Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » 10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע

10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8434
מוצ"ש מערץ 14, 2015 9:07 pm#258536
10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע
ווען מיין גוטע פריינט יצחק האט זיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל, האב איך געהאט מיט אים א שמועס און אים פרובירט צו קאנווינסען אז ער זאל ענדערש שרייבן מיט א ניק ווי מיט זיין עכטע נאמען. מיין נאאיווע טענה איז געווען אז עס וועט ראונירן קאווע שטיבל, ווייל אויב ער וועט שרייבן מיט זיין עכטע נאמען וועלן דאך אנדערע אויך אזוי טון און שרייבען מיט זייערע עכטע נעמען, און ווען דער עולם וועט שרייבן מיט די עכטע נעמען וועט מען זיך נישט ערלויבן ארויסצושרייבן אזוי גראב און אפען וואס מען האלט. עס וועלן מער נישט זיין אזעלכע טיפזיניגע ארטיקלן איבער השקפה, אמונה ודעות. דער עולם וועט מורא האבן צו קריטיקירן דעם א.ג סיסטעם מיט זייערע עכטע נעמען און מען וועט זיך צוריקהאלטן פון שרייבן איבער פערזענליכע ערפארונג, ובפרט מאחורי הפרגוד. 

יעצט, ווען איך בין שוין עלטער מיט איין און צוואנציג חדשים, האט זיך מיין מיינונג אביסל געטוישט און איך האלט היינט אז עס וואלט בעסער געווען ווען דער עולם איז זיך יא אביסל מגלה און לאזט זיך יא געהאלטן ווערן אקאונטעביל אויף וואס מען שרייבט. דא האט איר צען וועגן וואס מיר וועלן בענעפיטירן פון אזא מהלך און דערנאך וועל איך מסביר זיין וויאזוי מען קען דאס ארויסברענגן מן הרצון למעשה. וזאת למודעי, איך רעד דא צו מיר אליינס און איך האף אז דאס וועט מיר אויך געבן די קוראזש צו פראקטיצירן וואס איך פרעידיג.



ווען דער עולם וועט שרייבן אונטער זייער אמת'ע אידענטיטעיט:

1)      וועט מען שרייבן נאר וואס מען האלט באמת דערביי, אדער עכ"פ לויט וויאזוי מען לעבט בפועל און נישט בדמיון.
ווען מען שרייבט אונטער די שלייער פון ניקס שאפט זיך א פאלשער (קרי: ווירטואלער) וועלט. לדוגמא, עס קען זיך דאכטען איינער וואס קומט אריין אין ק"ש אז א גרויסע פראצענט פון דער עולם ביי אונז זענען ראציאנאל-טראכטענדע מענטשן, זיי לאזן זיך נישט נער'ן פון דמיונות, און זיי דארפן עס נישט, ווייל זייער ראציאנאל גיבט זיי גענוג צו קענען ווייטער אנגיין מיט זייער אמונות וכדומה אן די דמיונות. אבער דערווייל, לא דובים ולא יער. קום אריין צו א תיקון לרגל כ"א אדר און דער עולם באלעקט זיך די פינגער מיט באמבאסטישע מעשיות איבער געשפאלטענע נעגל וואסער, עגונות פליען פון די קארפאטען בערג קיין טערקיי און מלאכים שטייען אין די ווארטזאל אריינצוגיין אויף אן אדיענץ צום הייליגע רבי רבי אלימלך ז"ל, בשעת די עולם גולם שטאפט זיך מיט שמאלץ הערינג און אייער קיכלעך. וואו זענען אלע ראצאיאנאלע מענטשן פארשוואונדען געווארן פלוצלינג? תהלים כולל, און קופת העיר זענען ווייט פון גיין באנקראט, אדאנק זייערע גליונות וואס זענען פול מיט סיפורי מופתים וסגולות.

ווידער קען זיך דאכטן איינער וואס גייט אריין אין א"וו, אז א גרויסע פראצענט פון דער עולם ביי אונז זענען פרומע מענטשן וואס נעמען אלעס אן לטובה מיט א שמייכל, עס שטערט זיי גארנישט, רעדן קיינמאל קיין לשון הרע ופאליטיק וכדומה. אבער דערווייל זענען די מענטשן נישט צום טרעפן, נישט אין ראדני און נישט אין הופער און אפילו נישט ביי רבי בנימין אייזענבערגער. וואו זענען זיי? זיי עקזיסטירן נישט אין ערגעץ אויסער אין די ווירטואלער וועלט!

2)      וועט מער נישט עקזיסטירן אזא זאך אז איינער זאל האבן מער ווי איין ניק און שפילן אנדערע פערסאנאליטיס.
עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס מענטשן דארפן האבן אפאר ניקס. איינער דארף עס כדי אז זיין ווייב זאל נישט וויסן אז ער דרייט זיך אין מאחורי, אן אנדערע דארף עס ווייל זיין ערשטע ניק איז צו פרום צו קענען שרייבן וואס ער האט געליינט אויף 'דעת אמת'. דער דריטע דארף עס צו 'לייקן' זיין ערשטע ניק. די אונטערשטע שורה איז אז מען לעבט דא אין אן עולם הדמיון. איז דאס די תכלית? אויב ביסטו אין א מצב וואס דו קענסט אין מאחורי נישט גיין, דיין ווייב וועט דיר אפ'גט'ן אויב זי ווייסט דערפון, דאן גיי נישט אין מאחורי. ווען דו גייסט אריין דארט מיט א צווייטע ניק, טוסטו קריעיטען א דמיונ'דיגע מענטש און א דמיונ'דיגע ווירטואלער עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט נישט באמת. ועוד, אויב וועסטו דיר צוגעוואוינען נישט צו טון ווירטואליש אונטער די שלייער פון א ניק וואס דו קענסט נישט טון בפועל, וועסטו מיט די צייט באקומען די מוט צו טוישן דיין לעבן בפועל וכמבואר להלן. אבער אויב וועסטו זיך מאכן באקוועם אונטער די פאלשע אידענטיטעיט, וואס זאל דיר געבן די שטופ צו מאכן עפעס א טויש? אלעס איז דאך גוט אזוי

3)      וועט מען מער נישט לעבן אין פאנטאזיע לאנד נאר מען וועט לעבן אין רעאליטעט.
דאס אלעס איז שוין מבואר געווארן אין די פריערדיגע צוויי נקודות. אבער דא ברענג איך ארויס דעם 'אמת' אלץ א מעלה כשלעצמו, פשוט למען האמת!

4)      וועט מער נישט עקזיסטירן cyber bullying.
דאס קען נאר עקזיסטירן אין די ווירטואלער וועלט וואו מענטשן ווייסן נישט ווער דער מענטש איז עכט, אבער ווען מען ווייסט ווען ווער דער שרייבער איז באמת, וואלט ער/זי זיך נישט געטרויט אזוי אויפצופירן. גיב נאר א קוק אין די גאס, וויפיל מענטשן זעהט מען דען ארום גיין שטופן מענטשן, מבזה זיין מענטשן אדער זיי אריינפארן? די bullying איז א דירעקטע תוצאה פון די פאלשע אידענטיטעיט. דא קען ער שפילן משה וויכטיג, בשעת וואס אין ריעל לייף איז ער דער שיינער איד אדער גאר דער שוטה פון שטאט.

5)      וועט מען אנהייבן צו לעבן אזויווי מען שרייבט.
אין נומער איינס האב איך געשריבן אז מען וועט שרייבן נאר ווי מען לעבט. באמת און דאס איז א מעלה פאר אלע אנדערע מענטשן ארום דיר. יעצט גיי איך איין טריט ווייטער מיטן שרייבן די בעניפיט פאר די שרייבער זעלבסט. שטעלט אייך פאר ווען יענק'ל גרינבערגער שרייבט אן ארטיקל איבער דער מנהג פון קויפן טייערע אתרוגים ווען מען קען עס נישט עפארדן, אבער ווען עס קומט צו קויפן זיין אייגענע אתרוג הייבט ער אן צו טראכטן וואס וועט ער זאגן פאר זיין שווער, פעטער, אדער שכן אין שול ווען מען וועט אים בעטן צו זעהן זיין - נישט אזוי ריינע - אתרוג. ער האלט שוין די צוויי הונדערט דאלער'דיגע אתרוג אין די האנט, אבער דא פלוצלינג דערמאנט ער זיך אז זיינע חברים מוישי און ברוך האבן דאך געליינט זיין ארטיקל אין ק"ש און זיין פאוסט אויף פעיסבוק, ער וועט זיי נישט קענען קוקן אין פנים אריין ווען זיי וועלן זעהן וואס פאר א היפעקריט ער איז. די זעלבע איז מיט א"וו, דער וואס שרייבט אן ארטיקל איבער די וויכטיקייט צו קויפן די טייערסטע אתרוג אין די שטאט וועט האבן אן אינסענטיוו טאקע אזוי זיך נוהג צו זיין למעשה, ווייל זיין ווייב און זיינע חברים ווייסן דאך איבער זיין ארטיקל דארט. און אזוי איז מיט א יעדע נושא וואס איר שרייבט.

