זונטאג יאנואר 21, 2024 6:04 am#545432
Re: מילתא דבדיחותא
אן אמת'ר סאטמארער ווארט.עס זעהט אויס אז דער סאטמארער רב ר' יואל האט געקענט זאגן א גוט ווערטעל. אפילו איך גלייב נישט אז ער האט דעם ווארט געמיינט אלס מילתא דבדיחותא אבער א גוט ווארט איז עס.
אין די וואכענדיגע פרשה, פרשת בא, שטייט אז די אידן האבן געגעסן דעם קרבן פסח אין מצרים.
איז שווער, ווי אזוי האבען זיי געמעגט עסן דעם קרבן פסח אין מצרים, עס איז דאך קדשים בחוץ? מען מעג נישט עסן דעם קרבן פסח אינדרויסן פון ירושלים?
ענטפערט דער סאטמארער רב אז עס איז דא א מדרש אז עס איז געקומען א וואלקן וואס האט גענומען אלע אידן אויף ארץ ישראל און זיי האבן געגעסן דעם קרבן פסח, און דערנאך האט דער וואלקן זיי צוריק גענומען קיין מצרים און עס איז געוועהן יציאת מצרים.
איז דאך שווער, נו פארוואס האבן זיי געדארפט צוריקגיין אויף מצרים? זיי זענען דאך שוין דארט געוועהן?
ענטפערט דער סאטמארער רב... ווייל עס איז פאר די צייט.