נאר אויפ'ן סרח העודף און די כפול שמונה קען איך נישט מוותר זיין, דארף מען זען עפעס אן הגעלת כלים און א שינוי בעלים...
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 1:50 pm#369273
0-20 זיצט מען און מען זארגט זיך וואס יעדער טראכט וועגן מיר.
20-40 בארוהיגט מען זיך אז עס איז נישט נוגע וואס אנדערע טראכטן בכלל.
40-60 כאפט מען אז אנדערע זענען בכלל נישט פארנומען צו טראכטן וועגן מיר, זיי זענען אויך פארנומען טראכטן וועגן זיך.
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 2:27 pm#369274
80-100 טראכט מען בכלל נישט, ווייל מ׳האט מען שוין לאנג פארגעסן פון וואס ס׳האנדלט זיך דא...
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 3:57 pm#369292
נאכן קטנ'ען
20-50 קומט מען ארויס מיט א פארמאכטע זיפער
50-75 קומט מען ארויס מיט א אפענער זיפער
75-ענד אפ קומט מען ארויס (נאך) מיט א פארמאכטע זיפער...
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:28 pm#369325
Re: מילתא דבדיחותא
געוואגטער, עפעס האסטיך זייער שטארק אריינגעלייגט לעצטענס אין די סוגיא פון קטניות

מילא יעצט ביזטו נאך אין מוחין דקטנות, וואס העסטו טון ביי מוחין דגדלות?

דזשאסט קידדינג, איך באלעק מיך מיט דיין זאפטיגע פעדער
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:57 pm#369329
טמיר האט געשריבן:געוואגטער, עפעס האסטיך זייער שטארק אריינגעלייגט לעצטענס אין די סוגיא פון קטניות

וואס קען איך טון? קענסטעך פארשטעלן נאכן זיך איינהאלטן אכט טעג פון קטניות ווען יעדער ניינציג מינוט דארף איך קטניות

מ'דארף דן זיין אויב דער היתר פונעם משנה ברורה/חתם סופר פון קטניות לצורך רפואה וואלטן זיי מתיר געווען בכגון דא...
פרייטאג אפריל 28, 2017 12:17 am#369344
דער געוואגטער יונגל: איך ווייס פון א קהילה קדושה בישראל וואס האבן געזוכט א פורים רב. איך האב זיי געגעבן דיין סעלל נאמבער. סאו דו זאלסט נישט זיין סורפרייזט אויב דו באקומסט א פאון קאלל אדער אן אי-מעיל מעסידזש פון אט די קהילה קדשה. זייער פורים-רב האט זיך זייער שטארק אנגעשיכור'ט דעם פארגאנגענעם פורים. ער איז געווען א שטיקל בריסקער. און ער האט אלץ חושש געווען אויב ער איז שוין יוצא מיט דעם עד דלא ידע. האט ער אזויפיהל געטרונקען. און גרויסע שיעורים ביז ער איז געווארן אן עד דלא ידע ולא שמע ולא הלך ולא קטן. ביז ער האטציך געטראפן מיט ר' חיים בריסקער אליינס אין גן עדן. און ער האט איהם בארואויגט און געזאגט אז ער האט זיכער יוצא געווען. ווען ער האט געוואלט צוריק אראפקומען אויף דעם עולם השקר האט מען איהם געזאגט אז צוריק גייט א קאזע. עכ"פ איז ער פארבליבן א פערמאנענטער תושב אין גן עדן. אבער די קהילה מוז יעצט זוכן א נייעם פורים רב...!
זונטאג אפריל 30, 2017 3:34 pm#369477
אין גן עדן איז אויסגעקומען אז די הייליגע צדיקים רבי שמעון ב״י רבי נחמן מברסלב און רבי ישעילע מקרעסטיר האבן פארברענגט בסוד שיח שרפי קודש.

