פארומס › מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3,900 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 10:56 pm#417977
פאריגע וואך בין איך געווען ביי א שבעה נישט מער געדאכט, שטעלט זיך אויף א איד, קלאצט א רגע און מורמעלט וזאת התורה אשר שם משה... דעם נעקסטען אינדערפרי האט מען געהאנגן א צעטל מיט די נוסח המקום ינחם וגו. כדי שלא לבייש מי שאינו זוכר.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 9:20 am#418015
שבת אחים האט געשריבן:א מארמארישער פויער איז אמאל אריינגעלויפן צום רעבא וויינען אז זיין זוהן איז לעצטענס נעבעך אינגאנצן משוגע געווארן און האט זיך אנגעטוהן משוגנע פרומע קליידער, מאדנע בעקיטשעס מיט א לאנגע בארד און אינגאנצן פארחניאקט געווארן. פרעגט אים די רבי, נא וואס איז דען די פראבלעם איך גיי דאך אויך אזוי אנגעטוהן??? זאגט דער איד במילא ״די רעבאו גייט דאך אזוי אנגעטוהן פאר פרנסה״ אבער וואס וועט שוין די מאדנע קליידער ברענגן פאר מיין חאצקל???

געהערט א ענליך ווארט געקומען אמאל א רומעינער פויער צי זיין רומעינער רבי וויינען אז זיין זין שאקלט זיך ביים דאווענען אז ער מיינט אז ער איז משוגע געווארן. ענטפערט עם די רבי וואס איז די פראבלעם איך שאקל מיך אויך אזוי. זאגט ער אים יא אבער ער מאכט קולי קולות ממש ענטפערט ער נו שוין איך מאך אויך אזוי. זאגט עם דער פויער יא אבער ער מיינט עס נעבעך ערנסט
ודפח"ח
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:59 am#418380
איך ווייס נישט צו לאכן צו וויינען...

בילד
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 10:04 am#419228
אן עלטערער יוד וואס האט אנגעהויבן אביסל פארגעסן זאגט פאר זיין אייניקל:
איך געדענק נאך ווען איך האב חתונה געהאט, איך געדענק אויך מיט וועם, איך קען מיך אבער נישט דערמאנען פארוואס...
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:00 pm#419732
איך אויך האט געשריבן:פאריגע וואך בין איך געווען ביי א שבעה נישט מער געדאכט, שטעלט זיך אויף א איד, קלאצט א רגע און מורמעלט וזאת התורה אשר שם משה... דעם נעקסטען אינדערפרי האט מען געהאנגן א צעטל מיט די נוסח המקום ינחם וגו. כדי שלא לבייש מי שאינו זוכר.

