Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » טעלעוויזיע סעריעס

טעלעוויזיע סעריעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
214 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 418 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5399
מאנטאג מאי 23, 2016 3:00 pm#334194
Re: טעלעוויזיע סעריעס
ריכטיג! כהאב א טעות געמאכט

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג מאי 23, 2016 5:05 pm#334212
דער עקסלאראד דארט איז פיינע נייעס און מאכט א חיים טובים
מאנטאג מאי 23, 2016 5:18 pm#334216
prison break is coming back
מאנטאג מאי 23, 2016 6:22 pm#334226
Re: טעלעוויזיע סעריעס
איך גיי אסאך מער פאר טשאק ראדס (פאול גיאמאטי), לדעתי האט ער מער אייגענארטיגע כאראקטער. ד.ה. ער שפיהלט זיין ראלע בעסער ווי אקסלראד - זיינע. דערנאך איז אקסלראד'ס בלעקמעילער האול (טערי קינני דאכצעך), דער וואס האט אים געפיטערט אינפא פון אינסייד - עפעס זיסער ווי זיס. אקסלראד'ס רעכטער האנט מייק /דעיוויד קאסטאבייל איז אויך נישט אוועקצומאכען.
צו מיר עקט דעמיען לואיס (באבי אקסלראד) נישט צופיהל אנדערש ווי אין זיין ראלע אין האומלענד. כ'בין נישט נתפעל.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג מאי 23, 2016 10:41 pm#334272
ריכטיג, טשאק איז זייער ארגעניעל, און זיין ווייב איז אויך גוט, דאכט זיך זיין ווייב עקט אויך אויף סאנס אוו ענערקי.
דינסטאג מאי 24, 2016 2:10 am#334312
Re: טעלעוויזיע סעריעס
סמבטיון האט געשריבן:prison break is coming back

זיי האבן שוין ארויסגעלייגט א צייט ווען סגייט אנהייבן שפילן?

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
מיטוואך מאי 25, 2016 2:49 am#334478
מאנטאג מאי 30, 2016 3:51 pm#335324
Re: טעלעוויזיע סעריעס
אמעריקענס גאט טעלענט הייבט די וואך אן שפילן
איינער ווייסט ווי מקען דאס מיטהאלטן?

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:11 pm#351494
יענקל בויער איז אויפגעשטאנען תחיית המתים - דאס מאל אלס דער פרעזידענט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:18 pm#351495
ענדליך איז ער אליין פרעזידענט און קען פירן דאס לאנד וויאזוי ער פארשטייט, ביידעוועי , די חברה האבן דא צאם געשטעלט עקטערס פון די בעסטע וואס איז נאר דא, געדענקט איינער נעקיטע ?
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 9:20 am#351546
א שוואכע פראדוקציע, די יסוד פונעם שאו איז טאקע געבויעט אויף דעם אז א שוואכער כאראקטער טרעפט זיך אין א גורלדיגער ראלע, אבער די שאו אליין איז אויך שוואכליך געשריבן און שוואך צאמגעשטעלט.

די ערשטער עפיזאד איז נאך נישקשה אבער דער צווייטער עפיזאד איז פלעין שלעכט, ספרובירט אפצומאלן דברים העומדים על הפרק וויאזוי טעראר און פאליטיק עפעקטן race אבער סווערט דא געטון אויף א שוואכן אינטעליגאנטער אופן.

די עקטינג איז אויך שוואך, סאוטערלענד כבודו במקומו מונח, ער איז קיינמאל קיין ערנסטע עקטער נישט געווען און דא איז ער זיכער נישט בכח צו טראגן דעם געוויכט. די פורסט לעידי איז מעגליך א גוטער עקטער אבער איר כימיע דא ארבעט נישט. מעגי פון ניקיטע איז גאנץ פיין אבער האט נאך נישט באקומען עפעס ערנסט מיט וואס צו ארבעטן, די אנדערע עקטערס זענען אויף יוצא צו זיין, נאטינג ספעשל.

חבל על הזמן, לדעתי.

