Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 186 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13716
פרייטאג אפריל 24, 2020 2:19 pm#446666
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
איך גיי מיר באציען צו ספרי פילאזאפיע בתוך יהדות, ווייל איך פארשטיי אז דאס איז די עיקר כוונה פון די שאלה [״מעשה מרכבה״. איך ווייס אז לפי הרמב״ם מיינט דאס בעצם מעטאפיזיקס בכלל, אבער...]. עכ״פ אויף אנצוהויבן וכדלהלן.

איך פארשטיי אויך אז מ׳האט שוין געלערענט די ערשטע 4 פרקים אין משנה תורה, ווי אויך די שמונה פרקים להרמב״ם (פאר מס׳ אבות).

במושכל ראשון וואלט איך מייעץ געווען דער מו״נ אין ענגליש (איך האב געליינט פריעדלענדער׳ס תרגום און איך האב הנאה געהאט). דאס זעלבע האב איך הנאה געהאט פון פעלדמאן׳ס תרגום און פירוש אויפ׳ן מלחמות ה׳, און ווייס׳נס תרגום ופירוש אויפ׳ן אור ה׳. איך פערזענליך וואלט געראטן אז מ׳זאל אבער כסדר קוקן אין די לשה״ק פון די ספרים אויך.

איך דערמאן דאס ווייל אין מיין עקספיריענס גיבט דאס א התחלה פאר׳ן חרדי׳שן אינגערמאן צו מיטל-אלטער פילאזאפיע פון א (ווי נישט דאך) תורה׳דיגן/רעליגיעזן פערספעקטיוו, מיט וואס ער איז שוין ווי נישט עטוואס היימיש מכח זיין אויפהאדעווינג, ישיבה יארן אא״וו. פון דארט (בפרט דורך די notes און די citations אא״וו) גיבט דאס שוין ווייטערדיגע רעפערענצן וכו׳ פון וואו צו פארשן און לערנען ווייטער אינדרויסן פון די דוקא רעליגיעזן מבט, און צו שפעטערע מער מאדערנע פילאזאפיע. למשל, אז מ׳זעהט א סארט מושג טוהט מען דאס ווייטער נאכשטודירן און פארשן קלאר צו ווערן וואס דאס מיינט וכו׳ וכו׳.

דאס זאג איך לפום ריהטא. אז איך וועל מיר דערמאנען פון פשוט׳ערע בוכער וכו׳ אין דעם, וועל איך אי״ה לאזן וויסן.

די צוויי אשכולות קענען סתם אזוי אויך בייהילפיג זיין צו די סארט בקשות/פראגעס.
פרייטאג אפריל 24, 2020 4:39 pm#446670
א גוטן ערב שבת

איינער קען מיר נאך דא?

פון צייט צו צייט באקום איך אזא נאטעפעקאציע פון דזשימעיל אז ATUB @מי אני ATUB האט מיר געלייקט. ווי עס קוקט אויס לערענט ער דורך בעיון גאנץ קאווע שטיבל. אזוי ווי ATUB @שש משזר ATUB האט געטוהן בשעתו (אגב שש, איך האב דיר געשיקט עפעס מעגסט ענטפערן)

די אינטערוויו האב איך נאכנישט געליינט אבער ס'איז ארויסגעפרינט און מ'וועט מעיין זיין דערין איבערן שבת

ATUB @כוכב ATUB איך שטעל דיר אויפן חזקה אז איך וועל הנאה דערפון


לאוו יו אלל
הק' שלום
פרייטאג אפריל 24, 2020 4:48 pm#446671
יא. איינער דא קען אייך נאך.
פרייטאג אפריל 24, 2020 6:19 pm#446680
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
‏ ATUB @כוכב ATUB זאגט ״וועלטבארימט״, איז אז גברא רבה אמר למילתיה האב איך געטראכט אז די פסוק זאגט (אסתר ט ד) ושמעו הולך בכל המדינות. ״הולך בכל״ איז גימטריא ״מי אני״ עם התיבות...
‏טאקע א פורים תורה...
‏
ביבער האט געשריבן:געוויסע מאוויס זענען אנגעפילט מיט מער חכמה ווי צען ביכלעך.

ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דאס וואס ארעלע ווישוואנאט האט דערמאנט אין זיין אינטערוויו אין וועקער 17 בנוגע די לערע וואס ליגט אפילו אין די דזשאנרע פון הויך פאנטאזיע בוכער. דאס זעלבע קען מען לכאורה צושטעלן צו (פארשטייט זיך, תוכנ׳דיגע) פילמס.
מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:11 pm#446700
אינטערוויוס אויף קאווע שטיבל
איך וויל צוצייכענען אז דאס איז נישט דער ערשטער אינטערוויו אויף קאווע שטיבל, דער ערשטער אינטערוויו וואס איך האב געטראפען איז טאקע פון אונזער באליבטע @כוכב ווי ער אינטערוויוט די קינדליין אויסגאבע.
די צווייטע אינטערוויו איז פון @אינטערוויוט @אינטערוויוט א שרייבער פון די תהילים כולל
די פערדע איז פון @אינטערוויוט יואל צימערמאן
די פיפטע איז פון אינטערוויוט @שמעקעדיג
די זעקסטע איז פון @אינטערוויוט @שש משזר איבערן אינטערוויו מיט שמעקעדיג
די זיבעטע איז פון @אינטערוויוט @שטילע אינגערמאן איבערן אינטערוויו מיט @שש משזר
און צום לעצט איז דאס נישט אויף קאווע שטיבל אבער דאך ווערד צו צוצייכענען דאס איז די אינטערוויו פון @אלע הודעות פון חוקר ודורש
מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:56 pm#446710
קורקלענד האט געשריבן:יא. איינער דא קען אייך נאך.

ווען גייט צושטאנד קומען דער שלום פלאן?...
זונטאג אפריל 26, 2020 12:43 am#446715
ATUB @חוקר ודורש ATUB אייזן!

כ'האב געטראפן נאך איין אינטערוויו:

אן אינטערוויו מיט קופערניקעס ז"ל
זונטאג אפריל 26, 2020 12:52 am#446717
אייזן אינדיד!
איך קוק אזוי איבער די אלטע אינטערוויוס, עס איז דאך מלא חן, די ידיעות, די הומאר, די זיסקייט און געשמאק, די ליבליכקייט און שטעכערייען, איי עס בענקט זיך...
זונטאג אפריל 26, 2020 12:55 am#446718
חוקר, אז דו ווילסט וויסן אלטע פאליטיק...
דער אינטערוויו מיט קינדליין האט מיך א מנהל אריינגעשיקט פיקס פערטיג און געוואלט ס'זאל גיין אויף מיין נאמען.
דער אינטערוויו מיט ראשעקאל האב איך געשריבן און פאר א סיבה וואס איך געדענק נישט האט עס שמעקעדיג געפאוסט אונטער זיין נאמען.
ס'איז דא נאך סקעלעטנס אין קלאזעט, אבער נישט אלעס קען מען שרייבן...
זונטאג אפריל 26, 2020 9:23 pm#446777
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
חתן בחור האט געשריבן:געוואלדיג! אלץ אן אינטראווערט וואס האט אויך די Affliction פון פארפאסן סאשיעל קלוס, וויל איך דיר דאנקן פאר'ן קוראזש עס ארויסצוברענגען און פובליק. איך בין אנציקט ווייל וויאזוי ס'זעהט אויס קוקסטו עס בכלל נישט אן ווי א פעלער, נאר פארקערט די נוצט עס אויס זיך צו אנזאפען מיט חכמה. א געוואלדיגע אויפטו!
מ׳קען אויך נעמען חיזוק אין דעם וואס ארטור שׁאָפּענהאוער האט געזאגט:
A high degree of intellect tends to make a man unsocial.

