Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה

איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
88 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 160 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #410
מיטוואך אפריל 18, 2012 1:29 pm#5223
איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
אינעם "קוואנטום פיזיקס" אשכול האב איך געשריבן אז די שוועריגקייט צו פארשטיין די סוגיא האט נישט אזוי ווייט מיט דערהערן דעם מושג, ווי מיט פועל'ן ביים מוח צו פארנעמען און באנעמען עפעס וואס זיינע דערפארונגען דערהייבן נישט. דאס זעלבע איז אמת מיט איינשטיינ'ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט. די מאטעמאטישע חשבונות זענען שווער צו פארשטיין (עכ"פ פאר מיר); די שקלא וטריא וואס האט געפירט איינשטיין אויפצוקומען מיט זיין טעאריע איז אויך נישט גרינג, און פאדערט א סך ידיעות אין סייענטיפישע טעמעס וואס זענען אונז פרעמד. דער עצם חידוש איז אבער נישט אזוי ווייט קאמפליצירט, ווי פרעמד פאר אונזערע השגות. איז, מיין איך, אז מען קען זי פארשטיין מיט נישט איבעריג א סך אנשטרענגונג, אויב האלט מען דעם מוח אפן צו א מעגליכקייט פון פארדייען יסודות'דיגע חידושים.

דאס ווארט רעלאטיוו מיינט ביחס. איך בין הויך רעלאטיוו צו אן 11-יעריג קינד. קארל, ווי איר קוקט אים אזוי אן, איז הויך און פעסטגעבויט. שטעלט אים אבער נעבן מיין פעטער פון אוסטראליע, א לאקש פון 6.7 פיס הויך מיט אקסלען און מוסקלען ווי שמשון הגיבור, וועט קארל, במחילת כבודו, אויסזען זייער דורכשניטליך. 60 די גראד איז זייער הייס פאר עמיצן וואס קומט סיביר, אבער אביסל קיל פאר עמיצן פון איינעם פון די הייסע אפריקאנישע לענדער. הויך און נידעריג, קאלט און הייס, ווי מערערע אנדערע זאכן זענען רעלאטיווע באגריפן; זייער משמעות איז תלוי אין - רעלאטיוו צו - נאך עפעס. דאס פארקערטע פון רעלאטיוו איז "אבסעלוט". א לעפל איז א לעפל, אפגעזען צי דער עסער איז שווארץ צי ווייס, הויך צי נידעריג, קאלט אדער הייס. אייזן איז אויך אייזן, פון סיי וועמענס פערספעקטיוו.

איינשטיינ'ס חידוש איז געווען אז צוויי זאכן אין דער טבע, וואס דער שכל און די וויסנשאפט ביז אים האבן באטראכט אלס אבסעלוט - דאס זעלבע פאר יעדן, אפגעזען פון פערספעקטיוו - זענען באמת בייגעוודיג, "פלאסטיש", פלעקסיבל: זיי קענען זיך טוישן, קנייטשן און בייגן. די דאזיגע צוויי זאכן זענען "זמן" און "מקום", צייט און ארט. "צייט" מיינט נישט דעם זייגער, טעג, און יארן, נאר דעם עצם געלויף פון יעצט ביז שפעטער; הוה צום עתיד. דער זייגער און קאלענדער זענען אזעלכע פאטענטן איינצושטעלן א סיסטעם אין תנועת הזמן, אז מענטשן זאלן זיך קענען פארשטיין. זיי קאנטראלירן אבער נישט דעם צייט-געלויף - א יסוד אין דער טבע וואס גייט פון זיך, אפילו ווען אלע זייגערס און קאלענדערס זאלן צעבראכן און פארברענט ווערן. כיוצא בו, מיט "מקום" מיינט דער פסוק חלל הפנוי, דאס עצם עקזיסטענץ פון "פלאץ", אין וואס מיר פונקציאנירן.

ביידע פון זיי, מקום און זמן, זענען אזוי יסודותדיג פאר דער בריאה, אז ס'איז נישט מעגליך זיך אויסצו'משל'ן די בריאה מיט זייער אפוועזנהייט. וואס הייסט דאס אז חלל, ליידיג פלאץ, פוסטקייט איז נישטא? וואס מיינט אז נישטא קיין פריער, יעצט און שפעטער? פרובירט זיך מצייר זיין אין געדאנק "גארנישט". אבער פארט, זיי זענען ברואים, וואס זענען אמאל, בטרם כל יציר נברא, נישט געווען. איינשטיין האט מחדש געווען אז ווען עמיצער רעדט פון צייט אדער פלאץ, מוז מען באלד וויסן ביחס צו וואס. סתם צייט און ארט כשלעצמם איז דאס זעלבע ווי רעדן פון הויכקייט/נידעריגקייט און הייס/קאלט, אן צוגעבן ווער עס רעדט אדער צו וועמען מען רעדט.
מיטוואך אפריל 18, 2012 1:35 pm#5224
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
קודם א לייק געטאן סתם פארן עפענען די אשכול. יעצט גיי מיר לייענען.
מיטוואך אפריל 18, 2012 1:38 pm#5226
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
זייער שיין! יעצט אז מיר פארשטייען שוין זיין עצם חידוש, וויל זיך פארשטיין וואס האט אים צוגעברענגט צו מחדש זיין אזא איפכא מסתברא'דיגען חידוש?
מיטוואך אפריל 18, 2012 3:42 pm#5266
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יידל האט געשריבן:זייער שיין! יעצט אז מיר פארשטייען שוין זיין עצם חידוש, וויל זיך פארשטיין וואס האט אים צוגעברענגט צו מחדש זיין אזא איפכא מסתברא'דיגען חידוש?


קודם, א ווארט וועגן תנועה בכלל.

ווען א מענטש זיצט אויף א באן וואס לויפט מיט א שנעלקייט פון 30 מייל פער שעה, קען מען זאגן אז דער מענטש רירט זיך מיט דער זעלבער שנעלקייט, 30 מייל פער שעה. אויב דער מענטש זאל זיך אויפשטעלן און אנהייבן שפאנען אין דער באן, וועט דאס בילד שוין נישט זיין אזוי פשוט. לאמיר אננעמען אז די באן פארט אין דער ריכטונג פון מזרח צו מערב, און דער רייזנדער הייבט אן שפאנען אין דער פארקערטער ריכטונג, פון מערב צו מזרח, מיט א שנעלקייט פון 5 מייל פער שעה. ווי שנעל גייט דער מענטש? איז, וועט זיך ווענדן פון וועלכן פערספעקטיוו. עמיצער וואס שטייט אויף דער גאס אינדרויסן פון דער באן וועט זאגן אז דער רייזנדער רירט זיך ביי 25 מפ"ש; די באן פארט טאקע 30 מפ"ש, אבער דער מענטש שפאנט דאך אין דער פארקערטער ריכטונג ביי 5 מפ"ש. וועט דער דרויסנדיגער אים זען זיך רירן מיט א שנעלקייט פון 25 מפ"ש. (5 מייל ווערט דאך אראפגע'גנב'עט מיט'ן שפאציר אין דער פארקערטער ריכטונג.) דאס זעלבע פארקערט - אויב דער רייזנדער וועט שפאנען אין דער זעלבער ריכטונג ווי דער באנ'ס געלויף, פון מזרח צו מערב, ביי 5 מפ"ש, וועט דער דרויסנדער אים זען פליען 35 מפ"ש (די שנעלקייט פון באן-געלויף+דעם מענטש'ס גאנג).

דער רייזנדער זעלבסט וועט אין ביידע פעלער זיך אבער זען רירן מיט א שנעלקייט פון בלויז 5 מפ"ש. ער וועט דאך מעסטן זיין גיין רעלאטיוו צו דער באן. ווען ער זיצט אויף זיין פלאץ, זעט ער זיך נישט פליען ארום אין דער באן. במילא, ווען ער שטעלט זיך אויף און הייבט אן גיין, זעט ער זיך גיין נאר אזוי שנעל ווי זיין גאנג.

וועט אויסקומען אז ווען עמיצער פרעגט ווי שנעל דער שפאצירנדער מענטש רירט זיך, וועט דער פרעגער מוזן קלאר מאכן צי זיין קשיא איז ווי שנעל דער מענטש שפאצירט (דאס הייסט, ווי שנעל ער באוועגט זיך בשייכות צו דער באן), אדער ווי שנעל דער מענטש רירט זיך למעשה (זיין באוועגונג רעלאטיוו צו דער ערד אינדרויסן פון באן).

למעשה, די ערד אליין דרייט זיך כסדר (1070 מייל פער שעה). אזוי האבן מיר דאך טאג און נאכט. איז, האבן מיר פאר זיך דריטע היכא תמצא אין דער פראגע פון ווי שנעל דער שפאצירנדער רייזנדער באוועגט זיך. קיינער וועט נארמאלערווייז נישט שטעלן די פראגע, ווייל מיר זענען נישט געוואוינט צו טראכטן וועגן דער ערד'ס באוועגונג אין דעם קאנטעקסט. די פראגע איז אבער לעגיטים. אחוץ זיך דרייען ווי א דריידל, פארט די ערד ארום דער זון. דאס גיט אונז דאך דעם יאר מיט די סעזאנען. די ערד, זון און אלע פלאנעטן אלס גרופע באוועגן זיך אויך. און אזוי ווייטער און ווייטער.