רעדנדיג פונעם עלם השפל, פארציילט זיי רבי שמעון וואסערע פייער געשפילאכטץ גייט פאר ביי זיין יארצייט מיט די רבנים בראש, קרעכטץ זיך אינטער רבי ישעילע, איר ווייסט וואספארא פרעסעריי תאוות עס טיהט זיך אפ אין מיין נאמען, רבי נחמן ריפט זיך אָן, גלייבט מיר איר ווילט נישט וויסן וואס מטיהט אלץ אָפּ אין מיין נאמען...
זונטאג אפריל 30, 2017 6:01 pm#369499
:lol:
מאנטאג מאי 01, 2017 2:58 pm#369609
כ'האב דאנלאודעד א בילד פון רעב שייעלע אויף מיין קאמפיוטער און מיין מייזל האט אויפגעהערט ארבעטען ויהי לפלא
דינסטאג מאי 02, 2017 8:56 am#369673
בסאטמר הבוקר רצו לומר תחנון. אחד החסידים אמר שיש לו היום ברית ולכן אין תחנון. אמר הרב "בין שהוא ברית ובין שאינו ברית...מדינה של גהנם"
דאנערשטאג מאי 04, 2017 10:44 pm#369968
Re: מילתא דבדיחותא
C/P
A Jewish husband had just finished reading the book 'MAN OF THE HOUSE'.....so he stormed into the kitchen and walked directly up to his wife. 
Pointing a finger in her face, he said, "From now on, I want you to know that I am the man of this house, and my word is law! 
I want you to prepare me a gourmet meal tonight, and when I'm finished I expect a sumptuous dessert. Then, after dinner, you are going to draw me my bath so I can relax. And when I'm finished with my bath, guess who's going to dress me and comb my hair??" 
His wife replied, "The Chevra Kadisha!".
דינסטאג מאי 09, 2017 2:50 pm#370386
איין זומער גייען צוויי חברים אינגעלייט אויף א שפאציר ארויס פון קאנטרי אריין טיעף אין וואלד. און נאכען גיין א האלבע שעה האבען זיי אנגעפאנגן צו בלאנדז'ען.

זיי גייען אזוי אפאר שעה פארשטייט זיך אז א סעלפון טאהר מען דאך נישט האבען, און טרעפען נישט קיין מענטש, ממש זיי באגעגענען נישט קיין נפש חי.

שפעט ביינאכט טרעפען זיי אן א הויז און זיי גייען צו און קלאפען אויפען טיהר און א אינגע שיינע בלאנדע ווייבל עפענט אויף און זאגט זיי אז זי האט נישט קיין סאך פלאץ, זי האט איין איבריגע בעט און איין קאוטש און זיי מעגן איבערשלאפען.

9 חדשים שפעטער טרעפען זיך נאך אמאהל די צוויי חברים און איינער פרעגט די אנדערען...

זאג נאר, דו געדענקסט אפשר מיט 9 חדשים צוריק ווען אונז האבען איינגעשטאנען ביי יעננע בלונדע ווייבל?

ענפערט ער, עעעהה, יאא

זאג נאר פרעגט ער ווייטער, דו ביזט אפשר אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט?

ענפערט ער, עעעעההה, יאא

און ביזטו אפשר אריין אין איהר צומער?

עעעעעעהההה, אאאםםםם, יאא, ענפערט ער

און פרעגט ער ווייטער, האסטו אפשר געטוהן די מצוה מיט איהר?

אאאםםםם, עעעעהההה, יאא, זאגט ער

און פרעגט ער ווייטער האסטו איהר אפשר געגעבען מיין נאמען, אדרעס, און טעלפון?

עעעעההה, אאאאםםם, עעעעהההה יא, אבער דו דארפסט מיר פארשטיין...

