פארומס › מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3,900 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יולי 26, 2020 8:39 pm#455180
מער מדוייק איז די פאלגענדע ווערסיע:
נטעי גבריאל הל' אבילות: סוף כל האדם למות. ובהגהות למטה: וכן נהג כ"ק מורי אדמו"ר מפאפא זצ"ל, אבל האדמו"ר רמ"מ מליבאוויטש לא נהג כן.

מקור וואו איך האב עס געזעהן צום ערשט
זונטאג יולי 26, 2020 8:41 pm#455182
כרם זית האט געשריבן:דער וואס האט נאר אמאל אריינגעקוקט אין ר' גמליאל'ס פלאנצונג, זעט ווי גאר אסאך מקורות זענען פון צוויי גרויסע לייט. א] כך נהוג מו''ר מפאפא, ב] כך נהוג האדמו''ר מליובאוויטש.

עפן איך אויף הלכות אבילות אין נטעי גבריאל. שטייט דארט אזוי:

יש נוהגים למות [כך נהוג מו''ר מפאפא], ויש נוהגים שלא למות [כך נהג האדמ''ר מליובאוויטש].

ונוהגים כסברא הראושנה...

כרם זית: איך וועיס נישט אויב מ'מעג אזוי שטארק לאכן אין די ניין טעג. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...1
זונטאג יולי 26, 2020 9:02 pm#455186
מהיכי תיתי האט געשריבן:מער מדוייק איז די פאלגענדע ווערסיע:
נטעי גבריאל הל' אבילות: סוף כל האדם למות. ובהגהות למטה: וכן נהג כ"ק מורי אדמו"ר מפאפא זצ"ל, אבל האדמו"ר רמ"מ מליבאוויטש לא נהג כן.

מקור וואו איך האב עס געזעהן צום ערשט



נאך בעסער!! :lol:
זונטאג יולי 26, 2020 9:07 pm#455188
אינטערעסאנט טאקע אז אלע קינדער פונעם ליובאוויטשן רבי'ן פירן זיך אויך אזוי, ס'קען זיין אז ס'גייט אין די דשיענס.
זונטאג יולי 26, 2020 11:04 pm#455201
berlbalaguleh האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:דער וואס האט נאר אמאל אריינגעקוקט אין ר' גמליאל'ס פלאנצונג, זעט ווי גאר אסאך מקורות זענען פון צוויי גרויסע לייט. א] כך נהוג מו''ר מפאפא, ב] כך נהוג האדמו''ר מליובאוויטש.

עפן איך אויף הלכות אבילות אין נטעי גבריאל. שטייט דארט אזוי:

יש נוהגים למות [כך נהוג מו''ר מפאפא], ויש נוהגים שלא למות [כך נהג האדמ''ר מליובאוויטש].

ונוהגים כסברא הראושנה...

כרם זית: איך וועיס נישט אויב מ'מעג אזוי שטארק לאכן אין די ניין טעג. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...1


עס גייט לשיטתו. אויב שטארבט מען נישט, דאן איז משיח דא און מען מעג לאכן.
דינסטאג יולי 28, 2020 7:38 pm#455361
‏נאך די גאנצע חלוקה פרשה דורכאויס די לעצטע פאר חדשים, דערציילט מיר איינער אז ער קומט אריין אין געשעפט צו קויפן א פלעשל מילך, דער קאשירער נעמט זיין אינפארמאציע און שיקט עס צו בוני עולם..
דינסטאג יולי 28, 2020 8:11 pm#455368
berlbalaguleh האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:דער וואס האט נאר אמאל אריינגעקוקט אין ר' גמליאל'ס פלאנצונג, זעט ווי גאר אסאך מקורות זענען פון צוויי גרויסע לייט. א] כך נהוג מו''ר מפאפא, ב] כך נהוג האדמו''ר מליובאוויטש.

עפן איך אויף הלכות אבילות אין נטעי גבריאל. שטייט דארט אזוי:

יש נוהגים למות [כך נהוג מו''ר מפאפא], ויש נוהגים שלא למות [כך נהג האדמ''ר מליובאוויטש].