במילא, איז נישט שייך צו באשטימען דעם ספּיד פון א ריקנדער זאך אן באשטימען פריער עפעס קעגן וואס די שנעלקייט ווערט אויסגע'חשבונ'ט. די וויסנשאפטליכע וועלט ביז איינשטיין האט געהאלטן אז ס'מוז זיין עפעס, וואס זיצט אויף איין פלאץ און רירט זיך נישט, אפגעזען פון וועלכן פערספעקטיוו מען קוקט די "זאך" אן. (די סיבה פארוואס ס'האט "געמוזט" אזוי זיין איז אויף דער רגע נישט נוגע. כ'וועל אפשר צוקומען דערצו שפעטער.) האט געהייסן אזוי: אמת אז תנועה איז בדרך כלל רעלאטיוו (צו דער ערד, באן, זון, סאלאר סיסטעם, מילקי וועי אא"וו); איז אבער פאראן איין אוניווערסאלע "רו-זאך", קעגן וועמען תנועה איז אבסעלוט. יענע זאך -- וואס מען האט א נאמען געגעבן ether -- באשטייט פון עפעס א דקות'דיגער סובסטאנץ וואס מען קען נישט זען, שפירן, הערן, אבער איז איבעראל אין דער אוניווערס. דער "איטהער" איז איבעראל, אין יעדער זאך. אזוי זיצט די דאזיגע "לופט" אומבאוועגליך לעולם ועד, און פון דעם איטהער פערספעקטיוו איז תנועה אן אבסעלוטע זאך.

אלעס האט געשטימט, ביז אן עקספערימענט האט איבערגעוויזן אז דער ether איז א דמיון. נישטא אזא זאך! אָן קיין איטהער ווערט אבער נולד א מוראדיגע קשיא, וואס האט צו טאן מיט דעם ספיד אוו לייט - דער שנעלקייט מיט וואס ליכט כוואליעס לויפן. איינשטיין האט געלעזט די פראבלעם -- און דא האט ער איבערגעקערט די אנגענומענע יסודות איבער מקום און זמן מיט'ן קאפ אראפ און די פיס ארויף.

(המשך יבוא, דורך מיר אדער אנדערע שטיבלניקעס.)
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:44 am#5422
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:במילא, איז נישט שייך צו באשטימען דעם ספּיד פון א ריקנדער זאך אן באשטימען פריער עפעס קעגן וואס די שנעלקייט ווערט אויסגע'חשבונ'ט. די וויסנשאפטליכע וועלט ביז איינשטיין האט געהאלטן אז ס'מוז זיין עפעס, וואס זיצט אויף איין פלאץ און רירט זיך נישט, אפגעזען פון וועלכן פערספעקטיוו מען קוקט די "זאך" אן. (די סיבה פארוואס ס'האט "געמוזט" אזוי זיין איז אויף דער רגע נישט נוגע. כ'וועל אפשר צוקומען דערצו שפעטער.) האט געהייסן אזוי: אמת אז תנועה איז בדרך כלל רעלאטיוו (צו דער ערד, באן, זון, סאלאר סיסטעם, מילקי וועי אא"וו); איז אבער פאראן איין אוניווערסאלע "רו-זאך", קעגן וועמען תנועה איז אבסעלוט. יענע זאך -- וואס מען האט א נאמען געגעבן ether -- באשטייט פון עפעס א דקות'דיגער סובסטאנץ וואס מען קען נישט זען, שפירן, הערן, אבער איז איבעראל אין דער אוניווערס. דער "איטהער" איז איבעראל, אין יעדער זאך. אזוי זיצט די דאזיגע "לופט" אומבאוועגליך לעולם ועד, און פון דעם איטהער פערספעקטיוו איז תנועה אן אבסעלוטע זאך.

אלעס האט געשטימט, ביז אן עקספערימענט האט איבערגעוויזן אז דער ether איז א דמיון. נישטא אזא זאך! אָן קיין איטהער ווערט אבער נולד א מוראדיגע קשיא, וואס האט צו טאן מיט דעם ספיד אוו לייט - דער שנעלקייט מיט וואס ליכט כוואליעס לויפן. איינשטיין האט געלעזט די פראבלעם -- און דא האט ער איבערגעקערט די אנגענומענע יסודות איבער מקום און זמן מיט'ן קאפ אראפ און די פיס ארויף.



וואס האט געצוואונגען סייענס אויפצוקומען מיט דעם "איטהער", הגם קיינער האט אים נישט געזען אדער געוואוסט וואס ער איז? איז די סיבה, ווייל אין דער אילוסטראציע מיט דעם רייזנדן אין דער באן האבן מיר געזען אז די שנעלקייט מיט וואס א ריקנדע זאך פארט איז תמיד רעלאטיוו - עס ווענדט זיך פון וועלכן פערספעקטיוו. ס'איז אבער פאראן איין אויסנאם, איין בריאה וואס פליט שטענדיג מיט'ן זעלבן ספיד, אפגעזען פונעם מענטש/קוק-ווינקל וואס מעסט איר. די דאזיגע זאך איז ליכט. א ליכט-שטראל פליט אומגעהויער שנעל, 186,000 מייל פער סעקונדע. מיר זעען קיינמאל נישט א ליכט-שטראל אין עקשאן, ווייל אונזערע אויגן קענען נישט אויפכאפן אזעלכע דקות'דיגע שנעלקייטן. ווען עמיצער ריקט דעם סוויטש און צינדט אן א לעקטער, ווערט באלד ליכטיג. דאס איז אבער נישט אינגאנצן אזוי; עס געדויערט א כהרף עין פונעם ריקן דעם סוויטש ביז די ליכט פונעם באולב קומט אן צו אונזערע אויגן.

צוריק צו אונזער באן. יעדע זאך וואס רירט זיך אין א פארנדער באן, וועט געזען ווערן זיך רירן מיט אן אנדערן ספיד צו עמיצן אינדרויסן פון דער באן ווי צו עמיצן אינעווייניג. אין אונזער משל האבן מיר גערעדט פון א שפאצירנדן מענטש. דאס זעלבע איז אבער אמת פאר יעדער זאך - קול, א געשאסענער קויל אא"וו. פאר עמיצן אינדרויסן וועט די שנעלקייט פון דער פליענדער זאך זיך ווענדן אין - רעלאטיוו צו - דער שנעלקייט און ריכטונג פון דער באן.

איין אויסנאם איז א ליכט שטראל. א שטראל וועט צו יעדן פליען מיט דער זעלבער שנעלקייט. אז עמיצער אויף דער באן וועט אנצינדן א פלעשלייט, וועט דער שטראל פליען 186,000 מייל פער סעקונדע פון יעדנס פערספעקטיוו. אפילו די באן זאל פליען ביי א שנעלקייט פון 100,000 מייל פער סעקונדע, וועט עמיצער פון דרויסן זען דעם שטראל פליען מיט דער זעלבער שנעלקייט ווי עמיצן אויף דער באן.

וויאזוי איז עס אבער מעגליך? איז דא איין איינציגער הסבר. והוא, אז דער ממוצע וואס טראגט א ליכט-שטראל איז עפעס וואס שטייט שטיל און רירט זיך קיינמאל נישט. דער דאזיגער ממוצע איז דין-דקות'דיג גענוג אז עס געפינט זיך איבעראל, אין אלעם, ארום אלעם - אזא סארט (בדרך משל ומליצה) ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין. דער ether שטייט שטיל און פארגליווערט אויף איין פלאץ, און וועגן דעם זעען מיר ליכט זיך אלעמאל טראגן מיט'ן זעלבן ספיד. דער "איטהער" איז די איינציגע זאך אין דער בריאה וואס רירט זיך נישט - ער איז אבסעלוט אומבאוועגליך - מצד יעדן: דער פארנדער באן, די מענטשן אינדרויסן, דער זיך-דרייענדער ערד, דעם פליענדן סאלאר סיסטעם אא"וו. דער איטהער איז, כלומר, די שינעס אויף וועלכע א ליכט שטראל פליט. היות דער איטהער שטייט שטיל פון יעדנס פערספעקטיוו, זעען מיר יעדע זאך וואס טראגט זיך אין אים אייביג פליען מיט'ן זעלבן ספיד.

אלעס איז רעלאטיוו, אריינגערעכנט דער שנעלקייט פון ליכט - אויסער איין זאך, דער איטהער. ער איז אבסעלוט; יעדער איז מסכים און יעדער באשטייט אז ער זיצט שטיל. במילא, קומט אויס אז עפעס וואס טראגט זיך דירעקט דורך אים, האט אן אבסעלוטער ספיד. ליכט-שטראלן, האט די השערה געזאגט, איז די איינציגע זאך וואס לויפט דירעקט אויפ'ן איטהער (אין קאנטראסט צו א מענטש, וואס גיין אין דער באן; קול, וואס טראגט זיך דורך דער לופט אא"וו).

עס זענען נישט געווען קיין שום קאנקרעטע באווייזן אז דער איטהער עקזיסטירט. קיינער האט אפילו נישט געוואוסט וואס ער איז, פון וואס ער איז געמאכט. ס'איז נאר געווען דער איינציגער אויסוועג פון דער פראבלעם מיט דעם ספיד פון ליכט, אז זי זאל נישט קענען זיך אויסלאכן פון די חוקי הטבע און איגנארירן דעם כלל אז תנועה איז רעלאטיוו.

אין 1887 האבן צוויי סייענטיסטן דורכגעפירט אן עקספערימענט, וועמענס רעזולטאטן האבן געוויזן אז דער איטהער עקזיסטירט נישט. דער עקספערימענט גופא, די michelson morley experiment, איז טעקניקל און פעלט נישט אויס לעצם הענין. אבער ס'איז געווען קלאר ווי דער טאג אז ס'איז נישט פאראן אזא זאך ווי אן איטהער. אן קיין איהער ווערט דאך אבער צוריק שווער: וואס איז פשט אז ליכט איגנארירט דעם "פאקט", אז תנועה איז רעלאטיוו?

