מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 7:31 am#535298
ערגעץ האב איך דא געזען א ווערטל איבער א בעל עבירה וואס איז אריין צום רב בעטן א דרך תשובה, און דער רב האט עם געפרעגט מיט וועם האסטו געזינדיגט מיט פרוי פלונית אדער פלונית, און ווען ער איז ארויס האט ער געזאגט אז ער האט באקומען אפאר גוטע אדרעסן, דא איז עס געכשר'ט אין אייוועלט:
אלטערנעסייד פארקינגא באקאנטע גנב איז געקומען צום רב פון שטאט פאר א דרך תשובה.
די רב פרעגט אים אויס, וואס איז געשען? ביסט געווען ביי עושר פלוני אדער ביי גביר אלמוני?
דער גנב ווארט נישט קיין סקונדע און שטורעמט ארויס מיט א בהלה פונעם רב'ס שטוב.
די מענטשן וואס האבן געווארט אינדרויסן פרעגן אים, "אזוי שנעל האסטו באקומען א דרך תשובה"?
ער ענטפערט זיי אזוי לויפנדיג. "קיין דרך תשובה האב איך נישט באקומען, אבער צוויי נייע אדרעסן האב איך יא באקומען"...