וואס איז יא אינטערעסאנט איז דער נושא וואס די שאו שטעלט פאר, און אין ריעל לייף איז די מעשה גארנישט אזוי פשוט, Who’s In Charge of America After a Catastrophe? Who Knows? Television’s 'Designated Survivor' imagines a hapless cabinet secretary becoming president. The truth about succession is way less certain: m http://www.politico.com/magazine/story/ ... ans-214271 m
מאנטאג פעברואר 06, 2017 5:56 pm#362108
מאנטאג פעברואר 06, 2017 6:16 pm#362110
דזעק בואער איז א שוואכע עקטער? יונגערמאן, איר ווייסט וואס טוט זיך מיט אייך? ווי האלט מען אויף דער וועלט? אוי לאזניים שכך שומעות
מאנטאג פעברואר 06, 2017 7:22 pm#362116
יאפ דער נייער שחור קומט נישט צו צי ר' יאנקל'ס קנעכל אבער איי געסס מען האט עס פילמירט אין אבאמא'ס צייטן איז פאליטיק קארעקט צו נוטצן א שווארצער נאו מעטטער ווי שוואך.
מיטוואך פעברואר 21, 2018 1:20 am#396049
Homeland איז דא מיטן דריטן סעזאן. האט איינער דאס צווייטע עפיזאד?
מיטוואך פעברואר 21, 2018 10:53 am#396061
חנווני האט געשריבן:Homeland איז דא מיטן דריטן סעזאן. האט איינער דאס צווייטע עפיזאד?

דו ביזט צומישט, מיינסט מסתם צוזאגן די זיבעטע סעזאן

דרך אגב, די ערשטע צוויי סיזענס האב איך זייער געגליכען, די לעצטע סיזען איז אינגאנצען OFF נאט מיי טעיסט
מיטוואך פעברואר 21, 2018 10:14 pm#396119
ריכטיג, כ׳האב זיך ווארשיינליך צומישט מיט ׳שטיסל׳ וואס איז לעצטנס אויבן דא
איך ווייס נישט פארוואס אבער די טעלעגראם טשאנעל וואס שיקט Homland׳ס סחורה איז עפעס סטאק געבליבן יעצט ביים צווייטן עפיזאד
מיטוואך אפריל 18, 2018 10:11 pm#400177
Forensic Files
m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Forensic_Files m

א אמתדיגע גיטע שוי. ממש משוגע צו ווערן וואסערע ״חיות״ לעבן צווישן אונז. און וויאזוי ״סייענס״ העלפט כאפן די קרימינאלען. זייער אינטערסאנט. אלעס איז אמת. מקען זיך אסאך זאכן אפלערנען פון די שוי. די כאראקטער פון מענטשען און אוממענטשען. וויאזוי די פאליציי ארבעט. פארענזיקס. וכו׳. הויך רעקאמאנדירט.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:29 am#413880
מענין לקנין ולבנין, האב איך שוין לאנג געוואלט וויסן אן ענטפער צו א פראגע וואס עגבערט מיר און איז נישט ראוי לפתיחת אשכול מיוחדת, דעריבער ווידמע איך די ארט פאר מיין פראגע אט דא:
יעדן טאג, שוין יארן און זאגאר דורות לאנג, וואס עס קומען ארויס נייע פילמען, מאוויס, איינס נאכן צווייטן חדשים לבקרים, צום שטוינונג און וואונדער פון אלעמען.
אפגערעדט וויפיל כוחות, געלט און האראוואניע עס גייט אריין נאר אויפצופילמען און דאקעמענטורין בלויז א מינוט (איך רעד נישט פון ערפארנוג) קאסט דאס אלעס זיכער אפ א הון תועפות און נאך.
איז מיין פראגע: וואס איז די מטרה ווען איינער פאבלוצירט א פילם, ווער פינאנצירט דאס? וואס האט ער דערפון? וואס לוינט אים דאס?
אוודאי איז דער ענטפער דערויף אז פונקט ווי אנדערע ענינים און וועלכע מען לייגט אריין ממון ודמים, כוחות און ענערגיע, א שטייגען ווי גרויסארטיגע שפילן למיניהם, און דאס אלעס בברענגט גרויס כבוד, פאפאלעריטעט פאר די אקטיארן און שפילער.
אבער ווער פינאנצירט דאס און ווער איז נייגעריג צו אינוועסטירן דערין? וועלכע רווחים ברענגט דאס? איז פארהאן אן ארגעניזאציע וועלכע צאלט אויס די אלע סארט פילמען פון שעות ע"ג שעות?!
זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:46 am#413882
געווענליכע מאוויס ווערן אויפגעשפילט אין טעאטער, יעדע טיקעט קאסט געלט און מיליאנען מענטשן (בעיקר גויים, אידן צאלן נישט, חוץ פרויען) קויפן עס שפעטער צו זען אנליין.

