Re: מילתא דבדיחותא
האט איר שוין אמאל פראבירט צו קויפן אן עראפלאן טיקעט? אויב יא וועט איר וויסן אז מען קען קיינמאל נישט וויסן פאראויס וויפיל עס גייט אפקאסטן.
לדוגמא, אז איינער גייט אריין אין א קליידער געשעפט קויפן א קלייד, דאס איז בערך וויאזוי די אויסטויש גייט צו.
קויפער: "וויפיל קאסט א קלייד?"
אייגענטומער: "ווענד זיך, פאר וועלכע יארגאנג, שבת/וואכן?"
ק: "א שבתדיגע קלייד פאר א ווייבל."
א: "אה זייער פיין, אויף די רעק ליגן אלע שבתדיגע קליידער, עס לויפט פון 120 פאר די פשוטע ביז 180 פאר די בעסערע. דו קענסט טרעפן פאריעריגע מוסטערן פאר 99."
וויאזוי וואלט עס אבער אויסגעקוקט אויב די געשעפט ווערט אנגעפירט דורך אן ערליין. לאמיר שטיין אין זייט און אונטערהערן א שמועס.
קונה: "וויפיל איז א קלייד?"
אייגענטומער: "ווענד זיך."
ק: "ווענד זיך אין וואס?"
א: "עס איז אנגעוואנדן אין זייער אסאך זאכן."
ק: "פיין, קענסטו מיר געבן א מיטלגארטיגע פרייז?"
א: "אהם ניין, עס איז זייער שווער צו זאגן. די ביליגסטע קלייד איז $10 און עס לויפט ביז $475 מיט 200 פארשידענע פרייזן אינצווישן."
ק: "וואס איז די נ"מ פון די טייערסטע ביז די ביליגסטע?"
א: "באמת איז נישט דא קיין חילוק, עס איז אלס די זעלבע זאך."
ק: "איז געב מיר די $10 קלייד."
א: "אויף ווען ווילסטו די קלייד?"
ק: " וואס הייסט, יעצט."
א: "אוי, אויב ווילסטו עס יעצט אהיימנעמען קאסט עס $475."
ק: "איז ווען קען איך עס האבן פאר $10?"
א: "אין א חודש ארום. אבער, דו מוזט אריינקומען פאר פרייטאג עס קויפן און דו קענסט נישט אהיימגיין פאר זונטאג."
ק: "דו מאכסט לצינות פון מיר?"
א: "בכלל נישט, איך מיין עס גאר אמת'דיג. אגב, איך מוז קוקן אין מיין סיסטעם צו איך האב נאך."
ק: "וואס הייסט, איך זעה דו האסט א גאנצע רעק מיט סחורה."
א: "דאס מיינט נישט גארנישט. עס קען זיין אז במציאות איז נאך דא, אבער מיר פארקויפן נישט מער ווי א קליינע סכום פער טאג."
ק: "איז אויב קום איך אריין קויפן די קלייד אין א חודש ארום דאנערשטאג, און איך גיי אהיים מאנטאג, קען איך עס האבן פאר $10, איא?"
א: "אה נישט ממש, פונקט יענע מאנטאג איז די ביליגסטע קלייד $25. און אז מען רעדט שוין, די ביליגסטע קלייד איז ארויף צו $17"
ק: "וואס! איך האלט דאך אינמיטן רעדן צו דיר. וויאזוי איז די פרייז ארויף?"
א: "קוק אהער דו דארפסט פארשטיין. מיר טוישן אונזערע פרייזן הונדערטער מאל דורכאויס דעם טאג. אזויווי דו האסט נאך פאקטיש נישט באצאלט, האבן מיר געטוישט די פרייז. איז וועלכע קלייד ווילסטו למעשה?"
ק: "אינאמת'ן אריין ווייס איך אליין נישט פונקטליך. איך דארף אן עלעגאנטע שבת קלייד, ווי אויך א חתונה קלייד. חוץ מזה דארף איך א שיינע וואכן קלייד, אבער איך דארף קודם באשלוסן וועלכע שיך איך קויף, פאר איך קען אפמאכן וועלכע קאליר קלייד איך וויל."
א: "עס גייט נישט אזוי, מיר דארפן פונקטליך וויסן וויפיל און וועלכע קלייד איר דארפט."
ק: "ווייסטו וואס, געב מיר אלע דריי און וועל שוין שפעטער באשלוסן אויב איך וויל נוצן אלע צו נישט."
א: "ניין עס וועט נישט טויגן, איך קען עס נישט טון. דארפסט פארשטיין, אויב דו קויפסט א קלייד און דו באשלוסט שפעטער עס נישט צו ניצן, ווערן מיר ברוגז און מיר קענען צורעכענען שטראפן. מיר קענען אפילו צונעמען די אנדערע קליידער."
ק: "וואס!!!"
א: "אזוי ווי דו הערסט. מיר קענען דיר פארקויפן קליידער פאר שבת, וואכן, חתונות און יעדע שבע ברכות, ווי אויך האבן מיר בר מצוה און חול המועד קליידער. אבער טאמער ווערן נישט אלע קליידער גענוצט, איז עס א קלארערע פארברעך פון אונזערע תקנות."
ק: "וואס איז דיר א חילוק צו איך נוץ יא אדער נישט דו קליידער וואס איך האב געקויפט?"
א: "בארוהיגט אייך, עס איז נישט דא קיין סיבה צו ווערן אויפגעברויזט און אנגעצויגן. דאס זענען אונזערע פאליסיס און מען קען עס נישט טוישן."
ק: "איז האטס מיר און זייטס מיר, איך וועל גיין צו אן אנדערע געשעפט."
א: "אוי, עס איז ממש א שאד! אלע קליידער געשעפטן זענען די זעלבע. מיר האבן אייניגע פאליסיס."