Under maintenance
הויפט זייט » גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #99
דינסטאג מערץ 06, 2012 6:30 pm#720
גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
יעדער (?) געדענקט ווי די וויסנשאפטליכע וועלט האט זיך לעצטנס איבערגעקערט ווען איין פרעסטיזשפולע אינסטיטוציע האט ארויסגעגעבן זייער העכסט מאדנע געפינס אז א געוויסע פארטיקל איז געלאפן שנעלער ווי די ספיד אוו לייט. "שנעלער" האט געמיינט נישט מער ווי מיט 60 ביליאנסטלעך פון א סעקונדע, אבער דאס איז פונקט גענוג. וואס אויב שטעלט זיך דאס ארויס צו זיין אזוי, ווארפט עס צוזאם א גאר וויכטיגן יסוד וואס איינשטיין האט אראפגעשטעלט און אויף וועלכע מען בויעט שוין אין די סייענטיפישע וועלט לאנגע יארן.

ווי איידער דאס אנצונעמען זענען אלע חכמים ויודעי העתים אויפגעקומען מיט פארשידענע טעאריעס פארוואס יענעמ'ס טעסט האט אזוי געקענט אויסקוקן. לעצטנס איז אויפגעקומען נאך צוויי מעגליכע פראבלעמען מיט יענעם טעסט, איינס אז די מאשין וואס האט געהאלטן חשבון אויפ'ן צייט האט נישט געטויגט, אדער אז עס האט פשוט געהאט מיט א נישט גוטע קאנעקשאן. מען וועט נאכמאל איבערקוקן די מעגליכע פעלערן און אויך איבערמאכן טעסטס צי זען די רעזולטאטן, אבער מ'קען שוין אפאטעמען אז גארנישט איז טאקע נישט מעגליך צו לויפן שנעלער ווי ליכט-שנעלקייט.

אויב וואלט זיך עס ארויסגעשטעלט אלס אמת, וואלט עס געווען "די נייעס פונעם יארהונדערט", אבער ווי עס ארבעט געווענליך, לאזט די נאטור נישט אזוי שנעל חוזק מאכן פון זיך.
און נאך א לעקציע: איינשטיין לאזט זיך נישט אזוי גרינג אפפרעגן! (אפילו גראדע איז ער מער ווי איין מאל שוין געווארן אפגעפרעגט ביי אנדערע זאכן.)
דינסטאג מערץ 06, 2012 6:47 pm#723
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
האט געזאגט א קלוגער איד: אויב וואלט עס ווען געווען אמת אז די "נוטרינא" פארטקילס לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט, וואלט אייער דזשי פי עס נישט געארבייט, איייער סקרינס וואלטן געטאנצען מיט קאלירן און אסאך אנדערע טעכנעלאגיע וואס זענען געבויעט אויף דעם יסוד אז גארנישט גייט נישט שנעלער ווי די ספיד אף לייט וואלטן נישט געארבייט.
דינסטאג מערץ 06, 2012 8:16 pm#740
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
יידל האט געשריבן:האט געזאגט א קלוגער איד: אויב וואלט עס ווען געווען אמת אז די "נוטרינא" פארטקילס לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט, וואלט אייער דזשי פי עס נישט געארבייט, איייער סקרינס וואלטן געטאנצען מיט קאלירן און אסאך אנדערע טעכנעלאגיע וואס זענען געבויעט אויף דעם יסוד אז גארנישט גייט נישט שנעלער ווי די ספיד אף לייט וואלטן נישט געארבייט.


אין דעם פאל האט דער קלוגער איד נאר נאכגעזאגט דעם גוי...
באמת, איז אפשר מעגליך אז עס זאל זיך ארויסשטעלן אז עס זאל יא זיין אזא מציאות, איי מען האט עס איבערגעוויזן און אפילו געבויעט אין מציאות זאכן אויף יענעם יסוד, קען אמאל זיין אז עס שטעלט זיך ארויס אן אנדערע זאך ליגט אונטער דעם, וואס די רעזולטאטן זענען די זעלבע. (למשל ניוטאנ'ס גראוויטי מאדעל ארבעט פיין, אבער די הנחה וואס איז געליגן אונטער דעם, האט איינשטיין געוויזן אז עס איז גאר אנדערש. און אלעס וואס מיר זעען יעדן טאג קען ווייטער שטימען לויט ניוטאן, אבער ווען מ'גייט צו די סאב-אטאמישע לעוול [און איך מיין אויך אויף גאר ווייטע דיסטאנצן], שטימט עס נאר מיט איינשטיינ'ס מאדעל פון גראוויטי. למעשה זענען אויך דא וואס האלטן בכלל אז עס איז מעגליך דא טעארעטישע פארטיקלס (טאקיאן) וואס לויפן שנעלער ווי לייט, אפילו עס איז נאר טעארעטיש, זעט מען אז עס איז שייך אזא מעגליכקייט.)
דינסטאג מערץ 06, 2012 11:43 pm#759
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
שרגא האט געשריבן:אויב וואלט זיך עס ארויסגעשטעלט אלס אמת, וואלט עס געווען "די נייעס פונעם יארהונדערט", אבער ווי עס ארבעט געווענליך, לאזט די נאטור נישט אזוי שנעל חוזק מאכן פון זיך.
און נאך א לעקציע: איינשטיין לאזט זיך נישט אזוי גרינג אפפרעגן! (אפילו גראדע איז ער מער ווי איין מאל שוין געווארן אפגעפרעגט ביי אנדערע זאכן.)

"דיסקאווער" מאגאזין האט געקרוינט די געשיכטע אלץ די וויכטיגסטע סייענס געשיכטע פון יאר 2011!
m http://discovermagazine.com/2012/jan-feb/01 m
מיטוואך מערץ 07, 2012 12:35 pm#821
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
שרגא, פונעם דיסקאווער ארטיקל וואס יענקל האט צוגעברענגט איז עפעס משמע אז ס'קען גאר יא זיין אז די שטודיע איז א ריכטיגער. איך וויס אז עס איז גאר שרעקעדיג, ווייל איינשטיין'ס ריאלעטיוועטעט איז א פעלען-פעסטע טיאריע וואס איז שוין אויסגעפראווט געווארן טויזנטע מאל און מ'האט געזען אז עס שטימט (טויזנט מאל מער ווי ניוטאן'ס גראוויטעט טעאריע). אויב אבער לויפן די פארטיקלס שנעלער ווי די ספיד אף לייט, איז די גאנצע טעאריע אויף געהאקטע צרות, אין מ'וועט מוזן ערפינדען פיזיקס פון פריש.
מיטוואך מערץ 07, 2012 12:54 pm#827
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
טעמפא האט געשריבן:שרגא, פונעם דיסקאווער ארטיקל וואס יענקל האט צוגעברענגט איז עפעס משמע אז ס'קען גאר יא זיין אז די שטודיע איז א ריכטיגער. איך וויס אז עס איז גאר שרעקעדיג, ווייל איינשטיין'ס ריאלעטיוועטעט איז א פעלען-פעסטע טיאריע וואס איז שוין אויסגעפראווט געווארן טויזנטע מאל און מ'האט געזען אז עס שטימט (טויזנט מאל מער ווי ניוטאן'ס גראוויטעט טעאריע). אויב אבער לויפן די פארטיקלס שנעלער ווי די ספיד אף לייט, איז די גאנצע טעאריע אויף געהאקטע צרות, אין מ'וועט מוזן ערפינדען פיזיקס פון פריש.