6)      ווען איינער וועט שרייבן א דבר טוב אדער הנהגה טובה אויף דער אינטערנעט וועלן זיך אנדערע קענען אפלערנען פון אים.
עס איז זייער שווער זיך אפצולערנען פון א ניק. ווילאנג עס איז נאר א ניק רעדט מען זיך איין אז יענער איז עפעס א סופעריומאן, עפעס וואס עקזיסטירט נישט אין אונזער עכטע וועלט. ווען מען זעהט אבער אז יענער איז ס"ה א בשר ודם פונקט ווי מיר און דיר, איז גרינגער צו מקבל זיין און זיך לערנען פון יענעם.

7)      די ענינים וואס ווערן דא אויסגעליפטערט וועלן גרינגער נתקבל ווערן אין די וועלט ובפרט אין אונזער קליינע וועלט, די חרדי'שע געמיינדע.
אזויווי מיר האבן שוין ערקלערט אין נומער זעקס, עס איז גרינגער מקבל צו זיין קריטיק און עצות פון מענטשן ווען מען זעהט יענעמ'ס הענט און פיס און אז יענער עקזיסטירט אין די אמת'ע וועלט און איז נישט עפעס א ראבאט אין די ווירטואלער וועלט. לדוגמא, איך האב נעכטן פארשטאנען און מקבל געווען אגודת ישראל'ס אפיציעלע שטעלונג אין די מב"פ מערכה נאר צוליב דעם ווייל דער מסביר איז געווען איינער וועמען מיר אלע קענען אין הויט און פלייש אין די אמת'ע וועלט. ווען איינער שרייבט עס ווען אנאנימיסלי וואלט עס נישט געקענט אזוי נתקבל ווערן. וכן שמעתי מעוד חברי ק"ש.

דאס באהאלטן זיך אונטער ניקס און הענדעלס איז איינער פון די באשטאנדטיילן וואס באשטייערען און פעסיליטעיטין דאס עקסטרעמיניזאציע פון דער געמיינדע. א דעה אן א פנים איז קיין דעה און איז א waste of time and energy.

8)      וועלן די אלע זאכן וואס מיר רעדן און דיסקוסירן איבער שינוים לטובה ווירקליך געשעהן, עס וועט זיין למעשה.
איה"נ, מען וועט אפשר נאר "רעדן" האלב פון וואס מען רעדט היינט, אבער טון וועט מען הונדערט פראצענט דערפון. דאס איז אלץ בעסער פון רעדן דאפעלט און טון למעשה נאר צען פראצענט.

9)      וועט מען נישט דארפן לעבן אונטער פחד און זיך זארגן פון די אייגענע שאטן.
איינמאל אלעס איז אפען פאר אלעמען איז דאך שוין נישט דא מער וואס מורא צו האבן. אזויווי פרעזידענדט פ. ד. רוזעוועלט זאגט, “There is nothing to fear but fear itself.”

10)  וועט מען מער נישט דארפן ארבייטן שווער צו געדענקן.
ווען מען שרייבט אונטער א שלייער דרייט מען דאך אויס די פאקטן צומאל כדי צו באהאלטן די אידענטיטעיט. דערנאך דארף מען אלעמאל געדענקן די ליגנט כדי מען זאל זיך נישט סותר זיין שפעטער. ובפרט אז מען שרייבט מיט אפאר ניקס דארף מען דאך מאכן זיכער אז מען שרייבט נישט עפעס וואס פאסט זיך מער פאר די אנדערע ניק, אדער אז מען לייקט נישט חלילה א תגובה וואס אנדערע וועלן דורך דעם כאפן אז עס איז די זעלבע מענטש וכדומה. דעם אמת דארף מען זיך נישט איינחזר'ן ווייל עס איז דאך דעם אמת, ליגנט קען דאך אבער זיין א מיליאן וועגן, דארף מען ארבייטן שווער צו געדענקן אלעס וואס מען שרייבט. איר ווייסט וואס פאר א פרייהייט און גרינגע געשמאקע לעבן עס איז אן דאס אלעס? איר ווייסט ווי געשמאק עס איז ארויסצוקומען פון די קלאזעט? אדרבא, פרובירט עס אויס און צייגט אייך אליינס איבער!


איך בין נישט דא געקומען צו זאגן אז א יעדער איינער זאל טוישן זייער ניק יעצט צו זייער נאמען ממש ככתיבתו אין אנ"ש טעלעפאון בוך, און מיט די ריכטיגע אויסלייג ממש אזוי ווי עס שטייט אין די שמות גיטין וקדושין פונעם ד"ח. עס איז דא עפעס געשמאק אין די איידע פון נוצן handles/ניקס, ספעציעל אויף בלאגס און פארומס. איך געדענקט ווען האסידיק רעבעל האט זיך געטוישט צו שלום דין, ער האט פארלוירן זיין גאנצע חן, טראץ דעם וואס א גרויסע עולם האט שוין געוואוסט פאר א לענגערע צייט ווער האסידיק רעבעל איז. איך קען עס נישט מסביר זיין אבער אויף פארומס און בלאגס קומט צו זיין אזעלכע cute ניקס.

צווישן ארויס שרייבן דעם אמת'ע נאמען און זיך באהאלטן ניק בתוך ניק איז דא א גרויסע צווישנשייד. איך propose דא אז מ'זאל זיך אויפהערן צו באהאלטן אזויפיל. האט נישט מורא, טויש נישט קיין פאקטן, אויב ביסטו אביסל מער געוואגט דאן לייג צו א פערזענליכע אימייל אדרעס צו אייער פראפיל אדער אייער פעיסבוק קאנטע. איי, איינער וועט מעגליך אויסגעפונען ווער איר זענט? זאל יענער אויסגעפונען, עס וועט גארנישט געשעהן. און אז די ווייב אדער שווער וועט אויסגעפונען? וואס וועלן זיי טון? ממ"נ, אויב דו טוסט אן עולה, דאן טו עס נישט אפילו אונטער א ניק, און אויב ביסטו זיכער אז וואס דו טוסט איז ריכטיג דאן זיי פראוד דערפון, אדער עכ"פ באהאלט דיך נישט.

פאר אפאר חדשים צוריק האב איך אליין גענומען אזא שריט ווען איך האב אנגעהויבן צו נוצן מיין עכטע נאמען און פראפיל בילד אויף פעיסבוק, אנשטאט דעם פאלשע נאמען און בילד וואס כ'האב גענוצט פאר די לעצטע אכט יאר. טייל פון מיינע גוטע פריינט האבן געמיינט אז איך בין געפאלן אויפן קאפ. מאנכע האבן זיך געשושקעט אונטער מיין רוקן אז עס זעהט אויס ווי איך וויל פארלאזן די קאמיוניטי, אנדערע האבן מיר אפען געפרעגט אויב איך האב נישט מורא. פון וואס האב איך מורא צו האבן אדער זיך צו שעמען? איך האב למעשה געמאכט דער שריט מיט יישוב הדעת, איך האב געוואוסט פונקטליך וואס די קאנסעקווענצען קענען זיין אין א worst case scenario, און איך בין געווען גרייט צו deal'ן דערמיט. אויב וואלט איך נישט גרייט געווען וואלט איך פארמאכט מיין פעיסבוק קאנטע ווי איידער ווייטער לעבן מיט די היפאקרעסי. למעשה האט עס געמאכט אז איך זאל נאר שרייבן צו דער זאך, נאר טעמעס וואס איך האלט באמת דערביי, און עס האט מיר געשטופט צו לעבן מיט accountability.

איינער פרעגט מיר, "וואס קען איך טון? אויב מיין ווייב וועט ח"ו אויסגעפונען אז איך בין אויף דער אינטערנעט וכ"ש אויף פעיסבוק, וועט זי פארלאנגען א גט. ממילא מוז איך באהאלטן מיין אידענטיטעיט". מיין ענטפער איז אז ער האט צוויי ברירות, אדער זאל ער ארבייטן אויף זיין שלום בית, (וואס שטייט לדעתי גאר שלעכט, אויב זיין ווייב איז גרייט זיך צו גט'ן צוליב א פעיסבוק קאנטע,) אדער זאל ער אראפ גיין פון דער אינטערנעט. נוצן א פאלשע אידענטיטעיט איז א cop-out! עס מיינט אז דו האלטסט נישט ביים deal'ן מיט דיינע אישוס, און דו זוכסט א באקוועמע וועג צו לעבן. פארוואס זאלן זיך זאכן טוישן ענדערש אין פינף יאר פון יעצט ווען דו האלטסט נישט ביים טון עפעס דערוועגן יעצט? וואס גייט זיין אנדערש דעמאלטס?


נאכאמאל, איך זאג נישט אז אלע זאלן זיך יעצט אויסטון די הויזן און זיך מגלה זיין פון איין מינוט אויפן אנדערע. ס"ה וויל איך אז דער נושא זאל ווערן א דעסקוסיע, נעמט אין באטראכט וואס איך זאג דא, קלערט אריין וואס לעבן מיט דעם אמת מיינט פאר אייך, וואס פאר א השפעה עס וועט האבן אויף אייך, אייערע ארומיגע און די גאנצע געמיינדע. און דער עיקר איז, לאמיר אנהייבן מיט א קליינע שריט. לאמיר טרעפן אפאר קליינע areas וואו מיר קענען אביסל אראפלאזן אונזער guard און פון דארט וועלן מיר גיין טריט ביי טריט.