האט איינשטיין מחדש געווען אז די תנועה פון ליכט אז טאקע אבסעלוט. יא, יעדע זאך באוועגט זיך טאקע רעלאטיוו צו עפעס; איז אבער ליכט א יוצא מן הכלל. זי פליט די זעלבע פאר יעדן, אפגעזען צי א ליכט-שטראל געפינט זיך אויף א פארנדער באן, אויף דער ערד, אדער סיי וואו.

דאס ברענגט אבער אויף א פראבלעם. ווייל עס זאגט אין אנדערע ווערטער, אז עס איז פאראן עפעס א בריאה וואס פייפט אן די טבע. דער פאקט איז דאך אז תנועה איז רעלאטיוו - אייביג, יעדער. פריער האבן מיר געוואלט איינזעצן פשט אז ליכט-תנועה איז אויך רעלאטיוו, און מיר האבן פאר דעם צוועק באשאפן עפעס וואס איז אייביג פארגליווערט, און אז ליכט רירט זיך רעלאטיוו צו אט יענער לעולם-ועד'דיגער שטייענדער זאך. אויב איז אבער קיין איטהער נישטא, דארפן מיר דאך אויף עפעס אן אופן פארענטפערן דעם מה נשתנה תנועת האור מכל התנועות.
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:36 pm#5494
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פ"ק,
מיין מח איז נאך צע'חוש'ט פון א געמיש פון רואה-ואינו-נראה'דיגע קוואנטום פארטיקאלן, וועלכע עקזיסטירן נישט-עקזיסטירנדיג ביים ברעג פון צווישן-וועלטליכער עקזיסטענץ, ביי עקן פון פיצינקע שטריקלעך צעשפרייט און צעזייט איבער דעם גאנצן אוניווערס. וואו קען איך זיך שוין אריינזעצן אין פרישע מח-דרייענדע צייט-פלאץ פאראדאקסן?
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:58 pm#5510
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יאנקל האט געשריבן:פ"ק,
מיין מח איז נאך צע'חוש'ט פון א געמיש פון רואה-ואינו-נראה'דיגע קוואנטום פארטיקאלן, וועלכע עקזיסטירן נישט-עקזיסטירנדיג ביים ברעג פון צווישן-וועלטליכער עקזיסטענץ, ביי עקן פון פיצינקע שטריקלעך צעשפרייט און צעזייט איבער דעם גאנצן אוניווערס. וואו קען איך זיך שוין אריינזעצן אין פרישע מח-דרייענדע צייט-פלאץ פאראדאקסן?


הא! (לאל בלע"ז). דאס איז דאך די זאך. אז מ'לעבט אין א צעמישטער, איכפא-מסתבראדיגער וועלט, איז די איינציגע עצה צו עדזשאסטן דעם מוח אקארדינגלי. וואס יא, פון קוואנטום-פיזיקס/רעלאטיוויטעט פאלט מען גראד אריין אין פאעזיע, וואו די איינציגע שכלדיגע, מסודרדיגע זאכן זענען דווקא אומ'שכל און אומלאגיק. לייען, ברודער, לייען. נאך אביסל וועלן מיר שמועסן אויפ'ן לשון הנביא: א דאנק דיר, אה, ישראל. דיין "לייק" איז מיר געווען ווי באלזאם אויף דער נשמה...
זונטאג אפריל 22, 2012 3:51 am#6447
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פ״ק, געוואלד געשריגן, ס׳איז אופכא מסתברא. קיינעם פאר איינשטיין איז געקומען איז נישט איינגעפאלן אז ליכטיקייט גייט מיט אן אבסאלוט שנעלקייט: ווייל אויב יא פרעגט דאס קשיות אויפן איטהער! די מייקלסון-מארלי עקספערימעמט האט געוויזן אז ליכטיקייט גייט די זעלבע שנעל און אלע דירעקשנס, וואס דאס טאקע גופא האט געפרעגט א קשיא אויפן איטהער; דער איטהער איז נישט געווען א תירוץ אויף דעם! (כאטש אפילו צום סוף איז מען יא אויפגעקומען מיט א תירוץ.)
זונטאג אפריל 22, 2012 10:04 am#6467
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
קול דודי האט געשריבן:פ״ק, געוואלד געשריגן, ס׳איז אופכא מסתברא. קיינעם פאר איינשטיין איז געקומען איז נישט איינגעפאלן אז ליכטיקייט גייט מיט אן אבסאלוט שנעלקייט: ווייל אויב יא פרעגט דאס קשיות אויפן איטהער! די מייקלסון-מארלי עקספערימעמט האט געוויזן אז ליכטיקייט גייט די זעלבע שנעל און אלע דירעקשנס, וואס דאס טאקע גופא האט געפרעגט א קשיא אויפן איטהער; דער איטהער איז נישט געווען א תירוץ אויף דעם! (כאטש אפילו צום סוף איז מען יא אויפגעקומען מיט א תירוץ.)

יא, איך מיין אז קול דודי איז גערעכט און דאס אז ליכטיגקייט האט אן אבסאלוטער שנעלקייט האט די מייקסאן מארלי עקספערימענט אויפגעוויזן.
מאנטאג אפריל 23, 2012 12:37 pm#6797
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
איך מיין אויך אז קול דודי איז גערעכט. איך האב געמיינט צו זאגן אז די שנעלקייט פון ליכט-געלויף "קומט אונז פאָר" ווי אבסעלוט. דאס איז דאך נישט קיין סייענטיפישער ארטיקל. איך פרואוו מסביר זיין די זאכן אויף מאמע לשון.
מיטוואך אפריל 25, 2012 10:21 am#7443
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
איר שרייבט אביסל קאמפליצירט, איך מיין אויף מאמע לשון קען מען מסביר זיין איינשטיינס רעלאטיוועטעט אביסל אנדערש: וואס איז צייט? צייט עקזיסטירט נישט. ווען איר קוקט אויפן זייגער און עס האט זיך גערוקט ווייסט איר עס איז אדורך צייט. א גראזל איז אן אינטש היינט אין א חודש איז זי צוויי; אט איז אדורך צייט.
צייט איז א בייאלאגישער פראצודור ווען זאכן עלטערן זיך. קוקט גוט אן דעם בר מצוה בחורל קומט צוריק ביי זיין חתונה, צייט לויפט הא?

איינשטיין האט מחדש געווען אז ווען א זאך רוקט זיך איז דער בייאלאגישער צייט זייגער שטייטער, דאס הייסט צייט איז נישט אבסאלוט נאר רעלאטיוו. דאס איז מיט דער צייט, און היינט מיט קאמפיוטערס אויפגעוויזן געווארן אלס א פאקט חאטש מיט די פליישיקע אויגן איז אוממעגליך צו זען אז איר בלייבט עטוואס אינגער ווען איר פארט אויף א באן אדער עראפלאן איז עס דאך א פאקט. איינשטיין האט אויסגערעכנט אז ווען זאכן לויפן ביים שנעלקייט פון ליכט, וואס איז לויט איינשטיין די שנעלסטע לויפענדע זאך אין די בריאה, בלייבט דער בייאלאגישער זייגער שטיין דאס הייסט זאכן עלטערן זיך נישט, צייט בלייבט שטיין!

א באקאנטע משל האט איינשטיין פארגעלייגט: א צווילינג ברודער ביידע 13 יאר אלט, איינער נעמט א רייזע מיט א ראקעט וואס פליט מיט שנעלקייט פון ליכט, ווען ער קומט צוריק נאך א וויילע צום ערד קוגל, טרעפט ער דעם צווילינג ברודער אן אלטער איד מיט א ווייסע בארד אבער ער איז פארבליבן א 13 יעריקער בחורל.
מיטוואך אפריל 25, 2012 11:24 am#7486
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
בן תמליון האט געשריבן:איר שרייבט אביסל קאמפליצירט, איך מיין אויף מאמע לשון קען מען מסביר זיין איינשטיינס רעאטיוועטעט אביסל אנדערש: וואס איז צייט? צייט עקזיסטירט נישט. ווען איר קוקט אויפן זייגער און עס האט זיך גערוקט ווייסט איר עס איז אדורך צייט. א גראזל איז אן אינטש היינט אין א חודש איז זי צוויי; אט איז אדורך צייט.


אדרבא, ווייז מיר ביטע אן וואו כ'האב זיך נישט גוט מסביר געווען.

