פארומס › טעלעוויזיע סעריעס

טעלעוויזיע סעריעס

416 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5399
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יאנואר 10, 2022 2:12 pm#491237
תרמב
אנטשולדיגט פאר מיינע קלאץ קשיות, וואס מיינט די סטייל וואס איז געשאט געווארן?

עמיר מוזן איינזעצן אז דו פארמאגסט א אונץ צוויי פון איר תמימות 😂

אה דאס איז א לענגערע ענטפער... כ'האב נישט קיין פראבלעם עס מסביר צו זיין כ'האף נאר ס'איז נישט צו טעקניקל. בקיצור נמרץ ס'איז דא צוויי סארטן טיווי שאו'ס: סינגל קעם שאו'ס און מולטי קעם שאו'ס.
מולטי קעם איז די אלטמאדישע טראדיצינאלע סארט, ד.מ. אין פילם שפראך אז יעדע שטיקל (take) ווערט אפגעכאפט פון עטליכע ענגלס אויפאיינמאל. אוודאי מאכט מען עטליכע אויב ס'געלונגט נישט, די פוינט איז איינס איז א שאט אין די ברייט, בשעת די אנדערע איז א קלאוס-אפ שאט אא"וו

סינגל קעם, איז אפגעכאפט נאר אויף איין קעמערע. פשוטו כמשמעו איינס, אדער מיינט עס איינס אויפאמאל, מוז מען אלע שאטס מאכן עקסטער, א שווערערע פראצעדור און א גרעסערע טשעלענדזש ווייל ס'דויערט סאך לענגער צאמצושטעלן, פון די אנדערע זייט קען מען זיך מער ארומשפילן דערמיט אין עדיטינג. און אויב זיי ווילן קענען זיי עס מאכן ווי גלייך די שאו איז אפגעפילמט אויף אזא מין אופן וואס ווען מ'קוקט עס גיט עס דיר די געפיל ווי דער כאפער שטייט ממש מיט א וואקלדיגע טעלעפאן אדער א נארישע קעמקארדער און כאפט עס אפ אן קיין געראטשקע אויף א פארגעשריטענער האליוואד קעמערע און א אפערעיטער וואס זיצט זיך אויף אזא וועגעלע אזוי גרויס ווי א פריזשידער מיט אפאר גבאים וואס דרייוון אים. ס'איז מער א מאדערענע סטייל פון ווידיאגראפיע, אויך מער קאמפליצירט ווייל ס'איז דא סאך מער מאוומענט וויאזוי די קעמערע קרו פאלגט נאך דעם אקטיאר, ווי ער רוקט זיך רוקט זיך אלעס מיט, דאס רעכנט אריין א טוץ פון פארשוינען ווי לייטונג/סאונד/פילם מאכער. דאס איז וואס זיי טוען אויף ברוקלין 99 אין פאקט דארט האב איך עס אנגעהויבן באמערקן ווייל ס'איז גאר א צווייטע vibe וואס דער געווענליכער צוקוקער כאפט אפשר נישט, אבער אני הקטן האלט ס'מאכט עס מער עכט (נישט אז איך האלט אז ברוקלין ניין ניין איז עפעס א נאטירליכע געשפילטע שאו, כ'רעד די עצם וועג פון אראפמאלן א מעשה מיט דעם סארט פילם מעטאד) אז דו וועסט עס גוט באטראכטן וועסטו באמערקן ווי די קעמערע זומט אריין און ארויס אפטער און פלינקער ווי אלגעמיין. אביסל ווי א vlog כאילו

וועסטו מיר פרעגן וואס איז די חידוש? דארף מען צוריקבעקן אביסל, אמאל פלעגט מען מאכן אלע שאוס אין סטודיאוס, אויף קאסטום געבויטע סעטס, מיט א live audience און דער עולם האט געדארפט לאכן, אפטמאל אומנאטירליך און ס'האט געפעלט פון די ארגינעלקייט. א שטייגער ווי פרעינדס, that 70's show ביג בענג און סיינפעלד, אפילו מיט די לעבעדיגע געלעכטער פלעגט מען זיך ארומשפילן און צופיצן מיט פאלשע ריקארדינגס. היינט ווערן מענטשן שוידערליך נערוועז דערפון איז עס צוביסלעך ארויס פון סטייל, פארקערט אמאל איז געווען א סטיגמע צו לאזן שטילקייט פאר צו לאנג אויף טיווי, awkward pause ווי קרעיג פורגעסן רופט עס... איז היינט - קוקט אויס מיטן עסן קומט די אפעטיט - טאקע ווייל מ'מאכט שוין נישט די סארט פאלשע לאכערייען וואס פלעגט זיין אויף די אמאליגע ווי מ'זאגט cookie cutter סיטקאם'ס קען מען מער עקספלארן אנדערע סארט קאמעדיס, משא''כ אמאל ווען אלעס איז געווען מער געבויט אויף פאנטשליינס און יעדע פופציג סעקונדעס איז געקומען א היסטערישע לאך...