לייען מיינע ליפן: עס וועט זיך ארויסשטעלן אלס שטותים!
נישט אלס נביא זאג איך דאס, נאר קאמען סענס. אויב דו וואלסט שוין אויף צוואנציג אופנים איבערגעוויזן און זיך איבערצייגט אין א זאך, אלע חשבונות שטימען און אויך אינעם מציאות האסטו גענוצט דעם חשבון און עס ארבעט וואונדער, דאן קומט איינער און זאגט דיר אז דיין גאנצע טורעם איז געבויעט אויף עפעס וואס איז נישט ריכטיג ווייל לויט זיין עקספערימענט שטימט נישט איין וויכטיגער דעטאל פון דיין חשבון, וואס לויט דעם איז דיין גאנצער בנין צעווארפן, וואס וועסטו טראכטן? אקעי, מעגליך האב איך זיך טאקע טועה געווען די אלע יארן און די אלע זאכן וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס פאקטן האבן אפשר אן אנדערע הינטערליגנדע סיבה פארוואס זיי ארבעטן, אדער וועסטו זאגן: מיין חשבון האט שוין הונדערט ראיות, יעצט אויב איין זאך שטימט נישט לויט דיין איין עקספערימענט, ביטע מאך עס איבער און קוק גוט נאך יעדן דעטאל צו זען וואו עס ליגט דיין טעות אדער וויאזוי עס קען יא שטימען מיט מיין הויכן פעסט-געבויעטן בנין.
דאנערשטאג מערץ 08, 2012 2:43 am#891
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
טעמפא האט געשריבן: אויב אבער לויפן די פארטיקלס שנעלער ווי די ספיד אף לייט, איז די גאנצע טעאריע אויף געהאקטע צרות, אין מ'וועט מוזן ערפינדען פיזיקס פון פריש.

געהאקטע צרות? ערפינדן פון פריש? נעה. בסך הכל וועט מען רעפיינען די אלטע טעאריעס. איך פארשטיי אז ס׳איז סענזאציאנעל, אבער מאכסט עס קלינגען ווי א צרה...
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:04 am#1499
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
יאנקל האט געשריבן:
טעמפא האט געשריבן: אויב אבער לויפן די פארטיקלס שנעלער ווי די ספיד אף לייט, איז די גאנצע טעאריע אויף געהאקטע צרות, אין מ'וועט מוזן ערפינדען פיזיקס פון פריש.

געהאקטע צרות? ערפינדן פון פריש? נעה. בסך הכל וועט מען רעפיינען די אלטע טעאריעס. איך פארשטיי אז ס׳איז סענזאציאנעל, אבער מאכסט עס קלינגען ווי א צרה...


נע, עס וועט נישט סתם זיין אזוי אזא פשוט'ע רעפיינען. דאס איז ממש א יסוד אויף וואס שטייען שוין אסאך גרויסע בנינים, ממילא אויב זאל דאס יא זיין אמת, וועט עס פאר די וויסנשאפטליכע וועלט זיין א געפערליכע איבערקערעניש וואס מען האט שוין נישט געזען אין די לעצטע הונדערט יאר אדער מער.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:19 am#1549
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
יו נאו וואט שרגא, אפשר טאקע ביזטו אונז (מיך) מסביר פארוואס טאקע די ספיד אף לייט לימיט אז אזא יסוד בעולם הפיזיקס?
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 2:12 pm#1600
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
יידל האט געשריבן:יו נאו וואט שרגא, אפשר טאקע ביזטו אונז (מיך) מסביר פארוואס טאקע די ספיד אף לייט לימיט אז אזא יסוד בעולם הפיזיקס?


דיין שאלה איז ווער האט אזוי באשלאסן, אדער, כלומר, ווער האלט מיך אפ פון פליען נאך שנעלער?
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:16 pm#1632
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
איך מיין יידל מיינט צו פרעגן אזוי: לאמיר שוין טאקע אננעמען אז גארנישט פליט שנעלער ווי די שנעלקייט פון ליכטיקייט. פיין. וואס איז דאס נוגע פאר אזוי פיל זאכן? ווי יידל אליינס האט אויבן געשריבן, איז אויף דעם כלל געבויעט פילע טעכנעלאגיעס. איז די פראגע, וואס ליגט שוין אזוי יסודית'דיג אין דעם כלל? וואס א נפק"מ די מאקסימום שנעלקייט פון וואס עפעס קען פליען?
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:57 pm#1664
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
אקעי, קודם א גילוי דעת, איך בין נישט קיין סייענטיסט! איך האב נאר פשוט אן אינטערעסע אין די סארט נושאים, סאו איך קען דיר נאר זאגן לויט וויפיל כ'האב געליינט און ווי [ווייניג] איך פארשטיי עס.

נאך א הקדמה, געווענליך נאך סיי וועלכע הסבר, קומען נאר צו נאך צען קשיות, ווייל פאר אן אומוויסנדן וועט נאר ארויסוואקסן נאך אומפארשטענדליכע טערמינען און פרישע קשיות. (אזוי ווי א גוי זאל דיר געבן א פרעג בתמימות: זאג מיר נאר אין קורצן די סוגיא פון מתוך. און נאך יעדע פאר ווערטער, וועט ער נאך עפעס נישט פארשטיין.) און דא איז נאך צומאל שווערער ווי ברטנורא, ווייל פאר יעדע זאך פעלט זיך ווייטער אויס פארשידענע ידיעות און הקדמות צו קענען פארשטיין דעם ענין.

עניוועי, ווייניגער געפלאפלט, און צו די פראגע: וואס א חילוק די ספיד אף לייט?

עטליכע פונקטן וואס כ'קלער קען העלפן באגרייפן וואס די ספיד אף לייט איז, וואס וועט אויטאמאטיש העלפן פארענטפערן די פראגע

קודם כל, די ספיד אף לייט איז נישט סתם א ספיד לימיט ווי מיר זענען געוואוינט, סאו וועם גייט אן אויב איינער טוישט די לימיט...
פארשטיי קודם אז די ספיד פון לייט איז נישט סתם די געדאנק אז "ליכטיגקייט" לויפט, נאר ענדערש די פאטאן פארטיקלס פון וואס לייט איז צוזאמגעשטעלט. (עס איז טאקע אויך א כוואליע, אבער אויך פארטיקלס, כידוע). גענוי די זעלבע ספיד איז נישט נאר ליכטיגקייט, נאר אלע פארטיקלס וואס האבן נישט קיין מעס.