איך האב אמאהל געהערט איינער זאגען... המקום ינחם אתכם בתוך שאר חולי ישראל
דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:15 pm#420765
די לאזונג פון "say no to drugs" האב איך קיינמאל נישט געקענט פארשטיין, ווייל אז דו האלטסט שוין אין א מצב אז דו רעדסט שוין צו אים, איז שוין לכאורה צו שפעט צו זאגן ניין..
מאנטאג יאנואר 28, 2019 9:40 pm#423435
אין א קליינע ישיבה פון פערציג בחורים האבן די ישיבה בחורים געשענקט פארן ראש ישיבה א מתנה פון 100.000 שעות רצופות לכבוד ימי השובבים, צום פארוואונדרונג פונעם ראש ישיבה "ענק האבן טאקע פלייסיג געלערנט אבער ווי קען דאס זיין הונדערט טויזענט שעה אין בלויז עטליכע וואכען ? "
האבן די בחורים געענפערט: ס'איז געווען א מעטשינג פון סאטמאר ישיבה גדולה און קווינס...
דינסטאג יאנואר 29, 2019 1:39 am#423439
C/P
‏פרעגט מיר א יוד פארוואס ס׳דא צוויי אדר׳ס דאס יאר?
קען זיין, ווייל דא אין אמעריקא איז נאך א ספק צו ס׳איז מוקפות חומה...
מאנטאג פעברואר 04, 2019 11:40 am#423850
א איד, א אמעריקאנער גוי און א אראבער זענען אמאל געזעצן צוזאמען און זיי האבן געמאכט א קאנטעסט ווער עס קען די לענגסטע זיין אליין מיט א "חזיר" (דבר אחר) אין איין שטוב,
דער איד גייט אריין ערשט און נאך 5 מינוט קומט ער ארויס נע איך קען נישט מער, דערנאך גייט אריין דער אמעריקאנער גוי און נאך 10 מינוט קומט ער ארויס ס'גייט נישט איך קען נישט מער, נאכדעם איז אריין דער אראבער און נאך 2 שעה קומט ארויס דער חזיר איך קען שוין נישט מער ארויסהאלטען פון איהם ....
מאנטאג פעברואר 04, 2019 11:55 am#423853
א יונגער בחור'ל וועלענדיג שפילן אז ער גייט אראפ פון וועג ח"ו האט אריינגעקלאפט צום אלטען אפיקורס פון שטאט און ער האט איהם געפרעגט וויאזוי ווערט מען א אפיקורס ?
האט איהם דער אלטער געזאגט זאלסט אנהייבען רייכערען אום שבת, זאגט איהם דער בחור'ל איך רייכער דאך נישט אגאנצע וואך !
אקעי, זאלסטו עסן טרייפענע פלייש, זאגט ער איהם איך עס קיינמאל נישט קיין פלייש אפי' כשר'ס,
אויב אזוי האסטו נישט קיין אנדערע ברירה נאר ארויס'קטנ'ען שבת פון רשות היחיד צום רשות הרבים...
מיטוואך מערץ 20, 2019 8:53 pm#426886
עמיצער זאגט מיר היינט:
"ווייסטו אז אין חצר הקודש גער (גור) זאגט מען אויך איין מאהל א יאהר 'יום-כיפור קטן',"
אזוי?, פרעג איך איהם, ווען?
"יום הקדוש!"
ענטפערט ער מיר גלייך...
פרייטאג מערץ 22, 2019 8:08 am#426895
א חידוש פון מיין אשת חיל תחי':
אז פארוואס לכבוד פורים איז מען פארנומען מיט אזויפיל הכנה דרבה, צוגרייטען משלוח מנות, זיך פארשטעלן, קאסטיומס, דאס איז לזכר ווייל המן'ס טאכטער האט באגאסען איר טאטע המן מיט א עמער פון הכנות!!!
פרייטאג מערץ 22, 2019 8:34 am#426896
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:א חידוש פון מיין אשת חיל תחי':
אז פארוואס לכבוד פורים איז מען פארנומען מיט אזויפיל הכנה דרבה, צוגרייטען משלוח מנות, זיך פארשטעלן, קאסטיומס, דאס איז לזכר ווייל המן'ס טאכטער האט באגאסען איר טאטע המן מיט א עמער פוןהכנות!!!

עמער'ס פון הכנות אויפ'ן חשבון פונ'ם טאטע'ן...
פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:34 am#434898
תניא יומא חדא אזיל רב ברוך שמשון מבית שמש לבקר בבי חמוהי בבני ברק ומאן ניהו רב ישראל ויצאו תלמידיהו דרב ישראל בכרוזא לפניו פנו מקום לחתנו כבנו דריש גלותא אהדר רב ברוך שמשון אפיה להני אינשי וקא צווח וכי מילתא מעליותא הוא להאי מאן דהוי בריה דרב בקרתא דשופריא ולא נחה דעתיה דחתנא דבי נשיאה עד שדרש בן זומא בני אהרן ולא בנות אהרן קמ"ל דעדיפא האי מאן דמיהוי חתנא דרב מבריה דרב קמ"ל והיינו דאהני ליה:
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 3:16 pm#437690
כ’האב געהאט א לאנגע שמועס מיט א בנש״ק (נישט פון די וויזניץ גזע), ער איז א גרויסער ת״ח א ידען, א טיפע טראכטער. כ’האב זייער הנאה געהאט צורעדן מיט אים. ער קען אלע הויפן, אלע רבי׳ס, אלע מעשיות ביזן בעש״ט. נאך די גאנצע שמועס זאגט ער מיר. “איך ווייס נישט צו דו גלייבסט יא צי נישט, אבער דאס איז אמאל זיכער ווען דער קאצקער וואלט דיך געטראפן וואלט ער געזאגט דו ביסט די גרעסטע מאמין וואס כ’האב נאר אמאל באגעגענט”