ונוהגים כסברא הראושנה...

כרם זית: איך וועיס נישט אויב מ'מעג אזוי שטארק לאכן אין די ניין טעג. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...1


ס'האנדעלט זיך דא פון לעבן און טויט, און די לאכסט...?
דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:47 pm#455584
א נייגעריגע יונגל פרעגט זיין מאמע, ווי אזוי זענען מענטשן באשאפן געווארן? די מאמע הייבט אן פארציילען, ס'געווען אדם מיט חוה וכו' די גאנצע מעשה..

ווען זי ענדיגט, פרעגט דאס קינד, אבער טאטי האט מיך געזאגט, אז מענטשן שטאמען פון מאנקיס?

וואס פארשטייסטו נישט מיין טייער קינד? איך רעד פון מיין משפחה, און ער רעדט פון זיין...
דינסטאג אוגוסט 04, 2020 1:18 pm#455913
איינער זאגט מיר היינט אז די גאנצע זאך פון פארן אין קאנטרי לוינט זיך פאר איין זאך



אז אונז מענער זאלן קענען גיין ביי אונז אינדערהיים אין ביה"כ מיט א אפענע טיר !!!!!!
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 11:24 am#455998
ארי נוהם האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:דער בריסקער רב'ס טאכטער פלעגט אריינשרייען ביים ליינען ווען די בעל קורא האט געמאכט א טעות. פארשטייט זיך אז עס האט דער בעל קורא פארדראסן אז א מיידל שרייט אים אריין פון ווייבער שול, בפרט אז די טעותים זענען ע''פ רוב געוועזען דקדוקים נוסח בריסק. האט דער בעל קורא אפגעמאכט איר צוצופיקסן.
פרשת וישב דער בעל קורא ליינט זיך אזוי די מעשה פון יוסף הצדיק און אשת פטופר, ווען ''בטעות'' האט ער ארויסגעזאגט אין די בקשה פון אשת פוטיפר צו יוסף, ''שכבה עמו''.
גלייך האט אים דער בריסקער רב'ס טאכטער פאראכטן ''שכבה עמי''...
איבריג אויסצופירן אז פון דעמאלטס אן איז זי שוין שטיל געבליבן.

אין אן אלטן אידישן וויצן ביכל, וואס איז עלטער פון בריסקער רב'ס טאכטער, איז שוין די אויבנדערמאנטע מעשה צוגעצייכנט.
די פרוי דארטן איז נישט קיין קלענערע רעביצין, זאגאר: "אדל", די טאכטער פונעם בעש"ט.

נישט קיין קשיא די תורה איז דאך כפטיש יפוצץ סלע, אלו ואלו דברי אלקים חיים
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:34 pm#456021
כרם זית האט געשריבן:דער וואס האט נאר אמאל אריינגעקוקט אין ר' גבריאל'ס פלאנצונג, זעט ווי גאר אסאך מקורות זענען פון צוויי גרויסע לייט. א] כך נהוג מו''ר מפאפא, ב] כך נהוג האדמו''ר מליובאוויטש.

עפן איך אויף הלכות אבילות אין נטעי גבריאל. שטייט דארט אזוי:

יש נוהגים למות [כך נהוג מו''ר מפאפא], ויש נוהגים שלא למות [כך נהג האדמ''ר מליובאוויטש].

ונוהגים כסברא הראושנה...


