זונטאג יוני 9, 2024 10:39 pm#564695
מי אני #עס איז דא די באקאנטע קשיא לגבי עקידת יצחק, אז אויב הכל גלוי וידוע לפני הקב"ה מראש, דאן פארוואס האט אים כביכול אויסגעפעהלט צו מנסה זיין אברהם צו זעהן אויב ער וועט דאס ביישטיין? וידוע המו"נ בח"ג פכ"ד ע"ש. ר' יוסף אבן כספי ענטפערט דערויף, אז חוץ מזה וואס לשון "נסיון" איז נישט מער ווי דברה תורה כלשון בני אדם, איז דא נאך אַן אספּעקט דערצו. והיינו, אז הגם די אויסקום איז טאקע געווען לגמרי ידוע מראש להקב"ה, איז עס אבער פאקטיש נאך קיינמאל נישט געווען יצא לפועל ממש אין אַן עמפּירישע סענס; ביז ווילאנג עס איז נישט למשעה יצא לפועל ממש, קען עס דאך נישט זיין א ידיעה בחוש און עס קען נאר זיין א ידיעה בשכל. און דאס איז געווען די געדאנק פארוואס עס איז נצטווה געווארן לאברהם, כדי אז זיין דאס ביישטיין זאל זיין א ידיעה בחוש אויך ע"ש.רעדענדיג פון ראציאנאליזם ווס. עמפּיריסיזם איז אינטרעסאנט צו דערמאנען מאליִנוּ׳זס פראבלעם. וויליאם מאליִנוּ׳ס ווייב איז ל״ע געווען בלינד. ער האט געפרעגט פון דזשאן לאַק אויב איינער וואס איז ל״ע געווען בלינד פון געבורט, און אלס געפיהלט ווי אזוי א קיוּבּ און ספעיר [בּאָלי] פיהלן, וועט זיי גראד קענען דערקענען מיט׳ן זעהן אליין אויב ווערט יענער אויסגעהיילט פונעם בלינדקייט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די עמפּיריסיסטן (ובתוכם לאַק) האבן געהאלטן אז ניין און די ראציאנאליסטן אז יא. די עקספּערימענטאלע רעזולטאטן היינט-צו-טאג זענען אינקאנקלוסיוו.
*
דאס איז אביסל רעמיניסענט פונעם באקאנטן מעריִ׳ס צימער מבוכה אין פילאזאפיע. דאס שטעלט זיך פאר אז א גאנץ לעבן איז א מיידל א גאון געווען איינגעשפארט אין א שווארץ-ווייסע צימער אָן קיין שום צוטריט צו קיין שום קאלירן. דארט האט זי קונה געווען אלע מדע וואס איז שייך און אנבאלאנגט צו די תחום פון קאליר(ן) [ניוּראָפיזיאלאגיע איבער זעהן, די פיזישע כאראקטעריסטיקס דערפון, וכו׳]. די שאלה איז צי ווען זי גייט ענדליך נאכדעם ארויס אויף דער וועלט און זעהט בחוש קאלירן צום ערשטן מאל, באקומט זי עפעס נייע מדע? אויב יא דעמאלטס זענען סענסעישאנס און עקספיריענסעס אנדערש ווי סטעיטס פונעם מח אליין; אנגעבליך דלא כפיזיקעליזם. והרבה קולמוסין וכו׳.
דאס איז ענליך צום געדאנק איבער מערי, אז זי האט שוין אלע ידיעה איבער דעם בשכל, און די שאלה איז צי ווען עס קומט צו, אויף די זעלבע מדע, א ידיעה בחוש, צי דאס הייסט א תוספת "ידיעה". אין די קאנטעקסט לפי אבן כספי, קען מען עס אדער באטראכטן אז עס קומט טאקע נישט צו א "ידיעה" בעצם, ולכן ווערט עס נישט גערעכענט ווי א תוספת ידיעה בו ית' וואס ער האט כביכול נישט געהאט פאר דעם (וואס כמובן איז די לשון "חוש" דא בכלל, לגבי הקב"ה, פראבלעמאטיש ורק במושאל). אדער אז עס ווערט יא גערעכענט ווי א תוספת ידיעה, און עס איז א לאגישע נמנע אז די ידיעה בחוש זאל שוין אויך זיין להקב"ה, טאמער איז דאס למעשה נאך קיינמאל נישט געווען בחוש.