מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:50 pm#41088
may be maybe האט געשריבן:שרגא,
כ'פארשטיי נישט. די בעטסט מיך איך זאל אפלאזען די נושא פין עלעקטראמאגנעטיקס. נו, איך האב דאך שוין דאס לאנג געטוהן [פאר דע טיים ביענג]. איך האלט אין איין פרעגען די פשוטע שאלה "וואס איז ספעיס"? אין איך לייג פאר אז עס איז זייער תלוי אין דעם אז עס נעמט צייט אנצוקןמען פין פוינט א' צו פוינט ב'. [עיין לעיל]
אזוי אויך סטרעסס איך א גאנצן צייט, עס איז נישט קיין קונץ סתם צו זאגען 'איך האלט נישט ווי דיר' [אדער 'די פיזיקערס האלטען נישט ווי דיר']. צו ענטפערען די שאלה 'וואס ספעיס איז', דארף מען עס פשוט ענטפערען. פליז אין יאאר און וואורדס [אין דיין אייגענע ווערטער] זאג מיר וואס ספעיס איז.
ווען דו בעטסט מען זאל דיר מסביר זיין מקום, פרעגסטו צו פארשטיין פילאזאפיש אדער צו פארשטיין סייענטיפיש ווי ווייט דער מענטש היינט קען פארשטיין (און אויב מעגליך טעסטן).
אויב פרעגסט פון א סייענטיפישע פערספעקטיוו, איז עס א מציאות אין די בריאה ווי יעדע אנדערע מציאות, אן דעם וואס זאלסט "פארשטיין" די "אמת'ע" מציאות דערפון. עס איז פשוט א מציאות וואס איז אנוועזנד איבער די גאנצע בריאה, פונקט ווי צייט. און ניין, מיר קענען נישט רעדן דערפון אן דעם וואס עס זאל האבן א שייכות מיט עפעס אן אנדערע זאך אין די מציאות, פונקט ווי קענסט נישט רעדן פון צייט אן דעם וואס זאלסט רעדן כלפי עפעס אנדערש, ווייל אלעס איז געקניפט און געבינדן. יא, מיר ניצן ספעיס אויך צו מעסטן די צייט וואס עס נעמט אנצוקומען פון איין פלאץ צום אנדערן, אבער דאס איז נאר איין באניץ דערפון.
קול דודי האט אויך געזאגט א גוטער ביישפיל וויאזוי דו קענסט אפילו רעדן פון ספעיס פשוט לויט'ן מעסטן וויפיל וועקיום ענערדזשי עס ליגט אין א שטיקל "פלאץ". וועסטו פרעגן אבער פון וואס באשטייט יענע ענערגיע אליין, האט עס נישט ווידער מיט ספעיס? אבער למעשה איז דא א געוויסע מציאות וואס האט בכלל נישט קיין מעס, וואס מיינט לכ' אויך אז זיי פארנעמען בכלל נישט קיין "פלאץ" אין ספעיס, אבער דאך איז עס א מציאות און אויך ווייטער נאך א טייל פון די בריאה וואס באוועגט זיך אין ספעיס.
די וועקיום ספעיס קען דיר אפשר טאקע אויך העלפן צו כאפן א פוינט. אפילו אויב זאל מען אויף אן אופן ארויסזייגן יעדע איינציגע אטאם און פארטיקל פון א באשטימטע פלאץ אין ספעיס, וועט עס נישט ווערן "אויס", עס וועט נאך אלץ בלייבן א יש, און עס וועט זיין א טייל פון "ספעיס", פון "מציאות" (ווי לגבי אז אנדערע קוואנטום כוחות, ווי "דארק ענערדזשי" וועלן דארט ווייטער פונקציאנירן). סאו וויאזוי קען מען טראכטן צו דעפינירן ספעיס אלס עפעס וואס איז נאר עפעס אין אונזערע אויגן און נאר רעלאטיוו צו אונז?