פארוואס איז די ספיד אף לייט דוקא גענוי אזוי שנעל און נישט אביסל שטייטער אדער שנעלער? ווייל אזוי! אזוי איז די נאטור וואס דער באשעפער האט איינגעשטעלט. די שאלה פארוואס דוקא די ספיד קענסטו פונקט אזוי פרעגן פארוואס גרעוויטי שלעפט אנשטאט עס שטופט אוועק? דער תירוץ איז אויך, ווייל אזוי איז די טבע וואס דער רבש"ע האט געמאכט.

עס איז ווי איינשטיין האט עס גערופן "די ספיד לימיט פון די יוניווערס". גארנישט אין די וועלט קען נישט לויפן שנעלער ווי דעם. און סיי וואס עס האט מעס, קען קיינמאל נישט אנקומען צו די ספיד אף לייט, ווייל פארטיקלס וואס האבן מעס פארלאנגט ענערגיע זאל זיי פארשנעלערן. יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום), ממילא כדי אנצוקומען צו די שנעלקייט פון ליכט וואלט זיך פארלאנגט ענדלאזע (אינפיניטי) ענערגיע, און עס עקזיסטירט נישט אין די גאנצע וועלט גענוג ענערגיע צו קענען טרייבן אפילו איין פארטיקל וואס האט מעס צו לויפן אזוי שנעל ווי די ספיד אף לייט.

לויט די ספעשל רעלאטיוויטי פון איינשטיין איז די ספיד אף לייט די מאקסימום ספיד וואס סיי וועלכע זאך אין די וועלט קען לויפן, צי חומר צי ענערגיע צי סיי ועולכע מעסלעס זאך. די ספעציפישע ספיד איז פשוט די פונדאמענטאלע באשטאנדטייל פון ספעיס-צייט אליין. אפילו גרעוויטי איז טעכניש די זעלבע ווי די ספיד אף לייט. אלע מעס-לעס פארטיקלס לויפן אויף דעם ספיד.

יעצט די גרויסע חידוש איז נישט די עצם ספיד פון ליכטיגקייט (וואס מען האט שוין געוואוסט פאר איינשטיין), נאר ענדערש איז איינשטיינ'ס מוראדיגע אויפטו געווען אז עס איז "קאנסטענט" און אז עס איז די זעלבע פון אלע פרעים אף רעפרענסעס און עס איז נישט קיין חילוק די באוועגונג פונעם קוואל אדער אבזערווירער (קאמפליצירט צו מסביר זיין). דאס איז א הויפט יסוד פון זיין רעלאטיוויטי טעאריע און עס איז איבערגעוויזן געווארן מיט הוכחות ברורות.

און די טעאריע האט אויך אסאך קאנסעקווענצן, טייל אומגעהויער מאדנע, אבער אויך זיי זענען איבערגעוויזן געווארן הונדערט פראצענט אז עס איז טאקע אזוי (ווי למשל אז צייט איז רעלאטיוו, וואס איז שוין אויף אסאך וועגן געווארן איבערגעוויזן, ווי אויך אז פלאץ איז רעלאטיוו) אן מען האט שוין אויף דעם יסוד געבויעט אסאך אנדערע הנחות וואס זענען אויך באשטעטיגט געווארן און אויך האט מען ערצייגט לויט דעם פארשידענע טעכנאלאגישע ערפינדונגען און אסאך זאכן וואס די מיליטער און אויך מיר אידעלעך ניצן איז באזירט אויף דעם.

אויב שטעלט זיך ארויס אז עפעס קען יא לויפן שנעלער ווי די לייט ספיד, האט דאס לויט איינשטיין צעפראסקעט דעם גאנצן יסוד העולם אז איין זאך קומט פאר'ן אנדערן. אויב קען עפעס אנקומען צו די ספיד אף לייט אדער שנעלער, וואלט דאס אויך ערמעגליכט צו קענען "פארן" אין צייט, פאראויס און (נאך מער פאראדאקסיש און מיט גאר מאדנע קאנסעקווענצן) אויף צוריק.

סאו דאס אלעס צו געבן א טראסקע אוועק און זאגן "העי, כ'האב יא געטראפן איינעם לויפן שנעלער ווי דו זאגסט!" מיינט א וועלט מיט יסודות, חשבונות און היינט-אנגענומענע פאקטן וואס דארפן איבערגעדרייט ווערן. סאו ענדערש קוק דו איבער צי האסט טאקע יענעם געזען אזוי שנעל לויפן.

יעצט לאמיך שרייבן די אלע לשונות וואס כ'האב אויסגעלאזט אסאך מאל ווי" ודו"ק, ודוק כי קצרתי, וד"ל, וכו', א.ד.ג. וכדומה א.א.וו. און איך האף אז איינער האט עפעס פארשטאנען. און אויב נישט, איז פונקט אזוי גוט. ואם שגגתי, ה’ הטוב יכפר בעדי (ביטע נישט לערנען ער"פ אנשטאט "די בריוו".)
פרייטאג מערץ 16, 2012 12:03 am#1666
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
שרגא, איך בין דיך מקנא :like :like :like פון מיין זייט שלעפ ארויס פון פאליצע וויפיל ברוינע די ווילסט!! איך מיין מ'זאל טוישן די נאמען פונעם אשכול צו "פיזיקס פאר דאמיס"... אינאף געפלאפעלט.
פרייטאג מערץ 16, 2012 12:07 am#1667
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
הערליך הערליך!
א גרויסן דאנק שרגא פאר דעם הערליכן ביאור. אזוי קלאר צו צעלייגן אזא קאמפליצירטן ענין דארף מען זיין א מומחה.
פרייטאג מערץ 16, 2012 9:58 am#1708
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
וואונדערבאר! עס אזוי שיין עס אראפצולייגען און מסביר'ן אויף פשוט פלעין יודיש איז א קונץ.
איין קליינע הערה'לה נאר, לולא דמיסתפינא:
שרגא האט געשריבן:יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום)