יעצט זע איך אז ATUB @ונבנתה העיר ATUB האט שוין אראפגעבראכט די שטיקל אין די אשכול. הפך בה והפך בה דכולה בה!
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 11:50 am#456462
חבדניק וברסלבר קיבלו קורונה
!הברסלבער הלך להתבודד והחבדניק הלך להפיץ
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 2:32 pm#458222
2020-09-03.jpeg
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:49 am#458284
א שמש רופט אויס ביים ברית:

אדמו"ר מבאבוב, 45 ברכות.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 9:58 pm#461695
Every 52 seconds a man in London is stabbed.
Poor bastard.
פרייטאג אקטאבער 30, 2020 3:54 am#461724
Bloody bastard...
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 4:29 pm#462873
די וואך (תולדות)ווערט געקרוינט די ערשטע רעביסטעווע און היסטאריע ...
עשו הרשע
ער האט געהאט אסאך שיינע קליידער פון פעל (טילופ)
ער האט געהאט 400 שלעגערס
זיך געקריגט מיטן ברידער
נישט געפאלגט די טאטנס צוואה
און איז פאקטיש געווען "תולדות אברהם ויצחק"....
מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 9:27 pm#462891
מה בכך האט געשריבן:די וואך (תולדות)ווערט געקרוינט די ערשטע רעביסטעווע און היסטאריע ...
עשו הרשע
ער האט געהאט אסאך שיינע קליידער פון פעל (טילופ)
ער האט געהאט 400 שלעגערס
זיך געקריגט מיטן ברידער
נישט געפאלגט די טאטנס צוואה
און איז פאקטיש געווען "תולדות אברהם ויצחק"....

און די מאמע האט איהם נישט ליב געהאט...
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 4:37 am#462907
איינער פרעגט מיר מיט וואס איז א רב גלייך מיט טשולענט?
ענטפערט איך ביידע רעדן ביי שלש סעודות
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 9:02 pm#463015
א שאד אז ביי עשו איז נישט געווען קיין, סמארט פאן'ס, נישט ליפא שמעלצער, געפאסטע קליידער, און נישט אינטערנעט
ווייל ווען יא, וואלט מען כאטש געהאט וועם צו באשולדיגן...
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 9:35 pm#463016
פורש מן הציבור
איך דאנק דיך זייער ר' מענדל פאר אייער הארציגע נדבה, זאגט דער בלוטיגער ארימאן פאר'ן עושר. נאר וואס דען, איר זענט אבער א פורש מן הציבור... ווייל קיינער געבט מיר נישט און דו יא...
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 9:36 pm#463017
שהחיינו...
ס'ביי מיר היינט יום המיוחס, זאגט דער פעטער פייוול פאר די שטיבל לייט. און רופט אויס אויפ'ן קול; א זאך וואס כ'וויל שוין טון צוויי חדשים, האב איך היינט געטון... געגעסן סעווען לעיער קעיק...
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 9:37 pm#463018
ער זעהט...
איר וועט זיין א גרויסער עושר און בר מזל אין אפאר יאר ארום... זאגט דער 'הענט-קוקער' פאר לייזער וואס האט עהם געגעבן א שיינעם סכום אין האנט.
זאגט נאר – פרעגט עהם לייזער – ווען איר מאכט קידוש לבנה קוקט איר אויך אויף די הענט, אדער דעמאלטס קוקט איר אויפ'ן הימל...
דינסטאג יוני 22, 2021 9:54 pm#476480
ס'איז לעצטענס געווען א אסיפה אינעם הויפט קווארטיר פון די התאחדות הרבנים ווי מען האט דן געווען אין דעם פרישע פירצה וואס קינדער און ערוואקסענע גייען מיט שמאל געפאסטע הויזן. און ס’איז נישט גוט מטעמי צניעות וקדושה...
און אין דעם דערנעבענדיגער צימער איז באותו זמן פארגעקומען א אסיפה פון מוהלים וועגן מוהלים וואס טויגן נישט כדבעי, עד שבא אחד מן הרבנים און ער איז אויפגעקומען מיט א וואזשנעם געדאנק באופן פון "בעל התל ובעל החריץ"
און מען איז געקומען צום החלטה אז די מוהלים וועלן אראפשניידען א גרעסערע שטיקל אזוי וועט נישט אזוי שטארק אויסמאכן די שמאלע הויזן,
והכל יבוא על מקומו בשלום
דאנערשטאג יוני 24, 2021 6:25 am#476561
שמחה'לע קאפשטיק: ס'איז נאר דא איין פראבלעם. איצא שייגעץ וועט נישט האבן וואס צו טון ביז די נעקסטע דעמאנסטראציע אקעגן דעם ראש הכופרים. דעם טיפש (קרעדיט הרב ש.ב. מרגליות.) ביבי נתן יהוא... אה. ס'איז שוין דא א צווייטער שייגעץ וראש הכופרים. נפתלי בנט...! מ'האלט נאך אינמיטן אויסארבעטן זיין פראפייל...!