ביאלאגישע צייט איז א חלק אין צייט בכלל. ווען צייט לויפט שטאטער, מיינט עס דעם עצם געלויף פון הוה צום עתיד.
מיטוואך אפריל 25, 2012 11:58 am#7506
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
ניין איר האט פיין מסביר געווען אביסל לאנג און טיף פארן עמך איד כ'האב געטראכט אביסל קערצער און אנדערש וועלן אנדערע בעסער חאפן. יישר חילך פאר דיין ארבעט זיי ממשיך להגדיל הדעת ולהאדירה.
זונטאג אפריל 29, 2012 2:25 am#8404
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
א גרויסן דאנק ר׳ פ״ק. ערשט יעצט גענומען די צייט קלאר דורכצולייענען די הקדמות צו רעלאטיוויטעט. איך ווארט אויף דעם המשך מיט שפאנונג.
מאנטאג אפריל 30, 2012 12:36 am#8773
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
די שמועס פון איינשטיינס טעאריע דערמאנט מיר פון אן ארטיקל וואס איך האב געליינט פון א יודישען סייענטיסט א שותו"מ, אז עס איז דא א מעגליכגייט צו זאגען אז די דאזיגע איינשטיינס טעאריע פארענטפערט די סתירה צווישען תורה און להבדיל סייענס איבער ווי אלט די וועלט איז,

ער פרובירט צו ברענגען דקדוק ראיות פון די תורה אז די ערשטע 6 טעג פון די וועלט באשאף איז א טאג נישט געווען 24, די זון האט זיך און די מזלות האבן זיך אנגעהויבן דרייען אויף זייער באשטימטע שנעלקייט הערשט נאך די ששת ימי בראשית איז במילא האט א טאג געקענט זיין פיל פיל לענגער אבער און זעלבע צייט האט די אטאמישע זייגער יא געקלאפט ווי גיהעריג אין דאס גיט אונז זאכן וואס זענען אלט צענדליגע טויזענט יאר,

איך האב געליינט די ארטיקעל שוין א היפשע צייט צוריק במילא דענק איך עס נאר זייער אויבערפלעכליך, ואתכם הסליחה.

אגב איז אינטערסטאנט אנצומערקען אז די קארבאן טעסטינג (co/14) טעקניק קען נישט אנגעבען מער ווי בערך 60,000 יאר אלס העכער די יארגאנג (ביליאנען!) זענען פיסטע השערות אן קיין שום הארטע סייענטיפישע רעכענונגען

אזוי אויך איז די יארגאק סתירה נישט באמת קיין "סתירה" נאר מר כדאית ליה ומר כדאית ליה דאס הייסט אז טאמער נעמט מען אן אז די וועלט איז 6000 יאר איז עס נאר צוליעב וואס עס שטייט אזוי און די תורה און דאן נעמט מען אויך אן די געשיכטע פון די מבול וואס שטייט און די זעלבע תורה וואס האט געהאט א דירעקטע עפעקט אויף די קארבאן רעטיא (עכ"מ), די נישט גלויביגע קלייבן נישט נישט אין דעם און נישט אין דעים

באמת איז דאס אן אשכול פאר זיך און איך בין סתם אזוי פארקראכען
מאנטאג אפריל 30, 2012 1:34 am#8791
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
צוערשט שלום עליכם כבוד הרב "נקודה". עס קוקט אויס אז איר ברענגט דא פיינע ווארע.
וועגן דעם "יודישען סייענטיסט א שותו"מ," מיינסטו מסתמא דזשעראלד שראודער.
קארבאן טעסטינג איז נישט דער איינציגסטער וועג וויאזוי צו באשטעטיגן די עלטער פון זאכן.
מאנטאג אפריל 30, 2012 11:51 am#8835
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יאנקל האט געשריבן:צוערשט שלום עליכם כבוד הרב "נקודה". עס קוקט אויס אז איר ברענגט דא פיינע ווארע.
וועגן דעם "יודישען סייענטיסט א שותו"מ," מיינסטו מסתמא דזשעראלד שראודער.
קארבאן טעסטינג איז נישט דער איינציגסטער וועג וויאזוי צו באשטעטיגן די עלטער פון זאכן.


שראודער איז פיינע נייעס. אין דער לעקציע שטעלט ער אוועק א יסוד אז דער וועלט'ס עלטער און די זעקס-טויזנט יאר וואס קומט אויס פון דער תורה זענען ביידע אמת, נאר פון צוויי פערספעקטיווען. דער חידוש מיט זיין אויפטו איז אז אנדערש ווי געווענליך ווען מען פרובירט פארענטפערן וויאזוי די צוויי זאלן קענען שטימען, ווייזט שראודער אויף אז לויט סייענס מוזן ביידע זיין אמת.
מאנטאג אפריל 30, 2012 12:00 pm#8837
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יאנקל האט געשריבן:א גרויסן דאנק ר׳ פ״ק. ערשט יעצט גענומען די צייט קלאר דורכצולייענען די הקדמות צו רעלאטיוויטעט. איך ווארט אויף דעם המשך מיט שפאנונג.


יישר. איך דארף פריער ענדיגן דעם המשך אין מיין קאפ. אזוי איז עס גרינגער איבערצוגיסן אויפ'ן קיבארד.

אינדערצווישן, פארוואס זענען די אנדערע מיטגלידער שטיל? מיר האבן דאך ניקס וואס קענען די נושא. אייכם?
מאנטאג אפריל 30, 2012 12:09 pm#8846
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יאנקל האט געשריבן:וועגן דעם "יודישען סייענטיסט א שותו"מ," מיינסטו מסתמא דזשעראלד שראודער

יא, מן הסתם דגעראלד שראודער. דער פראבלעם איז נאר אז שראודער איז נישט קיין פיזיקער און פארשטייט ניטאמאל דזענעראל רעלאטיוויטי איבער וואס ער רעדט! און אויב ווילסטו נישט גלייבן "קול דודי" פון קאווע שטיבל איבער דעם, אט דא האסטו וואס בערי סיימאן, א שתו"מ און א ריכטיגע אנגעזעענער פיזיקער (נישט נאר אין אש התורה) האט צי זאגן (גענומען פון דעם לינק):

Dr. Schroder is not a physicist. Despite claims that I’ve seen (never from him though!) that he was physics professor at MIT, what I’ve been able to determine is that he got a PhD in geology working on studying natural sources of radon as a source of radiation damage. His project was jointly sponsored by the radiation lab in the physics department at MIT and his first postdoctoral position was as a member of technical staff in the physics department. His writings that touch on general relativity show that he doesn’t understand the basics of that subject. I’ve no reason to believe he has any serious training in QM. He has only two published papers in the scientific literature, both on Radon concentration. (I only know so much because I am asked about him so often).
מאנטאג אפריל 30, 2012 3:14 pm#8882
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
קול דודי האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:וועגן דעם "יודישען סייענטיסט א שותו"מ," מיינסטו מסתמא דזשעראלד שראודער

יא, מן הסתם דגעראלד שראודער. דער פראבלעם איז נאר אז שראודער איז נישט קיין פיזיקער און פארשטייט ניטאמאל דזענעראל רעלאטיוויטי איבער וואס ער רעדט! און אויב ווילסטו נישט גלייבן "קול דודי" פון קאווע שטיבל איבער דעם, אט דא האסטו וואס בערי סיימאן, א שתו"מ און א ריכטיגע אנגעזעענער פיזיקער (נישט נאר אין אש התורה) האט צי זאגן (גענומען פון דעם לינק):

Dr. Schroder is not a physicist. Despite claims that I’ve seen (never from him though!) that he was physics professor at MIT, what I’ve been able to determine is that he got a PhD in geology working on studying natural sources of radon as a source of radiation damage. His project was jointly sponsored by the radiation lab in the physics department at MIT and his first postdoctoral position was as a member of technical staff in the physics department. His writings that touch on general relativity show that he doesn’t understand the basics of that subject. I’ve no reason to believe he has any serious training in QM. He has only two published papers in the scientific literature, both on Radon concentration. (I only know so much because I am asked about him so often).


קול דודי, כ'פארשטיי אז ס'איז פרוסטירעטינג צו רעדן צו א ציבור וואס איז נישט טרענירט אין די בעסיקס, אבער איז מעגליך ארויסצוהייבן לעכער אין שראודער'ס הייפעטעסיס?

קול דודי דופק פתחי לי אחותי יונתי תמתי.
מאנטאג אפריל 30, 2012 5:15 pm#8915
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:האט איינשטיין מחדש געווען אז די תנועה פון ליכט אז טאקע אבסעלוט. יא, יעדע זאך באוועגט זיך טאקע רעלאטיוו צו עפעס; איז אבער ליכט א יוצא מן הכלל. זי פליט די זעלבע פאר יעדן, אפגעזען צי א ליכט-שטראל געפינט זיך אויף א פארנדער באן, אויף דער ערד, אדער סיי וואו.
דאס ברענגט אבער אויף א פראבלעם. ווייל עס זאגט אין אנדערע ווערטער, אז עס איז פאראן עפעס א בריאה וואס פייפט אן די טבע. דער פאקט איז דאך אז תנועה איז רעלאטיוו - אייביג, יעדער. פריער האבן מיר געוואלט איינזעצן פשט אז ליכט-תנועה איז אויך רעלאטיוו, און מיר האבן פאר דעם צוועק באשאפן עפעס וואס איז אייביג פארגליווערט, און אז ליכט רירט זיך רעלאטיוו צו אט יענער לעולם-ועד'דיגער שטייענדער זאך. אויב איז אבער קיין איטהער נישטא, דארפן מיר דאך אויף עפעס אן אופן פארענטפערן דעם מה נשתנה תנועת האור מכל התנועות.



מיר ווייסן שוין צוויי זאכן: איינס, אז תנועה איז אייביג רעלאטיוו; ס'איז א יסוד אין דער טבע. די צווייטע זאך איז: ליכט לויפט אייביג מיט דער זעלבער שנעלקייט. די צוויי זאכן זענען זיך אבער סותר. ליכט איגנארירט דאך די תנועה-רעלאטיוויטעטס-כלל. דאס האט געברענגט איינשטיין צו טראכטן אז עס מוז זיין אז עפעס אנדערש טוישט זיך; אן אנדערער פרט אין ליכט-ספיד בייט זיך.