יעצט פיל איך שוין ווי רעימאנד האלט...
מאנטאג יאנואר 10, 2022 2:33 pm#491241
שכח פארן מסבירן, הגם ווי מער דו רעדסט, פארשטיי איך נישט נאך ווערטער און מושגים אבער איך וועל דיר נישט משוגע מאכן, איך ווינדער זיך נאר פון ווי דו האסט אזויפיל צייט צו זעהן אזוי סאך, און נאך געדענקען אויך, אפשר ביזטו סך עלטער פון מיר....
אז מ'רעדט שוין, איך האב לעצטנס געזעהן די ערשטע פאר שטיקלעך פון די אכטע סיעזאן, זיי זענען דארט ביזי מיט ווייסע פריוויליזש און שנאה קעגן די פאליס דעפארטמענט ווייל זיי טשעפענען די שווארצע, סהאט ממש פארלוירן די גאנצע חן, זיי האבן זיך געטוישט פון א קאמידיע שאו צו א מוסר שמועס.
מאנטאג יאנואר 10, 2022 3:11 pm#491250

זייער גערן יארע 1882 זייער גוט! פון היינט און ווייטער ווען דו ליינסט מיינע חומר גרייט דיך צו א ליידיגע פאפיר און נעם נאטן... אדרבה מאך משוגע! ווילאנג ס'איז נישט קיין שנארער לינקס...

פארהאן דא ניקים וואס זענען פיל עלטער ווי מיר און שרייבן שוין דא יארן וואס האבן געזעהן אסאך מער לכאורה, איך בין פשוט אנאליטיש געשטימט, איך גלייך צו שטודירן א נושא ביזן אפגרונט. דאס קומט פון זעהן עטליכע עלטערע סיטקאמס מיט די יארן און שפעטער די שאו און אפשר פארקס ענד רעק. דערקענט זיך גלייך די קאנטראסט.

מוז נישט זיין ס'זייגט דייקא ווייל ס'איז פאליטיזירט, ס'קען זיין סתם א שלעכטע נעטווארק וואס טיילט צופיל דעות אוועראל און לאזט נישט די קריעטיוו חברה טוען וואס זיי פארשטייען טויג. ס'קען זיין נייע שרייבערס, אדער א קאמבינאציע פון אלעס? ווער ווייסט?
דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 4:05 pm#491607
איז דא עפעס פרישע גוטע ישראלישע סחורה?
בת השוטר
פמתא
אותונומי'
שטיסל
כיפת ברזל
בלקספייס
בעלת החלומות
זגורי אימפרי'
שבאבניקים
פאודה
המדרשה
סרוגים
תאגד

די אלע האב איך שוין געוואטשט ועוד
איך זוך נאך
זונטאג יאנואר 16, 2022 11:34 am#491754
"בני ערובה", איך ווייס נישט ווי פריש ס'איז, אבער ס'איז פיין.
עס איז שפעטער נאכגעמאכט געווארן אין אמעריקא.
זונטאג יאנואר 16, 2022 11:34 am#491755
צקון לחש
"בני ערובה", איך ווייס נישט ווי פריש ס'איז, אבער ס'איז פיין.
עס איז שפעטער נאכגעמאכט געווארן אין אמעריקא.
דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:46 am#492200
Re: טעלעוויזיע סעריעס
ווען קימט ארויס די סעריע ריקוד האש?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 28, 2022 3:01 pm#493276
תרמב
שכח פארן מסבירן, הגם ווי מער דו רעדסט, פארשטיי איך נישט נאך ווערטער און מושגים אבער איך וועל דיר נישט משוגע מאכן, איך ווינדער זיך נאר פון ווי דו האסט אזויפיל צייט צו זעהן אזוי סאך, און נאך געדענקען אויך, אפשר ביזטו סך עלטער פון מיר....
אז מ'רעדט שוין, איך האב לעצטנס געזעהן די ערשטע פאר שטיקלעך פון די אכטע סיעזאן, זיי זענען דארט ביזי מיט ווייסע פריוויליזש און שנאה קעגן די פאליס דעפארטמענט ווייל זיי טשעפענען די שווארצע, סהאט ממש פארלוירן די גאנצע חן, זיי האבן זיך געטוישט פון א קאמידיע שאו צו א מוסר שמועס.

