Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » קאווע שטיבל • סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

קאווע שטיבל • סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
168 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 200 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8978
פרייטאג מאי 29, 2015 12:03 am#278886
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
אריינפיהר



מיר שטויסן זיך אן זייער אסאך מאל אין אונזער לעבן אין געוויסע סארט פאסירונגען וואס מיר וואלטן קיינמאל נישט געחלומ׳ט אז עס זאל ״פונקט״ געשעהן, צומאל קען געשעהן זייער מאדנע זאכן, וואס מ׳דארף זיין בלינד צו וועלן לייקענען די השגחה פרטית.

מיר קענען אסאך מאל טרעפן גימטראיות וואס שטימען ״פונקט״ אויפן האר. אז עס איז שווער צו גלייבן אז פונקט האט זיך געמאכט אז די צוויי ווערטער שטימען אין גימטריא איז עס נישט א סימן פון הימל. אזוי אויך פארשידענע אומ-פאראויס געזעהנע רמזים, וואס שטימען ממש כפתור ופרח.

צדיקים אין די פריערדיגע דורות, און אזוי אויך אין די היינטיגע דורות, זאגן צו הבטחות, און עס ווערן מקויים, (יא איך ווייס אז עקספערימענטער וועלן טענה׳ן אז א גרויסע חלק פון זיי איז פאבריצירט, אבער וואס טוהן מיר מיט די קליינע חלק וואס זענען אמת?), איהר האט שוין זיכער בייגעוואוינט ווי אן אדם נאמן דערציילט אייך א מעשה, וואס ער האט ״אליינס״ בייגעוואוינט, און אויב איז עס אמת, דאן לכאורה בלייבט נישט מער ווי צו גלייבן אין די אגענדע וואס דער דערציילער פראבירט צו שטיפן. (אין אנדערע ווערטער, אויב ווילט איהר נישט גלייבן אין דעם דערציילערס אגענדע, איז די איינציגסטע וועג נאר צו אפ לייקענען להד"ם, אז די מעשה איז קיינמאל נישט געשעהן).

איך וויל נישט דא נישט צולייגן נאך א טעאלאגישע אשכול, (אבל חזקה על קאווע-שטיבל, אז עס וועט געשעהן צו איך וויל יא אדער נישט), אבער כידוע אז השגחה פרטית איז נישט אנגענומען ביי אלע ראשונים, און אפילו אויב מיר נעמען עס אן, דארף מען עס קענען מסביר זיין על פי דרך הטבע. טא, לאמיר פראבירן פארשטיין ווי אזוי קענען אזעלכע אומ-פאראויסגעזהנע פאסירונגען געשעהן.

איך וועל נישט צונעמען אלע סארטן סצענעס, אבער לאמיר און קורצן פארשטיין, ווי אזוי קען מען לאגיש אנאליזירן די טשאנסן פון א געוויסע געשעהניש עס זאל געשעהן.

אלזא, איך מיין אז ווען עס קומט צו דעם נושא, איז זייער אפט צו אויסגעפונען פארקערטע רעזולטאטן ווי ערווארטעט. כלומר, צומאל דוכט זיך פאר א מענטש במושכל ראשון, אז א געוויסע געשעהניש איז אומ-מעגליך צו ערקלערן בדרך הטבע, אין די צייט וואס עס איז אומ-מעגליך אז עס זאל נישט געשעהן. און צומאל פארקערט, א מענטש מיינט אז א געוויסע פאסירונג איז זייער מעגליך צו ערווארטן, און די צייט וואס די טשאנסן זענען זייער זייער שוואך צו ערווארטן.
פרייטאג מאי 29, 2015 12:05 am#278887
פרק א



צום אלעם ערשטן, לאמיר זעהן ווי אזוי מ׳רעכנט אויס די פראבאביליטי פון פאסירונגען. פארשטייט זיך אליינס, אז רוב פאסירונגען וואס געשעהן אין די אמת׳ע וועלט זענען זייער קאמפליצירט צו פראבירן אויסרעכענען אין אונזער קורצן אשכול דא, אבער לאמיר נעמען א פשוט׳ע דוגמא, כדי צו פארשטיין דעם געדאנק, און פון דעם וועלן מיר זעהן ווי אזוי איז דער ריכטיגע בליק צו קוקן אין אלגעמיין.
לאמיר פראבירן רעדן ווען איינער ווארפט א מטבע, (וואס האט צוויי זייטן, און זעלבסט-פארשטענדליך אז ביידע זייטן האבן די זעלבע וואג, און די טשאנסן עס זאל פליען אויף ביידע זייטן זענען אייניג גלייך), וואס איז די טשאנס אז עס זאל פליען מיטן קאפ אויף ארויף אדער אראפ?

איך מיין אז דער ענטפער קען יעדער בר בי קאווע-שטיבל דחד יומא, אז עס איז פופציג פראצענט טשאנס פאר ביידע זייטן.

יעצט, לאמיר פרעגן אביסל אנדערש די שאלה: וואס איז די טשאנס אז עס זאל בכלל פאלן אויף איינע פון די צוויי זייטן?

עממםםםם... פשוט. הונדערט פראצענט טשאנס אז עס זאל פליען אויף איינע פון די צוויי זייטן.

נאך צוויי שאלות, אויב איך האב גענומען א קוואוין (מטבע), און איך האב עס געווארפן צעהן מאל און עס איז מיר אויסגעקומען אלע צעהן אל מיטן קאפ אויף אראפ, וואס איז די טשאנס אז עס זאל פאלן די עלעפטע מאל ווידער מיטן קאפ אויף אראפ?

בעפאר איהר פראבירט צו ענטפערן, לאמיר פרעגן אביסל אן אנדער שאלה, וואס איז די טשאנס אז א מטבע זאל פאלן 11 מאל נאכאנאנד מיטן קאפ אויף אראפ?

איהר דערקענט דער חילוק צווישן די צוויי שאלות? (אויב נישט לייענט נאכאמאל איבער, ווייל עס איז קריטיש וויכטיג צו פארשטיין).

דער ענטפער אויף די ערשטע שאלה איז: 50 פראצענט, ווערסעס דער ענטפער אויף די צווייטע שאלה איז: 0.048 פראצענט (דאס איז אביסל ווייניגער ווי פינעף צענטלאך פון א פראצענט).

דא האט איהר א דוגמא פון א שאלה, וואס ווען מ'פרעגט עס אביסל אנדערש, איז דא א ריזיגע דיפערענץ אין די ענטפערס.
פארוואס איז עס אזוי? ווייל די ערשטע שאלה איז געווען נאך ווען מיר האבן שוין געהאלטן ביים ווארפן 10 מאל און מיר האבן שוין באקומען די רעזולטאטן. סא, דאס אז עס איז געפאלן 10 מאל מיטן קאפ אויף אראפ איז 100 פראצענט, די איינציגסטע ספק איז נאר וואס גייט זיין די עלעווטע מאל, וואס ווי אייביג איז דא א פופציג פראצענט טשאנס אז עס זאל פליען מיטן קאפ אויף אראפ, און די זעלבע פופציג פראצענט אז עס זאל פאלן מיטן קאפ אויף ארויף.

מה שאין כן, די צווייטע שאלה איז געווען, בשעת מיר שטייען נאך פאר די עלעוו מאהל, און מיר גייען יעצט רעכענען וואס זענען די טשאנסן, איז די טשאנסן אז עס וועט פאלן די ערשטע מאל אויף אראפ 50 פראצענט, די נעקסטע מאל איז אויך דא א פופציג פראצענט טשאנס פאר זיך אליינס, אבער ווען מען נעמט אין באטראכט צוזאמען מיט די פופציג פראצענט פון די ערשטע מאל, קומט אויס אז עס איז נאר פופציג פראצענט פון פופציג פראצענט, וואס איז 25 פראצענט.
און אזוי איז מען ממשיך, יעדן מאל ווערן די טשאנסן נאך ווייניגער און ווייניגער.

(דער חשבון פאר די וועלכע ווילן וויסן, איז איינס צוטיילן און 2048 (וואס איז די עלעפטע פאוער פון 2)).

על כל פנים וואס לערנען מיר ארויס דערפון? אז ווען מ׳רעדט פון פראבאביליטי, וואס איז די טשאנסן אז עפעס זאל געשעהן, אדער אז עפעס זאל האבן געקענט געשעהן, קען מען צומאל גרינג צומישט ווערן. ווייל עס איז אייביג געוואנדן וויפיל פאקטן מען נעמט אריין אין די שאלה, און וויפיל נישט.

נאך א פשוטע משל, לאמיר זאגן אז עס דא א לאטערי, וואס יעדער וואס טרעפט צו א זיבן דידזשיט נומער, (וואס וועט ווערן ראנדאמלי אויסגעקליבן דורך די לאטערי באאמטע). געווינט א מיליאן דאלער.

ראובן האט אויסגעקליבן 1234567, שמעון האט געטשוזט 9845280. וואס זענען די טשאנסן פון ראובן צו געווינען און וואס זענען די טשאנסן פון שמעון צו געווינען?

דער ענטפער איז: די זעלבע טשאנסן! ביידע האבן א 0.00001 פראצענט צו געווינען.

אויב גייען אריין צעהן מיליאן מענטשן אין די לאטערי, וואס זענען די טשאנסן אז איינער פון די אלע וועט געווינען? 100 פראצענט (לצורך הפשטת הענין, וועלן מיר רעדן אז צוויי מענטשן קענען נישט איבער נוצן די זעלבע נומער).