 

 
מוצ"ש מערץ 14, 2015 10:02 pm#258542
זייער צום זאך.
מיר פערזענליך מאכט נערוועז נומער 2)
הוגה האט געשריבן: וועט מער נישט עקזיסטירן אזא זאך אז איינער זאל האבן מער ווי איין ניק און שפילן אנדערע פערסאנאליטיס.

פשט איז, איך ווייס קיינמאל נישט צו דער ניק איז סתם א בדחן וואס זוכט צו קריכן אויף די נערוון און מיך מאכן איבערזאגן צום צענטן מאל אדער איז ער סתם ש שייגעץ וואס שטעלט אן א פנים פון א איבערגעפרומטער ווייטער כדי מיך צו מכשיל זיין מיט כפירה און ליצנות חלילה און בכלליות איבערקייען די זעלבע שמועס וואס מ'האט שוין באריכות אויסגעשמועסט פאראיאר אין מערץ. מילא אז ס'איז באמת א דארשטעריקער הצמא לשמוע דבר השם איז פארקערט, ס'איז אונז א שמחה צו פארפירן א שמועס. אבער אויב איז עס די זעלבע צוויי מנינים מיט אנדערע נעמען יעדע וואך, מאכט עס פארלירן דעם גאנצן אפעטיט.
מוצ"ש מערץ 14, 2015 10:14 pm#258545
ונבנתה העיר האט געשריבן:@הוגה אהן: סטאפ איט! איי עם סיריעס!....

איי, הוגה, פארוואס האסטו אזוי מורא פון דמיון?

אז לעיקוואד האלט שוין ביי פאוסט-מאדענעאיזים האלט איך לעצטענס ביי די דרגה אז דמיון איז פונקט אזוי רעאליטעט ווי אמת, ויש אמת גדול בזה.

עס איז נישט קיין מיליטערישער סוד ווער איך בין, אבער דאך לעיקוואד שאני - אחד הי' ופרסמו הכתוב, רוב ברואים שרייבן מער ארגינעל [מצד ווי אזוי זיי וואלטן געוואלט אויסקוקען] אונטער א ניק, ואפילו על לעיקוואד דארף מען רחמים אז ער זאל ווייטער פארן אויף גענוי די זעלבע מהלך.
מוצ"ש מערץ 14, 2015 10:25 pm#258546
האו אבאוט אן אפציע אז דער ריעל לייף נאמען זאל נאר זיין זעהבאר פאר די אריינגעשריבענע, אדער אפשר בלויז פאר א ליסט פון אייגענע סעלעקטירטע ניקס?
כ'מיין אז אלע פון דיינע מעלות קען מען בענעפיטירן אזוי אויך, אן מגלה זיין קלונו פאר די גאנצע שטאט.
מוצ"ש מערץ 14, 2015 10:28 pm#258547
איך האב נישט מורא פון דמיון, עס קען מיר גארנישט טון, עס איז דאך נאר דמיון. די פראבלעם איז אבער אז מ'דמיונ'ט אזוי פיל אז מ'מיינט אז עס איז דער אמת. ס'איז נישט, לאמיר דאס קלאר מאכן. איינמאל מיר ווייסן דאס דאן וויפיל לוינט זיך צו פארברענגן דערויף? און דאס איז נאר איינס פון די ארגומענטן.

אגב, פון וואו איז דער ציטוט וואס דו ברענגסט אין דיין תגובה, ונבנתה?

שמערל האקט מיט א פיינע הצעה, אפשר טאקע.
מוצ"ש מערץ 14, 2015 10:32 pm#258548
מוצ"ש מערץ 14, 2015 11:09 pm#258552
הנני מגלה דעתי אז מיין לייק איז נאר לחצאין ,בעסער געזאגט לשלושת רביעין.
מוצ"ש מערץ 14, 2015 11:15 pm#258553
זייער שיין הוגה, און אמת. הלואי יהיו כדבריך.
מארגן וועל איך בל"נ ברענגען ארגומענטן אויף פארקערט, לאמיר דן זיין דערין.
מוצ"ש מערץ 14, 2015 11:19 pm#258555
עס איז מסתבר אז אויב וועט מען שרייבן מיט די עכטע id וועט עס הרגנ'ן רוב אינטערעסאנטע שמועסן, רוב מעמבערס דא באלאנגן צום אולטרא חרדישן ציבור מיט א משפחה חברים וואס זענען לאקד אין אין די אולטרא חרדישן מיינדסעט און קיקן מיט א קרום אויג אויף יעדער וואס איז אנדרש ווי זיי,
וואס זאל למשל א סאטמארע אינגערמאן וואס וויל דורכשמועס סאטמאר רב'ס שיטה אפען מיינדעד טון? אדער א חרדישע אינגערמאן וואס וויל וויסן דעם אמת וועגן עוועלושן? זאל ער ארויסגיין אין א קרוסעיד און אויפקלערן אלע זיינע ארומיגע? אדער זאל ער זיך צורייבן מיט זיינע ארומיגע? פארדעם זענען מיר געבענטשט געווארן מיט אזא זאך ווי דער אינטערנעט ווי מען קען זיך אויסשמועסן אפענערהייט,
איינפירען צו זיין אפען לגמרי וואלט אריינגעברענגט דא די פארמאכטע חרדישע גייסט ווי מענטשן ווילן נישט פרעגן און רעדן, עס וועט אפשר טאקע ברענגן א רואיגקייט אין פעלד אבער עס וועט מיטקימען א ליידיגקייט און א פוסטקייט,
מוצ"ש מערץ 14, 2015 11:37 pm#258558
איך וויל נישט בארירן קיינעם פערזענליך דא, אבער אז מען רעדט פון אפענקייט וואס איז מיט דעם ענין פון באהאלטן דעם סטאטוס קיינער זאל נישט זען ווען מען איז דא, דאס איז שוין הסתרה בתוך הסתרה, מען שעמט זיך הפנים ווי לאנג מען זיצט דא,
זונטאג מערץ 15, 2015 12:00 am#258568
וואס איז שלעכט צו לעבן ווירטואליש און אין דמיון אפאר מינוט א טאג? נישט ערגער פון א שיכור אדער דראגסטער וואס מאכט זיך אביסל היי צו פארפארען אביסל פונעם טעגליכען עומס. דער פרה קדושה פון "אמתקייט" איז דען ווערד די הארצווייטאג פון ארויסקומען אין דער עפנטליכקייט? לעבן זאל דער דמיון!...
זונטאג מערץ 15, 2015 12:09 am#258574
ער רעדט דאך נישט פון א פאל ווי עס איז נאר אפאר מינוט א טאג..
זונטאג מערץ 15, 2015 12:16 am#258580
אן אינטרעסאנטע, און אויב איך מעג זאגען מיט'ן פולסטן רעספעיקט, אויך גאנץ א מאדנע שמועס. די עיקר חלק המוזר פון דעם שמועס איז, אז פון צוויי אמת'ע מושגים, וואס יעדע כשלעצמו איז כל כולו אמת, גייט יעצט ווערן צוויי צדדים און א וויכוח.
קיינער לייקענט נישט און דעם פאקט אז לעבן ווירטואליש פארמאגט און זיך חסרונות מוסריים, כמש"כ ATUB @הוגה ATUB , הגם איך בין נישט איינשטימיג מיט אלע ארגעומענטן וואס הוגה האט געברענגט. ולעומת זה קען קיינער נישט לייקענען די פאקטישע חסרונות וואס עס איז דא מיטן זיך מגלה זיין. דאס פארלאנגען אז מען זאל זיך מגלה זיין מכח די חסרונות מוסריים וואס לעבן ווירטואליש פארמאגט, און מען זאל מקריב זיין די פאקטישע חסרונות וואס מגלה זיין ברענגט נאך על מוקדת האמת והצדק המוסרי, איז און מיינע אויגען אביסעל מופרז, ומה עוד, אז דער תביעה הייבט זיך נישט אן מיטן זיך מגלה זיין דא אויף ק"ש, ניינציג פראצענט פון אונזער מהלך החיים, דיעות, שיטות, וואלט מען ווען געדארפט צו פארשניידען לנצח מכח האמת והצדק המוסרי. וועט איינער טענה'ן אז טאקע דאס גופא זאגט הוגה, רעוועלאציע צייט איז אנגעקומען, און דער פאן פון אמת וצדק זאל פלאטערן איבער אלע הייזער פון אונז, כהאב אים נישט פארשטאנען אזוי.
זונטאג מערץ 15, 2015 12:33 am#258590
וועט איינער טענה'ן אז טאקע דאס גופא זאגט הוגה, רעוועלאציע צייט איז אנגעקומען, און דער פאן פון אמת וצדק זאל פלאטערן איבער אלע הייזער פון אונז, כהאב אים נישט פארשטאנען אזוי.


