דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:19 pm#539313
Re: מילתא דבדיחותא
ווי אזוי ריפט מען birth control בלשון המקרא?כדיר-בנות.
( ע''פ קהלת יב יא, ומדדרש תנחומא בהעלותך טו א.)
פאלאצ'ינטא #פאלאצ'ינטא: דאס דערמאנט מיך א מעשה. (שוין איינמאל ערנסט. גארנישט פאר מילתא דבדיחותא).פאמפקין - Pumpkin
שמעקעדיג #אויך ביי ביידע זוכט מען א פלעק וואס מ'וויל נישט טרעפן[ציטאט אראפגענומען]
לאזט דאך אויס א גרויסע עיקר, הגם עס איז שוין ידוע בין אנ"ש,
א חתן זוכט מען אויכעט א מושלם, א הדר, אזוי ווי א אתרוג, מען קוקט אויף יעדן פינטל מיט א פארגרעסערונג גלאז,
פאלאצ'ינטא #את הבדיחה שמעתי ממורי ורבי הרה"ק מ'יארמא שליט"א.היינט געהערט א גוט'ס פון מיין זוהן.
א איד קומט צו א רבי און וויינט פאר א ברכה פאר קינדער. דער רבי פרובירט זיך ארויסדרייען.
נעמט דער איד ארויס א פעקל און לייגט אראפ אויפ'ן טיש 20 אלפים קעש און זאגט צום רבי'ן...
נאדיר 20 אלפים אבער אויב ביז א יאהר האב איך נישט קיין זוהן דארפסטו מיר צוריק באצאלען די גאנצע 20 אלפים.
און... 9 חדשים שפעטער... ווינדער איבער ווינדער... ער האט געהאט א אינגעלע.
איז דער גבאי געלאפען דערציילען דער רבי פון דער גרויסער נס.
זאגט דער רבי, עס איס גארנישט קיין נס, נאר אין הימען האט מען געוויסט אז עס איז אסאך גרינגער איהם צו געבען א קינד ווי איך זאהל באצאהלען 20 אלפים
תרמב #די וועלט זאגט אדם ובהמה מיך מיט מיין ווייב תושיע ה' זאל דער באשעפער העלפן.....א צווייטע טייטש זאגט מען, צדקתך כהררי קל די צדיקים פארן קיין שווייץ אויף די בערג, משפטיך תהום רבה די רבנים פארן זיך צו די וואסערן, אדם ובהמה תושיע השם די פלעינע מענטשן דארפן א ישועה.....
שמן למאור #משוגענער'ס אדער משוגעים? ....אן איידעם האט זיך אויפגערעגט אויף זיין שווער און געשריגן אויף אים, "דו ביסט א משוגע'נער!
זאגט אים דער שווער, "זאג כאטש "איר זענט א משוגע'נער".
זאגט דער איידעם, "דו מיט איר זענען משוגע'נערס"...
קהל'ס נער #ס׳געוועהן א מלמד וואס האט געטויגט אויף כפרות און מען האט עים גע׳פייערט.
ער איז זיך געגאנגען אויסוויינען צי זיין רבי, האט עים די רבי גע׳עצה׳ט אז ער זאל ווערן א מינקת, א מינקת? איך קען דאך נישט זאגט דער איד, ענפערט די רבי זיין א מלמד קענסטו אויך נישט….
שמן למאור #עס דארף גיין מיט אז זיי האבן מיטגעברענגט א שנורצוויי שוויגערס זענען געקומען צום רב פאר א דין תורה.
זיי האבן מיטגעשלעפט א אינגן בחור'ל. איינער האט געשריגן דער בחור איז דיין איידעם, און די אנדערע האט געשריגן, ניין, ס'איז דיין איידעם!
האט דער רב געזאגט ס'נישטא קיין ברירה, מען וועט מוזן נעמען א גרויסן שווערד און צושניידן די בחור אויף העלפט און יעדער וועט באקומען האלב.
האט איין פרוי געזאגט יא! דאס איז א גוטע איינפאל!
די אנדערע פרוי האט געזאגט ניין! נישט צושניידן! ענדערש וועל איך נעמען די גאנצע!
האט די רב גע'פסק'נט אז דער וואס האט געהייסן צושניידן, דער איז די עכטע שוויגער...
פאלאצ'ינטא #די מעשה גייט ווייטער אז ווען די ברודער איז געשטארבן האט מען אבוויעסלי נישט געקענט טרעפן קיין גוט ווארט אויף אים ביז דער רב האט געזאגט "ווען נישט אים וואלט מען נישט געקענט באגראבן זיין ברודער"אמאהל איז אין שטאט נפטר געווארען דער שווינדלער פון שטאט און מען האט נישט געקענט טרעפען איין מענטש זאהל קענען זאגען אויף איהם א גוט ווארט ביי זיין לוי'. אפי' דער רב האט אויך נישט געקענט.
האט מען גערופען א רב פון א דערנעבענדיגע שטאט, און ער האט זיך אויף געשטעלט און געזאגט...
איך האב איהם זייער גוט געקענט, און באמת האב איך גארנישט קיין גוט'ס צו זאגען אויף איהם, א גנב, א שווינדלער, א שלעגער ממש נישט אויסצוהאלאען... נאר איין גרויסע מעלה האט ער געהאט...
זיין ברודער איז געוועהן 10 מאהל ערגער פון איהם
נעקסט לעוועל #נעקסט לעוול: ייש"כ פאר טרענסלעיטן אלע "בדיחות" פו די איזראעלישע צייטונגען...!פארוואס זענען מעריעד פרויען מער דיקלעך פון סינגל מיידלעך?
סינגלס קומען אהיים ביינאכט, קוקן וואס ס'איז דא אינעם פרידזשעדער, און גייען אריין אין בעט.
מעריעד לעידיס קומען אהיים, קוקן וואס ס'איז דא אין בעט, און גייען צום פרידזש...