מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:21 pm#435158
גדליה האט געשריבן:לאמיר שוין הערן כאטש איין באשטעטיגטע א לאטערי מופת.
אפשר נאכדעם וועט זיין אינטערסאנט צו שפעקולירן אויב סאיז א מופת אדער א קאאינסידענט
דער פאקט אז די אשכול איז שוין א פאר בלאט לאנג און קיינער קען נישט טרעפן אפילו איין אזא מופת ווייזט אז סגעשעט טאקע נישט.
הדסים האט געשריבן:איך פערזענליך וואלט בשו"א נישט גענוצט קיין סטאטיסטיק ענטפער אויב איינער באווייזט אזא זאך ווי די לאטערי נומערן. נישט קיין חילוק איד, מאנק, סתם גוי.
וועגן דעם גלייב איך טאקע נישט אז ס'איז אמאל געווען אזא מעשה. (חוץ cheating, אזעלכע זאכן זענען שוין געווען).
דאס איז מיין פוינט!
לויט ATUB @מי אני ATUB דארף זיין 4 א חודש עטליסט 4 מאל אין א שמיטה!!!
מי אני האט געשריבן:בנוגע די שמועס (בעיקר פרק ג) איז אינטרעסאנט צוצולייגן דאס וואס ראובן צייכנט צו אין ברסלבער׳ס אשכול וואס ער האט אראפגעברענגט דא, דאס וואס פראפעסאר דזשאהן עדענסאר ליטלוואד (אן ענגלישער מאטעמאטיקער) האט אויפגעוואוזען (מיוסד אויף דעם Law of Truly Large Numbers), וואס איז באקאנט אלס Littlewood’s Law. עס לויטעט אז א ״נס״ [דעפינירט אלס עפעס וואס האט א שאנס צו פאסירן 1/1,000,000] דארף סטאטיסטיש צו פאסירן צו א מענטש בערך איין מאל אין 35 טעג; בערך איין מאל א חודש.