:)
דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 12:37 pm#437970
די היימישע געדענקען נאך אין די בראשית יארן, היבש פאר'ן סטראוק, ווי ביים רבי'ן אין מיט'ן די וואך ביים דאווענען איז געווען אן ענגען ציבור, ד'עולם האט דאך דעמאלטס שווער געארבעט ברענגען פרנסה, ווי אויך האט דאך די רבי געדאווענט צומאל קרוב צו חצות מחמת זהירות.

פאסירט אמאל איין פארמיטאג, טאקע דארט אין נעפ מענשאן, אז די רבי האט זיך היבש פארזוימט צו צוגיין צו שחרית, אזוי ארום דרייענדיג זיך מיט'ן טלית אויפ'ן אקסעל. ביינע לביינע איז שווער געווען צו האלטן די מנין. האט מען אריינגערופן דעם אלטן יאקאבאוויטש, ער איז דאך געווען א פלאמבבער און פונקט געענדיגט א דזשאבב אין געגנט.

א דארשנטיג פר' לך לך איז עס געווען, נאך פאר די רבי איז אפגעפארן קיין מייאמע. קומענדיג צו קריאת התורה האט די רבי געהייסען אויפרופען פאר שלישי טאקע יאקאבאוויטש'ן, און ווי אונז האמער געוויסט, האט די רבי געהאט טיפע חשבונות וואס ער האט געליינט פאר וועם. למעשה, האט די רבי געליינט מיט גרויס נעימות און ווי געווענטליך האט רבי צוגענדיגט מיט א שמייכל און א שטיקל הרמת קול, דעם "וחיתה נפשי בגלל"ך"...
מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 5:55 pm#438216
האסט מיך דערמאנט אן עפיזאד וואס איך ווייס נישט אויב ס'האט אמאל פאסירט
אבער ווי האבן אונזערע זיידעס געזאגט: מ'דארפן מיר גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשעהן אזוינ'ס!
והנה המעשה לפניכם, קראו ותחי נפשכם:
אין קרעטשניף איז איינגעפירט אז די רבי אליינ'ס דינט אלטס בעל קורא ביי קריאת התורה
און נישט נאר אז די טראפן זענען כידוע ע"ד רבוה"ק אזוי ווי רביה"ק דער רבי ר' הערשלי קרעטשניפער זיע"א האט שוין זיך אנגערופן
אז געוויסע בעלי קורא'ס מיינען אז די טראפן דארפן שטימען מוזיקאליש, אבער אונז ווייסן מיר אז טראפן מיינט אז ס'זאל טראפן טרערן פון די אויגן,
נישט נאר די טראפן האט דער רבי אליינס מחדש געוועהן נאר אויך די חלוקת העליות פאר וועמען צו געבן און א וואו זיך אפ-צו-שטעלן איז אויך געוועהן אלעס לדעת קדשו.
ויהי היום, ס'איז געוועהן שבת בראשית, און ביים דאווענען האט מופיע בהדרתו געוועהן איינער וואס איז געכאפט געווארן ביי א מעשה שאין כאן המקום לפורטה והמבין יבין
האט עם דער רבי מכבד געוועהן מיט עליית 'שביעי' און דער רבי האט זיך אפגעשטעלט פאר 'אחרון' ביי די פסוק: "ויקחו להם נשים מכל אשר בחרו"...

(איך ווייס אז הלכה'דיג שטימט דאס נישט וויבאלד ס'איז בלויז צוויי פסוקים פאר הפסק פרשיות
אבער מ'דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשעהן)
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 2:36 pm#438458
מענין לענין ומטראפ לטראפ...
אויף א גוטע בעל קורא זאגט מען אויף איהם אז ער ליינט ווי א שיכור ! ווייל ער פארפעלט נישט קיין טראפ !!!