אגב, ער האט אויך געהאט געזאגט:
Almost all of our sorrows spring out of our relations with other people.
זונטאג אפריל 26, 2020 10:02 pm#446781
שמעקעדיג האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:יא. איינער דא קען אייך נאך.

ווען גייט צושטאנד קומען דער שלום פלאן?...

יעך בין שוין גרייט אויף 'שלום'.
זונטאג אפריל 26, 2020 10:29 pm#446786
חול המועד איז מער געאייגענט דערצו, איך האב געהערט לעצטנס א מעשה רב דערוועגן.. העמיר בעטן "שלום" זאל דיר געבן א רוף אויף 2 מינוט.
מאנטאג אפריל 27, 2020 6:40 pm#446847
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
דאס איז בפרט בחוה״מ פסח וואו עס איז נישט ״חלוקין״ בקרבנותיהן (ערכין י:)...

און נאכמער ווייל די ב״י (או״ח סימן תצ) לייגט צו דערצו [בנוגע למה אין גומרין בכל הפסח את ההלל] מהשבלי הלקט (סימן קעד) ווייל (משלי כד יז) בנפול אויבך [המצריים] אל תשמח ע״ש. אויך אן ענין פון שלום.

ווי אויך טרעפט מען כידוע אז ווען חוה״מ פסח דארף זיך אנצופאנגען ווערט עס אנגערופן ״ממחרת השבת״ (ביי ספירת העומר). און ביי מוצ״ש טרעפט מען דאך (רמ״א באו״ח סימן רצה סעיף א) דעם ענין צו דערמאנען ביאת אליהו לע״ל. ואליהו בא (לעתיד) לעשות שלום בעולם (עדיות ח ז).
‏
מאך זיכער האט געשריבן:אזויווי איר זאגט אז איר זענט נישט סאצעאל קענען מיר נישט בעטן אז איר זאלט יא עפענען אשכולות און צייגן אייערע קענטעניסן, אבער פונעם אינטערוויו זעט אויס אז שריפטליך קענט איר זיך יא ארויסברענגען און דייקא גאר קלאר, דעריבער אויב קענט איר פרובירן אז מיר פשוט'ע מענטשן זאלן מער פארשטיין די קאנסעפטס וואס איר זענט מסביר מיטן שרייבן א טראפ קלארערע שפראך אז מיר זאלן אויך קענען טרונקען פון אייער מעיין החכמה.

א ריזיגן יישר כח.

IMG_6833.jpg


דאס איז נישט מיין כוונה מכל וכל בכלל (פשוט מער אלס אי-יכולת און שלאבערישע שרייבן...). איך צייכען דאס נאר צו אלס אינטרעסאנטקייט.
מיטוואך אפריל 29, 2020 5:48 pm#447149
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
מי אני האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:געוואלדיג! אלץ אן אינטראווערט וואס האט אויך די Affliction פון פארפאסן סאשיעל קלוס, וויל איך דיר דאנקן פאר'ן קוראזש עס ארויסצוברענגען און פובליק. איך בין אנציקט ווייל וויאזוי ס'זעהט אויס קוקסטו עס בכלל נישט אן ווי א פעלער, נאר פארקערט די נוצט עס אויס זיך צו אנזאפען מיט חכמה. א געוואלדיגע אויפטו!
מ׳קען אויך נעמען חיזוק אין דעם וואס ארטור שׁאָפּענהאוער האט געזאגט:
A high degree of intellect tends to make a man unsocial.

אגב, ער האט אויך געהאט געזאגט:
Almost all of our sorrows spring out of our relations with other people.
IMG_6864.jpg


ובנוגע דאס מער סאציאלע איינזאמקייט, איז לפי וואס איך האב געזאגט דא איבער פשט אין מיין ניק ובנוגע דאס פארמירונג פונ׳ם אידענטיטעט [דעם ״אני״] איז קען מען אין דעם זאגן נאך טיפער עפ״י די מהלך פונ׳ם סימבּאליק אינטערעקשאן טעאריע אין סאציאלאגיע. אין (גאר אין) קורצן לויטעט די מהלך אז די מעשים פון מענטשן (וואס אלע מעשים אין בּיהעיוויארס פון מענטשן פאסירן אין א סאציאלן קאנטעקסט) זענען באזירט אויף ״מיִניִנגס״/באדייטן וואס מענטשן גיבן דערצו אין די סאציאלע סעטינג/מצב. ולאור זה זאגט דער סאציאלאג דר. פּיטער בערגער איז דאס ״אידענטיטעט״ פונ׳ם מענטש נישט עפעס ״באהאלטן״ און (אזוי ווייט) אָנקאַנשׁעס, נאר עס ווערט ״געגעבן״ און ״ערהאלטן״ געזעלשאפטליך.

ואולי אפשר לומר לפי״ז אז פאר איינער וואס איז (אסאך) מער צוריקגעצויגן אין דעם פון געזעלשאפטליכע פארברענגונגען וכו׳, איז טאקע זיין אידענטיטעט טאקע מער ״פלוּאיד״.
מוצ"ש מאי 09, 2020 10:44 pm#448188
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
‏
מי אני האט געשריבן:לגבי דער חרדי׳שער געזעלשאפט באופן כללי איז פון מיין פערספעקטיוו זע איך אן אינטערעסאנטע פאראדאקס. פון איין זייט, פון א מעקרא לעוועל פערספעקטיוו, ציהט עס מער רעכטס, וכמבואר באריכות בספרי שמואל היילמאן ועוד, והחוש מוכיחו והמפורסם אינו צריך ראיה, אבער פון די אנדערע זייט, פון א מייקרא פערספעקטיוו ציהט עס מער לינקס. (איך וואלט געפרעגט א לעגיטימע פראגע צי, צי די אלטע טעמעס פון קאווע שטיבל זענען נאך היינט אזוי קאנטראווערסיאל?)
א דוגמא פון די פראצענט ״אויפגעקלערטע״, דאס הייסט לאו דוקא עכטע אינטעלעקטואלס; ווי אזוי דער טערמין ווערט גענוצט בסתם, אדער ״קילע״ וואס מ'זעט היינט אין דער היימישער געזעלשאפט וואס איך גלייב האט זיך געהעכערט.
דאס האט אויך א פרעצעדענט אין סאציאלאגיע, אז ווען א גרופע וואקסט פאלט די קאנפארמיטעט. למעשה ווייס איך נישט וויאזוי צו פאראייניגן די אינטערעסאנטע טענשאן.

l viewtopic.php?p=448187#p448187 l
דינסטאג מאי 12, 2020 4:06 pm#448470
כוכב האט געשריבן:חברה, כ'האב עס געמאכט אויף די לייקס ראנגען ליסטע.