ווען איך זאג אז "איך בין געפארן 60 מייל פער שעה", איז דער זאץ באמת א קיצור פון: מיין קאר האט געדעקט 60 מייל אין לויף פון איין שעה. אויב איך זאל זאגן: "איך בין געפארן 60 מייל", אדער: "איך בין געפארן במשך א שעה", ווייסט דער צוהערער נאכנישט ווי שנעל איך בין געפארן. אינעם ערשטן פאל ווייסט ער וויפיל שטח כ'האב געדעקט; אינעם צווייטן - ווי לאנג כ'בין געפארן. אבער צו וויסן ווי שנעל איך האב זיך גערירט, מוז ער וויסן ביידע פרטים: 1. דעם שטח וואס כ'האב מיט מיין טריפ געדעקט, און 2. די צייט ווי לאנג ס'האט געדויערט.

איז איינשטיין אויפגעקומען מיט א געדאנק. אויב זע איך ליכט פליען מיט אן אבסעלוטער שנעלקייט און עס רעכנט זיך נישט מיט'ן כלל אז תנועה איז רעלאטיוו, מוז זיין אז די אנדערע פאקטארן פון ספיד ווערן אפעקטירט. ליכט פליט טאקע 186,000 מייל פער סעקונדע. אבער דער שטח וואס עס דעקט און די צייט ווי לאנג די נסיעה דויערט -- דאס טוישט זיך יא. שטח שרינקט און צייט ציט זיך אויס.

זיין מסקנא אין תמצית איז געווען אז תנועה אפעקטירט מקום און זמן. ווי שנעלער די תנועה, אלץ איינגעשרינקענער דער מקום און אלץ אויסגעצויגענער די צייט.
מאנטאג אפריל 30, 2012 7:19 pm#8966
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יעצט גיענדיגט אויסהערן זיין גאנצע לעקציע פון א שעה צייט, ער איז גיוואלדיג!
בד"וו זיין פראזע "order nerve arises from disorder by random"
האט ער געבארגט דאכט זיך פון פונעם הייליגען מהר"ל איך וועל פרובירען צו טרעפען די מראה מקום
מאנטאג אפריל 30, 2012 10:57 pm#9049
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יואליש האט געשריבן:קול דודי, כ'פארשטיי אז ס'איז פרוסטירעטינג צו רעדן צו א ציבור וואס איז נישט טרענירט אין די בעסיקס, אבער איז מעגליך ארויסצוהייבן לעכער אין שראודער'ס הייפעטעסיס?

נישט מעגליך ר' יואליש, ווייל מ'דארף אנהויבן פונ'ם אלף, אין איך קען דאס נישט טון בכתב. איך טראכט אז אויב ס'דא אן אינטערעסע קען מען אפשר אראנדזירן א שיעור בעל פה, דורך סקייפ אדער ענליכעס. אבער אפילו אין אזא שיעור וועט נעמען א לאנגע צייט ביז מען קומט אן צי רעלאטיוויטי.
דינסטאג מאי 01, 2012 11:28 am#9127
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
קול דודי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:קול דודי, כ'פארשטיי אז ס'איז פרוסטירעטינג צו רעדן צו א ציבור וואס איז נישט טרענירט אין די בעסיקס, אבער איז מעגליך ארויסצוהייבן לעכער אין שראודער'ס הייפעטעסיס?

נישט מעגליך ר' יואליש, ווייל מ'דארף אנהויבן פונ'ם אלף, אין איך קען דאס נישט טון בכתב. איך טראכט אז אויב ס'דא אן אינטערעסע קען מען אפשר אראנדזירן א שיעור בעל פה, דורך סקייפ אדער ענליכעס. אבער אפילו אין אזא שיעור וועט נעמען א לאנגע צייט ביז מען קומט אן צי רעלאטיוויטי.


ועוד חזון למועד. אבער כ'נעם ארויס פון דיינע ווערטער אז דו פארשטייסט וואס שראודער זאגט און די קענסט עס ארויסהייבן די לעכער דערין. גערעכט?
דינסטאג מאי 01, 2012 1:35 pm#9159
Re: איינשטיינ'ס רעלאטיוויטעט תורה
יואליש האט געשריבן:אבער כ'נעם ארויס פון דיינע ווערטער אז דו פארשטייסט וואס שראודער זאגט און די קענסט עס ארויסהייבן די לעכער דערין. גערעכט?

יא. בעסער געזאגט: איך פארשטיי נישט וואס שראדער זאגט ווייל וואס ער זאגט מאכט נישט קיין סענס. שראדער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, ווי אויבן דערמאנט בשם דר. שמעון ב. ס'איז איין גרויסן לאך.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:33 am#38932
And I disagree that it would be of great help to define the concepts of the discussion as divorced from trying to understand the behavior of those "concepts". That will get you nowhere fast. Einstein first spent many years studying the actual behavior of those concepts and then went ahead and thought hard about what that behavior tells you, NOT the other way around as you attempt to do. The other way leads to "explanations" of behaviors that are exactly the opposite of behaviors you see in the real world. See Aristotle et al. f
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:46 am#38937
Realize that what you are basically doing is repeating again and again how much you know of the theory and how little I know. You have time to go on and on about it, but you haven't found the time to answer my simple request that you should define space.

My explanations do not contradict muons etc. in the slightest. You have not even been reasonable enough to answer my question and as I told you I will then take up your muon issue.
So you resort to stopping the discussion, making snide remarks and then being so high and mighty about it. n

Oh, and I'm totally not upset with you. Surprised maybe, but not upset. Do you think you are the first unreasonable person i ever encountered? n

You have been unreasonable once and I bent over backwards in order to continue the conversation. It didn't bother me in the least to explain away your rude behavior by finding some bs excuse that you probably didn't understand me. I clearly stated that I will not have a problem with you telling me in a decent manner that you feel I don't know the subject matter so you don't want to continue the conversation. I really am not needy for your approbation, sheesh! Sure when you resort to snide remarks I respond in kind .

You write "As for my high-horse, you should consider this: perhaps, just perhaps, you have little to teach me with regards to relativity (the very topic of this thread, I" note) and I have much to teach you regarding this topic? " n

This is exactly how you come thru the whole time. you definitely cant be accused of false humility.

You further write "Consider how aggravating it is when someone purports to "explain" a topic when it is clear to the listener that his explanation makes no sense, it is simply a product of ignorance" n

Why in the world should you get "aggravated" at someone who clearly says that he has this vague notion on a certain issue and would love to explore it here. and that he has NOT studied the subject matter well., and that he's only dabbling. Why would you feel offended? Gosh! n

I'm smiling now as I'm contemplating on the scenario here. May be Maybe is having it out with Kol Dodi. Look how we get attached to even our pseudo names. Ach ach the power of the written word.

Let me just quote here what Mach writes, as I find it mighty interesting
’
I treat matter as a mental symbol standing for a relatively stable complex of sensational elements.
. [page 363 of his ‘The analysis of sensation]


So long brother, see ya around.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:11 am#39617
וויפיל שענער וואלט די שמועס געווען ווען ס'איז ווען אויף מאמע לשון
זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:13 am#39619
ברוין האט געשריבן:וויפיל שענער וואלט די שמועס געווען ווען ס'איז ווען אויף מאמע לשון

גם אני מצטרף
זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:16 am#39628
איך ווייס נישט וויאזוי ס'וואלט געווען שענער, אבער איין זאך ווייס איך, אז אויף ענגליש קומט עס נישט דא אריין אין קאווע שטיבל. איך כאפ בכלל נישט די איידיע פון שרייבן דא אין ענגליש, ס'פעלט דען פארום'ס אין ענגליש אז מ'מוז אין דעם איינעם אידישן פארום אריין ריקן ענגליש?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:26 am#39646
אז אידן רעדן דברי חכמה ווילסטו זיי אוועקטרייבן צוליב א שפראך אישו?
״קול דודי״ און ״מעי בי מעיבי״- ביטע האלטס אן אייער שמועס אפילו אין איטאליעניש.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:26 am#39657
יאנקל האט געשריבן:אז אידן רעדן דברי חכמה ווילסטו זיי אוועקטרייבן צוליב א שפראך אישו?
״קול דודי״ און ״מעי בי מעיבי״- ביטע האלטס אן אייער שמועס אפילו אין איטאליעניש.




Anche se nessuno sta per essere ubderstanding la conversazione?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:34 am#39658
si pensa solo si ha accesso a Google Translate?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:10 pm#39791
פאטריאטיזם איז בעפאר חכמה!
איך בין א פאטריאט פאר מיין מוטער שפראך אידיש
זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:44 pm#39821
לדאבונינו קען איך נישט איטאליעניש, יאנקעל. מיר וועלען מיזען באגענוגען זיך מיט פארגרייזטע דייטש. :)
[אגב, ראיתי כתוב, אז די שורש פין 'טייטש חומש', איז 'דייטש חומש', מען האט מפרש געווען די חומש אויף מאמע לשון. אין פין דעם האט זיך דעוועלאפט אז 'טייטש' זאל מיינען מסביר זיין, פארטייטשען.]

וואס האט איר אלע צו קאמענטירען/אפפרעגען אויף וואס איך האב גשריבען [אין אידיש] ביז אהער?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:07 pm#39829
יאנקל האט געשריבן:אז אידן רעדן דברי חכמה ווילסטו זיי אוועקטרייבן צוליב א שפראך אישו?
״קול דודי״ און ״מעי בי מעיבי״- ביטע האלטס אן אייער שמועס אפילו אין איטאליעניש.


דברי חכמה???
איך בין געפלעפט צו זען כמעט די לעצטע צוויי פעידשעס קומט דא פאר א נארישע געשלעג פיל מיט שטעך ווערטער. אן קיין צייכן פון דברי חכמה... איי עם סארי. סאיז טאקע אין ענגליש אבער איה סופר צו שרייבן אביסעלע חכמה?...