ניין... ניין... ניין... שא... א גרויסען ישר כח... זי איז נישט לאנג צוריק געשטארבען און האט מיר איבער געלאזט א ירושה פון 10 מיליון דולר...
מיטוואך מאי 10, 2017 10:19 pm#370567
צוויי קינדער פון לב טהור האבן זיך געקריגט וועמענס טאטע איז חשובער, איינער זאגט מיין טאטע האט שוין באקומען די הוראה פון דריי רבנים ביי די זיבעצן יאר.. רופט זיך אהן דער צווייטער, דאס איז א קונץ?? מיין טאטע איז אסאך אסאך גרעסער, ער האט שוין באקומען א 'היתר מאה רבנים' ביי די פופצן..
מיטוואך מאי 10, 2017 11:43 pm#370579
קען זיין עס איז שוין געווען דא, האבעך נישט קיין כח צוריקצומישן 77 בלעטער...

דער קליינער אברמי רופט זיך אן צו די מאמע איין זומערדיגן פרייטאג אין קאנטרי: מאמי, דו ווייסט וואס איך האב נעכטן געזען?
טאטי איז אריין אין וואלד צוזאמען מיט די שכינה אסתי גליק, און...
מאמע: אברמי, ווארט צו ביז טאטי קומט אהיים, איך וועל דיר געבן א ווינק און דו וועסט עס דעמאלטס דערציילן.

דער טאטע קומט אהיים, שיסט אראפ זיין הוט און רעקל אויפן דיינונג רום טיש און זעצט זיך אויפן קאוטש.
די מאמע גיבט א וואונק פאר אברמי, און ער הויבט אן צו שילדערן...

מאמי, נעכטן איז טאטי אריין אין די וואלד מיט אסתי גליק, און ער האט דארט געטון דאס זעלבע זאך וואס דו האסט געטון לעצטע וואך מיט פעטער ליפא!...
מיטוואך מאי 10, 2017 11:59 pm#370581
דער פויבסט האט געפרעגט ראביי גלאק אויב מען קען באקומען דעם ספאדיק אין ווייס, ער וויל זיך קויפן איינס....
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:00 am#370582
איסר ביסט דאך אן איטאליענער, אין ביי אייך פלעג מען זאגען פריידעי נייט איז פאר פעמעלי ענד סעטורדעי נייט פאר דע פרענדס...
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:01 am#370583
וואלווי האט געשריבן:איסר ביסט דאך אן איטאליענער, אין ביי אייך פלעג מען זאגען פריידעי נייט איז פאר פעמעלי ענד סעטורדעי נייט פאר דע פרענדס...

יא יא, דערפאר בין איך געווארן א בעל תשובה, אזוי האב איך סיי פרייטאג און סיי שבת פאר...
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:02 am#370585
איסר האטלקי האט געשריבן:דער פויבסט האט געפרעגט ראביי גלאק אויב מען קען באקומען דעם ספאדיק אין ווייס, ער וויל זיך קויפן איינס....


נע, שטעל דיך פאר אזא שיין גלאט פנים מיט א ריזיגען שוואנץ אויפ'ן קאפ. דאס שיין ווייס קאפל שיינט שטארק, זאל עס אזוי בלייבן.
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:04 am#370587
איסר האטלקי האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:איסר ביסט דאך אן איטאליענער, אין ביי אייך פלעג מען זאגען פריידעי נייט איז פאר פעמעלי ענד סעטורדעי נייט פאר דע פרענדס...

יא יא, דערפאר בין איך געווארן א בעל תשובה, אזוי האב איך סיי פרייטאג און סיי שבת פאר...


הכי דמי תשובה באותה ... באותו... האסט שוין פרובירט סיי פרייטאג און סיי שבת....?
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:07 am#370589
איסר האטלקי האט געשריבן:קען זיין עס איז שוין געווען דא, האבעך נישט קיין כח צוריקצומישן 77 בלעטער...

דער קליינער אברמי רופט זיך אן צו די מאמע איין זומערדיגן פרייטאג אין קאנטרי: מאמי, דו ווייסט וואס איך האב נעכטן געזען?
טאטי איז אריין אין וואלד צוזאמען מיט די שכינה אסתי גליק, און...
מאמע: אברמי, ווארט צו ביז טאטי קומט אהיים, איך וועל דיר געבן א ווינק און דו וועסט עס דעמאלטס דערציילן.