ביי אונז אין ס'מעדריש איז אמאל צוגעגאנגען א בעל קורא און האט געליינט ווי א נערוועזער בריסקער און האט ארויסגעשריגען יעדע תנועה - יעדע דגוש האט ער מדגיש געווען מיט אלע דוקדוקים - יעדע טראפ האט ער געזינגען ווי יאסעלע ראזענבלאט
נאכן ליינען גייט איינער צו צו איהם און זאגט איהם: " אמת אז איר זענט א וועדשיטעריען (Vegetarian)?
= יא ! אבער פון וואנען ווייסטו דאס ?
= ווייל איך האב פארשטאנען אז דאס איז נישט אייער איינציגע משוגעת !!!
זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:47 pm#439055
א קארגער האט שפאצירט מיט זיין יונגעלע אין ספרים געשעפט, שפאצירנדיג צווישן די פאליצעס רופט זיך דאס קינד אן האלטנדיג איינע פון די ספרים: די ספר געפעלט מיר, כ׳האב עס זייער ליב.

קארגער: זייער גוט, געב עס א קוש און לייג עס צוריק.....
מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 3:31 pm#439093
היינט צופרי איז מיר נמאס געווארן צו לויפן אליינס, האב איך געוויזן דאס מיטלסטע פאר אן אראבער, אונז ביידע לויף מיר נאך יעצט.....
מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 2:32 pm#439521
יעקב אבינו איז געגאנגען שלאפען האט ער אונטער געלייגט שטיינער אונטער'ן קאפ.

איז שווער, פארוואס האט ער נישט אונטער געלייגט זיין פעקל וועש עס איז דאך אסאך מער באקוועם ווי שטיינער?

ענטפערט ר' בערל קליין, ווייל יעקב אבינו האט געזעהן ברוח קדשו אז עס וועט ווערען איינס און ער האט נישט געוואלט בלייבן מיר איין פאר אונטערהויזן...
מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 6:59 pm#439528
אדער אן אינטערהויזען מיט איין גרויסע לאך...
מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 9:32 pm#439535
מענין לבנין באותו קנין...

וואס טוט א איד וואס טרעפט זיך אין מקוה פרייטאג נאכמיטאג אן קיין וועש? איינער האט אים מסדר געווען און אפגעיאגט מיט אלע וועש, ער האט נישט גארנישט, ניטאמאל א רעקל אדער א קאוט זיך צו באדעקן... וואס טוט מען יעצט?

מ'נעמט א האנטוך, מ'דעקט גוט צו די פנים, און מ'לויפט אהיים...
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:06 am#439543
אוי די בושות ווען מען זעהט אין וועלכע הויז ער גייט אריין....

(יא, ווערטלעך זענען ערלויבט...)
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:29 am#439544
מפיל קינד האט געשריבן:מענין לבנין באותו קנין...

וואס טוט א איד וואס טרעפט זיך אין מקוה פרייטאג נאכמיטאג אן קיין וועש? איינער האט אים מסדר געווען און אפגעיאגט מיט אלע וועש, ער האט נישט גארנישט, ניטאמאל א רעקל אדער א קאוט זיך צו באדעקן... וואס טוט מען יעצט?

מ'נעמט א האנטוך, מ'דעקט גוט צו די פנים, און מ'לויפט אהיים...

מען נעמט איינעמ'ס העמד, א צווייטענס הויזן און מען יאפעצט אפ..
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:33 am#439546
שמעקעדיג האט געשריבן:אוי די בושות ווען מען זעהט אין וועלכע הויז ער גייט אריין....

(יא, ווערטלעך זענען ערלויבט...)

יא יא, עס וועט ארומפארן אויף יעדע וואטסאפ גרופ..

ביז מאמענט וועט עס באשרייבן מיט אלע דיטעילס, אונטערן נאמען פון נישט פארגיסן יענעמס בלוט... קען נאך זיין זיי וועלן לייגן אן אויפגעבלאזענעם בילד פון יענעם אויפן דעקל, אזש מען וועט קענען זעהן אויף די ציינער זיין פרישטאג היסטערי, און ציילן יעדע האר פונעם וואנץ..
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:14 am#439555
א ארימאן איז אמאל געגעאנגען אין מקוה ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער באמערקט אז איינער האט אים געגנבט די קליידער. האט ער זיך גענומען טאנצן. האט מען אים געפרעגט וואס איז די שמחה? זאגט ער, ביז יעצט האב איך כאטש געהאט עפעס. יעצט אז איך האב דאס אויך נישט. ערגער ווי דעם קען דאך שוין נישט זיין. ס׳קען נאר ווערן בעסער...