מיט פיל רעספעקט צו די צוויי שרייבער!
זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:24 pm#39840
may be maybe האט געשריבן:לדאבונינו קען איך נישט איטאליעניש, יאנקעל. מיר וועלען מיזען באגענוגען זיך מיט פארגרייזטע דייטש. :)
[אגב, ראיתי כתוב, אז די שורש פין 'טייטש חומש', איז 'דייטש חומש', מען האט מפרש געווען די חומש אויף מאמע לשון. אין פין דעם האט זיך דעוועלאפט אז 'טייטש' זאל מיינען מסביר זיין, פארטייטשען.]

וואס האט איר אלע צו קאמענטירען/אפפרעגען אויף וואס איך האב גשריבען [אין אידיש] ביז אהער?


איך האב הנאה געהאט צו לייענען דעם שמועס - הגם איך בעפארצוג אידיש צו ענגליש, און אפילו איטאליעניש.

איך פארשטיי וואס דו שרייבסט, ר' ספק-ספיקא, און טייל די פרוסטראציע פון דיין לעצטער ענגליש-איטאליענישער תגובה.

עמי אנוכי בצרה...
זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:15 pm#39850
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
may be maybe האט געשריבן:לדאבונינו קען איך נישט איטאליעניש, יאנקעל. מיר וועלען מיזען באגענוגען זיך מיט פארגרייזטע דייטש. :)
[אגב, ראיתי כתוב, אז די שורש פין 'טייטש חומש', איז 'דייטש חומש', מען האט מפרש געווען די חומש אויף מאמע לשון. אין פין דעם האט זיך דעוועלאפט אז 'טייטש' זאל מיינען מסביר זיין, פארטייטשען.]

וואס האט איר אלע צו קאמענטירען/אפפרעגען אויף וואס איך האב גשריבען [אין אידיש] ביז אהער?


איך האב הנאה געהאט צו לייענען דעם שמועס - הגם איך בעפארצוג אידיש צו ענגליש, און אפילו איטאליעניש.

איך פארשטיי וואס דו שרייבסט, ר' ספק-ספיקא, און טייל די פרוסטראציע פון דיין לעצטער ענגליש-איטאליענישער תגובה.

עמי אנוכי בצרה...

א נקודה. קול דודי האט אונז ביז דערווייל גע'מוסר'ט איבער וואס רעלאטיוועטעט איז נישט. ער האט אבער נישט צופיל מאריך געווען איבערוואס עס איז יא.
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:52 am#39911
שכויעך ר' פשוט.

מיין ערשטע נקודה איז זיך מעמיק זיין אביסל אין די מושג פין מקום.
והא לך א חלק פין די גשרייבעכטס איבער דעם. [מען קען איגנארירין די ענגלישע ווערטער]

כתבתי לעיל:
וואס מיינט א 'מייל'? וואס מיינט סיי וועלעכע מדה פין מרחק? פרוביר דאס צו מסביר זיין אהן ניצען משלים פין פאקטן, געב מיר די אבסטראקטער רעיון פין מרחק.
מיר דאכט זיך אז 'צייט' וועט אריינקומען אין די פיקטשער. ווייל מרחק איז די צייט וואס עס דויערט אנצוקומען פין א' צו ב'.

בלשונם:

My basic notion of the space-time continuum is that we don’t use space to explain space, i.e. we don’t explain space by saying that it is a measurement of how many other spatial entities you can fit into this one. That would be going in circles, wouldn’t it? So the explanation of space would be ‘the time it takes to get
from point A to point B’. Go ahead and try to explain it otherwise


א חלק פין קול דודי'ס ענטפער איז ווי פאלגענד:

No, space has nothing to do with how fast it will take you to get from one end to another. It exists independently....... Why do you think space depends upon how long it will take you to get from one end to another? If I use a yardstick to measure the width of my house, it really does *not* depend on how long it takes
me to get from one end to another

מיין אנטווארט:
ביטע טראכט בעומק. זייט מיר נישט מסביר די מושג פין מקום\מרחק [דיין הויז] אדורך ניצען אנדערע קלענערע מקום\מרחק [דיין יארדסטיק]. פליז זיי אזוי גיט אין עקספלעין עס מיר אהן "בעגגינג די קוועשטיאן". ווען איך פרעג אייך וואס מיינט מרחק ביטע נישט ניצען מרחק 'עז א גיווין' אין דיין ביאור. איז דאס צופיל צו בעטן? סא... איך בין כולו אויערן פאר א ביאור פין ר' קול אויף מקום\מרחק.

נאכאמאל מיין נקודה [נכתב לעיל]:

Spatial measurements are used to quantify how far apart objects are apart
דהיינו "מעסטען מקום איז צו רעכענען וואו ווייט אפגעשיידט ['פאר אפארט'] חפצים זענען איינע פינעם אנדערען"

ניצענדיג די ווערטער אלץ א פשוטע דעפינישען אויף מקום, לאמיר זיך מעמיק זיין דא. "מקום רעכענט די מרחק פין חפץ א' [פוינט א'] צו חפץ ב' [פוינט ב']".
שאלה וואו איז דער דין אויב עס נעמט בכלל נישט קיין צייט אנצוקומען פין פוינט א' צו פוינט ב' [טינק קוואנטום ענטענגעלמענט] מאכט די ווארט "פאר אפארט" סענס? מיט וואס איז עס פאר אפארט?
פליז פליז ענטפער מיר נישט אז מיר קענען אנפילען די ספעיס מיט געוויסע זאכען. ווייל איך וועל דיר פרעגן מיט וואס זענען יענע זאכען "פאר אפארט"?
יא יא די נושאים זענען קאונטער אינטויטיב. מיר גייען דאך ארויס פין אונזער געווענליכע כלים פין אנכאפען די בריאה. מיר זענען דן אויף די כלים זעלבסט


נו ר' קאנצעפט האט איר שוין א צייכען פין דברי חכמה. ;) איצטערט זיי מוחל אין צייכען מיר אהן אן אנטווארט.
די שאלה אין א נוטשעלל, . -וואס איז מקום??
איידער איר ווענט אפ מיין פירוש אויף מקום, וואלט געווען כדאי איר זאלט מיר געבן אייער הבנה אין די הגדרה דערפין. [וכעין מה שכתוב יידל כאן]

מיר דאכט זיך אז האבען א בעסערע הבנה אין מקום [אין אויך אין זמן] העלפט אסאך צו הבנת נושא האשכול.
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:59 am#39970
"So the explanation of space would
be ‘the time it takes to get
from point A to point B’. Go ahead and
try to explain it otherwise"

700 hydrogen atoms wide by 2 trillion plank lengths high.

וועסטו זאגן אז דאס איז פונקט ווי די יארד סטיק וואס איז ניץ א קלענערע מאס צו מעסטן א גרעסערע מרחק, אבער ס'איז אביסל אנדערש ווייל דאס זענען spatial measurements that occur in nature.
א היידראזשען אטאם ברייט איז א היידראזשען אטאם ברייט.

וועסטו זאגן אז איך מוז נוצן צייט מסביר צו זיין פאר דעם באגרענעצטן ילוד אשה וואס דאס מיינט? סא וואט? ווער זאגט אז וויבאלד איך דארף בארגן א משל פון צייט דאס מסביר צו זיין מיינט אז ס'בעצם די זעלבע?


נאך א זאך וואס כ'דער געוואלט פרעגן, דו האסט געזאגט א בלאט צוויי צוריק אז וויבאלד אונזער פערסעפשען, די נערוועס סיסטעם ארבעט אויף די ספיד אוו לייט, עלעקטראמאגנעטיק ספיד, וועגן דעם איז דאס די ספיד אוו די יוניווערס. איי בעג טו דיסאגרי, האלטסט אז ווען אונזער פערסעפשען וואלט געארבעט שטייטער וואלט די יוניווערס ביהעיווד אנדערש?
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:28 am#39981
אך מיט וויפיל מער טעם ליינט זיך יעצט א מחי'
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 2:07 pm#40067
געפילטע פיש האט געשריבן:"So the explanation of space would
be ‘the time it takes to get
from point A to point B’. Go ahead and
try to explain it otherwise"

700 hydrogen atoms wide by 2 trillion plank lengths high.

וועסטו זאגן אז דאס איז פונקט ווי די יארד סטיק וואס איז ניץ א קלענערע מאס צו מעסטן א גרעסערע מרחק, אבער ס'איז אביסל אנדערש ווייל דאס זענען spatial measurements that occur in nature.
א היידראזשען אטאם ברייט איז א היידראזשען אטאם ברייט.




איך פארשטיי נישט קיין חילוק פין א יארדסטיק ביז א היידרוגן. ביי ביידע איז די שאלה נאך אלץ, וואס מיינסטו ווען די זאגסט אז עס איז 'ברייט' כך וכך.


געפילטע פיש האט געשריבן:וועסטו זאגן אז איך מוז נוצן צייט מסביר צו זיין פאר דעם באגרענעצטן ילוד אשה וואס דאס מיינט? סא וואט? ווער זאגט אז וויבאלד איך דארף בארגן א משל פון צייט דאס מסביר צו זיין מיינט אז ס'בעצם די זעלבע?


