פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:36 pm#436184
מי אני האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:אפשר קען מען צילייגן Murphy's law זאל מבטל זיין טראלי-ביג-נאמבערס (law?)
ווי אזוי איך פארשטיי מורפי׳ס געזעץ (וואס איז נישט ממש א ״געזעץ״ מכח מאטעמאטיקס וכו׳), פארלאזט זיך דאס אויך, אין א וועג, אויף די הנחה אז נאך גענוג מאל/טרייעלס פאסירט אלע מיני עווענטס פונ׳ם סעמפל ספעיס. יעצט, וויבאלד, אין אלגעמיין, זענען מער עווענטס פון די סעמפל ספעיס עווענטס וואס איך וויל (דייקא) נישט אז זיי זאלן פאסירן, לעומת וואס איך וויל דייקא יא, קומט אויס אז ״עפעס״ וואס איז שלעכט ׳עט עווענטועלי פאסירן (וואס ״שלעכטע״ עווענטס זענען בכלל מער בנמצא אינ׳ם סעמפל ספעיס). אבער, איה״נ, אויב זוך איך דייקא יא א ספעציפישע ״שלעכטע״ עווענט וואס זאל פאסירן פונ׳ם סעמפל ספעיס, ארבעט דאס זייער ענליך און אין טענדעם מיט די געזעץ פון אמת׳דיגע גרויסע נומערן וככל הנ״ל [ווענדט זיך ווי גרויס די סעמפל ספעיס/פראבעביליטי, וויפיל טרייעלס, צייט וכו׳ וכו׳]. (כן נראה לי לפום ריהטא.)
האסט אביסל גאפאדשט מורפי׳ס געזעץ, נא שוין.
לויט וואו איך פארשטיי, כדי אנצינעמען די טרא_ביג_נאמבערס הייפאטעסעס מיזען מיר אנקיקען אלע טריילס וואו א חלק פין איין גרויסע סיסטעם
די סיסטעם איז דיינאמיק בטבע, און נאן-ליניער
ע"כ איז דאס אויסגעשטעלט צי chaos theory (דאס איז שוין מער סייענטיפיק וואו מורפי׳ס געזעץ)