די ריכטיגע טרענסלעישאן פון gaining mass אדער become more massive איז נישט גענוי "ווערען גרעסער". ס'איז מער אז די ענערגיע וואס ס'נעמט זיך צו פארשנעלערן דעם פארטיקל ווערט קאנווערטעד צו מאסס. מאסס איז נישט איקוועלס גרויסקייט, גרויסקייט אויף גוייש איז וואליום (volume).
נאך א נקודה, ס'נישט אז ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט נעמט עס מער ענערגיע, ס'איז די עצם פארשנעלערן (ליין: אקסעלערעישאן) וואס נעמט ענערגיע, טאמער בלייבסטו אויפן זעלבען ספיד, צו וועלאסיטי, דארפסטו נישט מער ענערגיע צו בלייבן אויפן זעלבן קאנסטאנט.
פרייטאג מערץ 16, 2012 10:25 am#1710
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
ישר כוח שרגא, איר זענט געוואלדיג!! (און יש"כ שש"ש פארן אזוי שיין ארויבסרענגן מיין שאלה). ישמעו חכמים ויוסיפו לקח. פארשטייט זיך אז מ'קען נישט פארשטיין אלעס אין איין טאג אבער ווי מער דער עולם וועט צולייגין - אפילו פשוטע באגריפען - וועלן אזעלכע עמעראצים ווי מיר פארשטיין פון וואס די מדובר איז.
פרייטאג מערץ 16, 2012 10:33 am#1712
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
געפילטע פיש האט געשריבן:וואונדערבאר! עס אזוי שיין עס אראפצולייגען און מסביר'ן אויף פשוט פלעין יודיש איז א קונץ.
איין קליינע הערה'לה נאר, לולא דמיסתפינא:
שרגא האט געשריבן:יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום)

די ריכטיגע טרענסלעישאן פון gaining mass אדער become more massive איז נישט גענוי "ווערען גרעסער". ס'איז מער אז די ענערגיע וואס ס'נעמט זיך צו פארשנעלערן דעם פארטיקל ווערט קאנווערטעד צו מאסס. מאסס איז נישט איקוועלס גרויסקייט, גרויסקייט אויף גוייש איז וואליום (volume).

קלאר אזוי, נאר איך האב פשוט נישט געהאט קיין בעסערע וועג עס צו זאגן אין אידיש. אויך איז בעסער קודם א פשוטערע ווארט וואס לאזט זיך אביסל פארשטיין צו באגרייפן דעם ענין, דערנאך קען איינער גיין צום מער טעכנישן און ריכטיגן. מעס איקוועלט נישט גרויסקייט, אבער וויאזוי וואלסטו עס טאקע גערופן אין אידיש?

נאך א נקודה, ס'נישט אז ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט נעמט עס מער ענערגיע, ס'איז די עצם פארשנעלערן (ליין: אקסעלערעישאן) וואס נעמט ענערגיע, טאמער בלייבסטו אויפן זעלבען ספיד, צו וועלאסיטי, דארפסטו נישט מער ענערגיע צו בלייבן אויפן זעלבן קאנסטאנט.

דו זאגסט די זעלבע זאך ווי איך האב געזאגט. ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט (רש"י: ווי מער עס ווערט פארשנעלערט די געלויף [ערוך: שקוראין "עקסעלערישען"]), אלץ מער ענערגיע פעלט זיך אויס.
פרייטאג מערץ 16, 2012 10:56 am#1715
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
מעס אין אידיש איז דוכט זיך "מאס" (די זעלבע ווארט נוצט מען אויך פאר א מדה.) אינעם ראטה ווערטער אוצר שטייט אזוי געשריבן:
ראטה ווערטער אוצר האט געשריבן:מאָס שיעור, קוואנטום, קוואנטיטעט, קוואָטע, כמות, גראַד, וואָג, גרויס, פאַרנעם, מאָסשטאַב

דוכט זיך מיך ביי די וועי אז הלכה'דיגע שיעורים ווענדען זיך אין מעס (אדער גאר וואליום?), נו, איז דאך זייער פאסיג צו רופן "מעס" מיטן נאמען "מאָס".
פרייטאג מערץ 16, 2012 11:25 am#1718
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
שרגא האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:וואונדערבאר! עס אזוי שיין עס אראפצולייגען און מסביר'ן אויף פשוט פלעין יודיש איז א קונץ.
איין קליינע הערה'לה נאר, לולא דמיסתפינא:
שרגא האט געשריבן:יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום)

די ריכטיגע טרענסלעישאן פון gaining mass אדער become more massive איז נישט גענוי "ווערען גרעסער". ס'איז מער אז די ענערגיע וואס ס'נעמט זיך צו פארשנעלערן דעם פארטיקל ווערט קאנווערטעד צו מאסס. מאסס איז נישט איקוועלס גרויסקייט, גרויסקייט אויף גוייש איז וואליום (volume).

קלאר אזוי, נאר איך האב פשוט נישט געהאט קיין בעסערע וועג עס צו זאגן אין אידיש. אויך איז בעסער קודם א פשוטערע ווארט וואס לאזט זיך אביסל פארשטיין צו באגרייפן דעם ענין, דערנאך קען איינער גיין צום מער טעכנישן און ריכטיגן. מעס איקוועלט נישט גרויסקייט, אבער וויאזוי וואלסטו עס טאקע גערופן אין אידיש?

נאך א נקודה, ס'נישט אז ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט נעמט עס מער ענערגיע, ס'איז די עצם פארשנעלערן (ליין: אקסעלערעישאן) וואס נעמט ענערגיע, טאמער בלייבסטו אויפן זעלבען ספיד, צו וועלאסיטי, דארפסטו נישט מער ענערגיע צו בלייבן אויפן זעלבן קאנסטאנט.

דו זאגסט די זעלבע זאך ווי איך האב געזאגט. ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט (רש"י: ווי מער עס ווערט פארשנעלערט די געלויף [ערוך: שקוראין "עקסעלערישען"]), אלץ מער ענערגיע פעלט זיך אויס.


ביזט גערעכט, כ'האב נאר געוואלט אויסקלארן, להוציא מלבן של צדוקים.
פרייטאג מערץ 16, 2012 11:42 am#1720
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
יידל האט געשריבן:מעס אין אידיש איז דוכט זיך "מאס"

mass איז "מאַסע" אויף אידיש.
פרייטאג מערץ 16, 2012 12:54 pm#1733
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
שרגא האט געשריבן:לויט די ספעשל רעלאטיוויטי פון איינשטיין איז די ספיד אף לייט די מאקסימום ספיד וואס סיי וועלכע זאך אין די וועלט קען לויפן, צי חומר צי ענערגיע צי סיי ועולכע מעסלעס זאך. די ספעציפישע ספיד איז פשוט די פונדאמענטאלע באשטאנדטייל פון ספעיס-צייט אליין. אפילו גרעוויטי איז טעכניש די זעלבע ווי די ספיד אף לייט. אלע מעס-לעס פארטיקלס לויפן אויף דעם ספיד.


א גרויסן ייש"כ שרגא. ס'איז א חכמה צו קענען "איבערגיסן" אזעלכע פרעמדע קאנצעפטן אין אונזער היימיש-גערעדטער אידיש.

א גוטע אילוסטראציע לגבי גראוויטי האב איך געלייענט אז אויב די זון זאל עקספלאדירן, וועט געדויערן ארום 8 מינוט ביז די ערד-קוגל וועט אפעקטירט ווערן. באמערקט: נישט ביז מיר וועלן "זען" די עקספלאזיע, נאר ביז סיי וואספארא אפעקט וועט למעשה געשען. דאס איז ווייל די זון איז ווייט פון אונז 8 מינוט-ליכט, (93 מיליאן מייל. ליכט פליט 186,000 מייל א סעקונדע.) במילא וועט עס געדויערן אזויו לאנג ביז די "השפעה" פון דער זונ'ס אקט וועט אריין אין "אפעקט".