דער טאטע קומט אהיים, שיסט אראפ זיין הוט און רעקל אויפן דיינונג רום טיש און זעצט זיך אויפן קאוטש.
די מאמע גיבט א וואונק פאר אברמי, און ער הויבט אן צו שילדערן...

מאמי, נעכטן איז טאטי אריין אין די וואלד מיט אסתי גליק, און ער האט דארט געטון דאס זעלבע זאך וואס דו האסט געטון לעצטע וואך מיט פעטער ליפא!...


נא?? וואס איז דאס? ניבול פה איז א קלייניקייט ביי דיר? סאיז דאך נישט מאחורי דא? וועסט מוזן אויסוואשן דאס מאל מיט זייף...
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:09 am#370590
מען לאזט מיר נאכנישט אריין דארט, שיק עס שוין אהין.
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:09 am#370591
שבת אחים האט געשריבן:נא?? וואס איז דאס? ניבול פה איז א קלייניקייט ביי דיר? סאיז דאך נישט מאחורי דא? וועסט מוזן אויסוואשן דאס מאל מיט זייף...

וואו זעסטו ניבול דא? האב איך דען געזאגט וואס זיי האבן געטון???
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:17 am#370596
איסר האטלקי האט געשריבן:מען לאזט מיר נאכנישט אריין דארט, שיק עס שוין אהין.


דו דארפסט רעדן צו די עסקנים זיי זאלן דיך אריינלאזן דארט.
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:19 am#370597
שבת אחים האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:קען זיין עס איז שוין געווען דא, האבעך נישט קיין כח צוריקצומישן 77 בלעטער...

דער קליינער אברמי רופט זיך אן צו די מאמע איין זומערדיגן פרייטאג אין קאנטרי: מאמי, דו ווייסט וואס איך האב נעכטן געזען?
טאטי איז אריין אין וואלד צוזאמען מיט די שכינה אסתי גליק, און...
מאמע: אברמי, ווארט צו ביז טאטי קומט אהיים, איך וועל דיר געבן א ווינק און דו וועסט עס דעמאלטס דערציילן.

דער טאטע קומט אהיים, שיסט אראפ זיין הוט און רעקל אויפן דיינונג רום טיש און זעצט זיך אויפן קאוטש.
די מאמע גיבט א וואונק פאר אברמי, און ער הויבט אן צו שילדערן...

מאמי, נעכטן איז טאטי אריין אין די וואלד מיט אסתי גליק, און ער האט דארט געטון דאס זעלבע זאך וואס דו האסט געטון לעצטע וואך מיט פעטער ליפא!...


נא?? וואס איז דאס? ניבול פה איז א קלייניקייט ביי דיר? סאיז דאך נישט מאחורי דא? וועסט מוזן אויסוואשן דאס מאל מיט זייף...


ניבול פה? ס'דא עפעס וואס איך ווייס נישט? א היימישע מעשה פון אסתי גליק און פעטער ליפא?
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:21 am#370598
איסר האטלקי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:נא?? וואס איז דאס? ניבול פה איז א קלייניקייט ביי דיר? סאיז דאך נישט מאחורי דא? וועסט מוזן אויסוואשן דאס מאל מיט זייף...

וואו זעסטו ניבול דא? האב איך דען געזאגט וואס זיי האבן געטון???



אין קאשוי ישיבה איז אמאל א בחור געגעאנגען מסרן ביי די משגיח אז ער האט געזעהן צוויי בחורים אין מקוה אינמיטן סדר הלימוד, פרעגט די משגיח וואס מיינסטו זיי האבן דארט געטוהן? ענפערט דער בחור, אדער אויסגעהערט מרדכי בן דוד אדער גערייכערט א ציגרעטל... :)
זונטאג מאי 14, 2017 10:13 pm#370950
א בני יואל'ער יונגל איז געווען מיט זיין טאטע ביים הדלקה אין ק"י, פרעגט דאס קינד זיין טאטע, ווער איז די מענטש וואס צינט אן די פייער?? ענטפערט דער טאטע ער איז די הויפט פון מצילי אש..
מאנטאג מאי 15, 2017 12:09 am#370973
דער דאס האט געשריבן:א בני יואל'ער יונגל איז געווען מיט זיין טאטע ביים הדלקה אין ק"י, פרעגט דאס קינד זיין טאטע, ווער איז די מענטש וואס צינט אן די פייער?? ענטפערט דער טאטע ער איז די הויפט פון מצילי אש..


