דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:04 am#536668
שמן למאוריעצט דארף איך ווארטן א גאנצע יאר ביז איך קען עס איבערזאגן.דערמאנט פונעם ווערטל אז דער קמצן האט געטיילט צדקה ערב יום קדוש ווייל אויב ס'איז באשערט צו טיילן זאל ער אפקומען מיט דעם.
שמן למאוריעצט דארף איך ווארטן א גאנצע יאר ביז איך קען עס איבערזאגן.דערמאנט פונעם ווערטל אז דער קמצן האט געטיילט צדקה ערב יום קדוש ווייל אויב ס'איז באשערט צו טיילן זאל ער אפקומען מיט דעם.
שמן למאורבעסער לאכן א גאנץ יאר ווי איידער זיבן טעג...א גאנץ יאר דרייט מיר שוין מיין ווייב א קאפ אז כ'זאל צאמנעמען די סוכה.
אבער קוק ווער לאכט יעצט...
יין שרףתדורו כעין תשבו..די רבי פלעגט זאגן מען זאל מיטנעמען די יו"ט פאר א גאנץ יאר
וואלוויהפוך בה והפוך בה דכולא בה..תדורו כעין תשבו..
קהל'ס נערוואס איז מיט ארטסקראלל גמרא אויף ציוניש? ל"עזאגט מיא איינער אז די ג׳ חמורות וואס איז ביהרג ועל יעבור איז
מאשין מצה, צאנזער טעם הכמוס
וויליאמסבורג עירוב, סאטמערע רבי זכיסעס טעם הכמוס
פרויען דרייוון, היינטיגע בעלזא רביס טעם הכמוס
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20231006/bda07c73ad9443312b2203a58428dcde.jpgberlbalaguleh #אן ערליכער, (אפגעהיטענער) איד איז אמאל געפארן מיט דעם שטאטישן באס אין די שטאט ווילנא. האט א (אידישע?) פרוי זיך געוואלט אוועקזעצן נעבן איהם. ער האט איהר געוואלט בעטן אז זי זאל זוכן אן אנדער סיעט. ער האט איהר נישט געוואלט באליידיגן. האט ער געזאגט פאר איהר..."איך ווייס נישט אויב דו זאלסט זיצן נעבן מיר. איך האב "כרוספדין". די פרוי האט זיך דערשראקן און באלד געזוכט אן אנדער פלאץ. (מ'קען שפינען די מעשה ווייטער. נאר איך מיין אז דער עולם לאכט שוין...!)
berlbalaguleh #שנעקעדיג: ייש"כ פאר צו ברענגען די "מסורת הש"ס".
berlbalaguleh #איז א סימן אז די מעשה איז אמת.
שמן למאור #א טשעלמער פון מאה שערים מיט 16 קינדער האט נעבעך איין זון וואס האט געגליטשט און איז געווארן פריי.
דער גורל'דיגן שמחת תורה האט ער זיך געפינען ביים מסיבת טבע נעבן כפר עזה, און איז ליידער פארכאפט געווארן קיין עזה.
דער טאטע באקומט נעכטן א ריף פון חאמאס...! ער הייבט אויף, "האלא?! ווער איז דאס"?
"דא רעדט מאכאמאד על באהאבדיק, אונז האבן דא דיין זון אין געפענגעניש"!
דער טאטע פרעגט, "ער האט וואס צו עסן דארטן"?
"יא, ער עסט פיין" זאגט דער טעראריסט.
"ער האט צו טרינקן"?
"יא"!
"ער האט ווי צו שלאפן"?
"יא, מיר נעמען גוט קער פון אים דא"
"אה, זייער גוט" זאגט דער טאטע, "כ'שיק דיר מארגן נאך 15 קינדער"...
שמן למאור #דאס דערמאנט דער מעשה פון א ירושלמי וועליכע זיצט זיך אויף א באס און ארץ ישראל און לעבען איהם זיצט זיך אוועק א פרוי אנגעטוהן זייער נישט צניעות'דיג. בעסער געזאגט מער אויסגעטוהן ווי אנגעטוהן.א פרייע פרוי וואס איז געווען אנגעטון אויסגעלאסן איז ארויף אויף א באס אין בני ברק און זיך אוועקגעזעצט נעבן א ישיבה מאן. דער ישיבה מאן נעמט ארויס אן עפל פון זיין זעקל און געבט דאס פארן פרוי.
די פרוי פרעגט מיט וואונדער, "וואס איז דאס"?
איז די ישיבה מאן מסביר, "ביז חוה האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט זי אויך נישט געוויסט אז זי גייט נאקעט"...
דעם נעקסטן טאג קומט די פרוי ווידער ארויף אויפן באס, זי טרעפט דעם ישיבה מאן זיצן, זי גייט צו און נעמט ארויס אן עפל פון איר זעקל און געבט דאס פארן ישיבה מאן.
דער ישיבה מאן פרעגט "וואס איז דאס"?
איז די פרוי מסביר, "ביז אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט ער אויך נישט געוואוסט אז ער דארף ארבעטן"...
פאלאצ'ינטא #פאמקין?עס דערמאנט פון דער איד וואס האט שוין נישט געקענט אויסהאלטען פון די שנארער האט ער אראפ גענומען די מזוזה און ארויסגעשטעלט א פאמקין.
יעצט זאגט ער אז איעדער 5 מינוט קלאפט איינער אויפ'ן טיהר פרעגען צו ער וויל פארקויפען זיין הויז