או.קעי. א נחמה פורתא...! ביזדערווייל וועט איצא שייגעץ זיין ביזי צו נעמען שוחד און ארגאניזירן פאלשע דין תורה'ס...!
מאנטאג אוגוסט 2, 2021 5:45 pm#478758
א סלונים'ר חסיד האט געזאגט פאר ר' מייליך בידרמן...

אויב 50 יאהר צוריק וואלט געוועהן ריטאלין וואלט היינט נישט געוועהן מייליך בידרמן.

האט ר' מייליך גע'ענטפערט...

אויב 100 יאהר צוריק וואלט געוועהן אנטי דיפרעסענטס וואלט קיינמאהל נישט געווארען א סלאנים'ר חסידות.
מאנטאג אוגוסט 2, 2021 5:54 pm#478759
אין סלאנים/סלונים האט מען אייביג מורא געהאט אז מ'האט נאכנישט יוצא געווען פאר'ן אייבישטן. אזוי ווי אין בריסק. די מצות זענען געווען בחזקת חשש חמץ ביז ס'איז געווען א שטיק קויל...!

א בריסקער איד האטציך אמאל אראפגעווארפן פון א גאנצן שטאק. ווייל ער האט געהאט א חשש (אפשר חאשיש) אז אפשר שטאמט ער מזרע עמלק...!

שרי לי מארי. ס'איז אלעס נאר געווען בדרך צחות. ביי מיר זענען אלע ערליכע (און אפילו נישט אזעלכע ערליכע) אידן חשוב...!
דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 7:24 am#478929
פאלאצ'ינטא
א סלונים'ר חסיד האט געזאגט פאר ר' מייליך בידרמן...

אויב 50 יאהר צוריק וואלט געוועהן ריטאלין וואלט היינט נישט געוועהן מייליך בידרמן.

האט ר' מייליך גע'ענטפערט...

אויב 100 יאהר צוריק וואלט געוועהן אנטי דיפרעסענטס וואלט קיינמאהל נישט געווארען א סלאנים'ר חסידות.


אין נאך פופציג יאהר ארום וועט מען זאגען אז אויב מיט הונדערט און פופציג יאהר צירוק וואלט געווען גראז, וואלט נישט געווען נישט קיין סלאנים און נישט קיין ר' מילך בידערמאן...
דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 9:45 am#478933
Re: מילתא דבדיחותא
וואלווי
פאלאצ'ינטא
א סלונים'ר חסיד האט געזאגט פאר ר' מייליך בידרמן...

אויב 50 יאהר צוריק וואלט געוועהן ריטאלין וואלט היינט נישט געוועהן מייליך בידרמן.

האט ר' מייליך גע'ענטפערט...

אויב 100 יאהר צוריק וואלט געוועהן אנטי דיפרעסענטס וואלט קיינמאהל נישט געווארען א סלאנים'ר חסידות.


אין נאך פופציג יאהר ארום וועט מען זאגען אז אויב מיט הונדערט און פופציג יאהר צירוק וואלט געווען גראז, וואלט נישט געווען נישט קיין סלאנים און נישט קיין ר' מילך בידערמאן...
אדער וועט מען זאגן אז זיי האבן אויך יונק געווען פון די הייליגע גראז, און פון דארט און ווייטער איז שוין געווען א כח הפועל בנפעל. אזויווי ס'זענען שוין פארהאנען וואס לערנען דאס אריין אינעם בעש"ט/אלעקסיי/ וואגן פליען אין די לופטן מוצ"ש.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 10:26 am#478936
וואלווי
פאלאצ'ינטא
א סלונים'ר חסיד האט געזאגט פאר ר' מייליך בידרמן...