איך האב יעצט געהאט די זעלבע זאך מיט א סעריעס גערופן מעקגייווער פון CBS ווי די ערשטע פאר סיזענס זענען זיס אבער שפעטער אריין קומט די מסור איבער גלאבל ווארמינג ראסע גלייכבארעכטיגינג דיפאנד דע פאליס און אלע אנדערע ליבעראלע שיטות אז עס האט מיר ממש פארעקלט
#לינקע מידיע אגענגעס
מיטוואך פעברואר 2, 2022 4:46 pm#493962
די באורד מעמבערס פון נעטפליקס ווערן אינטערוויאוט אויף די פערדע קווארטל פארדינסטן קאל איבער די לעצטע אנטוויקלונגען אינערהאלב די קאמפעני.

איך האב דאס געזעהן ווייל איך פאלג נאך די סטאק מארקעט נייעס, אבער כ'טראכט שטיקלעך דערפון קען אויך זיין אינטערסאנט פאר טעלעוויזיע פענס. בערך די ערשטע 20 מינוט. איך בין מודה על האמת, בעפאר די פאנדעמיע עפאכע פלעג איך זיי היבש אונטערשאצן, לעצטנס מיט די אלע נייע אינטערנאצינאלע שאו'ס, און נאך עטליכע פאקטארן האב איך אינגאנצן געטוישט מיין בליק אויף זיי, ווערסוס די אנדערע לייבן אין די סטרימינג אינדוסטרי. הגם ס'איז די זעלבע פיעלד ווי לאמיר זאגן פריים, אדער הולו, אלס א ביזנעס מאדל איז עס פארט אנדערש, זיי טראכטן היבש ברייטער
<a class="postlink" href="https://youtu.be/tGGThGUZp4g">https://youtu.be/tGGThGUZp4g</a>
מיטוואך פעברואר 2, 2022 9:04 pm#493992
דו רעדסט זייער בקיצור, ברענג דיך בעסער ארויס אביסל מער באריכות.
דאנערשטאג מערץ 3, 2022 1:53 pm#496009
פון צייט צו צייט גלייך איך צו וואטשען א TV show,
עס ברויכט האבען רעאליסטישע עקשען, אין נישט קיין לאנגע ליינווייליגע דיסקאסיעס,
מיינע בעסטע שאוס איז געווען S W A T און Blindspot

עני רעקאמענדאציע?
דאנערשטאג מערץ 3, 2022 2:08 pm#496010
קופה ראשית
די ערשטע 2 סיזאנס זענען אייזען, מען רייסט זיך פאר געלעכטער, אזש מען קען נישט אטעמען.

די דריטע איז אבי געשאסען.
פרייטאג מערץ 4, 2022 4:05 pm#496061
קידוש
פון צייט צו צייט גלייך איך צו וואטשען א TV show,
עס ברויכט האבען רעאליסטישע עקשען, אין נישט קיין לאנגע ליינווייליגע דיסקאסיעס,
מיינע בעסטע שאוס איז געווען S W A T און Blindspot

עני רעקאמענדאציע?

ס'איז דא א נייע שאו The End Game
קוקט אויס ענליך צו ניקיטע. Blindspot האב איך קיינמאל נישט אויסגעטשעקט נאר אזוי אויבנאויפיג, באט ס'איז אין די משפחה.