א קליינע באמערקונג: די שנעלקייט פון ליכט באריערע איז נישט נאר פאר "ממשותדיגע" זאכן (חומר און ענערגיע) וואס ריקן זיך פון פלאץ צו פלאץ, נאר בכלל פאר אלעם. אינפארמאציע קען אויך נישט פליען שנעלער פון דעם ספיד אוו לייט. דאס הייסט, סיי וואספארא קאמוניקאציע פון סיי וואספארא סארט 2 זאכן קען נישט געשען שנעלער ווי דעם "אוניווערסאלן ספיד לימיט": 186,000 מייל פער סעקונדע.

די לעצטע הנחה האט מוראדיגע קאנסעקווענצן, וואס זענען נולד געווארן שפעטער אין איינשטיינ'ס קאריערע, באקאנט אלס "קוואנטום ענטענגלמענט" -- Quantum entanglement. דאס איז א סוגיא פאר זיך.
פרייטאג מערץ 16, 2012 4:20 pm#1746
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
געפילטע פיש האט געשריבן:וואונדערבאר! עס אזוי שיין עס אראפצולייגען און מסביר'ן אויף פשוט פלעין יודיש איז א קונץ.
איין קליינע הערה'לה נאר, לולא דמיסתפינא:
שרגא האט געשריבן:יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום)

די ריכטיגע טרענסלעישאן פון gaining mass אדער become more massive איז נישט גענוי "ווערען גרעסער". ס'איז מער אז די ענערגיע וואס ס'נעמט זיך צו פארשנעלערן דעם פארטיקל ווערט קאנווערטעד צו מאסס. מאסס איז נישט איקוועלס גרויסקייט, גרויסקייט אויף גוייש איז וואליום (volume).
נאך א נקודה, ס'נישט אז ווי נענטער מ'קומט צו די ספיד אף לייט נעמט עס מער ענערגיע, ס'איז די עצם פארשנעלערן (ליין: אקסעלערעישאן) וואס נעמט ענערגיע, טאמער בלייבסטו אויפן זעלבען ספיד, צו וועלאסיטי, דארפסטו נישט מער ענערגיע צו בלייבן אויפן זעלבן קאנסטאנט.

לאמיך דא אביסל ערקלערן אין פלעין אידיש אין וואס שרגא און געפילטע פיש זענען זיך מפלפל.
עס זענען פאראן צוויי מצבים אין וועלכע א זאך קען עקזיסטירן - אז ס'ריקט זיך און ס'שטייט. פאר א פשוט'ן מענטש קוקט אויס אז דער מצב פון שטיין אויף איין פלאץ איז דער נאטירליכער, פשוט'ער מצב, און ווען עפעס ריקט זיך "געשעט" עפעס. פיזיקס זעט אבער נישט קיין שום סיבה אנצונעמען אז שטיין איז מער נאטירליך ווי זיך באוועגן. לויט פיזיקער וועט א זאך וואס שטייט בלייבן שטיין לעולם ועד, אויב א כח וועט נישט נישט ריקן; און א זאך וואס ריקט זיך וועט זיך ווייטער ריקן לעולם ועד אויב א כח וועט עס נישט אפשטעלן.
אויף אונזער עולם השפל וועט א באוועגנדע זאך זיך עווענטועל אפשטעלן ווייל עס איז דא א כח וואס שטעלט עס אפ - דער כח פון גראוויטי און דער "פריקשען" וואס קומט פון פארן אין לופט. אבער אויב זאל א זאך זיך באוועגן אין ספעיס, וואו עס איז נישט דא קיין גראוויטי און נישט קיין לופט, וועט עס ווייטער פארן אן קיין סוף. דאס איז וויאזוי די פלאנעטן, די שטערן, די גאלאקסיעס, און אפילו מענטשליך-געמאכטע סאטעליטן ריקן זיך אין ספעיס.
אין קורצן: א זאך וואס געפינט זיך אין איינער פון די צוויי מצבים, ריקעדיג אדער שטייענדיג, וועט אייביג אזוי בלייבן. עס פארלאנגט זיך ענערגיע נאר אז דער מצב זאל זיך טוישן. אויב עפעס ריקט זיך פארלאנגט זיך ענערגיע סיי צו מאכן די זאך גיין שטייטער, און סיי עס צו מאכן גיין שנעלער. דעריבער האט פאר געפילטע פיש געשטערט אז פון שרגא'ס ווערטער האט משמע געווען אז דאס עצם זיך ריקן פון א זאך פארלאנגט ענערגיע, וואס איז אוודאי נישט אמת. עס איז נאר אויב די זאך פאנגט זיך אן צו ריקן שנעלער ווי ביז יעצט (וכמו שהביא שרגא מדברי הערוך שנקרא עקסעלערעישע"ן בלע"ז), דאן דארף עס ענערגיע צו קענען טוישן דעם מצב פון שנעלקייט.
שרגא האט טאקע געענטפערט אז דאס איז געווען זיין כוונה, נישט אז דאס עצם פארן פארלאנגט ענערגיע, נאר די עקסעלערעישען.
דינסטאג מערץ 20, 2012 11:54 am#2135
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
ס'איז מערקווירדיג וואס נאך איינשטיין זענען "קפיצת הדרך" און "למעלה מן המקום" און "למעלה מן הזמן" געווארן פשוט'ע סייענטיפישע פאקטן. מיר האבן שוין היינט א "לסבר את האוזן" סטיל משל אויפ'ן רש"י פון "קפצה לו הארץ".
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:17 pm#2400
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
יענקל, א דאנק פאר די קלארקייט.
פשוט קאמפליצירט, יא, עס איז טאקע איינע פון די זאכן וואס קיינער וואלט נישט גע'חלומ'ט אז א מענטשליכער מענטש זאל קענען "פארשטיין" און מאכן דעם חשבון אויפ'ן פאפיר אז למעלה מן הזמן איז א מציאות. בעסער געזאגט, אז דער גאנצער באגריף פון צייט איז נישט "עכט" (נישט "אבסאלוט", נאר רעלאטיוו).
אגב, איז אויך פיל שענער געווארן דער ערשטער "יהי אור" ביי מעשה בראשית, וואס סיי פשוט פשט איז אביסל אינטערעסאנט אז דוקא ליכטיגקייט איז געווען די ערשטע זאך, ווי אויך די מפרשים פלאגן זיך וואס איז יענער אור און ואוס איז די זון און מאורות וואס זענען ערשט שפעטער באשאפן געווארן? נאר לויט הרב איינשטיין פארשטייט זיך דער "יהי אור" ממש כמין חומר, ווי עס איז דאך אזא פונדאמענטאלער טייל פון דער בריאה. ממש די ערשטע זאך נאך "והארץ היתה תהו ובהו", קומט טאקע באלד די ערשטע זאך אין דעם דריטן פסוק "ויאמר אלוקים יהי אור", וואס מיינט די ספיד אף לייט. ודו"ק היטב
פרייטאג מערץ 23, 2012 2:04 am#2448
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
שרגא האט געשריבן:יענקל, א דאנק פאר די קלארקייט.