אויב 50 יאהר צוריק וואלט געוועהן ריטאלין וואלט היינט נישט געוועהן מייליך בידרמן.

האט ר' מייליך גע'ענטפערט...

אויב 100 יאהר צוריק וואלט געוועהן אנטי דיפרעסענטס וואלט קיינמאהל נישט געווארען א סלאנים'ר חסידות.


אין נאך פופציג יאהר ארום וועט מען זאגען אז אויב מיט הונדערט און פופציג יאהר צירוק וואלט געווען גראז, וואלט נישט געווען נישט קיין סלאנים און נישט קיין ר' מילך בידערמאן...


גראדע געדענק איך הערן פארקערט, אז ווען נישט גראז וואלט נישט געוועהן קיין חסידישע רבי'ס.
דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:55 am#478944
מיינסט צי זאגן אז אויב פאר מיליאן יאר ציריק וואלטן אינזערע זיידעס (די מאנקיס) געבליבן עסן גראז וואלטן סלאנעם ר'מיילעך אין אינז נישט דא געווען.
דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 6:30 pm#478996
אישתישבי
וואלווי
פאלאצ'ינטא
א סלונים'ר חסיד האט געזאגט פאר ר' מייליך בידרמן...

אויב 50 יאהר צוריק וואלט געוועהן ריטאלין וואלט היינט נישט געוועהן מייליך בידרמן.

האט ר' מייליך גע'ענטפערט...

אויב 100 יאהר צוריק וואלט געוועהן אנטי דיפרעסענטס וואלט קיינמאהל נישט געווארען א סלאנים'ר חסידות.


אין נאך פופציג יאהר ארום וועט מען זאגען אז אויב מיט הונדערט און פופציג יאהר צירוק וואלט געווען גראז, וואלט נישט געווען נישט קיין סלאנים און נישט קיין ר' מילך בידערמאן...


גראדע געדענק איך הערן פארקערט, אז ווען נישט גראז וואלט נישט געוועהן קיין חסידישע רבי'ס.


אלס הקדים רפואה למכה...?
זונטאג אוגוסט 8, 2021 2:25 pm#479150
א-שופר-איז-א-שופר
איך האב געהערט א גוט ווארט...

וא"ר חלבו אמר רב הונא כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו עובר בחמשה קולות

איז ווי אזוי מעג מען גיין? מען דארף דאך זיכער מאכען אז אדער האט מען נישט הנאה אדער מוז מען איהם משמח זיין

איז דא אן עצה.. מען ברענגט א רעדנער, א בעל דרשן, וואס דרייט א קאפ און אזוי מאכט מען זיכער אז מען האט נישט הנאה.

איז יעצט די שאלה, און וואס איז מיט די רעדנער? ער האט דאך יא הנאה

ברענגט מען א צווייטען רעדנער, אונז האבען געפלאצט, יעצט פלאץ דו אויך!


דאכט זיך אז איך האב דאס געהערט פון דער יארמער רב
זונטאג אוגוסט 8, 2021 4:23 pm#479161
נאך די מלחמה איז אנגעקומען קיין אמעריקא אן עלטערער איד'ל און האט זיך גע'עפענט א הארדווער געשעפט. און אלץ עדווערטייזמענט האט ער אויף-געהאנגען א גרויסען סיין מיט א בילד פון יאשקא אויף'ן צלם מיט די ווערטער "זיי האבען גענוצט גאלדמאן'ס נעגליך"

האט זיין זוהן איהם געזאגט "טאטע דו מוזט דאס טוישן, עס איז א סכנה אז די אנטיסעמיטן זאלען זיך חלילה נישט צו-ווילעוועט ווערען"

האט ער דאס געטוישט

ער האט געלייגט א בילד פון א יאשקא וואס איז ארפ-געפאלען פון דעם צלם מיט די ווערטער "זיי וואלטען ווען געדארפט נוצען גאלדמאן'ס נעגליך
זונטאג אוגוסט 8, 2021 5:09 pm#479168
א ברסלאווער גייט אין גאס און באמערקט אז אויפ'ן דאך פון א דערנעבענדיגע בנין שטייט א איד וואס וויל זיך ל"ע אראפ ווארפען

לויפט ער ארויף און פרעגט ער ר' איד, פארוואס ווילט איהר זיך אראפ ווארפען?