<a class="postlink" href="https://www.tvguide.com/amp/news/shows-like-blindspot-action-shows-netflix-amazon-hulu/">https://www.tvguide.com/amp/news/shows- ... azon-hulu/</a>

אויב האסטו נאכנישט געזעהן, ברעקינג בעד איז א שאו וואס יעדער איד דארף קענען ישר והפך. סתם צו וויסן וואס גוטע טעלעוויזשן איז, און "קען" אויסקוקן
זונטאג מערץ 6, 2022 4:21 am#496101
ברוקלין ניין ניין האט ממש עקזעקט די זעלבע אישו, פאליציאנטן פארברענגען געשמאק ביז די אכטע סיעזאן ווערט אלעס בלעק לייוו מעטערס און ס'פארלירט די גאנצע טעם.
זונטאג מערץ 6, 2022 9:41 pm#496126
קידוש
פון צייט צו צייט גלייך איך צו וואטשען א TV show,
עס ברויכט האבען רעאליסטישע עקשען, אין נישט קיין לאנגע ליינווייליגע דיסקאסיעס,
מיינע בעסטע שאוס איז געווען S W A T און Blindspot

עני רעקאמענדאציע?

פראביר fbi אדער FBI international אדער 9-1-1
מאנטאג מערץ 7, 2022 7:32 am#496140
איינער דא האט שוין געוואטשט ״גילמאר גירלס״? כ׳בין אנגעקומען דערצו נאכן פארענדיגען די פאריגע סיזאן פון ״די וואונדערליכע מרס. מייזל״ און כ׳האב געזוכט נאך פאלאדינא סחורה. די דראמא-קאמעדי פאלגט נאך א סינגעל מאמע מיט איר טאכטער און א קליינע שטעטל פול מיט אינטערעסאנטע טיפן. די שוי איז לייכט געשמאק נאריש און פאני, געאייגענט צו וואטשען מיט די אשת חיל נאך א שווערע טאג ארבעט.
מאנטאג מערץ 7, 2022 9:46 am#496141
איך האב אקארשט געוואטשט די ערשטע עפיזאד פון די ערשטע סיזאן פון מרס מעיזל. ס'איז גוט.. ס'איז פאנני. כ'הער שוין אזוי לאנג יעדעם רעדן דערפון און לעצטנס האב איך געלייענט די ארטיקל פון די טורס אין וויליאמסבורג אין דער וועקער האב איך געזען ווי מרס וויזל זאגט גוטס אויף מרס מעיזל האב איך געטראכט לאמיך עס אויסטשעקן. נו, נישט שלעכט.
מאנטאג מערץ 7, 2022 11:43 am#496144
בענבען
איז דא עפעס פרישע גוטע ישראלישע סחורה?
בת השוטר
פמתא
אותונומי'
שטיסל
כיפת ברזל
בלקספייס
בעלת החלומות
זגורי אימפרי'
שבאבניקים
פאודה
המדרשה
סרוגים
תאגד

די אלע האב איך שוין געוואטשט ועוד
איך זוך נאך

כפולים עס איז אלט אבער זייער גוט
מאנטאג מערץ 7, 2022 9:22 pm#496168
טאמבל סאס
איך האב אקארשט געוואטשט די ערשטע עפיזאד פון די ערשטע סיזאן פון מרס מעיזל. ס'איז גוט.. ס'איז פאנני. כ'הער שוין אזוי לאנג יעדעם רעדן דערפון און לעצטנס האב איך געלייענט די ארטיקל פון די טורס אין וויליאמסבורג אין דער וועקער האב איך געזען ווי מרס וויזל זאגט גוטס אויף מרס מעיזל האב איך געטראכט לאמיך עס אויסטשעקן. נו, נישט שלעכט.

יוא, פליז, נישט שלעכט? גאו עהעד, וואטש ס׳איבריגע און זאג מיר צו די ביסט נישט הוקט צו מויש, עיב, אדער סוזי. כ׳וואטש נישט קיין סאך, אבער פון די ביסל קאמעדי דא דארט איז דאס מיין פעיוואריט דערווייל.
מאנטאג מערץ 7, 2022 10:33 pm#496174
היהודים באים האט אנגעהויבן מיט נאך אן עונה. ווער קען ברענגען די ערשטע צוויי עפיזאדן? - כ'וועל אים דאנקבאר זיין.
דינסטאג מערץ 8, 2022 8:15 am#496182
Re: טעלעוויזיע סעריעס
אויב קענסטו אביסל אויסשמועסן בערך פון וואס רעדט זיך עס

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דינסטאג מערץ 8, 2022 5:31 pm#496205
זיי עס אליין בודק. היהודים באים... וועסט נישט אויפהערן צו לאכן.