ווידער די טעלעוויזיע סעריעס ווערן באצאלט דורך די וואס קויפן עס צו ווייזן, זיי באקומען דורכדעם נאך סובסקרייסבערס.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:03 am#413883
און וואס וואס איז מיט די פילמען וואס עס איז דא צו באקומען אומזיסט, א שטייגער ווי די יעצטיגע אוטונומיות, און נאך.
ווער צאלט פאר שטיסל, וואס האט ער דערפון אויסער פאפאלעריטעט וכו' וכו'.
וואס ברענט פאר די שבבניקי"ם סעריע אריינצובאכענען אלפים כדי אויפצשפילן די פילמעס וואס מען קריגן בחינם אלוועלטליך?
זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:10 am#413884
לבי ובשרי האט געשריבן:און וואס וואס איז מיט די פילמען וואס עס איז דא צו באקומען אומזיסט, א שטייגער ווי די יעצטיגע אוטונומיות, און נאך.
ווער צאלט פאר שטיסל, וואס האט ער דערפון אויסער פאפאלעריטעט וכו' וכו'.
וואס ברענט פאר די שבבניקי"ם סעריע אריינצובאכענען אלפים כדי אויפצשפילן די פילמעס וואס מען קריגן בחינם אלוועלטליך?

ס'דא וואס גנב'נען עס און פארשפרייטן בחינם. נאר מיר אידעלעך האבן אלעס בחינם.... אלעס קאסט עכט געלט.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:40 am#413887
לבי ובשרי האט געשריבן:און וואס וואס איז מיט די פילמען וואס עס איז דא צו באקומען אומזיסט, א שטייגער ווי די יעצטיגע אוטונומיות, און נאך.
ווער צאלט פאר שטיסל, וואס האט ער דערפון אויסער פאפאלעריטעט וכו' וכו'.
וואס ברענט פאר די שבבניקי"ם סעריע אריינצובאכענען אלפים כדי אויפצשפילן די פילמעס וואס מען קריגן בחינם אלוועלטליך?

דאס זענען געווענליכע טי ווי שויס וואס ווערן געשפילט אויף טעלעוויזיע דורכאויס באשטימטע צייטן וועכנטליך און די רעוועניו קומט פון אדווערטייזמענטס.
היינט קען מען טאקע באקומען כמעט יעדע טיווי שוי אויף טעלעגראם וכדו', דאך איז אסאך מאל דאס ערשטע פלאץ וואו די שוי ווערט פארעפנטליכט אויף טעלעוויזיע און אזוי צי אזוי זענען דא מיליאנען מענטשן וואס האלטן מיט די שויס אויף טעלעוויזיע.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:44 am#413888
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לקנין ולבנין, האב איך שוין לאנג געוואלט וויסן אן ענטפער צו א פראגע וואס עגבערט מיר און איז נישט ראוי לפתיחת אשכול מיוחדת, דעריבער ווידמע איך די ארט פאר מיין פראגע אט דא:
יעדן טאג, שוין יארן און זאגאר דורות לאנג, וואס עס קומען ארויס נייע פילמען, מאוויס, איינס נאכן צווייטן חדשים לבקרים, צום שטוינונג און וואונדער פון אלעמען.
אפגערעדט וויפיל כוחות, געלט און האראוואניע עס גייט אריין נאר אויפצופילמען און דאקעמענטורין בלויז א מינוט (איך רעד נישט פון ערפארנוג) קאסט דאס אלעס זיכער אפ א הון תועפות און נאך.
איז מיין פראגע: וואס איז די מטרה ווען איינער פאבלוצירט א פילם, ווער פינאנצירט דאס? וואס האט ער דערפון? וואס לוינט אים דאס?
אוודאי איז דער ענטפער דערויף אז פונקט ווי אנדערע ענינים און וועלכע מען לייגט אריין ממון ודמים, כוחות און ענערגיע, א שטייגען ווי גרויסארטיגע שפילן למיניהם, און דאס אלעס בברענגט גרויס כבוד, פאפאלעריטעט פאר די אקטיארן און שפילער.
אבער ווער פינאנצירט דאס און ווער איז נייגעריג צו אינוועסטירן דערין? וועלכע רווחים ברענגט דאס? איז פארהאן אן ארגעניזאציע וועלכע צאלט אויס די אלע סארט פילמען פון שעות ע"ג שעות?!