זאגט ער, איך האב ניט קיין ווייב, איך האב נישט קיין קינדער איך האב נישט קיין ארבעט איך האב נישט קיין געלט איך האב נישט קיין לעבן

זאגט איהם דער ברעסלאווער, ר' נחמן זאגט אין יאוש בעולם, עס איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש ווי זיך מייאש זיין

זאגט איהם דער איד, יאוש איז אויך נישט דא? איך שפרינג שוין
זונטאג אוגוסט 8, 2021 5:16 pm#479169
ערב יום הק' גיי איך אין גאס און זעה ווי א בריסקער גייט אינגאנצען צוטראגען מיט אן ארפגעלאזטען נאז

פרעגט איך איהם וואס גייט פאר?

זאגט ער עס איז דאך ערב יום הקדוש אין מען דארף תשובה טאהן און וואס זאל איך טאהן? איך טראכט און טראכט און ברעך מיר די קאפ און איך קען נישט טרעפען אן עבירה אויף וואס איך דארף תשובה טאהן.

זאגט איך איהם, עס איז נאך דא א האלבע שעה ביז יום טוב, נו קלאפ אן ביי דער שכן דיינער און ווען ער עפענט די טיהר האק איהם אן די ביינער, איז דען דא א גרעסערער עבירה ווי שלאגען א איד? אין נאך דערצו ערב יום הקדוש?

זאגט יענער אאהה דאס איז א גוטען פלאן מיט איהם האב איך דאך נאך א אלטען חשבון.

דער בריסקער לויפט אהיים און קלאפט אן ביי דער שכן און יענער מאכט אויף די טיהר און דער הייבט אן צו האקען שטיקער ממש מכת אכזריות מכת רצח אן א רחמנות ער שלאגט און האקט און עס שפריצט שוין בלוט און נאך צעהן מינוט גייט ער ארויס בשמחה מיט א ריזיגען שמייכעל אויפ'ן פנים.

הערט ער ווי יענעם'ס ווייב שרייט ארויס פון פענסטער... ר' איד... איהר ווייסט נישט וואס פאר א מצוה איהר האט יעצט באקומען!!!
זונטאג אוגוסט 8, 2021 11:32 pm#479198
סעגאל
מיינסט צי זאגן אז אויב פאר מיליאן יאר ציריק וואלטן אינזערע זיידעס (די מאנקיס) געבליבן עסן גראז וואלטן סלאנעם ר'מיילעך אין אינז נישט דא געווען.

סעגאל: איך בין מסתמא געווען (3 מיליאן יאר צוריק) פון די מאנקיס וועלכע האבן געגעסן פלייש אויך. נישט נאר באנאנעס און טשאקאלאד...!
מאנטאג אוגוסט 9, 2021 10:16 am#479214
איינער גייט אריין אין "קאווע שטיבל" אין בית המדרש און וויל זיך מאכען א קאווע זעהט ער אז עס הענגט דארט א צעטיל.

נישט אריין נעמען קאווע אין בית המדרש, עיין שו"ע יורה דעה סימן רצ"ג.

דער איד איז גראדע געוועהן א תלמיד חכם, און ער פאנגט אן טראכטען וואס שטייט דארט וועגן אריין נענען קאווע אין א בית המדרש. גייט ער אריין און נעמט ארויס א שו"ע עס נאך קוקען, זעט ער א גרויסע קאווע פלעק אויפ'ן גאנצע בלאט.
מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:12 pm#479531
יעצט געזעהן אן אינטערעסאנטע זאך. א הצלה אמבולאנס פליט אראפ בעדפארד עוועניו מיט אן עלטערן איד דערין און פון אונטער דעם פליט נאך אן האנדא אדעסי מיטן גאנצן קראפט . די הצלה צו-זעענדיג אין שפיגעל וואס גייט פאר שטעלט זיך אפ.

