berlbalagulehפאלאצ'ינטא: דאס איז טאקע גוט פאר א מילתא דבדיחתא. ווייל אין ריעל לייף וועט א פאליציאנט דיר שרייבן א טיקעט און אריינשרייבן וואס ער ווילל. נישט קיין חילוק וואס דו זאגסט...!
נאכמער. זיי זענען אזוי טריקי. ער וועט דיך ארייננארן אין מודה זיין אז דו האסט געספיעדט אויף א קלענערן ספיעד. שפעטער. אויב דו גייסט אין קאורט וועט ער זאגן פאר'ן דזשאדזש אז דו האסט מודה געווען...!
יא יא
היינט זענען זיי געפערליכע אום מענטשען.
אזוי ווי דער אלטער ווארט. קען נישט זיין אמת אבער סתם א ווערטעל.
א איד האט געהאט א עקסידענט מיט א גלח. ער קומט ארויס און זאגט גלח לעבן דו זעסט אויס זייער נערוועז מאך א לחיים און בארואיג זיך א ביסעל. ער נעמט ארויס א פלשעל און גיסט איהם אן א גלעזעל און דער גלח טרונקט איהם אויס.
און וואס וועט זיין מיט די עקסידענט פרעגט דער גלח?
איין מינוט דו ביזט נאך צו נערוועז נעם נאך א טרונק.
ער טרינקט אויס נאך א גלעזעל. און פרעגט פארוואס טרונקסטו נישט?
ענטפערט ער איך גיי טרונקען נאך די פאליציי קומט.
אוודאי איז עס נישט אמת אבער א ווערטעל מוז נישט זיין אלעמאהל אמת