אביסל א נאאיווע שאלה, ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט. יעדע פאפולערע פילם קען מען זען אויף וויקיפידיע וויפיל געלט די פילם האט פארדינט, אפטמאל גרייכט עס אין די שווערע הונדערטער מיליאנען דאלארן. די געלטער קומען מיינסטנס פון טעאטער טיקעטס אזוי אויך פון פארקויפן דערנאך די די.ווי.די.
גיין זען א פילם אין טעאטער איז אן ערפארונג, מ'נעמט ארויס די פלוניתטע אין א וויקענד, מ'קויפט א פאפקארן און מ'פארברענגט אייניגע שעה אין מאווי טעאטער, אפילו מענטשן קענען זען דעם פילם פונדערהיים (רוב מאל נישט, עס נעמט חדשים לאנג פון ווען א פילם קומט ארויס ביז מ'קען עס פאקטיש גנבען אדער אפילו קויפן לעגאל צו סטרימען אדער די דיווידי.) ווילן זיי נאך אלס די ערפארונג.
#וואס_פארשטייט_א_איד
מיטוואך אקטאבער 17, 2018 3:50 pm#414599
איך זיך
איך זיך א tv show וואס זאל זיין דראמאטיש רומאנטיש אבער נישט קיין מיאוסע שמוץ
אזא מאדע ווי שטיסל אבער לאו דוקא יודיש
דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:13 pm#423961
Modern Family גייט קומען צו אן ענדע אין 2020
m https://www.usatoday.com/story/life/tv/ ... 778039002/ m
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 3:30 pm#425371
קאווע קריטיק האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לקנין ולבנין, האב איך שוין לאנג געוואלט וויסן אן ענטפער צו א פראגע וואס עגבערט מיר און איז נישט ראוי לפתיחת אשכול מיוחדת, דעריבער ווידמע איך די ארט פאר מיין פראגע אט דא:
יעדן טאג, שוין יארן און זאגאר דורות לאנג, וואס עס קומען ארויס נייע פילמען, מאוויס, איינס נאכן צווייטן חדשים לבקרים, צום שטוינונג און וואונדער פון אלעמען.
אפגערעדט וויפיל כוחות, געלט און האראוואניע עס גייט אריין נאר אויפצופילמען און דאקעמענטורין בלויז א מינוט (איך רעד נישט פון ערפארנוג) קאסט דאס אלעס זיכער אפ א הון תועפות און נאך.
איז מיין פראגע: וואס איז די מטרה ווען איינער פאבלוצירט א פילם, ווער פינאנצירט דאס? וואס האט ער דערפון? וואס לוינט אים דאס?
אוודאי איז דער ענטפער דערויף אז פונקט ווי אנדערע ענינים און וועלכע מען לייגט אריין ממון ודמים, כוחות און ענערגיע, א שטייגען ווי גרויסארטיגע שפילן למיניהם, און דאס אלעס בברענגט גרויס כבוד, פאפאלעריטעט פאר די אקטיארן און שפילער.
אבער ווער פינאנצירט דאס און ווער איז נייגעריג צו אינוועסטירן דערין? וועלכע רווחים ברענגט דאס? איז פארהאן אן ארגעניזאציע וועלכע צאלט אויס די אלע סארט פילמען פון שעות ע"ג שעות?!