ווער וויל מיר טון די טובה, און אפירברענגען די לעצטע צוויי עפיזאדן, פון עונה 5 פרקים 1 און 2.
מיטוואך מערץ 9, 2022 1:11 am#496229
אפגעוואטשט "אוטונומיה" זייער גיט אראפגעלייגט די היפאקריסי פון די אדמו"ר, די משה גבאי (איטשע) קאפ און וואנט עקסטרעמיזם, די אדמו"ר'ס איידעםס חשבונות כדי צי איבערנעמען די כסא המלוכה, די רעביס טאכטער וואס ווייסט וועלכע ב.ס. איר טאטע איז, צו ברוידא האב איך זייער קענעקטעד די מערסטע האט מיין הארץ געריסען ווען ער קימט ציריק קיין ירושלים און ער זעיט זיין ווייב חתונה געהאט מיט זיין שלאק (כ'געדעינק נישט זיין נאמען), מיין הארץ האט געריסען ביי די מחזה......

וואס מאכט נישט קיין סענס, די וועיג וויאזוי די מעשה ענדיגט זיך, חנה'לע פאלט אריין אין ליבע אינמיטן טרעין טרעקס און שטארבט פון א טרעין קרעש, און ברוידא נעמט זיך די לעיבען אלץ פראטעסט, דעיס גייט אףף קערעקטאר און אףף סטאריליין, ס'זעיט אויס ווי די פראדוסער האט געזאגט, מאך זיכער אז ביי די זעקסטע פרק ענדיגט זיך די מעשה, במילא די שנעלסטע וועיג צי ענדיגן איז געוועין אז זיי נעמין זיך די לעיבען.....

געשריבען דורך קהל'ס דער מאווי קריטיק.

(אויב ס'דא א אשכול אויף מאווי קאמענטערי וועל איך עס גערן אריבערפירן, כ'האב נאר נישט געטראפען.)
זונטאג מערץ 13, 2022 10:47 pm#496516
איך פלאן נישט צו קוקן די שאו, אבער דאס קומט אריבער ווי גראבע ספוילערס און איך האלט נישט ס'איז ריכטיג. כ'מיין דא איז געמאכט סתם זיך דורכצושמועסן וואס איז אינטערעסאנט און מער בכלליות איבער טעלעוויזיע סעריעס. אבער סתם ארויסגעבן גאנצע דעטאלן אזוי פאר מתחילים? איי דאנט נאו. אפשר בין איך נישט גערעכט

אפשר וואלט טאקע געווען א גוטע געדאנק פאר אן אשכול ווי דאס, צו אימפלעמענטירן אזא פיטשער פון רעדיט (און טעלעגראם אויך לעצטנס) צו מאכן געדעכט זאכן וואס מאכט קאליע א מעשה פאר מ'האט עס געזעהן, פאר דער וואס וויל עס נאך זעהן
זונטאג מערץ 13, 2022 11:51 pm#496523
סאנטיאגא

איך הער דיין פוינט, אבער צי דען איז עס נישט אנגענימען איבערן וועלט צי שרייבן א מיינונג איבער א מאווי? וואס איז טאקע די ריכטיגע זאך צי טין? איך ווייס אויך נישט? וואס האלט דער עולם?
מאנטאג מערץ 21, 2022 6:18 pm#496797
איך פרעג נאכאמאל. קען איינער אהערברענגען די סעריע היהודים באים - עונה 5?

איך בין געבלאקט און איך וויל דאס זען...

ווער וויל זיך מתנדב זיין לכבוד ה' ולתורתו?
מיטוואך מערץ 23, 2022 1:14 pm#496917
אבשלום בן מעכה
איך פרעג נאכאמאל. קען איינער אהערברענגען די סעריע היהודים באים - עונה 5?

איך בין געבלאקט און איך וויל דאס זען...

ווער וויל זיך מתנדב זיין לכבוד ה' ולתורתו?
דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:43 am#496966
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערסאנט, קוק וואס זיי שרייבען. בנובמבר 2018 זכתה הסדרה בפרס הסדרה הטובה ביותר בפסטיבל הקולנוע הבינלאומי בז'נבה.[2]
דאנערשטאג מערץ 24, 2022 6:08 pm#496990
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
איך פרעג נאכאמאל. קען איינער אהערברענגען די סעריע היהודים באים - עונה 5?