אין שיכון ויזניץ האט מען דאס געטוהן (ליידער) צו ר׳ הערשל שטיינמעץ מיט יאהרן צוריק ווייל ער פלעגט גיין צו ר׳ ישראל. ער איז אמאל געגאנגען אין מקוה נאכמיטאג קיינער איז נישט דארט געוועהן. האט מען צוגענומען אלע קליידער און אלע האנטיכער. ער האט געמוזט אהיימלויפן ווי אדם הראשון פארן חטא.
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 10:39 am#439570
אין סטמר האט מען עס געקענט טון אויפן גאס מהאט נישט געדארפט קיין מקוה פארדעם
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:32 pm#439578
דו מיינסט זיכער קראלי...!
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:59 pm#439590
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:יעקב אבינו איז געגאנגען שלאפען האט ער אונטער געלייגט שטיינער אונטער'ן קאפ.

איז שווער, פארוואס האט ער נישט אונטער געלייגט זיין פעקל וועש עס איז דאך אסאך מער באקוועם ווי שטיינער?

ענטפערט ר' בערל קליין, ווייל יעקב אבינו האט געזעהן ברוח קדשו אז עס וועט ווערען איינס און ער האט נישט געוואלט בלייבן מיר איין פאר אונטערהויזן...

ס'געווען אמאל א רבי וואס איז געקומען קושען די מזוזה פון עפעס א עושר צו מאכן אפאר דאללער, און צום באדויערן האט דער עושר בלויז געגעבן איין [1] דאללער, דער רבי פרעגט איהם וואס מיינט דאס ? האט ער געענפערט: אז די דאלארן אין זיין קעשענע האבן זיך ארום געקריגט יעדער האט געוואלט גיין צום רבי'ן - ביז פון אלע דאלארען זענען געווארן איין דאללער,
ביים ארויסגיין האט דער רבי איהם געוויזען דעם "מיטעלסטען פינגער" -- דער עושר פרעגט איהם וואס מיינט דאס ? האט איהם דער רבי געענפערט אז עכט האט ער איהם געוואלט געבן שלום מיטן גאנצען האנט אבער אלע פינגערס האבן זיך ארומגעקריגט ביז עס איז געווארן פאר איינס !!!
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 3:46 pm#439599
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:

מוז זיין אז דער רבי איז געווען ליובאוויטש'ע רבי, ווייל משיח וועט ווייזן מיט פינגער..
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:47 pm#439609

דער עושר איז געבליבן מיט זיין עשירות און דער רבי מיט זיין פינגער, נו ווער האט געמאכט א בעסער געשעפט???
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:32 pm#439612
יין שרף האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:יעקב אבינו איז געגאנגען שלאפען האט ער אונטער געלייגט שטיינער אונטער'ן קאפ.

איז שווער, פארוואס האט ער נישט אונטער געלייגט זיין פעקל וועש עס איז דאך אסאך מער באקוועם ווי שטיינער?

ענטפערט ר' בערל קליין, ווייל יעקב אבינו האט געזעהן ברוח קדשו אז עס וועט ווערען איינס און ער האט נישט געוואלט בלייבן מיר איין פאר אונטערהויזן...

ס'געווען אמאל א רבי וואס איז געקומען קושען די מזוזה פון עפעס א עושר צו מאכן אפאר דאללער, און צום באדויערן האט דער עושר בלויז געגעבן איין [1] דאללער, דער רבי פרעגט איהם וואס מיינט דאס ? האט ער געענפערט: אז די דאלארן אין זיין קעשענע האבן זיך ארום געקריגט יעדער האט געוואלט גיין צום רבי'ן - ביז פון אלע דאלארען זענען געווארן איין דאללער,
ביים ארויסגיין האט דער רבי איהם געוויזען דעם "מיטעלסטען פינגער" -- דער עושר פרעגט איהם וואס מיינט דאס ? האט איהם דער רבי געענפערט אז עכט האט ער איהם געוואלט געבן שלום מיטן גאנצען האנט אבער אלע פינגערס האבן זיך ארומגעקריגט ביז עס איז געווארן פאר איינס !!!