שוין, גענוג. איך קען געבן דוגמאות נאך און נאך, אבער די געדאנק וואס איך וויל דא ארויסברענגען איז, אז די ריכטיגע ענטפער אויף א שאלה אזוי ווי : ״איז עס סטאטיסטיש מעגליך?״ אדער ״וואס זענען די טשאנסן?״, קען דראסטיש געטוישט ווערן, מיט מינימאלע טוישונגען אין די שאלות.
פרייטאג מאי 29, 2015 12:40 am#278892
און יעצט דארף מען נאר צוענדיגן מיט די סוגיא פון תשע חניות און בשר חזיר, און אריינווארפן ר' שמעון שקאפ'ס כאפ, והמבין יבין...

========
ייש"כ הרב ATUB @פארוואס? ATUB פארן באשרייבן אזוי שיין.
פרייטאג מאי 29, 2015 1:19 am#278895
פרק ב
פרק ב



על כל פנים, ווען מיר שטויסן זיך צומאל אן אין וואונדערבארע צירופי-מקרים, וואס מענטשן ווערן זייער ווילד, און שרייען גלייך אויס: אצבע אלוקים היא! נסתרות דרכי אלקים! אויב אנאליזירן מיר עס מיט די ריכטיגע טולס, קען די גאנצע התלהבות ווערן צורינען אין איין מינוט, איך וועל נעמען עטליכע דוגמאות, אבער בעפאר לאמיר קלאר מאכן איין געוויסע נקודה.

איך רעד נישט יעצט פון נארישע אזוי גערופענע מופתים, וואס ווארפן זיך אונטער די טישן פון יעדן רבי'לע \ גאלאח \ שעיך. ווייל אזעלכע מופתים זענען רוב מאל זייער פשוט. געווענליך רעדט מען פון הבטחות אויף געוויסע זאכן וואס די טשאנסן אז עס זאל טאקע געשעהן זענען גאנץ הויך.

לאמיר זאגן, אז איינער האט א געוויסע מחלה, וואס 20 פראצענט קראנקע דרייען זיך ארויס דערפון, דאן מיינט עס אז פאר יעדער פינף קראנקע וואס קומען צום רבי'ן פאר א ברכה, קומט ארויס איין מופת. נו שוין, ווענדט זיך וויפיל הבטחות דער רבי געבט, לויט דעם שטייגן די מופתים, (ווייל די כשלונות ווערן דאך נישט גערעכנט, און ווי מאטי איז מצטט פון יואב "אמאל מעגן די מצוקים געווינען די אראלים אויך", ודפח"ח).

אבער ווי געזאגט, מיר רעדן יעצט איבער אמת'ע מופתים, כ'מיין געשעהנישן וואס די טשאנסן אז עס זאל געשעהן זענען זייער זייער נידריג, און כדי דאס צו פארשטיין וועלן מיר מקדים זיין מיט די באקאנטע אינפיניט מאנקי טעאריע.

די טעאריע זאגט אזוי, לאמיר נעמען א מאנקי און איהם אוועק זעצן איבער א קאמפיוטער קיבארד, און ער זאל רענדאמלי ווארפן זיינע פינגערס העכערן קיבארד, שרייבן און שרייבן.

וואס וועט ארויס קומען דערפון? פארשטייטס זיך אז אומ-פארשטענדליכע זאצן, אזוי ווי ערווארטעט פון רענדאמלי געווארפענע אותיות.

זאגט אבער די טעאריע, אז אויב וועלן מיר לאזן די מאנקי זיצן שעות ארוכות עד אין סוף (כפשוטו), וועלן מיר קענען באקומען פון איהם פאר "כמעט זיכער" אלע געשרייבעכצער פון שייקספיר (טאמער איז די קיבארד אנגעשטעלט אויף ענגליש), אדער אלע כתבי אר"י (טאמער שרייבט ער אין עברית).

דער ערקלערונג דערויף איז, אז כאטש עס איז טאקע זייער א שוואכע טשאנס צו באקומען פון א רענדאמלי געשרייבעכץ עפעס א נארמאלע זאץ, אויב אבער וועלן מיר איבער'חזר'ן איינמאל און ווידער אמאל די זעלבע זאך, וועט די טשאנסעס ווערן העכער און העכער.

דאס זעלבע איז מיט מופתים און נסים, אפילו טאקע עס זייער אומ-ערווארטעט אז עס זאל געשעהן אט די פאסירונג, אבער עס איז ערווארטעט אז עס זאל געשעהן אומ-ערווארטעטע זאכן אויך.

איך האף צו מער מרחיב זיין איבער דעם אינעם קומענדיגן פרק.
פרייטאג מאי 29, 2015 5:17 pm#279053
הערליך
איך קוק ארויס אויף די נעקסטע פרק
פרייטאג מאי 29, 2015 6:52 pm#279100
פרק ג
פרק ג


האבן מיר געזעהן אז אויב מ׳טוהט א זאך אינסוף מאל, וועלן מיר באקומען אומ-ערווארטענע רעזולטאטן.

אבער דאס איז נישט אזוי רעאליסטיש, ווייל אין פאקט, אין אונזער עולם העשיה, איז נישט פארהאן קיין אינסוף צייט, סא, עס איז נישט קיין למעשה׳דיגע דוגמא. דאן לאמיר פראבירן נעמען אט דעם זעלבן געדאנק און אפעלירן צו מער רעאליסטישע געשעהנישן, מיט אסאך קלענרע (אדער אינסוף קלענערע) נומערן פון אינסוף.

לאמיר נעמען אן אינטרעסאנטע דוגמא, א וואסער מיטער, וואס דערציילט וויפיל קיוביק-פיס וואסער איז אדורך די פייפ, האט געווענליך 6 דידזשיטס. יעצט לאמיר געבן א קלער וואס איז די טשאנס אז א מענטש זאל גיין לייענען זיין וואסער מיטער, און טרעפן די ערשטע אדער לעצטע זעקס דידזשיטס פון זיין היים טעלעפאן נומער?

אויב וואלט איהר זיך אנגעשטויסן אין אזא געשעהניש, וואלט איהר עס אנגעקוקט אלס א נס? וואלט איהר געהאלטן אז עפעס א סימן מן השמים איז דא דערין? אדער וואלט איהר אנגעפאנגען צו שפאקולירן מעגליכע קאנספיראציעס אז די וואסער קאמפאני מיטן טעלעפאן קאמפאני האבן געמאכט א יד אחת מיט די מאפיא.

דער ענטפער איז, וויבאלד יעדע טעלעפאן נומער באשטייט פון זיבן דידזשיטס, (אהן די עריע קאוד), דאן קען זיין נאר צוויי סארטן צופרידנשטעלנדע אויסשטעלן פון זעקס דידזשיטס, (דאס איז די ערשטע זעקס דידזשיטס פונעם טעלעפאן נומער, אדער די לעצטע זעקס דידזשיטס).

וויפיל סארטן אפציעס זענען דא פון א מעטער? כדי צו מאכן זאכן מער פשוט, וועלן מיר אננעמען אז עס איז דא אן אייניגע טשאנס פאר יעדע סארט נומער וואס באשטייט פון 6 דידזשיטס צו שטיין אויפן מיטער. נו, אויב אזוי זענען פארהאן 1,000,000 סארטן אפציעס, א מיליאן.

יעצט וויבאלד מיר האבן צוויי סארטן נומער, דעמאלס איז דער חשבון, צוויי צוטיילן אין א מיליאן, וואס איז איינס פון פינעוו הונדערט טויזנט, אדער 0.0002 פראצענט.

אין אנדערע ווערטער, עס איז פארהאן זייער א שוואכע טשאנס, אז איהר זאלט טרעפן אייער טעלעפאן נומער אין אייער וואסער מיטער.

אבער יעצט לאמיר טראכטן וויפיל מענטשן איבער די וועלט קוקן א יעדע וואך אין זייער וואסער מיטער?

אהה... קיינער ווייסט נישט, אבער למען הפשטות לאמיר אננעמען אז נאר 50 מיליאן מענטשן. (דאס איז היבש ווייניגער פון א הונדערטסל פון די וועלסט פאפולאציע).

מיט אביסל מאטעמאטיק קומען מיר אן צו די מסקנא, (בהנחה אז די אויבנדערמאנטע אינפארמאציע איז נישט איבערגעשאצט), אז יעדע וואך טרעפן הונדערט מענטשן אריבער די וועלט זייער טעלעפאן נומער אין זייער מיטער.

מאכט נישט קיין טעות! דאס מאכט עס נאך נישט פאר א זאך וואס האט גוטע טשאנסן צו געשעהן. ניין! עס איז נאך אלס זייער א שוואכע טשענס עס זאל געשעהן צו אייך פערזענליך, אבער זייער א הויכע טשענס עס זאל געשעהן אין אלגעמיין פאר הונדערט מענטשן אריבער די וועלט.

די מסקנא איז, יעדע זאך וואס האט שוואכע טשענסן עס זאל געשעהן, אבער עס איז מעגליך און נישט אפגעהאלטן פון די געזעצן פון די נאטור, וועט כמעט זיכער געשעהן, איינמאל מ׳וועט איהם געבן גענוג געלעגנהייטן צו פראבירן.

יעדע מינוט געשעהט ״נסים״ איבער די וועלט, נעמענדיג אין באטראכט וויפיל סארטן אומ-פאראויס געזעהנע באדייטנדע געשעהנישן זענען מעגליך צו געשעהן.
פרייטאג מאי 29, 2015 7:03 pm#279104
פארוואס, דיין ארטיקל איז ממש משהו מיוחד, עס עפנט דעם קטפ.
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:18 pm#279136
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
וויפיל טשענסעס איז דא אז די גרעניץ באאמטע זאלן סטעמפלען א זמירות אנשטאטס א פאספארט ?
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:31 pm#279141
הויזן טראגער האט געשריבן:וויפיל טשענסעס איז דא אז די גרעניץ באאמטע זאלן סטעמפלען א זמירות אנשטאטס א פאספארט ?