א דאנק פאר דעם קאמפלימענט. איך זע אז דו האסט א מיינונג איבער וויאזוי אויסצולייגן מיין נאמען. טא, רוף זיך אן...
פרייטאג מערץ 23, 2012 1:16 pm#2489
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
שרגא האט געשריבן:אגב, איז אויך פיל שענער געווארן דער ערשטער "יהי אור" ביי מעשה בראשית, וואס סיי פשוט פשט איז אביסל אינטערעסאנט אז דוקא ליכטיגקייט איז געווען די ערשטע זאך, ווי אויך די מפרשים פלאגן זיך וואס איז יענער אור און ואוס איז די זון און מאורות וואס זענען ערשט שפעטער באשאפן געווארן? נאר לויט הרב איינשטיין פארשטייט זיך דער "יהי אור" ממש כמין חומר, ווי עס איז דאך אזא פונדאמענטאלער טייל פון דער בריאה. ממש די ערשטע זאך נאך "והארץ היתה תהו ובהו", קומט טאקע באלד די ערשטע זאך אין דעם דריטן פסוק "ויאמר אלוקים יהי אור", וואס מיינט די ספיד אף לייט. ודו"ק היטב


שיין. סייענס ווייסט שוין היינט אויך אז ליכטיגקייט ("פאוטאנס") זענען באשאפן געווארן עטליכע מייקרא-רגעים נאך בריאת העולם. אין די ערשטע מאמענטן פון באשאף איז געווען חושך און כאאס (תוהו ובוהו וחושך).
זונטאג יוני 10, 2012 5:38 pm#17115
דער לעצטער נאגן אינעם ארון
דער לעצטער קלאפ אינעם ארון פונעם טעאריע אז נוטרינא פארטיקלס קענען לויפן שנעלער ווי די ספיד פון ליכטיגקייט האט באקומען איז ענדליך אנגעקומען. סערגיא בערטאלוצי, וועלכער פירט אן די שווייצע לאבאטאריע "CERN" אין וועלכע מ'האט צום ערשט "אויסגעפונען" אז נוטרינא פארטיקלס לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט האט צוויי טעג צוריק אין א סטעימענט געזאגט אז פיר שטודיעס אינעם צערן לאבאטאריע און נאך צענדליגע שטודיעס איבער די וועלט וועלכע האבן פרובירט איבערצומאכן די ערשטע שטודיע האבן אלע געוויזן אז "נוטרינא פארטיקלס פאלגן אויס נאטור'ס געזעצן" כלשונו און די רעזולטאטן פונעם ערשטן שטודיע זענען ווארשיינליך געקומען פון א פעלערהאפטיגן זייגער. "טיף אראפ האבן מיר אלע געוויסט אז די רעזולטאטן זענען נישט ריכטיג.".
דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:52 pm#277849
שרגא האט געשריבן:עס איז ווי איינשטיין האט עס גערופן "די ספיד לימיט פון די יוניווערס". גארנישט אין די וועלט קען נישט לויפן שנעלער ווי דעם. און סיי וואס עס האט מעס, קען קיינמאל נישט אנקומען צו די ספיד אף לייט, ווייל פארטיקלס וואס האבן מעס פארלאנגט ענערגיע זאל זיי פארשנעלערן. יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום), ממילא כדי אנצוקומען צו די שנעלקייט פון ליכט וואלט זיך פארלאנגט ענדלאזע (אינפיניטי) ענערגיע, און עס עקזיסטירט נישט אין די גאנצע וועלט גענוג ענערגיע צו קענען טרייבן אפילו איין פארטיקל וואס האט מעס צו לויפן אזוי שנעל ווי די ספיד אף לייט.


א גרויסער ישר כח פארן נעמען די מיה און אריינלייגען אזויפיל כוחות נאר צו מהנה זיין אנדערע.

איך ווייס אז שרגא האט שוין לאנג נישט געשריבן, לפחות נישט אויף די נאמען. אפשר קען מיר א צווייטער חבר העלפן. איך פלאג מיך שוין לאנג צו פארשטיין די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט. איך פארשטיי אז די עצם פארשנעלערן נעמט מער ענערגיע צו קענען טוישן דעם מצב פון שנעלקייט.
וואס איך פארשטיי נישט: לויט די חשבון, פארוואס ביז "כמעט" די ספיד אף לייט האסטי נישט קיין פראבלעם אנציקומען (עט ליסט און טעאריע), אבער אייניג דערצו, אדער שנעלער האסטי יא א פראבלעם. וואס מאכט די לימיט נישט צו קענען אנקומען אהין? פארוואס פארלאנגט זיך אזויפיל ענערגיע דווקא ביי די ספיד און נישט פארדעם?
דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:57 pm#277890
לכאורה פארשטיי איך דאס אזוי; די אוניווערסאלע כח התנועה איז לימיטעד צו ספיד אף לייט, און אפילו מ'זאל צוזאם נעמען די ענערגיע פון גאנצן אוניווערס וועט דאס נישט זיין גענוג צו פארשנעלערן דעם ספיד. אלזא אויב קומט צו מאסע צו א פארטיקל שוואכט דאס אטעמאטיש אפ דעם מאקסימום כח התנועה וואס פרובירט איר שטופן צום ספיד אף לייט, וואס דיזע כח ווי דערמאנט איז נישט שייך צו פארשטערקן אפילו מיט די גאנצע ענערגיע וואס געפינט זיך אין די אוניווערס.
פרייטאג מאי 22, 2015 12:37 am#277901
כפתור האט געשריבן: לויט די חשבון, פארוואס ביז "כמעט" די ספיד אף לייט האסטי נישט קיין פראבלעם אנציקומען (עט ליסט און טעאריע), אבער אייניג דערצו, אדער שנעלער האסטי יא א פראבלעם. וואס מאכט די לימיט נישט צו קענען אנקומען אהין? פארוואס פארלאנגט זיך אזויפיל ענערגיע דווקא ביי די ספיד און נישט פארדעם?