יאפ יאפ, די אשכול שטייט שוין אויפן אויבערשטען העלפט פונעם לייקס ראנגען ליסטע, עוד יזכור לנו אהבת איתן ווען ATUB @שש משזר ATUB הארץ (הגם היפש אונטערדריקט פונעם גיגאנטישען מח זיינער וואס איז שליט על הלב) איז געווארן אנגעפילט מיט פרייד אז ער האט עס געמאכט צום ערשטען מאל צום עמוד ראשי און הגם ATUB @כוכב ATUB איז רגיל בכגון דא זייענדיג זיין פיפטן אשכול אויפן לייקס ראנגען ליסטע ברענג איך ארויס די נקודה בשבחו פונעם חכם הרזים ATUB @מי אני ATUB , לשיטתי לעיל.

וויאזוי אויך איז ווערט אנצומערקן אז ס'איז די איינציגסטער אשכול געשריבען נאך יארע 2016 (מיטן אויסנאם פון איינס אין 2017) וואס איז אנגעקומען אויפן ליסטע. אפשר האט דער גאון הגאונים מי אני באוויזן דאס אומגלויבליכע צוריקברענגען די גאלדענע עפאכע פונעם שטיבל? אדער גאר קאראנע?

מי אני חזק ואמץ, תורתך וחכמתך מגן לנו, הוא מאירת עינינו!
דינסטאג מאי 12, 2020 4:31 pm#448472
כ'האב הנאה צו זען ווי א אינגערמאנטשיקל וואס איז קוים אנגעקומען דא אין שטיבל מיט אפאר וואכן צוריק איז שוין בקי בקביעותא דירחא אויף אזא הפלא'דיגן פארנעם ומכאן רמז וסתירה קצת לדברי הרש"ש הידועים במסכת בבא מציעא דף ק"ז עמוד א' אגמרא דברוך אתה בבואך ברוך אתה בצאתך.
דינסטאג מאי 12, 2020 4:34 pm#448473
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: אפשר האט דער גאון הגאונים מי אני באוויזן דאס אומגלויבליכע צוריקברענגען די גאלדענע עפאכע פונעם שטיבל? אדער גאר קאראנע?

מי אני חזק ואמץ, תורתך וחכמתך מגן לנו, הוא מאירת עינינו!

א גרויסן ייש״כ פאר די שבחים!

״קַוֶה״ איז בגימטריא ״קאָוִד״ און איז אויך בגימטריא ״מי אני״. און דאס זאגסטו האט צוריקגעברענגט די ״כבוד״ פון שטיבל...
מיטוואך יוני 03, 2020 8:01 pm#450467
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
הוגה האט געשריבן:

וועסטווארלד איז א טיפע פילעזאפישע סייענס פיקשען שאו וואס איז מייסטערפול אראפ געלייגט מיט א ציענדע מעשה וואס גרייכט די גרעניצן פון בלי הגבלה, אין סוף, שכר ועונש, ריאליטי, אלוהות ועוד. שטארק רעקאמענדירט. (דיסקלעימער, כ'האב נאך נישט געזען די יעצטיגע דריטע סעזאן.)
א גאר אינטרעסאנטע (ווייכע) סייענס-פיקשין מיניסיריס וואס גייט (אויך) אריין אין די געדאנק פון דעטערמעניזם/בחירה חופשית (ווי אויך די מאלטי-ווערס המסתעף ממנה) איז דעווס אויף הוּלוּ פון אלעקס גארלאנד (וועלכער איז, אזוי ווי איך האב פריער געזאגט, גאר א גוטע און טיפע שרייבער).
מאנטאג יוני 08, 2020 2:45 pm#450873
שיר בשבח 'מי אני'!
מי זה ואיזה, כמעיין המתגבר,
בכוכבים חוזה, חכמה ובינה מצטבר,
על אף ברמיזה, דברו מסתבר,
פעם אנליזה, או מונח ומושג לחבר.

ב'כרם' מסתובב, מבין ה'אשכולות' מערה,
מאיר ומגיב, קולע אל השערה,
ידע מגבב, ממלא כל פערה,
גם בשפע מחבב (לייק), להחיות רוח נשברה!,

כן! זה "מי אני!", לא ככינויו - תיאורו,
''מי כמכה גאוני'', אשיר שירו,
לאריסטו רוגצ'ובי, ואיינשטיין אחברו,
יחי 'מי אני' יחי!, חכמתו ותפארתו.




נישט אז איך פארשטיי א ווארט פון זיינע תגובות, נאר דוגמת די נידריג-ראנקיגע קנעכט וואס ליבט דעם קעניג, ודו"ק.
מאנטאג יוני 08, 2020 3:05 pm#450877
WOW!

איך בין שפראכלאז! ייש״כ. זאלסט זיין געבענטשט.

ענליך צו ווי אזוי כ׳האב געהאט געשריבן אויבן, האף איך עכ״פ אמאל ווערט צו זיין אזא ווערק פון אַרט.

ס׳איז גראדע גאר גאר גוט און קונצלעריש. אבער איך בין דאך בּייעסד אין דעם...
מאנטאג יוני 08, 2020 3:08 pm#450878
מי אני: איך קען דיך נישט אבער כ'פגר פאר דיין חכמה, כ'האב זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן פון ארויסברענגען מיינע רוישיגע געפיהלן אויף פאפיר.
אמור לחכמה אחותי את.
מאנטאג יוני 08, 2020 3:17 pm#450879
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
וויי איז מיר, מי אני איז מקנה פראפעסארן, לייבל איז מקנה מי אני, און איך בין מקנה לייבל!

אזויפיל טאלאנט און חכמה דא, אז איך פיל ווי א גארנישט.

אזויפיל יא איך פרוביר נאכמאכן מי אני מיט'ן כאטש טיילן לייקס לרחצה...... ווייזט אויס אז עס איז א חלק פון חכמה נישט צו האלטן קיין לייק חשבונות.
מאנטאג יוני 08, 2020 4:36 pm#450893
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
אויב נעמט מען אן אז ס׳איז אזוי, דעמאלטס איז עפ״י טרענסיטיוויטי (כעין שיעבודא דר׳ נתן) ביסטו שוין אויך אטאמאטיש מקנא פראפעסארן.

פאליטיקאנט←לייבל←מי אני←פראפעסארן
∵
פאליטיקאנט←פראפעסארן

אין לאגיק רופט זיך דאס א היפאטעטישע סילאגיזם (דא גענוצט צוויי מאל).

[דא וועט די ״←״ באדייטן די קנאה.]