אביסל א נאאיווע שאלה, ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט. יעדע פאפולערע פילם קען מען זען אויף וויקיפידיע וויפיל געלט די פילם האט פארדינט, אפטמאל גרייכט עס אין די שווערע הונדערטער מיליאנען דאלארן. די געלטער קומען מיינסטנס פון טעאטער טיקעטס אזוי אויך פון פארקויפן דערנאך די די.ווי.די.
גיין זען א פילם אין טעאטער איז אן ערפארונג, מ'נעמט ארויס די פלוניתטע אין א וויקענד, מ'קויפט א פאפקארן און מ'פארברענגט אייניגע שעה אין מאווי טעאטער, אפילו מענטשן קענען זען דעם פילם פונדערהיים (רוב מאל נישט, עס נעמט חדשים לאנג פון ווען א פילם קומט ארויס ביז מ'קען עס פאקטיש גנבען אדער אפילו קויפן לעגאל צו סטרימען אדער די דיווידי.) ווילן זיי נאך אלס די ערפארונג.
#וואס_פארשטייט_א_איד

עולה על כולם, אין די גרויסע וועלט פון ענטערטעינמעט איז דא א ריזן פלאטפארמע פון מערערע קאמיסיעס וואס אווארדן און שעצן טאלאנט. ווי צום ביישפיל: די אסקערס, די גרעמיס, די גאלדן גלאובס, און נאך. ס'איז נישט ווי די אידישע ענטערטעינמעט אינדוסטרי ווי מ'שוויצט א דריי יאר פאר אביסל נארישע עדווערטייזמענט, און אפאר טויזנט דאלער מער א נאכט, און אלס אויף וואס, אפאר אידעלעך אין כולל ביי לאנטש זאלן דיסיידן צו דיין סידי איז עפעס...

נאר צו ווערן נאמינירט פאר אן אווארד, מאכט העדליינס חדשים פריער געווינען אן אווארד? אן איבערקערעניש, די גאנצע סטאטוס פון יענעם אקטיאר/פראדוסער/זינגער טוישט זיך, די וויקיפידיע פעידזשעס, די אינסטעגרעם אקאונטס, ווערן אפדעיטעד, ווען מ'רעדט פון דעם מענטש רעדט מען פון זיינע געווינסן, בקיצור ס'איז א פרעסטידזש צו זיין סוקסעספול, ... "there's what to look forward to"
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:00 pm#434729
Re: טעלעוויזיע סעריעס
m https://blogs.scientificamerican.com/ob ... f-thrones/ m

אן אינטרעסאנטע ארטיקל פון דר. זעינעפ טופעקי פארוואס די ערשטע פאר סעזאנס פון Game of Thrones און די סעריע The Wire זענען געווען אזוי פיין. דהיינו, ווייל אין אלגעמיין שרייבט מען און מען פארציילט א מעשה פון אן אינדיווידואלן פסיכאלאגישן שטאנדפונקט; דעם מענטשן׳ס [בדרך כלל דער פראטאגאניסט׳ס אדער אנטאגאניסט׳ס] פערזענליכע געפילן וכו׳. משא״כ די צוויי שאוס האבן פארציילט זייערע געשיכטעס פון א סאציאליסטישע פערספעקטיוו; די פאקוס איז געווען אויף די אינסטיטוציעס וכו׳ וואס נעמען ארום די כאראקטארן ווי איידער די פערזענליכע געפילן ממש וכו׳ פון די כאראקטארן. (איך האב גראדע דאך הנאה געהאט פון דעם לעצטן סעזאן, הגם איך בין מודה אז עס איז געווען א היבשע letdown.)

ס׳איז אויך אינטרעסאנט איר אבזערוואציע אויף, פון א סאציאליסטישען פערספעקטיוו, צו עס וואלט אויפגעטאהן אויב היטלער וואלט ווען גע׳הרג׳עט געווארן אלס קינד.