איך וועל מער מאריך זיין אין די קומענדיגע פרקים, פונקטליך ווי אזוי מ'אנאליזירט מיט א קלארע באוויכטזיניגקייט אזעלכע סארט לעגאנדעס.

אבער פאר דיין ספעציפישע דוגמא, איז טאקע זייער ריכטיג צו כאפן א בליק, אין א באזונדערע אשכול, ווי אזוי עס האט זיך אנגעפאנגען און ווי אזוי עס האט זיך געענדיגט.
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:48 pm#279149
שש משזר האט געשריבן:און יעצט דארף מען נאר צוענדיגן מיט די סוגיא פון תשע חניות און בשר חזיר, און אריינווארפן ר' שמעון שקאפ'ס כאפ, והמבין יבין...

========
ייש"כ הרב @פארוואס? פארן באשרייבן אזוי שיין.

שש משזר: דו האסט מיר אויסגעכאפט 50% (אויב מיר רעדן פון סטאטיסטיקס) פון מיין תגובה. ווייל איך האב געוואלט אריינווארפן דעם מושג (דעפינישן) פון תשע חנויות...א קליינע, זייטיגע באמערקונג, פאר אזעלכע אינטעלעקטואלן וואס אונז האלטן מיר זיך. דער ווארט חנות, געשעפט. פון וועלכן דער פלוראל איז אין עברית "חנויות". ווייל "חניות" מיינט דער פלוראל פון "פארקינג, חנייה...!
יעצט צוריק צום נושא.: וואס איז דער כאפ פון ר' שמעון שקאפ. (וועמענ'ס אייניקל איז געווען איינע פון די גרויסע אנטי-רעליגיעזע פראוואקאטירער אין די ישראל'ישע פאליטיק.(...!
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:55 pm#279154
אדרבה, רבי ATUB @פארוואס? ATUB תודיענו אם תסביר לנו הענין הנ"ל בטוטו"ד.
מוצ"ש מאי 30, 2015 11:57 pm#279155
כ'בין כמעט בטוח אז הרב החכם הכולל רבי ATUB @פארוואס? ATUB גייט רעדן איבער דעם, סיי איבער תשע חנויות, און סיי איבער רשש"ק כאפ. דאס קומט אזויווי 'אויטאמאטיש' אריין אין אזא סארט שמועס. בקיצור, מיר וועלן הערן זיינע הגדרות איבער דעם ענין.

ATUB @berlbalaguleh ATUB , חן חן לך על הערתך האמיתית אויפן ווארט 'חנויות'. שכחתי ותקנת אותי.
זונטאג מאי 31, 2015 12:14 am#279164
פארוואס:אין דעם עניין פון פארבינדונג פון סטאטיסטישע ציפערן (פראבאביליטי) אנטקעגן די ערשיינונג פון השגחה פרטית. ד.ה. אז ווען עס איז סטאטיסטיש כמעט אדער אינגאנצן אוממעגליך אז צוויי ערשיינונגען זאלן זיך צוזאמקומען אויף איין פלאץ אין די זעלבע צייט, מוזן מיר אננעמען אז דאס איז השגחה פרטית. איז אבער דא אן אנדער טייל וואס מ'קען עס אנרופן השגחה פרטית. און ס'האט גארנישט צו טון מיט סטאטיסטישע ציפערן (פראבאביליטי). למשל, איך האב מיט עטליכע יאר צוריק געדארפט מאכן אן אינשורענס פעימענט פון $1,000. וואס אויב די פאליסי ווערט געקענסלט וואלט איך שאדן געהאט א סאך מער ווי טויזנט דאללער. איין טאג פאר די דעדליין האט מיך אנגערופן א מענטש וועלכער איז מיר שולדיג געווען א סכום פון $2,000 דאללער אז ער וויל מיר באצאלן דאס געלט. דער חוב איז שוין געווען אלט א פאר יאר. און איך האב מיך שוין כמעט מייאש געווען פון דעם געלט...דאס האט נישט קיין אנדערן הסבר. נאר אז ס'איז בהשגחה פרטית...!
איך קען ברענגען נאך צענדליגער ביישפילן וואו א מצב האט זיך געטוישט לטובה, ממש אין די לעצטע מינוט.
זונטאג מאי 31, 2015 12:16 am#279166
שש משזר האט געשריבן:כ'בין כמעט בטוח אז הרב החכם הכולל רבי @פארוואס? גייט רעדן איבער דעם, סיי איבער תשע חנויות, און סיי איבער רשש"ק כאפ. דאס קומט אזויווי 'אויטאמאטיש' אריין אין אזא סארט שמועס. בקיצור, מיר וועלן הערן זיינע הגדרות איבער דעם ענין.

@berlbalaguleh, חן חן לך על הערתך האמיתית אויפן ווארט 'חנויות'. שכחתי ותקנת אותי.

כמעט בטוח מיינט וויפיל פראצענט?
צו זיין האנעסט, איך האב נישט געפלאנט צו רעדן איבער דעם, און איך קען נישט דעם רשש״ק, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן א מראה מקום, און אויב וועט עס זיין נוגע לענייננו, וועל איך עס מערצאשעם באהאנדלען.
זונטאג מאי 31, 2015 12:19 am#279168
berlbalaguleh האט געשריבן:פארוואס:אין דעם עניין פון פארבינדונג פון סטאטיסטישע ציפערן (פראבאביליטי) אנטקעגן די ערשיינונג פון השגחה פרטית. ד.ה. אז ווען עס איז סטאטיסטיש כמעט אדער אינגאנצן אוממעגליך אז צוויי ערשיינונגען זאלן זיך צוזאמקומען אויף איין פלאץ אין די זעלבע צייט, מוזן מיר אננעמען אז דאס איז השגחה פרטית. איז אבער דא אן אנדער טייל וואס מ'קען עס אנרופן השגחה פרטית. און ס'האט גארנישט צו טון מיט סטאטיסטישע ציפערן (פראבאביליטי). למשל, איך האב מיט עטליכע יאר צוריק געדארפט מאכן אן אינשורענס פעימענט פון $1,000. וואס אויב די פאליסי ווערט געקענסלט וואלט איך שאדן געהאט א סאך מער ווי טויזנט דאללער. איין טאג פאר די דעדליין האט מיך אנגערופן א מענטש וועלכער איז מיר שולדיג געווען א סכום פון $2,000 דאללער אז ער וויל מיר באצאלן דאס געלט. דער חוב איז שוין געווען אלט א פאר יאר. און איך האב מיך שוין כמעט מייאש געווען פון דעם געלט...דאס האט נישט קיין אנדערן הסבר. נאר אז ס'איז בהשגחה פרטית...!
איך קען ברענגען נאך צענדליגער ביישפילן וואו א מצב האט זיך געטוישט לטובה, ממש אין די לעצטע מינוט.


נישטא קיין איין זאך אין די וועלט וואס האט נישט צו טוהן מיט סטאטיסטישע ציפערן. כאטש עס איז פארהאן זאכן וואס עס איז זייער שווער צו אויסרעכענען אדער צו באקומען די ריכטיגע אינפארמאציע, אבער אין טעאריע, פאלן זיי אלע אונטער די טרוקענע געזעצן פון מאטעמאטיק.
זונטאג מאי 31, 2015 12:31 am#279176
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס, דיין ארטיקל איז ממש משהו מיוחד, עס עפנט דעם קטפ.

ר' מושב זקנים: סטאטיסטיש גערעדט איז כמעט זיכער אז דו ביסט אן אלטער איד...(העכער די שבעים שנה, עמו"ש). נאר ס'איז אויך דא א מעגליכקייט (גאר א קליינע פראצענט ברוכטייל) אז דו ביסט א פרישער יונגערמאן וועלכער לערנט אין כולל אלס א סייד ליין. אבער, בכל אופן מיין איך אז דו דארפסט א פאר נייע גלעזער. כאטש די אות "ט" אויפ'ן היברו קיבאורד איז נעבן דעם אות "א". און דו האסט מסתמא געוואלט דרוקן דעם אות "א". ס'איז אבער ארויסגעקומען דער אות "ט"...!
זונטאג מאי 31, 2015 12:02 pm#279260
הערליך שיין ATUB @פארוואס? ATUB , יישר חיילך.

פארוואס? האט געשריבן:
פרק ג


יעצט וויבאלד מיר האבן צוויי סארטן נומער, דעמאלס איז דער חשבון, צוויי צוטיילן אין א מיליאן, וואס איז איינס פון פינעוו הונדערט טויזנט, אדער 0.0002 פראצענט.



לייג צו צו דעם, אז ס'איז דא נאך צענדליגע, אדער הונדערטער זעקס ציפערדיגע נומערן וואס א מענטש קען טרעפן אויף זיין מיטער, וואס וועט עם אויסזען ווי א משוגענע קאאינצידענט, ווי למשל זיין אדרעס, דעיט אוו בירטה, די טאג וואס ער האט חתונה געהאט, זיין זיידענ'ס יארצייט, וכו' וכו', וואס דאס ברענגט ארויף די שאנסט פון געדענקען וואס מ'זעט אויפן מיטער פי כמה, און ווען מ'זעט סתם א נומבער וואס מיינט נישט גארנישט געדענקט מען ניטאמאל אז מ'האט געקוקט.
זונטאג מאי 31, 2015 12:25 pm#279268
זייער שיין און אינטערעסאנט, ATUB @פארוואס? ATUB , יישר כח און איך ווארט אויפ'ן המשך.