שוין גארנישט קיין ״גארנישט״... (און אז מ'דערמאנט לאגיק איז דאס וואס מ'רופט א דאבל-נעגאטיוו וואס ווערט פארוואנדלט אין א פאזיטיוו.) ובפרט טאמער נעמט מען אין אכט און אריין אין חשבון דיינע תגובות און קענטעניסן דא אין שטיבל (בפרט בעניני טעכנאלאגיע).
מאנטאג יולי 13, 2020 8:58 pm#454490
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
IMG_7188.jpg

דאס קען אויך מחזק זיין ATUB @ביבער ATUB ’ס פאזיציע פארוואס (אפילו ווען עס איז) פיקציע קען (עס) זיין שטערקער אין א וועג ווי נאן-פיקציע. דאס איז די געדאנק און שטארקייט פון ליטעראטור און די הומאניטיס.

און אין אן אינטערוויו מיט'ן פילאזאף דר. עריק שוויצגעבעל, פון דא:
Fiction Philosophy.png

(ער דערמאנט טאקע די סעריע בלעק מיראר וואס ATUB @הוגה ATUB האט דערמאנט.)
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 12:57 pm#459162
‏
כוכב האט געשריבן:וואס איז די אינטערעסאנטסטע אשכול וואס האסט שוין געטראפן אין קאווע שטיבל?

דערמאנענדיג זיך דעם שאלה געדענק איך אז איך הא׳מיר געשפירט ווי בּורידען׳ס חמור וואס קען נישט באשלוסן צווישן צוויי (צו מער) ברירות וואס זענען אייניג אין חשיבות וכו׳.

‏און גייט דאס שוין צוזאמען מיט דאס וואס איך האב געהאט געזאגט אז איך האב נישט געטראפן אן אשכול אויף טערמאדיינעמיקס, ווייל (שבת נג.) חמרא״ אפילו בתקופת תמוז ״קרירא״ לה...
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 10:39 pm#459553
יראתי בפצותי שיח להתחיל. און אזוי ווי ווייס-איך-ווער (קליק נישט, ס'איז נאר פאר מראית עין) זאגט איז דער כסיל נישט ממין האנושי אין די אויגען פון חכם.
זייענדיג א גרויסער חכם און אינטראווירט האף איך וועסט נישט בייזערן אויף שאלות פון א פשוט'ן (מענטש) [בעסער נישט צו וויסן וואס].

צו וועם רעדסטו טאקע ווען דו שרייבסט דעי סארט זאצן וואס איך גלייב נישט אז איינער דא איז זוכה צו פארשטיין וואס דו זאגסט. נישט זיי האבן די בעקגראונד ידיעות נישט זיי זענען בכוח נאך קוקן א שטיקל מלחמות השם, למשל דא (דאס איז שוין יא א לינק), און אויך האבן זיי נישט אן אינטרעסע אין אריסטו סטייל געשפרעך. זיכער נישט ווען דו רעדסט אזוי אין קאודס.

די צווייטע קאשע איז. עס איז אוממעגליך צו פארפאסן אז דו האסט ברייטע ידיעות אין תורה ספרים. זיכער אן ערנסטער בן אדם מיט אן ערנסטקייט צו תורה סאבזשעקטס. וואס איז דיין מטרה מיט שרייבן גאג-על-גאג פילפולים וואס זעהט אויס געווארפן ווערטער, און כאטש אפשר האבן זיי א קאנעקשען איז עס נישט מער ווי עפעס א מין ליצנות געמאכט. ספעציעל ווען עס איז אפיציעל אזא מין "פורים תורה" אויף נישט חשובע זאכן.

ספאַסיבאַ.
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 7:00 am#459567
אויף די ערשטע פראגע איז אזוי. דא אויף קאווע שטיבל איז, לידיעתי, די איינציגסטע פלאץ וואס איז א האָבּ פאר אינטעלעקטואלע דיסקוסיעס וכו׳ פונעם חרדי׳שן אידענטום, עכ״פ אין אידיש זיכער (און זיכער אמאל). איז אויב וויל איינער שרייבן, ארויסברענגען וכו׳ עפעס אין די סארט נושאים איז לכאורה דא די איינציגסטע פלאץ וואו עס איז כאטש דא די מעגליכקייט אז איינער זאל זיין אינטרעסירט. יעצט, בנוגע מיין לשון מגומגם [״קאודס״, און די סיגנון בכלל פון וואס דו מאכסט טאקע חוזק פון אין דיין ערשטע פּאראגראף... ;) ] האב איך מיך טאקע דא אנטשולדיגט בריש האשכול. איך בעצם פרוביר מיין בעסטע מסביר צו זיין און איך גלייב אויב איינער איז אינטרעסירט און וויל נאך אינפארמאציע וכו׳ קען ער אדער דאס נאכקוקען געבויט אויף די טערמינען וואס איך צייכען צו וכו׳ אדער מגיב זיין וכדומה.

בנוגע די ״גאג על גאג פילפולים״ איז ביסטו טאקע גערעכט אז זיי זענען פורים תורות. אבער איין סיבה פארוואס איך טוה דאס איז אן המשכה פונעם פריערדיגן תירוץ. דהיינו, עס איז א מבוא מיטצוטיילן עפעס ידיעות, אינטרעסאנטקייטן וכדומה. ווי אויך גלייב איך אז עס קען מעלה זיין א חיוך על שפתי פון מענטשן, ובפרט פאר׳ן פותח האשכול וואס זעהט אז מ׳מאכט זיך צו טוהן פון זיינע ווערטער. ועוד, דאס איז פאר מיר אן ענדזשוימענט און עס העלפט מיר אליין אז איך זאל געדענקען די נושאים וואס איך נוץ אין די ״תורה״ דורך עלעבּארעטיוו פּראסעסינג (אוי! שוין ווייטער גענוצט א טערמין אין וואס מ׳איז נישט אינטרעסירט... :D ).

די מראה מקום וואס קען נוגע זיין פאר דיין ערשטע פּאראגראף איז לכאורה רש״י עה״פ (שמות לב יא) למה ה׳. רש״י איז מען דאך זיכער יא ביכולת נאכצוקוקען... ;)
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 7:43 am#459570
איך האב אויך בערך אזא סארט מנהג, ווען איך טרעף עפעס וואס איך וויל נישט פארגעסן (בעיקר יוטיובס...) פרוביר איך עס אריינצוקוועטשן ערגעץ אין קאוועשטיבל אזוי וועל איך עס קענען טרעפן אין צייט פון נויט, ס'איז פיל גרינגער צו טרעפן עפעס אין מיינע פאר טויזענט תגובות אויף קאוועשטיבל ווי זיך צו גיין דערמאנען וואו איך האב עס געזעהן דאס ערשטע מאל.
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 10:16 am#459575
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
וכאמור איז עס אן ענין פון זה נהנה וזה (עכ״פ) לא חסר (און האפענטליך אפילו נהנה אויך). אדער אפשר גייט ארויף דעם ״לא חסר״ אויפ׳ן מגיב, והיינו אז עס ווערט נישט ״נחסר״ און פארגעסן פון אים.