www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=274644#p274644
מאנטאג מאי 15, 2017 12:48 am#371004
איין מאל אין צוויי יאר מעג מען מאכן חזרה.. (אויב שטערט דיך עס, נעם איך דאס אראפ)
מאנטאג מאי 15, 2017 1:09 pm#371071
מעגסט מאכן חזרה, און איך האב עס גראדע געזען צום ערשטן מאל יעצט, אבער לייג צו כאטש פון ווי עס קומט.
מאנטאג מאי 15, 2017 1:32 pm#371076
This morning on the way to work, I looked over to my left and there was a
Woman
In a brand new
Cadillac
Doing 75 mph
With her
Face up next to her
rear view mirror
Putting on her eyeliner.
I looked away for a couple seconds
And when I looked back she was halfway over in my lane,
still working on that makeup.
As a man, I don't scare easily.
But she scared me so much,I dropped
My electric shaver,
which knocked the donut
Out of my other hand. In all
the confusion of trying
to straighten out the car using my knees against
the steering wheel,
it knocked
my cell phone
away from my ear, which fell into the coffee
between my legs,
splashed,
and burned
my legs,
ruined the phone,
soaked my trousers,
and disconnected an
important call.
Those women drivers!!
דאנערשטאג מאי 18, 2017 6:59 pm#371635
מיין חבר האט געעפענט א פליישיגע רעסטעראנט האט ער עדווערטייזט אז ער פארקויפט נישט קיין סמארטפאנס אלע פרומע שטראמען אריין צו עם פרעסן...

c/p
זונטאג יוני 18, 2017 2:07 am#375563
מען זאגט אויפן כינוס, ר' אהרן האט געוואלט באקומען א 'דיחוי' און באקומען א 'פטור'...

c/p
זונטאג יוני 18, 2017 5:11 pm#375633
c/p
א געבורטסטאג איז גוט פאר'ן געזינט
די סטאטיסטיק צייגט
ווער עס פארמאגט אסאך דערפון איז מאריך ימים.
זונטאג יוני 18, 2017 5:13 pm#375634
אישה קראה פרק שירה, הטלפון צלצל והיא באמצע הקריאה, מבינה שזה בעלה וממשיכה לקרוא: חמור מה הוא אומר...
בעלה שמע וחרה לו, חמור קראה לי , הא??
עכשיו מתגרשים !!
למחרת תלתה האישה מודעה: קראתי פרק שירה ארבעים יום ונושעתי...
זונטאג יוני 18, 2017 5:53 pm#375645
10 - Copy.gif
מאנטאג יוני 19, 2017 5:06 pm#375914
איש את רעהו איז גימטרי' "שבעה דברים בגולם"








אה, עס שטימט נישט? האסט געוועיסטעם פופצן סקונדעס און לעבן.
דינסטאג יוני 20, 2017 11:19 am#376050
אייז קריעם האט געשריבן:איש את רעהו איז גימטרי' "שבעה דברים בגולם"








אה, עס שטימט נישט? האסט געוועיסטעם פופצן סקונדעס און לעבן.


דו דערמאנסט מיר אין א אלטען ווארט.

עס איז געוועהן א בעל מקובל וואס האט געזאגט אז ער עסט איעדען טאג א שטיקל קוגל און טרונקט צו א לחיים, ווייל ער האט אויסגערעכענט אז קוגל און לחיים גימטרי' די זעלבע.

האט איינער געפרעגט עס שטימט נישט, קוגל באטרעפט מער...

ענטפערט ער, נישט קיין פראבלעם גיסט מען אן נאך א גלעזעל, איז ערלעדעגט די פראבלעם.