עס איז דא זאכן וואס מען רופט אן 'ניסים', און ס'איז דא זאכן וואס מען רופט אן 'השגחה פרטית'. זאכן וואס זעען אויס אינגאנצן ארויס פונעם דרך הטבע, רופט מען 'ניסים', און זאכן וואס זענען יא אינעם דרך הטבע, אבער ווען מען קוקט אויפ'ן גאנצן בילד זעט מען ווי די זאכן האבן זיך אזוי שיין און געשמאק געשטעלט אויפ'ן פלאץ, דאס רופט מען 'השגחה פרטית', א מאמין וועט זאגן אז ער דערקענט אין דעם דעם יד ה', ער איז זיכער אז איינער איז געשטאנען אונטער דעם און עס אזוי שיין אויסגעשטעלט.
דו ברענגסט ארויס אז די זאכן וואס זעען אויס זייער אינטערעסאנט אז עס זאל געשען, איז באמת נישט אזוי אינטערעסאנט, מען דארף אויסרעכענען די מאטעמאטישע חשבונות וואס און וויפיל זענען די שאנסן אז אזעלכע זאכן זאלן פאסירן. דאס איז ביי 'ניסים'. ווידער ביי 'השגחה פרטית' דארפסטו נישט צוקומען צו דעם גאנצן הסבר, ווייל די זאכן זענען באמת בכלל נישט ארויס פון די נארמאלע דרך הטבע, דאס איז נאר אז דער מאמין קוקט עס אן מיט זיינע ברילן און ער זעט אין דעם דער יד ה', ווי אזוי די זאכן האבן זיך אזוי שיין אויסגעשטעלט, און נאכדערצו ווען פון אנהויב האט אויסגעקוקט אז דאס איז א שלעכטע פאסירונג און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז גאר געווען לטובה. פארשטייט זיך אז איינער וואס גלייבט נישט אין השגחה פרטית, וועט זאגן אז די זאכן זענען פונקט אזוי פערצופאל געשען, און ער וועט אפילו נישט דארפן צוקומען צו די חשבונות פון @פארוואס?.

איך האב שוין געשריבן אויף א צווייטע פלאץ אז די סיבה פארוואס מען דערציילט מעשיות פון השגחה פרטית איז נישט ווייל מען וויל דערמיט 'אויפווייזן' אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, יעדע זאך קען מען אפפרעגן אויב וויל מען דוקא, און רוב מאל דארף מען אפילו נישט זיין דער גרעסטער חכם דאס אפצופרעגן. די סיבה איז נאר ווייל מען וויך פשוט חזר'ן די אמונה. אמונה איז אזא וואונדערליכע זאך וואס קען דערהאלטן א מענטש אין די שווערסטע מצבים, עס געבט אים די מוט און חשק אנצוגיין אין לעבן אפילו ווען זאכן גייען נישט פונקטליך אזוי ווי מען האט געוואלט. אבער די אמונה דארף מען חזר'ן, אז מען חזר'ט געדענקט מען, און אז מען חזר'ט נישט פארגעסט מען. און די מעשיות פון השגחה פרטית זענען פשוט אזא שיינע געשמאקע וועג איבערצו'חזר'ן די אמונה אז עס זאל בלייבן אין די ביינער. א זאך וואס מען חזר'ט מיט א מעשה געדענקט מען בעסער און עס ווערט בעסער איינגעקריצט אין מח.

דעריבער, נאך די אלע חשבונות וואס דו מאכסט אז די מעשיות זענען העכסט נארמאל און בכלל נישט אינטערעסאנט, איז נאך אלץ נוגע דאס דערציילן די מעשיות פאר א מענטש וואס גלייבט סתם אזוי אז אונטער סיי וועלכע מעשה ליגט דעם יד ה', און דאס פארציילן די מעשיות וועט אים פשוט העלפן אין די חזרה.
זונטאג מאי 31, 2015 1:08 pm#279281
א גרויסן יישר כח, פארוואס, פארן אנרירן די וויכטיגע נושא, בשעת עס יאווען זיך תהלים כולל מעשיות אונטער די פיס.
איך וויל צוצייכענען א לעצטיגע ביכל וואס איז געווידמעט ממש אויף די נושא און קען דיר בייהילפיג זיין, מיטן נאמען The improbability Principle. דא קענט איר זען אן ארטיקל איבער דעם ביכל. m http://www.slate.com/articles/health_an ... l_the.html m
זונטאג מאי 31, 2015 1:13 pm#279284
ברסלבער, אויב וויל מען פשוט איינחזרן די הערליכע סיסטעם פון די בריאה, איז נישט מער כדאי צו רעדן פון די פשוטע נפלאות הבורא ווי צו רעדן פון די קאאינצידענטן?
זונטאג מאי 31, 2015 1:23 pm#279288
יאיר, איך האב א געוויסן זינגער וואס איז מיר זייער צום הארצן, ער האט א הארציגע שטימע און דרייט מיטן קול ממש א געשמאק. לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א חתונה וואו ער האט געזינגען, און איך האב זייער הנאה געהאט, און ספעציעל פון איין שטיקל ווען ער האט ארויפגעצויגן אזוי שיין אז עס האט מיר באנומען די ביינער. דער קומענדיגן טאג ווען איך דערצייל איבער מיינע איינדרוקן פאר מיין חבר, וועל איך אים זאגן בכלליות אז יענער האט זייער שיין געזינגען, אבער איך וועל מער מאריך זיין צו רעדן פון דעם ספעציעלן שטיקל וואס יענער האט אראפגעלייגט. און נאכדערצו אויב איך וועל יענעם הערן זינגען יעדן שני וחמישי, וועט נישט האבן קיין פשט צו רעדן סתם פון זיין זינגען, נאר פון די ספעציעלע שטיקלעך וואס יענער האט באוויזן. דוק מינה ואוקי באתרין.
זונטאג מאי 31, 2015 1:37 pm#279292
דאס איז דאך מיין שאלה, פארוואס איז דאס אזא ספעציעלע שטיקל? וואס איז דער קונץ פון באשאפן א וועלט אין וועלכן עס געשעען קאאינצידענטן אז אין איינע פון די הונדערטער מאל וואס מען האט געזאגט תהלים האט מען פונקט געטראפן א זשאב? דער פאקט אז איך האב די פיזישע און גייסטיגע מעגליכקייט צו שרייבן די דאזיגע תגובה איז הונדערט מאל מער ספעציעל ווי אלע תהלים כולל מעשיות אינאיינעם.
זונטאג מאי 31, 2015 1:45 pm#279295
דאס איז דאך מיין ענטפער. אלעס ווענדט זיך אין די הנחה קדומה וואס דער מענטש האט אין מח נאך איידער ער הערט אדער דערציילט די מעשה. די הנחה קדומה האט גארנישט צו טון מיט די מעשה וואס גייט דערציילט ווערן.
איינער וואס גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט יעצט מיט אן השגחה פרטית, אזוי ווי דער זינגער וואס שטייט יעצט אויפ'ן סטענד, פאר אזא איינעם איז אינטערעסאנט צו הערן א ספעציעל שטיקל, ווייל פאר אזא איינעם איז דער שטיקל עפעס ספעציעל. ווידער פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין השגחה פרטית, לאמיר זאגן אז ער גלייבט אז דער אייבערשטער האט איינמאל באשאפן די וועלט מיט א הערליכע סיסטעם און דערנאך האט ער געלאזט לויפן דעם סיסטעם וואס האט אין זיך אויך קאאינצידענטן. פאר אזא איינעם איז טאקע דער שטיקל בכלל נישט ספעציעל.
זונטאג מאי 31, 2015 5:38 pm#279370
יאיר האט געשריבן:ברסלבער, אויב וויל מען פשוט איינחזרן די הערליכע סיסטעם פון די בריאה, איז נישט מער כדאי צו רעדן פון די פשוטע נפלאות הבורא ווי צו רעדן פון די קאאינצידענטן?

יאיר: ייש"כ פאר אופברענגען די נקודה. אבער אין אמת'ן קענמען רעדן פון ביידע צדדים פון נפלאות הבורא, וועלכע ברענגען צו א פארשטארקערונג אין די אמונה. נאר די רוטינע זאכן, וועלכע מענטשן זעען טאג-טעגליך זענען אפשר נישט אזוי באמערקבאר אין זייער וואונדערליכע נאטור. ווי למשל די זון אויפשיין און אונטערגאנג. אדער אפילו דער אויסשטעל פון די לבנה און שטערנס אויפ'ן ביינאכטיגן הימל. אבער ווען עפעס אויסערגעוויינליכס געשעהט, דאן הייבט א מענטש אן צו טראכטן וויאזוי דער מצב וואלט זיך געקענט אויסלאזן. און ס'איז נישט אזוי געשעהן...!
זונטאג מאי 31, 2015 6:00 pm#279377
ברסלבער האט געשריבן:דאס איז דאך מיין ענטפער. אלעס ווענדט זיך אין די הנחה קדומה וואס דער מענטש האט אין מח נאך איידער ער הערט אדער דערציילט די מעשה. די הנחה קדומה האט גארנישט צו טון מיט די מעשה וואס גייט דערציילט ווערן.
איינער וואס גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט יעצט מיט אן השגחה פרטית, אזוי ווי דער זינגער וואס שטייט יעצט אויפ'ן סטענד, פאר אזא איינעם איז אינטערעסאנט צו הערן א ספעציעל שטיקל, ווייל פאר אזא איינעם איז דער שטיקל עפעס ספעציעל. ווידער פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין השגחה פרטית, לאמיר זאגן אז ער גלייבט אז דער אייבערשטער האט איינמאל באשאפן די וועלט מיט א הערליכע סיסטעם און דערנאך האט ער געלאזט לויפן דעם סיסטעם וואס האט אין זיך אויך קאאינצידענטן. פאר אזא איינעם איז טאקע דער שטיקל בכלל נישט ספעציעל.