און עס קען זיין אז דאס איז די חילוקי דיעות אין דעם דא אין אונזער קאנטעקסט. דהיינו, ווייל אונז טרעפן מיר ביי דעם פון זה נהנה וזה לא חסר (ב״ק צז.) אז אויב ווערט דאס וואס מ׳נוצט (אויס...) אפגעשוואכט דערפון דעמאלטס גייט עס נישט אן. אונז אבער באטראכטן עס ווי כי היכי דלא לסתרי און ווי רש״י איז דארט מפרש שלא ילמד דרכי הבטלה וואו עס גייט יא אן. מיינענדיג ביי אונז אינעם קאנטעקסט אז מ׳זאל וויסן פון די דבר חכמה וכדומה.

אוי! שוין ווייטער א ״גאג על גאג״ פורים תורה... :D
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:11 pm#459580
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
איך פארשטיי אויך נישט רוב תגובות, אבער יעדע שטיק צייט לערן איך יא אפ אפאר תגובות אויף וויקיפעדיע - ולהגיד שבחו של מי אני אז ער עמבעד לינקס צו רוב טערמינען - שטייצעך שפעטער פרוביר איך עס שוין ערגעץ ווי אריינצוקוועטשן אין א שמועס אין בית המדרש, די עולם זאל שטוינען פון מיין ידיעות.....

מי אני האט געשריבן:ווי אויך גלייב איך אז עס קען מעלה זיין א חיוך על שפתי פון מענטשן, ובפרט פאר׳ן פותח האשכול וואס זעהט אז מ׳מאכט זיך צו טוהן פון זיינע ווערטער.


איך מיין יעדער גייט עגריען אז מיט דעם טוט ער א גאר גוטע ארבעט , אויך מיטן צוטיילן לייקס....
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:46 pm#459585
ייש״כ.

פאר עגרימענט האט מען טאקע געדארפט אריינלייגן א לינק ווייל ווי ערווענט דא אויב... אהעם... פארשטייט מען נישט יענעם לגמרי [די טענות וואס מ׳האט אויף מיר] נאר דעמאלטס איז שייך א דיסעגריִמענט... ;)

ווי אויך פעהלט סתם אזוי אויס פאר ארבעט א דעפיניציע. ווייל ווי ערווענט דא (וואס כאמור איז יענע אשכול טאקע צושטאנד געקומען דורך וואס אונז הא׳מיר דא געזאגט בריש האשכול) איז אין וויסענשאפט [פיזיקס] די משמעות פון ״ארבעט״ [Work] עפעס אנדערש...

בדרך כלל זענען מיינע לינקס צו תגובות דא אין שטיבל. אבער דאס איז טאקע איינע פון די סיבות איך פרוביר צו נוצן די טערמינאלאגיע (מיט נקודות אין אלגעמיין, כדי צו פארגרינגערן זייערע ענגלישע פּראנאָנסיעישאן), אזוי אז ווער ס׳איז פאראינטרעסירט אליין נאכצוקוקען קען נוצן די טערמינען אלס קיִ-ווערטער אין א סוּרטש.
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 8:57 pm#459600
עמינדב האט געשריבן:צו וועם רעדסטו טאקע ווען דו שרייבסט דעי סארט זאצן וואס איך גלייב נישט אז איינער דא איז זוכה צו פארשטיין וואס דו זאגסט. נישט זיי האבן די בעקגראונד ידיעות...

האבעך הנאה אז כ׳בין נישט דער איינציגער :)
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 1:48 pm#461671
מי אני האט געשריבן:אויב נעמט מען אן אז ס׳איז אזוי, דעמאלטס איז עפ״י טרענסיטיוויטי (כעין שיעבודא דר׳ נתן) ביסטו שוין אויך אטאמאטיש מקנא פראפעסארן.

פאליטיקאנט←לייבל←מי אני←פראפעסארן
∵
פאליטיקאנט←פראפעסארן

אין לאגיק רופט זיך דאס א היפאטעטישע סילאגיזם (דא גענוצט צוויי מאל).

[דא וועט די ״←״ באדייטן די קנאה.]

שוין גארנישט קיין ״גארנישט״... (און אז מ'דערמאנט לאגיק איז דאס וואס מ'רופט א דאבל-נעגאטיוו וואס ווערט פארוואנדלט אין א פאזיטיוו.) ובפרט טאמער נעמט מען אין אכט און אריין אין חשבון דיינע תגובות און קענטעניסן דא אין שטיבל (בפרט בעניני טעכנאלאגיע).

מענין לענין באותו ענין בנוגע טראנסיטיוויטי און רעדענדיג פון פילאזאפיע איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום חילוק וואס דאָנס סקאטוס מאכט צווישן אן עקסידענטעל סדר/אָרדער פון סיבות און אן עסענטשעל סדר/אָרדער פון סיבות. אן עקסידענטעל סדר/אָרדער פון סיבות איז דאס וואס מיר פשוט ווייסן: א׳ איז גורם ב׳ וואס ב׳ איז גורם ג׳. אבער חוץ מזה האט א׳ גארנישט מיט די גרמא פון ב׳ אויף ג׳, למשל עס פעהלט נישט אויס אז די גורם פון ב׳ [א׳] זאל נאך אלס זיין בעולם וכו׳ ווען ב׳ טוהט גורם זיין ג׳. אן עסענטשעל סדר/אָרדער פון סיבות איז ווען די א׳ וואס טוהט גורם זיין דעם ב׳ האט א דירעקטע השפעה אויף ב׳ וואס נאר דאדורך קען ער בו בעת גורם זיין ג׳. א משל פונעם עקסידענטעל סארט איז א זיידע וואס געבוירט א טאטע וואס געבוירט אן אייניקל. איינמאל די טאטע איז געבוירן ובעולם פעהלט שוין נישט אויס די זיידע׳ס גרמא. א משל פונעם עסענטשעל סארט איז אן אקסל וואס רוקט די האנט וואס רוקט א שטעקן; עס פעהלט אויס די ערשטע גרמא פון א׳ בשעת די גרמא פון ב׳ אויף ג׳.