***

סתם אזוי איבער וואטשען TV Shows, דאס איז אן אינטרעסאנטע שטודיע וואס צייגט אז (עכ״פ אויב האט מען נישט דוקא פאראויס געווארט אויף דוקא די שאו) אויב וואטש מען אסאך עפיזאדן דערפון אויף אמאל, שטערט דאס די זיכרון פון געדענקען וואס האט פאסירט נאך א שטיק צייט פון עס האבן געוואטשט, און קען שטערן די עצם הנאה פונ׳ם שאו.

m https://firstmonday.org/ojs/index.php/f ... /7729/6532 m
דינסטאג פעברואר 25, 2020 12:36 am#443353
די בארימטע סיטקאם (situation comedy) שאו "פרעינדס" מאכט א ריוניען מיט א פרישע ספעשל און אויך אלע 236 עפיסאודס פון די באליבטע שאו עוועליבל צו סטרימען אויף HBO Max ערווארטעט דעם מאי 2020

דעס קומט נאכדעם וואס נעטפליקס האט אויפגעגעבן די רעכטן צו סטרימען די שאו ענדע פון 2019 קוועלער געבן אן אז Warner Media (די ארגינעלע בעלי בתים פון פרעינדס) האבן די לעצטע 5 יאר געצאלט 425 מיליאן דאלער צוריקצוקויפן די רעכטן פאר זייער אייגענע שאו! נעטפליקס האט געצאלט קרוב צו הונדערט מיליאן דאלער צו האלטן די סטרימינג רעכטן פאר 2019 און איז עווענטועל געווארן איבערגעשטיגן דורך Warner Media

די נייע סטרימינג סערוויס HBO Max וועט קאסטן 15 דאלער א חודש און וועט האבן ארגינעלע פראגראמען ווי אויך וועלט בארימטע קאמעדי סעריעס ווי "ביג בענג טיערי" און "סאוט פארק"
און דאס איז אין צוגאב צו די עקזעסטירנדע פלאטפארמעס HBO Go און HBO Now
דינסטאג אפריל 21, 2020 3:37 pm#446373
כ'האב אנגעהויבן The Morning Show אן ארגינעלע סעריע אויף Apple TV ס'רעדט זיך פון א פראמינענטע זשורנאליסט וואס האט געהאט עפעירס מיט co workers און פארלוירן דעם פאסטן, און וויאזוי ס'אפעקטירט די גאנצע נעטווארק, זיין שותף אן די עיר איז Jennifer Aniston אנדערש ווי פרענדס איז איר כאראקטער דא גאר אן ערנסטע מיט אסאך טשעלענדזעשס. ס'איז רעיטעד TV-MA

האלט מיר ביים דריטן עפיסאוד ביזדערווייל איז עס משוגע צו ווערן איז דא איינער וואס האלט עס מיט?
דינסטאג אפריל 21, 2020 5:25 pm#446389
Re: טעלעוויזיע סעריעס
סאנטיאגא האט געשריבן:כ'האב אנגעהויבן The Morning Show אן ארגינעלע סעריע אויף Apple TV ס'רעדט זיך פון א פראמינענטע זשורנאליסט וואס האט געהאט עפעירס מיט co workers און פארלוירן דעם פאסטן, און וויאזוי ס'אפעקטירט די גאנצע נעטווארק, זיין שותף אן די עיר איז Jennifer Aniston אנדערש ווי פרענדס איז איר כאראקטער דא גאר אן ערנסטע מיט אסאך טשעלענדזעשס. ס'איז רעיטעד TV-MA

האלט מיר ביים דריטן עפיסאוד ביזדערווייל איז עס משוגע צו ווערן איז דא איינער וואס האלט עס מיט?

ניין, אבער כ'האב געוואטשט אפאר עפעל שאוס און זיי זענען אלע מורא'דיג גוט געמאכט.
דינסטאג אפריל 21, 2020 7:22 pm#446415
וועלכע? כ'האב געזעהן אפאר פריוויאוס ס'קוקט אויס מעכטיג. הגם כ'בין נישט עכט קיין חסיד פון originals