ברסלבר: דא איז אפשר כדאי ארויס צו ברענגען דעם חילוק פון די אלגעמיינע דעמאקראטישע וועלטליכע ערציאונג סיסטעם. ספעציעל דעם אמעריקאנער. וואו די קינדער אין די סקולס ווערן בדרך כלל ערצויגן מיט אמונה בה' (אויף זייער וועג) און די קאמוניסטישע חינוך סיסטעם וועלכע האט אויסגעריסן יעדע פינטל פון אמונה ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג.
ווען דער ערשטער רוסישער קאסמאנאוט, יורי גאגארין (וועלכער האט שוין געכאפט זיין סוף מיט א מיתה משונה) איז צום ערשטן מאל ארויפגעפלויגן אין ספעיס מיט'ן ספוטניק, האט ער געזאגט סארקאסטיש...אז ער איז ארויפגעפלויגן העכער די וועלט און ער האט נישט געזעהן גאט...!
לעומת זה. דער אמעריקאנער אסטראונאוט, דזשאן גלען, ווען ער איז דאס ערשטע מאל ארויפגעפלויגן אין ספעיס און ר'האט געזעהן די וואונדערליכע בריאה פון די וועלט און אלעס ארום, איז ער זייער שטארק נתפעל געווארן און ער האט געזאגט א קפיטל אין תהלים (איך געדענק נישט פונקטליך וועלכע.) וועלכע רעדט פון די נפלאות הבורא פון די בריאה...!
מאנטאג יוני 01, 2015 1:27 am#279483
ברסלבער האט געשריבן:דאס איז דאך מיין ענטפער. אלעס ווענדט זיך אין די הנחה קדומה וואס דער מענטש האט אין מח נאך איידער ער הערט אדער דערציילט די מעשה. די הנחה קדומה האט גארנישט צו טון מיט די מעשה וואס גייט דערציילט ווערן.
איינער וואס גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט יעצט מיט אן השגחה פרטית, אזוי ווי דער זינגער וואס שטייט יעצט אויפ'ן סטענד, פאר אזא איינעם איז אינטערעסאנט צו הערן א ספעציעל שטיקל, ווייל פאר אזא איינעם איז דער שטיקל עפעס ספעציעל. ווידער פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין השגחה פרטית, לאמיר זאגן אז ער גלייבט אז דער אייבערשטער האט איינמאל באשאפן די וועלט מיט א הערליכע סיסטעם און דערנאך האט ער געלאזט לויפן דעם סיסטעם וואס האט אין זיך אויך קאאינצידענטן. פאר אזא איינעם איז טאקע דער שטיקל בכלל נישט ספעציעל.

איך וויל בעסער פארשטיין דיינע ווערטער. מיין אויבנאויפיגע הבנה איז ווי פאלגנד: דו גלייבסט נישט אין אזא זאך ווי קאאינצידענטן, און אלעס ווערט יעדע רגע געטון מיט א כונה דורך גאט כביכול אליין. ממילא איז די גאנצע אשכול אומרעלעוואנט, ווייל ווי קומט דא אריין סטאטיסטיקס אויב גאט אליין באשליסט יעדע רגע וואס צו טון און רעכנט זיך קנאפ מיט סטאטיסטיקס. און דערפאר איז דיר א זכיה אז דער באשעפער האט דיר ספעציעל צוגעפירט א געוויסע זאך, כאטש ער האלט אין איין טון אסאך מער וואונדערליכע זאכן, ווייל די געוויסע זאכן רעדן צו דיר פערזענליך.
האב איך ריכטיג אפגעלערנט דיינע ווערטער?
מאנטאג יוני 01, 2015 2:46 am#279494
ברסלבער האט געשריבן:דו ברענגסט ארויס אז די זאכן וואס זעען אויס זייער אינטערעסאנט אז עס זאל געשען, איז באמת נישט אזוי אינטערעסאנט, מען דארף אויסרעכענען די מאטעמאטישע חשבונות וואס און וויפיל זענען די שאנסן אז אזעלכע זאכן זאלן פאסירן. דאס איז ביי 'ניסים'. ווידער ביי 'השגחה פרטית' דארפסטו נישט צוקומען צו דעם גאנצן הסבר, ווייל די זאכן זענען באמת בכלל נישט ארויס פון די נארמאלע דרך הטבע, דאס איז נאר אז דער מאמין קוקט עס אן מיט זיינע ברילן און ער זעט אין דעם דער יד ה', ווי אזוי די זאכן האבן זיך אזוי שיין אויסגעשטעלט, און נאכדערצו ווען פון אנהויב האט אויסגעקוקט אז דאס איז א שלעכטע פאסירונג און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז גאר געווען לטובה.


איך פארשטיי פארקערט. אז די השגחה פרטית האט ענדערש די מאטעמאטישע חשבונות, אבער די נסים בכלל נישט. דער באשעפער האט אחיין געזאגט ביי יציאת מצרים אז ער איז משדד די מערכות הטבע. איז אויב אזוי האט שוין ניסים נישט קיין שייכות מיט מאטעמאטיקס, ווייל ניסים קען אלץ געשען. (למעשה, איז היינטיגע צייטן אפציעל שוין נישטא קיין ניסים נאר השגחה פרטית וכדו').
מאנטאג יוני 01, 2015 11:55 am#279532
יאיר האט געשריבן:איך וויל בעסער פארשטיין דיינע ווערטער. מיין אויבנאויפיגע הבנה איז ווי פאלגנד: דו גלייבסט נישט אין אזא זאך ווי קאאינצידענטן, און אלעס ווערט יעדע רגע געטון מיט א כונה דורך גאט כביכול אליין. ממילא איז די גאנצע אשכול אומרעלעוואנט, ווייל ווי קומט דא אריין סטאטיסטיקס אויב גאט אליין באשליסט יעדע רגע וואס צו טון און רעכנט זיך קנאפ מיט סטאטיסטיקס. און דערפאר איז דיר א זכיה אז דער באשעפער האט דיר ספעציעל צוגעפירט א געוויסע זאך, כאטש ער האלט אין איין טון אסאך מער וואונדערליכע זאכן, ווייל די געוויסע זאכן רעדן צו דיר פערזענליך.
האב איך ריכטיג אפגעלערנט דיינע ווערטער?

ATUB @יאיר ATUB , ריכטיג, דאס איז וואס איך גלייב, אבער איך האב נישט מיט דעם אפגעפרעגט דעם אשכול. ווייל פון דעם וואס איך גלייב אז דער אייבערשטער פירט די וועלט יעדע רגע און דעריבער איז מיר א זכי' ווען ער האט מיר פערזענליך געהאלפן, קען איך אבער נאכנישט ברענגען פון דעם א ראיה אויף השגחה פרטית.

אין אנדערע ווערטער, דו קומסט מיר פרעגן פארוואס איך דערצייל מעשיות פון השגחה פרטית אין די צייט וואס דו ווייסט פאר א פאקט אז עס א נארמאלע זאך אז עס געשען קאאינצידענטן, און דעריבער זענען די מעשיות בכלל נישט קיין ראיה צו השגחה פרטית. וועל איך דיר ענטפערן אז די סיבה פארוואס איך דערצייל די מעשיות איז ווייל מיין טאטע האט מיר געזאגט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט יעדע רגע, און דעריבער האלט איך איז נישט פארהאן אזא זאך ווי א קאאינצידענט, אפילו ווען פארן פליישיגן אויג זעט עס יא אזוי אויס.
מאנטאג יוני 01, 2015 2:44 pm#279571
ATUB @ברסלבער ATUB איך מיין מיר גייען דא ארום אין סירקלס.

יאיר האט דיר עפעס געפרעגט, און איך האב נישט געזעהן אז דו האסט עס געענטפערט.

1). מיר ביידע גלייבן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.

2). מיר ביידע האלטן אז מאטעמאטיק איז א פאקט וואס מ׳קען נישט אוועק מאכן.

3). מאטעמאטיק ווייזט אונז אז די אלע אזויגערופענע השגחה פרטית׳ן זענען צירופי מקרים, וואס איז גארנישט ווייניגער קיין חידוש ווי יעדע זאך אינעם טאג-טעגליכן לעבן.

4). אויב דו קריגסט זיך נישט אויף קיין איינס פון די פריערדיגע הנחות, זיי ביטע מסביר: וואס איז די משמעות פון דערציילן השגחה פרטית, מער ווי דערציילן אז די זון האט אויפגעשיינט צופרי?
מאנטאג יוני 01, 2015 3:01 pm#279577
איך בין מסכים צו אלע דיינע הנחות. אבער לאמיר נעמען א קינד אלס משל, די מאמע געבט זיך אינגאנצן איבער פאר'ן קינד, גרייט אים אן עסן, נעמט קער פון זיינע קליידונג, רוימט אים נאך, בקיצור זי זארגט זיך פאר אלע זיינע געברויכן. נאך פסח האט אים זיין מאמע געקויפט עפעס א גאר ספעציעלע בייק פאר אפיקומן, אזוינס וואס קיינער פון זיין גאנצע חדר האט נישט באקומען. יעצט ווען דאס קינד וויל דערציילן פאר איינעם דאס גרויסקייט פון זיין מאמע וועט ער נאר רעדן פון די בייק, און נישט פון אלע אנדערע זאכן וואס זי טוט פאר אים, כאטש וואס די אנדערע זאכן זענען אסאך מער לעבנס וויכטיג, און דאס אז א מאמע קויפט עפעס א ספעציעלע מתנה פאר א קינד, איז לויט מאטעמאטיק נישט עפעס אזוי אויסערארנטליך.