דורך דעם בויט ער אויף א קאמליצירטע פילאזאפישע טענה אויף אויפצוווייזען מציאות הבורא. א חלק דערפון ארבעט ווייל ער וויל אויפווייזן אז עס איז נישט שייך אן אינפיניט ריגרעס ביי אן עסענטשעל סדר/אָרדער פון סיבות, און אן עקסידענטעל סדר/אָרדער פון סיבות ווענדט זיך און דארף אן עסענטשעל סדר/אָרדער פון סיבות פאר דעם אליין. והרבה קולמוסין וכו׳.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 3:14 pm#462647
בנוגע דאס וואס מ׳האט געשמועסט איבער פילמס, איז אין אינדיאנע אעסטעטיקס דא די געדאנק פון ״ראַסאַ״ [טעאריע], וואס באדייט דאס אינערליכע אונטערליגענדע ״טעם״ וואס קומט ארויס/דארף ארויסצוקומען פונעם ארטיסטישן ווערק. אין אנדערע ווערטער, די געדאנק פון אַרטס בכלליות איז אז עס דארף צו נעמען דעם מענטש צו א פּאראלעלע רעאליטעט וואו ער/זי שפירט (געוויסע) סארט פון עמאשענס וכדומה פונעם ווערק, וואס מאכט דעם מענטש באוואוסטזיניג צו די אייגענע קאנשעס וממילא צו רעפלעקטירן אויף ספיריטואלע, מאראלישע וכו׳ טאפיקס; עס הייבט די אינטענטעד וכו׳ עמאשען צו א העכערע (תרתי משמע) לעוועל. אבער די ״ראַסאַ״ פון אן אַרטיסטישן ווערק קען נאר צושטאנד קומען פאר אן אדיענץ מיטהאלטער וואס איז א חכם אינעם ארויסהאבן, פארשטיין, און עפּרישׁיעיטן די חכמה אינעם ווערק. דער אינדיאנער פילאזאף אַבּהיִנאַוואַגוּפּטאַ האט געזאגט אז דורכ׳ן משיג זיין דעם ״ראַסאַ״ פון א ווערק קומט מען צו צו א הכרה פונעם ״זעלבסט״. (דעם... אהעם... ״אני״... ;) )

‏ועיין באשכול זו.
דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 9:52 am#463459
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב אויך בערך אזא סארט מנהג, ווען איך טרעף עפעס וואס איך וויל נישט פארגעסן (בעיקר יוטיובס...) פרוביר איך עס אריינצוקוועטשן ערגעץ אין קאוועשטיבל אזוי וועל איך עס קענען טרעפן אין צייט פון נויט, ס'איז פיל גרינגער צו טרעפן עפעס אין מיינע פאר טויזענט תגובות אויף קאוועשטיבל ווי זיך צו גיין דערמאנען וואו איך האב עס געזעהן דאס ערשטע מאל.

עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז אפלטון אין זיין פיִדרוּס פארציילט א לעגענדע אז דער אפגאט טוּט פון די מצריים איז אויפגעקומען מיט אותיות ורעיון הכתיבה. ווען ער איז דאס געקומען ווייזן פאר׳ן פרעה טאמוּס האט אים דער פרעה געזאגט אז דאס גייט אדרבה מאכן מענטשנ׳ס זכרון שוואכער ווייל זיי גייען זיך פארלאזן אויף די מדע וכו׳ וואס זיי האבן אראפגעשריבן ווי איידער דאס חוקק זיין בזכרונם.

דר. שמואל אימבּאָ ‏זאגט עפ״י דעם אוגאנדאן שרייבער אקאט פּ׳בּיִטעק אז ווען מ׳שרייבט אראפ דברי חכמה אנשטאט דאס׳ן עס איבערגיבן בע״פ פארלירט מען א סארט ״באלדיגקייט״ [immediacy] דערצו, וואס איז מער אין א דיסקארס צווישן צוויי מענטשן ווי איידער דאס׳ן איינזאמקייט פון ליינען עס פון א טעקסט. (ולאידך גיסא בזה הטענה עיין כאן.) אבער לאידך גיסא איז אזוי ווי טוּט דארט אליין האט בעצם גע׳טענה׳ט קען דאס ארויסהעלפן אז די עצם זאכן אליין זאלן נישט פארגעסן ווערן, און פארוואס מ׳האט צום סוף טאקע אראפגעשריבן תושבע״פ (אהעם... ״רביה״ק״...) ער ברענגט אויך אראפ א קריטיק קעגן דאס נישט שרייבן, אז אויב ס׳איז נאר בע״פ איז עס מער קאַמיוּנעל און קען אויך שטערן צו דעוועלאָפּן קריטיקעל טיִנקיִנג.
דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 2:07 pm#463468
אבער באמת ווייסן מיר דאך אז איינשטיין איז גערעכט געווען, never memorize something that you can look up.
דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 4:36 pm#463485
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
איז לכאורה היינט דארף מען שוין גארנישט געדענקען!

מ'דארף אבער יא קענען און געדענקען גענוג אויף צו קענען נאכקוקן....
דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:10 pm#463488
דר. ענדרו האסקינס זאגט טאקע אז די דידזשיטאלע אינפארמאציע עידזש, און דאס'ן זיך אזוי פארלאזן דערויף, האט געטוישט דאס עצם "געדאנק" פון געדענקן און עקטשולי קונה זיין חכמה; מ'טוהט דעפענדן צו שטארק אויפ'ן דאס נאר דארפן געדענקן וואו נאכצוקוקן און דאס איז געווארן די נייע פערעדיים דערפאר. (כ'האב דאס טאקע... אהעם... "דאכט זיך מיר"... געזעהן צום ערשט דערמאנט אין איינע פון די ענגלישע חרדי'שע פאמפלעטן קעגן טעכנאלאגיע.)

ובכלל איבער זיכרון.
מוצ"ש דעצעמבער 19, 2020 10:46 pm#464331
דאס שוועריקייט פון מקיים זיין דעם הוי זנב לאריות
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען אנגענומען צו ווערן און צו פארברענגען אין א חבורה פון גדולים וטובים ממני. עס איז מיר געווען, און איז נאך אלס, א נחת רוח והנאה אז איך בין זוכה צו זיין נקבע בהני חבורתא (ועיין באשכול זו). אבער מאידך גיסא איז עס מיר אויך געווארן אביסל קאלעמוטנע אויפ׳ן הארץ. דאס איז ווייל איך האב באמערקט אז ווען מען איז צוזאמען אין א חבורה וואו מען איז ווייט ווייט נישט די ״בעסטע״, און מען האט (אין א וועג) פשוטו כמשמעו געמוזט וואַוּטשן פאר דיר אז ביזט ראוי צו זיין א חלק, ברענגט דאס ארויס דעם אויבן-דערמאנטן (קנייטש פונעם/אינעם) אימפּאַסטאר סינדרוֺים אויף א גרעסערן פארנעם. דהיינו, מען פיהלט דאס אייגענע אינפעריאריטי אויף א פי כמה גרעסערן פארנעם. מ׳דערזעהט זיך ארומגענומען מיט חכמים ונבונים, און דאס אליין מאכט מען זאל אנערקענען אין ווי ווייט מ׳האלט נאך פון שלימות החכמה (ווי אויך דורכ׳ן בעצם ווערן קלוגער וואס דעמאלטס זעהט מען איין נאך מער וואס מ׳קען אלס נישט, ווי אויבן-דערמאנט). מ׳זעהט און אנערקענט וואס מען קען אלס נאך נישט און עס פיהלט זיך (אין א וועג) ווי עס עפענט זיך א טשעזם פון דאס אייגענע איגנארענס. און הגם דאס ברענגט דאס קנאת סופרים המרבה חכמה, ברענגט דאס אבער אויך פארט אן אומאנגענעמע געפיהל איבער דאס אייגענע שיפלות. האב איך געקלערט אז דאס קען זיין נאך א רמז אין פסוק (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב. והיינו אז גראד ווען מ׳דערזעהט און אנערקענט דעם הוספה אין דעת וואס עס פעהלט (און וואס אנדערע האבן) איז ברענגט דאס אליין א מכאוב.