לגבי דיין פראגע אז מען זאל דיר מסביר זיין מיט אייגענע ווערטער וואס דאס איז ספעיס, וואס ווי איך פארשטיי איז דיין ציל דערמיט ווייל דו האלטסט אז קיינער וועט נישט קענען געבן א הסבר וועגן ספעיס אן דעם וואס זאלסט קענען נאך דעם ווידער פרעגן "אבער וויאזוי מעסט מען יענע זאך אן די עצם ספעיס?" וואס דארף לכ' צו איבערווייזן אז ספעיס בעצם איז גארנישט נאר טאקע דאס צו קענען דעפינירן פון פוינט א' ביז פוינט ב'. אבער איך מיין אז די זעלבע קשיא קענסטו דאך אויך פרעגן די אלטע פראגע אויף וואס פילאזאפן האבן זיך אויך אמאל געפלאגט: וואס איז די קלענסטע באשטאנדטייל פון די בריאה? זאגסט אן אטאם, אבער פון וואס איז צוזאמגעשטעלט דער אטאם? זאגסט א קווארק, אבער פון וואס איז צוזאמגעשטעלט דער קווארק? יעצט נישט אריינגייענדיג אין דעם היינטיגן תירוץ צו די פראגע, וועסטו אבער לכ' נישט וועגן די קשיא וועלן צוקומען צו די מסקנא אז די גאנצע בריאה איז בעצם אויך גארנישט א מציאות פאר זיך נאר עפעס פאר אונז מענטשעלעך צו קענען אנטאפן די וועלט. דער פאקט איז אז אויף א געוויסן אופן טוט פאקטיש ווערן א יש מאין (זאל זיין א קוואנטום טרייסל...) און עס עקזיסטירט, און דו פארשטייסט אז עפעס איז דא וואס דארט איז די הייקעלע אונטערשייד צווישן "יא זיין" און "נישט זיין". די זעלבע קענסטו טראכטן אויף ספעיס. אויב דו האלטסט אז עס עקזיסטירט למעשה און איז א מציאות, ווערט דאס בכלל נישט אפגערפעגט אפילו אויב זאלסט נישט קענען ענטפערן דיין פריערדיגע פראגע און עס זאל דיר נישט שטימען די עצם מציאות פון ספעיס אלס אן עקזיסטענץ פאר זיך.
און אגב האב איך יעצט נאכגעזוכט אביסל און עס קוקט מיר אויס ווי די פילאזאפישע פראגע איז היינט בעיקר אויף די אנטאלאגישע נאטור פון צייט. אפילו אויך אויף ספעיס, וואס קוקט מער אויס ווי א פיזישער מציאות קען מען זיך ווייטער דינגען פילאזאפיש צי עס איז נאר א טייל פון אן אנדערע מציאות און נישט א פונדאמענטאלע, אדער צי יענע זאך וואס מען זאגט אז ספעיס באשטייט דערפון איז עפעס וואס איז נאר א טייל פון עפעס אנדערש און נישט א מציאות פאר זיך, וגו' וכו' וגו'. אבער נאכאמאל געדענק מיין הויפט נקודה וואס איך האב דא געוואלט די גאנצע צייט דיר זאגן אז דאס איז נישט קיין סייענטיפישע שמועס נאר מער א פילאזאפישער שמועס, וואס וועסט קיינמאל נישט קענען ארויסקריכן מיט א קלארן ענטפער און באווייז (עכ"פ דערווייל, ווייל צומאל ווען וויסנשאפט גייט נאך א שטאפל ווייטער קען פילאזאפישע פראגעס אריינקומען און אנאליזירט ווערן מיט סייענטיפישע מעטאדן). און אויב ווילסטו דוקא פארשטיין און ביסט ערנסט אינטערעסירט אין די טעמע, וואלט איך דיר געראטן אז אנשטאט זיך פלאגן צען יאר און מיט גארנישט ארויסקריכן זאלסטו קודם קוקן אלע דעבאטעס און טענות אנגעהויבן פון פלוטא ביז היינט (און דערביי וועסטו למשל טרעפן אז גענוי ווי דו ווילסט אראפמאלן ספעיס אלס עפעס וואס עקזיסטירט נאר צו קענען מאכן באציאונגען פון איין זאך צום אנדערן, האט לייבניץ גע'טענה'ט) און דערנאך קענסטו עס פרובירן נעמען צום קומענדיגן שטאפל און פרובירן אויפקומען מיט אייגענע מעסטונגען צו אויסארבעטן וואס איז ספעיס לאמיתו של אמת'דיגע אמת'ע אמת.
איך האף אז דו פארשטייסט מיין פונקט. איך בין באמת בכלל נישט געקומען דא מסביר זיין, איך בין אליין א קנאפער מומחה, נאר כ'געוואלט דערמאנען אז עס קוקט אויס ווי דו ווילסט מער פארשטיין דעם פילאזאפישן טייל פון ספעיס, נישט דעם סייענטיפישן, בשעת דודי האט דיר פרובירט מסביר זיין סייענטיפיש.