הוגה האט געשריבן:איר ווילט וויסן פארוואס זיין אויף ק"ש איז א שלעכטע זאך? ווייל מיר האבן עס אזוי געמאכט!!! מיר זענען שולדיג דערין, נישט זיי!!! ווען מיר אלע וועלן מחליט זיין אז עס איז נארמאל צו זיין אויף ק"ש וועט עס זיין נארמאל און קיינער וועט אונז נישט קענען טעראריזירן דערוועגן. נישט אונזער ווייב, נישט די מוסד, נישט די חברים אין בית המדרש, קיינער!
שלא באותו ענין וויל איך ארויס ברענגען א נקודה פון וואס מיר ליידן לדעתי פאר די זעלבע סיבה, אונזער אייגענע שולד.
שמעקעדיג און נאך האבן ארויסגעברענגט די סיבה זיך צו באהאלטן פשוט ווייל מיר לעבן אינטערן טעראר פון די מוסדות, וויל איך זיך צו דעם באציען.
אפאר וואכן צוריק איז ארומגעגאנגען אויף וואטס עפפ א בריוו פון א מוסדות פאר א פראמינענטן שוויצער פון זייער קהילה, מיט א שטרענגע אזהרה אז אויב לייגט ער נישט די פילטער, וועט מען תיכף ומיד ארויסווארפן זיינע קינדער. דער צעטל איז געווען פאלש אבער עס האט אנגעזייט א טעראר ביי צענדליגער אינגעלייט, א חבר מיינער האט מיר אנגעקאלט מיט א בהלה, וואס צו טוהן ער וויל שוין לויפן ארויפלייגן א פילטער, בין איך אים מסביר מיט עטליכע ראיות פארוואס דער צעטל איז פאלש, ולא נח דעתו עס קען דאך זיין אמת טענה'ט ער, די ווייסט דען נישט צו וואס די היינטיגע רשעים זענען אומשטאנד?
פרעג איך אים נו אויב איז עס אמת, פארוואס איז נישט דא נאך איינער וואס האט באקומען אזא בריוו, און לו יציור אז זיי גייען שטייטעלעך פון איינעם צום צווייטן, נו פארוואס ווארטסטו נישט כאטש ווילאנג דו אליינס באקומסט דעם בריוו, זאלן זיי כאטש אביסל שוויצן, וויל ער נישט, ווייל ער וויל נישט אריינפאלן אין פראבלעמען. דא האב איך שוין געפלאצט אונזערע אינגעלייט די זעלבע וואס וועלן נישט אויפהערן וויינען אויף וואטסעפפ איבער דעם סיסטעם, זענען ניטאמאל גרייט צו נעמען דאס מינדעסטע היץ, ניטאמאל א צעטל ווילן זיי באקומען, נו ווי קען מען נאך חלומ'ן אז אזוי גייט זיך דא עפעס טוישן.
וואס וויל איך ארויסברענגן למעשה. איך פארשטיי אז עס זענען דא דא אדער הכל פנים אמאל דא געווען מענטשן מיט חשובע פאסטנס אין קהילות און מוסדות, אזוינע מענטשן האבן באמת פון וואס צו ציטערן, א גילוי קען זיי קאסטן די זשאב און גורם זיין בישות פאר זיך און זיין משפחה, אזא מענטש ברויך לדעתי באמת טוהן יעדע מין באווארענונג אז קיינער זאל ח"ו נישט געוואר ווערן זיין אידענטיטעט. און ניין איך האלט נישט ווי לעיקוואד'ס טענה אז אזוי צו לעבן איז אוממאראליש, ווייל לאמיתה של דבר האלט מסתם לעיקוואד אז עס עקזיסטירט נישט קיין מאראל בכלל, און די אנדערע טענה אז לעבן באהאלטן איז גורם אזוי באמת צו זיין, נו אויף דעם האט דאך יעדער די בחירה, און לדעתי איז נאך אלס ענדערשער צו לעבן אזוי באהאלטן ווי זיין באמת א תמים.
אבער איך וועל נעמען א וועט, אז רוב שרייבער דא זענען בכלל נישט אין די קאטאגאריע, נאכמער לדעתי רוב שרייבער דא זענען אזעלכע וואס זייערע נאנטע וועלן קענען אנצייגן אויף זיי אז דער איז מסתמא א קאווע שטיבל איד, אפילו אויב וועלן זיי נישט וויסן צו ער שרייבט יא בפועל צו נישט, איז ער אזא סטעריאטייפ, און באמת זענען טאקע דא הינדערטער אזוינע אידן וואס שרייבן פערצופאל נישט דא צו מחמת חסרון אין צייט, אדער האבן זיי בעסערס וואס צו טוהן, צו האבן זיי סתם נישט געדילט. הכל פנים א קאווע שטיבלדיגער איז היינט נישט עפעס אזא שמוציגער טיטל מיט וואס מען דארף זיך שעמען, נאר יעדער קלוגער אויפגעקלערטער מענטש מיט עקסעס צו אינטערנעט, גייט אריין אין דעם כלל.
נו אויב אזוי איז צוריק שווער די קשיא פון וואס פונקטליך האט מען מורא אז איינער וועט געוואר ווערן ווער די ביסט, ווען איך גיי ארויף אין די מוסדות איינשרייבן מיינע קינדער, בין איך זיכער אז דער וואס נעמט מיין אפליקעישאן ווייסט אז איך האב אינטערנעט, און אז איך שרייב מסתם אויף קאווע שטיבל, נו וואס קען געשען אויב וועט ער בנוסף וויסן אז איך רוף מיך שמערל?
און דער תירוץ איז עגעין אז "מיר" זענען אליין שולדיג, מיר האבן עס געמאכט פאר א סטיגמא אז עס איז א בישה צו דערמאנען אין פאבליק דאס ווארט ק"ש.
ווען פופצן מינוט פאר מיר זאל ווען דער סעקרעטאר איבערנעמען די אפליקאציע פון הוגה, וואלט איך געקענט הייסן שמערל, און דער סעקרעטאר יואב, אבל עכשיו שלא זכינו יעלו עשבים בלחיינו ועדיין לא ישענו