דער יונגערמאן פונעם אדעסי לויפט צו קוים וואס ער אטעמט און פרעגט...

זי לעבט נאך ???

אין ער פרעגט דו ביסט איהר זוהן? דו ווילסט מיט קומען אין שפיטאל?

ניין זאגט ער... איך וויל וויסן צי די דירה איז איז עוועליבל...
דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 4:17 pm#479582
פאלאצ'ינטא: ס'איז שוין גארנישט קיין דזשאוק. איך מיין אז אין פאריז, פראנקרייך איז אין א געוויסע תקופה געווען אזא מנהג אז א יונגערער מענטש האטציך אנגעטראגן צו באצאללן די רענט פאר אן עלטער'ן מענטש בתנאי אז ווען יענער שטארבט גייט די דירה אריבער צו דעם באצאלער...!

ביים היימישן עולם (אין בארא פארק) איז אין איין תקופה געווען א סקיעם אז יונגעלייט האבן באצאלט די לייף אינשורענס פאר עלטערע מענטשן.

איז געווען איינער וועלכער האט מיך שטארק געפגע'ט אז ער ווילל מאכן א לייף אינשורענס פאליסי אויף מיר. פארשטייצעך אז כ'האב איהם אפגעזאגט בכל התוקף. ווען ער פגע'ט ווייטער פרעגט ער מיך פארוואס. האביך איהם געזאגט. האלב שפאסיג (אבער גאנץ ערנסט). אויב דו מאכסט א פאליסי אויף מיר וועסטו מארגן דינגען איינעם ער זאלל מיך שיסן...!
פרייטאג אוגוסט 13, 2021 9:36 am#479633
ס’איז געווען א איד וואס האט געהאט אסאך פאליסיס אויף מענטשן, האט מען פארציילט אז ביים בענטשן גשם פלעגט ער אויסשרייען, למות ולא לחיים......
פרייטאג אוגוסט 13, 2021 10:49 am#479636
עס איז נישט געוועהן אמאהל אזא איד, און עס איז נישט קיין ווערטעל, גיי רעד מיט חי"ב פינף מינוט און די וועסט הערען ווי ער פרעגט בפה מלא פארוואס דארף א מענטש לעבען אזוי לאנג. ביי דער צייט ער וועט מאכען זיין געלט, וועט ער שוין זיין עבר ובטל.
מוצ"ש אוגוסט 14, 2021 11:43 pm#479669
יא יא אים האב איך געמיינט.....
זונטאג אוגוסט 15, 2021 2:26 am#479677
וואס סערווירט מען אפסטעיט פאר של"ס?

סמאוקד פיש.

די וויזניצע זאלען קענען סמאוקען, און די סאטמערע זאלען עסן פיש....
זונטאג אוגוסט 29, 2021 5:57 pm#480658
א אראבער גייט אריין אין באנק אין וויל ארויסנעמען 5 טויזענט דולר.
זאגט איהם די טעללער, פיין שרייב אריין דיין אינפורמצי' און חתמה.
זאגט ער ניין, איך חתמה נישט.
זאגט זי איך קאן נישט געבן אן א חתימה
פאנגט ער אן צו מאכען קולות

דער באנק דיירעקטאר זיצענדעג ביי זיך אין אפיס הערט די קולות און רופט דעם טעללער פרעגן וואס גייט פאר.
זאגט זי אן אראבער וויל ארויסנעמען 5 טויזנט דאללער און ער וויל נישט חתמה'נן

זאגט איהר דער דיירעקטאר שיק איהם אריין צו מיר
ער קומט אריין און דער באנק דיירעקטאר פרעגט וואס ווילסטו ?
זאגט ער איך וויל 5 טוזענט דולר
זאגט איהם דער דיירעקטאר, פיל אויס דעם צעטל און חתמה
זאגט ער איך חתמה נישט

גייט צו דער דיירעקטאר און געט איהם אזא זעץ אין פיסק אז ער האט זיך דריי מאהל איבער געדרייט.