ווילסט וויסן ווי אזוי א חרדישע רעוואלוציע גייט אויסקוקן? אט וועל איך דיר זאגן. צופרי, ווען דער חסידישער רעבעל גייט דאווענען, דאן אויב ער איז אין די גיסטע צו גיין אן א הוט און רעקל אין גאס וועט ער עס לאזן אינדערהיים. נאכדעם וועט ער גיין אין מקוה און זאגן אז אז הרב קוק האט אויך געהאט א שיטה. ער וועט נישט אריינלייגן א משומר פילטער, און אויב מ'וועט אים אנקאלן זאגן אז מ'שיקט אהיים זיינע קינדער וועט ער זיי לייגן אין א אנדערע חסידישע מוסד וואס פארלאנגט נישט די משומר פילטער. נאכדעם, אויב ער איז אינטערעסירט (מסתמא נישט) וועט ער גיין אין קאלעזש לערנען חכמת יוונית. אויב נישט וועט ער גיין אין דער ארבעט און זאגן דארט ביי לאנטש אז די אלע מופתים פון שבחי בעל שם האבן לאו דוקא א גרויסע שייכות מיט היסטאריע, און אויב מ'וועט שרייען אז ער איז א אפיקורס וועט ער צוריקשרייען איך עס נאך אזא הייסע טשאלנט ווי דיר שבת נאכמיטאג.
ווען מיר וואלטן געלעבט אין א שווערער רעזשים פון אפאר משתלטים על הציבור וואס זענען גוזרים גזירות רעות וואלט דיין רעטאריק געווען אין פלאץ. אבער די רעדע איז איבער א לייף סטייל, נישט א רעזשים. די חלומות איבער א רעוואלוציע וואס גייט אומווארפן חרדיזם און מען גייט אויפהענגען פענער און פארן אויף די גאסן מיט טאנקען זענען סתם דמיונות וואס מאכן גוט פילן אנשטאט צו טראכטן איבער א רעאליטעט. הוגה רעדט צו דער זאך, ער זאגט אז דאס לעבן בהסתרה בתוך הסתרה ברענגט א פאראנויע און שאדט פאר דעם מענטש. כאטש איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט אלע זיינע נקודות, זאגט ער דברים של טעם, און זיינע דיבורים דוקא זענען די וואס זענען נאנט צו רעאליטעט, נישט די לופטיגע חלומות פון רעוואלוציעס.
זונטאג מערץ 15, 2015 12:36 am#258594
יצחק לאווי איז קלוג, כאריזמאטיש, און געלונגען. לויט זיין בעפאר ענד עפטער פיקטשערס וואס ער האט געשטעלט איז ער מער נישט א חלק פון מעינסטרים טיפיקל חסידי'שע שיך נ' זאקן יונגערמאן, און גאנץ באקוועם אין זיין הויט.

נישט יעדער איז קלוג, כאריזמאטיש, און געלונגען. נישט יעדער איז אפילו בלויז איינס פון די דריי. און ס'רוב זענען יא מעינסטרים טיפיקל חסידי'שע יונגעלייט.

גילוי פנים זאל די שכינה הקדושה מאכן.
זונטאג מערץ 15, 2015 12:38 am#258596
יאיר, האב איך הנאה צו זעהן אז נאך איינער איז מיט מיר, איך האב אויך נישט געהאלטען אז הוגה רעדט פון די דאזיגע חלומות וואס די האסט דערמאנט, טאקע פאר דעם האב איך געשריבען וואס כהאב געשריבען.
נישט אז איך האב אן עצה, רק כתבתי שדברי הוגה נכונים מזווית ראיה מוסרי, אבל למעשה יש עוד לחשוב ולצדד.
זונטאג מערץ 15, 2015 12:42 am#258598
שמערל האט געשריבן:האו אבאוט אן אפציע אז דער ריעל לייף נאמען זאל נאר זיין זעהבאר פאר די אריינגעשריבענע, אדער אפשר בלויז פאר א ליסט פון אייגענע סעלעקטירטע ניקס? כ'מיין אז אלע פון דיינע מעלות קען מען בענעפיטירן אזוי אויך, אן מגלה זיין קלונו פאר די גאנצע שטאט.


ATUB @שמערל ATUB , כ'האב הנאה פון דיין געדאנק, עכ"פ א גוטע ערשטע שריט איז עס זיכער. איך האב אבער נישט ליב דיין לעצטע שורה איבער "מגלה קלונו" זיין פאר די גאנצע שטאט. אויב איז עס קלונו האט עס נישט קיין פשט אפילו מיט א ניק, אויב עס איז נישט קלונו דאן וואס איז די בושה/מורא?

ATUB @שמעקעדיג ATUB , מיר קוקן ארויס בכליון עינים אויף דיין rebuttal. אדרבא, פאר דעם אליין וועט זיך האבן געלוינט מיין גאנצע ארטיקל. געדענק אבער אז די סיבות פארן באהאלטן די אידענטיטעיט פרעגט נאך נישט אפ מיינע ארגומענטן.

אויך געדענק אז איך ווייס ווער דו ביזט, איז וואטש וואס דו שרייבסט... :lol:

ATUB @גראדעמעכעלע ATUB , דיין טענה האב איך שוין באהאנדלט אינעם עצם ארטיקל אויף עטליכע פלעצער, דו"ק ותשכח. דיין צווייטע טענה איז ריכטיג, און איך האב אפילו מער מוסיף צו זיין דערויף, ועוד חזון.

פישעלע, איך בין מסכים מיט דיר אז לעבן ווערטואליש אין א דמיון איז נישט ערגער ווי א דראג עדיקט.

ATUB @אחד העם ATUB , מיין ענטפער צו אייער טענה איז נישט אז מען זאל מקריב זיין די מעלות וואס די עולם הווירטואלי ברענגט אונז, למען הצדק והאמת. מיין ענטפער איז אז די עולם הווירטואלי ברענגט אונז גארנישט אויסער א fantasy world.

יאיר שרייבט אויך צום זאך...

אחד העם האקט שוין ווידער...


.
זונטאג מערץ 15, 2015 1:21 am#258605
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך וויל נישט בארירן קיינעם פערזענליך דא, אבער אז מען רעדט פון אפענקייט וואס איז מיט דעם ענין פון באהאלטן דעם סטאטוס קיינער זאל נישט זען ווען מען איז דא, דאס איז שוין הסתרה בתוך הסתרה, מען שעמט זיך הפנים ווי לאנג מען זיצט דא,

גם אני מצטרף, ווען איך זעה אז עמיצער איז דא גיבט דאס מיר מער חשק מגיב צו זיין אויף יענעם'ס ווערטער וויסענדיג אז יענער וועט דאס שוין זעהן.
זונטאג מערץ 15, 2015 2:10 am#258616
הוגה, דו זאגסט שטארקע זאכן, און מיט א חלק טענות ביזטו גערעכט, אז באמת וואלטן מיר געדארפט אויפהערן זיין אזעלכע אותו מקום'ס און זיך אויפהערן באהאלטן אונזער א ניק'ישן שלייער. אבער פון די אנדערע זייט מוזטו מודה זיין אז ס'דא שטאקרע מעלות צום אנאנימיטעט פון דעם פארום. קודם כל איז עס א שטארקע equalizer, ס'גלייכט אויס יעדן איינעם אויף א לעוועלד פלעיאינג פיעלד, ווען איינער קומט דא אריין פארקויפן זיין ווארע קוקט מען נישט וויאזוי ער זעט אויס, ווער זיין טאטע איז געווען, און ווי א גרויסע לא יוצלח ער איז, ער קען זיין אן אפגעריסענער ישיבה בחור, א מיטליערעיגע מיליאנער, אדער אן אפגעזעקלטער אין מושב זקינים, קיינער קימערט זיך נישט מיט זיין עבר הווה אדער עתיד, ס'אלעס געוואנדען און וואס ער האט צו זאגן. און דאס איז א מעלה וואס וועט נישט זיין אויב קומט יעדער ארויס בריש גלי.
זונטאג מערץ 15, 2015 2:34 am#258622
ברענגסט ארויס א גאר שטארקע נקודה, געפילטע. עס איז נישט קיין שאלה אז עס זענען דא מעלות פון אנאנימער פורומס, די פראבלעם איז אז די חסרונות וועגן לדעתי איבער די מעלות. און נאך מער ווי דעם איז דער פראבלעם אז מען איז געווארן אזוי צוגעוואוינט צו דעם אז מען מיינט אז דאס איז די לכתחלה. מען ווערט אזוי באקוועם אין דער וועלט אז מען פארגעסט אינגאנצן פארוואס מ'איז דא בכלל.
זונטאג מערץ 15, 2015 11:49 am#258645
וויאזוי איז עס ביי אנדערע גויאישע פארומס, דארט איז נישטא קיין ניק נעמען?
אלנפאלס,קודם זאלן די שרייבער אין די היימישע זשורנאלן און אויסגאבעס אנהויבן נוצן זייערע געהעריגע נעמען, נישט קיין א. שרייבער און י. מ. סופר.
זונטאג מערץ 15, 2015 12:05 pm#258648
פאר יארן לאנג איז די גאנצע אינטערנעט געווען אן אנאנימע פלאץ וואו מענטשען זענען געווען פארשלייערט אונטער ניק נעמען, ביז פייסבוך האט זיך ארויסגעלאזט אין א מאסיוון קאמפיין אז מענטשן זאלן ניצן די אמת'ע נעמען. פ"ב און אימייל זענען אבער פון די איינציגסטע פלעצער וואו מענטשען רופן זיך ביי די עכטע נעמען, מסתמא וויבאלד זיי זענען מער געמאכט צו קאמיוניקירן מיט באקאנטע ווי טרעפן נייע חברים. די אנליין פארום וועלט איז נאך אין גרויס חלק א וועלט פון ניקס. דאס איז אויך פארשטענדליך ווייל רוב פארומס זענען אינטערעסט בעיסט, ס'הייסט די איינציגסטע סיבה וואס ברענגט צוזאם דעם עולם איז די גמיינזאמע אינטערעסע אין, לדוגמה, טעכנעלאגיע, האבי עראפלאנען, דייעביטיס, אדער גראפיקס וכדומה. זיי זענען אבער נישט קיין "געמיינזאמע געמיינדע" אין קיין שום זין פון ווארט, משא"כ קאווע שטיבל, וואס איז נישט ספעציפיק צו א געוויסע אינטערעסע, ס'דא דא אינטערעסירטע אין נגינה, פאעזיע, מאלעסטערס, ועוד. די איינציגסטע זאך וואס איז אונז אלע מאחד איז אז מיר באלאנגען, פלעגן באלאנגן, אדער זענען אינטערעסירט אין חרדיש'ן אלוועלטליכן קהילה. ממילא שטייען מיר יא ערגעץ צווישן פ"ב און א פשוטע אנליין פארום.
זונטאג מערץ 15, 2015 1:23 pm#258660
דער עולם דארף פארשטיין אז דער ארטיקל איז בכלל נישט געווידמעט אויף צו קאמפלעינען אויף די "סיסטעם" אדער אוועק צו מאכן דעם אדער יענעם. די ציל פון דער ארטיקל איז צו צייגן סיי וואס מיר פארלירן דורכן זיך באהאלטן דער אידענטיטעיט און סיי צו געבן א wake up call אז מיר זאלן געדענקן אז מיר זענען אין אן עולם הדמיון. רעד דיך נישט איין פאר קיין רגע אז דאס האט אסאך מיט רעאליטעט.

עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס מיר טוען דער מאדנע סיקרעט שפיל, מיר זענען נישט ערגער ווי אנדערע פורומס און אוודאי נישט ערגער ווי דראג עדיקטס. איך קום פשוט פראפאזען א געשפרעך איבער א בעסערע וועג, און איך פרוביר צו מאכן א קעיס אז רוב פון אונזערע פחדים זענען unfounded. ווילסט נישט? איז נישט.


.
זונטאג מערץ 15, 2015 2:54 pm#258677
און מיין תגובה איז נישט געווידמעט צו קאמפיינען למען אנאנימיטי, איך זאג נאר אז ס'האט אויך געוויסע מעלות, און אז דאס נוצן ניקס איז נישט נאר א חדרישע מנהג וואס מ'טוט ווייל מ'האט מורא פונעם אייגענעם שאטן, נאר פארומס אין אלגעמיין נוצן אויך ניק נעמען. אבער דו ביזט גערעכט אז מ'האט מער מורא ווי מ'דארף באמת, אז רוב מענטשען דא וועלן נישט האבן קיין עכטע שטארקע קאנסיקווענסען פון גיין פובליק, אבער פון די אנדערע זייט פארשטיי אויך אז געוויסע וועלן יא האבן ערענסטע קאנסיקווענסען.
זונטאג מערץ 15, 2015 3:43 pm#258687
איך האב דא געשריבן מיינע ארגומענטן אויף הסתרה
זונטאג מערץ 15, 2015 3:56 pm#258693
און איך טראכט גאר פארקערט איך בין שוין אזוי פארקאכט אינעם משבקישן ניק אז טיילמאל שפיר איך אז דער פאקטישע לעבן איז דער עולם הדמוין אין דער ווירטואלישער איז דער פאקטישע . ברויך איך אלזא האבן 10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען דארטן פונעם שאפע און דעקלארירן אז איך בין משבק
זונטאג מערץ 15, 2015 4:07 pm#258697
משבק, דו מאכסט מיינע ארגומענטן שטערקער. :like
זונטאג מערץ 15, 2015 4:08 pm#258699
יו גאט מיי פוינט :D
זונטאג מערץ 15, 2015 5:17 pm#258716
מקען זוך איינרעדן אז מ'וויל שרייבן דוקא אנאעמעס ווייל מ'שרייבט קאנטאווערשל נושאים. אבער איי וועלט יוכיח.
זונטאג מערץ 15, 2015 5:34 pm#258723
דאכט זיך מיר אז אייוועלט יוכיח פארקערט איך מיין אז דוירט איז דא אסאך מער גילוי ווי דא
איך מיין אז רוב גרויסע שרייבערס דוירט קענען זיך איינער מיטן צווייטן וכו' און מען האט נישט קיין שום פראבלעם ארויס צוגעבן די נאמען
זונטאג מערץ 15, 2015 5:49 pm#258728
אנאנימיטי היט אויפן כבוד פונעם מענטש און לאזט דעם מענטש גרינג איינזעהן אז זיין ביז יעצטיגער דעה איז לאו דוקא, אבער איינמאל מ'דארף היטן דעם כבוד איז שווער איינצוזעהן.
ביז די 35 וואלט איך נישט ארויס מיטן עכטן נאמען ווייל מ'טוישט זיך נאך, איינמאל מ'סעטלט זיך איז בעסער יא.
זונטאג מערץ 15, 2015 6:42 pm#258740
לית דין בר נש האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז אייוועלט יוכיח פארקערט איך מיין אז דוירט איז דא אסאך מער גילוי ווי דא
איך מיין אז רוב גרויסע שרייבערס דוירט קענען זיך איינער מיטן צווייטן וכו' און מען האט נישט קיין שום פראבלעם ארויס צוגעבן די נאמען

איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער, אבער ווער זאגט דיר אז די גרויסע שרייבערס דא קענען זיך נישט?
זונטאג מערץ 15, 2015 7:06 pm#258741
הוגה האט געשריבן:דער עולם דארף פארשטיין אז דער ארטיקל איז בכלל נישט געווידמעט אויף צו קאמפלעינען אויף די "סיסטעם" אדער אוועק צו מאכן דעם אדער יענעם.

און מיט דעם אלעם האסטו געמוזט באמיסטיגן דיינע רייד מיט נארישע אנטי-סיסטעם טפשות און סתם דברי הבל אויף סיפורי צדיקים ,קענסט מיר מסבר'ן וואס די העק דער הייליגער ר''ר מיילעך האט מיט יא אדער נישט נוטצן ניקס? א שאד ווייל אן דעם וואלסטו באקומען א גאנצע לייק.
זונטאג מערץ 15, 2015 9:07 pm#258764
איך האב טאקע צוגעזאגט אמאל א למעשה ארטיקל וועגן דעם, אפשר וועל איך אויפזוכען דער דראפט וואס איך האב אויף דעם, עכ"פ קודם שכויעח הוגה פאר'ן ארויסבענגען די נחיצות פון נעמען אחריות אויף וואס מען שרייבט אין זיינע צען נקודות וואס דרייען זיך מער ווייניגער ארום די זעלבע נקודה אז דער זיך באהאלטען אנליין מאכט גאר ערגער דער פראבלעם וואס ער זוכט כלומר'שט צו אנטלויפען פון. אז איך בין געווען דער גורם עס זאל זיך ענטוויקלען דער ערנסטער שמועס איבער דער נושא איז שוין היה זה שכרי.

איך וויל ארויסברענגען כמה נקודות איבער דעם פון מיין קוקווינקעל. ואין מוקדם ומאוחר בתורה.

1) מען דארף וויסען, אז א מענטש איז נאר איין מענטש, וויפיל שפילערייען ער זאל נאר שפילען קומט דאס אלס צוריק צו עם. און אפילו ווען ער טוהט א זאך מחמת הכרח, בלייבט דאס ווייטער א חלק פון עם. דאס איז א פשוט'ער פסיכאלאגישער פאקט. אפילו אז א מענטש איז אין א מצב ווי ער דארף למשל זאגען ליגענט אויף זיך צו ראטעווען פון א סכנה ממש, קלעבט זיך דער ליגנט צו צו עם. עס בלייבט נישט קיין שום זאך באמת בחיצוניות לפנים בלבד. א גוטע דוגמא פאר דעם איז די אנוסי ספרד, אדער ענליכע אנוסים למשל ביים שואה. וויפיל דער איד האט זיך איינגערעדט אז ער איז ווייטער א איד א מאמין א שומר תורה ומצוות, און האט טאקע מקיים געווען תורה ומצוות לפי היכולת אינעם קעלער זיינע, נאך אפאר יאר איז ער שוין אליינס געווארען צומישט בין איך א איד אדער א קריסט, ווי מען זעהט פון די היסטאריע פון די תקופה. איך רעד שוין נישט פון זיינע קינדער וואס זענען ממש געווען אזא בריה חדשה האלב איד האלב קריסט. די געדאנק באמת בין איך אזוי נאר איך שפיל אזוי האט נישט קיין האפט אין דער מענטשליכע פסיכאלאגיע. דו ביסט נישט באמת אזוי נאר דו שפילסט אזוי נאר דו ביסט באמת אביסעל אזוי און אביסעל אזוי.