איך בין געבלאקט און איך וויל דאס זען...

ווער וויל זיך מתנדב זיין לכבוד ה' ולתורתו?
מאנטאג מערץ 28, 2022 12:25 am#497089
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
איך פרעג נאכאמאל. קען איינער אהערברענגען די סעריע היהודים באים - עונה 5?

איך בין געבלאקט און איך וויל דאס זען...

ווער וויל זיך מתנדב זיין לכבוד ה' ולתורתו?
מאנטאג מערץ 28, 2022 1:03 am#497092
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
איך פרעג נאכאמאל. קען איינער אהערברענגען די סעריע היהודים באים - עונה 5?

איך בין געבלאקט און איך וויל דאס זען...

ווער וויל זיך מתנדב זיין לכבוד ה' ולתורתו?

אם אין אני לי מי לי...
מאנטאג מערץ 28, 2022 12:44 pm#497104
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
איך פרעג נאכאמאל. קען איינער אהערברענגען די סעריע היהודים באים - עונה 5?

איך בין געבלאקט און איך וויל דאס זען...

ווער וויל זיך מתנדב זיין לכבוד ה' ולתורתו?

זעט זיך אויס אז ס'נישט אזא כבוד ד' ותורתו.. 😉
מיטוואך מערץ 30, 2022 1:17 pm#497238
קהל'ס נער
סאנטיאגא
איך פלאן נישט צו קוקן די שאו, אבער דאס קומט אריבער ווי גראבע ספוילערס און איך האלט נישט ס'איז ריכטיג. כ'מיין דא איז געמאכט סתם זיך דורכצושמועסן וואס איז אינטערעסאנט און מער בכלליות איבער טעלעוויזיע סעריעס. אבער סתם ארויסגעבן גאנצע דעטאלן אזוי פאר מתחילים? איי דאנט נאו. אפשר בין איך נישט גערעכט

אפשר וואלט טאקע געווען א גוטע געדאנק פאר אן אשכול ווי דאס, צו אימפלעמענטירן אזא פיטשער פון רעדיט (און טעלעגראם אויך לעצטנס) צו מאכן געדעכט זאכן וואס מאכט קאליע א מעשה פאר מ'האט עס געזעהן, פאר דער וואס וויל עס נאך זעהן

איך הער דיין פוינט, אבער צי דען איז עס נישט אנגענימען איבערן וועלט צי שרייבן א מיינונג איבער א מאווי? וואס איז טאקע די ריכטיגע זאך צי טין? איך ווייס אויך נישט? וואס האלט דער עולם?

אמת, אבער געווענליך וועט שטיין פריער אז דא גייט מען יעצט ארויסלאזן דעם קאץ פונעם זאק.. וואס איך טוה איז כ'פרוביר צו ווארענען. מ'קען צושרייבן נאך איין ווארט ספוילער אלערט: און שלום על ישראל, אז דו ליינסט ווייטער איז דאך שוין נישט מיין פראבלעם. פון די צווייטע זייט, יתכן אויב ס'איז אן אלטע שאו, טו בעד, די גאנצע וועלט דארף נישט ליידן יעצט ווייל דו דארפסט דיך מיטכאפן מיט א שאו פון 30 יאר צוריק 🙄

אין רעדיט איז א מחיה, קענסט שרייבן לאנגע דרשות, און די חלקים וואס ספוילט די אינטערסאנטקייט, קען מען מאכן שווארץ און יעדער ליינער קען פאר זיך אליינס אפמאכן צו זיי ווילן עס אויפדעקן.
מיטוואך מערץ 30, 2022 11:56 pm#497274
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
איך פרעג נאכאמאל. קען איינער אהערברענגען די סעריע היהודים באים - עונה 5?

איך בין געבלאקט און איך וויל דאס זען...

ווער וויל זיך מתנדב זיין לכבוד ה' ולתורתו?
זונטאג אפריל 3, 2022 12:54 pm#497414
שאלתיאל
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה
איך פרעג נאכאמאל. קען איינער אהערברענגען די סעריע היהודים באים - עונה 5?

איך בין געבלאקט און איך וויל דאס זען...

ווער וויל זיך מתנדב זיין לכבוד ה' ולתורתו?