מוז זיין אז דער רבי איז געווען ליובאוויטש'ע רבי, ווייל משיח וועט ווייזן מיט פינגער..

מוז זיין ס'געווען סקווירא רבי, אצבע אלוקים הוא...
דינסטאג מאי 05, 2020 10:51 pm#447833
זיצנדיג אינדערהיים זוכנדיג וואס צו טון, האב איך באשלאסן אז אנשטאט גיין ליידיג וועל איך פראבירן מברר זיין עטליכע שווערע פראגעס וואס נאגט שוין די וועלטס חכמים פאר טויזענטער יאר.

ואלו הן...

פארוואס זאגט מען "איך בין געשלאפן ווי א בעיבי" ווען בעיבי'ס וועקן זיך יעדע צוויי שעה?

פארוואס רעכנט מיר די באנק געלט ווען א טשעק קראכט צוליב "insufficient funds", זיי ווייסן דאך אז איך האב נישט גענוג?

פארוואס גלייבן מענטשן ווען מען זאגט זיי אז עס איז דא מיליאנען שטערנס אבער זיי מוזן זיך אליינס איבערצייגן אז די פעינט איז טאקע נאס?

פארוואס ניצט מען סטעריליזירטע נידלס פאר צום טויט פאראורטיילטע ארעסטאנטן?
דינסטאג מאי 05, 2020 10:56 pm#447835
החוקר האט געשריבן:פארוואס ניצט מען סטעריליזירטע נידלס פאר צום טויט פאראורטיילטע ארעסטאנטן?

פון וואו נעמסטו דאס, פון קארלינע רבי? :lol:
דינסטאג מאי 05, 2020 10:56 pm#447836
פארוואס רופט מען א פארקינג "א דרייוו וועי" און א הייוועי "א פארקוועי"
דינסטאג מאי 05, 2020 10:58 pm#447837
ליב צו וויסן האט געשריבן:פארוואס רופט מען א פארקינג "א דרייוו וועי" און א הייוועי "א פארקוועי"

א פארקינג הייסט א דרייוו וועי ווייל מ'דרייווט אריין (די אריגינעלע דרייוו וועיס זענען גאנץ לאנג), א פארקוועי (אפיציעל) איז א הייוועי וואס איז ארומגענומען מיט א פארק/גרינעריי כדוגמת אושען פארקוועי און די בעלט.
מיטוואך מאי 06, 2020 7:57 am#447858
אה קען זיין וועגן דעם מעגן קאמערציאלע וויהיקלס נישט דרייון אויף א פארקוועי, כדי נישט צו שטערן דעם אויסקוק.
מיטוואך מאי 06, 2020 9:13 am#447862
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:פארוואס רופט מען א פארקינג "א דרייוו וועי" און א הייוועי "א פארקוועי"

א פארקינג הייסט א דרייוו וועי ווייל מ'דרייווט אריין (די אריגינעלע דרייוו וועיס זענען גאנץ לאנג), א פארקוועי (אפיציעל) איז א הייוועי וואס איז ארומגענומען מיט א פארק/גרינעריי כדוגמת אושען פארקוועי און די בעלט.

דו הארגעסט מיר די דזשאוק.. :lol: :lol:
מיטוואך מאי 06, 2020 12:59 pm#447901
וועלכע חכם איז בייגעפאלן אריינצולייגן אן "S" אין די ווארט lisp?

פארוואס גייען מענטשן ארויף אויף הויכע פלעצער כדי צו לייגן געלט אין שפאקטיוון אויף צו קענען אראפקוקן?

פארוואס האט א פרידזשידער א לייט אבער נישט די פריזער(אלטמאדישע)?

קען א בלינדער זעהן וואס ער חלום'ט?

פארוואס גייט מען צו דאקטוירים וואס פראקטיצירן מעדעצין, ווי זענען די אלע וואס האבן זיך שוין אויסגעלערנט?
מיטוואך מאי 27, 2020 2:30 pm#449786
אן ערנסטע ווארט.