מ'קען ארויסגעבן אקאונטס פון דארט ווי נעטפליקס?
איך האב עס געקוקט אויף Cinema
m https://cinemahdapkapp.com/download/ m
דינסטאג אפריל 28, 2020 4:41 am#446897
Re: טעלעוויזיע סעריעס
איך זיך א tv show וואס איז אזוי גוט און ציענד ווי 24 און prison break איינער מוט עפעס אן איידיע??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
דינסטאג אפריל 28, 2020 2:59 pm#446963
הרבה כבר חיפשו ולא עלתה בידם.
דינסטאג אפריל 28, 2020 3:33 pm#446971
Re: טעלעוויזיע סעריעס
יגעת ולא מצאת אל תאמין...
דינסטאג אפריל 28, 2020 5:01 pm#446978
עוקר הרים האט געשריבן:איך זיך א tv show וואס איז אזוי גוט און ציענד ווי 24 און prison break איינער מוט עפעס אן איידיע??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

עוקר הרים: עפעס ליגט מיר אין זיכרון איבער די מעשה..."פריזאן ברעיק"...איבער א רעוואלט אין א מאקסימום סעקיוריטי סטעיט פריזאן. און איינער פון די גארדס האט עכט געהאלפן פאר די פריזאנערס. אבער זיין לעבן איז געווען אין סכנה. ווייל די אנדערע ארעסטאנטן האבן נישט געוואוסט פון דעים. און איינער פון די קרימינאלן מיט וועים ער האט צוזאמענגעארבעט האט איהם אין די לעצטע מינוט. פאר די רויבערס האבן זיך אריינגעבראכן אין זייער פארמאכטן יוניט אלס א טייל פון די רעוואלט, האט איהם זיין פריינט, דער ארעסטאנט צוגעווארפן א יוניפארם פון אן ארעסטאנט. און געראטעוועט זיין לעבן....ס'איז זייער דראמאטיש...! איך בין נישט זיכער.ס'קען זיין אז איך רעד אין די וועלט אריין...!
מיטוואך אפריל 29, 2020 7:50 pm#447158
סאנטיאגא האט געשריבן:כ'האב אנגעהויבן The Morning Show אן ארגינעלע סעריע אויף Apple TV ס'רעדט זיך פון א פראמינענטע זשורנאליסט וואס האט געהאט עפעירס מיט co workers און פארלוירן דעם פאסטן, און וויאזוי ס'אפעקטירט די גאנצע נעטווארק, זיין שותף אן די עיר איז Jennifer Aniston אנדערש ווי פרענדס איז איר כאראקטער דא גאר אן ערנסטע מיט אסאך טשעלענדזעשס. ס'איז רעיטעד TV-MA

האלט מיר ביים דריטן עפיסאוד ביזדערווייל איז עס משוגע צו ווערן איז דא איינער וואס האלט עס מיט?

למעשה האלט קיינער נישט מיט דעם שאו?

"קיינער? קיינער נישט?..." - שלמה שמש
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:02 pm#447160
עוקר הרים האט געשריבן:איך זיך א tv show וואס איז אזוי גוט און ציענד ווי 24 און prison break איינער מוט עפעס אן איידיע??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

פריזן ברעיק איז נאריש, די ערשטע סיזן איז געווען ציענד, פון דארט און ווייטער האט מען סתם געשלעפט אין די וועלט אריין, מ'אנטלויפט פון תפיסה און וואס איז יעצט? עודך צוריק.. די גאנצע פאנאמא האט נישט געהאט קיין אידישן טעם.. די נייע סיזן האט אויך דעם זעלבן שמעק, מ'גייט בורוועסיג, מאראסטיגע צעלן, און דריט וועלט לעבנסטשטייגער...

אין קורצן אינדרויסן פון פריזן איז נישט געווען קיין סאך סטאריליין, אלעס דרייט זיך ארום די אריין און ארויס פון פריזן... און ווילאנג קען מען דעס שוין דעס זעהן? יעדער רעדט דערפון מיט אייפער ווייל יעדע בחור'ל האט עס שוין געזעהן אבער ס'איז זייער overrated פארהאן פיל בעסערע שאוס...
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:15 pm#447162
Re: טעלעוויזיע סעריעס
סאנטיאגא האט געשריבן:

אדרבה לאמיר הערען וואס וואלטסטו רעקאמענדירט??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
פרייטאג מאי 01, 2020 1:47 am#447345
עוקר הרים האט געשריבן:

ניקיטע איז מורא'דיג פאר עקשן
אויב גלייכסטו נישט דוקא עקשן, Desperate Housewives
ס'האט אביסל פון אלעם, דראמא, מיסטערי, און אפילו קאמעדי
זונטאג מאי 03, 2020 12:14 am#447442
סאנטיאגא האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:כ'האב אנגעהויבן The Morning Show אן ארגינעלע סעריע אויף Apple TV ס'רעדט זיך פון א פראמינענטע זשורנאליסט וואס האט געהאט עפעירס מיט co workers און פארלוירן דעם פאסטן, און וויאזוי ס'אפעקטירט די גאנצע נעטווארק, זיין שותף אן די עיר איז Jennifer Aniston אנדערש ווי פרענדס איז איר כאראקטער דא גאר אן ערנסטע מיט אסאך טשעלענדזעשס. ס'איז רעיטעד TV-MA

האלט מיר ביים דריטן עפיסאוד ביזדערווייל איז עס משוגע צו ווערן איז דא איינער וואס האלט עס מיט?

למעשה האלט קיינער נישט מיט דעם שאו?

"קיינער? קיינער נישט?..." - שלמה שמש

כהאב באקומען יעצט א יאר פריי Apple TV האביך געקוקט The Morning Show,
א דאנק דיר.

איך שטום צו אז סאיז משוגע צו ווערן... ווען קומט ארויס די נעקסטע סעזאן?
זונטאג מאי 03, 2020 6:57 am#447536
עוקר הרים האט געשריבן:איך זיך א tv show וואס איז אזוי גוט און ציענד ווי 24 און prison break איינער מוט עפעס אן איידיע??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

האסט שוין געזעהן Breaking Bad?
די שאו Alias ענדעלט זייער צו 24.
זונטאג מאי 03, 2020 3:46 pm#447573
Re: טעלעוויזיע סעריעס
חתן בחור האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:איך זיך א tv show וואס איז אזוי גוט און ציענד ווי 24 און prison break איינער מוט עפעס אן איידיע??

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

האסט שוין געזעהן Breaking Bad?
די שאו Alias ענדעלט זייער צו 24.
ניין כהאב נאכנישט געזעהן די ביידע, breaking bad איז גוט?עס איז עדיקטעוו? וועלעכע סטייל מעשה?

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
זונטאג מאי 03, 2020 4:01 pm#447574
Breaking Bad איז גאר גוט. איך האב ליב צו פארשטיין די פערספעקטיוו פון מענטשן וואס איז שווער צו פארשטיין זייער קוק ווינקעל. (רוצחים, מאפיו, רבנים, פאליטישענס, וכדומה). די סעריע נעמט דיר אויף אן עמאצינאלע רייד אזש דו טרעפסט דיך אויף די זייט פון די "שלעכטע", איך האב עס גאר שטארק ענזשויט.
זונטאג מאי 03, 2020 4:17 pm#447578
איז דא געווען ערגעץ אן אשכול וועגן די סעריע מלכיות של מטה?
מאנטאג מאי 04, 2020 8:02 pm#447695
אין די טעג האב איך געוואטשט די סדרה 'צייד המרגלים' וואס איז מבוסס אויף די זכרונות פון אברהם וואלפינזון שליט''א און איז גאנץ אינטרעסאנט. עס איז אויך שטארק אובייקטיוו און גיבט איקוועל ספעיס פאר די וואס טענה'ן אז יענער איז נישט געווען קיין שפיאן.

עס זענען ארויס פיהר פרקים איבער די פרשיות פון זאב אבני, אהרון כהן, קורט סיטה און ישראל בר, וואס יעדע איינע פון די פרשיות האט בשעתם צושאקעלט די יונגע מדינה.

מען קען זיי וואטשן בחינם אויף יוטוב אדער אתר כאן.

דינסטאג מאי 05, 2020 11:45 am#447765
ווייסט איינער פון א גוטע וועבסייט ווי מען קען דאונלאודן עפיזאדן וואס איך קען נישט טרעפן אויף טעלעגראם?
איך זיך נישט עפעס ביליג און גוט איך זיך בחינם
דינסטאג פעברואר 02, 2021 8:53 pm#466395
no.
דינסטאג פעברואר 02, 2021 9:07 pm#466397
טעלעגראם שקופים?