2) וואס איך נעם פון דעם, וואס איך האב אבזערווירט סיי ביי זיך און סיי ביי אנדערע, איז אז מען דארף וויסען אז פון שפילען אזוינע געימס זענען דא צוויי תוצאות. איינס דער מענטש אליינס באקומט מולטיפול פערסאנעליטיס. ער איז שוין אזוי געוואוינט דא בין איך דאס און דארט בין איך יענס אז ער איז באמת אביסעל דאס אביסעל יענס און דו ווייסט קיינמאל אויב דו רעדסט מיט דזשעקל אדער מיט מיסטער הייד.
די צווייטע, און אפשר מער חמור'דיגע זאך וואס געשעהט, איז אז דער גאנצער מושג פון אמת ארנטליכקייט און מענטשליכע אחריות אויף וואס מען זאגט און טוהט ווערט פארוואסערט. אמת און ליגנט זענען נישט נאר פעולות וואס א מענטש טוהט ער זאגט אמת אדער ליגנט, דאס זענען צוויי טיפ מענטשען, אמתדיגע ארנטליכע מענטשעון און ליגנערס. און די רגע א מענטש לעבט א גרויס חלק פון זיין לעבן אונטער א ליגנט, ווערט ער א ליגנער. ער פארלירט די ארנטליכקייט וואס מענטשען האבען בטבע אז זיי זאגען אמת און נישט ליגנט.
און ווייטער איז דער טענת אונס העלפט נישט דא. מען טרעפט אפילו מענטשען וואס האבן באמת געלעבט אינטער רעדזשימס וואס זיי האבען זיך געמוזט זאגען ליגנטס להצלת נפשות, אז די רגישים מביניהם זענען זיך מתאונן אויף דעם אז דער רשע האט געמאכט פון זיי ליגנערס און צוגענומען פון זיי די זאך וואס איז די יסוד פון אן ארנטליכע מאראלישע מענטש כלפי עצמו וכלפי אחרים אז ער ווייסט א חילוק פון אמת און שקר.

3) אויב דאס צונעמען א טראפ מער למעשה. איז דאס וואס טאמבל סאס למשל האט דא ארויסגעברענגט. לאמיר שוין זאגען אז עס איז דא א גוטע תירוץ פאר א טיפישע שיכן זאקן יונגערמאן נישט צו שרייבען מיט זיין נאמען אויף די אינטערנעט. איז דאס אלץ א תירוץ ווען מען רעדט נאר פון דעם אקט אליינס. ווען מען הייבט אן צאמצורעכענען די נזקים וואס דאס טוהט צו זיין גאנצער מהות אנליין און אפליין, און וואס דאס טוהט צו דער גאנצער סאסייעטי, ווערט די תירוץ פיל שוואכער. קאווע שטיבל איז היינט אין א מצב וואס דו קענסט קיינמאל וויסען אויב רעדסטו בכלל מיט איינעם ערנסט אדער איז דאס סתם א דאפעלטע ניק וואס האקט אין קאפ אריין להגדיל תורה ולהאדירה. איך פאר זיך בין נישט מגיב כמעט אין דער שטיבל פאר איינער וואס איך ווייס נישט מיט וועם איך רעד. סיי עס האט נישט קיין טעם און סיי איז דאס נישט ריכטיג. ווען קען מען א מענטש, על כל פנים ווירטואליש מיט איין מהות וכו', פארשטיי איך כאטש די קאנטעקסט פון ווי ער קומט פארוואס פרעגט ער אזוי וכו' און איך קען האבען א שמועס מיט תועלת. אויב איז דאס סתם א מאסקע צו מאכען לעבעדיג האט דער שמועס נישט קיין שום זין על הרוב. און די הנחה בסיסית פון ארנטליכקייט וואס איז דער יסוד פון יעדער מענטשליכע סאסייעטי פעלט.

4) יעצט, דא וויל איך זאגען ווי עס זעהט מיר אויס די תועלת פון ניקס. וא מענטש, טראץ וואס ער איז טאקע נאר איין מענטש, טוישט זיך כסדר, און בלייבט נישט כסדר דער זעלבער מענטש. אסאך מאל, בפרט אין א מצב ווי א מענטש לערנט נייע זאכען ער איז מסופק אפשר אזוי צו אזוי וכו', איז א מענטש אליינס נישט גאנץ מיט זיך, ער וואלט געוואלט בודק זיין למשל א נייער וועג פון טראכטען, אבער ער איז נישט גרייט זיך צו קאמיטטען צו דעם אז דאס בין איך. דא איז דער אור אלטער עצה פון חזל ילבש שחורים ויתעטף שחורים וילך למקום שאין מכירים אותו גאר א קלוגער עצה. דו מיינסט דו ווילסט טוהן דער עבירה, אבער עס פאסט דיר נישט, עס איז נישט דיר? טוה דיך אן א מאסקע, מאך זיך א פאלטשע אקאונט, פראביר אויס רעדן אזוי זיך פירען אזוי, זעה צו עס פאסט דיר. איך אליינס האב געפילט און פיל נאך היינט ווי נוצען פאלשע נעמען אויף דער אינטרנעט קען זיין זייער א גוטע וועג צו "טעסט-דרייווען" אן אנדערע איידענטיטי, זעהן צו עס פאסט טאקע פאר דיר. דאס איז אוודאי א מוראדיגע מעלה. דאס איז וואס גראדעמעכלע למשל האט ארויסגעברענגט אויוון.

5) אבער ער דארף מכיר זיין, אז זיין צורך פאר דער ניק ליגט אין זיך נישט ביי זיין ווייב אדער שוויגער אדער רבי. דער שפיל כאילו עס איז דער חיצונישער סביבה וואס צווינגט דאס איז נארישקייטן במציאות און איז מבוסס אויף פחד שווא. איך האב נאכנישט געהערט א סאטמערער רב זאל ארויסווארפען א יונגערמאן וואס קומט מיט דרך ארץ מברר זיין צו דער רבי'ס שיטה איז געווען ריכטיג. איך האב אפילו נישט געהערט דער פרומסטער רב זאל ארויסווארפען א יונגערמאן וואס קומט מברר זיין אויב איז דא א גאט אדער נישט. (בדידי הווי עובדא, ואכמל בסיפורים). פארשטייט זיך מיט דרך ארץ, דאס האט פשוט מיט מענטשליכקייט משני הצדדים עס האט נישט מיט אידישקייט. האק דאס אריין אין קאפ, דיין פראבלעם איז נישט דער רב דיין פראבלעם איז דיר. דיר פאסט נישט צו דיין דער מיט ספיקות אין דער רביס שיטה. איך זאג נישט דאס איז נישט קיין פראבלעם, אדער אז א ניק איז נישט קיין גוטע עצה דערצו, אבער שפיל נישט כאילו א צווייטער איז שולדיג אין דעם.

6) ממילא, אילו וויל מען נאר מאכען א פלאץ אז לפי הצורך אז איינער וויל שמועסען א סענסטיווער זאך זאל ער נוצען א ניק נאמן, החרשתי, פארקערט, דאס וואלט געמעגט זיין אין ריעל לייף אויך. און עס איז דא אזוינע זאכען. אנאנימער האטליינס, אדער שיקען אנאנימער בריעף, וכדומה, איז נישט קיין אויסטרעף פון קאווע שטיבל. דער פראבלעם וואס איך האב איז ווען דאס ווערט דער נארמאל. דער יונגערמאן, וואס נאכען מברר זיין איז געקומען טאקע צו די מסקנה אז הרב קוק איז געווען גערעכט און נישט דער רבי, פארוואס שפילסטו יעצט? און אז עס איז דא א גאנצער קבוצה וואס דער דיפואלט ביי זיי איז ליגנט און שפילערייען. וואסארא מין קבוצה איז דאס? דא האלט מען שוין נישט ביים שפילען על דרך אפשר א געוויסער איידענטיטי, דא רעדט זיך פון לכתחילה קובע זיין אז מיין איידענטיטי איז א שקר און איך קען באשטיין אז דאס זאל זיין דער עיקר. דאס איז שוין א גאנצער אנדערע זאך.