א איד קומט ארויף אין הימל, ער פרעגט דעם באשעפער, איך קען מאכן א ווערטעל וועגן די האלאקאוסט?
גאט איז מסכים, דער איד זאגט זיין ווערטעל.
גאט: איך כאפ נישט די דשאוק.
איד: איי געס מען האט געדארפט דארט זיין.
דאנערשטאג מאי 28, 2020 3:24 pm#449866
דער בריסקער רב'ס טאכטער פלעגט אריינשרייען ביים ליינען ווען די בעל קורא האט געמאכט א טעות. פארשטייט זיך אז עס האט דער בעל קורא פארדראסן אז א מיידל שרייט אים אריין פון ווייבער שול, בפרט אז די טעותים זענען ע''פ רוב געוועזען דקדוקים נוסח בריסק. האט דער בעל קורא אפגעמאכט איר צוצופיקסן.
פרשת וישב דער בעל קורא ליינט זיך אזוי די מעשה פון יוסף הצדיק און אשת פטופר, ווען ''בטעות'' האט ער ארויסגעזאגט אין די בקשה פון אשת פוטיפר צו יוסף, ''שכבה עמו''.
גלייך האט אים דער בריסקער רב'ס טאכטער פאראכטן ''שכבה עמי''...
איבריג אויסצופירן אז פון דעמאלטס אן איז זי שוין שטיל געבליבן.
זונטאג מאי 31, 2020 8:53 pm#450039
כרם זית האט געשריבן:דער בריסקער רב'ס טאכטער פלעגט אריינשרייען ביים ליינען ווען די בעל קורא האט געמאכט א טעות. פארשטייט זיך אז עס האט דער בעל קורא פארדראסן אז א מיידל שרייט אים אריין פון ווייבער שול, בפרט אז די טעותים זענען ע''פ רוב געוועזען דקדוקים נוסח בריסק. האט דער בעל קורא אפגעמאכט איר צוצופיקסן.
פרשת וישב דער בעל קורא ליינט זיך אזוי די מעשה פון יוסף הצדיק און אשת פטופר, ווען ''בטעות'' האט ער ארויסגעזאגט אין די בקשה פון אשת פוטיפר צו יוסף, ''שכבה עמו''.
גלייך האט אים דער בריסקער רב'ס טאכטער פאראכטן ''שכבה עמי''...
איבריג אויסצופירן אז פון דעמאלטס אן איז זי שוין שטיל געבליבן.

אין אן אלטן אידישן וויצן ביכל, וואס איז עלטער פון בריסקער רב'ס טאכטער, איז שוין די אויבנדערמאנטע מעשה צוגעצייכנט.
די פרוי דארטן איז נישט קיין קלענערע רעביצין, זאגאר: "אדל", די טאכטער פונעם בעש"ט.
זונטאג מאי 31, 2020 10:18 pm#450056
ארי נוהם האט געשריבן:

יישר כח פאר די ידועה. מדארף אבער גלייבן אז עס וואלט ''געקענט'' געשען...
בדרך אגב די באקנטע מעשה פונעם צאנזער רב און זיין רעבעצין ביים פגישה (בעשוי) בנוגע זיין הונקעדיגע פוס, האב איך געזען אראפברענגן אין אן אלטן יידישן ספר אויף משה מנדלסן (וואס כידוע איז אויך געווען א בעל מום).
פרייטאג יולי 10, 2020 3:18 am#454228
ס'איז 'ידוע' אז די רבי ר' מיילעך ווען ער האט מתקן געווען די תפילה קודם התפילה האט ער בעצם געוואלט מבטל זיין די תפילה און עס איבערזעצן מיט זיין תפילה קודם התפילה, טענהדיג אז פאר אונזער (זיין) דור איז עס שוין צו שווער און זיין פיוט פארקערפערט אין זיך אלע בקשות פונעם דאווענען, אבער דאן זענען די אנשי כנסת הגדולה עם געקומען אין חלום און געבעטן ער זאל עס לאזן, דעריבער האט ער עס נאר צוגעלייגט פארן דאווענען.