א איד וואס גלייבט אז יעדע זאך פירט דער אייבערשטער, סיי דאס אז איך בין אויפגעשטאנען צופרי, און סיי דאס אז פונקט פאר קאנטרי האב איך באקומען א גרעסערע דזשאב וואס האט אויסגעצאלט אלע מיינע קאנטרי הוצאות. ווען איך וועל רעדן צו איינעם פונעם אייבערשטן וועל איך ענדערש דערציילן די צווייטע מעשה.

איך האף אז איך האב זיך שוין גענוג קלאר ארויסגעברענגט.
מאנטאג יוני 01, 2015 3:08 pm#279578
ברסלבער האט געשריבן:איך בין מסכים צו אלע דיינע הנחות. אבער לאמיר נעמען א קינד אלס משל, די מאמע געבט זיך אינגאנצן איבער פאר'ן קינד, גרייט אים אן עסן, נעמט קער פון זיינע קליידונג, רוימט אים נאך, בקיצור זי זארגט זיך פאר אלע זיינע געברויכן. נאך פסח האט אים זיין מאמע געקויפט עפעס א גאר ספעציעלע בייק פאר אפיקומן, אזוינס וואס קיינער פון זיין גאנצע חדר האט נישט באקומען. יעצט ווען דאס קינד וויל דערציילן פאר איינעם דאס גרויסקייט פון זיין מאמע וועט ער נאר רעדן פון די בייק, און נישט פון אלע אנדערע זאכן וואס זי טוט פאר אים, כאטש וואס די אנדערע זאכן זענען אסאך מער לעבנס וויכטיג, און דאס אז א מאמע קויפט עפעס א ספעציעלע מתנה פאר א קינד, איז לויט מאטעמאטיק נישט עפעס אזוי אויסערארנטליך.

א איד וואס גלייבט אז יעדע זאך פירט דער אייבערשטער, סיי דאס אז איך בין אויפגעשטאנען צופרי, און סיי דאס אז פונקט פאר קאנטרי האב איך באקומען א גרעסערע דזשאב וואס האט אויסגעצאלט אלע מיינע קאנטרי הוצאות. ווען איך וועל רעדן צו איינעם פונעם אייבערשטן וועל איך ענדערש דערציילן די צווייטע מעשה.

איך האף אז איך האב זיך שוין גענוג קלאר ארויסגעברענגט.

ראה תגובת בעל העגלה לעיל: כאטש א בעל עגלה וועט אייביג בלייבן א בעל עגלה. און ער דארף צו האבן א ספעציעלע זכייה אז מ'זאלל אפילו באמערקן אז ער האט געזאגט עפעס. אבער דאך אני הקטן האב שוין גערעדט פונקטליך איבער דעם ענין. אז ביידע חלקים זענען בהשגחת ה''. סיי דאס אז די זון שיינט אויף און גייט אונטער און סיי די ספעציעלע מצבים וועלכע טוישן זיך לטובה אין די לעצטע מינוט. אפילו בדרך הטבע (עולם כמנהגו נוהג) זעהט אויס אז ס'וועט נישט געשעהן. דאך וועט מען רעדן מער פון די אומגעוויינליכע מצבים ווי פון די נאטורליכע, טאג-טעגליכע ערשיינונגען...!
מאנטאג יוני 01, 2015 4:18 pm#279602
פרק ד


מיר זעהן די גאנצע צייט, אז די מענטשליכע אינטואציע איז נישט איינשטימיג מיט די טרוקענע לאגיק וואס שאפן די פעלזנ-פעסטע מאטעמאטישע רולס פון פראבאביליטי.

בעצם, איינע פון די יסודות׳דיגע מושגים וואס ליגן אונטער פראבאביליטי, איז ״רענדאמנעסס״ אדער באקאנט פאר אנדערע אלס ״אקראיות״. דאס איז, א זאך וואס א מענטש קען נישט גוט נאכשפילן.

איך האב אמאל געליינט (איך געדענק נישט וואו), איבער סטודענטן וואס האבן געדארפט אראפשרייבן א ליסט פון רעזולטאטן וואס זיי האבן באקומען פון רענדאמלי געשעהנישן. לאמיר זאגן זיי האבן געדארפט ווארפן א קוואין הונדערטער מאלן, און זיי האבן געדארפט אראפשרייבן די רעזולטאטן יעדע מאל.

פארשטייטס זיך, אז עטליכע סטודענטן זענען געווען פויל צו טוהן למעשה לויט די אינסטראקשנס, האבן זיי סתם געשריבן אן טראכטן, און געווארפן פינטלעך כאילו זיי וואלטן באמת געווארפן א קוואוין, ווייל נאך אלעמען רעדט מען דאך די פון רענדאמנעס, סא, וואס א חילוק צו די קאווין איז קובע די רענדעם ענטפער, אדער די מוח דזשענעריט עס.

צום וואונדער, האבן די פראפעסערס געקענט באמערקן ווער עס האט געפעלטשעוועט און ווער עס האט אמת'דיג געפאלגט די אינסטראקשנס בתמימות, ווי אזוי?

זיי האבן דורכגעקוקט די ליסט פון די רעזולטאטן, און זיי האבן באמערקט אז במשך די גאנצע ליסט, איז נישט פארהאן קיין איינמאל וואס עטליכע רעקארדס חזר'ן זיך איבער די זעלבע. עס איז נישט געווען קיין איינמאל וואס די קאווין איז געפאלן זיבן מאל נאכאנאנד אויפן קאפ.

די סיבה פארוואס די סטודענעטן האבן עס געטוהן, איז וויבאלד זיי האבן געוויסט אז עס זייער א שוואכע טשאנס אז ווען מ'ווארפט א קוואין זיבן מאל זאל מען באקומען די זעלבע רעזולטאטן אלע זיבן מאל, (דאס איז א טשאנס בערך 0.8 פראצענט). סא, האבן זיי געמאכט זיכער נישט צו מאכן צופיל מאל נאכאנאנד די זעלבע זאך. (עס מוז נישט זיין זיי האבן געטראכט דערפון, נאר פשוט אזוי ארבעט די קאפ פון א מענטש, אויב וועט איהר בעטן איינעם צו נאכמאכן עפעס אז עס זאל אויסזעהן רענדאמלי, וועט ער עס מאכן אזוי).

אבער די פראפעסארן, האבן אויסגערעכנט, אז כאטש טאקע עס איז פארהאן אזעלכע קליינע טשאנסן אז עס זאל געשעהן, פונדעסטוועגן אויב רעדן מיר פון א ריזיגער רעקארדס-ליסט, איז דא זייערע הויכע טשאנסן אז כאטש איינמאל זאל עס געשעהן.

דאס ברענגט אונז ארויס קלארער די חילוק ווי אזוי די מענטשליכע קאפ קוקט אויף רענדמנעסס, און אלס א רעזולטאט באטראכט ער אזוי די מציאות אויך, און ער באוואונדערט מאדנע געשעהנישן.


בדרך אגב, רענדאמנעסס, איז איינס פון די שווערסטע (אדער אומ-מעגליכע) טאסקס פאר א קאמפיוטער. א קאמפיוטער איז א דעטערמעניסטע באשעפעניש, און עס איז איהם אומ-מעגליך צו אליינס דזשענערעיטן אמת'ע רענדאמנעסס. (די רענדאם נומערן וואס א קאמפיוטער געבט, ווערט גערופן פסאודו-ראנדאם). עס פארדינט א לענגערע אריכות, (קען זיין בבוא הזמן).

בעפאר מיר גייען צום קומענדיגן פרק, וויל איך מסכם זיין אין קורצן, וואס זענען די אמת׳ע פאקטן וואס איז באהאלטן אונטער יעדע ווינט פון השגחה-פרטית׳ן, מופתים, צירופי-מקרים, וכו׳.

1). מערסטנס פון די מעשיות וואס ווערן דערציילט זענען נישט הונדערט-פראצענט ריכטיג, און זייער אסאך מאל צוגעלייגט קליינע דעטאלן, וואס ווי געזאגט זענען טוישן די רעלעווענס פון די מעשה מן הקצה אל הקצה.

2). אפילו טאמער דער סיפור איז הונדערט פראצענט ריכטיג, אויב קוקן מיר אויפן גרויסן בילד, איז עס נישט קיין אומ-ערווארטעטע זאך.