אבער פרעגט ער ווייטער צוויי מאהל לחיים באטרעפט מער ווי איין מאהל קוגל

זאגט ער, אויך נישט קיין פראבלעם, עסט מען צו נאך א שטיקל קוגל און אלעס שטימט.

אבער פרעגט מען איהם, צוויי מאל קוגל באטרעפט מער ווי צוויי מאל לחיים.

זאגט ער גיסט מען אן נאך א גלעזעל און ערלעדעגט.

אבער דריי מאהל לחיים באטרעפט מער ווי צוויי מאהל קוגל

ר' איד ענטפערט דער מקובל, האקט נישט קיין טשייניק, איך עס און טרונק ביז ווי לאנג עס גלייךט זיך אויס.
דינסטאג יוני 20, 2017 11:25 am#376051
ציבעלע קוגל: איך בין זיכער אז נאכ'ן דריטן גלעזל אדער לכל הפחות נאך די ארבע כוסות גלייכט זיך שוין אלעס אויס...!
דינסטאג יוני 20, 2017 10:30 pm#376183
אזוי ווי הרה"ק מקרעטשניף זי"ע פלעגט צו זאגן, 'קוגל' איז גימטריא 'שבת קודש', איי שטימט נישט?? עסט מען אזויפיל קוגל ביז עס עס שטימט שוין..
מיטוואך יוני 21, 2017 2:39 pm#376310
Re: מילתא דבדיחותא
ווי אזוי זאגט מען holy sh*t אויף לשה"ק?

שיטה הקדושה!
מיטוואך יוני 21, 2017 3:11 pm#376315
berlbalaguleh האט געשריבן:ציבעלע קוגל: איך בין זיכער אז נאכ'ן דריטן גלעזל אדער לכל הפחות נאך די ארבע כוסות גלייכט זיך שוין אלעס אויס...!


דעמאלטס זעט מען שוין דאבעל, דארף מען נעמען צוויי פארשאנס צו אויסגלאטן
דאנערשטאג יוני 22, 2017 5:35 am#376439
פארציילט מיך איינער אז ער האט זיך אויסגערעדט צו א חבר אז ער האט נסיונות אויפ'ן סאבוועי. ענטפערט אים יענער, "נסיונות האסטו? דו האסט נישט קיין נסיונות. דערוואַג נאר אפילו א גלעט געבן איינע — בזיונות העסטו האבן."
דאנערשטאג יוני 22, 2017 7:13 am#376445
Re: מילתא דבדיחותא
יואב האט געשריבן:פארציילט מיך איינער אז ער האט זיך אויסגערעדט צו א חבר אז ער האט נסיונות אויפ'ן סאבוועי. ענטפערט אים יענער, "נסיונות האסטו? דו האסט נישט קיין נסיונות. דערוואַג נאר אפילו א גלעט געבן איינע — בזיונות העסטו האבן."

עס איז דא א ווארט פון ר נחמן לא לידי נסיון ולא לידי בזיון האט ער געזאגט אדער בלייבט עס סיים נסיון טאמער וועט ער נישט ביי שטיין וועט ער האבן א בזיון.
מיטוואך יולי 19, 2017 11:58 pm#379634
Re: מילתא דבדיחותא
ברעיקינג! דענס דיעלס
איך ווייס נישט אויב עס איז נאך אוועילעבל וכל הקודם זכה.
איך האב געהערט אז תהילים כולל האט א גליטש אין זייער סיסטעם מ'קען האבען ניסים בחינם ביז מארגען אינדערפרי.
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:28 pm#381921
מיין באבע באווינדערט די היינטיגע יונגווארג ווי ערליך זיי זענען. אמאל, זאגט זי, ווען זי פלעגט גיין אין גאס האבן בחורים און יונגעלייט איר נאכגעקוקט און געצוצקעט. היינט ווען א בחור'ל וואקט איר דורך הייבט ער זיך ניטאמאל אויף די אויגן