האב איך געטראכט אז היינטיגע צייטן איז געקומען א גברא רבה און מתקן געווען "ויתי לנא...לאמיר מאכן קידוש" במקום זמירות, און היות די אנשי כנסת הגדולה זענען עם נישט געקומען אין חלום קען עס טאקע בלייבן אזוי....
זונטאג יולי 12, 2020 2:56 pm#454343
צוליב די קאנטרי געפארעכטס זענען נאר אנגעקומען ניין אירע אין ביסמעדריש האט די רב געפאסקענט אז מ'קען מצרף די חומש ווייל ס'לא ימלט אז ס'זאל נישט האבן שתי שערות.
מיטוואך יולי 15, 2020 2:15 pm#454613
פאליטיקאנט האט געשריבן:ס'איז 'ידוע' אז די רבי ר' מיילעך ווען ער האט מתקן געווען די תפילה קודם התפילה האט ער בעצם געוואלט מבטל זיין די תפילה און עס איבערזעצן מיט זיין תפילה קודם התפילה, טענהדיג אז פאר אונזער (זיין) דור איז עס שוין צו שווער און זיין פיוט פארקערפערט אין זיך אלע בקשות פונעם דאווענען, אבער דאן זענען די אנשי כנסת הגדולה עם געקומען אין חלום און געבעטן ער זאל עס לאזן, דעריבער האט ער עס נאר צוגעלייגט פארן דאווענען.

האב איך געטראכט אז היינטיגע צייטן איז געקומען א גברא רבה און מתקן געווען "ויתי לנא...לאמיר מאכן קידוש" במקום זמירות, און היות די אנשי כנסת הגדולה זענען עם נישט געקומען אין חלום קען עס טאקע בלייבן אזוי....

ערנסט גערעדט: די לעגענדע אז ר' אלימלך האט ח''ו געווילט מבטל זיין נוסח אנשי כנסת הגדולה, איז מזויף מתוכה, וויבאלד א חלק פון די תפילה איז צו האבן כונה ביים דאווענען (בִּפְרַט בְּעֵת שֶׁאֲנַחְנוּ עוֹמְדִים בִּתְפִלָּה לְפָנֶיךָ).
מיטוואך יולי 15, 2020 7:55 pm#454626
יעדער מיט שכל האט קיינמאל געמיינט אז עס איז אמת......

אבער אויף דעם איז נישט קיין קשיא, ווייל ער מיינט צו זאגן בשעת יעצט וואס אונז דאווענען צו דיך דהיינו תפילת רבי ר' אלימלך....
אדער האט ער עס צוגעלייגט נאכן חלום....
דאנערשטאג יולי 23, 2020 10:14 pm#455044
שמעון וואלף האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

דערמאנסט מיר פון דעם ירושלימע׳ר איד וואס האט געברענגט זיין אכצן יעריגן בחור׳ל אויף אמעריקא אים אויסצולערנען די פאך אזוי ארום זאל ער נישט דארפן צו קומען צו אנדערע...

א ירושלימער איז געגאנגן נאך געלט אין זכרון משה שטיבלאך. גייט איינער צו צו אים און האלט אים פאר היתכן די ווארפסט דיך ארויף אן עול אויף די ציבור. פרעגט אים די געלט גייער, און וואס טיסטו? וואס הייסט, ענטפערט ער, איך פאר אויף אמעריקא...

מארק טוועין שרייבט איבער א שטעטל אין ארץ ישראל:

all abject beggars by nature, instinct and education.
זונטאג יולי 26, 2020 8:20 pm#455177
דער וואס האט נאר אמאל אריינגעקוקט אין ר' גבריאל'ס פלאנצונג, זעט ווי גאר אסאך מקורות זענען פון צוויי גרויסע לייט. א] כך נהוג מו''ר מפאפא, ב] כך נהוג האדמו''ר מליובאוויטש.

עפן איך אויף הלכות אבילות אין נטעי גבריאל. שטייט דארט אזוי:

יש נוהגים למות [כך נהוג מו''ר מפאפא], ויש נוהגים שלא למות [כך נהג האדמ''ר מליובאוויטש].

ונוהגים כסברא הראושנה...