זעט זיך אויס אז ס'נישט אזא כבוד ד' ותורתו.. 😉

נו, אפשר דאך?
דינסטאג אפריל 19, 2022 12:30 am#498331
איך זוך קאמעדיע שאוס אין ענגליש, אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט רעקאמענדאציע'ס, זאל זיין אזוי גוט און רעקאמענדירן.
דינסטאג אפריל 19, 2022 12:59 am#498332
Re: טעלעוויזיע סעריעס
תרמב
איך זוך קאמעדיע שאוס אין ענגליש, אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט רעקאמענדאציע'ס, זאל זיין אזוי גוט און רעקאמענדירן.
Honey mooners.
All in the family.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דינסטאג אפריל 19, 2022 1:01 am#498333
Re: טעלעוויזיע סעריעס
דער גאלדענער אדלער
תרמב
איך זוך קאמעדיע שאוס אין ענגליש, אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט רעקאמענדאציע'ס, זאל זיין אזוי גוט און רעקאמענדירן.
Honey mooners.
All in the family.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
Everybody loves Raymond

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דינסטאג אפריל 19, 2022 1:36 pm#498344
האב איך אמאל געזען די נעיבערהוד שאו, גאר הנאה געהאט.
דינסטאג אפריל 19, 2022 1:58 pm#498347
זופ מיט מאנדלען
האב איך אמאל געזען די נעיבערהוד שאו, גאר הנאה געהאט.

דער ווייסער שכן אקטיאר איז א אידיש קינד, און קע"ה די רעבעצין זיינער...
כ'האב בשעתו געזעהן א פאר פרקים און אויך שטארק הנאה געהאט.
מיטוואך אפריל 20, 2022 1:09 pm#498387
Re: טעלעוויזיע סעריעס
איינער מיט א טעלעגראם לינק צו היהודים באים מיט אינגליש סאבטייטלס?

Sent from my Pixel using Tapatalk
זונטאג אפריל 24, 2022 3:09 pm#498485
תרמב
איך זוך קאמעדיע שאוס אין ענגליש, אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט רעקאמענדאציע'ס, זאל זיין אזוי גוט און רעקאמענדירן.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/491135">viewtopic.php?p=491135#p491135</a><!-- l -->
זונטאג אפריל 24, 2022 3:27 pm#498487
אויף Disney plus האב איך לעצטנס אנגעהויבן קוקן Blackish ס'רעדט זיך פון א חצי שווארצע קאפל און זייער פאמיליע און דער טאטע ארבעט מיט ווייסע. כ'גלייב אסאך דא וועלן עס אנקוקן פאליטיש און אגענדעזירט.. אין די צייט וואס ס'איז א קאנטעווערסיאלע שאו פון צייט צו צייט איז עס א זיסע שאו, מיט א דייווערס גרופע פון קערעטערס. וועסטו זאגן לאז ארויס פאליטיק, וועל יא און ניין אמאל האט עס אפשר ווייניגער אויסגעפעלט ווי היינט און הומאר האט א כח ארויסצוברענגען אינטערסאנטע און וויכטיגע מעסעדזשעס פון א צווייטע פערספעקטיוו. איך וואלט אלס א ווייסער קיינמאל נישט אנגעקומען צו טראכטן פון שווארצע אישאוס און עקספירענסעס וואס ווערט אויסגעשמועסט אויף אזא שאו פשוט ווייל איך לעב נישט און דריי מיך נישט מיט זיי
זונטאג אפריל 24, 2022 3:36 pm#498488
צקון לחש
זופ מיט מאנדלען
האב איך אמאל געזען די נעיבערהוד שאו, גאר הנאה געהאט.

דער ווייסער שכן אקטיאר איז א אידיש קינד, און קע"ה די רעבעצין זיינער...
כ'האב בשעתו געזעהן א פאר פרקים און אויך שטארק הנאה געהאט.

אויב האסטו נישט געזעהן new girl ס'איז פון זיינע באקאנסטע אויפטריטן. און Beth Behrs איז גאנץ גוט דא אבער דאך קומט נישט צו "צוויי ארימע מיידלעך" געזעהן די גאנצע שאו, זייער א הומעריסטישע סיטקאם, מיינוס די לעצטע 2 סיזנס האבן שוין נישט געהאט די זעלבע spunk אויך א דייווערס קעסט, פארשידענע מינע נאצינאליטעיטן; ווייסע, שווארצע, אזיאנע, פאלאקן, (אויך זייער פארגרעבט)
זונטאג אפריל 24, 2022 5:44 pm#498507
צקון לחש האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:האב איך אמאל געזען די נעיבערהוד שאו, גאר הנאה געהאט.