דאס האט מיר אויך געמאכט טראכטן אז דאס איז בפרט אין א סביבה וואס באשטייט פון מערערע חכמים. דאס איז וויבאלד ביי דעם קען זיין אן ענין פון א קאלעקטיווע אינטעלידזשענס, וואו די מקצועות בחכמה וואו יעדע פון די אינדיווידואלע מעמבערן האבן אין דעם אן עקספּערטיז שאפט צוזאמען א חכמה הכוללת פון די גרופע וואס איז awe-inspiring פאר זיך אליין. איך האב געקלערט אז דאס קען אפשר גיבן א באדייט אינעם פתגם ״אין ציבור עני״. והיינו, ביי א ציבור (ובפרט כשהציבור הם חכמים) קומט ארויס דאס קאלעקטיווע אינטעלידזשענס ואין עניות בהם אשר ידוע (נדרים מא.) דנקטינן אין עני אלא בדעה. וואס דאס אלעס ליגט לדעתי אין דעם וואס די משנה זאגט (אבות ד טו) הוי זנב לאריות בלשון רבים; צו א גרופע חכמים.

‏(ואולי נזרקה נבואה בענין זה פון שוואנצאנעס...)

***

בנוגע מיינע סארט תגובות איז ביי מיין שווער׳ס חנוכה מסובה האט מיין פלימעניק, א קלוג אינגל, געשמועסט מיט מיר און עס איז ארויסגעקומען אז איך בין דער ״לאנגווייליגער [בּאָרינג]״ פעטער. האב איך אים געהאט געזאגט אז מ׳קען טענה׳ן אז ״בּאָרינג איז גוט״. והיינו, אז דאס וואס אלגעמיינע מענטשן קלאסיפיצירן סאביעקטיוולי ומהמוסכמות אלס א ״בּאָרינג״ בקשה ופּורסוּט איז דאס וואס איז אביעקטיוולי ״גוט״ אלס המפורסמות. דאס איז ווייל בקשת וקנין החכמה איז וואס ווערט פארעכענט אלס גוט און דאס איז וואס איז ווערט פארעכענט אלס א ״בּאָרינג״ בקשה ומטרה.

איין וועג פון דאס לאגיש פארמולירן איז אולי אזוי:
לאז ח = בקשת למרות קניית החכמה

לאז בּ = וואס ווערט פארעכענט דורך דעם אלגעמיינעם המון עם אלס בּאָרינג

לאז ג = דעם ריכטיגן [פלאטאנישע] ״טוב״

די הנחות/פּרעמיסעס זענען:

‏∀x[חx↔בּx] {מיינענדיג: פאר יעדן x, אויב איז x א מבקש חכמה דעמאלטס און נאר דעמאלטס [iff] איז x בּאָרינג אין זיינע פּוּרסוּטס/מטרות}

‏∀x[חx←גx] {מיינענדיג: פאר יעדן x, אויב איז x א מבקש חכמה דעמאלטס טוהט x פּוּרסוּען אוח זיין מטרה איז דאס ״גוט״}

∵ {דאס פיהרט צו:}
‏∀x[בּx←גx] {מיינענדיג: פאר יעדן x, אויב איז x א מבקש חכמה דעמאלטס טוהט x פּוּרסוּען דאס גוט}

דאס ארבעט אזוי:

א). ∀x[חx↔בּx] {פּרעמיס}
ב). חx↔בּx {יוּניווערסעל אינסטענטשיעישאן פון סטעיטמענט א׳}
ג). בּx←חx {בּייקאנדישאנעל עלימינעישאן פון סטעיטמענט ב׳}
ד). ∀x[חx←גx] {פּרעמיס}
ה). חx←גx {יוּניווערסעל אינסטענטשיעישאן פון סטעיטמענט ד׳}
ו). בּx←גx {היפאטעטישע סילאגיזם [טראנסיטיוויטי] פון סטעיטמענטס ג׳ און ה׳}
ז). ∀x[בּx←גx] {יוּניווערסעל דזשענערעליזעישאן פון סטעיטמענט ו׳}

די עיקר שוועריקייט אין דעם, וואס שאדט פאר׳ן קאדזשענסי פונעם ארגומענט, איז די ערשטע פּרעמיס/הנחה וואס נעמט אן אז יעדע בקשה למטרת החכמה איז דאס וואס ווערט קלאסיפיצירט אלס א בּאָרינג מטרה און ווי אויך דאס אויף צוריקצווועגס אז יעדע זאך וואס ווערט קלאסיפיצירט ביים המון עם אלס א ״בּאָרינג״ מטרה איז א מטרה לקניית חכמה. דאס איז ווייל מ׳קען טענה׳ן אז עס זענען דא מטרות וואס ווערן קלאסיפיצירט ביים המון עם אלס ״בּאָרינג״ מטרות און זענען נישט מטרות לקניית החכמה.

די תגובה אליין איז א קעיס-אין-פּוֺינט פון די בּאָרינגקייט דערפון פון וואס מ׳רעדט... :D
דינסטאג יאנואר 19, 2021 8:00 am#465756
בנוגע די הגדרה איבער וואס איז ״בּאָרינג״ און פארוואס די תחומים פון שכליות ומדע קענען גערעכענט ווערן אלס אזאנס:
7F21B51F-BABF-44FD-BA3C-1DBF20DF7AED.jpeg

(דאס אליינס איז א געפינס פון מדע...)

ואגב, די שטודיע האט געפונען אז מענטשן וועלן זיך ענדערשער אליינס גיבן פיינפולע עלעקטריק שאקס ווי איידער זיין לאנגווייליג. (דאס צו באריכטן איז שוין נישט ״בּאָרינג״...)
דינסטאג פעברואר 23, 2021 11:30 am#467461
7EDEC94F-3D9A-4144-8F30-B99461927F38.jpeg
מדברי דזשיילס דעלוּז.
זונטאג פעברואר 28, 2021 9:59 am#467581
‏
כוכב האט געשריבן:וואס איז דאס לעצטע בוך וואס איר האט דורכגעליינט אדער איר האט ביי אייער נאכט שאפע?
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז עס איז דא א יאפאנעזע טערמין, צוּנדאָקוּ, וואס באדייט פארשאפן ביכער אויף כדי צו ליינען אבער עס זאמעלט זיך אן און מען קען נישט עספיען און אָניאָגן אָנצוקומען צו זיי.
זונטאג פעברואר 28, 2021 2:58 pm#467594
...The concept exists in all languages
פרייטאג מערץ 19, 2021 8:07 am#468768
1ECD1D3A-3B9F-4E27-BA71-C3D4F73A9432.jpeg

