מאנטאג מערץ 23, 2020 6:12 pm#444179
10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע
ס׳איז ל״ד אז די ענטיטי איז ״חשוב׳ער״ פונ׳ם מענטש אונטער דעם און וועגן דעם איז בעסער צו האלטן די אידענטיטעט פונ׳ם מענטש דערונטער אין געהיים. נאר אפילו אין א פאל וואס די אמת׳ע אידענטיטעט איז יא באמת חשוב׳ער פונ׳ם געשאפענעם ענטיטי (אשר בא לכלל ענטיטי וכנ״ל), קען מען נאך אלס זאגן אז דאס דארף ווערן געהאלטן עקסטער און אפגעזונדערט פונ׳ם אידענטיטעט, ווייל עס איז באמת א דבר נפרד פונ׳ם אידענטיטעט (הגם מ׳קען טאקע נישט זאגן אז עס איז לגמרי לגמרי אפגעטיילט, אבער עס איז דאך גענוג נפרד פונ׳ם אידענטיטעט פונ׳ם מענטש, וויבאלד עס איז אן ענטיטי בפני עצמו וכנ״ל).
ואגב, אין אזא פאל קען עס אויך פארענטפערן ATUB @הוגה ATUB ’ס טענה קעגן אזעלכע מענטשן וואס האבן מער ווי איין ניק. דהיינו, אויב זענען זיי צוויי אנדערע דיסטינקט תוכנ׳דיגע ענטיטיס (אשר באו לכלל זה וככל הנ״ל), איז דאך נישט שייך צו טענה׳ן אז ״זיי זענען דאך איין מענטש״, ווייל די ניקס זענען דאך נפרד פונ׳ם מענטש אונטער זיי.