מ׳האט טאקע יא א פראבלעם אנציקומען ״כמעט״ צו די ספיד אף לייט. די ענערגיע וואס ס׳נעמט צו פארשנעלערן עפעס גיט נישט א פלוצימדיגער שפרינג ווען עס קומט צי די ספיד אף לייט. אנצוקומען ״כמעט״ צו די ספיד אף לייט נעמט טאקע ״כמעט״ אינפיניט (לשבר את האוזן) ענערגיע. די ענערגיע וואס ס׳נעמט גייט צוביסלעך מער אין מער ביז עס קומט אן צו אינפיניט ענערגיע. נאר עס גייט טאקע נישט אויף א linear אופן. דהיינו, ס׳נישט אז האלב די ספיד אף לייט נעמט האלב אזויפיל ענערגיע און א פערטל די ספיד נעמט א פערטל, נאר מיט אן אנדערן חשבון. די פונקטליכער פארמאלע הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.
פרייטאג מאי 22, 2015 12:38 am#277902
שכויח מאטי,

איך פארשטיי אז א פארטיקל וואס האט מאס קען נישט פליען שנעלער ווי ענערגיע אדער גרעוועטי וואס האבן נישט מאס.
אויב די תירוץ איז אז גארנישט קען פליען שנעלער ווייל אזוי איזעס, פארשטיי איך.

מיין קשיא איז:
פארוואס פאר א פארטיקל אנצוקומען צו 99.99% פארלאנגט זיך לאמיר זאגן 1000 פונט ענערגיע, וואס איז א געוואלד, אבער מעגליך. אבער צו גיין איין טריט ווייטער איז שוין נישט מעגליך אפילו מיט די גאנצע ענערגיע פון די אוניווערס.
איך שטעל מיך פאר אז ס'פעלט מיר אפאר/אסאך כללים און פיזיקס צו קענען דאס כאפן.
פרייטאג מאי 22, 2015 12:57 am#277909
קול דודי האט געשריבן: די פונקטליכער פארמאלע הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.


מ'דארף עס קענען ליינען און פארשטיין.
ס'האט גענומען אסאך יוטוב קליפס צו פארשטיין אביסל רעלאטיוויטי אדער אנדערע פיזיקס. זיי זענען זייער גוט מסביר, אבער זיי הייבן אן מיט א השערה אז דער וואס גייט עס קוקן האלט שוין אויף א שטאפל ווייטער ווי אונז חסידים, במילא האב איך עס געמוזט הערן פון אסאך אנדערע, און יעדער האט מדייק א אנדערע פינטל.
דאס איז געווען פאר איך בין אנגעקומען צו ק"ש, ומצאתי את שאהבה נפשי.
פרייטאג מאי 22, 2015 1:09 am#277914
און פארוואס ליכט אין א לויפענדן באן פליט די זעלבע שנעל ווי ליכט אינדרויסן פארשטייסטו יא?
פרייטאג מאי 22, 2015 1:30 am#277920
קול דודי האט געשריבן: הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.


א לינק ביטע.
פרייטאג מאי 22, 2015 1:35 am#277926
כפתור האט געשריבן:איך שטעל מיך פאר אז ס'פעלט מיר אפאר/אסאך כללים און פיזיקס צו קענען דאס כאפן.

עס זעהט מיר מער אויס א חסרון ידיעה אין מאטעמאטיק.
צו פארשטיין וואס איז די חילוק פון linear ביז exponential, וואלט איך דיר געזאגט אזוי,
נעם דעם נומער 2, דאבל עס אין 2, וועסטו באקומען 4,
ווידער אין 2, וועסטו באקומען 8, דערנאך 16, 32, 64, 128, 256, 512, 1024,
ביים 30׳טן טריט וועסטו האלטן איבער א ביליאן.
יעצט זאג מיר דער חילוק פון דעם 100׳טסטן מאל און דעם 101׳טסטן מאל.
פרייטאג מאי 22, 2015 11:46 am#277967
פארוואס? האט געשריבן:
קול דודי האט געשריבן: הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.


א לינק ביטע.

m http://en.wikipedia.org/wiki/Kinetic_en ... gid_bodies m

באמת די איינציגסטע וויכטיגע זאך צו געדענקען איז אז מאמענטאם איז געוואנדן אין גאמע (גימל יוונית)
קאוד: וועל אויס אלע
γ =  1/(1 - v^2/C^2)^1/2

where v= velocity of object and c = speed of light, as always.m
מאנטאג יולי 15, 2019 8:09 pm#433194
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
אינטרעסאנט.
m https://youtu.be/lR4tJr7sMPM m


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג יולי 16, 2019 4:21 am#433217
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
ס'איז א שפיעל מיט ווערטער, ער זאגט אליינס אז מ'קען נישט גיין שנעלער ווי די ספיד אף לייט.
דינסטאג יולי 16, 2019 9:31 am#433219
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:02 pm#436626
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
ס׳איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן אז עס זענען דא וואס היפאטיזירן אז עס זענען דא פארטיקלס וואס הייסן טעקיאנס וואס גייען אלעמאל שנעלער ווי ליכטיגקייט (רוב נעמען אבער טאקע אן אז זיי עקזיסטירן נישט).

אויך, די עקספענשאן פון די אוניווערס [ספעיס בעצם] (דורך טונקעלע ענערגיע) גייט שנעלער ווי ליכטיגקייט (ווי ווייטער עס איז פון אונז). אבער דאס איז נישט קיין פארטיקל.
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:53 pm#436641
די עקספענשען פון די יוניווערס איז דורכדעם ואס ספעיס אליין ציעט זיך אויס. גארנישט לויפט נישט אין ערגעץ באמת, יעדע משהו ספעיס אויף זיין אייגן מקום ציעט זיך אויס.
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 8:29 pm#443655
גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
בנוגע רעיס פון ליכטיגקייט איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דעם אילומינעישאן פראבלעם אין מאטעמאטיקס. דאס וויל וויסן אויב איז שייך א פארמאכטן צימער וואס אלע ווענט זענען שפיגלעך און די גאנצע צימער זאל נישט ווערן באלאכטן פון איין ליכט (שורש).

דער תירוץ איז אז יא.
מיטוואך מאי 12, 2021 11:59 pm#473032
פארוואס איז זעהן א ראנד-טריפ?
פין דארט צי דיין רעטענע וואו-וועי, ניין?

איך האב נאך נישט געליינט די לינק
דאנערשטאג מאי 13, 2021 7:36 am#473045
וואס ATUB @תוהו ובוהו ATUB מיינט מסתם צו זאגן איז אז אויב מעסט מען די שנעלקייט פון ליכטיגקייט און מען געבט עפעס א מאס/צאל דערפאר, דאן נעמט מען דאך אטאמאטיש אריין סיי אונזער ״אהין״ קוקן און סיי דעם ״צוריק״ פון די ליכטיגקייט צו אונז, צוזאמען; אנדערש איז דאך נישט שייך צו מעסטן. וממילא פארענטפערט דאס נישט דעם רלב״ג וואס כנראה געבט א מעסטונג דערפאר. דאס איז אחוץ אויב מ׳גייט אריינקוועטשן אינעם רלב״ג אז ער מיינט טאקע נאר די חלק חלק הראות פון אונזער זייט און די שנעלקייט צו אונז דייקא. אבער ער האט מסתם געהאלטן ווי אריסטו אז דאס איז בלא זמן אפילו מיט א געהעריגע מעסטונג (אחוץ טאמער גייט מען די גאנצע מהלך אריינקוועטשן אין אריסטו אויך...).