-----

און דא לאמיר זיך באציהן צו די פריערדיגע הערות פון די חברים מקשיבים:
  • פאר אזעלכע סארט שאלות וואס @הויזן טראגער און @berlbalaguleh פרעגן, וועל איך ענטפערן אין קורצן: אזוי ווי איך האב מקדים געווען, איז זייער שווער צו נעמען מציאות'דיגע געשעהנישן און אויסרעכענען די טשענסן אז עס זאל געשעהן. דעריבער האב איך אויסגעקליבן אזעלכע דוגמאות וואס איז גרינג צו אויסרעכענען, ומשם תקיש אל השאר. עס איז כמעט אומ-מעגליך צו וויסן וואס זענען די טשאנסן אז א גרעניץ וועכטער זאל איבער קוקן דאקומענטן אויבערפלעכליך, אבער עס איז נישט אקעגן די געזעצן פונעם נאטור. דאס זעלבע איז מיט אן אלטע חוב וואס איז לאנג נישט אפגעצאלט, אז עס זאל פונקט אנקומען ווען מ'דארף עס.
  • @געפילטע פיש האט ארויסגעברענגט א וויכטיגע נקודה (וואס איך האב אפשר נישט קלאר ארויסגעברענגט), אויב מיר נעמען אין באטראכט וויפיל "מאדנע" אדער "אומ-ערווארטענע" פאסירונגען זענען פארהאן אין די וועלט, דעמאלס מיינט עס אז פונקט ווי די זון שיינט אויף יעדן צופרי, די זעלבע זאך מוז יעדן טאג ערגעצוואו אין די וועלט, געשעהן א מאדנע פאסירונג. אדער פאר יעדער מענטש אין די וועלט מוז כאטש איינמאל אין א געוויסע שטיק צייט געשעהן א מאדנע פאסירונג. (די סכום פון די פאסירונגען איז פארשטייטס זיך געוואנדן ווי אזוי מ'וועט דעפינירן "מאדנע").
  • @ברסלבער האט ארויס געברענגט עטליכע געדאנקען, אויף געוויסע האט מען איהם שוין געענטפערט, אבער לאמיר עס ווידער איבערגיין:

    • איך האב געהאט בכוונה זיך צו חולק זיין אויף אייער הבחנה צווישן נסים און השגחה פרטית, אבער איך זעה אז בן אדם האט עס שוין געשריבן. עס שיינט מער אז נסים זענען געשעהנישן וואס זענען אנטקעגן די געזעצן פונעם נאטור, וואס גאט האט מטביע געווען.
    • כמה פעמים האט איהר געשריבן, אז דערציילן אט די מעשיות זענען נישט צו "אויפווייזן" אז דער באשעפער פיהרט די וועלט, נאר צו חזר'ן אמונה. האט שוין @יאיר געפרעגט דערויף פארוואס ווערט עס באטראכט אלס אינטרעסאנט, און מיט וואס ווערט עס פאררעכנט אלס חזר'ן אמונה. (@berlbalaguleh דיין ענטפער האט גארנישט פארענטפערט, ווייל מ'רעדט דאך דא די גאנצע צייט אז די זאכן זענען "נישט" אויסערגעוויינליכס.
    • דאן האסטו (לכאורה) צוריקגעצויגן, און געזאגט אז די געדאנק פון השגחה פרטית איז נישט צו חזר'ן אמונה, נאר צו ארויסברענגען די חסדים פון השי"ת. (אזוי האב איך פארשטאנען פון אייך). דאן דארפט איהר ענטפערן אויף די פאלגענדע צוויי שאלות:

      1). אזעלכע השגחה-פרטיות'ן וואס ברענגען נישט ארויס די חסדים הנגלים, נאר פארקערט אז רגלייהו דבר איניש אינון ערבין ליה. האט נישט קיין שום פשט.

      2). אזעלכע זאכן וואס זענען נישט אויסערגעווענליך אבער פארט חסדים, דארף נישט מעורר זיין ווייניגער התפעלות ווי די אנדערע א. ג. אויסערגעווענליכע.
    • באופן כללי, דאס וואס איהר האט געגעבן אן אנדער טעם פארן דערציילן השגחה פרטית, טוישט נישט קיין מציאות. דער מציאות איז אז רעליגיע-מיסיאנערן אדער מיסטיקער-אנהענגער נוצן זייער אסאך אזעלכע סארט ארגומענטן, כדי צו "אויפווייזן" די עקזיסטענץ פון זייער גאט, אדער די סופער-פאוער פון זייער מנהיג.
מאנטאג אפריל 18, 2016 11:47 am#329700
יעצט צום ערשטע אריינגעבלאנדשעט אינעם אשכול.

קודם כל א ישר כח הרב ATUB @פארוואס ATUB פארן אהערשטעלן אזא פיינעם ארבעט.

אפאר קליינע הערה'לעך.

1- אין פרק א' שרייבט איר אז 0.048 איז אביסל ווינציגער פון פינעף צענטליך, דאס וואלט געווען אמת טאמער וואלסטע געהאט 0.48, ס'איז ווינציגער פון א צוואנציגסטל.

2 - אין פרק ב' וועגן די מיטער, צוויי זאכן, קודם כל טאמער באקומט ער יעדן חודש א זעקס דידשיט נומבער איז עס איינס פון ניין הונדערט טויזנט ווייל די ערשטע 99,999 זענען אונטער זעקס דידשיטס.
יעצט בנוגע די הנחה אז ס'וועט מסתמא געשען ביין איינס פון יעדע מיליאן וכדו' איז א מיאוסע טעות לענ"ד, ווייל אנדערש ווי ביי א לאטערי וואס ס'איז דא איין ענטגילטיגער געווינער נומבער און יעדער כאפט אן אנדערען נומבער וועט די חשבון פון רענדאם שטימען, איז דא ביים מיטער האט יעדער אן אנדערען טעלעפאון נומבער און אויך אן אנדערען מיטער נומבער! אין אנדערע ווערטער ביי יעדעם הייבט זיך אן א חשבון פון פריש.
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:02 pm#329706
יעצט בנוגע דעם צושטעל צו מופתים, לענ"ד קען מען נישט אריינשטעלן אלע מופתים אין איין קאטאגאריע און שטעמפלען מיטן רענדאם זיגל און פטור אן עסק.
ווען א צדיק שיקט איינעם צום סולטאן וואס וויל אים הרגענען, טאמער איז ער נישט ברור כשמש אז זיין מופת גייט געלונגען שטעלט ער דאך איין יענעמס לעבן און זיין קאריער (דהיינו אפילו אויב מ'זאל אננעמען אז ער איז באמת א באנדיט וואס שפילט מיט רענדאמס, וואלטעך די אלמנה אזאנס נישט פארשוויגען). די זעלבע מיט א צדיק וואס זאגט אז מ'דארף נישט אפערירן בניגוד לדעת כל הרופאים וכד'.
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:32 pm#329715
קל וחומר האט געשריבן:
1- אין פרק א' שרייבט איר אז 0.048 איז אביסל ווינציגער פון פינעף צענטליך, דאס וואלט געווען אמת טאמער וואלסטע געהאט 0.48, ס'איז ווינציגער פון א צוואנציגסטל.



גערעכט, טעיתי לכאורה.

קל וחומר האט געשריבן:
2 - אין פרק ב' וועגן די מיטער, צוויי זאכן, קודם כל טאמער באקומט ער יעדן חודש א זעקס דידשיט נומבער איז עס איינס פון ניין הונדערט טויזנט ווייל די ערשטע 99,999 זענען אונטער זעקס דידשיטס.



לצורך פשטות הענין, האב איך אנגענומען אזעלכע נומערן מיט Leading zeros:
099,999
וכדומה.

קל וחומר האט געשריבן:יעצט בנוגע די הנחה אז ס'וועט מסתמא געשען ביין איינס פון יעדע מיליאן וכדו' איז א מיאוסע טעות לענ"ד, ווייל אנדערש ווי ביי א לאטערי וואס ס'איז דא איין ענטגילטיגער געווינער נומבער און יעדער כאפט אן אנדערען נומבער וועט די חשבון פון רענדאם שטימען, איז דא ביים מיטער האט יעדער אן אנדערען טעלעפאון נומבער און אויך אן אנדערען מיטער נומבער! אין אנדערע ווערטער ביי יעדעם הייבט זיך אן א חשבון פון פריש.



ביטע זיי זיך בעסער מסביר. וואס איז דאס א נפקא-מינה וועלכע טעלפאן נומער ער האט, פארוואס מאכט עס גרעסער / קלענער די שאנסן?
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:34 pm#329716
קל וחומר האט געשריבן:יעצט בנוגע דעם צושטעל צו מופתים, לענ"ד קען מען נישט אריינשטעלן אלע מופתים אין איין קאטאגאריע און שטעמפלען מיטן רענדאם זיגל און פטור אן עסק.
ווען א צדיק שיקט איינעם צום סולטאן וואס וויל אים הרגענען, טאמער איז ער נישט ברור כשמש אז זיין מופת גייט געלונגען שטעלט ער דאך איין יענעמס לעבן און זיין קאריער (דהיינו אפילו אויב מ'זאל אננעמען אז ער איז באמת א באנדיט וואס שפילט מיט רענדאמס, וואלטעך די אלמנה אזאנס נישט פארשוויגען). די זעלבע מיט א צדיק וואס זאגט אז מ'דארף נישט אפערירן בניגוד לדעת כל הרופאים וכד'.

יענעם׳ס לעבן - יא. זיין קאריער - ניין.
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:15 pm#329731
טאמער האסטו איין זעקס דידשיט נומבער און דו גייסט די גאנצע צייט קומען מיט נאך נומבערס וועט עווענטואל נאך א געוויסע סכום נומערן זיך צאמקומען די צוויי נומערן מכח דעם וואס ס'גייען אריבער אזויפיל נומערן (דהיינו דו קומסט אן דורך די כח הרבים). משא"כ טאמער כלפי יעדע נומבער וואס גייט אריבער איז דא אן אנדערען נומבער וואס דו דארפסט צוטרעפן קומט אויס אז ס'איז מער נישט דא די חשבון פון איינס פון מיליאן ווייל יעדער באזונדער האט א נייעם איינס פון מיליאן און ס'איז זיך נישט מצטרף אינעם גרויסן בילד.
טאמער וואלט גאנץ אמעריקע געשעירט איין טעלעפאון נומער וואלט די חשבון געארבעט.