דער ווייסער שכן אקטיאר איז א אידיש קינד, און קע"ה די רעבעצין זיינער...
כ'האב בשעתו געזעהן א פאר פרקים און אויך שטארק הנאה געהאט.

איך וואלט מיך אויך גע'שמד פאר איר (נישט עכט)
איך קוק עס נאך אלץ
מאנטאג אפריל 25, 2022 2:16 pm#498556
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:Alice Grace איז א א Mini series סך הכל איין סיזען פון 6 עפיזאדן, שרה גארדן'ס עקטן איז היפנאטיק נעקסט לעוועל, און עס איז גאר דראמאטיש און ציענדיג, שטארק רעקאמענדירט, עוועליבעל אויף נעטפליקס.
בילד

כ'האב עס נעכטן געבינדזשט. האלט מיר ביים דריטן עפיסואד. כ'שטום צו טאקע זייער דראמאטיש, ציענד, סוספענספול, מיסטעריעז, און אויך dark שכח שכח נאכאמאל פארן עס רעקאמענדירן. איך בין אלס געווען א פען פון period dramas כ'מיין ביי אונזער עולם איז עס מער רילעיטעבל ווי אין אלגעמיין, איינס ווייל אונז לעב מיר נאך אביסל נענטער צו די אלטמאדישע אידאלן ווי די קליידונג וכו' און צוויי ווייל ארום ניינציג פראצענט אידישע שפילן האבן זיך אלס גערעדט פון אמאליגע צייטן איז פאר מיר ווען כ'זעה אויסגעעקט אן אלטע ערע פיל איך מיר גלייך אינדערהיים.

די פלאט איז דיפרענט פאר פארשטענדליכע סיבות וואס מ'זעהט גלייך.
ס'איז אין א וועג א פיקציע באזירט אויף פאקטן פון 160 יאר צוריק אבער מצד שני שפירט זיך עס ווי א מאדערנע טעראפי סעסיע מיט היינטיגע כאראקטערס. זייער גוט, מ'קען אסאך לערנען פון דעם אמאל. אויך מאכן זיי לדעתי גוט נאך די פארמאליטי און קלאסישקייט פון יענע דור, די שפראך, די גאנצע הלוך ילך
דאנערשטאג יוני 16, 2022 2:11 pm#502348
הוגה האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:איינער קען מיר ביטע אויסרעכענען גוטע איזרעילי שאוס?
(כ׳האב שוין געזען: שטיסל. בת השוטר. זגורי אימפריה. שבבניקים. תאגד. מטומטמת. וכולי...)

סרוגים.

כ'האב יעצט געענדיגט וואטשן עונה א' און געהאט גרויס נחת. זייער גוט.
דאנערשטאג יוני 16, 2022 2:24 pm#502349
בענבען האט געשריבן:איז דא עפעס פרישע גוטע ישראלישע סחורה?
בת השוטר
פמתא
אותונומי'
שטיסל
כיפת ברזל
בלקספייס
בעלת החלומות
זגורי אימפרי'
שבאבניקים
פאודה
המדרשה
סרוגים
תאגד

די אלע האב איך שוין געוואטשט ועוד
איך זוך נאך

כ'האב עס נאכנישט געוואטש אבער די דראמע סעריע טהרן הייסט צו זיין זייער גוט, אקארשט געענדיגט עונה 2 זיי האבן באקומען דער Ami פרייז דערויף.
דאנערשטאג יוני 16, 2022 2:24 pm#502350
בענבען האט געשריבן:איז דא עפעס פרישע גוטע ישראלישע סחורה?
בת השוטר
פמתא
אותונומי'
שטיסל
כיפת ברזל
בלקספייס
בעלת החלומות
זגורי אימפרי'
שבאבניקים
פאודה
המדרשה
סרוגים
תאגד

די אלע האב איך שוין געוואטשט ועוד
איך זוך נאך

.
דאנערשטאג יוני 16, 2022 2:59 pm#502356
מנאייכ סעזאן 2 הייבט זיך אן נעקסטע וואך