טאמבל סאס האט געשריבן:יעצט, דא ווי די מאן האט אויך א טייל גענומען אין די סיריעס, וועט מען זעהן צי די אלע וואס האבן געווילדעוועט ביי פריעדיגע אזוינע דאקומענטריס האבן דעמאלס פשוט געמיינט די כבוד המשפחה אדער האבן זיי, אזוי ווי מיר האבן אייביג חושד געווען, פון שטענדיג אן געמיינט די כבוד הקהילה והציבור...
אוודאי באדערט כבוד הציבור, ווען זי שטעלט אראפ אזעלכע לגיונות אויפן ארטאדאקסישן לייפסטייל.
עס איז דערפרישענד צו זען ווי די יודישע/ארטאדאקסישע פונק האט זיך אנגעצינדן ביי אזוי פיל פרויען, און מען זעט ווי דווקא אין די מאדערענע קרייזן זענען זיי זייער געבאדערט פון אירע לגיונות.
צו זאגן אז א ארטאדאקסישע פרוי קען נישט דרייוון, קען נישט טאנצען (דענסינג), קען נישט פארן אויף א בייק, מעג נאר גיין אנגעטון אין שווארץ, און איז גארנישט מער ווי בלויז א בעיבי פעקטארי, איז היבש ליגנט.
אמת, ביי חסידישעפרויען און בפרט אין וויליאמסבורג זענען 'געוויסע' פון די פרטים ריכטיג, אבער סאיז ווייט נישט ריכטיג אין די געזעלשאפט פון ווי דזשוליא האארט קומט פון.
נאך א נקודה, זיי זענען פארנומען אגאנצן צייט אז מען דארף טאלערירן יעדעם אפילו מאיז נישט יודיש, אפילו מאיז ביי סעקשואל און מען דארף יעדעם לאזן זיין וואס זיי זענען וכו' וכו' אבער ווען סאיז פארקערט, און אהרן וויל בלייבן פרום און נישט רעדן מיט קיין מיידלעך ווערט דזשוליא היסטעריש און פארפירט, די זעלבע ווען בען דארף אביסל צייט צו פראסעסען בת שבע'ס אנטון הויזן לאזט מען אים נישט און מען צווינגט אים מסכים צו זיין און מען מישט זיך אריין אין בת שבע'ס פערזענליכע לעבן עד כדי כך אז זיי שטיפן איר אוועקצוגיין פון בען.
ווי פירט @hasidic.hipster.girl אויס איר אנאליז אויפן סיריעס:
Open mindness goes both ways, End this one way agenda.