אין קורצן, דא דארפן צוויי רענדאמס זיך צאמטרעפן, ביי א לאטערי איז איין רענדאם ודו"ק.
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:22 pm#329740
לגבי די מופתים, איך וועל דיר נאכגעבן אז ער שטעלט נישט איין זיין קאריער, אעפ"כ לא יעלה על הדעת אז איינער וואס איז מקיים כל התורה בדקדוק און לעבט מיט אמונה זאל מאכן אזאנע רענדאמס ווייל איינס פון צעהן גייען יא דורכלעבן, און הרגענען די איבעריגע ניין אבי ס'זאל זיין א מופת.

(חוץ טאמער דו ווילסט מיר פארקויפן אז קיינער פון די מופתים פראווענער האבן עס געמיינט ערענסט, אלע זענען געווען ביד אחת אויסצושפילן דעם פשוטער איד און מאכן א לעבן אויף זיין חשבון.)
מאנטאג אפריל 18, 2016 5:30 pm#329811
קל וחומר האט געשריבן:טאמער האסטו איין זעקס דידשיט נומבער און דו גייסט די גאנצע צייט קומען מיט נאך נומבערס וועט עווענטואל נאך א געוויסע סכום נומערן זיך צאמקומען די צוויי נומערן מכח דעם וואס ס'גייען אריבער אזויפיל נומערן (דהיינו דו קומסט אן דורך די כח הרבים). משא"כ טאמער כלפי יעדע נומבער וואס גייט אריבער איז דא אן אנדערען נומבער וואס דו דארפסט צוטרעפן קומט אויס אז ס'איז מער נישט דא די חשבון פון איינס פון מיליאן ווייל יעדער באזונדער האט א נייעם איינס פון מיליאן און ס'איז זיך נישט מצטרף אינעם גרויסן בילד.
טאמער וואלט גאנץ אמעריקע געשעירט איין טעלעפאון נומער וואלט די חשבון געארבעט.

אין קורצן, דא דארפן צוויי רענדאמס זיך צאמטרעפן, ביי א לאטערי איז איין רענדאם ודו"ק.

איך פארשטיי נישט וואס דיין קשיא איז.

דער אמת איז, אז איך וואלט אפשר געדארפט בעסער מסביר זיין דעם גאנצן ענין פון פראבאביליטי ביתר ביאור. (איך האב געהאט בדעה צו ממשיך זיין, און שרייבן אסאך איבער דעם נושא, אבער ליידער מעשה שטן הצליח, ולא עלתה בידי).

לאמיר פראבירן ערקלערן. ווען איך זאג אז עס איז פארהאן א 10% טשאנס אז איינער זאל ליידן אויף דייעביטיס, מיינט עס אז אויב גייסטו אפשטעלן 10 רענדאם מענטשן אין גאס, איז דא זייער א הויכע טשאנס, אז איינער פון זיי זאל ליידן אויף דייעביטיס. (עס איז פארהאן א בעסערע הגדרה, אבער לאמיר עס לאזן אזוי יעצט).

יעצט אויב האבן מיר אויסגערעכנט, אז עס איז פארהאן א 1/1000000 טשאנס אז איינער זאל טרעפן ״זיין״ אייגענע טעלעפאון נומער. דעמאלס מיינט עס אז עס איז דא זייער א הויכע טשאנס אז פון מיליאן מענטשן זאל עס געשעהן ביי איינעם.

עפעס איז אומקלאר?
מאנטאג אפריל 18, 2016 5:31 pm#329812
קל וחומר האט געשריבן:לגבי די מופתים, איך וועל דיר נאכגעבן אז ער שטעלט נישט איין זיין קאריער, אעפ"כ לא יעלה על הדעת אז איינער וואס איז מקיים כל התורה בדקדוק און לעבט מיט אמונה זאל מאכן אזאנע רענדאמס ווייל איינס פון צעהן גייען יא דורכלעבן, און הרגענען די איבעריגע ניין אבי ס'זאל זיין א מופת.

(חוץ טאמער דו ווילסט מיר פארקויפן אז קיינער פון די מופתים פראווענער האבן עס געמיינט ערענסט, אלע זענען געווען ביד אחת אויסצושפילן דעם פשוטער איד און מאכן א לעבן אויף זיין חשבון.)

די פסיכאלאגישע באהאנדלונג פון אזעלכע מענטשן, איז נישט מיין תחום, און איך פארשטיי באמת נישט דערצו.

דא אין דעם אשכול, רעד איך פון א ריין סטאטיסטישע שטאנדפונקט.
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:11 pm#329867
איך לאדען איין ווער ס'האט אן איבעריג מינוט (ליין: שעה) צו מאכן די פאלגענדע עקספערימענט.
נעם צוואנציג אייניגע שטיקלעך פאפיר, יעדע פאפיר א נומבער פון איינס ביז צעהן כפול שתיים (צוויי סעטס פון די נומבערס פון 1-10). יעצט לייג יעדע סעט אין א באזונדערן טעלער (צוויי טעלערס), מיש זיי ביידע גוט אויס, נעם ארויס איין צעטיל פון יעדע טעלער, און שרייב אראפ ביידע נומערן אויף א פאפיר. מיש ביידע נאכאמאל וחוזר חלילה א צוואנציג - דרייסיג מאל (האלט חשבון וויפול מאל דו טוסט עס). נאכער נעם איין טעלער, שרייב אראפ א נומבער פון איינס ביז צעהן, און פיק ארויס א צעטיל. מיש אויס וחוזר חלילה די זעלבע מספר וואס איר האט עס געטוען ביים ערשטן פראבע.

יעצט טוה איבער דעם פראצעדור א צעהן פופצן מאל און קוק איבער וועלכע האט מער מאל צוגעטראפן.
בחנוני נא בזאת, טאמער וועלן די תוצאות זיין היבש ענליך הייב איך הענט.
דינסטאג אפריל 19, 2016 7:26 am#329925
איך בין צו פויל עס צו טוהן בפועל ממש, אבער לאמיר פראבירן עס מאכן מיטן קאפ:

אין די ערשטע פאל, איז פארהאן 100 פאסיבל אאוטקומס, און מיר זענען נאר אינטרעסירט ווען די צוויי נומערן שטימען, וואס דאס איז 10. קומט אויס אז די טשאנס איז 10/100 וואס איז 1/10.

אינעם צווייטן פאל, האבן מיר איין נומער וואס דארף שטימען, עס איז נאר דא 10 פאסיבל אאוטקומס, קומט אויס ווידער אז די טשאנס איז 1/10.

מסקנה: ביידע איז די זעלבע טשאנס.

עם איי ראנג?
דינסטאג אפריל 19, 2016 9:49 am#329953
פארוואס? האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:יעצט בנוגע דעם צושטעל צו מופתים, לענ"ד קען מען נישט אריינשטעלן אלע מופתים אין איין קאטאגאריע און שטעמפלען מיטן רענדאם זיגל און פטור אן עסק.
ווען א צדיק שיקט איינעם צום סולטאן וואס וויל אים הרגענען, טאמער איז ער נישט ברור כשמש אז זיין מופת גייט געלונגען שטעלט ער דאך איין יענעמס לעבן און זיין קאריער (דהיינו אפילו אויב מ'זאל אננעמען אז ער איז באמת א באנדיט וואס שפילט מיט רענדאמס, וואלטעך די אלמנה אזאנס נישט פארשוויגען). די זעלבע מיט א צדיק וואס זאגט אז מ'דארף נישט אפערירן בניגוד לדעת כל הרופאים וכד'.

יענעם׳ס לעבן - יא. זיין קאריער - ניין.


א גרויסע רבי - א רבי פין א פירמע - דארף נישט זארגן אויף זיין קאריער ווייל ער שטעלט צו אסך אנדערע סערוויסעס אויך
אבער א "רימניצער" אויב פאנגט ער אן צי פאנפענען קענען ער גיין פייפען

ווער געדענקט דעם סטאשעווער?
איך מיין נאך וואס זיינע מופתים סוקסעס-רעט האט אנגעפאנגען צי קארעלעטען מיט סטאטיסטיק האט ער פיין פאלוירן זיין קאריער
דינסטאג אפריל 19, 2016 11:38 am#329986
הקטן האט געשריבן:סטאשעווער?
דינסטאג אפריל 19, 2016 1:48 pm#330022
אינטרעסאנט, כ׳האב נישט געוואוסט אז עס איז דא א דעיטע בעיס, וואו מ׳היט אפ די אלע מופתים.
וואס איז די סוקסעס רעיט פונעם היינטיגן סקולענער?
דינסטאג אפריל 19, 2016 3:48 pm#330054
קען זיין איך בין זיך טועה,
מיין עניקדאטעל אבזערוואציע קוקט מיר אויס אז ביים סקולענער \ טאשער איז דא אן אנדערע סארט סטייל מופתים וואו לאמער זאגן דעם רימניצער
עם-איי-אן-טא-סאמטינג?
דינסטאג אפריל 19, 2016 7:23 pm#330109
לאמיר ווארטן עטליכע יאהר, און דאן וועלן מיר זעהן.
דינסטאג אפריל 19, 2016 7:28 pm#330111
איך מיין דער אלטער סקלענע רבי אויך
ספינק vs רימניץ און נאך
דינסטאג אפריל 19, 2016 8:12 pm#330123
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
כ'האב געהערט פון א מקור מוסמך אז סקולענער רבי זצ"ל פלעג פארן קריג פראווען מופתים נאך מער ווי דעם רימניצער (בעל שמ'צקע מופתים), נאכן קריג האט ער געזאגט אז דאס איז עס (געדענק נישט דעם פונקטליכע לשון).
דינסטאג אפריל 19, 2016 10:32 pm#330148
האב איך יא א גיטער שמעק, אויף נאך דער מלחמה
דאס זאגט נישט אז נאכן מלחמה האט ער מער נישט געווינטשען אדער געזאגט יא פאלגען דעם דאקטער אדער נישט.