7) די טענה אז אן א נאמען קומט פאר א מער אבייעקטיווער שמועס איז על פי רוב נישט ריכטיג. עס העלפט אפשר פאר די ערשטע דריי תגובות אויב פונקט טרעפט ער זיך אן אין א שיינער שותף צו דער שמועס. דער מענטשליכע פסיכאלאגיע ארבעט אלעמאל די זעלבע. ווי איך האב כמה פעמים געוויזען. א זאך וואס א מכובדי'גע ניק שרייבט טראגט אוטומאטיש מער געוויכט ווי אן אומבאוויסטער אדער ווייניגער מכובדיגע ניק. פונקט ווי אין לעבן, קוקען מענטשען מער אויף אומר ווי אויף וואס ער זאגט. כמובן יש בזה מעלות וחסרונות ואכמ אבער דאס איז דער פאקט.

8) מ'קען מיינען אז קאווע שטיבל איז עפעס א פלאץ ווי מען שרייבט ווער ווייסט וואס. בסך הכל איז דאס א חסידישע פלאץ מיט אביסעל ווייניגער בלאף פון גדרים או סייגים. איך האב געלאכט אז פישעלע זאגט איך בין נישט קיין טיפישע שיכן זאקן יונגערמאן, פארוואס, ווייל ער האט געזעהן א בילד ווי איך גיי אן א שטריימל צו עפעס, און האט מחליט געווען אז דאס איז דער עפטער בילד. דער 'טיפישער' יונגערמאן עקזעסטירט נישט. איך ווייס נישט ווי דו וואוינסט, אבער אין בארא פארק זעה איך יעדער טאג אלע מיינע יונגעלייט מיט אלע מיני לבושים און דרכים. איך האב נישט געהערט אז איינע פון זיי פילט זיך עפעס אין א פראבלעם. ווילסט דווקא וועל איך זיך אנטוען די שיכן זאקן וואס ליגט אויפ'ן שעלף און זיך מאכען די פאות וועסטו זאגען איך בין טיפיש. עס ברענגט ארויס די אבסורדיטי פון די מהלך המחשבה ווי וועלכע וועג מען דרייט די פאות אינדערפרי איז עפעס קובע סדרי בראשית אז דאס דינט שוין פאר א תירוץ פאר פישעלע נעה דער יצחק איז דאך סייווי נישט קיין היימישער. טיפ(י)ש, איך עס פונקט אזויפיל אווערנייט קוגל ווי דיר, בסך הכל פיר איך זיך ווי עס טוהט זיך מיינע חברים פון שטיבל וכדומה אז מען איז נישט מקפיד יעדער טאג מאכן די פאות פונקט די זעלבע סטייל. אויב נישט דאס קען ק"ש ברעכן פון וואס רעדט מען בכלל דא?

עד כאן רענט א.
זונטאג מערץ 15, 2015 9:16 pm#258768
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך וויל נישט בארירן קיינעם פערזענליך דא, אבער אז מען רעדט פון אפענקייט וואס איז מיט דעם ענין פון באהאלטן דעם סטאטוס קיינער זאל נישט זען ווען מען איז דא, דאס איז שוין הסתרה בתוך הסתרה, מען שעמט זיך הפנים ווי לאנג מען זיצט דא,

איך בין על פי רוב מקפיד דאס צו באהאלטען און איך זעה נישט דער קשר. איך דארף נישט גאנץ קאווע שטיבל זאל וויסען ווען איך שטיי אויף ווען איך גיי שלאפן ווען איך ארבעט וכו'. דאס איז סתם שכלדיגע פרייוועסי אז א מענטש טוהט זיך נישט אויס אויף די גאס. אז איינער איז מגיב צו מיר אדער טעגט מיר וועל איך עס 99% זעהן סייווי. אז איינער זעהט דווקא א תועלת אין דעם אקעי אבער איך זעה נישט וואס דאס האט מיט מיין שמועס.
זונטאג מערץ 15, 2015 9:22 pm#258769
ונבנתה העיר האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:@הוגה אהן: סטאפ איט! איי עם סיריעס!....

איי, הוגה, פארוואס האסטו אזוי מורא פון דמיון?

אז לעיקוואד האלט שוין ביי פאוסט-מאדענעאיזים האלט איך לעצטענס ביי די דרגה אז דמיון איז פונקט אזוי רעאליטעט ווי אמת, ויש אמת גדול בזה.

פאסט מאדערניזם איז נישט קיין תירוץ אויף צו זיין אן אוממענטש.
דער טענה האט א פנים ווי דעם

ג'ון פול סארטר האט געשריבן:I have lately been told of a lady who, whenever she lets slip a vulgar expression in a moment of nervousness, excuses herself by exclaiming, “I believe I am becoming an existentialist.”
https://www.marxists.org/reference/arch ... sartre.htm


ויש להאריך בזה ואכ"מ
זונטאג מערץ 15, 2015 10:19 pm#258791
לעיקוואד, דו נעמסט צו ערענסט די אוממענטשליכקייט.

איך מיין עס גאנץ ערענסט אז יעדנ'ס עולם הדמיון איז אין א געוויסע בחינה מער אמת, דאס איז ווער ער וויל זיין, ושאור שבעיסה כו'.

און א פירכא אויף די גאנצע מעשה: קוק ווי אזוי מען שמועסט אין מקוה.
מאנטאג מערץ 16, 2015 12:19 am#258882
הוגה קענסטיך פארשטעלן וואסערע מהפיכה סקען אויסברעכן אינעם פאקטישן וועלט ווען דער עולם וועט זיך אנהייבן דא מגלה זיין ?
מאנטאג מערץ 16, 2015 12:55 pm#258960
ארבע מידות בכותבי השטיבל:

1. אזעלעכע וואס שטופען צייט אדער האבן נישט קיין אויסגעארבעטע ארבעטס-עטיק, יהיה מה שיהיה ובאיזה ענין שיהיה. א הערה'לע, א מעשה'לע, א טשעפעלע, א געלעכטעלע, א קיצל'ע.

2. אזעלכע וואס זוכען צו פאראורזאכן א מהפיכה אין די חרדי'שע מהלך החיים.

3. אזעלכע וואס זוכען צו פובליצירן געניאלע ווערק וואס איז אומפובליצירבאר ערגעץ אנדערש, למשל ראובן'ס "דער איד" סעריע, און מאראנצענזאפט'ס "אנשי שם" סעריא.

4. אזעלכע וואס זוכן א דיאלאג מיט אנדערע בעלי שיעור קומה, מיט די בלויזע מטרה צו אויסקלארען און מפתח זיין די מחשבה, כעין הרב יצחק אור מופלא רום המעלה.

וועלכע פון די האבן א תועלת פוןזיך מגלה זיין?

כת א' זיכער נישט.

כת ב' ווענדט זיך אויב ער וויל אז בלויז "יענער" זאל מאכן א מהפיכה און ער וועט נהנה זיין דערפון, מסתמא כעין קאווע טרינקער, וואס דעמאלטס לוינט איהם נישט קיין גילוי, אדער אויב ער אליינס וויל זיין דער מהפיכה, מסתמא כעין הוגה, וואס ער קען אפשר יא פארנעמען גילוי און אנטאהן די זאטעל פון לידערשיפ פון דער נייע באוועגונג.

כת ג' זענען מן הסתם שרייבער אין מעינסטרים מאגאזינען אדער צייטונגען וועלכע מוזן גיין מיט די פארטי ליין און קענען נישט אויפגעבן זייער פרנסה על מזבח האמת.

כת ד' - אויב האלטען זיי זיך צו זייער מבוקש און ווערן כמעט נישט אריינגעשלעפט אין כת א' אדער כת ב' קענען נהנה זיין שארט טורם פון זיך מגלה זיין, אבער נאכדעם ווען זיי וועלן געוואהר ווערן אז דער יעניגער וואס שטייט מאחורי ניק כך וכך און שיינט צו זיין אזוי א חכם איז באמת דער און דער, דער שטאטישע נער וועלכער קען ניטאמאהל צומאכן זיינע שיכבענדלעך, און ער וועט שוין מער נישט וועלן קומען אין אויסטויש מיט יענעם, און אויב איז יענער יא עפעס א גברא וועלן די אויפגעדעקטע ניקס זיך אנהייבן רופען אויפן טעלעפאן און זיך טרעפן פנים אל פנים און אנקניפען אן אמת'ע פריינטשאפט, און קאווע שטיבל וועט ווערן א איבעריגע ראד פאר זיי, א שדכן וואס פעלט שוין מער נישט אויס.

אין הצר שוה בנזק.
מאנטאג מערץ 16, 2015 1:23 pm#258961
ביזט טאקע אזוי נאאיוו, פישלע? איך קען מיך פערזענליך מיט העכער דרייסיג ניקס, רוב זענען פון די סטעדי שרייבער. מען טרעפט זיך, מען שמועסט, מען אימעילט זיך, מען פעיסבוקט זיך, מ'איז אויף וואטסעפפ גרופעס, מען טוט ביזנעס איינער מיט דעם אנדערע, מען פארברענגט שבת און יו"ט צוזאמען. אפשר זאגסטו מיר אויב אזוי, ביסט דאך א גרויסע מבין אויף מענטשן, פארוואס זיי שרייבן אויף קאווע שטיבל, וואס טרייבט זיי. פארוואס זענען מיר אלע נאך דא? לפי דיין סייענטיפישע אנאליז וואלטן מיר שוין לאנג נישט געדארפט דא זיין. פארוואס זענען מיר נאך דא? איך מיין אז עס וועט דיר בעסער suit'ן צו טיילן אנאליזן אויף דיר אליין, הער אויף צו שפעקולירן אויף אנדערע, עס איז נישט שיין און עס איז נישט נוגע. כלל זה נקוט בידך, זיי מגיב אויף די טאפיק און נישט אויף דער שרייבער.