עס איז נישט א אישו פין מסביר זיין, עס איז א אישו פין מגדיר זיין. די הגדרה פין א קאמפיוטער איז אז עס רעכענט אויס זאכען וכו' וכו'. דאס איז איר מהות, נישט א הסבר פאר א ילוד אשה. די הגדרה פין די זאך איז די זאך. אז עס רעכענט נישט אויס זאכען וכו' וכו' איז עס נישט קיין קאמפיוטער.
די אויבענדערמאנטע הגדרה פין מקום איז 'צוויי נקודות פין עקזיסטענץ [א' אין ב'] וואס עס דארף אדורך גיין א געוויסע מאס צייט פין ווען מען עקספיריענסט א' ביז ווען מען עקספיריענסט ב'.'
לו יציור אז עס דארף נישט דורך גיין קיין צייט פין ווען מען עקספיריענסט א' ביז ב', איז נישטא קיין שום אפטיילונג פין א' ביז ב'. דהיינו כלפי וואס איז עס מרוחק. אויב די הגדרה איז ריכטיג מיינט עס אז די גאנצע מהות פין מרחק\מקום איז די צייט אפלויף.
אויב האלטסט די אז דאס איז נישט איר הגדרה, ביטע זאגט וואס איז עס יא.


געפילטע פיש האט געשריבן:
נאך א זאך וואס כ'דער געוואלט פרעגן, דו האסט געזאגט א בלאט צוויי צוריק אז וויבאלד אונזער פערסעפשען, די נערוועס סיסטעם ארבעט אויף די ספיד אוו לייט, עלעקטראמאגנעטיק ספיד, וועגן דעם איז דאס די ספיד אוו די יוניווערס. איי בעג טו דיסאגרי, האלטסט אז ווען אונזער פערסעפשען וואלט געארבעט שטייטער וואלט די יוניווערס ביהעיווד אנדערש?


איינמאל מיר וועלן קומען צו אן עמק השוה אויף מקום אין דערנאך אויף זמן, אין אויפען צד אז די עמק השוה וועט זיין 'אין מיי פעיוואר' (עכ"פ פאר די סעיק אף דיס דיסקאשען), וועל איך קענען מסביר זיין וואס איך האב געמיינט מיט די עלעקטרא-מאגנעטיק נקודה.
איך וויל איבערחזרען אז איך עקספלאר עס דא צוזאמען מיט יעדעם. איך פארשטיי אויך אז א מענטש וואס האט א שטארקע ידיעה דערין [ווי למשל הרב ק"ד] האט זיין מיינוג מער האפט ווי פין א מענטש וואס קען נישט צופיל די נושא [ווי למשל אני הקטן]. אבער דאס מיינט נאך נישט אז איך אדער עניבאדי דארף עקסעפטען וואס ער זאגט מיט צוגעמאכטע אויגען. דאכטצעך אז 'ארגומעט פראם אויטאריטי' איז נישט קיין באקוועמע מעמבער אין דעם שטיבעל.
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:40 pm#40541
ספק ספיקא,

ענ"ד זאגט אז דיין סברה איז זייער לאגיש. איך בין לאמתו של דבר נישט זיכער, אז דיין שאלה/הנחה האט א וויסנשאפטליכן ענטפער/הסבר. אויף ווי ווייט איך ווייס, איז די וויסנשאפט נאכנישט דערגאנגען וואספארא מין בריאה מקום איז ביסודו. אבער אויף ווי ווייט די דאזיגע בריאה אנטפלעקט זיך צו אונז -- אויף וויפיל מיר פארקערן מיט איר -- איז זי לכאורה "סטאק" אין זמן; אדער, ווי איינשטיין האט קלארגעשטעלט, מקום-זמן איז איינס און די זעלבע: די זעלבע אידענע, נאר אנדערש געשלייערט.
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:11 pm#40613
ברוין האט געשריבן:וויפיל שענער וואלט די שמועס געווען ווען ס'איז ווען אויף מאמע לשון

And what's MAMEH LOOSHEN?????
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:14 pm#40616
געלונגן, ער רעדט פון מאמע לשון נישט מענה לשון.
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:30 pm#40623
איך אויך האט געשריבן:געלונגן, ער רעדט פון מאמע לשון נישט מענה לשון.

Mr ich oich. drei nisht kein kop. MAMEH LOOSHEN depends "vee de chamer shteit ahn"
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 7:44 pm#40651
איך בין דורכגעלאפן דעם שמועס שנעל, דעריבער זייט מיר מוחל אויב איך רעד נישט צום זאך. איך זאג נאר וואס כ'קלער, אפילו כ'ווייס נישט זיכער.
קודם האלט איך אז מעיבי-מעיבי האט דא אנגעהויבן א שמועס וואס היינט צו טאג האט עס נישט צופיל מיט סייענס נאר ענדערש מיט פילאזאפיע. עס איז די פילאזאפיע פון סייענס. קול דודי רעדט דעריבער די גאנצע צייט פון סייענס, און דייקא נישט פילאזאפיע.
סייווי מיין איך אז דא האבן ביידע זייטן גענומען קעגנזייטיגע שטעלעס פון א באקאנטע מחלוקת וואס האט טאקע צוויי שיטות. ניוטאן מיט לייבניץ און אנדערע האבן זיך שוין מיט הונדערטער יארן צוריק געאמפערט דערוועגן צי צייט און ספעיס איז עפעס וואס איז א ריכטיגע מציאות כשלעצמו צי נישט. קוק נאך זייערע משלים און דעבאטעס, וועסטו זיך שפארן צו דארפן קראצן דעם קאפ אליין אויפצוקומען מיט משלים און הוכחות לכאן ולכאן.
יעצט, "אפשר אפשר" וויל וויסן וועגן דעם אנטאלאגישן מהות פון ספעיס. ער האט עפעס אן אינערליכע דראנג וואס שטופט אים צו וועלן זאגן אז ספעיס איז עפעס אין די בריאה וואס איז אן עקזיסטענץ פאר זיך, ממילא וויל ער פרובירן דאס דעפינירן אויף אן אופן וואס נעמט נישט אריין דוקא "פון דא ביז דארט" נאר ער עקשנט זיך צו הערן אן ענטפער אן דעם צוגאנג אויף די פראגע פון "וואס איז ספעיס?" אין אנדערע ווערטער איז ער א רעאליסט, אן אבסאלוטיסט, ווידער קול דודי, ווי (להבדיל...) איינשטיין, איז לכ' אן אידעאליסט, א רעלאטיוויסט, וואס איז מער פאפולער געווארן ביי פיזיקער צוליב רעלאטיוויטעט און קוואנטום טעאריעס (אפילו כ'בין נישט זיכער ווייל למעשה האט ער יא פרובירט צו אויפקומען מיט אנדערע אופנים וויאזוי צו זאגן אז ספעיס איז יא עפעס פאר זיך, חוץ אויב ער האט נאר געזוכט צו דעפינירן דעם פיזישן מהות דערפון). און אגב, דיין קאנט אליין איז גראדע פון די וואס האלטן נישט אז ספעיס איז עפעס וואס עקזיסטירט באמת און איז א רעאליסטישע אייגענע מציאות, נאר איז בלויז עפעס וואס מיר מענטשעלעך ניצן פאר אונזערע צוועקן, ווי למשל צו מעסטן ווי לאנג עס נעמט פון דא ביז דארט וכדומה.
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:03 pm#40671
שרגא,

ווען מיר זוכן דא צו פארשטיין די טעאריע פין רעלאטיביטעיט מיינט דאס אז מען זוכט צו דערגרינטעווען די חידוש אינעם הבנה פין מקום אין זמן. מען זוכט נישט דעם הלכה למעשה. פאר מען פלאנט צו כאפען א היטש מיט א שטארל פין ליכט וואלט איך מציע געווען אנדערע אופנים ווי עס דורך טוהן דא.


די האסט טאקע געמוזט לייענען זייער שנעל :) . איך וועל ציטירין וואס איך האב געשריבען צו קול דודי [עיין לעיל].

"די עיקר נקודה וואס איך האב געוואלט אנמערקן אין דעם גאנצען לאנגען שמועס איז אז מען דארף האבען א בעסערע אין טיעפערער באגריף אין די מושג פין מקום אין זמן כדי צו פארשטיין הגאון הגדול הרב אלבערט איינשטיין.
אין עס קען זייער צוניץ קימען די פארשטאנד אז מקום אין זמן זענען נישט בעצם הבריאה, וכמו שכתבתי לעיל "מקום און זמן [ובתוכם מהירות-ספיד] זענען אונזערע מושגים וואס מיר מיט אונזערע חושים ווארפען ארויף אויף די בריאה דערמיט צו קענען געבען עס א שטיקל סדר [עיין עמנועל קאנט ועוד ועוד] מיר וועלן דעריבער אוודאי געוויס מאכען דעם סדר מיט אונזער כעמיקאלע רעאקציעס ווייל דאס איז אלעס וואס מיר פארמאגען"

אויב בין איך מיך נישט טועה העט איך געזאגט אז א גרויסע יסוד פין אונזער וויכוח איז טאקע צו מקום אין זמן זענען אונזערע מושגים וואס מיר האבען פשוט ארויפגעווארפען אויף די בריאה אדער צו עס איז וואו די שרייבסט אויף מקום
“ It is a fundamental property of our universe”.

הפילוספים למיניהם האבען ביי דיר נישט קיין האפט, דעריבער האט נישט געהאלפען מיין ציטירין פין קאנט.

לערי פעיג אין סערעגי בין אין זייער ספר המפתח הגדול האבען מיר יעצט צוגעוויזען אט די מימרא פין הגאון בכבודו ובעצמו

"[Space and time are modes by which we think, not conditions under which we live. [Albert Einstein
עד כאן ממה שכתבתי לעיל.