עכ״פ וועגן דעם האב איך געשריבן דערויף אז עס האט מיר ״דערמאנט״. נישט מער.
דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:25 am#473055
מי אני: אינטרעסאנט איז אז ..."פייבער אפטיקס"... טוט טרענסלעיטן לייט (ליכט) פולסעס אין שטימע (אויך צו עלעקטריקל סיגנאלן). דאס איז א סך שנעלער און ס'האנטהאלט אויך א ברייטער'ן תוכן (בראאד-בענד) ווי דירעקטע עלעקטרישע סיגנאלן פון דעם אריגינאלן סיסטעם. פון עטליכע גיגא-בייטס פער סעקונדע...!

ביידע סיסטעמס קענען האבן הלכה'דיגע אימפליקאציעס. למשל אזוי ווי הערן הבדלה אדער קריאת המגילה דורכ'ן טעלעפאן. (ווען איינער איז אין האספיטאל). וואס לויט רוב פוסקים איז מען יוצא. אויסער ביי תקיעת שופר. ווייל דארט מוז מען הערן דעם אריגינאלן קול. און דער טעלעפאן (אדער סיי וועלכער אנדערער ספיקער סיסטעם) זענען עלעקטרישע סיגנאלן וואס טוען רעפראדוצירן דעם אריגינאלן קול (קול הברה). ממילא איז מען נישט יוצא...!
דאנערשטאג מאי 13, 2021 11:23 am#473058
פייבער אפטיק איז פשוט נאך א מהלך פין טרענספערן מהכא להתם - אנשטאט שיקען עלעקטריק שיקט מען לייט וואס איז שנעלער און האט אויך נישט קיין פריקשען (היטץ).
ווייל מען קען שיקן זייער שנעל אן קיין קאנסעקווענטצען איז די בענד-וויד באטעל-נעק נאר די צוויי זייטען

פייבער אפטיק אליין טון גארנישט טרענסעלעטן - ס'פעלט אבער אויס א אינ-קאדינק און די-קאדינק פראסעס אויף ביידער זייטען, ווייל סיי דער מייק און סיי דער ספיקער ארבעט מיט עלקעטריק און נישט מיט לייט

איך פארשטיי נישט פארוואס דו קלערסט אז דאס טוישט עפעס להלכה -
און קיין איינע פין די טרענספער מהלכים גייט נישט עכעט דער קול און ווערט איבערגדרייט פין מעגענעט צי עלעקטריק וכו' (אויסער צוויי קאפס מיט א שטריק און דערמיט)

אפשר מיינסטו מחלק צי זיין פין ענעלאג ביז דיטשעטעל (פייבער פארשטיי איך קען נישט, אדער לוינט נישט, צי מאכן ענעלאג, און לויפט אייביק אין פאלס\דיגיטעל)
עלקטריק סיסטעמס קענען היינט אויך זיין דידשיטעל - וואס דאס איז נאך א טרענספערמעשן (דער מענטש רעדט ענעלאג, אויב מען קען אזוי זאגן) פין די משמיע
דאנערשטאג מאי 13, 2021 11:34 am#473059
מי אני האט געשריבן:וואס @תוהו ובוהו מיינט מסתם צו זאגן איז אז אויב מעסט מען די שנעלקייט פון ליכטיגקייט און מען געבט עפעס א מאס/צאל דערפאר, דאן נעמט מען דאך אטאמאטיש אריין סיי אונזער ״אהין״ קוקן און סיי דעם ״צוריק״ פון די ליכטיגקייט צו אונז, צוזאמען;

איז דא אזא זאך ווואו "אהין" קוקן?
וואס געשעט ווען מען קוקט "אהין"? און וויפעל צייט נעמט דאס?
דאנערשטאג מאי 13, 2021 12:52 pm#473066
צו מער מדייק זיין און זאגן פונקטליכער און מער טעכניש: יעדעס מאל מ׳מעסט נעמט מען אָן אימפּליסיטלי (ואולי סאָבּקאַנשעסלי אויך) בהנחה קדומה אז די זייגער/צייט ״דארט״ [וואס פון דארט קומט עס צו אונז] און די זייגער/צייט ״דא״ וואו אונז מעסטן עס [וואס פון דא קוקט מען אהין צום שורש הליכטיגקייט] זענען די זעלבע. אין אנדערע ווערטער, די אהער צו אונז און די אהין זענען מקושר כתרי הן דלא מתפרשין מהדדי ווען מ׳מאכט א מעסטונג דערפון. הגם עס זענען דא טעארעטישע הצעות ווי אזוי מ׳זאל יא קענען מעסטן די ״איין-וועג״ שנעלקייט פון ליכטיגקייט.

ובזה איז מען מסביר ווי די ערשטע עקספּערימענט דערין וואס האט אויפגעוואוזן אז מהירות האור האט יא א שנעלקייט בזמן, פון אָל ראָמער אין 1676, האט דאס אויך אנגענומען אימפּליסיטלי.
159291DD-C34E-45BD-9656-BCA1DF8DC50B.jpeg
דאנערשטאג מאי 13, 2021 8:17 pm#473108
הקטן: ייש""כ. וואס איך האב געברענגט אז די עלעקטרישע סיגנאלן פון סיי וועלכן ספיקער סיסטעם קענען האבן הלכה'דיגע אימפליקאציעס. ווי ביי הבדלה, קדושה אדער קריאת המגילה. (וואו מ'איז יוצא לעת הצורך ובשעת הדחק. משא"כ ביי תקיעת שופר קענמען נישט יוצא זיין. ווייל ס'דארף זיין די אריגינאלע קול שופר. און נישט קיין קוול הברה. א ווידער קול.) דאס איז נאר געווען כבדרך אגב. איך האב דא גארנישט מחדש געווען...! אפילו נישט פרובירט...!
דינסטאג מאי 18, 2021 10:04 pm#473267
Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
תוהו ובוהו האט געשריבן:אויב פארשטיי איך גוט זיינע ווערטער, זאגט ער עפעס אז ליכטיגקייט לויפט 'בכלל נישט' (סאו טו ספיק), און דעריבער זעהט מען עס 'גלייך' ''בזולת זמן'', משא''כ קול וואס לויפט יא, און איז תלוי בזמן...

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
אבן עזרא (שמות כ א):
''והנה ידענו כי הרגשת העין נכבדת מהרגשת האוזן, כי ידענו בראיות גמורות כי רגע הראות הברק לעין הוא רגע הרעם, רק העין ראתה מרחוק, והאויר מביא הקול אל האוזן, והליכתו לאט ולא יגיע אל האוזן רק אחר עבור רגע..''

Sent from my KFDOWI using Tapatalk