.
מאנטאג מערץ 16, 2015 1:27 pm#258963
ואענה גם את חלקי,פון די מעלות און חסרונות פון אנונימי.

די ערשטע גרויסע מעלה פון אנונימי איז פאר מענטשען מיט low self esteem,אדער און די מאדערענע שפראך מענטשען וואס האבען א distortion of self image,
ד.ה. זיי קוקען אהן זייער אייגענקייט שוואכער ווי זיי זענען באמת,און ווען זיי שרייבען מיט זייער אייגענע נאמען זענען זיי self concious און זיי געבען זיי זיך נישט גוט ארויס,משא״כ שרייבענדיג מיט א ניק זענען זיי נישט self concious און זיי געבן ארויס זייער עכטע כוחות.
בא דיע סארט מענטשען איז זייער ניק לעבן די real life און זייער אייגענע נאמען איז fantasy ווייל זיי קוקען זיך אליינס נישט אהן לויט זייער עכטע כוחות,מכח זייער distortion of self image.

נאך א שטארקע מעלה פון אנונימי,אזוי ווי ATUB @ביבער ATUB האט ארויסגעברענגט איז דא אסאך מענטשען וואס טוישען זייער מהלך המחשבה מקצה לקצה במשך די יארען.
איבערהויפט זעעט מען עס ביי מענטשען וואס גייען דורך נפשיות׳דיגע און געזעלשאפטליכע קאנפליקטען,וואס זייער עסק אין השכלה איז פשוט א היכי תמצא וויאזוי צו אנטלויפען פון זייערע אינערליכע קאנפליקטען,און ממילא אסאך פון די הנחות וואס זיי קומען צו,איז נישט זייערע ריכטיגע אינערליכע הרגשה,סאיז נאר א געוויסע נפשיות׳דיגע cycle וואס האט זיך מתלבש געווען און א שיטה.
ביי די סארט עלמענטען קען מען אסאך זעען,אז ווען זיי ווערען עלטער און זיי הערען אויף צו אנטלויפען פון זייער מציאות און זיי הייבען אהן צו דילען מיט זיך,קענען זיי נאכלאזען פון זייערע שטארקע ארגומענטאן און אנאליזען.
און זיי קענען צוריקקוקען און שמייכלען פון פארשידענע שארפע שיטות וואס זיי האבען אמאל געהאט.
מזעיט דיע מציאות פאסירען אין פארשידענע קולטורען,אבער ביי אונז זעעט מען עס גאר אסאך.
יעצט פאר א מענטש וואס קען טיף איניווייניג ביי זיך מודה זיין אז זיינע שיטות זענען לאו דווקא וואס זיין inner self זאגט,סקען גאר זיין אז ווען זיין לעבן וועט זיין און אנדערע אומשטענדען (אדער זיין באנק אקאנטע וועט זיין און אנדערע אומשטענדען),וועט ער זעען זאכען אנדערש,פאר אזא מענטש לוינט זיך ענדערש צו בלייבען אנונומי,און לופטערען זיינע ארגומאנטען מיט א ניק,ווייל איינמאל ער קומט ארויס בגילוי,ווערט ער שוין משועבד צו פארטיידיגען זיינע שיטות אפילו ווען ער וויל שוין טוישען ליניע.ווייל ער שאפט זיך שוין א נייע אדיינטעטי לויט זיין צייטווייליגע cycle .
מאנטאג מערץ 16, 2015 1:39 pm#258965
איך וויל קלאר שטעלן דא אויף וויפיהל אופנים איך קען נאר, אז נייע ניקס זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן די באמבאסטישע דערקלערונגען פון גליק ווען מען איז זיך מגלה און די שיינע שבתות וואס מען וועט פראווענען 30 אירע אינאיינעם (איך ווייס נישט אז 30 ניקס וועלכע באלאנגען צו 30 באזונדערע מענטשען זענען בכלל אקטיוו דא, און דו קענסט דיך מיט גאנצע 30 חברה און פארברענגסט מיט זיי שבת... מאכט נישט קיין סענס.), נאר סייג לחכמה שתיקה און אין הצר שוה.

דעטטס אלל.
מאנטאג מערץ 16, 2015 1:41 pm#258966
ווידער, אנשטאט ענטפערן צום זאך רעדסטו צו מיך.
מאנטאג מערץ 16, 2015 2:09 pm#258971
איך האלט אז גילו וואלט נאר ג'ארבייט ווען א יעדער איינער קומט ארויס מיט זיין/איר ;) נאמען.
איך זעה נישט ווי אזוי א חלק וועלן שרייבן דא מיט די נעמען און רעדן צו אנאמינעס ניקס. ווי אפן
אדער אויפריכדיג וואלסטו געשריבן ווען דו ווייסט נישט ווער יענע איז אבער ער קען דיך?
מאנטאג מערץ 16, 2015 2:27 pm#258975
במוח בין איך מסכים מיט די כת המגלים את שמם. אבער עמאציאנאל בין איך נאך נישט גרייט אויף דעם.

שכוח פאר ATUB @הוגה ATUB מיט ATUB @לעקוואד ATUB , פאר אזעלעכע לאגישע אויפקלערינגען אין דעם ענין.
מאנטאג מערץ 16, 2015 2:40 pm#258976
לעיקוואד טייל פון דיינע רייד האבן א מקור אין אור החיים הקדוש וואס זאגט די באקאנטע בחינה אויף ונתן לך רחמים ורחמת, אז אפילו א איד טוט די גרעסטע מצוה פון עוקר זיין אן עיר הנדחת האט די תורה געדארפט געבן א באזונדערע הבטחה אויף רחמנות ווייל למעשה באפאסט זיך דער מענטש מיט אכזריות.
אויך טרעפט מען אין חז"ל אז דער תליין פון דער מלכות האט נישט אויס געהאלטן צום ערשט זיין פאסטן און שפעטער האט ער אנגעהויבן שעפן א געשמאק פון זען א מענטש זיך ראנגלען אויף דער תלי'.
וכדבריך ווייל וואס א מענטש טוט איז א חלק פון זיין עצם אפגעזען די אומשטענדן.
מאנטאג מערץ 16, 2015 2:48 pm#258980
דער מעשה מיטן תליין ברענגט דער אור החיים אליין דארט אויפן פלאץ פונם תליין המלכות בימיו.עס איז נישט קיין חז"ל.

ווי אויך האט עס נישט קיין שייכות אהער, דארט איז די מעשה גורם די מחשבה, לעיקוואד טענה'ט אז נאר זיך מאכן ווי א אכזר אפילו אויב מען הרג'ט נישט ווערט מען שוין אויך א אכזר.
מאנטאג מערץ 16, 2015 2:50 pm#258981
פישלע העררינג האט געשריבן:איך וויל קלאר שטעלן דא אויף וויפיהל אופנים איך קען נאר, אז נייע ניקס זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן די באמבאסטישע דערקלערונגען פון גליק ווען מען איז זיך מגלה און די שיינע שבתות וואס מען וועט פראווענען 30 אירע אינאיינעם (איך ווייס נישט אז 30 ניקס וועלכע באלאנגען צו 30 באזונדערע מענטשען זענען בכלל אקטיוו דא, און דו קענסט דיך מיט גאנצע 30 חברה און פארברענגסט מיט זיי שבת... מאכט נישט קיין סענס.), נאר סייג לחכמה שתיקה און אין הצר שוה.

דעטטס אלל.

בנוגע די שבתים פישלע . איך פארברענג אויך מיט מיינע אנדערע 7 ניקים און סאיז זייער געשמאק . ;) . אבער אין א סיריעס נאוט דו און איך זענען דאך זיכער 2 מענטשען . הוגה מיט דיר איז אבוויעסלי נישט דער זעלבע {אפשר נישט}. האלט מען שוין ביי 4 . און סאו גאוס די ליסט אן ענד אן .
מאנטאג מערץ 16, 2015 3:09 pm#258982
Wow
איך האב פארשטאנען אז סאיז דא דאפעלטע ניקים,אבער זיבען ניקים איז שוין א גרויסע נאמבער צו דזשאגלען.
מאנטאג מערץ 16, 2015 3:17 pm#258984
מיין שאלה פאר דיך, הוגה, איז זייער פשוט. די אמת, אויב דיין נאמען וואלט געווען כתוב וחתום אויף יעדע פון דיינע ארטיקלן און תגובות וואלסטו זיי געשריבן און פובליצירט?
אודה על האמת, איך האב נאר שנעל דוריכגעקיקט אלע ארגומענטן לכאן ולכאן אבער נישט מיט גענוג ישוב הדעת, ס'קען זיין אז מיין שאלה איז שוין פארענטפערט געווארן אויב דאס איז די קעיס בעט איך דיך איבער למפרע.