עס איז שווער צו שרייבען קלארער אזי איך בין נוטה ממש להיפך צו וואס די זאגסט נאך אין מיין נאמען.

עס קוקט מיר אויס אז די האלטסט אז מיין שאלה איז נישט גילטיג לויט דעי שיטה. פליז עקספלעין פארוואס.
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:48 pm#40740
may be maybe האט געשריבן:עס איז שווער צו שרייבען קלארער אזי איך בין נוטה ממש להיפך צו וואס די זאגסט נאך אין מיין נאמען.
עס קוקט מיר אויס אז די האלטסט אז מיין שאלה איז נישט גילטיג לויט דעי שיטה. פליז עקספלעין פארוואס.


כ'האב טאקע נישט מעיין געווען (און שששש, אפילו אויסגעלאזט דא דארט תגובות) אבער פון דעם כלליותדיגן בילד האט מיר אויסגעקוקט ווי דו ביסט דא אויף א מיסיע צו טרעפן דעם ריכטיגן וועג וויאזוי צו קענען דעפינירן ספעיס ווי א מציאות פאר זיך. האסט נאר געזוכט די כלי וויאזוי דאס אראפצומאלן. דעריבער האב איך פארשטאנען אז דו ביסט ביי דער מיינונג אז ספעיס איז בעצם א מציאות נאר דו זוכסט די וועגן וויאזוי מ'קען עס מסביר זיין. יעצט איבערקוקנדיג עטליכע תגובות זע איך אז דו האסט טאקע יא געשריבן אז ""מקום און זמן [ובתוכם מהירות-ספיד] זענען אונזערע מושגים וואס מיר מיט אונזערע חושים ווארפען ארויף אויף די בריאה דערמיט צו קענען געבען עס א שטיקל סדר."
איך מיין אבער אז אויב מיינסטו נישט דא צו האבן קיין פילאזאפישע שמועס איבער ספעיס, דעמאלט דארפסטו אפלאזן דעם עלעקטראמאגנעטישן כוח אדער אנדערע משלים צו טרעפן דעם הסבר אויף ספעיס, נאר קוקן טאקע וואס די היינטיגע פיזיקער זאגן.
דער מענטש איז קלאר נישט קיין הכרח וואס פעלט זיך אויס פאר ספעיס-טיים, נאר ער איז אויך א טייל אין די בריאה וואס ווערט אפעקטירט דערפון און האט עס צו זיין רעלאטיוון באניץ (און קען עס אפילו אפעקטירן, לויט קוואנטום). עס איז קלאר אז ספעיס טוט עקזיסטירן אינדעפענדענט אפילו עס וואלט קיין לעבעדיגער נברא נישט באשאפן געווארן. די זעלבע זאך איז מיט די ספיד אף לייט, וואס קען און טוט פונקט אזוי עקזיסטירן אין די אפוועזנהייט פון נבראים, עס איז פשוט געקניפט און געבינדן מיט די גאנצע רעסיפי פון די יסוד הבריאה.
מיין אבזערוואציע איז אבער נאכאמאל אז דו זוכסט א פילאזאפישן הסבר און קול דודי שלעפט דיך אריין צו די פיזיקס דערפון, און ווי האט יענער געזאגט "צומאל ווערן הערליכע טעאריעס צעשטערט פון עקלדיגע פאקטן..." אפילו באמת מיין איך איז נאך אפילו נאך פיזיקס איז דאך פאראן די פילאזאפישע חלק זיך צו דערגרונטעווען אויב די גאנצע ספעיס-טיים איז טאקע בעצם אן אמתדיגע ריכטיגע מציאות פאר זיך (נאך רעלאטיוויטי איז דאך לכ' קלאר אז קיין "אמתדיגע" פאזיציעס האבן זיי נישט.). עס איז דא די חילוק צווישן "רילעישאנאליזם", אז ספעיס איז בעצם נישט קיין עכטע מציאות נאר אנשטאט קען מען אלץ רעדן וועגן אלעם וואס אנבאלאנגט צו ספעיס דורכ'ן רעדן איבער באציאונגען צווישן אביעקטן, ווי מעיבי-מעיבי גלייכט צו זאגן, אדער "סובסטאנטיוויאליזם", אז עס איז יא א ריכטיגע פונדאמענטאלע מציאות פאר זיך, ווי קול דודי זאגט, און מסתמא איז דאס היינט די אנגענומענע מיינונג, (אפילו קיין פרוף ווייס איך נישט צי ס'איז דערווייל דא ווייל מ'רעדט שוין ווייטער פון לופטיגע פילאזאפיע). אבער דאס איז בלויז א פילאזאפישע שמועס, און נאכאמאל, לגבי וואס מעיבי-מעיבי וויל לכ' בעיקר צוקומען און אויסשמועסן די מהות פון ספעיס ווי ווייט מ'קען פארשטיין און רעדן פון איר, מוז מען צוקומען צו פיזיקס.
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:35 pm#40918
שרגא,

כ'פארשטיי נישט. די בעטסט מיך איך זאל אפלאזען די נושא פין עלעקטראמאגנעטיקס. נו, איך האב דאך שוין דאס לאנג געטוהן [פאר דע טיים ביענג]. איך האלט אין איין פרעגען די פשוטע שאלה "וואס איז ספעיס"? אין איך לייג פאר אז עס איז זייער תלוי אין דעם אז עס נעמט צייט אנצוקןמען פין פוינט א' צו פוינט ב'. [עיין לעיל]

אזוי אויך סטרעסס איך אגאנצען צייט, עס איז נישט קיין קונץ סתם צו זאגען 'איך האלט נישט ווי דיר' [אדער 'די פיזיקערס האלטען נישט ווי דיר']. צו ענטפערען די שאלה 'וואס ספעיס איז', דארף מען עס פשוט ענטפערען. פליז אין יאאר און וואורדס [אין דיין אייגענע ווערטער] זאג מיר וואס ספעיס איז.

נאך א נקודה:
די צייכענסט אהן אין דיין פריערדיגע תגובה [איינס פאר די לעצטע] די צוויי מהלכים פין אפטייטשען צייט אין ספעיס, די צדדים זענען [כלשונך] אויב "צייט אין ספעיס איז עפעס וואס איז א ריכטיגע מציאות כשלעצמו אדער נישט" די זאגסט דארט אז איינשטיין האלט "לכאורה" אז עס איז נישט א מציאות כשלעצמו. דא האסטו א קוואוט פין אים וואס זאגט טאקע אזוי.
[Space and time are modes by which we think, not conditions under which we live. [Albert Einstein
דהיינו אז ספעיס אין צייט זענען נישט קיין מציאות, עס איז פשוט א וועג וויאזוי צו טראכטען, אין וויאזוי מיר מאכען זיך אין אונזע קאפ א שטיקעל סדר פינעם מציאות. עס איז נישט די מציאות כשלעצמו.
נו סאו פאר סאו גוד.
אבער אין דיין לעצטע תגובה שרייבסטו אז,
"דער מענטש איז קלאר נישט קיין הכרח וואס פעלט זיך אויס פאר ספעיס-טיים..... עס איז קלאר אז ספעיס טוט עקזיסטירן אינדעפענדענט אפילו עס וואלט קיין לעבעדיגער נברא נישט באשאפן געווארן"
פארשטיי איך נישט. אויב איז איינשטיין גערעכט אז ספעיס אין צייט זענען תלוי אין די מחשבה פינעם מענטש אין עס איז דוקא נישט קיין אמת'ע אינדיפענדענט מציאות. עס איז נישט מער ווי די מענטש וואס שטעלט זיך אויס אין זיין קאפ די בריאה אויף א סדר פין צייט אין ספעיס, טא וויאזוי האסטו דיר אזוי שנעל פושט געוועהן די איבעי' אין געפסקנט מיט א קלארקייט קעגן שיטת איינשטיין זאגענדיג אז צייט אין ספעיס וועלען זיין אפי' ווען דער מענטש וואלט קיינמאל עקזיסטירט?

אין צום לעצט:
אויבען שרייבסטו אז
" ווידער קול דודי, ווי (להבדיל...) איינשטיין, איז לכ' אן אידעאליסט, א רעלאטיוויסט, וואס איז מער פאפולער געווארן ביי פיזיקער צוליב רעלאטיוויטעט און קוואנטום טעאריעס"
סאו די זאגסט אז די פיזיקער [אין אויך קול דודי] האלטען מער פין די מהלך אז ספעיס אין צייט איז נישט קיין אמתע מציאות.
אבער אין דיין לעצטע תגובה ווען די רעדסט וועגען די שיטה אז עס איז דוקא יא אן אמתע מציאות פאר זיך אין די רופסט עס אהן 'סובסטאנייוויאליזם', שרייבסטו ווי פאלגענד,
""סובסטאנטיוויאליזם", אז עס איז יא א ריכטיגע פונדאמענטאלע מציאות פאר זיך, ווי קול דודי זאגט, און מסתמא איז דאס היינט די אנגענומענע מיינונג"
סאו די אנגענומענע מיינונג איז יעצט אז ספעיס אין צייט איז דוקא יא אן אמתע מציאות? פונקט פארקערט ווי וואס די האסט געשריבען אין די פריערדיגע תגובה.
וויאזוי האט זיך די אנגענומענע מיינונג פין פיזיקער אזוי שנעל געטוישעט? איז די אנגענומענע מיינונג תלוי לפי דיין הבנה בשיטת קול דודי? ;)
באטטאם ליין, איך פרעג איין סימפעל שאלה זיי מיר מסביר מקום. אהן קיין לעיבעלס אין אהן קיין "אנגענומענע מיינוגען".