ער שטייט אויף און פרעגט ווי דארף איך חתמה'נן ?

אויפ'ן וועג ארויס פרעגט איהם דער טעללער, פאר וואס ביי מיר האסטו נישט געחתמט און ביי איהם יא?

זאגט ער, ער האט מיר מסביר געוועהן
זונטאג אוגוסט 29, 2021 7:07 pm#480664
Re: מילתא דבדיחותא
זייער א זיסע דזשוק.
אבער וואס האט דאס מיט אן אראבער פונקטליך??
זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:35 pm#480677
תוהו ובוהו
זייער א זיסע דזשוק.
אבער וואס האט דאס מיט אן אראבער פונקטליך??


פיין נישט אן אראבער... א שכר
מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:17 am#480690
פאלאצ'ינטא: אן ענליכע מעשה ווערט פארציילט איבער א רבי מיט חסידים. והנה. ס'האטציך אמאל ארגאניזירט א גרופ חסידים צו פארן צו זייער רבי'ן פאר יו"ט. האב זיי געדינגען א בעל עגלה ער זאלל זיי פיהרן מיט זייערע פעקלעך צו די שטאט וואו די רבי וואוינט. מ'האט אפגעשמועסט א פרייז און ויסעו...!

אינמיטן וועג שטעלט דער בעל עגלה אפ דעם וואגן און זאגט צו די חסידים..."איך פאר נישט ווייטער. ביז איהר צאהלט מיר צו נאך געלט. מ'האט אנגעהויבן בעטן תחנונים. ס'האט גארנישט געהאלפן. ער פארט נישט ביז מ'צאלט איהם צו נאך געלט. אזוי האט ער געטון עטליכע מאל. ענדליך מ'קומט אן צו די הויף פון די רעבע. דער בעל עגלה זאגט ער געט נישט ארויס די פעקלעך ביז מ'צאלט איהם צו נאך געלט. ס'האט נישט געהאלפן קיין תחנונים... זענען א פאר חסידים אריין צום רבי'ן און פארציילט. זאגט די רבי, אן אלטער איד פון עטליכע ניינציג יאר. געט מיר די רעזשוואולקע און דעם שטעקן. האבן די חסידים געזאגט... ניין. די רבי זאלל נישט גיין טענה'ן צו דעם פראסטן יונג. ער קען נאך מבזה זיין דעם רבי'ן...! די רבי האטציך גע'עק'שנ'ט. ער גייט ארויס. הייבט אויף דעם שטעקן און נעמט זיך שרייען אויף דעם פראסטן בעל עגלה מיט באנומענע קולות..."דו שייגאץ. דו באנדיט. דו געסט ארויס די פעקלעך. אנישט צוברעך איך דיר די ביינער"...! דער בעל עגלה האטציך דערשראקן... און ר'האט ארויסגעגעבן אלע פעקלעך...!

שפעטער האבן די חסידים געפרעגט..."וויאזוי האט די רבי געפועל'ט ביי דעם פראסטן יונג"...?! האט ער זיי געענטפערט...עטץ האטץ נישט גערעדט זיין שפראך. האט ער נישט פארשטאנען... איך האב גערעדט זיין שפראך האט זייער גוט פארשטאנען...!
פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:04 pm#481185
למה ביום כיפור אומרים בתפילת כל נדרי שאנחנו מתירים להתפלל עם העבריינים, ובראש השנה לא אומרים את זה?
כי בראש השנה כל העבריינים באומן...
פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:05 pm#481187
אם הסכין שקונים לראש השנה חותכים ביצה מבושלת בליל ראש השנה ואומרים:

וסכינני ביצה טובה מלפניך