82988488-FFE4-4C71-947F-2EA908BDE376.jpeg

57425899-0677-4802-B26A-A35BFAFA5BBD.jpeg

אינטרעסאנטע און הומאָראָס קאמיקס פון דר. יאָרעי טשעם איבערן אימפּאסטאר סינדרוֺים וואס מ׳האט אויבן דערמאנט.
פרייטאג מערץ 19, 2021 5:55 pm#468782
הה"ד האלט זיך נישט אזוי קליין ווייל דו ביזט נישט אזוי גרויס...
מיטוואך מאי 05, 2021 4:36 pm#472502
ובנוגע ״בּאָרינג״, אויב טייטשט מען אויס ״בּאָרינג״ בנוגע אז ״גארנישט ספעציעל פאסירט אין לעבן״, איז דאס דאך ווייטער ״גוט״ אלס׳ן באקאנטע כלל פון ״קיינע נייעס איז גוטע נייעס״. דאס גייט אין איינקלאנג מיט דר. דוד בּענאטאר׳ס אסימעטרי בין טוב לרע, והיינו אז העדר הרע איז טוב אבער העדר הטוב איז נישט רע, שטימט דאס בוודאי - ״בּאָרינג״ איז פשוט העדר הרע והטוב וואס אלס׳ן העדר הרע איז עס שוין טוב און דאס העדר הטוב [בפועל] איז נישט מגרע דערפון.

דאס איז אויך בסתם מחזק דעם רמב״ם׳ס שיטה (מו״נ ח״ג פי״ב) אז די רעות בהעולם זענען מעט נגד הטובות ע״ש. דאס איז ווייל אז מ׳מעסט רע, לא זה ולא זה, און טוב, איז דאך סיי ״טוב״ ו״העדר זה וזה״ א ״גוטס״ און נאר ״רע״ שלעכטס. והיינו, עס איז 2:1 טובות נגד רעות.
זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:21 pm#489314
דאס פאלגענדע האב מיר איינער געפרעגט אין אישי:
‏
לאמיר אייך פרעגן אן אפענע שאלה:

איר שפירט זיך נישט שלעכט מיט אייער אידענטיטעט? - איר זענט אן עולם מלא (לויט אייערע תגובות), פול מיט תוכן און מיט געפיל, אבער איר נוצט אויס אייערע כשרונות אויף שטותים און הבלים, זורע אל הקוצים.

עס פאלט אייך קיינמאל נישט ביי א מחשבה'לע פון אנגסט און ווייטאג, ווי ליה לשופריה דבלע בארעיה?

...
אנטשולדיגט פאר די אפענע שאלה - איך גלויב אז איר זענט עס מער מחשיב דער וועג...


דאס פאלגענדע איז וואס איך האב אים גע׳ענטפערט:

ייש״כ פאר די בּעקהענדעד קאַמפּלימענט.

ולגופו של שאלה ׳עסטו דארפן דיפיינען ״שטותים והבלים״. איך לערן יעדן טאג גפ״ת און הלכה (נישט יעדן טאג מקרא אבער אפט). ווי אויך לערן איך יעדן טאג מאטעמאטיקס, פילאזאפיע, און סייענס/מדע (ביטע נישט קומען מיט די גמרא במנחות צט:).

ווי איך פארשטיי איז די צווייטע סוג ביי דיר נחשב כ״שטותים והבלים״. אבער איך מיין אז ״מאן דכאיב ליב כאיבא אזיל לבי אסיא״ (וואס איז דאך ממש א סברא פשוטה כמבואר בב״ק מו:) און עס ליגט אויף דיר אויפצואווייזן אז דאס, וואס זענען פון די מושכלות פאר וועלכע די ראשונים האבן געהאט די העכסטע מאס רעספעקט (כדוגמת הרמב״ם והרלב״ג ואטו כי רוכלא וכו׳), איז ״שטותים והבלים״. וידוע הגמרא בשבת עה.

איך וועל דיר דן לכף זכות זיין [אזא פּרינציפּ פון טשעריטי] אז דו מיינסט דאס ווען איך מאך צומאל דא די סארט ״פורים תורות״ און ״טייטשן״, וואס זענען (אין א וועג) טאקע שטותים. אבער עס שטייט דאך אין ירושלמי סוף ברכות ״כל פיטטיא בישין ופיטטיא דאורייתא טבין״, ופי׳ הפני משה שם ״דברים בטלים״ ע״ש.

לסיום, ניין, איך שפיר אויסדרוקליך נישט שלעכט מיט מיין אייגענע אינדיווידואלע אידענטיטעט. אז דו פרעגסט אבער ׳על איך דיר זאגן מיט וועלכע חלק פון מיין אידענטיטעט איך פיהל יא שלעכט. דאס איז מיין קולטוראלע אידענטיטעט - מיין זיין א חרדי׳שער איד. ווייל כהיום קען מען ליידער זאגן אז ״חרדיזם״ איז די סארט כת ראשונה בהבנת דברי חכמים וואס די רמב״ם רעכענט אויס בהקדמתו לפרק חלק - די אויף וואס מ׳זאגט ״רק עם סכל ונבל הגוי הקטן הזה״ ע״ש (די גוים כהיום זאגן זיכער אזוי אויף אונזער געמיינדע היינט-צו-טאג, והמפורסם אינו צריך ראיה). עס איז דאך נישטא קיין אבערגלויבן ושטות וואס אונז נעמען נישט אָן בשתי ידים (איי ס׳דא די לאווין פון לא תנחשו ולא תעוננו? עהה… כבר נשתנה. איך ווייס וואס די גמרא זאגט אין שבת סז:, ועיין במו״נ ח״ג פל״ז) און אונז זענען ריק ממדע וחכמה (נאכאמאל, וואס די גאנצע וועלט און מענטשהייט באטראכט און פארשטייט איז ״חכמה״).

איך אנטשולדיג זיך אויב דאס באדערט. ס׳באדערט מיר אויך. וואס איך קען טוהן איז זיך אליין פאררעכטן וכדמטין משמיה דגאַנדי (אויך א חכם מאומות העולם, ועיין באיכ״ר ב יז) האט געזאגט, ״דו זיי די טויש וואס דו ווילסט זעהן אין אנדערע.״
זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:20 pm#489333
מי אני האט געשריבן:איך לערן יעדן טאג גפ״ת און הלכה

אינטערסאנט, פארוואס טאקע? אלץ מצות לימוד וידיעת התורה?
איך פרעג ערנסט...
זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:29 pm#489337
דער אמת איז אפילו בלתי "מצות" הלימוד איז פון א ריין פּראגמאטישע פּערספּעקטיוו גלייב איך אז מען באדארף בעצם צו לערנען. והיינו, למעשה איז מען א איד און מען פירט זיך בפּרעקסיס עפ"י הלכה וכו' וכו' ווי אויך פארעמט אויס מחשבת יהדות רבנית, אין וועלכעס מען איז אויפגעצויגן געווארן משחר טל הילדות, דאס מענטש'נס געדאנקענגאנג. וממילא איז כדאי צו לערנען און קענען אט די טראדישאנס והלכה וכו' וכו' ביי וועלכע מען פירט זיך און וואס למעשה פארעמט אויס די קולטוראלע אידענטיטעט וואס מ'למעשה האסט.

וואס כ'האב געשריבן דא קען נוגע זיין.